פרשת השבוע מיט זבולון
71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10735
פרשת דברים - האמת והשלום אהבו
כלל ישראל האלט שוין נאך פערציג יאהרן אין גלות, מ'שטייט ביים טיר ביים אריינגאנג צו די אויסגעווארטענע גאולה, און משה רבינו איז יעצט פארנומען צו אריינגעבן כלל ישראל א מוסר פארציע פאר אלע זייערע מיאוסע דורכפעלער אין זייער שווערן גלות. וואס איז די מטרה דערפון? כלל ישראל קומט דאך שוין יעצט אן אל המנוחה ואל הנחלה, זיי גייען שוין נישט האבן די אלע גלות פראבלעמען, איז נישט וויכטיגער יעצט צו רעדן איבערן פרייליכן צוקונפט?
ווען מ'איז אין גלות איז מען נישט צופרידן פונעם מצב, עס איז נישט פארהאן קיין קלארקייט אינעם לעבן, עס איז נישטא קיין אייניגע אידאלאגיע, און ווען מ'איז אומבאקוועם ווערט אויפגעוועקט די אינערליכע געדראנג פאר אמת. יעדער איינער צו פארשן דעם אמת אויף זיין אייגנארטיגן וועג, דער חיפוש פון עבודת האמת פאדערט צומאל אוועקצו'פסל'נען אנדערע דעות און השקפות, און קען גורם זיין צומאל צו מלחמות און קריגערייען, ווען יעדער איינער איז לוחם פאר זיין איינציגן אמת.
ווען מ'איז אין א מצב פון גאולה, איז אלעס גוט און פיין, יעדער איינער איז צופרידן פונעם יעצטיגן מצב, עס איז דא שלום אויף דער וועלט, אבער צומאל קען עס גורם זיין צו פארלירן דעם דארשט נאכן אמת, קיינער קריגט זיך נישט אלעס איז פיין און אלעס איז וואויל, איש תחת גפנו ותחת תאנתו. (די סטאטיסטיקס ווייזן אז אין פארגעשריטענע לענדער איז דא א קלענערע פארלאנג פאר רעליגיע, און די סיבה איז לכאורה צוליב דעם).
אין די וואכעדיגע פרשה, משה רבינו האט געפיהלט פאר וויכטיג אנצוזאגן כלל ישראל, בעפאר זיי גייען אריין אינעם גאולה, אז זיי זאלן נישט פארגעסן פון די טונקעלע גלות צייטן, זיי זאלן געדענקען זייער אמאליגע פראבלעמען פון "היש ה' בקרבנו אם אין", זיי זאלן נישט פארזונקען אין זייער צופרידנקייט און רואיגקייט, נאר געדענקען דעם אינערליכן געדראנג צום אמת וואס זיי האבן פארמאגט אין די גלות ציייטן.
אין די וואכעדיגע הפטורה, ישעיהו הנביא האט געפיהלט פאר וויכטיג צו זאגן פאר כלל ישראל, אז אין גלות צייטן דארף מען געדענקען אז עס איז דא שלום ווירדן אויך, מען קען נישט מוותר זיין אויף שלום צוליב די אייגענע פונדעמענטאלע אמת. הסירו רוע מעלליכם – שרייט ישעיה - זייטס נישט אזוי פארנומען מיטן אמת, און הערט אויף צו פראווען רשעות אינעם נאמען פונעם אמת.
ישעיהו שניידט אריין אין כלל ישראל ווי אין לעבעדיגע פלייש, למה לי רוב זבחיכם? דארף דען גאט די בלוט פארגיסונגען פאר זיין אמת? חדשיכם ומועדיכם שנאה נפשי! גאט קען נישט פארנעמען קיין פראווערייען אויף יענעמ'ס חשבון, די ערשטע זאך בעט ער: רחצו, וואשט זיך אפ פון די בלוט, הזכו, רייניגט זיך אפ פון ענקערע רשעות, הסירו רוע מעלליכם מנגד עיני, נעמטס אוועק די שלעכטע אקטן פון מיינע אויגן, חדלו הרע, הערט פשוט אויף צו שלעכטס טוהן.
