☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » דער גרינער יצר-טוב - וועקער 18

דער גרינער יצר-טוב - וועקער 18

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14468

יואב » מאנטאג פעברואר 15, 2021 9:13 pm

· #467078
דער גרינער יצר-טוב - וועקער 18
דער דאָזיגער אשכול איז געווידמעט פאַרן ערשטן קאַפּיטל אין דער דערציילונג ”דער גרינער יצר-טוב!“

דער עולם איז מכובד זיך צו שטעלן פאָרנט פונעם מייק, און זיך נעמען זאָגן מבינות. מ'קען דאָ איבערלאָזן קאָמענטאַרן, הערות, והארות, און זיכער אַזוי הויפנס מיט קריטיק — "טוכעס אויפן טיש," ווי מ'זאָגט אויף אַראַמיש. שפּירט אייך היימיש, און דערלאַנגט אייער אָרענטליכע רעצענזיע בשפה ברורה.

די קאָנסטרוקטיווע קריטיק איז באַזונדער וויכטיג, וואָרום די דערציילונג באַשטייט דאָך נישט בלויז פונעם ערשטן קאַפּיטל. פּינקטליכע דעטאַלן בין איך נישט אויטאָריזירט אַרויסצוגעבן, אָבער אַזויפיל קען איך יאָ זאָגן: מער קאַפּיטלען גייען בעזר השם נאָכפאָלגן, איטליכער בסבר פּנים יפות. דיקע בינטלעך וואַרע זיצן איצט אין די רעזערוון, מיט די פיס אַרויף, קנאַקן פּאַפּיטעס און שפּייען קליפּות — א חברה גרייט אַריינצושפּרינגען אין די קומעדיגע נומערן פון "וועקער."

איז כאָטש וואָס די כתיבה פון דער דערציילונג איז שוין טאַקע מער ווייניגער מסודר, זענען מיר אָבער דאָך אידן, און מיר ווייסן וואויל אַז א וועלט שטעלט זיך נישט אָפּ באַלד נאָכן ווערן אָפּגעשריבן. א איד פאַרמאָגט אַן עשרת-ימי-תשובה, א יום-כיפּור, א נעילה, א הושענא-רבה, א זאת-חנוכה, ועוד, באַוואָפנט מיט רייכע און טיפזיניגע משלים איבער גרויסע קעניגן, ווער מיטן פאַרזינדיגטן בן-יחיד, און ווער מיט דער געראָטענער בת-יחידה. הפּנים, הגם דער סיפּור-המעשה וועט זיך לכאורה שוין נישט טוישן — ס'הייסט, די נשמה פון דער דערציילונג — איז נאָך אָבער פאָרט שייך צו באַאַרבעטן דעם גרויסן און פעטן גוף, און איינשטעלן באַדייטנדיגע רעוויזיעס, געוויס אַזוי אינעם סטיליסטישן זין.


זע דעם "דער גרינער יצר-טוב - גלאָסאַר"
ווי אויך "יאָסל וויינטרויב קומט אַריין קלאָר!"

נו, שוין גענוג געהערט פון מיר. איצט לאָמיך הערן פון אייך!

שמחהלע קאפשטיק » מוצ"ש פעברואר 20, 2021 7:37 pm

· #467244
האבן מיר עס אדורךגעליינט היינטיגען שבת נאכמיטאג ביים מקיים זיין דעם והשנה משובחת, און כ'האב שיעור נישט אויפגעוועקט יעדעם מרוב צחוק...
די פענע,
דער שפראך,
דער מח פונעם בחור, טאטע, אייזן געוואלדיג
איך גלייב אז אסאך פון אנשי שלומינו דא אין שטיבל טרעפן זיך אין דעם ארטיקל דאס פלאץ. דערמאנונג זיך גירסא דיאנקולתא.

קיפ אן גאוינג

יואב » מיטוואך מערץ 31, 2021 1:46 am

· #469083
[ציטאט אראפגענומען]


טענקס, טענקס! איי סינסערלי עפּרישיעט איט!

דער הייליגער חתם-סופר האָט עס טאַקע געמאַכט אין דער דערציילונג, אינעם סאַמע ערשטן קאַפּיטל גאָר. באַזירט אויפן קאַריפּראַזינער'ס מעלה-גרה זיין, וואָלט איך געזאָגט אַז ער פאַרמאָגט אפילו א שטיקל קראָש אויפן הייליגן חתם סופר. מערק דעם תענוג וואָס דער צדיק קריגט מיטן נעמען דעם דובב שפתי ישנים צו א פרישן שטאַפּל.

פּי. עס. גלייב מיר דו ווילסט מיך נישט פאַר דיין פּסיכאָלאָג.

יואב » מיטוואך מערץ 31, 2021 1:49 am

· #469084
שמחהלע קאפשטיק
האבן מיר עס אדורךגעליינט היינטיגען שבת נאכמיטאג ביים מקיים זיין דעם והשנה משובחת, און כ'האב שיעור נישט אויפגעוועקט יעדעם מרוב צחוק...
די פענע,
דער שפראך,
דער מח פונעם בחור, טאטע, אייזן געוואלדיג
איך גלייב אז אסאך פון אנשי שלומינו דא אין שטיבל טרעפן זיך אין דעם ארטיקל דאס פלאץ. דערמאנונג זיך גירסא דיאנקולתא.

קיפ אן גאוינג


א דאַנק פאַר די קאָמפּלימענטן און דברי חיזוק, ר' שמחה'לע. דער צווייטער קאַפּיטל בקרוב.

אדרבה! אויב שייך, אפשר טיילט מיט נקודות אין דערציילונג ביי וועלכע איר זעלבסט האָט זיך געטראָפן.

שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 2:32 pm

· #480744
ווי איך האב ערווענט דא ביי יונה מצאה אז איך האב עס נאכאמאל איבערגעליינט
וכמו דד כל זמן שמשמשים בו אתה מוצא חלב דאס זעלבע דא
יוש....

יעקב מענטש » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 3:07 pm

· #480746
יאך קויף נישט קיין וועקער, איך פארמאג שוין מאגאזינען לרחצה.

אבער איי ריעלי מיסס יואב'ס א באשרייבונג.

פון די אלע טאלאנטפולע ניקים כל אחד בניקו מבורך, איז ער מן הסתם דער איינציגעסטער וואס איך לעק אויס ממש יעדע סאמע איינציגסטע ווארט.

חבל.