☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ברוקלין מאכט א ברוך שפטרני

ברוקלין מאכט א ברוך שפטרני

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10669

יואב » פרייטאג יולי 1, 2016 7:03 pm

· #339860
ברוקלין מאכט א ברוך שפטרני
כ'ווייס נישט וואס גענוי. עפעס גרויס און דראמאטיש, עפעס א רוישיגקייט אין דער בריאה וועלכע איז ראפטאם געגאנגען אויף א סטרייק, א סמבטיון וואס דער זיבעטער טאג האט אין אים אריינגעשטעלט א פוס פון איין מינוט אויף דער צווייטער, אן דערלויבן אפילו א מאגערע בין השמשות אינדערצווישן. די שטאט האט מיטאמאל אויפגעהערט זידן, ווילדעווען און זיך בייזערן, ווייניגסטנס אויף צייטווייליג איז איר געלונגען זיך צו באפרייען פון איר פיינליכן באדרענגעניש. מ'קען דעם פענאמען שמעקן, טאפן, און זען, ער איז א שלווה וואס שפאצירט אין דער לופט, הענגט פון הימל און רוט אויף דער ערד.

דער גאנצער ארום האט אויפאמאל ארויסגעלאזט איין אבער לאנגען אטעם, און ברוקלין האט געמאכט א ברוך שפטרני. כ'הייב היינט אינדערפרי מיין קאפ צום הימל, כ'פראביר קוקן צווישן די לעכער אין די צעריסענע וואלקנס, כ'זע א מחזה. די זון זיצט אין העל-בלויען חלל אן אויפגעלייגטע, איר פנים לייכט, און שמייכלט אראפ דירעקט צו דער שארית הפליטה. די שמחה נאכ'ן באפרייט ווערן פון א יאך, די רואיגקייט וועלכע צעגיסט זיך אויף די געוויסן, עפעס דערמאנט זי אין משה רבינו נאך וואס דער כביכול האט געגעבן זיין הסכמה צום "ואתה תחזה." די שפיזיגע שטראלן וועלכע פלעגן דעם בייזן יארמארק בלויז טרייבן צו מהומה'דיגע שטאפלען, געמאכט דעם ברוקלינער איינוואוינער ארויסקוקן און גארן צו דער נאכט מיט איר קליינער לבנה, אט זיי זענען אויך נעלם געווארן צוזאמען מיט די אנגעשוואלענע אייער-באקסעס און פארשוואנגערטע גארבעדש-בעגס.

מאסן ווייבער אריינגעטון אין זייערע תשעה קבין האבן נאך אזוי שפעט ווי נעכטן געשפאנט קעגן דער רויטער האנט, און דעם באגאבא אומ'אחריות'דיג אריינגעפירט אין לויפנדן פארקער; ויהי ערב ויהי בוקר, אלץ איז איבער די בערג. אויף אן אפשניט פון צוויי חדשים קענען זיי פלוישן און בארעדן א וועלט אן יענע חציצה פון טעלעפאן צווישן דעם טורבאן און אויער.

ומה נהדר המראה, נישט די קינדער טאנצן ארום אין די געלע באסעס, און נישט די געלע באסעס טאנצן ארום איבער די גאסן. נישט דא קיין באגלייטן, נישט דא קיין חופות, נישט דא קיין הכנסת ספרי תורות; נישט קיין עצרת רבתי, און אפילו נישט קיין עצרת ווי. איי. פי לקרואי העדה בלבד. יובל העשור, דינער השנתי, שמיטה, ערלה, הצילו, צדיק בא לעיר און נעתר לבקשתינו, אלץ האט געצויגען קיין צפון. אפילו פאשקעווילן איז מער נישט דא פאר וועמען צו ווארפן — קוים פארבליבן אויף וועמען צו ווארפן.

