א אפענע בריוו צו ר' יואל אשר לאבין הי"ו
35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10606
א אפענע בריוו צו ר' יואל אשר לאבין הי"ו
שלום וברכה,
געווענליך ליין איך אייערע מחשבה עדיטאריעלס מיט דורשט, און איך טרעף זיך מיט אייך אויף איין בלאט, אבער די חודש ווען אייער עדיטאריעל איז געשריבן געווארן טאקע נישט מיט אייער קאפ נאר מיט א דאקטערס קאפ, מוז איך מגיב זיין זיין אויף א פאבליק פלאטפארמע צו אפשלאגן די אטאקע אויף אונז אחריות'דיגע עלטערן.
אין אייער עדיטאריעל אינעם שפאקטיוו מאגאזין פון חודש סיון שרייבסטו אויפן פארלאנג פון דאקטוירים גאר א לאנגע ארטיקל, וואו דו באשולדיגסט די עלטערן וואס וועלן אויס נישט צו געבן וואקסינען פאר זייערע קינדער, אלס פאנטאזיעס און קאנספיראציעס גלויביגע, אלס אומפאראנטווארטליכע עלטערן, אלס היפאקריטן וואס גלייבן דעם דאקטער ווען עס קומט צו פאסטן יוהכ"פ אבער נישט ווען עס קומט צו ואקסינען, אלס אזעלכע וואס ברענגען צוריק די מחלות פון די ביכער ווי מיזעלס אדער טשיקן פאקס, און איהר ציטירט פונעם דאקטאר וואס רעדט זיך אפ אז "מיר דאקטוירים זעהן די מחלות, עס מאכט זיך גאר זעלטן אבער דווקא ביי די וואס האבן נישט וואקסינירט די קינדער".
איך בין איינע פון די באשולדיגטע עלטערן, אבער נישט ווי איהר שרייבט אז איך בין אומפאראנטווארליך און א היפאקריט, נאר פארקערט, פאר איך האב געמאכט די החלטה האב איך געבעטן מיין דאקטער מער אינפארמאציע איבער וואס עס ליגט אינעם וואקסין, און וויפיל איז די וואקסינס פראצענט סוקסעס ראטע, וואס זענען די סייד עפעקטס פון דעם.
אבער חוץ פון זאגן אז "עס איז עפעקטיוו עס ארבעט און גיב דאס אין צייט", האט ער מיר נישט געהאט וואס צו זאגן, די וואקסין אינסערט מיט די דעטאלן וואס עס ליגט דערין האט ער מיר נישט געהאלטן ביים געבן, ער האט מיר אנשטאט געגעבן א פאמפלעט פון אכט זייטן וואס שרייבט סתם וועלכע וואקסינס מען זאל געבן און ווען, אן קיין שום מער אינפארמאציע.
האב איך זיך געמוזט ווענדן צו די אינטערנעט און דארט בין איך טאקע יא געוואר געווארן וואס עס ליגט דערין, און צווישן אנדערע ליגט דערין, די מסוכן'דיגע מוירקערי, צואה פון בהמות, קערפער טילן פון מאנקיס, וכדו', נישט סתם האבן סורוועיס געוויזן אז דווקא מער געלערנטע מענטשן וועלן זיך אפהאלטן פון געבן וואקסינס, אדרבא זאל דער דאקטער וואס איז אזוי באזארגט פון אונזער וואוילזיין אפשר מסביר זיין וואס ליגט דערין, אבער ער איז נישט קיין נאמן ווייל די cdc האט קלאר באשטעטיגט אז זיינע וועטער זענען ליגנט און מיזעלס וכדו' זענען געטראפן געווארן די זעלבע ביי די וואס געבן יא אדער נישט וואקסינס, חוץ אויב טוהט ער אזוי ווי א דאקטער אין מיין געגענט וואס ווען עס איז געווען א מיזלס אויסברוך האט ער יעדע מאמע וואס איז געקומען צו איהם געפרעגט די ערשטע זאך אויב איז דאס קינד וואקסינירט, אויב איז די ענטפער געווען יא, האט ער ניטאמאל באקוקט דאס קינד נאר גלייך געזאגט אז עס איז סתם א געשווילאכטס און נישט מיזלס, אבער אויב איז די ענטפער געווען ניין, האט ער גלייך געזעהן דערין מיזלס.
אבער פארט בין איך נישט קיין היפאקריט, ווייל דער דאקטער לערנט זיך רפואה אבער נישט וואקסינס, ער האט אין מעדעצין סקול טאקע געלערנט ווען מען דארף עסן און ווען מען מעג פאסטן אבער ער האט גארנישט געלערנט איבער וואקסינס און זיי ווייסן גארנישט מער ווי מיר, עס איז נישט מער ווי א האקס צו זאגן געטרוי איהם, אדרבא פרעג איהם מער פרטים איבער די וואקסינס און פון וואס זיי זענען צוזאמגעשטעלט, און אויב וועסטו שוין יא אנטרעפן איינער וואס וועט דיר ענטפערן גיי נאך צו ער ווייסט וואס ער רעדט, און דריי נישט קיין קאפ וועגן אומאחריות ווען עס איז פארעפנטליכט געווארן לעצטנס א בריוו פון גדולי תורה וואס באשטעטיגן אז זיך אפהאלטן פון געבן וואקסינס איז נישט נגד התורה.
איך רעד שוין נישט פון דעם אז עס ברויך געפרעגט ווערן ווער גיבט אונז רשות צו אריינלייגן אין אונזערע קינדער די לעבנס מסוכנדיגע מוירקערי וכדו' צו (מכלומערשט) אפהאלטן א נישט לעבנס סכנה פון מיזעלס.
יא, מיינע קינדער זענען אמת'דיג געווארן וואקסענירט פון טשיקן פאקס דורך עס האבן, און וואונדער איבער וואונדער, זיי האבן דאס איבער געלעבט, פונקט ווי זייערע עלטערן האבן איבער געלעבט די קרענק, עס איז טאקע זייער אומבאקוועם אבער נישט מסוכן, און וואס וועסטו זאגן צו מיין שכן וואס זיין זוהן האט גענומען די וואקסין קעגן וואופינג קאף און א טאג דערויף אריינגעיאגט געווארן אין שפיטאל מיטן קינד וואס האט געאכפט גאר א שווערע וואפינג קאף אטאקע, און געברויכט פארוויילן דארט א לאנגע תקופה, און זייט דעמאלטס געבן זיי טאקע נישט קיין וואקסינס.
איך בין נישט געקומען דא צו נעמען א שטעלונג צו מען זאל יא אדער נישט געבן, צו עס איז סעיף אדער נישט, איך בין נאר געקומען צו פארטיידיגן מיר און די די עלטערן וואס האבן געמאכט די החלטה, אונז זענען נישט קיין לייכטזיניגע עלטערן, פארקערט גאר, עס וואלט מיר געווען פיל גרינגער צו גיין מיטן שטראם און געבן וואקסינס און נישט האבן קיין פראבלעמען מיט אונזערע מוסדות.
אבער מתוך מחשבה רבה און נאך זיך נאכפרעגן, און ליינען ביכער פון ביידע זייטן פון די ארגומענט האב איך געמאכט אזא החלטה, סא באשולדיג נישט די עלטערן און אוודאי נישט ווען די באשולדיגונג איז מתובל מיט דברי שקר, (נישט דיינע, די דאקטוירים) און א עצה טובה איז זאלסט טאקע ליינען די אויסגאבעס אין וואו דו שרייבסט, וועסטו דארט טרעפן אין איינע פון די אלטע אויסגאבעס א אויספירליכע באשרייבונג וועגן די אזוי גערופענע פלארייד קאנפיראציע, אז עס איז גארנישט אזוי זיכער אז עס איז עפעס א ווילדע קאנספיראציע, אדער ליין וועגן א מעדעצין אין א אלטע ביכל וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין ווירקזאם מער ווי סיי וועלכע אנטיביאטיק וואס מיר פארמאגן.
איך זאג נישט אז מיר האבן נישא געמאכט פארשריט אין מעדעצין, אבער צוזאמען מיט דעם האבן מיר אויך געווארן מער אומוואוסנד, אונז האבן באקומען א אמונה אין דאקטוירים כאטש עס איז מעגליך אז זייערע רעקאמענדאציעס קומען מיט א טובת הנאה פאר זיי כידוע.
יא איך בין שטאלץ צו זיך ציילן צווישן די איבערגעטראכטע עלטערן וואס מאכן א החלטה געבויעט אויף אייגענע ידיעות און נישט אויף פארנעפלטע אומוואוסנדע דאקטערישע סטעיטמענטס וואס רעדן אריין אין א נושא וואס זיי האבן נישט שטודירט.
