☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » ונפשי יודעת

ונפשי יודעת

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10483

יאיר » פרייטאג מאי 13, 2016 12:35 am

· #332869
ונפשי יודעת
איך האב זיך מיישב געווען אז לעיקוואוד איז גערעכט און דאס איז נישט דער פאסיגער ארט צו מפרסם זיין דעם שיר.

יואב » פרייטאג מאי 13, 2016 2:17 am

· #332878
יאיר, ערשט יעצט געלייענט. אנבעליוועבל! א מייסטער ווערק! דער תוכן און רעיון איז געוואלדיג, און די שפראך איז נישט נאר מתוק מדבש, נאר אויך פליסיג, נישט מיט ווערטער אדער ליניעס מיט וואס מ'זאל דארפן ברעכן קאפ צו פארשטיין, און אינמיטן זאל דער פאויקעס אוועקוואנדערן צו דער טיפעניש פון פארבארגענער שפראך. כ'האב ממש נישט וואס מוסיף צו זיין, סיי מיין דעת, סיי מיין געפילן, אלעס האט הנאה פון דעם שטיקל.

כ'מוז זאגן אז מ'זעט דא אז אפילו די נארישע זעל, אז ליגט זי ביי יאיר'ן, רעדט זי אויך צו דער זאך. גלייב מיך כ'בין אביסל באקאנט מיט די זעלן; זעלטן וואס כ'זאל האבן אנגעטראפן איינע וואס אפילו אויב זאל איך נישט אנעמען איר שיטה איז זי אבער גרייט זיך אראפצוזעצן פירן א דיאלאג, און לפחות פארשטעלן און זיך מסביר'ן פארוואס און וויאזוי.

כ'זע האסט איר צום סוף נישט דירעקט געענטפערט, כ'ווייס נישט צי צוליב רחמנות אדער ווייל דער דעת האט זיך פארביסן די ליפן. לכאורה איז אין יעדן פאל געווען קלוג נישט צו ענטפערן, ספעציעל אז דו ביסט געווען דער וואס האט אנגהויבן דעם וויכוח, און באלד געגאנגען אויף דער אפענסיווע.

כ'קלער אז מיט דער פאלגנדער פראזע האט זי געמאכט א דוקא ראציאנאלן און הכנעה'דיגן סך הכל איבער איר שוויות, ס'האט ביי מיר, א צוקוקער צו דער דעבאטע גוט אויסגענומען. כ'בין אבער מסופק צי ווען כ'זאג "ביי מיר" מיין איך דעם דעת אדער די זעל.

יאיר'ס נפש האט געשריבן: "אם אין אתה לי, מי לי? כשאתה לעצמך, מי אתה?"

מפוזרי » פרייטאג מאי 13, 2016 3:58 am

· #332880
Re: ונפשי יודעת
יואב; האסט פאַרפּאסט די נקודה. די שכל שווייגט נישט מתוך רחמנות, ס'איז ענדערש א שתיקה כהודאה. זי פארבייסט נישט די ליפּן, נאר בייגט די קאפ מיט הכנעה. די שכל מיט אלע אירע שיינע אנצוגער, ווערט פארשטומט פאַרן נפש'ס לויטערע נאקעטקייט.
די נפש אין איר איידלקייט, פארגינט אפילו פארן שכל דעם טיטל 'רבי'. פונדעסטוועגן אנערקענט דער שכל,אז ווען עס קומט צום אלטעמאטיוון אמת, איז די נפש די וועגווייזער. דער דאזיגער ענדגילטיגער ווארהייט, וואס דער שכל מיט זיין מעכטיגער פאָרש-קראַפט קען נישט דערגרייכן, זעט דער נפש אזוי קלאר אפילו בלינדערהייט.

מפוזרי » פרייטאג מאי 13, 2016 4:24 am

· #332882
Re: ונפשי יודעת
ר' יאיר, אויפן שיר זאג איך נישט קיין ווארט, ס'קען עס נאר קלענער מאַכן. הפך בה והפך בה דכולא בה.

אבער זעענדיג דעם שיר כאפט מיר אן א באהאלטענער ציטער. דער שיר איז א לעבנס-ווערק, א שירת חייו, א כתבוני לדורות . די זעלבע לעגעדנע וואס דערציילט ווי ר' יהודה הלוי איז אויסגעגאנגען מיטן ציון הלא תשאלי, דערציילט איצטער אז מיט דעם שיר ונפשי יודעת עלתה נפשו של יאיר אל אלוקיו. האלט מען שוין טאקע ביים לעצטן ווארט שאין אחריה אלא שתיקה?

