דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #10639
44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10639
איך וועל צולייגן אפאר הערות וואס איך האב אמאל געהערט.
א. נאך בשעת די אסיפה האבן איינע פון די רבי'ס זיך געטענה'ט אז וואס האמיר פון דעם, זאגנדיג 'דער בעלזער רב וועט נאר געבן א דריי מיט'ן קאלפיק אין דאס גאנצע פלאן עט צובלאזן ווערן' (בערך אזוי).
ב. די בעלזער רב האט דעמאלטס געזאגט אז ער גייט אויפהייבן דעם 'צאנזער באטש' אויב דער טשארטקאווער לאזט נישט נאך..
ג. די רעיון איז געווען בעיקר מיוסד אויף עפעס א תקנה פון די ב"ח בשעתו. למעשה ווען די טשארטקאווער רבי האט געהערט דאס שטארקע התנגדות פונ'ם בעלזער האט ער געעזאגט אז ער געט אויף, זאגנדיג אז די תוצאה פון דעם 'תורה ועבודה' רעיון וועט מען הערשט זען אין אפאר יאר ארום 'אבער די מחלוקת וועט שוין זיין יעצט און דאס לוינט זיך שוין נישט'.

בייגעלייגט איז די גירסא פון 'מושיען של ישראל' וואס דער קאפיטשיניצער זאל האבן פארציילט פארן סאטמאר רב איבער זיין באזוך אין בעלזא.
ס'איז אבער דא אידן וואס האבן געהערט די מעשה פונ'ם קאפיטשיניצער ממש פארקערט פון דער מש"י גירסא, אז ער קאפיטשיניצער איז געפארן מיט א כוונה תחילה קיין בעלזא נישט וועגן די אגודה, נאר דורך צושמועסן די ענין פון די תורה ועבודה פראגראם. אין למעשה האט עם דער בעלזער זייער מכבד געווען אל אף ס'איז געווען א שבת שבע ברכות און חוץ פון דעם וואס ער איז נאך נישט געווען רבי וויל זיין טאטע - דער אלטער קאפיטשיניצער האט נאך געלעבט. נאך שבת האט ער געהאט גאר א לאנגען שמועס מיט'ן רב שפאצירנדיג אין ביהמ"ד ארויף אין אראפ ציווישן די יושבים.
ס'קומענדיגע בין איך נישט קלאר אבער ס'הייסט אז פון דעם שמועס האט די בעלזער רב שוין אביסל צירוקגעצויגן. (דער גירסא האב איך קודם געהערט אין בעלזא!)
-----------
אה. געהאקט. שוין קודם שרייב איך וואס איך ווייס.

איך האב שוין געשריבען אויף דער טעמע, ועוד חזון למועד. אבער אנאנים האט אויסגעלאזט איין נקודה. למעשה האבען פיהל רבי'ס זיך געווייקט אין בעלזא און בעלזא האט געהאט א השפעה אויף אנדערע. ס'איז מיר שווער צו גלויבען אז ווען אנדערע וואלטען געווען אזוי גרויס וואלטען זיי אזוינס נישט געטוהן. און היינט וואלטען אסאך געוואלט נאכמאכען דער מהלך. טשערנאבעל איז געווען צוטיילט צווישען צופיהל אייניקלאך צו קענען אזוי טוהן. ווען יא, וואלט בעלזא געווען איידעל כלפי זיי. און גער און חב"ד זענען טאקע גרויס געווען, און וויפיהל האבען זיי זיך גערעכענט מיט אנדערע? יא, חב"ד האט געמאכט תומכי תמימים'ס (טאמער דאס הייסט א ישיבה, איז וואלאזין נישט קיין ישיבה, ווייל דיר אויס וועלכע דו ווילסט), אבער דאס האט געהאלטען דער עולם אין חב"ד, נישט לשם אידישקייט. ראדאמסק האט געמאכט ישיבות לשם לערנען, כידוע, אבער קיין סאך חסידים זענען דארט נישט געווען, עכ"פ נישט גענוג צו זיין א מעכטיגע באוועגונג.
דער מעשה מיט די אסיפה לערנט אונז אפשר עפעס אנדעריש אויס. ווען זיי וואלטען געמאכט א קליינע מוסד אין איין שטעטל פאר די בחורים, וואלט קיין בייז בלוט נישט געווען, און דער קליינע אויפטוה, מיט מעגליך נאכפאלגער'ס, געווען אויך עפעס. ובפרט אז אזוי וואלטען זיך געקענט לערנען וועלכע וועג ארבעט, וויאזוי עס צו טוהן צו פארמיידען די פראבלעמען וואס בעלזא האט מעורר געווען. נאר א נקודה למחשבה.

ליטוואק, דו ווייסט וועלכע חסידות פלעגט זיין ווי גרויס?
[ציטאט אראפגענומען]
אדער אויף וואלאזין 😉
באמת ביסטו גערעכט, איך האב געשריבען זייער שנעל, און ביים דרוקען 'שיק' האב איך מיר געטראכט א האלבע סעקונדע 'אפשר זאך איך טוהן פאמעלעך', אבער למעשה האב איך זיך נישט געפאלגט. איך וואלט געמעגט אפשר איבערשרייבען, אבער מיין תגובה אויף דער אשכול ווייסטו דאך, דאס איז נאר קרישקעלעך.
איך האב בעיקר געמיינט כלפי דאס וואס א חסידות האט א השפעה אויף א צווייטען. סטאלין האט געהאט זיינס, נישט יענעמ'ס. בעלזא האט געהאט רבנים און אנדערע רבי'ס אונטער זיך, דעריבער איז געווען א טעראר אפאראט. קענסט אפשר טענה'ן אז דאס גופא איז געווען דער טעראר, אריינכאפען רבנים אונטער זיך. די זעלבע איז ביי די אלע אנדערע חסידות'ער וואס דו האסט דערמאנט. גער האט געהאט רבנים און א גאנצע פארטיי אונטער זיך, און טאקע פאר דעם האבען זיי אנגעפיפען דער וועלט (עי' ערך 'מתיתאווצע'ס) און איהר פראבלעמען.
גאר א וויכטיגע אַרטיקל!
ויש להוסיף, שהאדמו״ר הק' מעולם לא זנח את תוכניותיו, וקיווה ליישמם באמצעות אגודת ישראל, וזה היה, לדעתו, אחת מהמטרות העיקריות של האגודה.
גם בנו האדמו״ר רנ״מ עורר על כך בנאום הפתיחה לכנסיה הגדולה השלישית, והנני מצטט מתוך לשונו:
שלש משאלות יש לי כלפי הכנסיה הגדולה הנוכחית: להתמסר למען החינוך. ארץ ישראל. והקמת בתי מלאכה במסגרת החינוך, לנוער הזקוק לכך.
זה היה רצונו של כ״ק אבי ז״ל...
אין ספר דורש טוב איז געדרוקט די דרשה, און דערנאך אן אינטערוויו וואס ער דעמאלטס געגעבן בנוגע לזה.
אזוי אויך איז דא דארט סוף ספר, א נספח, וואו מ'איז מאריך ע״ד שיטתו של האדמו״ר בשאלות החינוך לילדי ישראל.
איך ברענג אראפ איין ראזשינקע פון דארט: האדמו״ר הק׳ אמר על אחד מהגדולים שהתנגד בחזקה לתכניתו: גדול זה הוא ירא שמים עד כדי כך, שהוא עוצם את עיניו מלהסתכל מחוץ לד׳ אמותיו, ולכן אין הוא מבין במתרחש...