די מאסן-ארויסוואנדערונג האט אריינגעבלאזן א סארט נאכגיביגקייט אין דער ברוקלינער לופט, א גייסט פון פארשטענדעניש און וותרנות האט מיטאמאל פארכאפט אלץ וואס אטעמט אין איר. נעמט לדוגמה די שווארצע טויבן, לכאורה די מערסט-פארהאסטע זגאל צווישן ברוקלינער איינוואוינער. זיי היפן נאך טאקע ווייטער אויף די רויטע פיסלעך, און גראבן מיט זייערע שנאבלען אין אלץ וואס ס'האט איבערגעלאזט דער אלטמאדישער בעזעם-טראק. זיי פאטשן שוין אבער נישט אזוי ווילד מיט די כנפיים, שפיצן מער נישט אן קיין אויער צו מענטשליכע סודות, עפעס רעספעקט האט דער מין האנושי פארט געקריגן אין זייערע אויגן. אגב, באזירט אויף דער דאזיגער פארשריט זענען מאנכע גאר אפטימיסטיש אז די טויבן וועלן בקרוב דורכפירן א רעפערענדום צווישן זיך איבער אנהייבן טון די געברויכן בלויז אין מיוחד'דיגע ערטער — העשטעגס וועלן נאכפאלגן.

די רואיגקייט האט זיך אריינגעגאסן אויך אין די אכילה געשעפטן. צווישן אנדערע שטייען רעבתנים מער נישט אויס צו זיין געשטראנדעט אין לאנגע שורות, אלץ צוליב די אייביגע קווענקלענישן פון העלטה-פריקס איבער וועלכער פון די שאר ירקות ס'זאל יא און נישט און נישט און יא אריינגיין אין זייער נערוו-שפאלטנדן שיסל. יענץ איז עפעס אויך ארויף על ראש הפסגה, דער רוח האט דעם דאזיגן קאפ-פארדרייעניש געהויבן פון דאנעט.

כ'קוק מיך אום, איבערנאכט איז ווי פון דער ערד ארויסגעקראכן א ברוקלין וואס אויסער איר שטאטישער סטרוקטור איז זי אויסשטאפירט אויך מיט ביימער, גראז, שאטן, פארקס, טייכן, פארקינג, בייק-לעינס, אטראקציעס, שווים-באסיינען, מנוחת הנפש און הרחבת הדעת. ממש א קאנטרי!

אן אינטערסאנטע שטימונג וועלכע איז פילייכט א געמיש פון שושן פורים, חול המועד, פאוסט-חצות'דיגן תשעה-באב, סובסיטוט אין חדר, אומאן, יתום, פארווע און מזונות, האט עפעס אויך באוויזן אריינצוקריכן אין דעם ברוקלינער קאנפארמיזם. דא שפירט עמיצער גענוג זיכער זיך צו באווייזן מיט קראקס אונטער דעם שוין-במילא-נאכגעלאזטן הימל; דארט ווידער ערלויבט זיך א ווייבל צו קויפן ברויט נישט מער און נישט ווייניגער נאר מיט א בענדענא אויפ'ן געגאלטן קאפ. אן אנדערער מיט אייביגע שולד געפילן צום אלטן היים שפירט שוין נישט דעם צורך צו ערזעצן די שבת'דיגע בעקיטשע מיט א רעקל פאר יענע פינף און א האלב טעג וואס מ'גייט במילא ליידיג.

ווייטער קומט א אינגערמאן ארויסצוקריכן אינדערפרי פון הויז, זיין גאנצער יקום שיינט צו זיין טראמאטיזירט פון א ברויזנדן חלום. ער אליינס ווייסט נישט צי די אויגן זענען אים מער טרוקן אדער מער קלעפעדיג; צי דאס מויל איז מער טרוקן אדער דער בייזער גערוך איז דאמינירנד. דאס העמעד — צעכראסטעט, פון אלע קנעפלעך איז בלויז דאס צווייטע פון אויבן צוגעמאכט. די שיך האט ער אויף צייטווייליג פארוואנדלט אין לאטשן, און פון ביידע זייטן קאפ רייסן זיך בינטלעך האר וועלכע דערמאנען אין די הערנער פון אן אקס הארט נאך א מועד'יגער נגיחה. השערות וועט ער טאקע איבערלאזן פאר א צווייטן צו מאכן, ס'איז אבער אלץ זאכליכע חשבונות. זיין ערשטע דעסטינאציע פון בעט איז דאך די מקווה. אוודאי וואלט ער חשק געהאט צו האבן די מקווה אין זיין הויז. האט ער אבער נישט. טייטש די יגיעה וואס די גאס ערווארטעט אים יעצט אריינצולייגן איז מוכן ומזומן צו גיין לאיבוד נאך בלויז קארגע פופצן מינוט. און ער זאל פאר דעם צוועק האבן דערקלערט מלחמה מיט זיין פוילקייט, ווידער יעצט איבער טון די זעלבע ארבעט צוויי מאל דווקא ווען מצידו וואלט ער איר אפילו איין מאל אויך נישט געטאן?