ווען אמת איז אויפן חשבון פון שלום, פעלט אינעם אמת, ווייל א חלק פונעם אמת איז שלום. חותמו של הקב"ה אמת, און ביי אים קען נישט זיין קיין היפוך השלום. ווען שלום איז אויפן חשבון פון אמת, פארלירט דער שלום דעם גאנצן טעם, שלום פאר זיך אליינס אן קיין אמת האט אויך נישט קיין ערך.
די הערמאניע פון אמת און שלום צוזאמען, דאס איז דער תכלית השלימות וואס איז געווען די חזון פון ישעיהו הנביא, כאטש מיר האלטן נאך ווייט פון די צייטן פון וגר זאב עם כבש, דארפן מיר אבער חזר'ן דעם חזון, דעם דזשואיש דריעם, ווייל א גלות אן קיין חזון איז נישט קיין אידישע גלות. דעריבער פיהרט אויס זכריה הנביא (זכריה ח, יט): "כּה אָמַר יְהוָה צְבָאוֹת צוֹם הָרְבִיעִי וְצוֹם הַחֲמִישִי וְצוֹם הַשְבִיעִי וְצוֹם הָעֲשִירִי יִהְיֶה לְבֵית יְהוּדָה לְשָשׂוֹן וּלְשִמְחָה וּלְמעֲדִים טוֹבִים וְהָאֱמֶת וְהַשָלוֹם אֱהָבוּ". דער קלימאקס פון די גאולה איז ווען דער אמת און דער שלום וועלן צוזאמען גיין האנט ביי האנט.
מתוק מדבש ונופת צופים
הערליך און אמת.
און די ערשטע חלק ברענגסטו ארויס א געוואלדיגע נקודה, מענטשן וואס די לעבן גייט זיי נישט אזוי רואיג טראכטן אסאך מער פון אמת ווי פון די מענטשן וואס האבן נאך קיינמאל נישט געשפירט וואס די לעבן קען ברענגן. דאס זעט מען בחוש. עס איז זייער גרינג צו טראכטן און זיך עכט איין רעדן אז מען האט דעם אמת ווען די לעבן איז גוט אין פיין אן קיין גרויסע באמפס, די מינוט ווען לייף היטס יאו דעמאלס איז ווען מענטשן פאנגן אן צו טראכטן און צו זיכן דעם אמת.
Re: פרשת השבוע מיט זבולון
געהערט אמאל, מסתמא איז עס א באקאנטע טייטש.
צמאה לך נפשי כמה לך בשרי בארץ ציה ועיף, אז דער דארשט אין דער וויסטעניש און מידקייט זאל זיין כן בקדש חזיתיך, אפילו אין דער מצב וואס מ'זעט איהם אין זיין הייליגקייט זאל מען נאך אלס דארשטען.
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
Re: פרשת השבוע מיט זבולון
זבולון גאר גוט און שארף ארויסגעברענגט
לכאורה איז דאס די כוונה פון דעם מאמר החכם אז נסיון העושר איז שווערע פון נסיון העוני
פרשת ואתחנן – דיין אייגנארטיגע שייכות צו גאט
וְהֵפִיץ ה' אֶתְכֶם בָּעַמִּים וְנִשְׁאַרְתֶּם מְתֵי מִסְפָּר בַּגּוֹיִם אֲשֶׁר יְנַהֵג ה' אֶתְכֶם שָׁמָּה. וַעֲבַדְתֶּם שָׁם אֱלֹהִים מַעֲשֵׂה יְדֵי אָדָם עֵץ וָאֶבֶן אֲשֶׁר לֹא יִרְאוּן וְלֹא יִשְׁמְעוּן וְלֹא יֹאכְלוּן וְלֹא יְרִיחֻן. וּבִקַּשְׁתֶּם מִשָּׁם אֶת ה' אֱלֹהֶיךָ וּמָצָאתָ כִּי תִדְרְשֶׁנּוּ בְּכָל לְבָבְךָ וּבְכָל נַפְשֶׁךָ. בַּצַּר לְךָ וּמְצָאוּךָ כֹּל הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה בְּאַחֲרִית הַיָּמִים וְשַׁבְתָּ עַד ה' אֱלֹקֶיךָ וְשָׁמַעְתָּ בְּקֹלוֹ.