טאמבל סאס » פרייטאג מאי 13, 2016 6:47 am

· #332884
Re: ונפשי יודעת
איך האב אויך אזוי געמיינט.

"כמעט שגמרתי בדעתי, שאין לי כל תוחלת
כל זמן שאת בקרבי, ומרשתך אין לי מנוס
טוב לך שלא נבראת, מאשר תקפתני כחולאת
וכל זמן שלא תיפרש, על פי דיבורך אני אנוס...........כמעט את נפשי לקחתי, בקברי אשר כריתי..............שמע בקולי, היפה כתרצה
אל שופט כל הארץ נריצה
אדון השלום, גדול העצה
לתווך בינינו, למנוע ריב ומצה..........אל אלוהי הרוחות, לכל גלמים
בידו אפקיד, רוח נפש ודם
שנינו כלים, והוא נצח עולמים
לכן ישלים, ג' שותפים באדם......ואומר אני:
איך נמצא את מי שאינו מצוי?"(דא מיינט ער שוין אז ער קריגט הסכמה פונעם נפש כביכול)

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

mevakesh » פרייטאג מאי 13, 2016 7:43 am

· #332886
Re: ונפשי יודעת
ישר כוח יאיר הערליך און טיעף!
דערוואגען זאלסטו נכאמאל צו מפקפק זיין אין די תועלת פון די אינטערנעט....

לולא הרשת הפרושה
נפשינו כולה נמאסה
בלי הודע זאת השירה

לעיקוואד » פרייטאג מאי 13, 2016 12:51 pm

· #332904
mevakesh
ישר כוח יאיר הערליך און טיעף!
דערוואגען זאלסטו נכאמאל צו מפקפק זיין אין די תועלת פון די אינטערנעט....

לולא הרשת הפרושה
נפשינו כולה נמאסה
בלי הודע זאת השירה

פאר די אינטערנעט איז געווען אזא ערפינדונג גערופען דער דרוק.

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 13, 2016 1:46 pm

· #332915
אבער מען האט געמווזט אראפגיין צום דרוקער, און אים באצאלן פאר זיין ארבעט. דערנאך מפיץ זיין און דיסטריבוטן אין יעדן שטעטעלע. און אפאר טאג דערנאך האט מען געקענט קויפן פאר געלט דעם קונטרס.
אבער דער אינטערנעט איז אלעס מפיץ פאר אומזיסט, אינסטענטלי. יאיר טראכט אויס א שיר, און באלד דערויף האבן טויזענטער אידן הנאה דערפון בכל קצוי תבל. נישט אינוועסטעד קיין פרוטה אחת.

mevakesh » פרייטאג מאי 13, 2016 1:58 pm

· #332917
Re: ונפשי יודעת
לעיקוואד
mevakesh
ישר כוח יאיר הערליך און טיעף!
דערוואגען זאלסטו נכאמאל צו מפקפק זיין אין די תועלת פון די אינטערנעט....

לולא הרשת הפרושה
נפשינו כולה נמאסה
בלי הודע זאת השירה

פאר די אינטערנעט איז געווען אזא ערפינדונג גערופען דער דרוק.

וואס יאיר וואלט ווארשיינליך נישט גענוצט

לעיקוואד » פרייטאג מאי 13, 2016 6:53 pm

· #332964
mevakesh
לעיקוואד
mevakesh
ישר כוח יאיר הערליך און טיעף!
דערוואגען זאלסטו נכאמאל צו מפקפק זיין אין די תועלת פון די אינטערנעט....

לולא הרשת הפרושה
נפשינו כולה נמאסה
בלי הודע זאת השירה

פאר די אינטערנעט איז געווען אזא ערפינדונג גערופען דער דרוק.

וואס יאיר וואלט ווארשיינליך נישט גענוצט

"יאיר" וויייסיך נישט, אבער דער יונגערמאן וואס האט דאס געשריבען ווארשיינליך יא.

לעיקוואד » פרייטאג מאי 13, 2016 6:56 pm

· #332965
שמעקעדיג
אבער מען האט געמווזט אראפגיין צום דרוקער, און אים באצאלן פאר זיין ארבעט. דערנאך מפיץ זיין און דיסטריבוטן אין יעדן שטעטעלע. און אפאר טאג דערנאך האט מען געקענט קויפן פאר געלט דעם קונטרס.
אבער דער אינטערנעט איז אלעס מפיץ פאר אומזיסט, אינסטענטלי. יאיר טראכט אויס א שיר, און באלד דערויף האבן טויזענטער אידן הנאה דערפון בכל קצוי תבל. נישט אינוועסטעד קיין פרוטה אחת.