און צו אייך עלטערן זאג איך, נישט קיין חילוק וואס איהר זענט מחליט צו יא געבן אדער נישט געבן, מאכטס א געלערנטע החלטה, בעהט פון אייער דאקטער די וואקסין אינפארמאציע, לייינט ביכער פון אלע זייטן וואס שרייבן אויף די נושא, און השי"ת זאל העלפן אז סיי וועלכע החלטה איהר מאכט זאלן אייערע און אונזערע קינדער זיין געזונט און שטארק.
חודש תמוז? וועלכע יאר?
געוואלדיג: ייש"כ פאר דיין אפענע בריוו. ניין. איך הייס נישט הרב יואל אשר לאבין. איך הייס בערל בעל עגלה. אזוי ווי מיין נאמען זאגט עדות ביניך נישט קיין רב. און אוודאי נישט קיין דאקטאר ראבינער. נאר א פשוט'ער בעל עגלה. וועלכער פארשטייט נאר צו שמייסן די פערד. און זיי געבן צו עסן.
איך וועל זיין א ביסל א נבהל להשיב. טאקע צוליעב די סיבה אז איך מוז שוין באלד זיך צוריקקערן צו מיין פערד-און וואגן. ווייל דאס איז מיין פרנסה. מאמענט, דער שטערן/שפאקטיוו און קאווע שטיבל האבן נאך דערווייל מיך נישט געדינגען צו שרייבן ארטיקלען פאר זיי.
יעצט צום ענין: צווישן אנדערן שרייבסטו אין ארטיקל צוויי נקודות, וואס איך נעם ארויס. איינס. אז די עם.עם.אר. וואקסין אנטהאלט צווישן אנדערע זאכן מערקיורי, צואה פון בהמות און באדי פארטס פון מאנקי'ס.נקודה נומער צוויי: אז ד סטאטיסטיקס ווייזן אז די פראצענט פון אפעקטירטע קינדער פון מיזעלס איז די זעלבע ביי וואקסינירטע קינדער ווי ביי נישט וואקסינירטע קינדער. איך וועל דיר ענטפערן על ראשון אחרון ועל אחרון מפטיר (קרעדיט:בערל בעל עגלה(. לפי ידיעתי, זאגן אלע מעדיצינישע סטאטיסטיקס אז די רעישיא פון וואקסינירטע צו אום וואקסינירטע קינדער איז 80/20. ד.מ. אז וואקסינירטע קינדער האבן אן 80% באשיצונג אקעיגן מיזעלס און די אנדערע מחלות וואס די וואקסין באשיצט פון זיי.
אויב דאס איז דער מצב. דאן פאלט שוין אוועק נקודה נומער איינס. ווייל אויב די וואקסין איז עפעקטיוו, אינטרעסירט מיך זייער ווייניג אויב ס'איז אויך דא דערין צואה פון קיען אדער פערד. אדער חלקים פון דעם מאגן פון טשימפעניזיס אדער גאריללאס... 😳 😮
אחד העםחודש תמוז? וועלכע יאר?
טעות חודש סיון, א דאנק פאר מעורר זיין
berlbalagulehלפי ידיעתי, זאגן אלע מעדיצינישע סטאטיסטיקס אז די רעישיא פון וואקסינירטע צו אום וואקסינירטע קינדער איז 80/20. ד.מ. אז וואקסינירטע קינדער האבן אן 80% באשיצונג אקעיגן מיזעלס און די אנדערע מחלות וואס די וואקסין באשיצט פון זיי.
איך האב געשריבן כפי זכרוני, און איך שטיי מיט דעם, איך האב נישט די פונקטליכע נומערן, אבער זיכער נישט 20/80,
berlbalaguleh
אויב דאס איז דער מצב. דאן פאלט שוין אוועק נקודה נומער איינס. ווייל אויב די וואקסין איז עפעקטיוו, אינטרעסירט מיך זייער ווייניג אויב ס'איז אויך דא דערין צואה פון קיען אדער פערד. אדער חלקים פון דעם מאגן פון טשימפעניזיס אדער גאריללאס... 😳 😮
מיך אינטרעסירט יא, ווייל מיזעלס איז נישט קיין טויט סכנה און האט נישט קיין לאנג טערמיניגע אפעקטס, און מוירקערי יא.
אבער אפגעזעהן, מיין ארגומענט דא איז נישט צו מען זאל יא אדער נישט, צו עס איז סעיף אדער נישט, נאר אז מיין החלטה איז א אחריות'דיגע החלטה און א מיושב'דיגע געבויעט אויף ידיעות און ליינען, און נישט ווי די אנדערע וואס עפ"י רוב טוהען זיי דאס אומוואוסנד וואס עס פארמאגט און וואס עס זענען די סייד עפעקטס.
אקעי לאבין האט גערעדט צו דאקטורים
געוואלדיג האט געקוקט אויפ'ן נעט
און גאנצל בלייבט צומישט
משום שתי סיבות איינס דאס וואס מ'זעיט אנליין איז נישט קיין זאך וואס קען ברענגען די ריכטיגע החלטה ודי למבין ס'איז אינפארמאציע ? יא נעמען החלטות דערפון ? דאס איז שוין נישט אזא זעכערע יא
צווייטנס סוף סוף פוק חזי גיי קוק אויפ'ן גאס איז דערמציאות אז די וואס נעמען נישט קיין וואקסינען מאכן אן חורבנות אין קלאסן
און די וואס נעמען יא זענען במציאות מער פראטעקטעט פון די סארט זאכן איי ס'קען געשען מיט וואקסינען אנדערע זאכן ? אמת אבער וואס איז דעס שטערקער פון דעם
סאו ווער ס'קען פונקטליך אויסקלארן מער
גאנצל
געוואלדיג האט געקוקט אויפ'ן נעט
איך האף אז דו ווייסט אז אויפן נעט קען מען טרעפן גאר גאר וויכטיגע אינפארמאציע צומאל מער ווי אין ריעל לייף, און נישט נאר אויפן נעט האב איך געקוקט נאר אויך אין ביכער פון אלע זייטן.
גאנצל
משום שתי סיבות איינס דאס וואס מ'זעיט אנליין איז נישט קיין זאך וואס קען ברענגען די ריכטיגע החלטה ודי למבין ס'איז אינפארמאציע ? יא נעמען החלטות דערפון ? דאס איז שוין נישט אזא זעכערע יא
פארוואס איז עס אינפארמאציע יא אבער נישט בעיסן החלטות לויט דעם, כמובן אז נישט יעדע ווארט וואס ווערט געשריבן אויפן נעט איז אמת, עס איז דא פיל מיסאינפארצמאציע, אבער עס איז דא פיל גוטע אויך, און נישט נאר אויפן נעט, אינפארמאציע איז אויך דא אין פארעם פון ביכלעך, און אין פארעם פון אינסערטס וואס קומט מיט די וואקסינען, בעט דאס דיין דאקטער.
גאנצלסוף סוף פוק חזי גיי קוק אויפ'ן גאס איז דערמציאות אז די וואס נעמען נישט קיין וואקסינען מאכן אן חורבנות אין קלאסן
און די וואס נעמען יא זענען במציאות מער פראטעקטעט פון די סארט זאכן
אויב קומט די שורה פון ידיעה, ביסטו שוין נאכגעקומען מיין נקודה פון מאכן א החלטה מיט ידיעה, אבער אויב קומט דאס פון קול מבשר אדער שמועות, דאן פרעג זיך נאך פון וועלכע גרופ זענען געווען מער געשלאגענע.
לפי ידיעתי איז עס שטותים.
אבער גאנצל טייערער בלייב נישט צומישט, ברויכסט מיר נישט פאלגן איך זאג נישט צו מען זאל יא אדער נישט געבן וואקסינען, נאר אז עס איז נאך גענוג חשוב אויף צו מאכן אביסל ריסוירטש פאר דו גיבסט דאס פאר דיינע טייערסטע אויף די וועלט, און ווי געזאגט, בעט פון דיין דאקטער די אינסערטס און ליין דאס דורך, דאס איז די מינימום.
איך וויל דיך פאלגן
פארוואס נישט נעמען החלטות איז פשוט ווייל סטאדיס פון דאקטורים נעמט אריין נאך פארשידענע אינפארמאציע פונעם באדי סיסטעם וואס אפשר האסט זיך נישט אנגעטראפן דערמיט און אזוי אויך דארפן זאכן זיין געבעיסט אויף היסטערי און אויף קאלקעלעישנס נעמענדיג אין באטראכט אפאר פעקטארס צוזאם
אבער איך נאר מיך נישט א גרויס חלק פון מיין פראקייט קומט פון גלייבן דאקטורים מיטן פשוטן סיבה ווייל ער האט געלערנט און איך נישט
אבער אדרבה מיר ווילן הערן אנדערע זייט מטבע אויך
אקעי, פארש נאך און ווער געוואר אז עס איז אזוי, און גיב וואקסינס, געזונטערהייט, אבער פרעג זיך נאך.