עס איז צו באמערקן אז די תורה פאנגט אן צו רעדן בלשון רבים, אֶתְכֶם, וְנִשְׁאַרְתֶּם, און אזוי ווייטער ביז עס קומט צו וּמָצָאתָ כִּי תִדְרְשֶׁנּוּ בְּכָל לְבָבְךָ וּבְכָל נַפְשֶׁךָ, דאן דרייט זיך אלעס איבער צו לשון יחיד.
מיר זענען אויפגעוואקסן אין חדר אלס א חלק פון א גרויסע סיסטעם, מיר זענען מחונך געווארן נאכצופאלגן ספעציפישע אנוויזונגען, אין ישיבה זענען מיר געווען בחורים וואס האבן נאכגעפאלגט אלגעמיינע רולס, נאך די חתונה זענען מיר ווייטער נאכגעפארן די סטאדע. מיר גייען אנגעטוהן אין א יוניפארם וואס קאטעגארירט אונז אלס א חלק פון א גרויסן סיסטעם, מיר קויפן באגעבוס ווייל יעדער קויפט, און פאר די זעלבע סיבה טוהן מיר נאך הונדערטער זאכן במשכ'ן טאג, א חלק פון די זאכן האבן עפעס א רעליגיעזע אדער טראדיציאנאלע אפשטאם, אבער די סיבה פארוואס מיר טוהן עס איז צוליב דעם וואס יעדער טוהט אזוי.
אויב ווערט איינער אויפגעקלערט, דאן איז ער אריבער פון איין קאמיונוטי צו א נייע קאמיוניטי, א נייע סיסטעם צו נאכפאלגן, עס איז ווידער דא רולס, ער טוהט נאר וואס עס איז פאררעכנט צו זיין קוּל, ער קען שוין מער נישט טוהן זאכן וואס שטעלן אים ארויס אלס א פאנאטישער חסיד, ער האט אפגעלאזט א סטאדע צוליב אן אנדערע סטאדע וואס שיינט אים צו זיין געשמאקער אדער בעסער. וַעֲבַדְתֶּם שָׁם אֱלֹהִים מַעֲשֵׂה יְדֵי אָדָם – ווייל יעדער טוהט אזוי.
אבער ווען ער דערהערט זיין אייגנארטיגקייט, דעמאלס ווערט עס שוין א לשון יחיד, און דאן געפינט ער טאקע גאט. וּמָצָאתָ כִּי תִדְרְשֶׁנּוּ בְּכָל לְבָבְךָ וּבְכָל נַפְשֶׁךָ, איבערראשנד גענוג אז נאכן ארומזוכן גאט אין אלע מקומות שבעולם, אין אלע ביכער און אין אלע סייטס – וּבִקַּשְׁתֶּם מִשָּׁם – ער זוכט גאט פון דארטן וואו ער איז, אבער טרעפן טרעפט ער אים ביי זיך אין הארץ.
מבשרי אחזה אלוק – דו דארפסט אים נישט זוכן אין קיין שום אנדערע פלעצער, זוך אים אויף ביי דיר. אז דו וועלסט אנטוויקלען דיין הבנה און שייכות צו געטליכקייט, כל אחד ואחד לפום דרגא דיליה, ולפום שיעורא דיליה. לויט דיין פארשטאנד און לויט דיין תכונות הנפש וועלסטו זיך מחבר זיין צו דיין אייגנארטיגער גאט.
מיר זאגן ביים דאווענען "אלקי אברהם אלקי יצחק ואלקי יעקב", יעדער איינער פון די אבות האט געדינט דעם באשעפער אויף זיין אייגנארטיגע מהלך, אברהם אבינו האט נישט געדינט תרח'ס גאט, און יצחק אבינו האט נישט געדינט אברהמ'ס גאט. אז דו וועלסט דינען דיין טאטנ'ס אדער דיין רבי'נס גאט, וועלסטו אים צום סוף פארלירן, עבודת השם קומט פון די אינערליכע געטליכקייט וואס ליגט אין יעדן איד, עס איז נישט קיין וועג צו צופרידנשטעלן די ארומיגע. דע את אלוקי אביך - און הערשט נאכדעם - ועבדהו.
