פרשת חלב תשמג
57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10715
פרשת חלב תשמג
דער פרשה האט פארנומען אסאך קונטרסים, ספרים, פאליטיק און מחלוקת.
ווי איך פארשטיי, הרב מרדכי מלאכי פון לוד האט פארלוירען זיין ווייב אין תשל"ו. אין סוף תשמ"ב איז ער אנגעקומען קיין אמעריקא זוכן א שידוך. וויבאלד ער איז געווען א מנקר מומחה (אויך אויף חלק אחוריים כמבואר בספרו) איז ער אריין אין א בוטשער סטאר און געקוקט אויפן פלייש וואס איז גלעגען אין וואסער צו ווייקען פאר'ן זאלצן. קוקענדיג, פרעגט ער דער באס צו מ'גייט עס נאך מנקר זיין פאר'ן זאלצן (ווייל ס'האט נישט אויס געזעהן מנוקר). זאגט ער איהם אז מ'איז עס מנקר אין שלאכט הויז אין Flushing.
ער איז געפאהרן קיין שלאכט הויז צו קוקען און זאגען זיין מיינונג - מ'האט איהם שנעל ארויס געיאגט און מער נישט אריין געלאזט. ער איז אריין צו ברך משה זצ"ל און ער האט זיך שטארק דערשראקען און צוגעזאגט אז ער וועט מטפל זיין מיט דעם - מ'האט איהם מער נישט אריין געלאזט אין שטוב. און אזוי איז ווייטער געגאנגען דער געשיכטע.
ווער ס'האט מער פרטים, קונטרסים, שיטות וכדו' זאל ביטע מפרסם זיין לטובת השטיבל.
Re: פרשת חלב תשמג
אינטרעסאנט, מ'זעט חלב אין יאטקע, און מ'וויל עפעס אויפטוהן דערוועגען, ווי גייט מען? צו די זקני הוראה? צו די אנגעזע'ענע רבנים? ניין! מ'גייט צו א פריש געקרוינטע רבי און דארט האפט מען צו לעזען די פראבלעם.
עפעס פעלט אין די געשיכטע. וועלכע יאטקע איז דאס געווען? איז עס געווען חלב לכל הדעות? ווען האט זיך אנגעהויבען די אמעריקאנער סיסטעם פון ניקור? וואס טוט מען אין אנדערע לענדער?
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
ר' מרדכי מלאכי איז געווען א רב אין לוד, א מנקר מומחה (למעיין בספרו, איך האב עס אמאל געהאט אין שטוב), שפעטער האט ער געעפענט א כולל להלכות ניקור (איך האב גערעדט מיט איינער פון זיינער תלמידים).
דער האלמינער האט לפחות איין באנד מיוחד פאר דעם און דארט ברענגט ער אללע פראבלעמען וואס זענען געווען. איך קען דיר ברענגען דער רשימה אבער דער וואס טוהט נישט אין ניקור וועט דאס נישט פארשטיין.
Re: פרשת חלב תשמג
ספרי גאב"ד העלמין והגלילות דרייען זיך אויפ'ן אינטערנעט. ויבאו המלנקקים ללנקק כהוגן
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4792">viewtopic.php?f=5&t=4792</a><!-- l -->
איך זעי
דא א קונטרס דערוועגען. דער וואס קען אדער באשטעטיגען אדער לייקענען איז געליידענט.
ר' משה פיינשטיין האט געהאט א מיינונג אין דעם? וואס מיט אנדערע פוסקים אויזער סאטמאר?
Re: פרשת חלב תשמג
לויט ווי איך האב געהערט, איז דער נידון געווען חילוקי מסורות, און ר' משה האט געזאגט, און אזוי געשריבען אין פיהל תשובות, אז ס'איז נישט דא קיין חיוב אנצוהאלטען וואס קומט פון די מדינה אין מזרח אירופה. אלע זענען דא אין א נייעם שטאט ויעשו כפי אשר יקבעו. וויבאלד קיינער זאגט אונז נישט וואס און ווען, איז עס שווער נאכצוגייען די מימרא.
אדרבא, טאמער דו ווייסט אביסל פון ניקור צו זאגען, זאג אונז וואס ס'רעדט זיך, און ווי נאכצוקוקען.
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
איך האב נישט געזעהן קיין בילדער אבער מ'זאגט אז ס'איז געווען הארבער חששות פון חלב, דער skirts האט מען כמעט נישט מנקר געווען, דער לעבער האט מען נישט אנגערירט, דער דרייצנסטער ביין האט מען געלאזט, ועוד ועוד.
רוב זאכען זענען קלארער הלכות, נישט דברים התלויים במנהג.
