☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ר' יואל אשר לאבין הי"ו ענטפערט

ר' יואל אשר לאבין הי"ו ענטפערט

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10729

געוואלדיג » דאנערשטאג יולי 14, 2016 2:29 pm

· #342114
ר' יואל אשר לאבין הי"ו ענטפערט
אלס אנטווארט צו מיין אשכול וועגן זיין עדיטאריעל, האט ר' יואל אשר לאבין הי"ו געשריבן אן עדיטאריעל אין דעם שטערן פון חודש תמוז וואו ער באציהט זיך צו מיינע און אנדערע הערות, און מיט זיין גוטסקייט האט ער מיר דאס געשיקט איך זאל דאס קענען אויך דא מפרסם זיין צו זיין אויפריכטיג און ברענגען ביידע מיינונגען, מיינע הערות וועלן אי"ה נאכפאלגן, דא האט איהר דאס בשלמותו אן קיין טויש.


מיר מוזן לעבן אינעם יעצט

• פארוואס איך גלייב אז מען דארף וואקסינירן.
• פארוואס מען דארף פאלגן די אנגענומענע מהלכים אין מעדיצין.
• וויאזוי ארבעט די סייענטיפישע מעטאד?
• פארוואס א איד דארף רעספעקטירן וויסנשאפט און איר זעהן אלס טייל פון די נפלאות הבורא.
• פארוואס מען טאר נישט ווערן היסטעריש פון אנטי-עסטאבלישמענט באריכטן

"פארוואס מוז איך זיין א תמים און זיך מכניע זיין און זאגן "וואס די רעגירונג זאגט איז אמת" און געבן וואקסינען צו מיינע קינדער אזוי שנעל? איך מעג האבן מיין אייגענע דעה!"

"מיר, וואס וואקסינירן נישט זענען נישט קיין לייכטזיניגע עלטערן, פארקערט גאר, עס וואלט מיר געווען פיל גרינגער צו גיין מיטן שטראם און געבן וואקסינס און נישט האבן קיין פראבלעמען מיט אונזערע מוסדות. נאר מתוך מחשבה רבה און נאך זיך נאכפרעגן, און ליינען ביכער פון ביידע זייטן פון די ארגומענט האבן מיר געמאכט אזא החלטה"

די עדיטאריעל וואס איך האב געשריבן אין פאריגן חודש "שפאקטיוו" איבער געבן וואקסינס פאר די קינדער האט געברענגט א מיני-שטורעם. אסאך אידן האבן זיך פארבינדן מיט מיר און איינער האט פארעפענטליכט א לענגערע בריוו צו ענטפערן אויף מיינע טענות.

איך האב ארויסגעברענגט אז היות אז די מעדיצינישע עסטאבלישמענט און רעגירונגס אגענטורן האבן אנגענומען פאר זיכער אז מען זאל געבן וואקסינען איז דאס אונזער פליכט אלס בירגער און אלס מענטשן וואס זוכן צו מקיים זיין ונשמרתם מאוד לנפשותיכם.

אבער עס זענען פארהאן אסאך מענטשן וואס זענען אויסגעשלאסן אקעגן וואקסינען, עס זענען פארהאן קלוגע מענטשן וואס זענען חולק אויף פארשידענע מעדיצינישע הנחות וואס האט געפירט די מעדיצינישע וועלט צו געבן די אלע וואקסינען. עס זענען אויך פארהאן מענטשן וואס זענען בטבע אנטי-עסטאבלישמענט און קאנספיראציע גלויבער וואס האלטן אז וואקסינען זענען סם המוות וואס א געהיימע קאנספיראציע פון געלט גייציגע קארופטירטע כחות שטופט צו געבן.

צווישן די טענות אקעגן מיינע רייד זענען געווען @געוואלדיג גוטע, געוויסע תמימות'דיגע טעותים און געוויסע איז פארפירעריש. און איך וועל נישט ענטפערן אויף יעדע טענה, נאר איך וועל ארויסברענגען מיין נקודה .

פארן ענטפערן דירעקט איבער וואקסינען וויל איך ברענגען א דיסקוסיע וואס איך האב געהאט און איר משמעות צו אונזער שמועס:

אין א געוויסע אויסגאבע שרייב איך צומאל אנווייזונגען איבער געזונטהייט און סכנה זאכן. א חשובע רפואה עסקנית האט מיר געבעטן איך זאל שרייבן איבער א געוויסע קראנקהייט, זי האט מיר געשיקט איר אינפארמאציע וואס האט פארמאגט די וועגן וויאזוי עס צו מונע זיין און די רעקאמאנדירטע רפואות און מעדיצינישע אנשטאלטן.

וויסנדיג די אחריות פון שרייבן מעדיצינשע זאכן צום ברייטן פובליק האב איך אנגעהויבן פארשן אליין די נושא און רעדן צו דאקטורים, האט זיך ארויסגעשטעלט אז די אינפארמאציע וואס זי האט געגעבן איז נישט די באשטעטיגטע דעה פון די רעגירונג געשטיצטע מעדיצינישע וועלט און איז קעגן די דעה פון רוב מנין און רוב בניין פון די מעדיצינישע וועלט.

איך האב איר אנגערופן זאגן אז איך וועל ליבערשט שרייבן וואס די דורכשניטליכע מעדיצינישע וועלט זאגט. זי האט אנגעהויבן ערקלערן אז זי האט גאר אסאך ערפארונג פון אסאך מענטשן וואס זענען עס אריבער און דאקטורים מיט וועמען זי האט גערעדט וואס האלטן אז די מעינסטרים באהאנדלונג איז נישט גענוג.

איך האב זיך געפינען אין א גרויס פארלעגנהייט. פון איין זייט איז זי א ערליכע און פארשטענדליכע עסקנית וואס פרובירט צו העלפן אין די נושא. וואס זי זאגט לייגט זיך אויפן שכל און אסאך דאקטורים האלטן טאקע אזוי. אבער די גרויסע מעדיצינישע אינסטיטוציעס האלטן נישט אזוי. וואס דארף איך טון?

נאך אסאך יישוב הדעת, דורכלערנען די סוגיות און אריינטראכטן טיף בין איך געקומען צו די מסקנה אז סיי הלכה'דיג און סיי מאראליש דארף איך, און יעדער איד, לכתחילה אננעמען וואס די רוב מנין ורוב בנין פון די מעדיצינישע וועלט האלט. און איך וועל עס ערקלערן:

עס איז אונזער מאראלישע און תורה'דיגע פליכט צו היטן אונזער געזונט. דאס לעבן איז אן עולם המעשה, מיר מוזן אריינכאפן יעדע מינוט און האבן די בעסטע לעבן וואס שייך. א געזונטע לאנגע און פראדוקטיווע לעבן.

די תורה ווארענט אונז "ונשמרתם מאוד לנפשותיכם" מיר מוזן היטן די געזונט.

אבער די תורה זאגט אונז נישט וואס עס באדייט היטן דאס געזונט. די תורה זאגט אונז נישט וויאזוי צו פירן זיך.

די תורה וויל אז מיר זאלן פאלגן די דאקטורים. אזוי זאגט הלכה קלאר אז ווען א דאקטאר הייסט פאסטן יום כיפור אדער מחלל שבת זיין ווייל ער שאצט אז עס איז א סכנה דארף מען אים פאלגן. פיקוח נפש איז דוחה שבת און דער מבין אויף נפש איז דער דאקטאר.

אבער וואס ווייסט דער דאקטאר? דער דאקטאר ווייסט די אמת?

לאמיר אייך פרעגן אן אנדערע שאלה: א איד וואס האט געפאלגט א דאקטאר מיט טויזנט יארן צוריק און געגעסן יום כיפור, ווען מיר ווייסן אז די דאקטורים פון טויזנט יאר צוריק האבן נישט געוואוסט גארנישט איבער א מענטש'ס געזונט. אלזא האבן אידן דעמאלטס מחלל שבת געווען בטעות?

די ענטפער איז קלאר אז נישט. די וועלט פון וויסנשאפט פראגרעסירט, און היינט, מיט א בליק אויף צוריק, ווייסן מיר פאר א פאקט אז די די אמאליגע דאקטורים האבן נישט געוואוסט דעם אמת, האבן געהאט גאר באגרעניצטע אינפארמאציע און האבן געזאגט אומריכטיגע זאכן, אבער פארט האט א איד נישט קיין אנדערע ברירה, מען לעבט נאר אין די וועלט וואס מען קען, און דעריבער דארף מען פאלגן דעם דאקטאר וואס איז אנגענומען אין די פלאץ און צייט וואס מען לעבט.

אז איינער וועט היינט מאכן אן אפעראציע באזירט אויף אינפארמאציע פון אריסטו איז ער א שופך דמים, און טראץ אז דער רמב"ם און רמב"ן האבן אנגענומען זיינע מעדיצינישע הנחות, ווייל בזמנו איז נישט געווען בעסער.

אין די עתיד וועט מען מעגליך קוקן אויף אונזערע דאקטורים ווי מיר קוקן אויף אריסטו, זייער מעגליך, און לויט די פארשנעלערונגען פון פראגרעס וועט עס נישט דויערן קיין טויזנט יארן, אבער פארט קענען מיר נישט לעבן אין יענע רעאליטעט. מיר האבן נאר די יעצט. מיר זענען פארכאפט אין די באקוועמע ארט פון טיים און ספעיס. ווי און ווען מיר געפינען זיך.

מיר לעבן אין א צייט וואס דאקטורים זאגן אמת. א צייט פון "די סייענטיפישע מעטאד" וואס נעמט אריין פארשידענע מהלכים און קאמפליצירטע שטודיעס ווי יעדער איינער קען אפווענדן די שטארקסטע אנגענומענע דאגמעס מיט הארטע אינפארמאציע און קלארע ראיות אין א לאבארטאריע.

אמאל האט מען געלעבט מיט געדאנקען. חכמים האבן געשריבן חידושים איבער די מענטשליכע גוף און דרכי הרפואה באזירט אויף פילאזאפיעס, אמונות און דאגמעס. ווי למשל, אריסטו האט מאמרים ווי ער רעדט איבער די צאל ציינער וואס מענטשן און בעלי חיים האבן, אבער פאר אריסטו איז נישט איינגעפאלן צו טון די פשוטע זאך ווי נעמען א פינגער און מאכן הושיעה את עמך און ציילן די ציינער אין א מויל.