די ליסטע פון מענטשן וואס קוועטשן אויס נחת פון דער אויבנדערמאנטער בלולה'דיגער שטימונג איז ענדלאז. אט שטויסט שוין דער שבת אריין, אבער נאך איין צדיק. יענער איז דווקא א ירא שמים און אזא איינער אשר לא כרע לבעל. ער ערלויבט זיך אנצוגיין מיט דעם סדר היום אן א רעקל, כאטש וואס מיט דעם ברייטן הוט גייט ער יא. סוף כל סוף, נישט צו גיין מיט שתי כיסויים איז אפילו אויף פורים נישט דא קיין היתר. דורכאויס דעם רוב פון טאג שפאנט ער ארום מיט אן אפענעם וועסטל, אזא וואס דער פארקנייטשטער גלאנציגער חלק פון הינטן איז געהויבן אין צענטער ווי ביי א בריק. א שטיק טלית קטן פון אינמיטן רוקן ביז נאנט צו די זאקן, טרעפט זיך מיטאמאל מיט די אויגן אויף דער פריי. א זעלטענע געלעגנהייט צו באטראכטן ברוקלין מיט אירע אויסגעלאסענע איינוואוינער, וליתר שאת אויך פלאטערן מיט עזות אין דער לופט, גארנישט ווייניגער ווי די בארד און פיאות. נו שוין, סוף כל סוף איז דער טלית קטן אויך א מענטש, און כאטש וואס ער איז למעשה נישט אנגעקומען בהאי שעתא בין הרי הקעטסקילס, מעג ער זיך פארט אביסל אויסלופטערן. סך הכל א ירידה לצורך עליה.

שבת שלום מברוקלין

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 1, 2016 7:20 pm

· #339862
יואב: נאך א זאך מיט וואס ברוקלין איז לייכטער געווארן איז די טרעפיק אויף קאווע שטיבל. לעצטנס ווען כ'וויל געבן א לייק, שפילטציך דער קאמפיוטער ארום מיט מיר עטליכע מינוטן. היינט איז עס געפלויגן כהרף עין. א גוטן שבת. כ'האב נאך איין אפוינטמענט פאר'ן זמן כניסת שבת. איך מוז הערן וואס דער צודרייטער רוח נחום זאגט אויף די פרשת השבוע. אדער אפשר גאר האט ער געמאכט אן עמערדזשענסי שיעור... 😂

כוכב » פרייטאג יולי 1, 2016 8:19 pm

· #339868
הערליך און פראפעסיאנאל. א זעלטענער צוזאמגענומענער שריפט, וואס מאכט מיך פרעגן, יואב, ווילאנג נעמט אזא שטיקל?

פליקער » מוצ"ש יולי 2, 2016 11:27 pm

· #339886
Re: ברוקלין מאכט א ברוך שפטרני
אזא שריפט!! פיל מיט ווערטער וואס איך האב נאך קיין מאל נישט געהערט

Sent from my VS987 using Tapatalk

קל וחומר » מוצ"ש יולי 2, 2016 11:53 pm

· #339891
Re: ברוקלין מאכט א ברוך שפטרני
דער יואב האט עפעס א חוש איבערן כתיבה וואס ווערטער קענען נישט שילדערן, ער שפילט זיך ארום מיטן זאץ כאדם העושה בתוך שלו, ברצותו מרחיב וברצותו מקצר, דער ווערטערבוך איז ריין משיעבוד צו אים מיט א שיעבודא דר' נתן פון א דריי דעמענציאנאלן פערספעקטיוו.