Re: א אפענע בריוו צו ר' יואל אשר לאבין הי"ו
ווער קען לייקענען אז פאוליא איז אויסגעראטן אין אמעריקע אדאנק וועקסינס??
לגבי פאוליא ווייסן זיי יא און די איבעריגע איז סתם פאר געלט אדער ווי מאנכע זאגן אז זיי ווילן קאנטראלירן די פאפיולעישן ממילא פארסמ'ן זיי דעם עולם גולם (געהערט בשם איינע פון די גרויסע אקטיוויסטן אקעגן וועקסינס) וכו'.
איך נעם אויך נישט קיינמאל קיין מעדעצינען, ווייל לויט ווי איך הער ווייסן נישט די דאקטורים פונקטליך וואס מ'לייגט דארט אריין. קיין צייט צו פארשן אויפן אינטערנעט האב איך נישט, און אפילו אויב יא אפשר איז עס אינטערגעשטעלט פון די געלטגייציגע מעדעצין קאמפעני'ס וואס שארן ביליאנען און זיכן נאר דעם דאלער.
Re: א אפענע בריוו צו ר' יואל אשר לאבין הי"ו
איך בין זייער נייגעריג, געוואלדיג, וואס דיין מומחיות איז אין העלט בכלליות. כ'פארשטיי אז אין וואקסין'ס ביסטו א גרעסערער מומחה ווי דער דאקטאר, פארט איז מיר נוגע צו וויסן דיין מאס פארשטאנד און וויסנשאפט אין העלט ענינים, צו קענען אננעמען דיין מיינונג קעגן די מומחים.
Re: א אפענע בריוו צו ר' יואל אשר לאבין הי"ו
איך אליין וואקסיניר מיינע קינדער, נישט ווייל איך האב געטאן דערין, נאר וויבאלד איך פארלאז מיר אויף מיין דאקטאר און אויף די געזונט אינסטאנצן, און איך בין רואיג דערמיט.
מיט דעם האלט איך אז דו האסט געשריבן זייער א שיינער בריוו, און אז דו האסט רעכט צו נעמען אויף זיך די פאראנטווארטליכקייט פון די אייגענע געזונט, און דו מעגסט מחולק זיין מיט הרב לאבין, כבודו במקומו מונח.
@דעת תורה, מיין החלטה איז נישט קיין דעת תורה און מעגסט זיין מחולק מיט דעם, עס איז בכלל נישט רעלעוואנט מיין מאס באהאוונטקייט אין העלט בכלל און אין וואקסינס בפרט, אבער אויף אזוי פיל, ווען הרב לאבין פרעגט וועמען אונז גלייבן די דאקטוירים אדער קאנספיראציע טעאריקער, איז די ענטפער, קיינעם, מאך אליין דיין ריסוירטש און דיין אייגענע החלטה.
Re: א אפענע בריוו צו ר' יואל אשר לאבין הי"ו
יא, מיר וואונדערט פשוט אויף דיר וויאזוי דו טראסט דיין החלטה אין זאכן וואס דו האסט נישט קיין שמץ מושג? וואלסטו געבויט א בריק - אדער געטוישט א חלק פון די געבוי - ווייל דו (מיט זערא נאולעזש אין ענזשינירונג, בלויז דער ספעציפישער חלק האסטו געטראפן סייטס אנליין וואס האבן דיר געוויזן וויאזוי עס צו 'דורכטון' און מאכן מסקנות) האסט עס שטודירט און געקומען צו די החלטה אז מ'ברויך אזוי טון? סתם נייגעריג
געוואלדיג: אין דיין ענטפער צו גאנצל זאגסטו בתוה"ד אז ער זאלל פארלאנגען די אינסערטס פון די וואקסינען ביי זיין דאקטער. וויל איך דיר מעורר זיין א קליינע, אבער וויכטיגע נקודה. נישט האבנדיג געליינט די אינסערטס פאר די עם.עם.אר. וואקסין. איך האב אין א געוויסע תקופה געהאט צוטריט צו די פי.די.אר (פיזישנ'ס דעסק רעפערענס.) און איך האב דארט געזעהן אז ביי א יעדע מעדיצין אן אויסנאם רעכנט ער אויס אלע מעגליכע סייד עפעקטס וועלכע קענען געשעהן ביי דעם וואס נעמט די מעדיצין. אפילו אזאלכע וועלכע זענען סטאטיסטיש כמעט אוממעגליך. אז ווען איינער גלייבט באמונה שלימה ובפשטות א יעדעס ווארט וואס דארט שטייט וואלט ער קיינמאל נישט גענומען אפילו אן אספירין אדער טיילענאל. די מסקנא איז אז נישט אלעס וואס ס'שטייט אין דעם אינסערט ווערט מקויים. ווייל זיי מוזן שרייבן אלע באווארענישן כדי זיך צו פראטעקטן לעגאל...!
דעת תורהיא, מיר וואונדערט פשוט אויף דיר וויאזוי דו טראסט דיין החלטה אין זאכן וואס דו האסט נישט קיין שמץ מושג?
דעת תורההאסט עס שטודירט און געקומען צו די החלטה אז מ'ברויך אזוי טון? סתם נייגעריג
יא איך האב דאס שטודירט מער ווי א געווענליכער דאקטער, אנשטאט צו חולק זיין אויף מיר פרעג דיין דאקטער וויפיל האט ער געלערנט אין מעדעצין סקול וועגן וואקסינס, און פרעג איהם די סייד עפעקטס, און נאכדעם קוק אויפן אינסערט צו עס שטימט מיט זיינע ווערטער.
@berlbalaguleh, אין די אינסערט שרייבט מען אלעס וואס ווערט באשטעטיגט אז עס קען קומען פון די זאך, זאת ועוד אין די אינסערט וועסטו ליינען די באשטאנדטיילן פון די וואקסינען, ואינו דומה א מעדעצין וואס מען נעמט ווען מען איז שוין נישט געזונט וואס דאן עפ"י רוב איז די שאלה וואס איז ערגער די יעצטיגע וודאי קרענק אדער די ספק'דיגע סייד עפעקטס, צו א וואקסין וואס מען נעמט געזונטערהייט און די שאלה איז וואס איז ערגער די יעצטיגע וודאי געזונט אדער די ספק'ידיגע סייד עפעקטס,
אין א סייד נאוט, איך נעם טאקע זעלטן טיילענאל ווייל די סייד עפעקטעס קענען זיין ערגער ווי די ווייטאג לכשעצמו.
Re: א אפענע בריוו צו ר' יואל אשר לאבין הי"ו
דו האסט מסתמא פארזען אז דער ציטאט איז א המשך פון מיין תגובה. וואלסטו געבויט א - חלק פון א - בריק, קעגן די אנוויזונגען פונעם אינזשעניר, ווייל דו האסט עס שטודירט און געקומען צו די החלטה דער אינזשעניר איז ראנג? באופן ווען דיינע אינזשענירונגס קענטעניסן זענען מינימאלע און באגרעניצט צו דעם ספעציפישן חלק פון די בריק.
Re: א אפענע בריוו צו ר' יואל אשר לאבין הי"ו
איך וויל ח"ו נישט פארדרייען די שמועס אבער ווי האסטו געטראפן די נייע שפאקטיוו? איך קען נישט טרעפן.
Sent from my MELROSE S9 using Tapatalk
Re: א אפענע בריוו צו ר' יואל אשר לאבין הי"ו
געוואלדיג. הגם דאס איז פשוט אז דו ביסט א גרעסערער עקספערט אין וואקסינען ווי דאקטורים, ווייל זיי לערנען עס נישט אין סקול, און דו האסט אינטערנעט ( זיי נישט?). אבער ביי מיר איז הרב יואל אשר לאבין גאר חשוב, במילא וואלט ווען געווען רעכטפארטיג אויב וואלסט ווען מקיים געווען שמוע בין אחיכם און ארויפגעלייגט זיין ארטיקל, אזוי אז דער עולם זאל קענען זעען ביידע צדדים. (כ'בין זיכער אז דו ווילסט אודאי אז מען זאל אדורכטוהן "ביידע" צדדים, נישט אזוי? )
נאך אזאך, איך למשל און נאך פילע האלטן אז איינער וואס האט א פראבלעם מיט פלאורייד אין וואסער פעלט א שרייפל אין מוח, איז מיין שאלה צו וואקסינען אין פלאורייד זענען אין די זעלבע קאטאגאריע? אדער איז שייך צו טרינקען פלאורייד וואסער און נאכאלטס זיין אקעגן וואקסינען?
קאווע שטיבל איז ב"ה רייך אין אויבער חכמים; און איך זאג דאס אלס א מעלה.