"אזא נארישע סטעיטמענט [מיט וואס זיי גרויסן זיך נאך עד ימינו אלה] ווי ווען א איד אין בעלזא לייגט קנעפלעך אויפן העמד שמד'ט זיך א איד אין וויען, נעמט אריין אין זיך די גרעסטע מאס איגנאראנץ [פלוס חוצפה ועזות. דער סימבאל פון אמאליגער בעלזער צוגאנג צו אלס. עי' ערך 'יושבים'] שייך."
די סטעיטמענט קומט פון די פריעדיגע בעלזא רב ר' ישכר דוב זצ"ל, ומעשה שהיה כך היה, אז די סדר פלעגט זיין אז ווען די רב ז"ל פלעגט פארן אויף א נסיעה פלעגן די חסידים פון די שטעט ווי די רב ז"ל איז אריבער ארויסקומען מקבל פנים זיין דעם רב, איינמאל האבן זיך צוויי פויערן צושטאכן איינער דעם צווייטן אין שטאט היבנוב און ווען די פריעדיגע רב ר' ישכר דוב אריבער געפארן די שטאט היבנוב האט ער זיך נישט געוואלט אפשטעלן, און ער האט געזאגט אז חסידים שטעכן זיך מיט ווערטער שטעכען זיך גוים מיט מעסערס, (זעט אויס סעגעווען עפעס לעבעדיג דארט אין שטאט צווישן די חסידים) עלכ"פ די סטעיטמענט וואס די האסט פריער אראפ געברענגט קומט דאכט זיך פון די יושבים, וואס ווער די יושבים זענען געווען פאדערט זיך טאקע א באזינדערע אשכול, ווייל חוץ פון די אלע שטיקלעך אין טעראר וואס זיי האבן אנגעזייט איז געוועהן צווישן זיי לייבן און וואלטן געקענט זיין גרויסע רבי'ס, אבער איך ברענג דא די מעשה פשוט ארויס צו ברענגען אז די פריעדיגע רב האט געזאגט דעם זעלבן נקידה אויף אן אנדערע וועג, סא פאר די עפענסט דיין גרויס מויל און דו באטיטלסט עס אלטס "נארישע סטעיטמענט/פלוס חוצפה ועזות" טראכט א רגע אריין פון ווי די סטעיטמענט קומט.

איך האב געהערט מפ"ק פון כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאב-לונדון ה"ה הרה"צ ר' אורי אשכנזי שליט"א - אליין א בעלזער אייניקל וואס האט נאכגעזאגט דעם נוסח פונ'ם פריערדיגן רב ז"ל בזה"ל: אז ווען א איד אין בעלז געט זיך א קנייטש מיט'ן היטל (לשם מאדערנקייט) שמד'ט זיך א איד אין דייטשלאנד.
גראדע האלט איך אז דער ווארט האט אין זיך א שטארקע נקודה. אבער וואס ער האט געמיינט איז שוין אן עקסטערע שמועס.

געהערט האב איך אז האדמו"ר אי"ה מקאפישניץ איז געווען ביים מהרי"ד מבעלז און וויען און ער האט מורא געהעט אז מהרי"ד וועט עהם אפיר האלטן דערויף למעשה האט עס מהרי"ד גארנישט געפרעגט ביז ער איז זיך געגאנגען געזעגענן ביי א סעודת ברית האט מהרי"ד עהם געהייסן ווארטן אויף נאך ברכת המזון האט ער געזאגט אז ער דארף כאפן די באן אבער מהרי"ד האט נישט נאכגעלאזט און פארלאנגט צו בלייבן. נאכן ברית איז מהרי"ד ארויס מיט עם אין גארטן און געשמיעסט מיט עהם דער גאנצע נושא און ער האט מסביר געווען וואס מען האט געוואלט טיהן און אויפטיהן און צום סוף האט עם מהרי"ד געזאגט גיי זאג פאר דער טשארטקווער אז איך בין שוין מסכים וואס ער האט דערויף געזאגט אז דעמאלס בין איך געווען יונג און איך האב געהאט די כוחות פאר דעם היינט קען איך שוין נישט (וחבל!!!)
כך שמעתי איך געדענק נישט קיין מקור
נאך ליגט מיר און קאפ אז מהרב"ץ מבאבוב איז אויך עפעס געווען פארמישט מיט דער פרשה

זיי קלארער מסביר די לעצטע זאך, אז מהרי"ד האט אים געזאגט ער זאל זאגן דעם טשארטקאווער אז וואס?
דעת תורהזיי קלארער מסביר די לעצטע זאך, אז מהרי"ד האט אים געזאגט ער זאל זאגן דעם טשארטקאווער אז וואס?
נאכן אויסהערן די פלענער און די ציל וכו' וכו' האט מהרי"ד מסכים געווען אז עס איז א גוטע זאך און אז ער קען גיין מודיע זיין אז ער גייט נישט שטערן
אה, כ'האב נישט געכאפט. אויף דעם האט דער טשארטקאווער געענטפערט אז ער האט שוין נישט היינט קיין כח, שטימט?
נכון
די מימרא וועגען שמד'ן וכדו' זאגט מען ביי ליטווישע בשם ר' ישראל סאלאנטער. ער האט געוואלט ארויסברענגען דער כח פון א איד וואס זיצט אין זיין ווינקעל דינען דער אויבישטער, האט ער געזאגט 'ווען א פרוש אין איישישאק פארמאכט זיין גמרא פינף מינוט פרי, שמד זיך די באנקיער אין פאריז'. ער האט עס מסביר געווען ווי א קייט, דער פרוש לערנט טאג און נאכט, א נארמאלע בן תורה לערנט רוב טאג, דער בעלעבאס האט א סדר א פאר שעה א טאג, א בעלמלאכה זאגט כאטש תהלים, עין יעקב און חק, און דער משכיל אין ווילנא היט כאטש שבת און דער דאקטאר אין ברלין איז כאטש א מיטגעלידער אין אן ארטאדאקסישער קהלה און דער באנקיער האט כאטש נאך נישט געשמד'ט. ווען דער פרוש לאזט נאך זיין סטאנדארד, גייט אלס אראפ.
מ'זאגט א הוספה צו דעם בשם ר' ברוך מרדכי אזרחי שליט"א - ווען א בחור אין עטרת (זיין ישיבה) כאפט א שמועס אין מיט'ן לערנען, ווארפט מען שטענדער'ס אין פאנאוויעז!
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