נעם לדוגמא אזא ווארט ווי 'צעכראסטעט', ס'איז ביי מיר קיין ספק נישט אז זי האט געקלערט ביי זיך אז ביז משיח'ס טאג וועט זי נישט האבן איר תיקון, אין פאקט לאזט זיך גלייבן אז זי האט שוין מסתמא עטליכע מאל געקלערט פון באגיין זעלבסמארד.

דא קומט דער אדון פון שפראך, שפאנט צו מיט א טייטלדיג פינגער דירעקט אין איר פנים אריין און זאגט 'יא טאקע דיר וויל איך', והנערה אתנו.

יואב = שר הכתיבה.

יואב » זונטאג יולי 3, 2016 3:50 am

· #339926
ווי כ'האב שוין געשריבן דא, מיין ציל מיט'ן שרייבן אידישע ווערטער וועלכע קענען אפשר זיין אומבאקאנט פאר געוויסע לייענער, איז נישט צוליב דעם וואס כ'וויל מ'זאל זיי נישט פארשטיין, נאר פארקערט. דווקא ווייל זיי זענען ווערטער וואס כ'וויל מ'זאל פארשטיין און אנהייבן נוצן, מילא אויב שפיר איך אז זיי פאסן אריין גוט אין דעם קאנטעקסט, וועל איך מיך נישט אפהאלטן פון נוצן. זאלן די לייענער אויסברייטערן זייער אידישן וואקאבולאר.


ראפטאם/ראפטעם —  abruptly, hastily

באדרענגעניש —anxiety

צעכראסטעט — disheveled, unbuttoned

זגאל — species

לאטשן — slippers

berlbalaguleh » זונטאג יולי 3, 2016 4:08 am

· #339928
יואב: ייש"כ. דאס איז ממש ווי די קלאסישע אידיש שרייבער, נאך וועלכע איך בענק זייער שטארק.
נאר מיט אייינס פון די ווערטער וועלכע דו האסט דא אראפגעברענגט וועל איך מיך דינגען. ה"ה...באדרענגעניש...Anxiety.
ווייל דרענגעניש/געדרענג...מיינען גאר עפעס אנדערש...! מ'העמיר מוזן מברר זיין...ווער ס'ווייסט פון מקורות זאלל זיך אנרופן...ייש"כ.

עפעס אזוי » זונטאג יולי 3, 2016 7:59 am

· #339932
berlbalaguleh
יואב: ייש"כ. דאס איז ממש ווי די קלאסישע אידיש שרייבער, נאך וועלכע איך בענק זייער שטארק.
נאר מיט אייינס פון די ווערטער וועלכע דו האסט דא אראפגעברענגט וועל איך מיך דינגען. ה"ה...באדרענגעניש...Anxiety.
ווייל דרענגעניש/געדרענג...מיינען גאר עפעס אנדערש...! מ'העמיר מוזן מברר זיין...ווער ס'ווייסט פון מקורות זאלל זיך אנרופן...ייש"כ.


IMHO דאכצעך מיר אז Anxiety מיינט אז מען פילט זייער געדריקט (געדרענג אין קלאסישע יודיש)

קל וחומר » זונטאג יולי 3, 2016 8:45 am

· #339939
Re: ברוקלין מאכט א ברוך שפטרני
Anxiety
איז אין פשוטער שפראך 'אומרואיגקייט'.
מיט די פענסי ווערטער בינעך נישט אזוי באקאנט.

קל וחומר » זונטאג יולי 3, 2016 11:33 am

· #339956
Re: ברוקלין מאכט א ברוך שפטרני
אדער אולי 'אנגסט'?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יולי 3, 2016 1:54 pm