אויבער-חכם'שאפט קען זיין געווארצלט אין ברייטקייט אדער אין שמאלקייט. מ'פרעגט זיך מהיכי תתי יענער ווייסט וואס ער רעדט? אפשר זענען די רבנים, די דאקטורים, אדער אנדערע אויטערטעטן נישט גערעכט? נישט איך האב עקסלוסיוו דעם אמת און נישט יענער האט. דאס איז ברייטע אויבער-חכם'שאפט. דער שמאל קעפיגער האלט אז זיין רב, זיין שיטה, ער אליינס, ווייסט דעם אמת לאמתו, קעגן די גאנצע וועלט.
טענה'סט דיין קינדער דאקטאר ווייסט ווייניג איבער וואקסינען. אמת, ער ווייסט טאקע נישט, און דארף נישט צו וויסן. ס'איז נישט זיין זשאב צו וויסן. ער דארף וויסן די סקעדשול ווען מ'דארף איינשפריצען. דאס אלעס. ווער קען יא וואקסינען? ס'דא ספעציאליסטן וועלכע ווייסן, און די איבעריגע דאקטורים ווייסן אז זיי ווייסן נישט, און הארכן די עקספערטן.
זאגסט דו האסט געמאכט "רעסוירטש". מיינסט אודאי צוזאגן האסט געליינט בלעטער ווי איינער שרייבט וואס זיין אדער איר מיינונג איז נאכדעם וואס ער אדער זי האט געליינט שטודיעס און אויסגעטייטשט לויט זיינע אדער אירע אנשויאונגען. רעסוירטש מאכט מען נישט אויפן געוועב. רעסוירטש מאכט מען אויף מייזעלעך, און לאנגע דורכדרינגליכע שטודיעס אויף מענטשן. דו קענסט נישט מאכן דיין אייגענע רעסוירטש. דו קענסט בסך הכל ליינען די החלטות פון עקספערטן און "עקספערטן" אויף שטוידעס וואס דו אליינס ביסט נישט קוואליפיצירט אויסצוטייטשן. ווען דו באשליסט וועמען צו גלייבן ביסטו סוביעקטיוו און באיינפלוסט פון א שרייבער'ס איבערצייגונג, און נישט פון אביעקטיווע אויסטייטש פון דאטא.
אונז פשוטע אידן קענען באמת נישט וויסן דעם אמת. ווער ס'האלט ער פארשטייט איז א בעל גאוה און אן אויבער חכם פונעם צווייטן סארט. ס'טויג צו מאכן די אייגענע ריסוירטש ווען דיין מעכאניקער זאג דיר אכט הונדערט צו פאריכטן דיין אויטא. גיי שאפ ארום. גיי ליין וואס אנדערע מעכאניקער זאגן. זיי ווייסן. זיי זענען מעכאניקער. אין זאכן וואו אונז קליינע מענטשן פארשטיין נישט, אפילו אונזערע דאקטורים פארשטיין נישט, האבן מיר נישט קיין ברירה נאר פאלגן די CDC ערספערטן.
מדבריך ניכר אז דו ביסטו נישט קיין גרויסער ידען אין אימיוניזאציע. א וואקסין דארט לכל הפחות טעג צו בויען באשיצונג. נעם היינט ווער קראנק מארגן איז בכלל נישט אפגעפרעגט. נאך אלע דיינע ביכער האסט זיך נאך וואס צו לערנען. אינצווישן פאלג שיין וואס מ'זאגט דיר.
שרייבסט אז די אינטעליגענציע פארמירט די באזע פאר אנטי וואקסערס. פארגעס אבער נישט אז זייער אינטעליגענט איז הויפטזעכליך אין סאציאלע שטודיעס און קונסט, נישט אין מעדעצין. טאמער זוכסטו די שטערקסע גרופע שחצנים און בעלי גאוה, זוך נישט ווייטער ווי די אינטעליגענציע.
כל זמן געוואלדיג זאגט נישט קבלו דעתי, נאר ער זאגט אז ער האט געמאכט זיין ריסערטש אליינס, דאן פארשטיי איך זייער גוט זיין פוינט פארוואס ער טוהט אזוי.
אבער - כמובן - פאר מיר, וואס איך האב נישט געמאכט די ריסערטש, איז עס ביי מיר נישט מער ווי ווען איך הער וואס דער דאקטער זאגט.
Re: א אפענע בריוו צו ר' יואל אשר לאבין הי"ו
ער זאגט יא קבלו דעתי. ער שיקט זיינע קינדער אין די חדרים אינאיינעם מיט אנדערע, ער האומסקול'ט נישט.
.
סקוקט אויס ווי די זעלבע אויבער-חכמים וואס לייקענענן אין עוועלאציע פארשטיין אויך בעסער און ווילן נישט וואקסינען די קינדער, אגם דא האבן זיי א שטיקל פוינט ווייל די דראג קאמפניס שטיפן אריין אסאך זאכן אז זיי זאלן קענען פארדינען אוצרות, איז עס אבער נאך אלץ בעסער ווי נישט, כך נראה לי.
וגם אני אענה את חלקי, די זאך איז נישט פשוט לכאן או לכאן. די פראבלעם איז אז רוב ביכער איבער די נושא איז געשריבן מיט בייעס און א קלארע אגענדע אהער אדער אהין. די וואס זענען בעד וואקסינען וועלן אראפמאלן זייערע קעגענער מיט פרימיטיווקייט, נאיווקייט, און אז אלע סייענטיפישע שטודיעס צייגן קלאר אז עס איז נישטא וואס חושש צו זיין. ווידער די אנדער לאגער וועט זיכן אפצושרעקן אז אלע זעלבשטענדיגע שטודיעס זאגן דאס פארקערטע.
למעשה איז דא איין בוך פון א דאקטער און א כעמיסט מיטן נאמען סטעפינע קעוו וואס גייט דורך א יעדע וואקסין אירע באשטיינדטיילן, די ריסק פון נישט נעמען די וואקסין, די ריסק פון יא נעמען, די ספיקות פון קעגען זייטיגע שטודיעס, אלס געבויט אויף ריינע סייענטיפישע פאקטן אן קיין (קלארע) בייעס אגענדע, פון וואו ווייס איך אז זי האט נישט קיין בייעס ? ווייל געוויסע מענטשן נאכן ליינען די בוך געבן יעדע וואקסין, געוויסע געבן קיין איינס, און רוב מאכן אן החלטה אויף יעדע וואקסין באזונדער לויט זייער איבערצייגונג לכאן או לכאן. (עס איז מערקווערדיג אז אויף געוויסע וואקסינן איז זי מציע צו געבן שפעטער וואו עס איז איינגעפירט, אלעס געבויט אויף לעגעטימע חששות און סייענטיפישע דאטא וואס איר וועט נישט הערן פון אייער דאקטער, פארוואס? ווייל ער וויסט נישט).
<a class="postlink" href="http://www.amazon.com/What-Doctor-About-Childrens-Vaccinations/dp/0446555711/ref=cm_cr_arp_d_product_top?ie=UTF8">http://www.amazon.com/What-Doctor-About ... op?ie=UTF8</a>
מערקט אן אינטערעסאנטע זאך רוב ביכער אקעגן וואקסינען זענען די שלעכעטע ריוויואס (איין סאטרס) אויף עמעזאן איבער: נישט אויסגעהאלטענע סייענס, בייעס, אגענדע, און אז דער מחבר איז נישט קיין בר-סמכא. בנוגע אונזער מחבר'טע זענען די שלעכטע פידבעק הויל און ליידיג פון תוכן. פארוואס? ווייל יעדער וואס ליינט די בוך זעט קלאר אז זי האט נישט קיין אגענדע אויסער ברענגן די סך הכל וואס איז דא איבער א יעדע וואקסין און צומאל געט זי א פערסאנעל רעקאמעדאנציע. זי ברענגט נישט קיין אומאויסגעהאלטענע סייענס, זי איז לכאורה אויך א בר סמכא און א בעל אחריות צוליב זיין סיי א כעמיסט און סיי א פראקטאצירענדע דאקטער.
אחרי ככלות הכל מען קען נישט מאכן א קוגל פון אלע וואקסינען, און מען קען נישט זאגן אז עס איז זיכער גוט אדער זיכער שלעכט. עס איז אויך נאריש צוזאגן אז די אלע עקספערטן וואס זענען פאר אדער אקעגן וואקסינען זענען מערדערס אדער קאנספיראטערס, פארוואס? ווייל בדרך כלל האבן זיי געמאכט אן החלטה (די קעגענער) אז די שאדנס וועגן איבער די מעלות, און די וואס זענען בעד האבן געמאכט א פארקערטע החלטה אז די מעלות וועגן איבער די שאדן. די פראבלעם איז אז ביידע לאגערן האבן לכבוד דעם "דייומענייזעד" די קעגענער און פארהוילן דאטא בזדון פון אינפארמאציע וואס קען ברענגן שאדן לדעתם, און דאס איז קיינמאל נישט עפפרישיעטעד פאר דעם אינטעלעקטואל.