אין בעלז האט אויך מסביר געווען אזוי די כוונה פון פריערדיגן רב
דער חילוק איז אבער, אז ר' ישראל סאלאנטער האט נישט געוואוינט אין איישישאק און נישט געהאט קיין סבה אויסצורימען דער איישישאקער פרוש אלס דער אויבישטער עק פונ'ם קייט, משא"כ.....
און דאס איז כוונת קדשו פון הגרבמ"א
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
און דאס איז כוונת קדשו פון הגרבמ"א
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
[ציטאט אראפגענומען]
כ... וואס?
מיין רע'אקציע אין דער וועקער #2
צום חשוב'ע רעדאקציע פון 'דער וועקער' הע"י
ליינענדיג די וויכטיגע היסטארישע באשרייבונג פון ידידינו ר' געוואגטער ינגעל אינ'ם נייעם אויסגאבע 'דער וועקער', האב איך ביי מיר געטראכט אז איך פארשטיי גאנץ פיין דער מיינונג פון דער בעלזער רב. אוודאי בין איך נישט דארט געווען און איך בין נישט קיין מנהיג מיט די יאך פון די וועלט אויף מיין פלייצעס, אבער אויף ארומצושמועס'ן מעג איך אריינווארפען מיין מחשבות.
לדעתי האט ער געהאט גאר א שטארק'ן נקודה דא, און כלל ישראל האט גארנישט דערלייגט פון זיין התנגדות. כפי וואס איך האב געליינט און געזען, דער עיקר פראבלעם פון יענע יארען איז אז דאס זיין אידיש און תורה'דיג האט געהאט א שלעכטע באדייט, א פארפוילטען טעם אין מויל. מענטשען האבען עס אנגעקוקט ווי נעריש און פארצייטיש, און יעדער איינער מיט א ביסל שכל האט פארשטאנען אז די נייע מאדע'ס און גלויבונגען זענען מער צום זאך און קלוג. דער צוקונפט פון די וועלט איז מיט בילדונג און נאר בילדונג, וועלטליכע וויסענשאפט און גויישע באציאונגען וועט באלייכטען דער לעבען פון היינט און ווייטער און זיידי זאל זיך ווייטער דרייען אין ביהמ"ד און שטיבעל, גלויבען אין אלס וואס מ'האט אמאל געגלויבט, און מיר די יונגער דור וועלען גייען פאראויס. נישט נאר די מעגליכקייט צו זינדיגען און די אפענקייט צו די וועלט פון די שולע'ס וכדו' האבען זיין אוועק געשלעפט, נאר בעיקר דער שוואכקייט פון די אלטמאדישע אידישקייט אין זייער אויגען.
דער לעזונג דערצו, האלט דער בעלזער רב, איז בתוככנו פנימה. מיר דארפען זיך שטארקען אין אונזער גלויבען אז דער תורה'ס וועג איז ריכטיג, מיר דארפען זיך באפעסטיגען אז אזוי קומט דער לעבען, מיר דארפען זיך פעלזען שטעלען אז דער גאנצע עתיד איז געבונדען מיט תורה אויפפיראכץ. טאמער מיר גיבען נאך אז מ'דארף עפעס לערנען פון די מאדערנע וועלט, האט מען דאך געגעבן רעכט פאר די גאנצע באוועגונג און זיך אליינס נידרגעהאלטען, מ'האט געזאגט פאר אונזערע אז די יעניגע זענען גערעכט.
מיט עטליכע פינף און דרייסיג יאר צוריק, האט ערשיינט א בוך מיט'ן נאמען 'די וועלט פון די ישיבה'. דאס האט פארפאסט א פרומע סאציאלאגיסט, פרופ' שמואל היילמן נ"י, וואס האט געשמועסט מיט אן א שיעור ישיבה בחורים און ראשי ישיבות אין אמעריקא, און דערפון פארפאסט א ברייטע שטודיע אויף דער גאנצע ענין פון ישיבות מיט בני תורה, כוללים און דאס אויפבוי פון תורה אינסטיטוציע'ס און לערנען אין אמעריקא. מיט עטליכע פינף אדער זעקס יאר צוריק, האט ער ארויסגעגעבען די אינטערוויו'ס וואס ער האט געהאט מיט אלע ליטווישע ראשי ישיבות און גדולים פון יענער צייט. ער האט אלעמען געפרעגט די זעלבע שאלה 'וויאזוי האט מען אזוי מצליח געווען צו טוישען די ריכטונג פון די גאס אין אמעריקא, אז היינט וויל יעדער איינער גייען אין ישיבה?'
אין די יארען פאר'ן קריג אין אמעריקא, די גאס גייסט איז געווען אז דער תכלית ליגט אין גייען אין קאלעדזש. מ'וועט אפשר בלייבען פרומע אידען און מ'עט מעגליך ווייטער היטען שבת וכו', אבער 'תכלית' איז געווען טרעפען א פלאץ אין ביזנעס צו אין וויסענשאפט, און אלע גליקען ליגען ביי די גויים. ווען מ'האט געטראכט פון גייען אין ישיבה, האט עס נאר געמיינט אפלאזען תכלית און בלייבען א שלימזל א גאנץ לעבען. פונקט ווי אין די גויישע וועלט היינט, דער וואס גייט נישט אין קאלעדזש איז א לא יוצלח, און ביי געוויסע קרייזען זאגאר דער וואס גייט אין קאלעדזש, נאר ער גייט נישט אין די הויכגעשעצטע קאלעדזשע''ס פון דער אייוו"י ליג"ע. ממילא איז קיין סאך נישט געבליבען פון אידישקייט. דאס זיך פיהרען אידיש איז געווען דער נערישע שריט, טפל צו דער עיקר פון 'תכלית'. דער אידישקייט איז, אויפ'ן בעסטען אופן, א טפל צום עיקר.
וויאזוי האט מען דאס גע'ענדערט?
דער תירוץ פון כמעט אלע ראשי ישיבות איז געווען בעיקר איין זאך. אז מ'האלט זיך פעסט צום שיטה, אז מלערנט עס פאר שטארק און מ'בלייבט דערמיט, קען מען זיך האלטען דער אטעם, חבי כמעט רגע עד יעבור זעם, און ס'וועט ווערען פון א קליינע ציבור א גרעסערע ציבור. נישט מיט די נומער'ן ווערט געשעצט דער כח און די לאנגווייליגע אויסזיכטען צו הצלחה פון די ציבור, נאר מיט די שטארקקייט זייערע. ווען די ישיבות זענען געשטאנען פעסט, נישט געלאזט קיין לימודי חול צו קאלעדזש, און די בחורים און יונגעלייט זענען אויפגעהאדעוועט מיט דער שטארקע גלויבונג אז וואס זיי טוהן איז די סאמע וויכטיגסטע זאך אין די וועלט, האט מען נישט געדארפט קיין קירוב און קיין הסברה, מ'האט נישט געדארפט באפוצען די זאך פאר די פרעמדע. נאר מיט'ן זיך האלטען פעסט האט מען געקענט דורכשווערצען די מאגערע יארען.
כפי וואס ס'קוקט מיר אויס, די איינציגסטע עוגן הצלה פאר אידען אין פולין פון דעמאלס איז געווען דאס זיך שטארק האלטען אין אונזערע. אוודאי וועלען און האבען געפאלען ריזיגער שטיקער, אבער אויף ווידער צו בויען האט מען געדארפט בויען דער קערעלע פון די ברכיים אשר לא כרעו לבעל, אויפבויען די מוט פון די וואס בלייבען און ביי זיי געבען די בליק אז ס'איז גארנישט דא אינדערויסען. מיט די צייט וועלען די פרעמדע זיך אויך צוריקקערען.
די הצעה פון די אנדערע רבי'ס וואלט פאראורזאכט אז די וואס בלייבען אינעווייניג וואלטען פארלוירען זייער מוט. דא האלטען זיי זיך פעסט פרום, רעדען נישט קיין גאס שפראך און טראכטען ווי די אלטע צייטען, און דא קומט מען און מ'שלעפט ארויס די טעפעך פון אונטער די פיס! וועסטו זאגען אז די אלטע אידען און פארצייטישע אידען האבען סייווי נישט קיין השפעה אויף די נעקסטע דור, זאל מען ענדעריש ראטעווען די נעקסטע דור. ניין! דער אייציגסטע ישועה פאר'ן נעקסטע דור איז אז דער פארצייטישע וועג זאל זיך האלטען פעסט. אה"נ, מ'עט גלייך ליידען א ריזיגע דורכפאל פון ארויסגעפאלענע, אבער דער צוקונפטיגע ישועה איז נאר פון דעם.
אין תשובות חבצלת השרון מהדורא תניינא סי' י"ב, רעדט ער ארום די נייע מוסדות וואס די אגודת ישראל האט דעמאלס געמאכט מיט לימודי חול. מ'קען אננעמען אז ער פארטרעט דער בעלזער רב'ס שיטה, זייענדיג א שטארקער בעלזער חסיד. (ער דערמאנט אין יענער תשובה דער חפץ חיים אלס א מתנגד פון די חורב מוסדות וואס די אגודה האט מייסד געווען דורכאויס פולין און ליטוויש פולין. ס'איז מיר שווער אנצונעמען זיין מיינוג, ווארום רח"ע האט אויך געפיהרט מיט אזא מוסד אין ווילנא, און ס'איז גאנץ ווייט פון די שכל אז רח"ע זאל שטייען להדיא קעגען דער ח"ח אין פנים אריין. אפשר האט דער ח"ח עפעס א ביקורת געזאגט, אבער קיין ענדגילטיגע פסק איז מסתמא נישט געווען). פון זיין ווערטער וואלט מען מסתמא געקענט פארשטייען דער בעלזער מיינונג.
זיין עיקר פונקט דארט איז געבויט אויף די גמרות אין כמה ערטער אז ווען די מצב פון אידישקייט איז שוואך, דארף מען מאכען מער גדרים און סייגים נישט ווייניגער. דער תורה אנערקענט נישט אזא גאנג פון מקיל זיין פאר קירוב צוועקען. דער סייג צו תורה איז נישט קולות נאר חומרות. איך האב עס פארשטאנען אלס א בעלזער אופן (געדענק אז אין גאליציא בכלל און בעלזא בפרט איז דער שפראך געווען אביסל אנדעריש פון די פשוט'ער ליטווישער און די פליישיגער אונגארישער. מ'האט גערעדט 'בלשון חכמה' און נישט קלאר אויסגערעדט דער פונקט) פון זאגען מיין פונקט. דאס באפעסטיגען אידישקייט בעת א שוואכע תקופה גייט דורך דאס פארשטארקען די אידישקייט פון אינעווייניג.
איך וואלט נישט ארויסגעשלעפט צופיהל מסקנות לגבי היינט. היינט איז די פראבלעם נישט די נושרים. זיי זענען גאר א קליינער פערצענט און זיי ציען קיין סך כבוד נישט צווישען די באפעלקערונג. די פראבלעם איז אבער בתוככנו פנימה. ווילאנג מ'עט פרעדיגען דער מלומדה, דער געזעלשאפטליכע טייל פון אידישקיין און מצוות אלס דער עיקר, גייען מיר ווייטער האבען א פלאטשיגע אידישקייט און ס'וועט זיין שווערער און שווערער פאר די עולם זיך אנצוהאלטען דערמיט. ווען מ'וועט בויען מענטשען מיט א פארשטאנד, מ'עט אויסלערנען דער עולם פארוואס מ'לעבט אזוי און וואס וויל מען אויפטוהן דערמיט, אזוי ארום וועט מען ראטעווען דער דור.
ליטוואק פון בודאפעסט