· #339983
Re: ברוקלין מאכט א ברוך שפטרני
וואס וויל מען? אז אזא מאמר דא"ח, אזא שטיק פייער, אזא דערהויבענע מעמד פון יואב'ס זאל אריינגייען אין די פארשלאפענע שיפלאדען פון שפראך און גראמאטיק, ווי נאר עפעס א אידעל, וואס איז געבוירען געווארען ביי די זיבעציג יאר זיינער, מיט א קמץ בערדעל און האלבע ברילען ביים עק פון זיין עק-לאזער נאז און א העל בלויע אנצאג וואס געדענקט מאריא טהערעסע, אזא איינער וואס דאווענט זעקס אזייגער שחרית אבער יאגט זיך נישט, ער צאלט זיין בילס באצייטענס און פארקט נאר ווי מ'מעג, ער טרינקט טיי נאר מיט א טאץ אונטער'ן גלאז און זיין גרימאסען ווען דער בעל תפלה מישט אויס א מלעיל מיט א מלרע זענען גענוג זויער צו מאכען דער מילך וואס ער האט אריינגעלייגט אינ'ם טיי, איז דער איינציגסטער וואס אינטרעסירט זיך בכלל?
דער מאניפעסטא פון יואב'ן איז אויף צו לאכען און טראכטען, קלערען און אויפלעבען, נישט מוטשען און פגימת הלבנה'ן. לאז דער ארבעט פאר אידען פון מאנסי/מאנטשעסטער, זיי דארף מען נישט ברענגען קיין פרישע סחורה.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

יעקב מענטש » זונטאג יולי 3, 2016 2:20 pm

· #339997
עפעס א אבנארמאלע שריפט.

קאווע טרינקער » זונטאג יולי 3, 2016 4:20 pm

· #340015
דער גאנצער אשכול איז צוזאמענשטעל פון שטורעמיש-לאכעריי זאצען.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 3, 2016 4:59 pm

· #340017
קל וחומר
אדער אולי 'אנגסט'?

קל וחומר: איך מיין אז ..."אנגסט"...איז א בעסערע איבערזעצונג ווי ..."באדרענג"...!
איך וויל מער נישט חקרנ'ען איבער די מיינונג פון די ווערטער, ווייל עטליכע פיינשמעקערס (וועלכע שלאפן נאך אפשר פון די מוצאי שבת'דיגע חגיגה) וועללן זיך אויפוועקן און קאמפלעינען אז די אשכול ווערט פארדרייט...! ודי בזה...!

שמעקעדיג » זונטאג יולי 3, 2016 5:19 pm

· #340022
berlbalaguleh
עטליכע פיינשמעקערס

איך ווייס נישט צי דו מיינסט מיך, אבער איך בין פלעין שמעקעדיג, נישט א "פיין" שמעקער. "ודי בזה"....!!!! 😠 😂 😳 😉

צוריק צום ענין. יואב, א מעסטער פיעס כדרכך! ברענגט אריין א ליינער אינעם מצב ווי משוגע!!!

berlbalaguleh » זונטאג יולי 3, 2016 5:26 pm

· #340024
שמעקעדיג
berlbalaguleh
עטליכע פיינשמעקערס

איך ווייס נישט צי דו מיינסט מיך, אבער איך בין פלעין שמעקעדיג, נישט א "פיין" שמעקער. "ודי בזה"....!!!! 😠 😂 😳 😉

צוריק צום ענין. יואב, א מעסטער פיעס כדרכך! ברענגט אריין א ליינער אינעם מצב ווי משוגע!!!

שמעקעדיג: ווען איך מיין דיך, שעם איך מיך עס נישט ארויסצוזאגן בפירוש. יעצט אז דו האסט מיך דערמאנט, כאפ איך אז ס'איז לשון נופל על לשון... 😂 🙄

טמיר » זונטאג יולי 3, 2016 7:52 pm

· #340043
Re: ברוקלין מאכט א ברוך שפטרני
צוקער זיס יואב! ווען זאלסט ווען וויסן ווי דיינע סחורה ווערן צוכאפט, וואלסטו געשריבן אפטער.