אריסטו איז געווען זייער קלוג און האט געמאכט החלטות אין לעבן באזירט אויף זיינע געדאנקען און סברות, באזירט אויף אינטואיציע.

אט די רפואה, איז בשעתו געווען דאס וואס מיר האבן געמוזט אננעמען, מאראליש און תורה'דיג, ווייל נאר דאס האבן מיר געהאט.

אבער היינט לעבן מיר שוין אין אנדערע צייטן. הונדערטער יארן נאך אריסטו האט וויסנשאפט אנגענומען די געדאנק אז א זאך וואס לייגט זיך אויפן שכל איז אמבעסטן א טעאריע, א געדאנק. אבער זיכער קען נישט ווערן אנגענומען ווי א פאקט.

וויסנשאפטלער האבן זיך אפגעזאגט פון גלאטע סברות, פון זאגן אז זאכן "דארפן" זיין כך וכך לויט סברות און געדאנקען, און זיין גרייט צו אפפרעגן אלעס און זיי אונטערזוכן דורך עקספערימענטן.

אריסטו האט געשאצט, פון סברא, אז ווען א שווערע זאך און א גרינגע זאך פאלן אינאיינעם וועט די שווערע זאך שנעלער לאנדן אויף דער ערד, אבער גלילאו גאלילעי איז שוין נישט געווען צופרידן פון א דאגמע, נאר געבויעט צוויי גליטשערס און געמאכט די עקספערימענטן וואס האבן געוויזן אז ביידע פאלן די זעלבע שנעל דורך די כח פון גראוויטי.

אין פאקט לעבן מיר היינט אין צייטן ווען די מעדיצינישע וויסנשאפט איז ביי א גאר הויכע שטאפל. מען טוישט קערפער טיילן. מען שפילט זיך ארום מיט די-ען-עי און די גאנצע גוף איז אפען און קלאר יעדע סענטימעטער.

"די סייענטיפישע מעטאד" אויף וואס פראגרעס איז באזירט ארבעט גאר גוט. די רעזולטאט זעהט מען יעדע רגע פון טאג, ווען ניינציג יעריגע מענטשן גייען ארום געזונט און שטארק. ווען משפחות לעבן איבער מיט זייערע אלע קינדער אן דעם וואס האלב זאלן שטארבן אין געבורט.

די סייענטיפישע מעטאד ווערט גאר שטארק באשיצט, א וויסנשאפטלער וואס וויל עפעס טוישן אדער זאגן זיין מיינונג קען נישט האלטן זיינע עקספערימענטן שטיל, און מאכן א קאנספיראציע צו קאנטראלירן סייענס איז כמעט נישט שייך און עקזיסטירט נישט. סייענס איז דעמאקראטיש ווי א קליינער סטודענט קען אויפווייזן אז א גרויסער פראפעסער האט א טעות, אויב מאכט ער א קלארע עקספערימענט.

די סייענטיפישע מעטאד ווי יעדער קען אפפרעגן יעדן און אלעס דארף ווערן אויפגעוויזן שווארץ אויף ווייס אן קיין דאגמעס ארבעט גאר גוט. מיר אלע לעבן עס מיט. מיר נוצן מאשינקעס וואס די סייענטיפישע מעטאד שטעלט אונז צו. מיר בויען סאפטוועיר מיט אפענע אינפארמאציע, מיר שמירן בעסיטרעיסאן און מיר לייגן אריין עירקאנדישאנס אין די וואנט אן מורא אז מען פאר'סם'ט אונז, אז די וואנט גייט איינפאלן און אז עס איז פארהאן א ריזיגע קאנספיראציע ארום אונז.

מיר פאלגן די סייענטיפישע מעטאד ווייל עס ארבעט.

עס ארבעט נישט? מאכט זיך לעכער? געשעהט אז עס קומען ארויס רעפארטס אויף טעותים און מעדיצינישע אומפערפעקציעס?

געוויסע מענטשן קענען אנצייגן אויף די אדער יענע חסרונות. און זיי זענען גערעכט, מיר לעבן נאכנישט אין קיין אוטאפיע, די תיקון עולם פאדערט נאך אסאך תיקון, אחכה לו בכל יום שיבוא, אבער ביז דאן האבן מיר אויך נישט קיין אנדערע ברירה ווי אננעמען די וויסנשאפטליכע פארשריפטן און לעבן אין די יעצט. מיר האבן פשוט נישט קיין אנדערע ברירה נישט מאראליש און נישט תורה'דיג.

אנצייגן אז עס איז נישט פערפעקט ברענגט אונז נישט גארנישט. די אמאליגע רפואה האט נישט געארבעט, די רפואה פון די עתיד איז נאכנישט דא, און מיר מוזן פשוט אננעמען וואס די מעדיצינישע וועלט זאגט, ווייל מיר ווילן נישט זיין ווי א בלעטל אין די ווינט, און ווייל מיר ווילן לעבן.

וועמען זאלן מיר נאכגיין?

אנשטאט גיין צו א שפיטאל און אויסהיילן מחלות, קען מען זוכן נאטורליכע היילערס וואס ברענגען אלטערנאטיווע מיטלען פון ארבע כנפות הארץ, אבער אז מען טראכט גוט ווייסט מען אז דאס איז נישט די וועג. מיר דארפן נאכגיין וואס די רוב מנין ובנין פון די מעדיצינישע וועלט הייסט אונז נאכגיין. מיר דארפן פאלגן וואס די רעגירונג, די וויסנשאפט וועלט און די אנגענומענע אינסטיטוציעס פון סייענס און געזונט זאגן אונז.

מיר לעבן אין א צייט ווען וויסנשאפט איז בעל הבית אויף די וועלט. די וויסנשאפט זאגט פאר די וועלט פון ביזנעס און הערשאפט וואס צו טון און נישט די אנדערע וועג. די פאקט אז כבוד, געלט, ביזנעס און רעגירונג דארפן אלע צוקומען צו וויסנשאפט און דאס געט וויסנשאפט אסאך כח.

די וויסנשאפטלער זענען אויסגעשטעלט צו קריטיק. זיי מוזן צוקומען צו רעגירונג שטיצע און דעת הקהל און זייערע חידושים ווערט אויספרובירט און קריטיקירט אזוי אז קאנספיראציעס און טעותים איז ממש נישט מעגליך.

**

איך וויל מודה זיין איבער א זאך וואס האט מיר געשטערט, און ווער עס האלט מיט מעדיצינישע פארשריט און ליינט מעדיצינישע באריכטן קען ווערן צעמישט.

לאמיר נעמען איין דוגמא: איין טאג דערציילט די קעפל אז עס איז גאר אומגעזונט צו עסן זאלץ. זאלץ איז איינס פון די עלעמענטארע כעמישע יסודות. זי האט א השפעה אויף די נערוו סיסטעם און די מוסקלען און איז אקטיוו אין די בלוט געלויף פון הארץ. זי קען העכערן בלוט דרוק און דעריבער דארף מען אכטונג געבן מיט זאלץ ווייל זי קען העכערן די בלוט דרוק. מענטשן וועלן לכבוד דעם זיך אכטונג געבן און מינימיזירן מיט עסן זאלץ. א שטיק צייט שפעטער זאגט א שטודיע אז עס איז דייקא זייער וויכטיג צו עסן זאלץ און מענטשן וואס האבן נישט געהאט גענוג זאלץ אין זייער דיעטע זענען אין א סכנה.

ווער עס האלט מיט די שטודיעס זעהט עס יעדן טאג. איין טאג מיט פרוכט, איין טאג מיט פעטנס, צומאל מיט וויין, מיט אייער, מיט פייבער און אזוי ווייטער. אמאל ליינט מען איבער די וויכטיגקייט פון אסאך איבונגען, און דאן ליינט מען אז איבערגעשטרענגטע איבונגען איז די ארגסטע זאך. באקומען אסאך שטראלן פון די זון איז גאר גוט, אבער איין טאג קען מען ליינען אז זי ברענגט קענסער ל"ע און אזוי איז מיט נאך אסאך זאכן.

נאכן מיטהאלטן די אלע סתירות'דיגע באריכטן קען עס ברענגען א מענטש צו מאדנע מסקנות, וואס גייט דא פאר? איז דאס אלעס איין גרויסע שפיל?

עס איז דא מענטשן וואס לכבוד דעם פארלירן זיי זייער גאנצע צוטרוי אין די מעדיצינישע וועלט און אין די סייענטיפישע מעטאד.

אבער מען דארף דאס האלטן אין פרעספעקטיוו, מיר דארפן געדענקען אז וויסנשאפט און מעדיצין האט אונז שוין אין פאקט גאר דראמאטיש פארלענגערט דאס לעבן און געמאכט אונזער לעבן אסאך בעסער און געזונטער.

די סארטן ארטיקלען וואס צייטונגען ברענגען זענען בדרך כלל נישט קיין הארטע וויסנשאפט, נאר באזירט אויף האלבע סטאטיסטיק און זענען געווענליך נישט קלאר און האבן נישט קיין ערנסטע משמעות.

רוב פון די הין און צוריק זאכן זענען דרויסנדיגע לייף-סטייל און דיעטע מיינונגען ווי די מעדיצינישע וועלט מוטשעט זיך צו אוועקשטעלן קלארע ליינס. און ווען זאכן זענען נישט קלאר זענען פארהאן מענטשן מיט אגענדעס וואס שטופן זייערע אינפארמאציע און דעריבער וועט מען ליינען אז וויין אדער טשאקאלאד, מילך אדער פלייש איז געזונט, די באריכטן ווערן געווענליך געשטופט דורך די גרויסע אינדוסטריעס וואס פרובירן צו ברענגען האלבע אדער צווייפלהאפטיגע באריכטן צו פארשטערקערן די צוטרוי אין זייער פראדוקט און גרעסער מאכן זייערע פראפיטן.