באמת'ן וואלט איך געוואלט מעיר זיין אויף ליטוואק'ס מאמר אבער כ'האב נישט יעצט די מעגליכקייט פאר א לאנגע תגובה. כ'בין זיכער אז שש קען דאס טון בעסער ווי מיר און כ'האף ער וועט דאס טון...
אבער איין קליינע הערה'לע:
ס'איז פשוט אז דאס איז שוין געווען גענוג סיבה זיך נישט צו רעכענען מיט די לאנגע סברה וואס איז 'אפשר' געווען די בעלזער רב'ס טעם.
אבער איין קליינע הערה'לע:
ליטוואק פון בודאפעסטאה"נ, מ'עט גלייך ליידען א ריזיגע דורכפאל פון ארויסגעפאלענע,
ס'איז פשוט אז דאס איז שוין געווען גענוג סיבה זיך נישט צו רעכענען מיט די לאנגע סברה וואס איז 'אפשר' געווען די בעלזער רב'ס טעם.
אפשר האב איך מער דרך ארץ פאר'ן בעלזער רב ווי ענק.....
אז מ'וויל זאגען ס'איז א קטנות און א וועג אנצוהאלטען זיין מאכט, איז שוין נישט דא וואס צו רעדען. אלס איז געוואנדען אויפ'ן צד אז מ'טוט לש"ש, קען זיין אז דאס איז די סברא
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
אז מ'וויל זאגען ס'איז א קטנות און א וועג אנצוהאלטען זיין מאכט, איז שוין נישט דא וואס צו רעדען. אלס איז געוואנדען אויפ'ן צד אז מ'טוט לש"ש, קען זיין אז דאס איז די סברא
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
[ציטאט אראפגענומען]
דאס איז זייער א ברייטע סטעיטמענט, איך וואלט פארגעשלאגן אביסל איינגעהאלטנקייט...
איך דריי מיך שוין לאנג ארום מיט מחשבות אויף בעלז און יעצט מיט דעם ארטיקל און דער ארטיקל אויף רבי אהרון מרדכי רוטנער האט עס אויפגעוועקט מיינע געדאנקען
כמעט יעדע חסידות האט עפעס א סארט עבודה וואו זיי צייכענען זיך אויס (לאו דוקא היינט אבער ארגינאל איז עס געווען אזוי) למשל
לובאביץ = התפעלות המוח
גור=אמת און קדושה
וויזניץ =אהבת ה מיט א ברען
און אזוי ווייטער סלונים סטאלין האבן זייער וועג ברסלב האט זייער וועג
אבער בעלז וויס איך ממש נישט וואס איז זייער שפיץ און עבודה וואס מען קען אנווייזען
די איינציגע זאך וואס מען זעהט ביי זיי איז אזא עקסטרעמע כאניאקישקייט וואס מען זעהט אויך ביי רבי אהרון מרדכי אבער איז דאס עפעס א חשיבות פאר זיך ? איז כאניאקישקייט א value?

גערעכט נאר איין קליינע אבער וויכטיגע חילוק איך פרעג און דו זאגסט אביסל עניווות קען נישט שאדן
אבער צו זאגן
איז נאכאלס זייער ברייט, כאטש האסט אדורך געטוהן די נושא און לדעתך האסטו פעלזן פעסטע מסקנות פארט מעג דאס קומען באגלייט מיט עניוות, וויבאלד איך בין זיכער אז אויך דו ביסט מסכים אז דו ביסט נישט דער גרעסטער חכם וחוקר אויף די וועלט און אז נישט "אלע" פאקטן זענען גלוי וידוע פאר דיר, און עס קען נאך זיין אז איינער וועט יא אמאל אפפרעגן דיינע מסקנות און ארויסקומען מיט גאר פארקערטע מסקנות.

איך בין מסכים מיט שש, כפי מיעוט ידיעתי, אויף בעלזא אין היסטאריא. ווען דאס איז דער נושא, וואלט איך אויך געשאלטען בעלזא און איהר ווינקעל לעגענדע'ס. למעשה אבער, איז שש נישט גרייט צו שעלטען בעלזער רבי'ס לדורותיהם. ווען יא, וואלט ער עס געטוהן. איך האב די זעלבע שפאט אין 'תורת וחכמת המוסר' ווי ער האט אין 'תורת וחכמת בעלזא', נאר ער האט מיר באשייגעצט דערפאר.
עכ"פ לגבי דער אגודת החרדים האלט איך נאך ביי מיינס. כ'ניאקישקייט איז נישט קיין זאך, און אנהאלטען א קולטורישע באוועגונג האט נישט מיט אידישקייט. לגבי לערנען און ישיבות האנדעלט זיך יא תורה, און דעריבער האט מען יא וואס צו רעדען
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
עכ"פ לגבי דער אגודת החרדים האלט איך נאך ביי מיינס. כ'ניאקישקייט איז נישט קיין זאך, און אנהאלטען א קולטורישע באוועגונג האט נישט מיט אידישקייט. לגבי לערנען און ישיבות האנדעלט זיך יא תורה, און דעריבער האט מען יא וואס צו רעדען
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
כאניאקישקייט האט דוקא יא א פראקטישע חשיבות פאר ווער עס שפירט אז דאס האלט אים אין אידישקייט. און דאס זעלבע מיט קולטור אין אלגעמיין, דרך ארץ קדמה לתורה.
ס'איז איגנארענץ נישט צו כאפן אז די משמעות פון ליטוואק'ס תורה איז אליין א קולטורישע תופעה.