לענייננו, מאלסטו עפעס אראפ די שטאט איבערבלייבערס ווי די עליטע פון די מענטשהייט, וואס די קאנטרי גייערס שטייען זיי א גאנץ יאר אין וועג און קריכן סתם אויף די נערווען. איז טאקע אזוי די פאקט? איך ווייס נאכנישט אויב איך גיי אין קאנטרי

יואב » זונטאג יולי 3, 2016 10:35 pm

· #340050
אוריאל וויינרייך יידיש-ענגליש ווערטערבוך
20160703_223248-1.jpg

קאמענטירער » זונטאג יולי 3, 2016 10:40 pm

· #340051
הרב יואב איר ווייסט ניטאמאל וואספארא מהפיכה איר מאכט אן, קומט צו מיר מיין חבר און ער זאגט מיר '' דו ווייסט כההאב אנגעפאנגען צו באמערקען אז סאיז דא גרינע גראז'' א צווייטער זאגט מיר ''סאיז געווארען אזוי פלוצים מיטאמאל שטיל אין שטאט'' יא נישט יעדער קען ליינען דיינע ארטיקלען בשלימות אבער די השפעות די גוטע ווערטלעך שווימט ארום און יעדער נאגט ארויס חיות פון די ווערטליך
''את בקאווע שטיבעל ומצדתו פרוסה בכל העולם''

פליקער » זונטאג יולי 3, 2016 11:26 pm

· #340053
Re: ברוקלין מאכט א ברוך שפטרני
כלאטשען, מיינט טאקע לפי זה אזוי ווי לאטשען, לפי די יארמע מהלך כמו רויט רעפלעך ו'ניידלעך

Sent from my VS987 using Tapatalk

איסר האטלקי » זונטאג יולי 3, 2016 11:34 pm

· #340055
טייערער הרב יואב, כ'בין שוין דא א היבשער שטיק צייט אין ק"ש, איך טריי צו האלטן מיין מויל ווי מער פארמאכט, אבער איך קען מיך פשוט נישט איינהאלטן. דאס איז עפעס נישט פון דער וועלט! יעדעס ווארט אזוי אויסגערעכנט, ממש נישט נארמאל. יש"כ.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יולי 3, 2016 11:42 pm

· #340059
Re: ברוקלין מאכט א ברוך שפטרני
פ"וו האלסטו זיך שטיל, אדרבא לאזט הערען לייג צו צום שמועס

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

אברך משי » מאנטאג יולי 4, 2016 12:42 pm

· #340146
יואב

אן אינטערסאנטע שטימונג וועלכע איז פילייכט א געמיש פון שושן פורים, חול המועד, פאוסט-חצות'דיגן תשעה-באב, סובסיטוט אין חדר, אומאן, יתום, פארווע און מזונות, האט עפעס אויך באוויזן אריינצוקריכן אין דעם ברוקלינער קאנפארמיזם.


לדעתי הקלושה איז דאס די הויעכפונקט פון רבי יואב'ס ווערטער. איך וועל לאזן דעם צעכראסשעטע יונגערמאן מיט זיינע צוקנייטשטע פיאות און מויל גערוך און זיינע אין-לאטשן-פארוואנדלטע שיך, אבער דאס קענען מאכן אזא גערוטענעם צד-השוה פון די אלע זמנים לא זמנים, דאס איז ווערד אן אויסלויב אלס הבחנה דקה מן הדקה אין די צעמישטע געפילן און הרגשים וואס נעמט יעדן ארום אין די דערמאנטע צייטן. איי, ווער רעדט נאך ווען ס'טאקע געקומען צו גיין דער סאבסיטוט אין חדר, דער אור-וחושך-משמשים-בערבוביא'דיגן מצב (פארשטייט זיך נאר ביז דער מנהל איז אריינגעקומען שרייען אויף אונז, און דענסמאל האט שוין נאר דער חושך ואפילה משמש געווען).

בכלל די גאנצע אשכול קומט מיר פאר ווי עפעס א סצענע וואס וואלט געווען געדריקט אין א מחנים ביכל פון מנחם מענדל'ען, און ס'וואלט געשטאנען עפעס בערך אזוי:

אלע פארזאמלטע האבן געטרינקן מיט דארשט די רייד פון דער שליח רבי יואב וואס האט מיט זיינע פערל ווערטער געשילדערט דער מצב אין שטעטל ווי מייסטענס איינוואוינער פון קליין ביז גרויס האבן געפאקט זייערע פעק און געלאפן זוכן שיץ אין די ווייטע קעטסקיל בערג. אלע ארומיגע וואס זענען געזעצן אויף דער ערד מיט זייערע צוזאמגעלייגטע פיס, האבן געקוקט מיט שפאנונג אין ריכטונג פון רבי יואב'ס מויל וואס האט געשאטן פערל ווערטער יעדער מינוט.