דעת תורהוואלסטו געבויט א - חלק פון א - בריק, קעגן די אנוויזונגען פונעם אינזשעניר, ווייל דו האסט עס שטודירט און געקומען צו די החלטה דער אינזשעניר איז ראנג? באופן ווען דיינע אינזשענירונגס קענטעניסן זענען מינימאלע און באגרעניצט צו דעם ספעציפישן חלק פון די בריק.
לכאורא נישט, אבער אין המשל דומה לנמשל ווייל דער דאקטער איז נישט ווי דער אינזשעניר, דער אינזשעניר האט דאס שטודירט און דער דאקטער נישט.
שמערלביי מיר איז הרב יואל אשר לאבין גאר חשוב, במילא וואלט ווען געווען רעכטפארטיג אויב וואלסט ווען מקיים געווען שמוע בין אחיכם און ארויפגעלייגט זיין ארטיקל, אזוי אז דער עולם זאל קענען זעען ביידע צדדים. (כ'בין זיכער אז דו ווילסט אודאי אז מען זאל אדורכטוהן "ביידע" צדדים, נישט אזוי? )
איך נעם אן מיט א פשטות אז יעדער האט עקסעס צו א שפאקטיוו, איך האב נישט געהאט געדולד צו סקענען און ארויף לייגן, אולי שפעטער היינט.
שמערל
נאך אזאך, איך למשל און נאך פילע האלטן אז איינער וואס האט א פראבלעם מיט פלאורייד אין וואסער פעלט א שרייפל אין מוח, איז מיין שאלה צו וואקסינען אין פלאורייד זענען אין די זעלבע קאטאגאריע? אדער איז שייך צו טרינקען פלאורייד וואסער און נאכאלטס זיין אקעגן וואקסינען?
איך האב צוגעברענגט די פלארייד ענין, נאר צו ארויסברענגען אז אין די אייגענע אויסגאבע ווי הרב לאבין שרייבט האבן זיי אמאל געהאט א ארטיקל וועגן פלארייד ווי זיי האבן ארויסגעברענגט אז יש מקום לחשוש, לכשעצמי טרינק איך וואסער סיי וועלכע.
עדיאל
טענה'סט דיין קינדער דאקטאר ווייסט ווייניג איבער וואקסינען. אמת, ער ווייסט טאקע נישט, און דארף נישט צו וויסן. ס'איז נישט זיין זשאב צו וויסן. ער דארף וויסן די סקעדשול ווען מ'דארף איינשפריצען. דאס אלעס. ווער קען יא וואקסינען? ס'דא ספעציאליסטן וועלכע ווייסן, און די איבעריגע דאקטורים ווייסן אז זיי ווייסן נישט, און הארכן די עקספערטן.
עס הייסט ווען עס קומט צו וואקסינס ביסטו מודה אז איך מיטן דאקטער זענען גלייך אונז ביידע ווייסן די זעלבע און אונז דארפן פאלגן די עקספערטן, נו ער האט זיך נאכגעפרעגט וואס זיי זאגן? וואס אלע זאגן? האט ער געפארשט וועלכע פון די צוויי מחנות עקספערטן זענען גערעכט? פאר ווען ער רעקאמענדירט דאס?
עדיאלזאגסט דו האסט געמאכט "רעסוירטש". מיינסט אודאי צוזאגן האסט געליינט בלעטער ווי איינער שרייבט וואס זיין אדער איר מיינונג איז נאכדעם וואס ער אדער זי האט געליינט שטודיעס און אויסגעטייטשט לויט זיינע אדער אירע אנשויאונגען.
נישט קיין חילוק וואס איך מיין צו זאגן נאר וואס איך זאג, אין די מינוט וואס דו האסט מיר מודה געווען אז דיין דאקטער ווייסט נישט מער ווי דיר, ביסטו מיט איהם גלייך, און היות עס זענען דא אזויפיל קולות אויף קעגן, אריינגערעכנט רעספעקטפולע דאקטוירים, איז נאך דיין קינדס לעבן אזויפיל ווערד צו זיך אביסל נאכפרעגן וואס דאס איז און וואס דאס טוהט
עדיאלרעסוירטש מאכט מען נישט אויפן געוועב. רעסוירטש מאכט מען אויף מייזעלעך, און לאנגע דורכדרינגליכע שטודיעס אויף מענטשן. דו קענסט נישט מאכן דיין אייגענע רעסוירטש. דו קענסט בסך הכל ליינען די החלטות פון עקספערטן און "עקספערטן" אויף שטוידעס וואס דו אליינס ביסט נישט קוואליפיצירט אויסצוטייטשן. ווען דו באשליסט וועמען צו גלייבן ביסטו סוביעקטיוו און באיינפלוסט פון א שרייבער'ס איבערצייגונג, און נישט פון אביעקטיווע אויסטייטש פון דאטא.
ריסוירטש איז סיי וועלכע, טעסט מאכט מען אויף מייז, און ביסט גערעכט אז א החלטה מאכט מען נאך שטודיעס און וואס זאגן די שטודיעס? פרעג זיך נאך. און והיה אז דיין באשלוס וועט זיין אז די שטודיעס זאגן אז מען דארף, געבן געזונטערהייט.
עדיאלאונז פשוטע אידן קענען באמת נישט וויסן דעם אמת. ווער ס'האלט ער פארשטייט איז א בעל גאוה און אן אויבער חכם פונעם צווייטן סארט. ס'טויג צו מאכן די אייגענע ריסוירטש ווען דיין מעכאניקער זאג דיר אכט הונדערט צו פאריכטן דיין אויטא. גיי שאפ ארום. גיי ליין וואס אנדערע מעכאניקער זאגן. זיי ווייסן. זיי זענען מעכאניקער. אין זאכן וואו אונז קליינע מענטשן פארשטיין נישט, אפילו אונזערע דאקטורים פארשטיין נישט, האבן מיר נישט קיין ברירה נאר פאלגן די CDC ערספערטן.
און אויב איין מעכאניקער זאגט יא, און א אנדערער זאגט ניין, מוזטו מאכן א אייגענע החלטה וואס עס קומט דיר אויס ריכטיג צו טוהן, וואס וועסטו זאגן פאר אונזער חבר
@קול הלשון וואס יעדער
דענטיסט זאגט איהם עפעס אנדערש?
פאר אלעם, וויל איך דערמאנען אז דער פלאץ איז א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען, געוויסע ניקס רעדן דא זייער שטעכעדיג און צו סארקאסטיש, און מיט דעם פרובירט מען באזיגן דעם צד השני. ביטע רעדן מיט רעספעקט איינער צום צווייטן, און לאזט יעדן האבן זיי רעכט צו האלטן וואס ער וויל.
יעצט מיינע הערות:
דעת תורהיא, מיר וואונדערט פשוט אויף דיר וויאזוי דו טראסט דיין החלטה אין זאכן וואס דו האסט נישט קיין שמץ מושג? וואלסטו געבויט א בריק - אדער געטוישט א חלק פון די געבוי - ווייל דו (מיט זערא נאולעזש אין ענזשינירונג, בלויז דער ספעציפישער חלק האסטו געטראפן סייטס אנליין וואס האבן דיר געוויזן וויאזוי עס צו 'דורכטון' און מאכן מסקנות) האסט עס שטודירט און געקומען צו די החלטה אז מ'ברויך אזוי טון? סתם נייגעריג
לאמיך דיר פרעגן, דעת תורה. דיין משל אבער מער אויף א פאסיגן אופן.
שטעל דיר פאר אינזשענירן בויען א גרויסן בריק העכער א סכנה'דיגן וואסער (וליתר שאת קענסטו צולייגן אז זיי באקומען 50 פראצענט פון יעדן דאלער טאלל וואס די דרייווערס צאלן...) די אינזשענירן טענה'ן חי וקיים אז די בריק איז זייער פארזיכערט.
אבער עס איז פאראן א צווייטע צד, צד ב', אויכעט געלערנטע אינזשענירן. זיי האבן געטון זייער ריסוירטש, און שרייען אז דער אופן וויאזוי דער בריק איז געבויעט איז זייער סכנה'דיג, און אזעלכע סארט בריקן האט שוין אסאך אומגליקן גורם געווען. אבער צד א' קעמפט אקעגן זיי מיט ציין און נעגל און רופט זיי אן קאנספיראציע טעאריקער. וואלסטו געווען רואיג צו פארן אויף דעם בריק? אדער שיקן דיינע קינדער? אדער וואלסטו זיך בעסער נאכגעפרעגט איידער דו טוסט אזא שריט?