איך מאך בכלל נישט אוועק כאניאקישקייט עס קען זיין אז עס א וויכטיגע זאך אבער ווייט נישט קיין יסודותדיגע זאך אויף אנצוווייזען אז דאס איז די אויפטוה פון די חסידות
[ציטאט אראפגענומען]
דער געוואגטער יונגל:די ערשטע כלל זאלסטו וויסן אז וויבאלד ס'שטייט אין ספה"ק מושיען של ישראל זאלסטו שוין מסופק זיין אין די אמת פון די זאך. ס'אייביג אדער אליינס פריש געבאקן אדער צו געבויגן אז ס'זאלל שטימען מיט די אגענדא.
מענין לענין: דו האסט פריער דערמאנט דעם רבי'ן פון ר' חיים בלאך, דער מחבר פונ'ם ספר..."דובב שפתי ישנים"...דארט איז דא מכתבים פון כמעט אלע גדולי הדור וועלכע האבן זיך ארויסגעשטעלט זייער שארף אקעיגן די אגודה (ומזרחי, מאן דכר שמיה). איז דאך ידוע אז דער גאנצער בוך איז איין שטיק פעלשעריי. און מ'קען איהם נישט גלייבן אפילו 1%. דאס זאגט עדות נישט קיין אנדערער ווי הרב סענדער דייטש. פראפאגאנדע מיניסטער אין סאקמער. און דער עורך פונ'ם איד. איך האב עס טאקע געליינט אין ..."דער איד"...!
אנאנים: איך האב ערשט יעצט אויספייעט אדורכצוליינען דיינע קאמענטארן בעיקר איבער בעלזא פונ'ם דאטום 06/23.16 5:12נ.מ.
איך האב שטארק הנאה געהאט פון דעם קורצן, אבער היקף'דיגן באשרייבן דעם מהות פון בעלזא'ער חסידות. איך וויל נאר צו לייגן א פאר נקודות.
דער תמצית און מהות פון בעלזא איז געווען צו גיין אנטקעגן א יעדע זאך וועלכע האט געשמעקט פון התחדשות.
די יושבים זענען עפ"י רוב באשטאנען פון מענטשן וועלכע זענען געווען לא יוצלח'ניקס, אין מסחר און אין א יעדן אנדער'ן פרט אין לעבן. געווען צווישן זיי גרושים, פארביטערטע, פארביסענע עקשנות'דיגע מענטשן. מ'קען אפשר זאגן, מיואש'דיג פונ'ם נארמאלן לעבן. זיי זענען ארומגעגאנגען אין בעלזער הויף נאכגעלאזט אין זייער קליידונג. זיי האבן באקומען די קיצבה פונ'ם רב'ס שטוב. געגעסן און געשלאפן אין ביהמ"ד און נאך א פאר גראשן אויך. נאר איך האב געהערט א ביסל אן אנדער גירסא וואס איינער פון די צדיקים לבית בעלזא זאלל האבן געזאגט ווען מ'איז איהם געקומען פארציילן די סענזאציע אז איינער פון די יושבים האטציך געפוצט די שטיוול. האט די רב זי"ע געטייטשט דעם פסוק ..."יעקב חבל נחלתו"...אז דאס אידישע פאלק איז אזוי ווי א שטריק. אז מ'לאזט נאך פון אויוון, פאלט דער אנדערע עק אראפ גאנץ נידריג. גייט די נוסח כהאי לישנא..."אז ווען א יושב פוצט זיך די שטיוול אין בעלזא, שמד'ט זיך א איד אין פאריז...!
נאר די מעשה מיט די קנעפלעך איז אויך גאנץ מעגליך. ווייל, כידוע האבן די העמדער נאר געהאט (גאטשע) בענדלעך. און לייגן קנעפלעך איז געווען א מאדערנע זאך וואס איז אסור געווען אין בעלזא לחלוטין...!
נאר ס'איז אינטרעסאנט אז דער מהרי"ד מ'בעלזא האט אליינס געהייסן ארויסגעבן א צייטונג, כדי צו קעמפן אקעגן די משכילים און ציונים מיט מאדערנע מעטאדן.
ווען דף היומי איז אפיציעל ארויסגעקומען נאך די ערשטע כנסיה גדולה פון די אגודה, האט מען אין בעלזא פארנייט די מסכת וואס מ'האט גילערנט דעם דף...!