Re: פרשת חלב תשמג
לאמיר זע'ען מראה מקומות. ווי רעדט מען פון די דרייצענסטע ביין?
פון דער רמב"ן אין חומש זעט אויס אז ס'איז שווער צו עסען חלב בטעות. ס'איז קלאר וואס איז חלב און וואס נישט. די הלכה איז דען נישט אזוי?
אשאד אז סאיז נישטא איינער וואס זאל צאמענעמען אלע פאקטען ארום די פרשה (כקען פארשטיין פארוואס..) אבער איך בין צום מערסטענס נייגעריג האט מען עפעס געטוישט לכבוד די פרשה? און בדר''א וואס טוט היינט דער הרב מלאכי?
יא פון דער 13'טע ביין האט זיך עס אנגעהויבן, דער נירבארטור איז דאס מכשיר ווייל זיין טאטע האט בכלל נישט געהאט א פראבלעם דערמיט, וה"ה ווען דער אלטער נירבאטור אינאיינעם מיטן ברך משה האבן געגעבען זייער הכשר אויף מיל מארט האבן זיי דאס מכשיר בלי שום פקפוק כלל וויבאלד לויט זייערע מסורה איז דאס נישו קיין חלב איסור.
אבער אז מ'האט אנגעהויבן קוקן האט מען שוין געטראפען קלענערע מכשולות, נאר דער היציגער קעפ האבן ברייט אויסגעפויקט כאילו מ'איז מכשיל אנדערע, וואס דאס האט געעפענט א טיר פאר די שווארצע קוקערס/מחמירים מן המחמירים/גאר עקסטרעמע פארפרומטע עד כדי כך אז איינער פון די יעניגע האט זיך געלאזט הערען זאגענדיג אז "...דער רבי האט מאכיל טריפות ונבילות געוועהן דרייסיג יאר און אמעריקא..." און אויף אזא איינעם דארף מען זאגען 'עפרא לפומיה'.
עס איז דאן בשעתו ארויס געקומען א דיקע קונטרס בשם 'עלבונה של תורה', וואס האט ב'כלומפרשט אויף געוויזען אז די סאטמערע פארהוילן דא מעשים זעזועים רח"ל ודבריהם שקרים וכזבים וה"ה אז די סאטמארע זענען מעתיק שטיקער שטיקלעך פון תשובה ספרים אבער זענען תנא ושייר ומסוליף. יענעם ערב יום כיפור האט ר' משה גבאי אנגערופען דעם קאשויער רב און איהם גוט אריין געגעבען, דערביי האט דער קאשויער רב געזאגן ווערטער וואס איז געווארען אויף געכאפט ווי א סלאגאן, וזה לשונו: "איך קען נישט יעדער ליגענט מכחיש זיין", מיינעדיג צו זאגן אז דער משה פריעדמאן זאגט איהם גרויסע גראבע שקרים אבער דער קאשויער האט א פראבלעם ער קען איהם נישט אויף וויזען אז עס איז נישט ריכטיג.
למעשה האט זיך דער מערכה אויף געהערט פון איין טאג אויפן צווייטען, ווען דער ברך משה האט געזאגט מ'זאל איגנארירען גענצליך, לא מיניה ולא מקצתיה אפילו ברמיזה כל דהו, כאילו דער מערכה האט נישט מיט סאטמאר צו טוהן. נאך שרייען און פאשקעווילן האבן די מערערים געזעהן אז זיי רעדען צום וואנט, און דער אינדרויסענדיגע עולם קוקט זיי סתם אן ווי עקסטרעמע משוגעים, האבן זיי אויף געהערט.
דולה ומשקה האט אין באזיץ א קאלעקציע פון קונטרסים, ספרים, צעטלעך, קולא קורא'ס, פאשקעווילן, טעיפס, וכו', פון יענע מערכה.
קאשוי רב זאל ער רוען ליכטיג אין גן עדן, אבער מאז שנת תשכ"ח איז ער געוועהן דיפרעסט, ואכמ"ל.
דא האט א לינק צו א קונטרסים וכו' וואס האבן בשעתו ערשינען.
<a class="postlink" href="http://www.google.com/url?sa=t&rct=j&q=&esrc=s&source=web&cd=1&cad=rja&uact=8&ved=0ahUKEwj-iIK6lO7NAhWEWz4KHeGbBwAQFggcMAA&url=http%3A%2F%2Fwww.israel613.com%2FKASHRUT-monsey-kruka-7.htm&usg=AFQjCNFDqq6NkNFQ-3sqetMmXxY0WE4aKA&sig2=91B44RldU7P0icNoeXVHvQ&bvm=bv.126130881,d.dmo">http://www.google.com/url?sa=t&rct=j&q= ... 0881,d.dmo</a>
Re: פרשת חלב תשמג
וואס איז געשען ביים אגודה סיום הש"ס דף היומי אין תשמ"ב?