אבער עס דארף נישט צעמישן א מענטש, ווייל אז א מענטש איז באלאנסירט שפירט ער וואס עס איז גוט פאר אים און וואס נישט. די גוף שפירט וואס מען טוט צו איר און א מענטש וואס איז באוואוסטזיניג איבער זיין גוף ווייסט ווען ער טוט גוטס אדער שלעכטס צו זיין גוף.

מען קען ליינען די אדער יענע שטודיע, אבער א מענטש שפירט אז געזונטע, נאטורליכע זאכן מאכן אים שפירן גוט. אז מען עסט געזונט שפירט מען גוט. אז מען עסט א דיעטע פון פרוכט, גרינצייג, גענוג וואסער, פראטעין און פייבער שפירט מען גוט.

אז מען מאכט איבונגען און מען שלאפט גענוג שפירט מען גוט. און אז מען פירט זיך אזוי ווערט מען נישט צעמישט פון באריכטן. מען ווייסט אז פון שלאפן ווייניג און טרונקען אסאך קאפעין און צוקער צו אויפהייטערן די נאטורליך מידע גוף איז נישט גוט. מען שפירט אז עסן אסאך ברויט איז נישט גוט און זיך איבערעסן איז נישט געזונט.

אז מען איז מחובר צו די גוף ווייסט מען אז איבונגען מאכט די גאנצע טאג בעסער, מען דארף נישט לויפן צו עקסטרעם און מעסטן די אינטשעס פון די מוסקלען אדער עסן שטרוי, נאר פשוט לעבן מיט א פארשטאנד און געפיל צו אונזער גוף. אונזער געטרייע לעבנס-שותף פאר אונזער נשמה.

**

"אבער למעשה, די וואקסינען זענען מלא וגדוש מיט מסוכן'דיגע זאכן, איך האב אליין געהערט פון א דאקטאר..."

"'מיינע פארשונגען צייגן אז די וואקסינס, וואס די דאקטורים און רעגירונג הייסן נעמען פארמאגט די מסוכן'דיגע מוירקערי, אפפאל פון בהמות, קערפער טילן פון מאנקיס"

" ווער גיבט אונז רשות צו אריינלייגן אין אונזערע קינדער די לעבנס מסוכנדיגע מוירקערי וכדו' צו (מכלומערשט) אפהאלטן א נישט לעבנס סכנה פון מיזעלס"

דאס זענען אקטועלע ציטאטן פון מענטשן וואס האבן זיך מתייחס געווען צו מיינע רייד. און מיין ענטפער וועט זיין אזוי:

אויב איינער גלייבט באמת אז ער פארשטייט בעסער ווי די דאקטורים. אדער אמווייניגסטנס אז ער האט געליינט עפעס וואס איז באמת מער גרונטליך און קלאר ווי דאס וואס די מעדיצינישע וועלט האלט, קען איך אים נישט אפהאלטן.

אויב איינער טענה'ט אז ער האט געפארשט און געקומען צו מסקנות אנדערש ווי די מעדיצינישע וועלט, באזירט אויף די סייענטיפישע מעטאד זאגט, קען איך אים נישט אפהאלטן.

אבער א ציבור וואס האט אזוי ווייניג מעדיצינישע וויסנשאפט ווי אונזער ציבור, ווי ניין און ניינציג פראצענט ציבור קען נישטאמאל אפליינען א מעדיצינישע שטודיע, מוז אננעמען וואס די עולם הרפואה זאגט, און נישט וואס די אלטערנאטיווע, אנטי עסטאבלישמענט זאגט.

די גאנצע וויסנשאפטליכע וועלט שטיצט וואקסינען, אלע וויסנשאפטלער און אלע מעדיצינישע זשורנאלן. עס זענען שוין געמאכט געווארן אומצאליגע שטודיעס אויף דעם ענין, און די וויסנשאפטליכע מסקנא איז אייביג דאס זעלבע.

די וואס גלייבן אין אלטערנאטיווע און קאנספיראטארישע מעדעצין מוזן אננעמען אז עס איז פאראן א ריזיגע קאנספיראציע צווישן אלע וויסנשאפטלער צו אונטערדרוקן זייער מיינונג.

צו געבן וואקסינען איז נישט קיין קליינליכע החלטה און קען נישט זיין באזירט אויף האלבע שטיקלעך אינפארמאציע, דאס איז א גאר ערנסטע החלטה וואס נעמט אריין גאר אסאך, און מוז ארבעטן אין קאארדינאציע מיט א געוואלדיגע גרויסע נומער פון וויסנשאפטלער און פארשער.

אז א יחיד האלט זיך פאר גענוג א בר סמכא צו גיין אנדערש ווי די גאנצע מעדיצינישע וועלט, באזירט אויף זיין אייגענע פארשטאנד אדער אויף זיין אייגענע גורו אין וועמען ער גלייבט, קען איך אים נישט אפהאלטן, אבער צו קאמפיינען ביי אן אומוויסנדע פובליק וואס גלייבט שנעל פסעוודא-סייענס און פאלט שנעל א קרבן צו קאנספיראציע טעאריעס איז א אחריות וואס מיר קענען נישטאמאל שאצן אירע פאלגן.

א ציבור וואס האט נישט קיין טיפע פארשטאנד אין ווינסשאפט און וואס קען אייביג אננעמען אנעקדאטן שטארקער ווי וויסנשאפט, און קענען נוצן אזוינע אנעקדאטן ווי "יענער רויכערער רייכערט שוין אכציג יאר" און ממילא איז רייכערן יא בסיידר. אדער "קלימאט טויש איז שטותים, א ליבעראלע קאנספיראציע" מיט די שטארקע טענה אז "קוק, אזא קאלטע ווינטער טאג איז היינט אז מיין נאז איז געפרוירן געווארן" אזא געמיינדע איז אויסגעשטעלט צו פאלן א קרבן צו יחידים וואס שטעלן זיך אקעגן די גאנצע מעדיצינישע וועלט.

מענטשן מיט צוטריט צו וויסנשאפט ווייסן אז אנעקדאטן זענען נישט סייענס, ווייל מען באטראכט נישט טיף די שרשים. מען מאכט נישט קיין טעסט און קיין לאבארטאריע מעסט עס נישט. אבער אז מען פארשטייט נישט, קען מען ווערן מבולבל און פאלן א קרבן צו שקרים און קאנספיראציעס.

אויב איינער וויל גלייבן אין קאנספיראציעס איז עס א אייגענע החלטה, אבער אז עס איז אין א שטח ווי עס קען קאסטן קרבנות, און ווי די רעזולטאטן קענען זיין זייער שלעכט, איז עס א שרעקליכע סכנה!

שטעלט אייך פאר די אנטיסעמיטיזם וואס עס קען פאסירן אויב מענטשן וועלן גלייבן אז אידן האבן פארשפרייט א מחלה, דורך נישט וואקסינירן די קינדער. איז דא א גבול צו ווי גרויס די סכנה קען גיין?

**

אוודאי זענען דא גרויסע טענות קעגן אסאך אנגענומענע זאכן אין די מעדיצינישע וועלט, אבער אז דאס זאל ווערן א אנגענומענע צוגאנג אין א געמיינדע ווי די צוגאנג צו וויסנשאפט איז באזירט, איז מסוכן פון אלע וועגן. עס ברענגט א פארלוירענקייט, טמטום, און גלויבן אין קאנספיראציע און דמיונות. עס ברענגט א פלייץ פון איגנאראנץ און אלדאס בייזנס.

"די וואס קענען נישט די כללים און אנווייזונגען פון היינט זענען די שווידלערס און אנזעצער פון מארגן" האב איך געזעהן א ציטאט וואס איז קלאר און אמת.

אסאך שווינדלעריי און אנזעצעריי איז א רעזולטאט פון נעכטיגע איגנאראנץ, און מיר מוזן מאכן זיכער נישט צו אנגרייטן די מארגענדיגע אומקאמפאטענץ
עס איז נישט בלויז געזונט, נאר מען מוז אויספאלגן די דרך העולם און שכל הישר פון סאסייעטי, בירגערשאפט, מענטאל העלט און פינאנץ.

**

און לאמיר ענטפערן אויף די טענה: "וויסנשאפט איז כפירה"

געוויסע סייענטיסטן האבן פארשפרייט כפירה אויף די וועלט? יא, געוויס. ליידער.

ליידער, די הסתרת פנים ברענגט אז געוויסע וויסנשאפטלער פרעדיגן כפירה. אבער די רעאקציע צו דעם דארף זיין מגביר זיין די אור פון אמונה, און נישט ארויסגיין אין א הילפסלאזא מערכה אקעגן וויסנשאפט בכלל.

איז עס דען אויסגעהאלטן לויט די אמונה צו זיין קעגן וויסנשאפט? קענען מיר דען צומאכן די אויגן און נישט זעהן יד השם אין די פראגרעס פון די בריאה?

איז נישט "נאסא" א מערכת וואס טראגט מענטשהייט ארויס פון ספעיס און גרייכט די העכערע ספערן, א געטליכע ערשיינונג? געוויס איז זי יא!

מיר דארפן וויסן אז אסאך וויסנשאפטלער זענען דווקא מאמינים און מענטשן וואס שפירן א געוואלדיגע הכנעה צום בורא העולם הרופא כל בשר ומפליא לעשות.
דער גלויביגער וויסנשאפטלער איז דער מענטש וואס שטייט און באטראכט די שטערנס און פרעגט מי ברא אלה און זינגט שירה צו די עמקי המציאות.
ווען דער חובת הלבבות וואלט געלעבט היינט וואלט ער געוויס געשריבן אין שער הבחינה איבער די חכמה וואס הקב"ה האט געשאנקען מענטשן צו קענען גיין אויף די לבנה.
די מציאות איז נישט אונזער שונא, וויסנשאפט קען זיין די כלי דורך וועלכע א מענטש קען לעבן א לעבן למצוא חן ושכל טוב בעיני אלקים ואדם

קל וחומר » דאנערשטאג יולי 14, 2016 2:55 pm

· #342118
Re: ר' יואל אשר לאבין הי"ו ענטפערט
נאכנישט דורכגעליינט, אבער אז דו רעדסט שוין יא מיט אים, בעט אים ביטע אז ער זאל געהעריג אריינקומען מיטן ניק.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יולי 14, 2016 3:10 pm

· #342120
שטארק הנאה געהאט. כ'האב קיינמאהל דורכגעטוהן די נושא פון וואקסינען, במושכל ראשון זעה איך נישט פארוואס כ'זאל עס מער דורכטוהן ווי די סוגיא פון הארץ טרענספלענטס.