זבולון, בנוסף צו די רייכקייט און געשמאק פון ליינען דיינע מאמרים קען מען ארויס נעמען פון דעם שטארקע חיזוק אויך. ייש"כ!
נאכאמאל זייער הנאה געהאט. איך וויל צוצייכענען מיין
מאמר אין די לעצטע וועקער וואס האט רנגערירט דער ענין, נישט אזוי תורה'דיג ווי זבלון, נאר פון א מענטשליכע בליק. די המשך קומט אין די נעקסטע וועקער'ס.
Re: פרשת השבוע מיט זבולון
הערליך און שניידענדיג
דיין שרייבן איז נפלאות הבורא!
פרשת עקב - לעבן מיטן פרעזענט
כָּל הַמִּצְוָה אֲשֶׁר אָנֹכִי מְצַוְּךָ הַיּוֹם תִּשְׁמְרוּן לַעֲשׂוֹת לְמַעַן תִּחְיוּן. די גאנצע מטרה פון די תורה איז אז מיר זאלן לעבן. אלזא, ווי אזוי לעבן מיר?
העבר אין - עס איז שוין געשטארבן, העתיד עדיין - עס עקזיסטירט נאך נישט, וההווה כהרף עין - דער פרעזענט איז ווי גארנישט. אויב זאלן מיר נעמען די באקאנטע בריסקער תורה "בחצות הלילה", אז עס עקזיסטירט נישט אזא צייט ווי חצות, עס איז אדער פאר חצות, אדער נאך חצות. און מיר וועלן עס אפלייען צו דעם גאנצן לעבן, דאן וועלן מיר אנקומען מיט
זינא'ס פאראדאקס צו א פראבלעם אז דאס לעבן עקזיסטירט נישט קיינמאל, און מיר טאנצן נאר פונעם פארשטארבענעם עבר צום אומעקזיסטירנדער צוקונפט.
למעשה, דער לעבן אליינס איז טאקע נאר די יעצטיגע מינוט אין וועלכע מיר שטייען, מיר קוקן צוריק אויף וואס מיר האבן שוין געטוהן ווי אויף עפעס וואס איז נישט אונטער אונזער בחירה, און מיר קוקן פאראויס אויף אונזער צוקונפט ווי אויף עפעס וואס מיר קענען נאכנישט יעצט בוחר זיין, עס האט גארנישט צוטוהן מיט אונז, עס איז ווי דאס לעבן פון א פרעמדן.
די איינציגסטע שייכות וואס מיר האבן מיטן לעבן איז נאר מיטן יעצטיגן מאמענט באשר הוא, און נאר אויף דעם איז דא א ציווי און א מצווה, נאר דאס איז פאר אונז נוגע, און נאר דאס איז אונזער עבודה. זיך צו קאנצעטרירן אינעם יעצטיגן מאמענט און פראבירן טוהן וואס איז ריכטיג, פראבירן צו דערנענטערן די וועלט צו איהר ציהל און איהר תכלית.
וְעַתָּה יִשְׂרָאֵל מָה ה' אֱלֹהֶיךָ שֹׁאֵל מֵעִמָּךְ - אין ועתה אלא לשון תשובה. דאס מיינט תשובה טוהן, צו אנערקענען אז דער עבר האט גארנישט מיט אונז, און עס איז אונז נישט נוגע מער די יעצטיגע הרף עין. אנטלויפן פונעם גאנצן ארום, סיי פונעם עבר און סיי פונעם עתיד, און זיך קאנצעטרירן נאר אינעם יעצטיגן מאמענט, איז א וועג צו אנקומען צו השראת השכינה, ווי עס שטייט (מלכים-ב ג, טו) וְעַתָּה קְחוּ לִי מְנַגֵּן וְהָיָה כְּנַגֵּן הַמְנַגֵּן וַתְּהִי עָלָיו יַד ה'.
ועתה בנים שירו למלך....
Re: פרשת השבוע מיט זבולון
איך בין צומישט
מען דארף דינען דעם באשעפער ווייל מיר זענען זענען זיינע קינדער/קנעכט
ווי קומט אריין מיין לעבן ?