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
<a class="postlink" href="http://www.israel613.com/nikkur1.htm">http://www.israel613.com/nikkur1.htm</a>
ערעב
@דולה ומשקה, וויט אלל דא ריספעקט האט איר דעם קאשויער רב נישט געקענט, דעפרעסיע האט זיך נישט געפינען אין זיינע ד אמות עד יום מותו , אן אריינגיין אין די הלכהדיגע דעטאלן פון די פרשה, דער קאשוי רב האט געהאט פלייש ביי זיך אין פריזער פונעם סאטמארע יאטקע וואס לשיטתו אדער למראית עיניו איז געווען חלב אדער חשש חלב, עס איז געווען א מיטינג געסקעדזשולט צווישן יום כיפור און סוכות ווען דער ברך משה ז"ל האט געברויכט קומען קיין קרית קאשוי וואו מען האט געזאלט קוקען און דן זיין וואס דא גייט פאר, למעשה האט הגריח"מ פר"מ אויסגעקלאפט ערב יום כיפור אין ראדני אז די פלייש איז כשר בלי שום פקפוק, קאשוי רב איז געווען א גראדע הלכה איד (קענסט עס רופן פלאטשיג, איף איט מעיקס יא העפיער) און האט נישט משיג געווען אז מען קען שפילן פאליטיק מיט די תורה, און האט נישט פארשטאנען וויאזוי מען קען אויסקלאפן אזא זאך אין ביהמ"ד פארן אפילו זעהן די שאלה, מילא האט ער עס געאסרט פאר זיינע תלמידים וחסידים.
און בנוגע דער מאמר אז "דער רבי זי"ע האט מאכיל געווען....... איז דעפינעטלי גענומען אוט אפ קאנטעקסט, דהיינו, ווען ער האט אפירגעברענגט די שאלה האבן מאנכע פראבירט צו טענה'ן אז וואס הייסט? דער רבי זל האט מתקן געווען די יאטקע, האט ער געענטפערט, האט ער טאקע מאכיל געווען נבילות, מיינענדיג צו זאגן, איך קום מיט א הלכה פראבלעם האק נישט אין קאפ מיט קיין רבי זי"ע
אינטרעסאנט, איך פארשטיי אז ליל יוהכ"פ איז א צייט מעורר צו זיין לתשובה, אדער מעורר צו זיין אויף פרצות הדור מיט די האפענונג אז די אפענער הארץ פון יוהכ"פ וועט אריין לאזען די תוכחה. למשל מ'רעדט פון די גאר וויכטיגע נושאים א שטייגער ווי ביי האר וכדו'. מיט דרייסיג יאר צוריק האט מען געזען פאר וויכטיג ליל יוהכ"פ אויסצורופען און מעורר צו זיין אויף א היתר אז מ'זאל ח"ו נישט מפקפק זיין דערויף.
זעט זיך אויס אז דעמאלס האט מען פארשטאנען אז אסר'ן א דבר המותר איז אויך א פרצה.....
געטראפען נאך א מראה מקום אויפ'ן נושא
דא פון די אנדערע זייט.
נאכ'ן ליינען אביסל דארט זעט מען אז מ'האט שוין דעמאלס געליטען פונ'ם היינטיגען מחלה. טאמער דער ברך משה האט אזוי געהאלטען, זאל ער שרייבען א תשובה מבאר זיין זיין שיטה. וואס איז דער ענין אז מ'זאל רופען א יונגערמאן זארגער פון מיטל מזרח, וואס איז היינט מחשובי דייני העדה"ח, אבער דעמאלס איז ער געווען סתם א מו"צ, מיט מנשה פיליפ (בערעלע אלערט) א יונגערמאן אין כולל, מיט נאך א פאר יונגעלייט, ועל פיהם יהיה כל ריב וכל נגע? אז מ'האלט עפעס, שרייב עס אויס! באהאלט זיך נישט אונטער יונגעלייט'לעך. באמת די צד המערערים האט אויך נישט קיין סאך מער ווי קול קורא'ס און י"ג מדות דרשות, נישט עפעס זאכליך. נאר מ'פארלאזט אויף הרב מלאכי אדער הרב גרוס. ווען דער קלויזענבורגער רבי צו דער קאשוי'ער רב האלטען עפעס, זאלען זיי מוחל זיין און נישט חתמנ'ן און נישט דרשנ'ן, נאר שרייבען א נארמאלע תשובה כדבריהם, נישט מיט ריב"ש'ס וועגען זיכערע וועגען, און נישט מיט אריכות'ן וועגען טמטום הלב, צו 'אלע דורת' טענות, נאר הלכות חלב כפי היוצא מהשו"ע.