אבער בעיקר האביך הנאה געהאט פון אלע אנדערע נקודות, חוץ פון וואקסינען, כ'האב אבער מורא אז מחודש לחודש ווערט ער מער געוואגט.

ער ברענגט ארויס וויכטיגע יסודות פון וועלכע אנדערע שטייען ווייט, ער האלט דקות'דיג אן אן איידעלען באלאנס, כ'האף עס איז גענוג שלא לבייש את מי שאין לו.

יב הלוי סאלאווייטשיק » דאנערשטאג יולי 14, 2016 3:37 pm

· #342128
Re: ר' יואל אשר לאבין הי"ו ענטפערט
דברים ברורים ובהירים..
אזא פעדער קימט אראפ איימאל אין טוזנט יאר.! מי ידמה לו..

איש עברי » דאנערשטאג יולי 14, 2016 4:47 pm

· #342135
[ציטאט אראפגענומען]


די טעקסט וואס משזר האט דא געשריבען דארף געלערנט ווערן אלס משל פון א שטיקל טעקסט וואס איז זיך סותר מניה וביה, וואס אנטהאלט נישט קיין איין שטיקל לאגיק בלויז לופטיגע רעטאריק און פערזענליכע אטאקעס.
וואס פונקטליך איז נישט קלאר אין יואל אשר'ס ארטיקל?

אויב האסטו נאר געוואלט מגלה זיין ברבים אז "איך בין אויך א שרייבער" דעמאלטס לייגט די תגובה די פאקט אונטער א פראגע צייכן, נישט נאר דיין שרייבערישע טאלאנט, נאר דיין יכולת צו ליינען א טעקסט און פארשטיין די מכוון.

די ארטיקל איז אביסל צו לאנג לטעמי, ווייל לדעתי דארף דער ענטפער פאר די אלע אנטי סייענס-ניו עידש-אלטארנאטיוו-פסאוודו סייענטיסטס זיין זייער קורץ און שארף, סייענס איז טרוקענע פאקטן, אלעס איז קלאר און דורכזיכטיג, מען מאכט נישט די החלטות איבער וואקסינען אין לשכות פון בתי דינים, נאר די סטאטיסטיקס און פארשונגען זענען גלוי וידוע לכול, און ווער עס וויל איינשטעלן זיינע קינדער זאל זיך אפציען למקום ציה ושוממה און נישט שטעלן אין געפאר אונזערע קינדער ווייל ער האט זיך אנגעגעסן מיט פארשטינקענע קאנספיראציעס.

אבער די ארטיקל איז א מייסטער ארבעט, עס ברענגט ארויס גאנץ קלאר אז סייענס איז קלארע פאקטן, נישט קיין השערות, און נישט קיין רבני'שע בויכווייטאג, ער האט זיך באצויגען צו די פאקט אז דיאטישע רעקאמענדאציעס טוישן זיך אפט און האט געזאגט אז עס איז דא ספעציעלע אינטערעסן גרופעס וואס מאכן זיכער אונז צו דרייען א קאפ, און עס איז נישט קיין "הארטע סייענס" גאנץ קלאר ארויסגעברענגט אז צו נעמען א ראיה פון דעם וואס די עולם הרפואה טוישט די מיינונג איבער די צאל זאלץ אין די דיעטע צו וואקסינאציע איז אזוי ווי ציען א פאראלעל פון דעם וואס סייענס האט זיך טועה געווען לגבי קוואנטום פיזיק'ס אז די וועלט איז בעצם פיר עקיג.

און יא מ'מוז טראסטן דאקטוירים! צו זאגן אז מיר קענען פון ליינען אפאר ביכער און אנליין בלאג'ס קומען צו מסקנות און פארשטיין בעסער ווי א מענטש וואס האט געלערנט זיבן יאר רפואה און פראקציטירט דרייסיג יאר רפואה איז נאריש, איגנאראנט, און מסוכן, איך זעה נישט וויאזוי מען קען זאגן אנדערש....

איש עברי » דאנערשטאג יולי 14, 2016 5:31 pm

· #342144
אנאנים, קודם כל לאמיר נידערן די טענער, די ביזט באמת א בעל כשרון, און דיינע ארטיקלען זענען על פי רוב שפתיים יישק.

יעצט איז אזוי, אין דיין אנטפער האסטו אנגעוויזן אז יואל אשר האט גענוצט בלויז רעטאריק, און די זעלבע צייט וואס די האסט געטון גענוי דאס זעלביגע. האסט אויסגעפירט מיט פאטאס מה לך אצל רפואה ווי גלייך די ביזט נארוואס ארויס פון מעדיקעל סקול, אין די צייט וואס לדעתי האסטו נישט אפילו פרובירט צו פארשטיין יואל אשר'ס טענה, און האסט זיך אפילו נישט באצויגן צו די צענטראלע נקודות וואס ער רירט אן קלאר און צווישן די שורות.

1) קודם כל ניין, די וואס זענען פרא וואקסינען און קעגן וואקסינען זענען נישט צוויי קעגנגעזעצטע לעגיטימע מיינונגען, א זאך וואס איז אנגענומען ביי רוב רובו פון עולם הרפואה קען ווערן פאררעכנט כעמט ווי א פאקט, אין די צייט וואס אלע קעגנער בויען זייער התנגדות אויף אנעקדאטן, פחדים, און באבע מעשיות.
2) דאס וואס די עולם הרפואה טוישט זייער בליק, איז עס געווענליך אויך מינדערוויכטיגע זאכ'ן וואס איז נישט שייך צו קומען צו קיין קלארע מסקנות, זאכן ווי נוטרישאנס וואס יעדער איינער איז אנדערש, און אזוי אויך די יסודות בלייבן בערך די זעלבע, און עס האנדלט זיך פון זאכן וואס מען קען קוקן דערויף פון פארשידענע אספעקטן, אבער וואקסינען צו היילן עפידעמיעס איז הארטע קלארע אויסגעפרואווטע סייענס, און עס איז קלאר אז עס וועט קיינמאל נישט זיך טוישן.

בכל אופן אזוי ווי די פירסט אויס אז די קענסט דורכגיין די נקודות אחת אחת, לאמיר זען, אדרבא, איך זאג נאכאמאל אז איך זעה נישט דא קיין צוויי זייטן בכלל.

געוואלדיג » דאנערשטאג יולי 14, 2016 9:11 pm

· #342178
wow נאך פאר איך האב געהאט רעכט מייט צו אנאליזירן זיין שרייב ארבעט טוהט זיך שוין אויף טישן און בענק.

איך וועל זיך דייקא נישט באציהען צו ר' יואל אשר'ס ווערטער וועגן אנדערע ענינים ווייל לא על זה אנו דנים און באמת קומט דאס בכלל נישט דא אריין, נאר עס זעהט מיר אויס ווי א טריק פון אלע וואס האבן נישט קיין קלארע ענטפער אז מען איז כולל אלע קאנספיראציע גלויביגער אין איינס און מען מאכט א גזירה שוה,

איך וועל נאר רעדן וועגן זיינע ווערטער בנוגע וואקסינען, ער האט אנגעהויבן זיין ארטיקל מיט אפאר שאלות וואס נאר איינע פון זיי איז נוגע אהער,


"פארוואס איך גלייב אז מען דארף וואקסינירן.

"פארוואס מוז איך זיין א תמים און זיך מכניע זיין און זאגן "וואס די רעגירונג זאגט איז אמת" און געבן וואקסינען צו מיינע קינדער אזוי שנעל? איך מעג האבן מיין אייגענע דעה!"

"מיר, וואס וואקסינירן נישט זענען נישט קיין לייכטזיניגע עלטערן, פארקערט גאר, עס וואלט מיר געווען פיל גרינגער צו גיין מיטן שטראם און געבן וואקסינס און נישט האבן קיין פראבלעמען מיט אונזערע מוסדות. נאר מתוך מחשבה רבה און נאך זיך נאכפרעגן, און ליינען ביכער פון ביידע זייטן פון די ארגומענט האבן מיר געמאכט אזא החלטה"


"אבער למעשה, די וואקסינען זענען מלא וגדוש מיט מסוכן'דיגע זאכן, איך האב אליין געהערט פון א דאקטאר..."

"'מיינע פארשונגען צייגן אז די וואקסינס, וואס די דאקטורים און רעגירונג הייסן נעמען פארמאגט די מסוכן'דיגע מוירקערי, אפפאל פון בהמות, קערפער טילן פון מאנקיס"

" ווער גיבט אונז רשות צו אריינלייגן אין אונזערע קינדער די לעבנס מסוכנדיגע מוירקערי וכדו' צו (מכלומערשט) אפהאלטן א נישט לעבנס סכנה פון מיזעלס"

דאס זענען אקטועלע ציטאטן פון מענטשן וואס האבן זיך מתייחס געווען צו מיינע רייד. און מיין ענטפער וועט זיין אזוי:

אויב איינער גלייבט באמת אז ער פארשטייט בעסער ווי די דאקטורים. אדער אמווייניגסטנס אז ער האט געליינט עפעס וואס איז באמת מער גרונטליך און קלאר ווי דאס וואס די מעדיצינישע וועלט האלט, קען איך אים נישט אפהאלטן.

אויב איינער טענה'ט אז ער האט געפארשט און געקומען צו מסקנות אנדערש ווי די מעדיצינישע וועלט, באזירט אויף די סייענטיפישע מעטאד זאגט, קען איך אים נישט אפהאלטן.