וואס כ'מיין צו זאגן, הרב @געוואלדיג וכל הפשוטים עמו האבן נישט אליינס מחליט געווען אז ס'איז נישט גוט, אקעגן די געלערנטע דאקטוירים און סייענטיסטן; בכלל נישט. ער האט לצדו טויזענטער געלערנטע דאקטוירים וואס זענען אויסגעשפראכן אקעגן וואקסינען, און זיי זעלבסט וועלן דאס נישט געבן פאר זייערע קינדער. פארוואס אויב איינער האלט נישט ווי די מעינסטריעם שיטה איז ער פלוצלינג אן "אויבער-חכם"?
אין תוך גערעדט, קען מען דען טאקע טראסטן יעדן דאקטאר? פארוואס האבן מיר אזויפיל רפואה העלפ-ליינ'ס ביי יעדע מחלה זיך אדורכצושמועסן וועלכע איז דער בעסטער דאקטאר? פארוואס נעמעט מען א סעקאנד און א טוירד אפיניאן בעפאר ערנסטע פראצעדורן? גיי צום ערשטן דאקטאר, ער האט דאך זיכער געטון זיין ריסורטש, ער האט דאך א דעגרי, נעם אן זיין דעה און טוה וואס ער זאגט דיר!! אה, דאס שוין נישט! ווען ס'קומט צו דיין אייגענע הויט ציטערסטו ווי א פיש, ביסט אין פעקל, דעמאלס וועלסטו שוין יא וועלן טון "אייגענע ריסורטש", צי אנליין, צי בוכער, צי פרעגן אנדערע מבינים..
און לאמיר קלאר מאכן, ריסורטש מיינט נישט טעסטן אויף מייזעלעך און לאבאטאריס. מען מיינט ליינען דערוועגן, זיך נאכפרעגן, און זיין אינפארמירט פון אלע צדדים, די מעלות און חסרונות, און וואס וועגט איבער.
עדיאלזאגסט דו האסט געמאכט "רעסוירטש". מיינסט אודאי צוזאגן האסט געליינט בלעטער ווי איינער שרייבט וואס זיין אדער איר מיינונג איז נאכדעם וואס ער אדער זי האט געליינט שטודיעס און אויסגעטייטשט לויט זיינע אדער אירע אנשויאונגען. רעסוירטש מאכט מען נישט אויפן געוועב. רעסוירטש מאכט מען אויף מייזעלעך, און לאנגע דורכדרינגליכע שטודיעס אויף מענטשן. דו קענסט נישט מאכן דיין אייגענע רעסוירטש. דו קענסט בסך הכל ליינען די החלטות פון עקספערטן און "עקספערטן" אויף שטודיעס וואס דו אליינס ביסט נישט קוואליפיצירט אויסצוטייטשן. ווען דו באשליסט וועמען צו גלייבן ביסטו סוביעקטיוו און באיינפלוסט פון א שרייבער'ס איבערצייגונג, און נישט פון אביעקטיווע אויסטייטש פון דאטא.
אונז פשוטע אידן קענען באמת נישט וויסן דעם אמת. ווער ס'האלט ער פארשטייט איז א בעל גאוה און אן אויבער חכם פונעם צווייטן סארט. ס'טויג צו מאכן די אייגענע ריסוירטש ווען דיין מעכאניקער זאג דיר אכט הונדערט צו פאריכטן דיין אויטא. גיי שאפ ארום. גיי ליין וואס אנדערע מעכאניקער זאגן. זיי ווייסן. זיי זענען מעכאניקער. אין זאכן וואו אונז קליינע מענטשן פארשטיין נישט, אפילו אונזערע דאקטורים פארשטיין נישט, האבן מיר נישט קיין ברירה נאר פאלגן די CDC עקספערטן.
די זעלבע זאך ביי א מעקעניק. אז עס קאסט דיר 2 טויזענט דאלער צו פאררעכטן דיין קאר און דו האסט א ספק צי יענער איז גערעכט, וועסטו נישט גיין טון ריסורטש און פרעגן אנדערע מעכאניקער? דאס מיינט טון ריסורטש, כנ"ל.
קוקטס אהער, אלמלי די מעדיצינישע וועלט וואלט געווען קראנט, וואלט מען געקענט הערן ענקערע טענות. פאקט איז אבער, אז מען האט זיך שוין אומצאליגע מאל איבערצייגט אז די גרעסטע מבינים און סייענטיסטן מיט יארן פארשונגען און ריסורטש זענען געבליבן חוזק, און נייערע דאקטוירים האבן געטראפן נייערע געפינסן און אפגעוואנדן אלע טעאריעס פון די פריערדיגע חכמים, און געמאכט זייערע ערפינדונגען צו אש און פארעך. עס פעלט נישט קיין משלים, צי איז עס מיט די דייעט, יא פעטנס אדער נישט, וויפיל מאל האט שוין די רעגירונג אליין געטוישט זייער מיינד, וויפיל מעדיצינען האט מעען געמיינט עס העלפט און די FDA האט עס אפילו אפראווט, און שפעטער האט מען געזען שוידערליכע קראנסעקווענצן און עס האבן זיך אנגעהויבן לאוסוטס אקעגן זיי.
די זעלבע זאך איז מיט דענטיסט און אנדערע מעדיצינישע עקספערטן. מאן יימר אז אין צען יאר ארום וועט מען נישט געוואויר ווערן אז די וואקסינען זענען זייער שעדליך?
אונטערשטע שורה – א קלוגער מענטש פרעגט יא, און גלייבט נישט בלינד די דאקטוירים, וואס אסאך פון זיי זענען אויסגעשפראכן אקעגן נאטורליכע מיטלען, מען שטאפט אריין מעדיצינען ווי אימער מען קען, הגם נישט אלע. חז"ל זאגן טוב שברופאים לגיהנם פאר א סיבה... זיי מיינען נישט אלץ דיין טובה.
איך נעם נישט קיין צד דא, איך זאג נאר אז מען זאל אננעמען די אפיניאן פון די דאקטוירים מיט א גרעין אויף זאלץ, און אויב איז מען מסופק אין זייערע ווערטער איז מען נאך נישט קיין אפיקורס און מען פארדינט נישט צו ווערן נידון בצואה רותחת, אדרבה, מען דארף זיך נאכפרעגן.
--------
געוואלדיג האקט, בסגנון אחד...
[ציטאט אראפגענומען]
מוז זיין טאקע אמת, ווייל דאס וואס דו שרייבסט
[ציטאט אראפגענומען]
איז פשוט נישט אמת, דו"ק ותשכח.
Re: א אפענע בריוו צו ר' יואל אשר לאבין הי"ו
וואס הייסט עס איז נישט אמת? עס איז געווען איין - פעלערהאפטיגע - שטודיע פאר צוואנציג יאר צוריק אין ענגלאנד, באשטעלט דורך אגענדע געטריבענע פערשוין, און די שטודיע איז שוין צענדליגער מאל אפגעפרעגט געווארן. (איך שרייב פון זכרון, קען זיין איך געדענק נישט פונקטליך).
דאס איז אלעמאל דער טאקטיק צו ווארפן זאמד אין די אויגן, ביי גלאובעל ווארמינג האבן עס די פאסיל אינדוסטריע'ס גענוצט, קודם כל קריעיטן א 'ספק', מאכן כאילו ס'איז א מחלוקה צווישן די וויסנשאפטלער, און דאן וועט דער פשוט'ער המון עם וואס ווייסט נישט בחייכון זאגן, קוק אהער איך קען נישט מכריע זיין צווישן די הרים הגבוהים, לאמיך ווייטער און דאס מייניגע און פטור אן עסק.
דא ביי די וואקסינען ארבעט עס, וויבאלד עס איז כאילו א 'מחלוקה' איז תורת כל א' בידו, און יעדער קען זיך אליינס 'מברר' זיין.
דיינע פאקטן זענען נישט ריכטיג, אבער איך וויל דייקא נישט אריינגיין אין א שמועס צו וואקסינען איז גוט אדער נישט, ווייל עס איז א נעווער ענדינג שמועס און אונז וועלן בלייבן ביידע ביי אונזערס, אבער איך האב נישט קיין פראבלעם אויב האסטו געפארשט און דיין ידיעה איז דאס אויבנדערמאנטע, איך האב אויך געפארשט און מיינע ידיעות זענען אביסל אנדערש, אבער נעווער מיינד, אויב ביסטו געקומען צו די מסקנא, האסטו טאקע געטוהן אזוי ווי איך זאג, פארשן און מאכן א אייגענע החלטה.
.
דא האט איר ר' יואל אשר'ס ארטיקל ככתבו וכלשונו, און איך וויל טאקע אויסדריקן דא מיין דאנק פאר אריין שיקן צו מיר די ארטיקל, און מיר שפארן צו דאס סקענען, און דעם עולם שפארן זיך צו מוטשענען צו ליינען פון א סקען.