אין די קונטרסים שטייט ליל יוהכ"פ
ליטוואק פון בודאפעסטווען דער קלויזענבורגער רבי צו דער קאשוי'ער רב האלטען עפעס, זאלען זיי מוחל זיין און נישט חתמנ'ן און נישט דרשנ'ן, נאר שרייבען א נארמאלע תשובה כדבריהם, נישט מיט ריב"ש'ס וועגען זיכערע וועגען, און נישט מיט אריכות'ן וועגען טמטום הלב, צו 'אלע דורת' טענות, נאר הלכות חלב כפי היוצא מהשו"ע.
איינער קען please אביסל מער מסביר זיין וואס פונקטליך קלויזענבורגער רבי האט געהאלטען אין געזאגט דעמאלטס
אפאר פאקטן וואס איך האב אליין מיטגעהאלטן
דער ברך משה (ווי ער האט פארציילט ביי זיין דרשה חוה"מ סוכות, און קיינער האט עס נישט אפגעלייקענט) האט אנגערופן קאשויע רב אז ער וויל זיך מיט אים טרעפן צו דורכשמועסן און זען זיינע חששות,
קאשויער רב האט גענטפערט אז ער האט נישט קיין צייט פאר יוה"כ, און וויפיל ער האט אים געבעטן אז עס איז זייער וויכטיג האט ער נישט געקענט פויעלן ביי אים, און געזאגט אז מ' האט געגעסן דרייסיג יאר וועט מען עסען נאך אפאר טעג (דאס האט קאשוי געלייקענט)
זעהנדיג אז ער וויל נישט זאגן זיינע חששות, האט ער געהייסן דעם דיין אויסרופן יוה"ק בייטאג (נישט ערב יוה"ק אדער יוה"ק ביינאכט) ובאזני שמעתי, אז מ' קען רוהיג עסען בשר בהמה
Re: פרשת חלב תשמג
א. ייש"כ, אבער נאך קשיא'ס ווערען נתעורר פון דיין מעשה. אז דער קאשוי'ער רב וויל נישט רעדען יעצט, איז שוין אלס אינדעראדנונג? דו אליינס האסט דער קאשוי'ער רב אין בוידעם, וואס איז ער יעצט א ראיה?
ב. פארוואס האט מען נישט געקענט שווייגען נישט להיתר און נישט לאיסור ביז מ'איז מברר? יעצט קען מען שוין נישט רעדען פון די נושא.
ג. דער פר"ח אין הל' יו"ט שני רעדט ארום הל' שלא להוציא לעז על הראשונים. לכאורה גילט עס דא אויך, טאמער ס'איז נאר דא א שיטה להתיר, פארשטייט זיך
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: במחכת"ה. איך זעה יא א חילוק (א פאר חילוקים) צווישן קאשויער רב און ר' אברהם לייטנער. הגם ר' אברהם איז געווען א גרויסער ערליכער איד און א מורה הוראה, איז דער קאשויער רב א סאך עלטער געווען פון איהם. ביי עמי הארצות/ים איז נישט קיין נפק"מ צו זיי זענען יונג אדער אלט. אבער ביי ת"ח בעלי הוראה איז א שטארקער חילוק. והשנית. ר' אברהם, הגם ר'איז געווען א גרויסער ירא שמים, איז ער דאך געווען א חלק פון די קהילה, און ר'עט נישט גיין סתם אזוי ארויס אקעיגן דעם רשכבה"ג הקוה"ט. משא"כ דער קאשויער רב איז נישט געווען א חלק פון די סאטמאר'ע קהילה איז ער נישט געווען משוחד פון זיי. האט ער געקענט ארויסגעבן אן אמת'דיגן פס"ד לפי ראות עיניו...!
קוקענדיג אין די העלמינער אוצר, פון מאמרים פון דער מחנה חרדי און בריווען פון דער און יענער, שפירט מען ווי מ'דארף דרינגענד א פארשער א היסטאריקער זאל אלס בא'ארבעטען קלאר און גרונטליך. די דעמאגאגיע און 'קנאות' איז א ריזיגע פארהאנג צווישען די שרייבאכץ און דער אמת, און איינער, אן קיין נגיעות, דארף עס אוועק רוקען בכח החכמה.