דא באמת איז ר' יואל אשר מסכים מיט מיינע ווערטער אז אויב האט מען געפארשט און אנגעקומען צו אנדערע מסקנות ווי די מעדעצינישע וועלט קען מען איהם נישט אפהאלטן, נאר איך גיי מיט א טריט ווייטער און זאג אז עס איז נישט דומה צו מעדעצין וואס מען געטרויעט מער דעם דאקטער, נאר מען איז מחויב אליין צו פארשן מחמת כמה סיבות 1. ווען עס קומט צו א נישט געזונטער מענטש דארף מען חוקר זיין וואס איז ערגער די יעצטיגע קרענק אדער די סייד עפעקטס פונעם מעדעצין, אבער ווען מען רעדט פון א געזונטן מענטש איז די ספק צווישן וודאי יעצטיגע סייד עפעקס צו א ספק פון א עתיד'דיגע קרענק און אויב אזוי דארף מען זיך אסא מער צוריק האלטן, 2. אפילו ביי א קרענק וועט מען אלס פרעגן א סעקאנד אפיניאן, 3. אין מעדעצין האט דער דאקטער דאס לכה"פ שטודירט, משא"כ וואקסינען וואס די דאקטוירים שטודירן אינגאנצן נישט, איך געדענק ווי נאך מיין ערשטע איז געבוירן און די דאקטער האט געוואלט געבן וואקסינען האבן אונז געבעטן עפעס מער אינפארמאציע, האט זי אונז געגעבן א פאמפלעט פון צוועלף זייטן אן קיין שום ערנסטע אינפארמאציע מער ווי וועלכע וואקסין זאל מען געבן אין וועלכע צייט, און דאס האט אונז געמאכט אנהייבן פארשן, איי וועסטו פרעגן אקעי דער דאקטער האט דאס טאקע נישט שטודירט אבער די גרויסע קארפן קעפ פון די cdc האבן יא, וועל איך דא ברענגען צוויי קורצע קליפס פון קאנגרעס פארהערן, ווי מען קען הערן וויפיל שטודיעס זיי האבן געמאכט.

און ניין, מיין החלטה איז אינגאנצן נישט געבויעט אויף יו טוב קליפס, אבער פאר א קורצע שאק איז דאס גענוג אויף צו אנהייבן פארשן,

דא איז איינע ווי זיי זאגן אז די לעצטע מאל מען האט געפארשט מוירקעי אין וואקסענען איז געווען אין 1939 אויף 6 מענטשן מיט מענעדזשיירעס וואס אלע פון זיי זענען געשטארבן!!!!!,

און די צווייטע ווי זיי זאגן בפה מלא אז זיי האבן קיינמאל נישט געמאכט קיין סטאדי צווישן וואקסינירטע און נישט וואקסינירטע צו זעהן צו עס איז דא העכערע אדער נידריגערע רעיטס ביי די וואקסינירטע vs נישט וואקסינירטע!!!!

4. אין א וועלט ווי די דאקטוירים ווערן באלוינט פאר יעדע וואקסין וואס זיי געבן, דארף איך מפקפק זיין אין די אויפריכטיגקייט פון זייערע ווערטער.

אבער א ציבור וואס האט אזוי ווייניג מעדיצינישע וויסנשאפט ווי אונזער ציבור, ווי ניין און ניינציג פראצענט ציבור קען ניטאמאל אפליינען א מעדיצינישע שטודיע, מוז אננעמען וואס די עולם הרפואה זאגט, און נישט וואס די אלטערנאטיווע, אנטי עסטאבלישמענט זאגט.


דאס איז גאר א ברייטע סטעיטמענט ואין לה על מי להשען, פארוואס עפעס מיינט ער אז מיר זענען אלפאבעטן וואס קענען נישט ליינען קיין שטודיעס? און אויב איז טאקע אזוי, איז דען דאס א סיבה צו טוהן אומ'אחריות'דיגע שריט? אולי איז דאס א סיבה צו לערנען א בעסערע ענגליש?

די גאנצע וויסנשאפטליכע וועלט שטיצט וואקסינען, אלע וויסנשאפטלער און אלע מעדיצינישע זשורנאלן. עס זענען שוין געמאכט געווארן אומצאליגע שטודיעס אויף דעם ענין, און די וויסנשאפטליכע מסקנא איז אייביג דאס זעלבע.

סתם א שקר, דוק ותשכח

די וואס גלייבן אין אלטערנאטיווע און קאנספיראטארישע מעדעצין מוזן אננעמען אז עס איז פאראן א ריזיגע קאנספיראציע צווישן אלע וויסנשאפטלער צו אונטערדרוקן זייער מיינונג.
ניין גענוג וויסנשאפטלער זאגן הויעך און קלאר זייער מיינונג נאר אין די cdc איז דא א מהלך פון פארשווייגן ווער עס זאגט אנדערש דורך צונעמען יענעמס לייסנס וכדו'.

צו געבן וואקסינען איז נישט קיין קליינליכע החלטה און קען נישט זיין באזירט אויף האלבע שטיקלעך אינפארמאציע, דאס איז א גאר ערנסטע החלטה וואס נעמט אריין גאר אסאך, און מוז ארבעטן אין קאארדינאציע מיט א געוואלדיגע גרויסע נומער פון וויסנשאפטלער און פארשער.
אמת, און עס איז טאקע דא פילע פילע וויסנשאפטלער און פארשער וואס שרייען און רודערן קעגן דעם.

אז א יחיד האלט זיך פאר גענוג א בר סמכא צו גיין אנדערש ווי די גאנצע מעדיצינישע וועלט, באזירט אויף זיין אייגענע פארשטאנד אדער אויף זיין אייגענע גורו אין וועמען ער גלייבט, קען איך אים נישט אפהאלטן, אבער צו קאמפיינען ביי אן אומוויסנדע פובליק וואס גלייבט שנעל פסעוודא-סייענס און פאלט שנעל א קרבן צו קאנספיראציע טעאריעס איז א אחריות וואס מיר קענען נישטאמאל שאצן אירע פאלגן.

א ציבור וואס האט נישט קיין טיפע פארשטאנד אין ווינסשאפט און וואס קען אייביג אננעמען אנעקדאטן שטארקער ווי וויסנשאפט, און קענען נוצן אזוינע אנעקדאטן ווי "יענער רויכערער רייכערט שוין אכציג יאר" און ממילא איז רייכערן יא בסדר. אדער "קלימאט טויש איז שטותים, א ליבעראלע קאנספיראציע" מיט די שטארקע טענה אז "קוק, אזא קאלטע ווינטער טאג איז היינט אז מיין נאז איז געפרוירן געווארן" אזא געמיינדע איז אויסגעשטעלט צו פאלן א קרבן צו יחידים וואס שטעלן זיך אקעגן די גאנצע מעדיצינישע וועלט.


סתם רעטאריק

מענטשן מיט צוטריט צו וויסנשאפט ווייסן אז אנעקדאטן זענען נישט סייענס, ווייל מען באטראכט נישט טיף די שרשים. מען מאכט נישט קיין טעסט און קיין לאבארטאריע מעסט עס נישט. אבער אז מען פארשטייט נישט, קען מען ווערן מבולבל און פאלן א קרבן צו שקרים און קאנספיראציעס.


100% גערעכט און נישט אויף אנעקדאטן איז געבויעט די החלטה נאר אויף ערנסטע שטודיעס (אדער נישט שטודיעס) זאגאר פון די cdc אליין וואס זיי ווילן נישט אז מען זאל וויסן אז מען האט געמאכט אדער נישט געמאכט, ווי למשל אויבן דערמאנט.

אויב איינער וויל גלייבן אין קאנספיראציעס איז עס א אייגענע החלטה, אבער אז עס איז אין א שטח ווי עס קען קאסטן קרבנות, און ווי די רעזולטאטן קענען זיין זייער שלעכט, איז עס א שרעקליכע סכנה!


ווייטער סתם רעטאריק, ווער רעדט פון קאנספיראציעס און ווער רעדט פון גלייבן? מען רעדט פון אביסל נאכזוכן און זיך אליין איבערצייגן.

שטעלט אייך פאר די אנטיסעמיטיזם וואס עס קען פאסירן אויב מענטשן וועלן גלייבן אז אידן האבן פארשפרייט א מחלה, דורך נישט וואקסינירן די קינדער. איז דא א גבול צו ווי גרויס די סכנה קען גיין?


ווייטער סתם רעטאריק און אפשרעק מעטאדן, די אנטיסעמיטן וועלן סייווי טרעפן אויף וואס זיך צו פארלייגן, און לידיעתך איז דא פיל א גרעסערע פראצענט גוים וואס גיבן נישט וואקסינען טאקע פון די וואס קענען יא ליינען אליין מעדעצינישע שטודיעס ווי אידן, ליידער.

און די איבריגע חלק פון די ארטיקל איז ווייטער ווערטער וואס האבן נישט קיין שייכות צו וואקסינען און אונזער נושא.

און יעצט פיל איך א חוב צו דאנקען ר' יואל אשר פאר ארויפברענגען אזא וויכטיגע נושא אויפן אויבערפלאך און אויסשמועסן זיין מיינונג, חן חן לך עלה והצלח מיט דיינע חשוב'ע ווערק.

שמערל » דאנערשטאג יולי 14, 2016 9:35 pm

· #342181
טיימירסאל ווערט נישט גענוצט היינט אין וואקסינס, חוץ אין געוויסע פלו וואקסינען וואס מען קען פארלאנגען פון דאקטאר א אלטענטיווע פארם וואס אנטהאלט עס נישט. קענסטו מסביר זיין פארוואס נאכן שטודירן די נושא מיט א טיפקייט רעדסטו בכלל דערפון?

<a class="postlink" href="https://www.google.com/search?q=is+thimerosal+still+in+vaccines&oq=is+thumersol&aqs=chrome.1.69i57j0l3.8094j0j4&client=ms-android-hms-tmobile-us&sourceid=chrome-mobile&ie=UTF-8">https://www.google.com/search?q=is+thim ... e&ie=UTF-8</a>

בר דעת » פרייטאג יולי 15, 2016 10:54 am

· #342298
אבער א ציבור וואס האט אזוי ווייניג מעדיצינישע וויסנשאפט ווי אונזער ציבור, ווי ניין און ניינציג פראצענט ציבור קען ניטאמאל אפליינען א מעדיצינישע שטודיע, מוז אננעמען וואס די עולם הרפואה זאגט, און נישט וואס די אלטערנאטיווע, אנטי עסטאבלישמענט זאגט.