בס"ד
וואקסינען: גלייבן מיר אונזערע דאקטוירים אדער קאנספּיראציע טעאריעס?
א באקאנטער דאקטער וואס באהאנדלט טויזנטער חרדישע קינדער שוין פאר לאנגע יארן האט מיר געבעטן אז איך זאל באהאנדלען די נושא פון וואקסינען פאר קינדער. ליידער הערט מען איבער מענטשן ביי אונז וואס גיבן נישט די וואקסינען פאר זייערע קינדער; זיי קלויבן צו גלייבן פאנטאזיעס און פּסעוודא-סייענס אנשטאט נוצן דעם שכל הישר, און פאר'עקשנען זיך קעגן דער אנגענומענער מעדיצינישע וועלט און די לעבנס-רעטנדע וואקסינס, און שטעלן אריין די אייגענע קינדער און אלע אנדערע קינדער אין סכנה.
ברוך השם אז מיר זענען פּטור געווארן פון אזויפיל מחלות וואס זענען געווען זייער אפט מצוי ביי קינדער. היינט זענען זיי שוין ב"ה נישט פארהאן ווייל הקב"ה האט געגעבן די חכמה פאר דאקטורים און וויסנשאפטלער צו אויפקומען מיט וואקסינען.
קינדער ווייסן היינט איבער פּאליא בלויז פון ליינען דאס בוך פון ר' אהרן מרגלית... ווען מיט בלויז פופציג-זעכציג יאר צוריק איז עס געווען אזוי ווי קענסער און געמארדעט און פּאראליזירט טויזנטער קינדער, היינט איז זי ב"ה א חלק פונעם עבר, דאס איז א דאנק די גרויסע כח פון וואקסינס.
אונזערע עלטערן האבן געציטערט פון פּאליא, און האבן מיטגעהאלטן דעם געוואלדיגן נס וואס געשעט דורך די וואקסינען. פאר יארן לאנג האט קיינער נישט געטראכט צו זיין קעגן וואקסינען ווייל מען האט געזען מיט די אייגענע אויגן און מען האט מיטגעהאלטן די ישועה.
ווען מיר וואלטן מיטגעהאלטן מיט די אייגענע אויגן וויאזוי אסאך מענטשן ליידן אויף אַן ערנסטער מחלה און די צאל ליידנדע פאלט דראסטיש, וואלטן מיר געטאנצן בשבח והודאה און געדאנקט הקב"ה פאר דער המצאה פון וואקסינס. אין פאקט, איז וואקסינס די בעסטע רפואה וואס האט געראטעוועט די מערסטע מענטשן, פון סיי וועלכע רפואה וואס איז אמאל באשאפן געווארן.
אבער דער פאקט אז רוב מחלות עקזיסטירן שוין נישט ב"ה, און מען גיט היינט היפּש ביסל סארטן וואקסינס, ברענגט אז מענטשן זאלן ווייניג וויסן איבער וואקסינס, און דאס גיט א געלעגנהייט פאר מענטשן צו אויפקומען מיט ווילדע געדאנקען אנטקעגן וואקסינס. נישט זעענדיג די אויפטו פון וואקסינען, איז עס ביי געוויסע מענטשן בלויז אַן אמונה וואס ברענגט ביי פאנטאזירער צו שפּעקולירן דערקעגן.
געוויסע מענטשן זעען איבעראל קאנספּיראציע טעאריעס. אין זייער נעגאטיווע מיינונג טוען מענטשן אלעס מיט עגאאיסטישע חשבונות, דעריבער קומען זיי שנעל צו א מסקנה אז וואקסינס איז א המצאה פון קארופּטירטע דאקטורים צו מאכן געלט.
די פאקטן, וואס יעדער מענטש מיט א שכל הישר און צוטריט צו אינפארמאציע קען זייער שנעל זען, איז אז די וואקסינס זענען באשאפן געווארן דורך גוטע מענטשן, דאקטורים וועמען הקב"ה האט געגעגבן א לב שומע און א חכמה צו היילן דורך אויפקומען מיט וואקסינס וואס האט גענידערט די שאנסן פאר מחלות מיט ניין און ניינציג פּראצענט. אבער א מענטש קען קלויבן צו גלייבן קאנספיראציעס און אומבאגרינדעטע טענות, און די בחירה איז אין יעדנ'ס הענט.
וואס זענען וואקסינס?
יעדער גוף קומט מיט זיין אימיון סיסטעם וואס דער בורא האט אריינגעלייגט אין דעם גוף. דער אימיון סיסטעם איז דער כח אין דעם גוף וואס באקעמפט אומגעווינטשענע זאכן וואס קומען אריין אין דעם גוף. די אנטיבאדיס באקעמפן יעדע באציל וואס קומט אריין. שטארקע ווירוסן וואס זענען שטארקער ווי דעם אימיון סיסטעם קענען איבערנעמען דעם גוף און אים חרוב מאכן.
וואקסינס אנטהאלטן א קליינער טייל פון דעם ווירוס, אויף א קאנטראלירטן וועג. מען גיט אריין פאר דעם מענטש א גאר קליינע דאזע פון דעם ווירוס, אדער אַן אומשעדליכן חלק דערפון. ווען דער גוף זעט דעם פרעמדן אריינדרינגער נעמט ער זיך עס באלד באקעמפן, און אזוי ווערט דער אימיון סיסטעם פונעם קערפּער פארשטארקט אז דער גוף זאל ווערן א מלומד במלחמה און "געדענקען" אט די ווירוסן און זיי קענען באקעמפן אין דער צוקונפט.
מיר דארפן דאנקען הקב"ה אויף דער המצאה פון וואקסינס, ווי מען נעמט די מחלה אליין און מען באשאפט דערמיט די רפואה. עס איז א מושג וואס האט גראדע שטארקע שרשים אין דער תורה.
און וואס געשעט אז מען וואקסינירט נישט?
עס זענען דא פּראצענטן פון מענטשן פאר וועמען דער וואקסין ארבעט נישט, ווייל זייער גוף האט צו א שטארקער אדער צו א שוואכער אימיון סיסטעם. אבער ס'איז נישט געפערליך אז ס'איז פאראן אזא קליינער פּראצענט, ווייל אז רוב מענטשן ווערן לייטיש וואקסיניזירט זענען פאראן קליינע שאנסן אז זיי זאלן אנגעשטעקט ווערן, אבער אז מענטשן האלטן זיך במזיד צוריק פון וואקסינען זענען זיי גורם מחלות, און ברענגען סכנה נישט נאר פאר זיך אליין נאר אויך צו דעם מיעוט וועלכע זענען נישט פולשטענדיג אימיונירט. ווי אויך דארף מען געדענקען אז עס זענען פאראן קליינע קינדער וועלכע קענען נאכנישט באקומען פארשידענע וואקסינס. די מענטשן וועלכע וואקסיניזירן זיך נישט שטעלן אין געפאר די דאזיגע אומבאשיצטע קינדער. דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז א מענטש וואס נעמט נישט קיין וואקסינען שטעלט אין געפאר זיך אליין און זיינע ארומיגע!
ליידער האט זיך שוין געמאכט אז מיזעלס האט אויסגעבראכן אין היימישע געגענטער, אין איין פאל מיט א צייט צוריק האט מיזעלס זיך אריבערגעכאפּט פון א היימישן איד וועלכער איז נישט געווען וואקסינירט, ער האט עס געכאפט אין ענגלאנד פון א משפחה וואס איז נישט געווען וואקסינירט.
א דאקטאר אין קוואליטי העלט סענטער אין וויליאמסבורג שילדערט די שרעקליכע רעאליטעט ווען ער האט געזען מערערע קינדער מיט מיזעלס: "מיזעלס איז אמאל געווען א זאך וואס איך האב נאר געליינט אין די ביכער... אבער ליידער, די פּאר משפּחות ווי מען וואקסינירט נישט האבן געמאכט אז די זעלטענע קרענק זאל ווערן א מציאות ביי אונז. מיזעלס איז א מחלה וואס מען האט ב"ה אויסגעראטן אין דער פארגעשריטענער וועלט, אבער פארוואס זאל דאס צוריקקומען אין ניו יארק אום 2016?
דער דאקטאר זאגט "מיר דאקטורים זעען די מחלות. עס מאכט זיך גאר זעלטן, אבער דווקא ביי די וואס האבן נישט וואקסינירט די קינדער. ווי ווייטאגליך איז צו זען אן אומשולדיג קינד פרובירט מיט עקשנות צו כאפן דעם אטעם, ווייל זיין לונגען איז באטראפן געווארן פון א שווערער מחלה וואס וואלט פארמיטן געווארן פון וואקסינס. אויב פארשפעטיגט מען איז נישטא קיין רפואה, דער קליינער גוף וועט מוזן אליין באקעמפן די מחלה.