*
ומודה ועוזב ירוחם
ווען דער אשכול האט אנגעהויבען, האב איך געאישי'ט מיט טייערע ברודער און איך האב איהם געווארענט אז ער זאל עס האלטען הלכה'דיג, ווייל ס'קען לייכט ווערען פארצימעס'ט. ס'זעט אויס אז ער קען ניקור, זאל ער באלייכטען אונזער אויגען אין הלכה. איך זעי אז דער דרייצענסטע ריפ איז געהאנדעלט געווארען שוין דורות, אינ'ם תשובות פון די באקאנטע סטאוויסקער צדיק, דערמאנט ער די מערערים דערויף, אבער די הלכה איז נאך א גרויסע נושא. דער צימעס קען מען ליינען אין קאוועשטיבעל פון העלמין
דער פראבלעם איז אז דער מחלק צווישען חלק הפנים וחלק האחוריים איז נישט קיין גראדע ליין. צווישען דער חלק הרוחני (ריאות, לב) און דער חלק הגשמי (כבד, כרס, קיבה, וכדו') איז דא א שטיקל פלייש וואס ווערט אנגערופען רויטפלייש (בלשון הכתוב "יותרת על הכבד", ובאנגלית diaphragm). דעס הייבסט זיך אהן פון צווישען דער 12'טע און 13'טע ריף ביי צוויי זייטען פון דער בהמה און קומט אהן צו דער 7'טע ריף אין דער centre פון דער קערפער. דער דרכי תשובה שרייבט קלאהר (און אזוי איז מבואר אין אסאך ספרי ניקור) אז אללעס נאך דער רויטפלייש איז חשש חלב און אללעס פאר דעם אין זיכער נאר שומן. דער חבר'ה וואס שניידען אין א גראדע ליין ביי דער 13'טע ביז'ן טבור, זענען (לכל הדעות) מכשיל דער קאסטאמערס מיט חלב.
דער קולות פון אר"י לעומת חו"ל איז 1. אויף דער רויטפלייש לצד הריאה וואס דער רמ"א זאגט מ'זאל עס אראפנעמען מטעם מראית עין שלא יבואו לידי טעות; 2. גידי דם וואס אין גמרא שטייט אז חתכיה ומלחיה לקדירה שפיר דמי אבער אשכנזים נעמען וואס מ'קען ארויס; 3. דער וויידעל איז דא חילוקי מנהגים.
וואס הרב מלאכי האט מעורר געווען איז אויף דער רויטפלייש וואס מ'האט כמעט נישט גערייניגט, אויף דער ריפאלע אין דער חלק אחוריים (rectus abdominis muscle) האט מען געלאזט מיט דער גאנצע פעטס, דער שפונדרא האט מען נישט אהנגעקוקט, דער לעבער (כבד) האט מען געלאזט כמו שהיא, ועוד ועוד.
זיך באהאלטען אין זאמד און מישן פוליטיק אריין איז נישט קיין תכלית. ס'איז זיכער אז אפילו בימים ההם איז געווען וואס האבען געוואלט א פוליטיק מאכען פון דעם (סאטמאר איז געווען שוואך דעמאלטס און מ'האט געדארפט א leader האט מען אויסגענוצט דער געלעגענהייט, אבער לאמיר רעדן ווי ערוואקסענער מענטשען.
ווי איך האב געהערט פון גאר נאנטער מענטשען מיט'ן קלויזנבורגר רב זי"ע, האט ער זיך נישט אריין געטוהן אינ'ם פרשה בכלל. ער האט געהערט אז ס'איז דא א פירצה האט ער מעורר געווען. ער האט נישט דערמאנט קיין שום הלכה ביי זיין דרשות ווייל ער האט געוואלט, אזוי ווי אונזערע ליטוואק זאגט, אז איינער וואס ווייסט וואס ער רעדט זאל ארוסקומען הלכה'דיג.
טייערע ברודער דער חבר'ה וואס שניידען אין א גראדע ליין ביי דער 13'טע ביז'ן טבור, זענען (לכל הדעות) מכשיל דער קאסטאמערס מיט חלב.
דער זאץ איז נישט אין פלאץ. שרייב אז דאס בלייבט חלב און מיר וועלען ציען וואס פארא מסקנות דערפון. דאס גייט שוין אריין אין די פאליטיק.
טייערע ברודער זיך באהאלטען אין זאמד און מישן פוליטיק אריין איז נישט קיין תכלית. ס'איז זיכער אז אפילו בימים ההם איז געווען וואס האבען געוואלט א פוליטיק מאכען פון דעם (סאטמאר איז געווען שוואך דעמאלטס און מ'האט געדארפט א leader האט מען אויסגענוצט דער געלעגענהייט, אבער לאמיר רעדן ווי ערוואקסענער מענטשען.