דאס איז גאר א ברייטע סטעיטמענט ואין לה על מי להשען, פארוואס עפעס מיינט ער אז מיר זענען אלפאבעטן וואס קענען נישט ליינען קיין שטודיעס? און אויב איז טאקע אזוי, איז דען דאס א סיבה צו טוהן אומ'אחריות'דיגע שריט? אולי איז דאס א סיבה צו לערנען א בעסערע ענגליש?

למעשה איז ער גערעכט אז אין א ציבור ווי רוב טאטעס און אפילו מאמעס - וואס נעמען קעיר פון די קינדערס געזונט - האבן נישט קיין פארשטאנד אין מעדיצין און געזונט, מוז מען אננעמען די אפיציעלע דעה, ווייל דער ציבור איז נישט גרייט צו קענען אליין פארשן. דאס איז א סיבה צו קענען ענגליש, טאקע אמת. אבער פאר די יעצט איז ר' יואל אשר גערעכט.

איך האלט אז ער האט א פוינט אז מיר מוזן האבן מער טראסט אין די סייענטיפיק סאסייעטי, און דעריבער אננעמען וואס די מאיאריטאט דאקטורים און אינסטיטושאנס זאגן.

געוואלדיג » פרייטאג יולי 15, 2016 11:15 am

· #342305
שמערל
טיימירסאל ווערט נישט גענוצט היינט אין וואקסינס, חוץ אין געוויסע פלו וואקסינען וואס מען קען פארלאנגען פון דאקטאר א אלטענטיווע פארם וואס אנטהאלט עס נישט. קענסטו מסביר זיין פארוואס נאכן שטודירן די נושא מיט א טיפקייט רעדסטו בכלל דערפון?

<a class="postlink" href="https://www.google.com/search?q=is+thimerosal+still+in+vaccines&oq=is+thumersol&aqs=chrome.1.69i57j0l3.8094j0j4&client=ms-android-hms-tmobile-us&sourceid=chrome-mobile&ie=UTF-8">https://www.google.com/search?q=is+thim ... e&ie=UTF-8</a>


1. עס הייסט ביסט מודה אז די וואקסינען וואס זענען סעיף וכו' זענען יארן לאנג געווען מיט די מסוכנדיגע באשטאנדטייל, און אפילו היינט איז נאך דא פילע וואס פארמאגן דאס און אויב אונזער אומוואוסנדיגער ציבור (כלשונו) ווייסט נישט זענען זיי נישט באשיצט, 2. פארוואס איז דאס טאקע שוין נישטא היינט אין אלע וואקסינען ווייל סייענס האט פארשטאנען אז עס איז מסוכן אדער ווייל עלטערן און דאקטוירים און קאנגרעס (קאנספיראציע טעאריקער כלשונכם) האבן געמאכט א קול צעקה און עס אביסל מתקן געווען? 3. וועל איך ציטירן ר' יואל אשר


מענטשן מיט צוטריט צו וויסנשאפט ווייסן אז אנעקדאטן זענען נישט סייענס,


דו כאפסט זיך אן אויף איין דוגמא וואס ווי געזאגט איז צענדליגער יארן געווען און נאך יארן מוטשענען געווארן פאראכטן, און קומסט מיט טענות פארוואס איך ברענג דאס ארויף, דאס איז נאר א דוגמא פון וויאזוי די מורא'דיגע סייענס פון וואקסינען איז צוגעגאנגען און אלעס מיט זייערע ווערטער, און איבער אלע אנדערע מסוכנדיגע באשטאנדטיילן וואס מען וועט נאך אי"ה ארויס נעמען אמאל פון די וואקסינען וואס וואסטו זאגן? נאכן ארויס נעמען וועסטו שרייען עס איז שוין נישטא פון וואס רעדסטו.

געוואלדיג » פרייטאג יולי 15, 2016 12:00 pm

· #342313
בר דעת
למעשה איז ער גערעכט אז אין א ציבור ווי רוב טאטעס און אפילו מאמעס - וואס נעמען קעיר פון די קינדערס געזונט - האבן נישט קיין פארשטאנד אין מעדיצין און געזונט, מוז מען אננעמען די אפיציעלע דעה, ווייל דער ציבור איז נישט גרייט צו קענען אליין פארשן. דאס איז א סיבה צו קענען ענגליש, טאקע אמת. אבער פאר די יעצט איז ר' יואל אשר גערעכט.

איך האלט אז ער האט א פוינט אז מיר מוזן האבן מער טראסט אין די סייענטיפיק סאסייעטי, און דעריבער אננעמען וואס די מאיאריטאט דאקטורים און אינסטיטושאנס זאגן.


לאמיר דיר פארציילן אביסל היסטאריע וויאזוי מען האט געטעסט וואקסינען, מען איז געגאנגען צו אומוויסנדע אפריקאנער לענדער און זיי געזאגט אז מען וויל זיי העלפן דורך וואקסינירן און אזוי האט מען געקענט טעסטן די עפעקטס אויף מענטשן, דהיינו מען האט געריטן אויף זייער אומוויסנשאפט זיי צו נוצן אלס לעבערטאריע מייז, זאגסטו מיר אז אונז דארפן אויך בלייבן אומוויסנד, און אזוי וועט מען אונז אויך קענען נוצן אויף אזעלכע צוועקן, איך פארשטיי נישט די ווערטער, נאך וואס אין די היסטאריע פון וואקסינען האט מען שוין גענוצט אומוויסנדע מענטשן אויף טעסט אן זייער וויסן און רשות, זאגסטו אז מען דארף ווייטער אזוי טוהן, מי שאכל שום יחזור ואכל שום?

שמערל » פרייטאג יולי 15, 2016 12:18 pm

· #342321
Re: ר' יואל אשר לאבין הי"ו ענטפערט
דו ביסט דער וואס האט זיך אנגעכאפט אויף איין דוגמא אויפצוווייזן די כלומר'שטע שעדליכקייט פון וואקסינען, און די דוגמא איז פאלש. איז דאס די בעסטע ארגומענט וואס דו האסט קעגן וואקסינען?

און ניין טיימערסאול איז "נישט" שעדליך, לויט די סייענטיסטן וואס פארשטייען צו ארגעניק כעמיסטרי, איז די קאמיקאל נישט שעדליך, און פון די דעטע פון די ביליאנען מענטשן וואס זענען וואקסינירט איז נישטא קיין שום איבערצייגונג אז וואקסינען מיט טיימערסאול האבן מער סייד עפעקטס ווי וואקסינען אן טיימערסאול.

איי וועסטו פרעגן פארוואס מען האט עס אויפגעהערט נוצן? דער תירוץ בדרך טשעפע איז אז צו זיין א פאליטישן פארלאנגט זיך נישט צי האבן קיין העכערע איי קיו ווי דו האסט, און אפילו אויב האט ער פערצופאל יא, איז נאך אלס זיין זשאב צו צופרידנשטעלן זיינע דומע וויילער און נישט סייענס. ועוד אז די פארמעסיוטיקל פירמעס מאכן מער געלט פון שטיפן סינגל ווייעל וואקסינען וואס האבן נישט קיין טיימערסאול, ועל כולם סינגל ווייעל וואקסינען זענען באמת מער סעיפער פון קאנטעמינעשן ווי א גרויסע באטל וואס אנטהאלט פריסערוויטיווס.

שמערל » פרייטאג יולי 15, 2016 12:33 pm

· #342332
Re: ר' יואל אשר לאבין הי"ו ענטפערט
געוואלדיג


לאמיר דיר פארציילן אביסל היסטאריע וויאזוי מען האט געטעסט וואקסינען, מען איז געגאנגען צו אומוויסנדע אפריקאנער לענדער און זיי געזאגט אז מען וויל זיי העלפן דורך וואקסינירן און אזוי האט מען געקענט טעסטן די עפעקטס אויף מענטשן, דהיינו מען האט געריטן אויף זייער אומוויסנשאפט זיי צו נוצן אלס לעבערטאריע מייז...


ביסט א פאלנער שקרן און פאנטאזירער.

געוואלדיג » פרייטאג יולי 15, 2016 5:14 pm

· #342370
שמערל
דו ביסט דער וואס האט זיך אנגעכאפט אויף איין דוגמא אויפצוווייזן די כלומר'שטע שעדליכקייט פון וואקסינען, און די דוגמא איז פאלש. איז דאס די בעסטע ארגומענט וואס דו האסט קעגן וואקסינען?

די דוגמא איז נישט פאלש נאר מען האט אויפגעהערט טיילווייז דאס צו נוצן, און ניין דאס איז נישט די בעסטע ארגומענט נאר ווי געזאגט איז דאס גענוג צו אויפוועקן די מענטשהייט אז א באשטאנדטייל וואס מען האט צענדליגער יארן גענוצט אין וואקסינען איז געטעסט געווארן נאר איינמאל! און נאר אויף 6 מענטשן! און אלע זענען געשטארבן!!!

שמערל
און ניין טיימערסאול איז "נישט" שעדליך, לויט די סייענטיסטן וואס פארשטייען צו ארגעניק כעמיסטרי, איז די קאמיקאל נישט שעדליך, און פון די דעטע פון די ביליאנען מענטשן וואס זענען וואקסינירט איז נישטא קיין שום איבערצייגונג אז וואקסינען מיט טיימערסאול האבן מער סייד עפעקטס ווי וואקסינען אן טיימערסאול.


איך ווער נתפעל פון דיין העזה צו זאגן מיט א פעסטקייט אז עס איז נישט שעדליך, קיין איין סייענטיסט האט נאך נשטט געזאגט מה כל הרעש מיט מורקערי, עס איז נישט שעדליך, כדברך, ווייל עס איז קלאר יא.