כמדומה איז דאס א גוזמא. נישטא קיין טויזנטע אידן בקצווי תבל וואס ליינען דאס, בקושי הונדרעט, מבינים וואס פארשטיין וואס ער רעדט אפשר צען, צו דרוקען אזויפיל קאפיעס קאסט נישט אזויפיל. יעדער כמעט האט א פרינטער אינדערהיים אדער אין אפיס אדער ביים קארנער סטאר וואס קען דאס דרוקן אליינס. איך אליינס האב מפיץ געווען און בין מפיץ מפעם לפעם זאכן אין דרוק עס קומט אן צו די זעלבער עטליכע חברים וואס זענען אינטרעסירט אין דעם.

טאמבל סאס » פרייטאג מאי 13, 2016 7:12 pm

· #332969
Re: ונפשי יודעת
איז דא עפעס וואס איך מיס? דו זארגסטעך פאר יאיר'ס ריווח פאר דער ווערק? זאגט ער נישט עפעס אז ס'גיסט זיך געלט דארט?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » פרייטאג מאי 13, 2016 7:13 pm

· #332970
Re: ונפשי יודעת
"געלט ווי מיסט" וואס מיינט דאס?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

כוכב » זונטאג מאי 15, 2016 4:24 pm

· #333071
האסט נישט געמוזט שטעלן, אבער מעקן (נאכ'ן ערהאלטן פראמינענטע דעקונג מיט א בעננער אויפ'ן קאווע שטיבל דאך) איז שוין א שטיקל אומרעכט און גרעניצט זיך אויך מיט יהורא.
איך וואלט גע'עצה'ט אלע 24 לייקערס זאלן אראפנעמען זייער לייק לאות מחאה פאר'ן אונז באהאנדלען דיסריספעקטפול.

טאמבל סאס » זונטאג מאי 15, 2016 6:00 pm

· #333087
Re: ונפשי יודעת
איך וויל נאכאלץ פארשטיין, וואס גענוי איז לעיקוואד'ס טעם געווען, און וואס יאיר האט אזוי גוט פארשטאנען, פארוואס נישט עס צו מפרסם זיין דא? משום אין מגלין אלא ל...? איז דאס אז איך בין נישט משיג די סיבה א ראיה אז איך בין נישט ראוי מ'זאל מיך עס בעסער טרייען צו עקספלעינען? די מערסטע באדערט מיך די חשש אז אפשר איז נאך דא אין דעם שיר מער צו פארשטיין פון וואס איך האב משיג געווען ביז אהער. אאוטש, דעיס ציפט!

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » זונטאג מאי 15, 2016 6:07 pm

· #333088
Re: ונפשי יודעת
אפשר איז עס קבלה ענינים, איש ואשתו, ווער ווייסט.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » זונטאג מאי 15, 2016 9:26 pm

· #333115
Re: ונפשי יודעת
גערעכט איז ער. אין א וועלט ווי צוליב א פארפלייצונג פון אינפארמאציע איז א דבר אמת אזא יקר המציאות קומט ארויס אז גאר ווייניג זענען מבינים אויף אמת'ע רייד אזוי אז די ריכטיגע בעלי כישרון ווערן נישט פראפערלי אפרעשיעיטעד פאר זייערע ווערק און די כוחות וואס זיי האבן אינוועסטירט זיי צו עררייכן. אפשר קומט זיך זיי נישט זיי זאלען שוויצן בחנם? פארוואס פארשטייט מען אז ווען איינער קומט דיר בעטן א צענער זאגסטו, האלוי, כהאב געארבעט פאר דעיס געלט אבער ווען איינער קומט דיך פרעגן, וויאזוי ארבעט די מולד הלבנה, פאלט דיר נישט ביי צו זאגן, העי, כהאב געארבעט דאס צו פארשטיין. ביידע איז צייט און צייט איז לעבן. נארוואדען, אולי י"ל. שני סוגי טשאריטי יש, חד בממונא וחד בלימודא. ובמזרחא גרסי חד בממונא וחד בגופא. ואין גורסין הכי.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

קאצקע ציקער » זונטאג מאי 15, 2016 9:48 pm

· #333119
די חילוק איז אז ביי געלט ווערט עס ווייניגער ווען דו געבסט, משא"כ ווען מען געט אוועק וויסענשאפט ווערט עס בכלל נישט ווייניגער ודו"ק