סמבטיון"אזא נארישע סטעיטמענט [מיט וואס זיי גרויסן זיך נאך עד ימינו אלה] ווי ווען א איד אין בעלזא לייגט קנעפלעך אויפן העמד שמד'ט זיך א איד אין וויען, נעמט אריין אין זיך די גרעסטע מאס איגנאראנץ [פלוס חוצפה ועזות. דער סימבאל פון אמאליגער בעלזער צוגאנג צו אלס. עי' ערך 'יושבים'] שייך."
די סטעיטמענט קומט פון די פריעדיגע בעלזא רב ר' ישכר דוב זצ"ל, ומעשה שהיה כך היה, אז די סדר פלעגט זיין אז ווען די רב ז"ל פלעגט פארן אויף א נסיעה פלעגן די חסידים פון די שטעט ווי די רב ז"ל איז אריבער ארויסקומען מקבל פנים זיין דעם רב, איינמאל האבן זיך צוויי פויערן צושטאכן איינער דעם צווייטן אין שטאט היבנוב און ווען די פריעדיגע רב ר' ישכר דוב אריבער געפארן די שטאט היבנוב האט ער זיך נישט געוואלט אפשטעלן, און ער האט געזאגט אז חסידים שטעכן זיך מיט ווערטער שטעכען זיך גוים מיט מעסערס, (זעט אויס סעגעווען עפעס לעבעדיג דארט אין שטאט צווישן די חסידים) עלכ"פ די סטעיטמענט וואס די האסט פריער אראפ געברענגט קומט דאכט זיך פון די יושבים, וואס ווער די יושבים זענען געווען פאדערט זיך טאקע א באזינדערע אשכול, ווייל חוץ פון די אלע שטיקלעך אין טעראר וואס זיי האבן אנגעזייט איז געוועהן צווישן זיי לייבן און וואלטן געקענט זיין גרויסע רבי'ס, אבער איך ברענג דא די מעשה פשוט ארויס צו ברענגען אז די פריעדיגע רב האט געזאגט דעם זעלבן נקידה אויף אן אנדערע וועג, סא פאר די עפענסט דיין גרויס מויל און דו באטיטלסט עס אלטס "נארישע סטעיטמענט/פלוס חוצפה ועזות" טראכט א רגע אריין פון ווי די סטעיטמענט קומט.
סמבטיון: איך נעם אן אז דו ביסט מקורות'דיג א בעלזא'ער חסיד. אבער דאס מיינט נאכנישט אז דו האסט א מאנאפאל אויף די אלע מעשיות וועלכע זענען זיך פארלאפן אין בעלזא. מאך נישט אוועק שש'ס נוסח פון פארציילן די מעשה. ווייל אזוי איז אנגענומען ביי די וועלט. ס'קען זיין אז די צווייטע מעשה איז אויכעט געווען. ס'איז נישט קיין תרתי דסתרי...! און, מ'קען נישט אפלייקענען דעם פאקט אז חסידות בעלזא איז געווען געשטעלט דוקא צו גיין אקעיגן יעדע מין התחדשות אדער מאדערנקייט. די פילע קפידות אין בעלזא זענען אויך באזירט אויף מעשיות וואס זענען זיך פארלאפן...! ודי בזה
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: איכ'ל נאר דערמאנען איין נאמען...שלום פויגל...! איך מיין אז דאס זאגט שוין אלעס...!
berlbalaguleh
די יושבים זענען עפ"י רוב באשטאנען פון מענטשן וועלכע זענען געווען לא יוצלח'ניקס, אין מסחר און אין א יעדן אנדער'ן פרט אין לעבן. געווען צווישן זיי גרושים, פארביטערטע, פארביסענע עקשנות'דיגע מענטשן. מ'קען אפשר זאגן, מיואש'דיג פונ'ם נארמאלן לעבן. זיי זענען ארומגעגאנגען אין בעלזער הויף נאכגעלאזט אין זייער קליידונג. זיי האבן באקומען די קיצבה פונ'ם רב'ס שטוב. געגעסן און געשלאפן אין ביהמ"ד און נאך א פאר גראשן אויך.
אלעס ביז ליגענט...!!!
איך בין אזא בעלזער חסיד בערך אזויווי אנאנים איז, אבער נאכזאגן באבוב'ער פראפעגאנדע איז בכלל נישט קיין גרויסע חכמה.
ס'איז לכאורה דא א געוויסע אמת אין וואס די זאגסט, אבער צוזאגן 'עפ"י רוב' מיט אזויפיל רחמנות'דיגע טיטלען אויף איינמאל איז פון פשוטע לה"ר וואס די בעלזע שונאים האבן ארויפגעשמירט אויף זיי. לאמיר דיר פרעגן אזוי, זענען די מונקאטשער געווען ריין פון לא יצלח'ניקעס, און פון גרושים, פארביטערטע, פארביסענע אידן? זענען די דזשוקובער יושבים געווען עפעס בעסער אויסגעפוצט?? במח"כ דאס זעט אויס ווי הוילע האס (וואס קען פירן צו געפערליכע אויפרייצונגען וכו' ה' ישמרנו), און ס'איז זיכער אז פון דעם קען מען קיין ראיה נישט ברענגען. מ'דארף זיין קלאר מיט די פאקטן.
איך מיין אז דא פעלט אויך א יסודות'דיגע ביאור אין די ענין פון 'בעלזע יושבים', אי"ה ביי אן אנדערע געלעגנהייט.
בן אדםberlbalaguleh

בן אדם: דו האסט נישט גוט אפגעליינט מיין מאמר. כ'האב נישט געזאגט אז די יושבים זענען באשטאנען בלויז פון די נעגאטיווע טיפ מענטשן. די דגוש איז, אז ס'איז אויכעט געווען אזא טיפ מענטש דארט. זיכער איז געווען אידן צדיקים וועלכע האבן ענדערש אויסגעוועלט צו לעבן א חיי דחק און לערנען תורה, ווי איידער ארויסצוגיין און האנדלען. ווייל אנישט קענמען נישט פארשטיין (אזוי ווי איך האב נישט פארשטאנען) וואס איז די גרויסע עוולה אז א מענטש פוצט אויס זיינע שיך...! איך האב ב"ה נישט קיין שום האס אויף קיין איין איד, אדער גרופ אדער חסידות. אויך האט מיך הקב"ה נישט געשטעלט אלס פאליסמאן צו היטן אדער פאררעכטן היסטארישע עוולות וועלכע זענען כלומר'שט געטון געווארן דורך געוויסע יחידים אדער קהילות. ס'איז נאר בבחינת דרוש וקבל שכר. אדער אמאל באקומט מען שכר על הפרישה...די נפקא מינה איז אז די גויים (הלוואי וויפיל אידן ) קאכן זיך אין ספארטס. און אונז קאכן אין אידישע פאליטיק...געב א שמייכל... 😂 😎
איך האב אמאל געזאגט א ווערטעל, אין בעלזא פלעגט מען זאגען א משל פון די יושבים. די נייע יושבים זענען נישט געווען אזוי צוגעוואוינט צו דער פארחזרט'ע לעבען פון זיך נישט וואשען וכדו', דעריבער פלעגען זיי שטייען ביים עק פון די פאליצע'ס אין ביהמ"ד און געקראצט די רוקען. נאך א שטיק צייט האבען זיי זיך צוגעוואוינט און מ'האט נישט געדארפט אזוי זיך קראצען
דעריבער האבען זיי געהייסען 'יושבים'. קודם האבען זיי געהייסען 'רוקען קראצער'ס' און דערנאך 'יושבים'.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דעריבער האבען זיי געהייסען 'יושבים'. קודם האבען זיי געהייסען 'רוקען קראצער'ס' און דערנאך 'יושבים'.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
איך פארשטיי אז עס איז געווען דערהויבענע יושבים אבער מען רעד נישט דערפון אדער נישט פון זייערע מעשים נעם א משל ר מרדכי חנה פוקס וואס מען רעד אין וויזניץ פארציילט מען אויף עהם זיין עבודה ווי ער האט זיך מבטל געווען פארן סבא קדישה וכו' וכו' אבער און בעלז נעמט מען א ר מרדכי פעלץ און מען פארציילט ווי ער האט אריינגעזאגט דער שאול ומשיב אדער זיך נישט דערשראקן פון הרה"ק ר' אהרן פון טשערנאבל וכו' וכו' (אפשר זענען די וואס פארציילן נאך שילדוג אבער אזא בילד געט דאס)
ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב אמאל געזאגט א ווערטעל, אין בעלזא פלעגט מען זאגען א משל פון די יושבים. די נייע יושבים זענען נישט געווען אזוי צוגעוואוינט צו דער פארחזרט'ע לעבען פון זיך נישט וואשען וכדו', דעריבער פלעגען זיי שטייען ביים עק פון די פאליצע'ס אין ביהמ"ד און געקראצט די רוקען. נאך א שטיק צייט האבען זיי זיך צוגעוואוינט און מ'האט נישט געדארפט אזוי זיך קראצען
דעריבער האבען זיי געהייסען 'יושבים'. קודם האבען זיי געהייסען 'רוקען קראצער'ס' און דערנאך 'יושבים'.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נכרים הדברים ממי שאמרם...
דיס איז עי פרענדלי רימיינדער @אנאנים
[ציטאט אראפגענומען]
ארום בלעטערנדיג אויף אוצר החכמה האב איך מיך אנגעשטויסן אין א תגובה פון רב טוב הנוגע לענינו.
ולהזכיר, רב טוב הוא בד"ץ פון אייוועלט איז (געווען?) פון די וואס ווייסן וואס ס'האט זיך אמאל אפגעשפילט.
והנה:
רבטוב
Re: הגה"ק בעל 'דברי יחזקאל משינווא-תחנון ביום זה
הודעהה' דצמבר 16, 2010 4:43 pm
כותב כתב:בכל עיר ועיר בגליציה היו שם הרבה יותר משכילים מחרדים רח"ל, אמנם היה הרבה עיירות שהיו מלאים וגדישים עם אנשים חרדים ויראים לדבר ה' לאלפים, עם הרבה שטיבלעך בכל עיר ועיר, כגון חסידי בעלזא, ראדאמסק, באבוב, ועוד ועוד הרבה.
לפלא בעיני דבריך כמה בעלזער קלויזען היו בגלצי' . או ראדאמסקער שטיבלעך חוץ מקראקא וקשאנוב.היו חסידישע יודען בכל מקום ומקום . אך שטיבלעך וקלויזען לא היו הרבה בשם הרעבי'ס . ולמה שכחת מהקלויזען שהיו לחסידי רוזין בשמותיהם . ובמיוחד
באסט גלצי' . וגם היו כמה זידאטשובער שטיבלעך כמו החדשים שוהל בלעמבערג .
אך ביערסלוב כמעט ולא היו חסידישע יודען .
מצב היהדות מתחילת המאה התשע עשרה הי' ל''ע במצב השפלות וירד פלאים ממש בכל יום . והטעם העיקרי הי' מצב הפרנסה והחדרים . ואדמור''י בית רוזין רצו לתקן מצב החדרים .אך היו צדיקים שלא הסכימו איתם. ואח''כ פרצה מלחמת העולם הראשונה
והכל הלך לטמיון .