איינס פון צוויי זאכען למעשה האבען קיין שום רבנים וואס האבען נישט געהאט קיין זייטיגע חשבון מיט סאטמאר זיך דא אנגערופען. איז עס אדער ווייל די גאנצע זאך איז נאר א זייטיגע שנאה נישט קיין עכטע טענה, אדער ווייל סאטמאר איז געווען אזוי מעכטיג דעמאלס אז מ'האט מורא געהאט זיך אנצוהויבען מיט זיי. איך קען נישט קיין דריטע צד.
טייערע ברודערווי איך האב געהערט פון גאר נאנטער מענטשען מיט'ן קלויזנבורגר רב זי"ע, האט ער זיך נישט אריין געטוהן אינ'ם פרשה בכלל. ער האט געהערט אז ס'איז דא א פירצה האט ער מעורר געווען. ער האט נישט דערמאנט קיין שום הלכה ביי זיין דרשות ווייל ער האט געוואלט, אזוי ווי אונזערע ליטוואק זאגט, אז איינער וואס ווייסט וואס ער רעדט זאל ארוסקומען הלכה'דיג.
דאס טוישט שוין די גאנצע מעשה. לאמיר אנקוקען פון די זייט, ווי איינער וואס קען נישט קיין ניקור און מוז זיך פארלאזען אויף די רבנים. דער באטור רב איז עפעס מתיר, ואתו עמו אב"ד זענטא\סיגוט וכעת סאטמאר. קומט א יונגערמאן און איז מערער דערויף. ביז יעצט האב איך געמיינט אז דער קאשוי'ער רב און דער קלויזענבורגער רבי האבען געהאלטען ווי דער יונגערמאן, און דער שכל לאזט זאגען אז זייי זענען גרעסער תלמידי חכמים ווי די אנדערע צוויי. יעצט זאגסטו אז דער קלויזענבורגער האט קיין מיינונג נישט געהאט. בלייבט מען בלויז מיט'ן קאשוי'ער רב. גאנץ א שוואכער מ"ד.
איך האב געהערט אזא מעשה. ביי דער סיום הש"ס פון דף היומי שע"י אגודת ישראל אין שנת תשמ"ב, האט מען מכבד געווען דער קלויזענבורגער רבי אויפצוטרעטען. דאס איז הן ביים סיום אין אמעריקא און הן ביים סיום דער נעקסטער טאג אין א"י. ער איז דאך געווען א פה מפיק מרגליות און ער האט שטארק ארומגערעדט דער פרצה פון חלב. ווען הרב שך האט געהערט דערפון האט עס איהם זייער פארדראסען, און ער האט מחליט געווען נישט אנטייל צו נעמען אין די סיום הש"ס אין א"י, נישט וועלענדיג זיין א חלק פון דער קעמפף (פשטים קען יעדער איינער אליינס זאגען). למעשה מ'האט אויף איהם אויפגעטוהן אז ער זאל אביסל יא גייען און דער קלויזענבורגער האט צוגעזאגט ער וועט אין א"י נישט רעדען דערפון. למעשה האט הרב שך זייער ווייניג געוויילט דארט און ער איז שנעל ארויס געגאנגען. אגב אורחא, האב איך געהערט אז ווען ער איז ארויס געגאנגען איז דער וויזניצער רבי אויך ארויסגעגאנגען. ווארטענדיג אינדערויסען האט מען געברענגט בענקליך פאר די צוויי. הרב שך האט אלס געמאכט מיט זיין האנט אז דער גבאי פון וויזניצער רבי זאל אויך זיצען, אבער פארשטייט זיך איז ער געבליבען שטייען. ביז מ'האט געכאפט דער עסק. הרב שך האט געזען א יונגערמאן מיט'ן וויזניצער, האט ער געמיינט אז ס'איז זיין איידעם דער בעלזער, דעריבער האט ער מכבד געווען מיט א בענקעל.
*
הפותח יד בתשובה
ליטוואק
דער סיגעטער רבי זצ"ל האט זיך שטארק דערשראקען ווען הרב מלאכי איז אריין און האט צוגעזאגט ער וועט מטפל זיין מיט דעם. א פלא מ'האט מער נישט אריין געלאזט הרב מלאכי אין ציממער. דאס שמעקט פון דעם אלגעמיינער סאטמאר דרך און איז נישט קיין ראיה אז ער איז מתיר. ער האט refused זיך צו טרעפען מיט'ן קאשוי'ער און מיט הרב מלאכי ...