אויב עפעס טוט מען וועגן שכר ועונש וואס דאס איז יא להבא פארקערט ווי דו זאגסט?
זבולוןמיר זאגן ביים דאווענען "אלקי אברהם אלקי יצחק ואלקי יעקב", יעדער איינער פון די אבות האט געדינט דעם באשעפער אויף זיין אייגנארטיגע מהלך, אברהם אבינו האט נישט געדינט תרח'ס גאט, און יצחק אבינו האט נישט געדינט אברהמ'ס גאט. אז דו וועלסט דינען דיין טאטנ'ס אדער דיין רבי'נס גאט, וועלסטו אים צום סוף פארלירן, עבודת השם קומט פון די אינערליכע געטליכקייט וואס ליגט אין יעדן איד, עס איז נישט קיין וועג צו צופרידנשטעלן די ארומיגע. דע את אלוקי אביך - און הערשט נאכדעם - ועבדהו.
דער קאצקער זאגט אז מיר זאגן "אלוהינו ואלוהי אבותינו". קודם דארף יעדער טרעפן זייער "אייגענע" גאט און ערשט דערנאך קען מען טרעפן די עלטערנ'ס גאט.
.
mevakeshאיך בין צומישט
ליטוואק קען דיך אפשר העלפען...
ווארט מיט שפאנונג אויפ'ן קומענדיגען וועקער!
זבולון ייש"כ. ממש די בחינה פון ואתם הדבקים בה' אלוקיכם חיים כולכם היום!
פרשת ראה - די עבודה פון תשובה
ראה אנוכי נותן לפניכם היום ברכה וקללה. ווי באקאנט שטעלן זיך די מפרשים, וואס איז דער דגש אויף "אנוכי", און וואס איז דער דגש אויף "היום".
אז מיר קוקן אין פרשת בראשית, זעהן מיר אז ביים עולם התיקון בעפארן חטא פון עץ הדעת, איז נאכנישט געווען דער מושג פון לדעת טוב ורע, הערשט נאכן חטא, האט דער מענטש באקומען דעם בחירה, און ער דארף שוין מבחין זיין בין טוב לרע.
אן א בחירה איז דער מענטש נישט קיין מענטש, די גאנצער מענטש איז נאר ווען ער האט א בחירה, דאס מאכט אים פאר א סיסטעם פאר זיך, כביכול ער באקומט אן אטאנאמיע, ווי ער האט די מעגליכקייט צו קובע זיין זיינע אייגענע געזעצן און החלטות.
אט דער "אנוכי" דאס איז חוצץ צווישן די נשמה און איר מקור מחצב, ווייל ביים מקור פון די נשמה איז נישט שייך קיין בחירה, אלעס איז נאר אונטער ידיעה, ביי גאט איז נישט פארהאן קיין טוב ורע, און אוודאי נישט קיין בחירה בין טוב לרע.
דער "אנוכי" וואס גאט האט אונז געגעבן איז בעצם אן עונש און א תיקון פארן חטא פון עץ הדעת, די נשמה וויל אנטלויפן פון דעם אנוכיות, בעל כרחך אתה חי, די נשמה וויל נישט לעבן אין דעם אנוכיות, זי וויל נישט לעבן מיט דעם געדאנק פון בחירה.
און דאס איז דער ענין פון תשובה, ווען א מענטש אנערקענט אז ער האט נישט קיין אייגענע בחירה באמת, און דער "אנוכי" המדומה וואס גאט האט אונז געגעבן איז נאר "היום", דאס איז נאר נוגע אויף בשעת מעשה, בעפארן מחליט זיין, האבן מיר א בחירה, אבער ווען עס איז נישט "היום", אויף די נעכטיגע מעשים איז נישט פארהאן קיין אנוכי און נישט קיין ברכה וקללה, נאר אלעס איז איינס.
ווי באקאנט פון חסיד'ישע ספרים אז דער ענין פון תשובה איז צו אנערקענען אז דער חטא איז נישט געווען אונטער אונזער בחירה, נאר עס איז געווען א חלק פונעם רצון השם, דאס איז געווען א חלק פון די גאנצע פלאן פון די בריאה.