פון דא, און עס געהערט אין אמת'ן אריין אין דעם אשכול האב איך דאס געברענגט:
ארי נוהםדא האט איר א טוויסט, א מעשה פון ר' אהרעלע וואס ווייזט אז ער האט גאר געהאלטען פונם יפה תורה עם דרך ארץ. עס איז געדריקט געווארען אין מחנה חרדי צוויי יאר צוריק צום יארצייט פון רב ז"ל (גליון 1749). איך ברענג עס ככתבו וכלשונו:סיפר הרה"ח ר' הערשל יערוסלב'ער ז"ל: פעם בא אחד מפליטי השואה שגר בתל אביב אצל כ"ק מרן זי"ע לתפילת מעריב יחד עם בחור אחד שלמד אצלו בעיר קראקא, והתלונן עליו שעזב את הלימוד והלך לעבוד.
הגיב מרן זי"ע ואמר: "א גלייכע זאך", והמשיך: "על מאמר חז"ל ששואלים למעלה את האדם 'קבעת עתים לתורה?' כותבים ראשונים: אז מ'דארף זיך אפרייסן פון די צייט כדי צו לערנען תורה, און חז"ל זאגן: 'טוב תורה עם דרך ארץ'..."
And on what date? ?In which newspaper is this article by Shmuel Horowitz written
[ציטאט אראפגענומען]
?In which newspaper is this article by Shmuel Horowitz written
?And on what date
לשלימת הענין איז כדאי צו ציטירן עטליכע אויסצוגן פון א באשרייבונג, וואס דער רוסישער שרייבער "שמואל הורוביץ" האט געשריבן איבער זיין באזוך אין גאליציע, ווי ער האט אינטערוויו'ט די רביים פון טשארטקאוו און בעלזא, אויך איבער די נושא:
אין בעלז בין איך געפארן מיט א ציטערדיג הארץ. מ'האט מיך אין טשורטקוב, אין לעמבערג – אומעטום אין גאליציען, שטארק אנגעשראקן.
“דעם בעלזער רבי'ן זען?
- איך זאל זיך דאס ניט חלומ'ען!
- איר קענט זיך שוין שעצן גליקליך, ווען איר וועט ארויס פון בעלז מיט גאנצע ביינער!
- מ'וועט אייך בעסער נאר נישט אריין לאזן אין בעלז!”
מארינבאד.jpg
דער בעלזער רב זצ"ל אין מאריענבאד
אט אזוינע ענטפערס האב איך באקומען, ווען איך האב דערציילט גאליציאנער יונגעלייט וועגן מיין פלאן צו פארן קיין בעלז. נאר.... א ווערטל זאגט: "או לודזעי פיטאי, א סוואי ראזום מאי". ס'הייסט: "ביי לייטן פרעג, און גיי דיין אייגן וועג." איך האב זיך געלאזט אויף 'קידוש השם', געזעצט זיך אין לעמבערג אין וואגאן, ווי איך שטיי און גיי, ניט צוגרייטנדיג זיך אויף די נסיעה.
…אז איך בין אריין אין רבי'ס חדר האב איך גלייך, אן א שום הקדמות, געמעלדעט ווער און וואס איך בין און צוליב וואס איך בין געקומען, אזוי ווי ביים טשורטקובער און ביי די פריערדיגע רביים האב איך ערקלערט, אז מיין קומען צו זיי איז נאטורליך, ווייל איך בין געשיקט קיין גאליציען צו באקענען זיך מיטן לעבן פון די גאליציאנער אידן. מיר זענען באזונדער אינטערעסירט אין די רביים, ווייל זיי האבן א גרויסע ווירקונג אין פאלק און ס'איז פאר מיר זייער וויכטיג צו וויסן: ווי פארהאלטן זיי זיך צו געוויסע פראגן פון אידישן לעבן אין גאליציען. איך האב געזאגט דעם בעלזער, אז איך בין געווען שוין פריער ביים טשורטקובער, האב אויך באזוכט דעם אטאניער, די סאדוגערער רביים.
מיין ערשיינונג, און מיין דעקלעראציע, איז געווען אן איבערראשונג פאר דעם רבי'ן, ווי אויך פאר די גבאים און חסידים, וואס זענען געווען בשעת מעשה אין דעם רבי'נס חדר מיוחד. דער גבאי האט געווארפן בייזע בליקן אויף דער טיר, ווי ער וואלט זיך וואונדערן, וויאזוי האט די טיר געקענט האבן די העזה אריינצולאזן אזא איינעם צום הייליגן רבי'ן. ס'איז אבער געווען פארפאלן.
מיר זענען אינטערעסירט צו הערן פון אים, פונעם בעלזער אליין, זיין מיינונג וועגן דעם טשורטקובער רבי'נס פראיעקט פון האנד-ווערק שולן פאר אידישע קינדער אין גאליציען. טשארטקוב.jpg
דער טשורטקובער רבי זצ"ל אויף א שפאציר
אויף דער פראגע: וואס איך האב געזען אין גאליציען? האב איך געענטפערט, אז איך האב געזען גרויס ארימקייט. איך האב צוגעגעבן, אז אריינטראכטענדיג זיך אין די סיבות פון דער שלעכטער אידישער לאגע אין גאליציען און ווארפענדיג א קוק אויף דער צוקונפט, איז ליידער נישט צו זען קיין האפענונג, אז אידן זאלן ווערן בעסער אין גאליציען. גאליציאנער אידן שטייען בעפאר א חורבן. אויב מ'קען עפעס היילן, איז – ענדערן די ערציאונג פון אידישע קינדער.
די עקזיסטענץ פון דריי-פערטל גאליציאנער אידן איז אנגעוויזן נאר אויפן האנדל. איבערהויפט אויף קליינהאנדל. א פאלק וואס איז אנגעוויזן נאר אויף איין פרנסה, קען נישט זיין גליקליך. באדעקן גאליציען מיט א גאנצע נעץ פון האנד-ווערק שולען, וואלט געווען איינע פון די וויכטיגסטע זאכן, וואס קען ראטעווען די גאליציאנער אידן. איך האב געהערט–האב איך צוגעגעבן–אז באוואוסטע רבנים און רביים קלערן שטארק וועגן אזעלכע שולן. אבער איר, רבי, זייט קעגן דעם. וואלט איך וועלן וויסן דעם טעם, פאר וואס זייט איר קעגן דעם.
דער בעלזער האט מיר אויסגעהערט, דערנאך האט ער געזאגט: ערשטענס איז נישט ריכטיג, אז די אידישע בעלי מלאכות ארבעטן ערגער פון די גוי'אישע, איך וואלט אייך קענען אנווייזן, אפילו דא אין בעלז גופא גוטע אידישע בעלי מלאכות... איך ווייס אסאך אידן, וואס האבן שיין פרנסה.