דער פאפא רב זצ"ל האט זיך יא אריין געלייגט און כלשונו הזהב 'מאי דהוה הוה ומכאן ולהלן חושבנא' דהיינו לאמיר נישט אריין אין רבי ז'ליינע האט יא אדער נישט, לאמיר זיך אריין טוהן לגופו של ענין.
דער קאשוי'ער האט געהאט ביי זיך שטיקער פלייש וואס האט געהאט קלארער חלב אויף דעם.
דער מעשה מיט הרב שך זצ"ל (אגב אין שנת תשמ"ג) האב איך נישט געהערט, אבער ס'איז אינטערסאנט וואס האט מען איהם געזאגט און ווער האט עס געזאגט. זייט ווען האט ער געהאט א מיינונג אין הלכה? זייט ווען האט זיך דער קלויזנבורגר רב אפילו געקוקט אין זיין ד' אמות? וועלכע פון דער חסידישער קרייזען (חוץ דער בעלזער) איז בכלל אינטערסירט אין הרב שך'ס מיינונג?
דער קלויזענבורגער ווערט נישט אפגעפרעגט פאר'ן נישט קוקען אין דער פנים פון הרב שך, ס'איז נאר א שטיקעל פעלער זיינער. נו נו .
ווען מ'וועט זאגען אויף יעדער רב'ס פסק ווער האט איהם געגעבען דער אינפארמאציע, קען מען זיך בכלל נישט פארלאזען אויף רבנים. ביזדערווייל האב איך נישט קיין אוסר אחוץ דער קאשוי'ער רב.
הרב מלאכי האט געשריבן א גאנצע ספר לאיסור. איינער וואס איז געווען א מומחה אין ניקור האט געשריבן א מאמר אדער א ספר להיתר?
מומחים זענען נישט קיין רבנים, ניין?
אבער מ'דארף איינער וואס קען ניקור און קען הלכה.
איך דערמאנן מיר יעצט אז ס'איז דא א איד אין Lakewood הרב אהרן קושיצקי וואס האט געשריבן א נפלא'דיגע ספר אויף ניקור. צום סוף האט ער א חלק אויף מסורת ומנהגי ניקור.
דער שלאכט הויז אין פתח תקוה פלעגט ברענגען איהר שווערע שאלות צו הרב שך. דער משגיח דארט האט מעיד געווען אז ער האט שולט געווען אויף די פלתי'ס דארט נישט ווייניגער ווי אין נשים נזיקין. די וואס האבען צוטיילט לערנען און פסק, כאילו פסק הלכה קומט נישט פון לערנען גרונטליך, וועלען דאס קיינמאל נישט פארשטיין, אבער די וואס נתחנכו על ברכי גדולי הפוסקים, רעק"א חת"ס נוב"י ועוד, זע'ען נישט ווי ס'קען זיין אנדערש
ס'איז מיר א גרויסע חידוש אז הרב שך האט געפסק'נט ווייל ער איז נישט געווען באקאנט פאר דעם, אבער דאס א מעשה פאר א אנדערע אשכול.
מסכים אז לערנען און מייגע זיין אויף א רעק"א איז א פסיק רישיה צו ווערען א תלמיד חכם (כלשונו של הרב דוב לאנדאו ר"י סלבודקא) אבער נישט יעדער תלמיד חכם ניצט זיין כוחות פאר דעם.
ר' אהרן קושיצקי ברענגט א נפלא'דיגע געדאנק אין זיין ספר, אבער איך האף מ'וועט מיר מוחל זיין אז איך שרייב אין לשון הקודש.
בימיו של הגאון ר' יהונתן אייבשיץ היה מנקר אחד שערער על מקום גיד הנשה, ונסע מעיר לעיר לעורר על זה והיה מרעיש הבריות שעד היום הזה טעינו נחנו ואבותינו, ולא היה מענה ביד החכמים. עד שבא הכרתי (סוס"י סה) וענה מה שענה. הפלא היא שכבר אלפי שנים לא מוזכר שיש שני גידים, וגם במשנה (חולין צג:) שנינו "מקומו ניכר", ולמה לא ענו לו שאסור לעורר על מסורת ישראל, אסור להוציא לעז על גדולי וצדיקי הדורות, מסורת אבותינו בידינו וכדו'?? ויתרה מזאת, בחת"ס (יו"ד סי' סט) ופת"ת (סה סק"ב) ועוד סברו שאם הכו"פ דחה את המנקר עם טענה לא נכונה יש לחשוש לדברי המנקר ולהוציא שי גידים מספק.
זעט מען אז שרייען "מנהג, מסורת" וכדו' איז נישט קיין תירוץ.