מענטשן וואס ווייסן ווייניג איבער רפואה, זאלן האבן די ביסל צוטרוי אין די וואס ווייסן יא. ע"פּ הלכה דארף א מענטש עסן אום יום הכיפור ווייל דער דאקטאר האט געזען מיט זיין פארשטאנד אז דער איד טאר נישט פאסטן, איז ווי קען א מענטש מאכן א החלטה נישט צו פאלגן די גאנצע מעדיצינישע וועלט, באזירט אויף האלבע אינפארמאציע אין א שטח ווי ער האט נישט קיין שום פארשטאנד?
אז מיר טראכטן וואס די מעדיצינישע וועלט האט אונז געשאנקען בעזר השם די לעצטע הונדערטער יארן, וויאזוי זיי האבן אונז פּשוט געראטעוועט פון אזויפיל מחלות און געדאפּלט די יארן פון לעבן, זעט מען אז זיי זענען שליחים פון דער השגחה עליונה, און אז די גאנצע מעדיצינישע וועלט איז פאראייניגט מיט די וואקסינען זוכט מען נישט פארביטערטע קאנספּיראציע-טעאריע ליבהאבער און אומבאגרינדעטע האטליין רעדנערס און קויפן זייער תורות לאקשן במקום סכנה.
עס איז ווייטאגליך אז מענטשן וואס באלאנגען צום עם חכם ונבון זאלן גלייבן אין פאנטאזיעס פון קאנספּיראציע גלויבער, אזעלכע סארט וואנזיניגע מענטשן וועלכע גלייבן אין אלע סארט צעדרייטע איינרעדענישן. עס איז שעדליך אז מענטשן מיט ווייניג פארשטאנד צו וויסנשאפט און רפואה לייגן אין א סכנה זיך, זייער משפחה, די נאנטע און די גאנצע וועלט, דורך לאזן זייער גוף אויסגעשטעלט צו כאפן די מחלות.
יא, עס איז א נאטירליכע רעאקציע פון עלטערן וואס ווילן זיין פולשטענדיג אין קאנטראל פון זייערע קינדער און זיי זעען א שטעכעריי וואס זיי פארשטייען נישט צוליב באגרעניצטע צוטריט צו אינפארמאציע, און זיי הייבן אן זוכן ענטפערס אבער אנשטאט דער ריכטיגער אינטעליגענטע וועג פון פרעגן דאקטורים אדער זוכן וואס וויסנשאפטלער האבן פעסטגעשטעלט באזירט אויף ריזיגע שטודיעס און אויספרובירט מיט טויזנטער חקירות ודרישות, ווענדן זיי זיך צו דעם מבול פון דעות וואס באשטייט פון קאנספיראציע טעארעטיקער ביי וועמען די וועלט איז אַן ענדלאער קאמף ווי געהיימענסיפולע מאכט-גרופּעס קאנטראלירן אלעס.
דאס איז נאך אַן ארט וואו מען ליידט זיך צוזאם פונעם אינטערנעט, אז ס'האט צוזאמגעברענגט טויזנטער מענטשן מיט וואנזיניגע מחשבות פון אלע עקן וועלט און זיי געגעבן א פּלאטפארמע זיך צוזאמצוקומען און ארויסגעבן זייערע מיינונגען. אמאל האבן זיי זיך געשעמט צו לאזן הערן זייערע ראדיקאלע מיינונגען, אבער היינט שפּורן זיי זיך זייער קאנפידענט מיט זייערע מיינונגען, וויבאלד זיי זעען אז ס'זענען פאראן נאך טויזנטער אזוי ווי זיי.
די גרויסע וועלט מיט איר פרייהייט פון ווארט פארמאגט אן אויסוואל פון מענטשן וואס לעבן אין אלטערנאטיווע רעאלמען, וואו דאקטורים זענען מערדערס, און קרימינאלן זענען אומשולדיג, קארופּציע דיקטירט אלעס און א געמיש פון די אילומינאטי, די פרי מעיסאנס, די זקני ציון און די ראטשילדס פארפּעסטן דאס וואסער מיט פלארייד און שטאפן אָן די עסנס מיט מערקיורי און האלטן קאנטאקט מיט באהאלטענע טייוולען, פלאימ'דיגע באשעפענישן און קאנטראלירן די וועלט.
די אנטי וויסנשאפט אקטיוויסטן פרעדיגן דעות פון שנאה, פּאראנאיאע געמישט מיט איגנאראנץ, און אַן אומבאגרינדעטע פאנטאזירטע נאסטאלגיע צו א מכלומר'שטן גליקליכן אמאל ווען מען איז געשטארבן במנוחה אין גאר א יונגען עלטער, אָן קיין וואקסינען.
און עס פרעגט זיך די שאלה, ווי קען א מענטש גלייבן פאנטאזיעס איבער א מעדיצינישער וועלט וואס איז דא אונז צו שעדיגן און וויי צו טאן, אין דער צייט וואס, א דאנק דער חכמה וואס דער רבוש"ע האט אריינגעגעבן אין בשר ודמ'ס, ווערן מער און מער מענטשן געראטעוועט, און די לעבנס ווערן געזונטער און לענגער פון יאר צו יאר?
ווי קען א מענטש גלייבן אז די גאנצע מעדיצינישע וועלט מיט אלע אפענע אינפארמאציע וואס יעדער מענטש קען זען, פארשן -- און אפּפרעגן אויב ער קען -- נארט אים אפּ, באזירט אויף האלבע מעשיות און אנעקדאטן אָן קיין איין וויסנשאפטליכער שטודיע.
די פאנטאזיע אז לעבן נאטירליך און ווי אמאליגע צייטן וועט בעסער מאכן די לעבן, ליבערשט ווי פאלגן די מעדיצינישע פארשריפטן, איז פּשוט א שקר. אין די גלארייכע "אמאליגע" צייטן זענען מענטשן געשטארבן גאר יונג; עס איז געווען 'נארמאל' צו שטארבן ביי די דרייסיג-פערציג יאר, און מיליאנען קינדער זענען געשטארבן פון מחלות וואס מען ווייסט שוין היינט ניטאמאל פון זיי. ס'איז כמעט נישט געווען קיין משפּחה וואס האט נישט געהאט א מיטגליד וואס איז אוועק יונגערהייט.
די אלטע נאטור האט געברענגט אסאך טויט. און עס איז נישט בלויז אמאל, די קרענק וואס האט ליידער גע'הרג'עט קינדער דורות צוריק, איז נישט נעלם געווארן, עס איז נאך אלץ דא אין די ארעמע לענדער וואו מען גיט נישט קיין וואקסינען און מען שטארבט נאך אויס פון מחלות וואס מיר ווייסן בכלל נישט, ווייל אונזער גוף באקעמפט עס אלס פיצל קינד דורך א וואקסין.
און ווי היפּאקריטיש איז די טענה אז היינט זענען שוין נישט דא דאהי די אלע מחלות, און ממילא קען מען זיך ערלויבן נישט צו פאלגן די עולם הרפואה און זיך וואקסיניזירן, אין דער צייט וואס די איינציגסטע סיבה פארוואס דו קענסט זיך ערלויבן נישט צו נעמען די וואקסינס איז ווייל דו ביסט מזל'דיג צו וואוינען אין א ציוויליזירטן פּלאץ וואו רוב ציוויליזירטע מענטשען נעמען די וואקסינס, און ממילא איז זייער זעלטן אז מיר זאלן ווערן אנגעשטעקט. אבער יעדער וואס נעמט נישט די וואקסין מאכט די שאנסן פאר פרישע אויסברוכן גרעסער?!
ווען "דור ישרים" איז ארויסגעקומען זענען געווען אזעלכע וואס האבן איר פארדאמט מיט פארשידענע הלכה'דיגע און השקפה'דיגע הסברים. אבער דור ישרים האט בהוראת גדולי הדור גענצליך געפאלגט די מעדיצינישע וויסנשאפטליכע וועלט און אין פאקט האט דור ישרים זוכה געווען צו זיין דער שליח פון די השגחה עליונה און האט מונע געווען א געוואלד מיט מחלות און גענעטישע פעלערן און גענצליך אויסגעריסן טעי-סאקס ביים היימישן ציבור. דאס צייגט אונז קלאר אז דער מעדיצינישער מעטאד ארבעט און פארמאגט סייעתא דשמיא.
עס איז קלאר אז דער חיוב פון השתדלות פאדערט פון אונז צו טאן וואס די רופאי זמננו זענען ממליץ, מיר דארפן נישט לייגן קיין באנקעס אדער שמירן שמן זית, מיר דארפן פאלגן די דאקטוירים, וועמען מיר געטרויען אום יום כיפּור און פאר'ן טאן שידוכים, און בזכות אונזער השתדלות וועט מען האבן סייעתא דשמיא.
.