לאמיר גיין סטעפ ביי סטעפ, פראגע: איז מוירקערי שעדליך? ענטפער: קלאר אז יא, פראגע: איז טיימערסאול מורקערי? ענטפער: יא, פראגע: ווי קען זיין אז מורקערי איז אזוי שעדליך אז מען באפעלט צו נוצן ווייניג טונא ווייל עס האט מורקערי, און וואקסינען זאגט מען איז סעיף? ענטפער: זיי זאגן אז וואקסינען האט גענוג א קליינע דאוז וואס איז נישט שעדליך, פראגע: האט מען דאס אמאל געפארשט? ענטפער: יא אין 1939, פראגע: אויף וויפיל מענטשן, און וואס זענען געווען די רעזולטאטן? ענטפער: אויף 6 מענטשן מיט מענעדזשיירעס ל"ע און אלע פון זיי זענען געשטארבן, פראגע: און זייט דעמאלטס האט מען נישט געמאכט עפעס א בעסערע שטודיע? ענטפער: ניין, פראגע: און אויף יענע קליינע שטודיע וואס יעדער איז געשטארבן איז געבויעט די סטעיטמענט אז וואקסינען זענען סעיף? ענטפער: לגבי מורקערי יא!!!!

שמערל
איי וועסטו פרעגן פארוואס מען האט עס אויפגעהערט נוצן? דער תירוץ בדרך טשעפע איז אז צו זיין א פאליטישן פארלאנגט זיך נישט צי האבן קיין העכערע איי קיו ווי דו האסט, און אפילו אויב האט ער פערצופאל יא, איז נאך אלס זיין זשאב צו צופרידנשטעלן זיינע דומע וויילער און נישט סייענס. ועוד אז די פארמעסיוטיקל פירמעס מאכן מער געלט פון שטיפן סינגל ווייעל וואקסינען וואס האבן נישט קיין טיימערסאול, ועל כולם סינגל ווייעל וואקסינען זענען באמת מער סעיפער פון קאנטעמינעשן ווי א גרויסע באטל וואס אנטהאלט פריסערוויטיווס.


מען האט דאס געסטאפט פון נוצן צוליב אזעלכע תירוצים וואס זיי האבן געגעבן פאר קאנגרעס.

געוואלדיג » זונטאג יולי 17, 2016 12:03 am

· #342396
שמערל
געוואלדיג


לאמיר דיר פארציילן אביסל היסטאריע וויאזוי מען האט געטעסט וואקסינען, מען איז געגאנגען צו אומוויסנדע אפריקאנער לענדער און זיי געזאגט אז מען וויל זיי העלפן דורך וואקסינירן און אזוי האט מען געקענט טעסטן די עפעקטס אויף מענטשן, דהיינו מען האט געריטן אויף זייער אומוויסנשאפט זיי צו נוצן אלס לעבערטאריע מייז...


ביסט א פאלנער שקרן און פאנטאזירער.


<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Medical_experimentation_in_Africa">https://en.wikipedia.org/wiki/Medical_e ... _in_Africa</a>

<a class="postlink" href="http://www.naturalnews.com/051913_African_human_testing_biometric_cards_personal_data_tracking.htmlhttp://www.naturalnews.com/051913_African_human_testing_biometric_cards_personal_data_tracking.html">http://www.naturalnews.com/051913_Afric ... cking.html</a>

<a class="postlink" href="http://www.greenmedinfo.com/blog/vaccine-injured-african-children-used-lab-rats?page=2">http://www.greenmedinfo.com/blog/vaccin ... ats?page=2</a>

נאר אלס טועמיה ואידך זיל גמור.

שמערל » זונטאג יולי 17, 2016 12:12 am

· #342398
Re: ר' יואל אשר לאבין הי"ו ענטפערט
ווי שעמסטעך נישט צו לייגן א לינק פון א וויקי ארטיקל וואס דערמאנט ניטאמאל די ווארט וואקסינען.

די אנדערע ארטיקל איז פון א באבע מעשה וואס האט כלומר'שט פאסירט עטליכע יאר צוריק, בעת וואס וואקסינען זענען שוין איבער צוויי הינדערט יאר אלט.

Sent from my SM-G935T using Tapatalk

שמערל » זונטאג יולי 17, 2016 12:17 am

· #342399
Re: ר' יואל אשר לאבין הי"ו ענטפערט
פון דא <a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Thiomersal_controversy?wprov=sfla1">https://en.wikipedia.org/wiki/Thiomersa ... prov=sfla1</a>

While exposure to mercury may result in damage to brain, kidneys, and developing fetus, the current scientific consensus has found no convincing scientific evidence supporting claims that thiomersal has such effects.

הגם די מעטאל פארם פון מערקורי איז שעדליך און בלייבט אין די קערפער פון א מענטש אויב מען עסט דאס, וואס פארדעם איז עסן צופיל טונא נישט רעקאמענדירט, איז די טיימערסאול פארם נישט אזוי, און איז נישט פאררעכנט צו זיין שעדליך.

געוואלדיג » זונטאג יולי 17, 2016 12:19 am

· #342400
וויקי זאלסטו זעהן אז נישט נאר וואקסינען נאר אויך מיט מעדעצין האט מען זיי גענוצט אלס לעבערטאריע מייז.

לייקנסט א מעשה וואז איז געשען לעצטיגע יארן מיט א תירוץ אז וואקסינען זענען שוין אלט, עס איז נישט א נייע ערשיינונג, נאר האט זיך נאכנישט אפגעשטעלט,

וואונדער אז אויף די דריטע לינק שווייגסטו, און אויף מיין אנדער תגובה האסטו אינגאנצן נישט גענטפערט.

שמערל » זונטאג יולי 17, 2016 12:25 am

· #342401
Re: ר' יואל אשר לאבין הי"ו ענטפערט
יא איך לייקן א מעשה וואס איז נישט באשריבן נאר אין אפאר קאנספיראציע גלייבענדע סייטס, און צו מאכן אזא מעשה פאר די "היסטאריע" פון וואקסינען איז א פרעכע שקר.

Sent from my SM-G935T using Tapatalk

געוואלדיג » זונטאג יולי 17, 2016 12:27 am

· #342402
יעצט קענסטו מחליט זיין ווער זאגט ליגנט, די וויקי ארטיקל וואס שרייבט אז פילע סטאדיס האבן געוויזן אז עס איזנישט שעדליך, אדער די cdc פארשטייער וואס האט מודה געווען פאר קענגרעס אז מען קינמאל געטעסט וואקסינירטע vs נישט וואקסיניקטע...

געוואלדיג » זונטאג יולי 17, 2016 12:29 am

· #342403
שרייבן

שמערל
קאנספיראציע גלייבענדע סייטס,


מאכט דאס נישט ווייניגער אמת.

שמערל » זונטאג יולי 17, 2016 12:33 am

· #342404
זיי האבן מודה געווען אז מען האט עס נישט געטעסט און זיי האלטן נאכאלטס אז ס'איז אומשעדליך.

Thimerosal is a mercury-based preservative that has been used for decades in the United States in multi-dose vials (vials containing more than one dose) of medicines and vaccines. There is no evidence of harm caused by the low doses of thimerosal in vaccines, except for minor reactions like redness and swelling at the injection site.


פון דא http://www.cdc.gov/vaccinesafety/concerns/thimerosal/

שמערל » זונטאג יולי 17, 2016 12:37 am

· #342406
Re: ר' יואל אשר לאבין הי"ו ענטפערט
געוואלדיג
יעצט קענסטו מחליט זיין ווער זאגט ליגנט, די וויקי ארטיקל וואס שרייבט אז פילע סטאדיס האבן געוויזן אז עס איזנישט שעדליך, אדער די cdc פארשטייער וואס האט מודה געווען פאר קענגרעס אז מען קינמאל געטעסט וואקסינירטע vs נישט וואקסיניקטע...

איך זעה אז אמת איז ביי דיר ממש א אפקימעניש, די וויקי ארטיקל זאגט בכלל נישט אז פילע סטאדיס האבן געוויזן אז עס איז נישט שעדליך.

Sent from my SM-G935T using Tapatalk

געוואלדיג » זונטאג יולי 17, 2016 12:38 am

· #342407
איך דארף גארנישט מער, האסט באשטעטיגט מיינע טענות, א דאנק

שמערל
זיי האבן מודה געווען אז מען האט עס נישט געטעסט און זיי האלטן נאכאלטס אז ס'איז אומשעדליך.

געוואלדיג » זונטאג יולי 17, 2016 12:40 am

· #342408
שמערל

איך זעה אז אמת איז ביי דיר ממש א אפקימעניש, די וויקי ארטיקל זאגט בכלל נישט אז פילע סטאדיס האבן געוויזן אז עס איז נישט שעדליך.

Sent from my SM-G935T using Tapatalk


גערעכט מיין טעות, נישט די וויקי ארטיקל זאגט דעם ליגנט נאר די cdc אליין אויף זייער אפיציעלע סייט פארקויפט די שקר

Scientists have been studying the use of thimerosal in vaccines for many years. They haven’t found any evidence that thimerosal causes harm.

פון דא

שמערל » זונטאג יולי 17, 2016 12:52 am

· #342410
Re: ר' יואל אשר לאבין הי"ו ענטפערט
רופן סייענטיסטן שקרנים מאכט נאכנישט דעם איגנאראנטן טיפוש מער גערעכט.

דו האסט געשאסן מיט א זיכערקייט אז טיימערסאול איז "קלאר" שעדליך, איך האב דיר אויפגעוויזן אז די סייענטיסטן האלטן אנדערש. ווילסט גלייבן אין קאנספיראציעס? האסט אלע רעכטן, אבער פארריף דיך נישט פאר קיין חכם וואס האט "דורכטוהן" די נושא, און האב נישט קיין טענות ווען אנדערע בעטן דיר נישט צו שיקן דיינע קינדער אין חדר אנצושטעקן אונזערע.


Sent from my SM-G935T using Tapatalk

געוואלדיג » זונטאג יולי 17, 2016 12:57 am

· #342411
העלאו ווער רעדט דא שטותים איך אדער דו, וואס סייענטיסטן אן סטאדיס האלטן האט נישט קיין שום האפט, זייער מיינוג איז גארנישט ווערד נאר אויב עס איז אונטערגעשטיצט מיט טעסט., פארוואס איז מיין גלייבן אז עס איז שעדליך מער קאנספיראציע ווי זייער גלייבן אז עס איז נישט שעדיך?