נאך האב איך געטראפען אין זיין ספר, ער ברענגט א בריוו פון ר' משה פיינשטיין (געדרוקט אין קונ' פרי תמרים און נאך פלעצער) וואס שרייבט בזה"ל "בדבר הניקור של הקצבים החרדים שקבלו סדר הניקור כמו שעשו במדינת אירופה, אין כדאי לעשות שום שנוי, רק ינקרו הבשר כמו שעשו עד עכשיו".
אבער ר' אהרן קושיצקי האלט אזא בריוו איז גניבת דעת אהן צו שרייבען דער שאלה. ער זאגט צום ביישפיל אויב א שוואנגעדיגע פרוי ליידט סכנת מוות פון דער נישט געבוירענער קינד און מ'פסקענט אז מ'קען הרג'נען דער קינד מדין רודף. קומט צו גיין א צווייטער און דרוקט א תשובה אז מ'מעג הרג'נען א נישט געבוירענער קינד רח"ל.
דער מענטש קען מעגליך ניקור, אבער קיין שיקול הדעת האט ער נישט. ווער ווייסט וואס מ'האט אלס אנגעשריגען דער מערער? אינ'ם ספר דרוקט מען נאר לערנען, נישט ווי די היינטיגע וואס דרוקען קנאות כאילו ס'איז עיקרי הדת.
וואס זאגען תלמידי ר' משה, וואס האט ער געזאגט לגבי די טענות פונ'ם מערערים? קושיצקי וויל אונז זאגען אז ער האט געהאלטען ווי די מערערים? ער האט א ראיה דערצו? און אויף די מערערים גופא שטעלט זיך דער קשיא. האסט געהאט אן אורים ותומים אין מאנהאטען און דו ביסט געלאפען צום ברך משה?! אחוץ טאמער די הלכה איז נישט געווען דער נושא.....
ליטוואק פון בודאפעסט: איין זאך זעה איך אז דיין בודאפעסט'ער חלק איז זיך גובר אויף דיין ליטווישן חלק. מיט דעם אז דו מאכסט נישט אוועק די גדולי הפוסקים אלס צווייט ראנגיקע תלמידי חכמים און פלאטשיגע מענטשן. נישט אז רעק"א און דער חת"ס דארפן דיין אדער מיין הסכמה. אבער כנהוג אין די ..."ישיבה'שע" קרייזן, האלט מען אז די בעלי הוראה זענען נישט גענוג שארף, ווייל זיי זיצן נישט 6 חדשים און חקרנ'ען אויב די ביצה שנולדה ביו"ט איז שוין נולד געווארן נאך די שקיעה אדער פאר... 😂 🙄
דיין קענשאפט אין ישיביש'ע קרייזען ענדעלט דיין קענשאפט אין רעק"א חת"ס און נוב"י
אאא. זייער שארף אריינגעזאגט. ווען איכ'ל האבן מער צייט און זיין אין די ריכטיגע מאאד, וועללן מיר זיך פארהערן אין פארשידענע נושאים. אריינגערעכנט אין רעדן און שרייבן אידיש און ענגליש. מיר'ן זעהן ווער ס'וועט ארויסקומען מיט א דעפיציט. לעת עתה זאללן מיר לאזן די שלאפענדיגע הינט ווייטער שלאפן... 🙄
שוין צייט פאר די פילען....
אגב וואס מיינט 'ריכטויגע'? ס'איז אידיש צו ענגליש, צו גאר ישיביש אדער רעק"א?
ליטפאק פון בודאפעסט: ס'זעהט אויס אז דו זיצט שוין ווידער צו לאנג אין ביהכ"ס... 🙄
Re: פרשת חלב תשמג
יעצט נאכגעקוקט די מראה מקומות פון הרב קאשיצקי. דער כרתי רופט אן דער שואל א 'משתבש בדעתו' פאר זיין טומולעריי. דער שואל אין חת"ס דינגט זיך אויפ'ן כרתי און וויל חושש זיין פאר דער מיינונג פון דער מערער. צו דעם זאגט דער חת"ס 'ואני אומר דברי חכמים נכונים'. נאר כך היא דרכו של החת"ס צו ברענגען א ראיה אין לערנען פאר יעדער זאך. קוק אין זיין תשובות וועגען די רעפארמער
און אין וועלכן ספר מספרי האחרונים קענמען נאכקוקן אז דו ביסט א "נשתבש בדעתך"... 😈
איהר האט אמאל געלערנט די לעצטע משנה (דאס איז די געשריבענע הלכות פון תושבע"פ) אין קנים?
ביטע זיך אפלאזען פון מיין ביינער! עפען אן אשכול וועגען בויכוויי און קאטשקע דארט !
ר' בערל איז אין די כלים, פיינע נייעס.