☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאנספיראציע איבערן ק"ש פארמאכונג סומאטאכע.

קאנספיראציע איבערן ק"ש פארמאכונג סומאטאכע.

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10622

קל וחומר » דאנערשטאג יוני 16, 2016 1:01 pm

· #337974
קאנספיראציע איבערן ק"ש פארמאכונג סומאטאכע.
הגם וואס איך בין נישט דער טייפ וואס גלייבט קאנספיראציעס אזוי שנעל, ווער רעדט נאך פון אויפקומען מיט איינס, עכ"ז האט מיר דא אנגעכאפט עפעס א תאוה יא צו מאכן איינס, אפשר ווייל ס'איז אמת? אדער ווייל זאכן באדערן מיר.

די גאנצע נושא איז שוין כמעט ווי פארגעסן געווארן, אבער געוויסע זאכן האבן קיינמאל נישט באקומען א צופרידנשטעלענדע תשובה, כאטש וואס אן התנצלות איז יא געווען.

דא זענען אפאר פונקטן, יעדער זאל זיי איבערטראכטן פאר זיך.

פארוואס איז גלייך געקומען א מעלדונג -וואס לויט ווי עס איז אנגעגעבן געווארן איז אריינגעלייגט געווארן דערין חדשים פון מחשבה - איבערן פארמאכונג פונעם שטיבל בעפארן בכלל איבערשמועסן מיטן עולם צו ס'זענען פארהאן אנדערע אפציעס? סוף סוף רעדט זיך עס פון אן אפען מיינדעד שטיבל ווי קיינער באלבאטעוועט נישט אויף קיינעם.

פארוואס איז מאחורי הפרגוד באלד פארשלאסן געווארן?

פארוואס האב איך באמערקט אז אין אסאך אשכולות אין מאחורי פעהלט אסאך תגובות אין ס'ליינט זיך נישט מיט קיין רצף?

מיין טעאריע איז אז ס'איז פשוט געווען א קאוועראופ אויף געוויסע גרויסע רעדאגירונגן וואס איז אדורכגעפירט געווארן אינערהאלב מאחורי.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 16, 2016 1:38 pm

· #337980
אנאנים: ייש"כ. אני הקטן, גריבל זיך נישט אין קיין קאנספיראציעס און וואס וואלט געקענט געשעהן. איך דאנק דעם באשעפער על העבר און בעט על העתיד. אז ס'זאלל ממשיך זיין אין די איצטיגע פארמאט לאורך ימים ונשים...!
נאר איך האבמיך כמה פעמים געוואונדערט שטילערהייט (בבחי' ליבא לפומיה לא גליא.) ..מהיכן ירק זה חי. פון וואו צאלט זיך אויס די הוצאות פון אויפהאלטן אזא וויכטיגן פארום. קיין קאמערשל'ס אדער אנדערע אדווערטייזינג איז נישט דא. אזוי ווי דער שמייליגער וועבסייט עולם ביצה. דאס אייגנארטיקייט און חשיבות פון קאווע שטיבל דארף מען דאך נישט ארויסהייבן. א פארום וועלכעס איז נאר געווידמעט פאר דעם פרייהייט פון ווארט און געדאנק. פארשטייצעך עפ"י תורה. און האט נישט קיין שום אגענדאס אדער פארטיי'אישקייט אדער אנדערע נגיעות...! נאכאמאל. א יישר כח פאר נושא בעול זיין... 😃 🙂 😮 👍

קל וחומר » דאנערשטאג יוני 16, 2016 2:02 pm

· #337988
Re: קאנספיראציע איבערן ק"ש פארמאכונג סומאטאכע.
יעצט קומט איינער אין אישי מיט א פרישע קאנספיראציע...
נעמליך, די גאנצע קאנספיראציע איז אן אפגעשמועסטע ליצנות פון מיר מיט שש כדי ער זאל באקומען נאך אפאר לייקס.

גיי ווייס...

לעיקוואד » דאנערשטאג יוני 16, 2016 8:50 pm

· #338051
.

קל וחומר » דאנערשטאג יוני 16, 2016 9:03 pm

· #338053
דברי תורה עניים במקום אחד ועשירים במקום אחר.
עיי' אשכול ונפשי יודעת מש"כ שם רבינו ותמצא נחת

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 17, 2016 12:28 am

· #338079
Re: קאנספיראציע איבערן ק"ש פארמאכונג סומאטאכע.
עכשיו דבאנו לכך, קען מען שוין אננעמען אז ער האט לכתחילה נאר געלייגט א פינטעלע. קען אפילו זיין אז עמיצער אנדערש האט טאטאלי איבערגענומען שליטה פון זיין ניק נאר צו קענען טיילן פינטעלעך יעדע מאל מ'קראצט די אומפארהיילטע וואונד.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

קל וחומר » פרייטאג יוני 17, 2016 5:07 pm

· #338175
Re: קאנספיראציע איבערן ק"ש פארמאכונג סומאטאכע.
טאמבל סאס
עכשיו דבאנו לכך, קען מען שוין אננעמען אז ער האט לכתחילה נאר געלייגט א פינטעלע. קען אפילו זיין אז עמיצער אנדערש האט טאטאלי איבערגענומען שליטה פון זיין ניק נאר צו קענען טיילן פינטעלעך יעדע מאל מ'קראצט די אומפארהיילטע וואונד.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

איך האב נאך זוכה געווען צו זעהן דעם דפו"ר.

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 17, 2016 5:50 pm

· #338181
Re: קאנספיראציע איבערן ק"ש פארמאכונג סומאטאכע.
נו, וואס האט רבינו געזאגט? (אגב, מ'קען רופען רבינו עמיצער וואס איז מסרב ללמד?)

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

קל וחומר » פרייטאג יוני 17, 2016 5:52 pm

· #338183
Re: קאנספיראציע איבערן ק"ש פארמאכונג סומאטאכע.
ער איז מלמד, אבער נאר פאר ווער ס'כאפט שנעל אויף....

ס'געשטאנען די ווערטער:
יש דברים בגו