שמערל » זונטאג יולי 17, 2016 1:09 am

· #342412
Re: ר' יואל אשר לאבין הי"ו ענטפערט
א לאנגע ליסטע פון שטודיעס וואס האבן נישט געפונען אז וואקסינען וואס אנטהאלטן טיימערסאול זאלן זיין שעדליך.
<a class="postlink" href="http://www.cdc.gov/vaccinesafety/concerns/thimerosal/timeline.html">http://www.cdc.gov/vaccinesafety/concer ... eline.html</a>

די סטעיטמענט אז זייט 1929 איז טיימערסאול נישט געווארן געסטאדיט, איז דירעקט אויף טיימערסאול אליין און דירעקט אויף מענטשן. אבער אויף וואקסינען מיט טיימערסאול זענען יא געמאכט געווארן פילע סטאדיס, בפרט אין די לעצטערע יארן זייט עס טומעלט זיך איבערדעם.

Sent from my SM-G935T using Tapatalk

געוואלדיג » זונטאג יולי 17, 2016 1:48 am

· #342416
אינטרעסאנט אז אזא שיינע לומדישע חילוק האט דער cdc פארשטייער צו קאנגרעס נישט געקענט ענטפערן.........

שמערל » זונטאג יולי 17, 2016 1:50 am

· #342417
Re: ר' יואל אשר לאבין הי"ו ענטפערט
געוואלדיג
העלאו ווער רעדט דא שטותים איך אדער דו, וואס סייענטיסטן אן סטאדיס האלטן האט נישט קיין שום האפט, זייער מיינוג איז גארנישט ווערד נאר אויב עס איז אונטערגעשטיצט מיט טעסט., פארוואס איז מיין גלייבן אז עס איז שעדליך מער קאנספיראציע ווי זייער גלייבן אז עס איז נישט שעדיך?


די הלכה אז מען ברויך פאלגן א דאקטאר, איז געזאגט געווארן אויף דאקטורים וואס האבן אלעס געבויעט אויף מיינונגען אן קיין סטאדיס.

עס איז דא שטארקע סיבות פארוואס א מיינונג פון א סייענטיסט וואס שטודירט מערקורי פויזענינג איז שטערקער פון דיין דעת הענויה. אבער ס'איז נישט נוגע, דא אין אונזער פאל איז יא דא פילע סטאדיס, און והעיקר, דו מעגסט האלטן און גלייבן וואס דו ווילסט, דריי נאר נישט קיין קאפ אז דו האסט דורכגעטוהן די נושא, ווילאנג איך האב דיר נישט געברענגט די אינפארמאציע האסטו געשאסן סטעיטמענטס בחיכון וביומיכון, 'יעדער האלט אז טימערסאול איז שעדליך' איז א סטעיטמענט וואס דו האסט דא געשריבן און איז אויפגעוויזן געווארן אלס שקר. היסטאריע אז וואקסינען זענען צום ערשט געטעסט געווארן אין אפריקע איז א פרעכע שקר, ועוד ועוד. ווי עס קוקט אויס איז דיין קאנספיראציע טעאריע גלויבינג אז וואקסינען זענען שעדליך בכלל נישט תלוי אין קיין פאקטן, און צו אזא איינעם וואס איז בכלל נישט קיין מבקש האמת איז ר' יואל אשר'ס ארטיקל בכלל נישט געווען געוואנדן, אבער צו די וואס מיינען אז די אנטי וועקסערס פארקויפן עפעס פאקטואלע אמת, פאר זיי האט ער בטוב טעם ודעת מסביר געווען פארוואס א מיינונג פון די אנגענומענע סייענטיסטן איז מער ווערט פון א מאדנע גלויבינג.

געוואלדיג » זונטאג יולי 17, 2016 12:46 pm

· #342469
שמערל

די הלכה אז מען ברויך פאלגן א דאקטאר, איז געזאגט געווארן אויף דאקטורים וואס האבן אלעס געבויעט אויף מיינונגען אן קיין סטאדיס.


אבער אין די פאל פון וואקסינען האבן זיי נישט קיין שופם נאלידזש מער ווי איך און דו און נאך ווייניגער.

שמערל
עס איז דא שטארקע סיבות פארוואס א מיינונג פון א סייענטיסט וואס שטודירט מערקורי פויזענינג איז שטערקער פון דיין דעת הענויה.


שטודירן אן קיין טעסט אין דאמירן בעלמא.

שמערל
אבער ס'איז נישט נוגע, דא אין אונזער פאל איז יא דא פילע סטאדיס, און והעיקר, דו מעגסט האלטן און גלייבן וואס דו ווילסט, דריי נאר נישט קיין קאפ אז דו האסט דורכגעטוהן די נושא, ווילאנג איך האב דיר נישט געברענגט די אינפארמאציע האסטו געשאסן סטעיטמענטס בחיכון וביומיכון, 'יעדער האלט אז טימערסאול איז שעדליך' איז א סטעיטמענט וואס דו האסט דא געשריבן און איז אויפגעוויזן געווארן אלס שקר.


איך האב געשריבן אז יעדער האלט אז "מורקערי" איז שעדליך, יחי ההבדל הגדול, אוודאי ווען עס קומט צו טיימירעסאול אין וואקסינען וועלן זיי זאגן אן קיין גרונט אז דאס כאטש וואס עס גייט נישט דורך די פארדייעונג פילטערינג סיסטעם נאר גייט גלייך אריין אין די בלוט איז נישט שעדליך.

שמערל
היסטאריע אז וואקסינען זענען צום ערשט געטעסט געווארן אין אפריקע איז א פרעכע שקר,


איך האב דיר געברענגט גענוג סימוכין פאר ווער עס וויל פארשן און תן לחכם ויחכם עוד.

שמערל
ועוד ועוד.


בערך ווי ודו"ק....

ווייל אזוי » זונטאג יולי 17, 2016 1:47 pm

· #342492
געוואלדיג

שמערל
ועוד ועוד.

בערך ווי ודו"ק....


😂 😂 😂

איך האב גארנישט אריינגערעדט ביז יעצט ווייל ווער בין איך קעגן אזעלכע גרויסע מבינים אבער אז איך האב שוין די קיבארד אפען איז לאמיר שוין לאזן הערן מיין מיינונג,

איך האלט אז מ'דארף פאלגן א דאקטער ער איז נישט דא דיר צו פארהרג'ענען און לאמיר שוין זאגן אז וואקסינען איז נאכנישט הונדערט פארצענט דורכשטודירט גלייב איך אז אויב וועט ארויסקומען אז אונזערע שרייבער'ס דא זענען געווען גערעכט און עס איז יא שעדליך וועלן די דאקטורים האבן א רפואה אין נאו טיים,

און ווי יואל אשר שרייבט אין זיין ארטיקל אז טאמער זאל נאר איינעם איינפאלן אז די אידן האבן פארשפרייט א מחלה דורך נישט געבן קיין וואקסינען קען עס זיין זייער ביטער.

[אלץ א זייטיגע נאטיץ קען זיין מ'האט שוין גערעדט פון דעם, איז די נישט גלייבן אין וואקסינען נאר דא ביי די אידן אדער אויך ביי אנדערע ?]

געוואלדיג » זונטאג יולי 17, 2016 1:53 pm

· #342493
ערשט נישט ביי אידן,

ווייל אזוי

אויב וועט ארויסקומען אז אונזערע שרייבער'ס דא זענען געווען גערעכט און עס איז יא שעדליך וועלן די דאקטורים האבן א רפואה אין נאו טיים,


ווי די כעלעמער עצה פון בויען א שפיטאל נעבן די צובראכענע בריק...

שמערל » זונטאג יולי 17, 2016 2:19 pm

· #342497
Re: ר' יואל אשר לאבין הי"ו ענטפערט
<a class="postlink" href="http://www.medicaldaily.com/chickenpox-vaccine-orthodox-jewish-williamsburg-386633">http://www.medicaldaily.com/chickenpox- ... urg-386633</a>
עס ווערט כסדר באריכטעט אזוינע אויסברוכן פון מחלות וואס קומען פון אומוואקסינירטע דוקא ביי חרידישע געגנטער, וואס צייגט אז די פראצענט אומוואקסינירטע איז ביי אונז העכער ווי אין אלגעמיין.
צו עס זענען אויך דא משוגעים ביי די גויים? אודאי יא.

Sent from my SM-G935T using Tapatalk

שמעקעדיג » זונטאג יולי 17, 2016 3:13 pm

· #342510
שמערל כ'מיין דו שרייבסט זייער בייסיג.
אפשר קען מען רעדן מער דיפלאמאטיש מיט א שמייכל אויף די ליפן?
יעדער איז ענטייטעלד פאר זיין אייגענע אפיניאן, און פארדינט נישט קיין ליצנות דערפאר. (כ'מיין נישט אזעלכע חכמים ווי חזקיהו המלך, אבער נארמאלע ויכוחים טאר נישט ווערן פארוואנדלט אין אטאקעס).

שמערל » זונטאג יולי 17, 2016 3:30 pm

· #342511
Re: ר' יואל אשר לאבין הי"ו ענטפערט
ביסט גערעכט איך שרייב בייסיג, און צוליב דעם וועל איך געווענליך נישט אריינרעדן אין א וויכוח וואס איז נישט נוגע באמת ווער עס איז גערעכט, אין אונזער פאל וואס די אנטי וועקסערס שעדיגן אנדערע דורכן שיקן זייערע קינדער אין די אלגעמיינע חדרים און שטעקן אן אנדערע קינדער מיט זייערע מחלות, אלעס דורכ'ן אויסנוצן די נאטירליכע שוואכקייטן פון מענטשן וואס האבן נישט די חוצפה זיך ארויסצושטעלן ברבים אקעגן די משוגעים, ווייל "אפשר" האבן זיי א נקןדה, שפיר איך פאר א פליכט צו צייגן זייער אומוויסנהייט און אגנאראנץ לעיני כל.
זיי זענען נעבעך נישט שולדיג אז גאט ברוך הוא האט פאר זיי נישט געשאנקן צופיל שכל, אבער מיר ברויכן פארדעם נישט ליידן, דיפלאמאטיע און שמייכלן וועל איך אוועקלייגן ווען דיני נפשות זענען נישט אויף די ארענע.