Re: פרשת השבוע מיט זבולון
א געוואגטער אבער אמת'ער רעיון
פאר די פעולה דארף מען צוגיין מיט די מחשבה אז אלעס איז תלוי אין מיין פעולה אבער נאכדעם וואס עס איז געטוהן דארף מען געדענקען אז דאס איז געווען פארגעשריבען
אוודאי מייינט דאס נישט אז מען דארף נישט נעמען פאראטווארטליכקייט אויפן מעשים נאר מען דארף עס נעמען אין פערספעקטיוו
mevakeshא געוואגטער אבער אמת'ער רעיון
נישט אזוי געוואגט יש על מי לסמוך. אזוי ווי זבולון שרייבט אז עס ווערט געברענגט אין חסידישע ספרים דאכצעך אין באר מים חיים ערגעץ ולא ידעתי איזהו מקומן. אויב איינער ווייסט זייט מוחל און צייכענט צו.
פרשת שופטים - צדק צדק תרדוף
צדק צדק תרדוף - איז באקאנט דעם פירוש פון רבי בונם פון פאשיסחא, זאלסט נאכלויפן דעם צדק נאר מיט צדק. אויב ווילסטו עררייכן עפעס א ריכטיגע ציהל, זאלסטו נאר נוצן ריכטיגע און כשר'ע מיטלען עס צו דערגרייכן.
עס שטייט זוהר הקדוש אין פרשת תולדות, אז ווען יעקב אבינו האט אויסגענארט זיין טאטן צו באקומען די ברכות, און ער האט עס צוגענומען פון עשיו, כאטש די מטרה איז געווען ריכטיג און דער באשעפער האט דאס געוואלט, אבער ער איז נענש געווארן צוליב די אומ'יושר'דיגע מיטלען וואס ער האט גענוצט צו צוקומען צו זיין מטרה.
דאס איז אנדערש ווי די באקאנטע אויסדרוק "המטרה מקדשת את האמצעים" - דער ציהל פארהייליגט די מיטלען. די תורה זאגט אונז דא אז ניין, עס איז נישט ריכטיג, צדק דארף מען נאכלויפן מיט צדק. אויב האסטו א הייליגע ציהל וואס דו ווילסט עררייכן זאלסטו נוצן די כשר'ע מיטלען דערפאר. אויב האלטסטו אז עס איז צדק ויושר צו אוועקרייסן א טאטע פון זיינע קינדער צוליב דעם וואס דו האסט מורא אז ער וועט חלילה געבן די קינדער צו עסן פליישיגס אום מיטוואך, דאן זאלסטו נאר נוצן כשר'ע מיטלען דאס צו עררייכן.
מיר לעבן ליידער אין א מציאות ווען מענטשן פארגעסן וואס איז דער ציהל און וואס זענען די מיטלען, מיר האבן ליידער פארגעסן מה חובתנו בעולמנו, מיר זענען ערגעצוואו פארלוירן געווארן אינמיטן די וועג, מיר זענען סטאק געווארן אין די דעטאלן און פארגעסן פונעם עיקר, די גרויסע בילד. די תורה קומט אונז דא דערמאנען אז אויך ווען דו לויפסט נאך דיין ציהל אין לעבן זאלסטו זיך נישט פארלירן און בלייבן פאוקוסד אין דער עיקר.
א common phenomenon דער זון פארשטייט גוט צום טאט'ן. זבולון האט גוט ארויס זיין טאטע יעקב....
פרשת כי תצא - גיי ארויס פון דיין סעלף
כי תצא למלחמה - דער שפת אמת שטעלט זיך אויפן לשון יציאה, עס וואלט ווען געקענט שטיין כי תלחם על אויביך, נאר ברענגט ער ארויס אז ווען איינער גייט אין מלחמה, דארף ער זיין אין א רואיגע פאזיציע, ער דארף קומען פון א מנוחת הנפש, און פון דארטן ארויסגיין אין מלחמה, ווייל אויב איז ער פארלוירן און דערשראקן און די מלחמה קומט צו אים אריין דאן האט ער זייער שוואכע שאנסן צו געווינען.