"בראווא" האבן אלע מטגלידער אין דער קאווע שטיבל אויסגערופן מיט פאטאס ווי נאר רבי יואב האט געענדיגט זיינע רייד און זיך צוריקגעקערט באשיידן צו זיין ארט. "הערליך און פראפסיאנאל" האט כוכב אויסגערופן מיט גרויס באגייסטערונג. "אזא שריפט" האבן אנדערע צוגעשאקלט מיט'ן קאפ באוואונדערנדיג די זעלטענע כחות וואס רבי יואב האט נאר וואס אהערגעשטעלט פארן ציבור. דער בעל עגלה (מסתמא א קאזין פון הערשל-מיט-די-ציגן) האט מיט פינקלדיגע אויגן געשילדערט זיין בענקעניש צו די ריין אויטענטישע אידישע רייד וואס זענען שוין געלעגן פארשטויבט אין שופלאד אויף-ביז-משיחס-טאג-לכאורה לויט זיין ביז-איצטיגער מחשבה.
פון הונטן זיצט זיך שטיל איינגעבויגן א שלאנקע דארע בחור'ל מיט געקניפטע פיאות און א בלאסן געזוכט, איסר-האיטלקי רופט מען עם. ער איז בטבע שטיל און זיצט זיך איינזאם און לאזט זיך כמעט נישט הערן אין די אנוועזנהייט פון די אנדערע פארזאמלטע, אבער יעצט נאך די הילכיגע רייד פון רבי יואב האט זיך אפילו איסר'ל נישט געקענט האלטן גלייכגילטיג, און ער שטעלט זיך אויף אויפען קליינעם קעסטל אין ווינקל פון צימער און רופט אויס אזוי:

(דא קומט געווענליך אינעם ביך עפעס א כמו-שיך-פארוואנדלט-אין-לאטשן-סטייל גראם פון פיר שורות וואס קלעבן נישט איינס צום צווייטן, און האט ביי מיר אלס אויסגערופן וואונדער אויף מנחם-מענדלס גראמען יכולת)
(געווענליך ווערט עס געזאגט דורך א מענטש מי די קאפ אויף ארויף און די הענט אין די הייעך, אדער א געקייטלטע איד וואס זיצט איינגעבויגן)

אוי רבי יואב רבי יואב איר טוט אזוי שיין זאגן
וועגן מענטשן וואס זענען אין קאנטרי געגאנגען
לאממיר אלע עם אויסלויבן און געבן א לייק
און אפילו מ'גיימער נישט אין קאנטרי, העממיר שרייען חזק חזק ונתחזק...

עד כאן פון מיין מחנים-ביכל דמיון. כ'דארף נאר האבן ה. הכטקופף צוצלייגן א בילד ווי דער עולם שלינגט מיט דארשט די שיינע ווערטער פון רבי יואב שליט"א.

און צו דיר רבי יואב, א הארציגן דאנק פאר די דברי חיזוק והתעוררות המשמחים את הלב ואת הנפש!

מפוזרי » מאנטאג יולי 4, 2016 4:07 pm

· #340201
Re: ברוקלין מאכט א ברוך שפטרני
איז נישטא קיין ביכל פון מנחם מנדל מיטן נאמען “דער זיידענער יונגערמאן"? [emoji106]

יואב » פרייטאג סעפטעמבער 9, 2016 5:20 pm

· #349021
דער אלטער פרייטאג איז צוריק בכל כוחו. א פחד. ווער האט זיך געגלייבט

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:12 am

· #349092
יואב: דיין באשרייבונג און שילדערן פון די הליכה ל'קאנטרי איז געווען נאר חלק א'. יעצט זיי מוחל באשרייב דעם חלק ב' פון די געשיכטע. דאס צוריקקום פונ'ם עולם קיין ברוקלין...!

גראף » דאנערשטאג יוני 29, 2017 4:10 pm

· #377242
Re: ברוקלין מאכט א ברוך שפטרני
נאך א קליינע משפחה... ביטע שיק א בילד אין פינף יאר.