און וואס ס'איז שייך די שולען, וואס איר זאגט, איז טאקע אמת, אז איך וויל ניט דערלאזן קיין שולען! וואס האט געפעלט אידן אמאל, אז ס'איז נישט געווען קיין שולען? אידען זענען געווען פרום, האט זיי טאקע גארנישט געפעלט.
ער האט גערעדט מיט הארץ, מיט התלהבות, זיינע אויגן האבן בשעת מעשה געפלאמט, דער גאנצער קערפער האט זיך שטארק באוועגט. גערעדט האט ער אן כעס, נאר גוטמוטיג, סטארענדיג מיר צו געבן צו פארשטיין אז איך האב א טעות. איך האב געזען, אז ער, דער בעלזער, איז אויפריכטיג, אז זיין גאנצער קערפער האט אויסגעדריקט איינס – מ'דארף פארטרויען, מ'דארף גלויבן אין גאט און פאלגן זיינע געבאטן; איך האב געשוויגן. ער האט ווייטער גערעדט, נישט הויך, נישט צוקאכט, אבער מיט טיפער התלהבות פון א שטארק גלויביגער מענטש.
דער גבאי און די חסיד ארום האבן אויף מיר געווארפן בייזע בליקן, למאי איך עס אים אפ דאס הארץ. יעדער פון זיי – דאס האב איך דייטליך געפילט – איז געווען גרייט אנכאפן מיך און 'מכבד' זיין, ווי עס פארדינט אזא איינער וואס וואגט צו פירן מיטן רבי'ן א וויכוח.
איך האב זיך געאיילט צו מאכן א סוף צום וויכוח. האב אויסגעשטרעקט דעם רבי'ן די האנד, צו נעמען פון אים אפשייד און זיך געזעגענען, ער האט אבער גענומען מיין האנד און מיך נישט געלאזט גיין. ער האט ווייטער גערעדט, מיך איבערצייגן.
בשעת ער האט געהאלטן מיין האנד, האב איך מיך דעמאלט געפילט אין זיין מאסט. איך בין געווען טיף גערירט פון זיין ווארימען פשוט'ן גלויבן. איך האב דעמאלט געוואלט קענען זיין אזוי ווי ער. איך בין ממש געווען ווי אין א היפנאטישער צושטאנד.
עד כאן פון דעם שרייבער שמואל הורוביץ.
(הכתב מש"ה- צייטשריפט)
עפילאג[/size]
ס'שווער זיך פארצושטעלן ווי אזוי ס'וואלט אויסגעקוקט די חינוך היינט צוטאגס, ווען דער טשארטקאווער רבי וואלט געזיגט.
הגם, ס'איז דא א צד צו קלערן- וואס דער גאנג איז גאנץ פאפולער דא אין שטיבל- אז ס'וואלט זיכער בעסער געווען מיט דער טשארקאווער'ס פלאן. דער גאנצער באנעמונג אונזערע, די סענסיוויטיט, די לייף סטייל פון לעבן אויף פעטער שמואל, וכו', וכו', וואס ציט ווייטער צו אן ענדלאזע קייט, וואלט געווען אסאך מילדער און א גלייכער.
נעמענדיג אבער אין באטראכט די פאקט, אז "ווי עס גוי'שט זיך אידיש'ט זיך", ווי היסטורי' האט אונז געצייגט... בין איך נישט איבערצייגט, אז דער טשארטקאווער'ס מהלך וואלט אונז בלויז בענעפיטירט. דעתי נוטה, דאס אז דער בעלזער רב האט געזיגט איז 'מעגליך' גאר א רעטונג פאר אונז כהיום.
אזויפיל קלער איך יא, אויף דעם חלק אז די שוואכע בחורים זאלן גיין ארבייטן- עס איז א שאד אז דאס איז נישט דורך געבראכן געווארן. איך האלט, אז אן א שיעור קרבנות וואס פאלן ליידער ארויס טאג טעגליך פון די ישיבות, וואלטן געבליבן ביי אונז ערליכע בעלי בתים נאמנים לה' ולתורתו. אונזער "אפגעפליקטע נושרים באזע" וואלט נישט געוואקסן ווי אויף הייוון, און אוודאי נישט געשאפן א פעיס בוק גרופע פון אכצן הינדערט נשמות, וואס איז בלויז פון אונזערע ברודער וואס האבן אונז פארלאזט.
דער אמת איז, אז ס'איז היינט שוין דא א שטארקע אויפוואכונג אויף דעם פראבלעם. אסאך מנהיגים זעהן צוביסלעך איין, אז נישט יעדער בחור וואס טראגט א היט, מיינט דאס אז די ישיבה ווענט דארפן אים צוימען פון זון אויפגאנג ביז ביינאכט, און מען שטעלט טאקע צו לייכטערע מסגרת'ן און פארשידענס, צו האלטן פארנומען די שוואכערע בחורים. הגם, מען דארף זיי צושטעלן געהעריגע דזשאבס און קורסען, זיך צו קענען ערווארבען נארמאלע שטעלעס, און נישט בלויז לויזע מסגרת'ן מיט לייכטע שעות, שיינע דרשה'לעך, אבער מיט די צייט, וועט דאס אויך ווערן.
אגב, דער בעלזער רב זצ"ל אליינס, האט שפעטער צוריק געצויגן פון זיין התנגדות, ואכמ"ל. אבער ס'שוין געווען ליידער צו שפעט. חבל.
אינטערעסאנט צוצולייגן, אז דער בעלזער רב שליט"א, האט אמאל גענומען די דרייסטקייט פרעגנדיג דעם אלטן קאפיטשניצער רבי זצ"ל: "מיט היינטיגע ברילן אז מען קוקט אויף צוריק, ווער איז גערעכט געווען אין דער מחלוקת צו ראטעווען דער דור?". אנטשלאסן איז געווען דער תשובה פונעם קאפיטשניצער: "אוודאי דער מהלך פונעם טשארטקאווער וואלט געראטעוועט אונזער דור!"
מקורות:
פרטים איבער די אסיפה- עיתון 'המצפה' יארע 1912, צווישן די חדשים אדר- סיון.
דער התנגדות בריוו פון בעלזער רב- אדמו"רי בעלזא מר' ישראל קלפהולץ.
דער קול קורא מאדמו"רי ריזשין- 'מארגן דזשורנאל' אפריל 22, 1912.[/justify]
[/quote]

מ'רעדט דא וועגן די בעלזער יושבים קוק אויף זיך, די באוואוסטע ווארט וועגן א בעלזער קנפעלט זיך שמד'ט זיך א איד אין בערלין
ס'איז דא נאך א ווארט פון די בעלזער יושבים, די גאנצע וועלט האט פיינט אידן, אלע אידן האבן פיינט די חסידים, אלע חסידים האבן פיינט די בעלזער חסידים, אלע בעלזער חסידים האבן פיינט די יושבים, און די יושבים זענען די שפיץ פון די וועלט! (אינטרעסאנט איז נאר אז די יושבים האבן נישט פיינט דעם רב, וואס ער איז דאך זיכער די שפיץ וועלט...)
אגב קומט ארויס פון דעם אז די בעלזער חסידים אליין האבן אויך פיינט געהאט די יושבים...