מלחמה איז נישט קיין לכתחילה׳דיגע מצב אין וועלכע מיר ווילן זיין, דאס איז פארקערט פון די תכלית פון די בריאה, אבער צומאל איז נישט פארהאן קיין אנדערע אפציע נאר צו זיך באנוצן מיט דעם מיטל כדי צו דערנענטערן דעם אלטימעיט ציהל.
כי תצא למלחמה - ווען דו האסט מלחמה מיט איינעם, די ערשטע זאך איז, גיי ארויס! בלייב נישט שטעקן אין דיין סעלפנעס, ווייל דעמאלטס קענסטו נישט אין ערגעץ אנקומען.
איינער וואס לעבט א סעלף-צענטער'ד לעבן, זיין גאנצע לעבן דרייט זיך ארום זיך, אני ואפסי עוד, ער האט נאך אין זיין לעבן נישט פארשטאנען וואס עס מיינט א טראכטן פון א צווייטן, זיך אריינלייגן אין יענעמ'ס מצב, מיט יענעמ'ס קוק-ווינקל, אזא איינער וועט קיינמאל נישט קענען איבערקומען זיין פיינט, ער פארשטייט אים נישט, ער האט נישט קיין אהנונג צוליב וואס ער איז בכלל אין א מלחמה.
מיר אלע ווארטן אז די אלע מלחמות זאלן שוין קומען צו זייער ענד, אונזער ציהל איז צו הייבן די וועלט מיט העכערע מאראל ליניעס, ביז מיר וועלן אנקומען צו די אויסגעווארטענע צייטן וואס עס שטייט: וְגָר זְאֵב עִם-כֶּבֶשׂ וְנָמֵר עִם-גְּדִי יִרְבָּץ.
@זבולון מיר ווילען דיר צוריק, אבער ביזדערווייל האב איך וואס צוצולייגען צו די איזשביצע תורה וואס דו האסט געברענגט.
דער פסוק זאגט אונז (שמות לד, ל) וייראו מגשת אליו. ווען משה רבינו איז אראפ דער דריטע מאל פון הר סיני, האבען זיין פנים געשיינט מיט קרני אור, און די אידען האבען מורא געהאט פון איהם און מ'האט נישט געקענט נאנט קומען צו איהם.
זאגט אונז רש"י וייראו מגשת אליו - בא וראה כמה גדולה כחה של עבירה שעד שלא פשטו ידיהם בעבירה מהו אומר (שמות כד) ומראה כבוד ה' כאש אוכלת בראש ההר לעיני בני ישראל ולא יראים ולא מזדעזעים ומשעשו את העגל אף מקרני הודו של משה היו מרתיעים ומזדעזעים:
ווען נישט פאר די עבירה פון כלל ישראל, וואלטען זיי געקענט געהעריג צוקוקען און נאנט קומען צו משה רבינו, און זיי וואלטען געקענט דערהייבען די קרני אור.
די גמרא אין שבת (י:) זאגט אונז ואמר רבא בר מחסיא אמר רב חמא בר גוריא אמר רב הנותן מתנה לחבירו צריך להודיעו וכו' איני והאמר רב חמא ברבי חנינא הנותן מתנה לחבירו אין צריך להודיעו שנאמר ומשה לא ידע כי קרן עור פניו בדברו אתו לא קשיא הא במילתא דעבידא לאגלויי הא במילתא דלא עבידא לאגלויי.
די מסקנא איז אז ווען מ'גיבט א מתנה צום חבר, מוז מען איהם אויסזאגען. דער אויבישטער האט נישט אויסגעזאגט פאר משה רבינו ווייל ער וועט סייווי געוואויר ווערען פון דעם אז כלל ישראל וועט מורא האבען צוצוקומען צו איהם.
הייסט'ס פון דעם וואס כלל ישראל איז געווען אין דער מצב פון וייראו מגשת אליו, וואס כאמור מיינט עס אז זיי זענען געפאלען אין מדרגה צוליעב'ן עבירה זייערער, האט דער אויבישטער מקיים געווען זיין 'פליכט' פון אויסזאגען פאר משה רבינו די מתנה וואס ער האט געקראגען.
די עבירה איז גאר א חלק פון דער פלאן.