Sent from my XT1096 using Tapatalk

שלי שלך » פרייטאג יוני 30, 2017 12:58 am

· #377314
Re: ברוקלין מאכט א ברוך שפטרני
סתם פאר נייגעריקייט. די שיעור פיאות איז כהלכה?

גליקלעך » פרייטאג יוני 30, 2017 2:49 am

· #377318
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב געמיינט אז אין ק''ש וואטש מען זייער אויף קרעדיט

ענדע צדיק » מאנטאג יולי 3, 2017 4:53 pm

· #377652
אברך משי
(דא קומט געווענליך אינעם ביך עפעס א כמו-שיך-פארוואנדלט-אין-לאטשן-סטייל גראם פון פיר שורות וואס קלעבן נישט איינס צום צווייטן, און האט ביי מיר אלס אויסגערופן וואונדער אויף מנחם-מענדלס גראמען יכולת)
(געווענליך ווערט עס געזאגט דורך א מענטש מי די קאפ אויף ארויף און די הענט אין די הייעך, אדער א געקייטלטע איד וואס זיצט איינגעבויגן)


😂 😂 😂

מי אני » פרייטאג יוני 18, 2021 2:56 pm

· #476066
די מייסטערהאפטיגע ארטיקל ברענגט ארויס דעם גרוּפּשׁיפט פענאמענאן אין סאציאלאגיע און ווי אזוי דאס איז מקושר צו גרוּפּ סייז. והיינו, אז ווי גרעסער א גרופע איז, אלס שטערקער איז די דראנג פון קאָנפאָרמיטי פונעם אינדיווידואל מעמבער דערין; צו קאנפארמירן צו דאס וואס איז די אידענטיטעט פונעם גרופע [א פועל יוצא פון דיִאינדיווידוּעישאן וואס פאסירט אין א גרופע, והיינו וואו דער אינדיווידואל דערין פארלירט צו אן עקסטענט זיין אינדיווידואליטי; ווי גרעסער די גרופע אלס מער די דיִאינדיווידוּעישאן]. וואס קומט אויך ארויס דערפון און דאדורך איז גרוּפּשׁיפט. דאס באדייט אז פאזיציעס ודעות פונעם אינדיווידואל אינעם גרופע ווערן דורכ׳ן גרופע נאך מער עקסטרעם אלס די דעה פונעם גרופע בכלליות, וואס דער אינדיווידואל נעמט אויך אָן. (וידוע שיטתו של דר. שמואל היילמאן אודות ווי אזוי דאס ארטאדאקסישע גרופע רוקט זיך אלס מער עקסטרעם רעכטס.)

אט די עפעקט און פענאמענאן דערקענט מען זומער מיט די מעמבערס פונעם גרופע וואס פארבלייבן אין שטאט. והיינו, אז וואו די נומערן פונעם גרופע ווערן ווייניגער (אין קאנצענטראציע) אין שטאט פאלט סיי דאס קאָנפאָרמיטי פונעם אינדיווידואל דערצו און סיי די עקסטרעמערע דעות והתנהגות זיינע וואס קומען צושטאנד דורך די גרוּפּשׁיפט דערין.

און דאס איז די כותרת הארטיקל פון ״ברוך שפטרני״ מרמז. והיינו, אז דאס זאגט מען דאך ווען א אינגל ווערט בר מצוה. און אין אונזער סאסייעטי דערקענט זיך דאן די קאָנפאָרמיטי און די דיִאינדיווידוּעישאן פונעם מענטש נאך מער ווי אין די שנות הילדות; בפרט אין זיין לבוש. (@יואב׳ס דערציילונג דער גרינער יצר טוב, אנגעהויבן אין וועקער 18, רירט אָן אויף די טעמע.) איז דאס די רמז אינעם סאָבּווערשן פון ״ברוך שפטרני״: אין די זומער לאזט נאך די קאָנפאָרמיטי און פעולת הגרוּפּשׁיפט פונעם גרופע אויפ׳ן אינדיווידואל, פארקערט פון דאס וואס קומט צושטאנד ביים ״ברוך שפטרני״ פונעם בר מצוה.