טאמבל סאס » זונטאג מאי 15, 2016 9:54 pm

· #333120
Re: ונפשי יודעת
מ'קען דן זיין בזה. אוועקצוגעבן געלט ווערט דאס געלט טאקע ווייניגער אבער ס'געדויערט א מינוט דאס געבן מה שלא כן ביים לערנען מיט עמיצן (און דאס אפי' אויב מז'אל זאגן אז מיט'ן אויסלערנען לערנט מען זיך מער). דערנאך איז דא דער געדאנק אז דיין באזיצן די ידיעות און די ידיעות אליינס ווערן אצינד ווייניגער ווערט ווייל נאך איינער ווייסט זיי. אויך, פארנוצט מען דאך קאגנעטיוו ענערגיע מיט'ן אויסלערנען עמיצן. דאס איז אויסער די צייט וואס כהאב פריער געזאגט.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

קל וחומר » זונטאג מאי 15, 2016 11:36 pm

· #333131
אלמד ידי לקרב, אצבעותי לערוך מערכה
אזיינם בעט ועופרת, וקנה אריק תחת חרבי
את קשתי נתתי בעשתונותיי, ופיסת נייר מגיני
בדיו אטבל כלי נשקי, וארוה אותם בדם לבבי

את מי אערוך מלחמה? מי ומי המנצחים?
אלחום עם עצמי, עם נפשי השוכנת בקרבי
הלא את כמוסה עמדי, אחותי נשמתי יחידתי
אך מחיצת ברזל מבדיל בינינו, נפשי חביבי

אני מדריכך ומוריך, מלמדך להועיל
בכל דרכיך הנבוכות, את נשענת על גבי
לי עצה ותושיה, אני בינה לי גבורה
אם חושך יחשיך ממך, תמיד מאיר כוכבי

אני מבין וחכם, יודע לבנות ולסתור
ואת לא יודעת להבחין, תמימה ונאיבי
לא עוזרת לי בביקור, אך קוצרת ביכורי
לעת הזמיר הגיע, את אוכלת פרי אביבי


את מבקשת עידוד, הכרה על עבודתי
את יונקת שדיי, מתבוססת בדמי וחלבי
ל'סיפוק' נתאוית, ומשפטי לפיו נחרץ
דבר מוזר המצאת לך, מלפפתני ככלבי

וביום מן הימים, כאשר מצב רוחך רע
הוי ואבוי! נהפכת לאשת מדון ומריבי
לא תנוח ולא תשקוט, על כל פנה תארוב
בשבטך תייסרני, לא תחשוך על כאבי

תחת חכמתי המפוכך, תשביעני דמיון
תמלאני בהלה, תבלבל את דעתי
תרעיל מחשבותי, בדברים חסירי הגיון
ולא תאמר די, עד אשר בחיי קצתי

כמעט שגמרתי בדעתי, שאין לי כל תוחלת
כל זמן שאת בקרבי, ומרשתך אין לי מנוס
טוב לך שלא נבראת, מאשר תקפתני כמחלת
וכל זמן שלא תיפרש, על פי דיבורך אני אנוס

ומשיבת נפשי:
אישי נכבד, אל תחפוז לחרוץ דיני, אכן
אין לי כושר ניתוח, וחוש ביקורת חסר לי
גם אין לי סניגור, מול קטיגור מצויין כמוך אך יש בפי מענה, הקשיב נא דכאות רוחי

אכן יש בך לנתוץ, לבנות ולהקים
מגדלים מפוארים, גבוהים וחזקים
לעשות ולקבץ, לעקור נטוע ולטעת
בשכל ובתבונה, בחכמה ובדעת

אני, נפשך הדלה, יושבת במחתרת
חסרת כל כשרון, אך יש בי רב תועלת
מאחורי הפרגוד, אני מסתתרת
אתה חכם ומבין, ואני המתפעלת

אתה בונה מגדל, ואני מכרת יופיו
אתה עורך מערכות, ואני יודעת ערכם
אתה מקשה ומפרק, דבר דבור על אופניו
ואני מעוררת רוחך, לסלול יושר דרכם

אתה מפלפל בכשרון, ואני לבי הומיה
להגות בשדה החכמה, פיזיקה וכימיה
אתה חושב חשבונות, תקופות ותשבורת
ואני היודעת לשוש, במתנת חוש הביקורת

אתה סופר ומונה, דברי חכמה להוסיף
ואני יודעת יוקרם, מאלפי זהב וכסף
אתה מכניס ומוציא, מאמיד ושוקל בפלס
אני שמחה באוצרך, ואתה מסנן פסולת

אני רואה יקום, מלא חידות ותעלומות
ואתה מפענחו, להבינו ולפתור חלומות
אני משתוקקת, על הבריאה מסתכלת
בשחרירות השמים, וטוהר ים התכלת

אתה כותב התווים, ואני כינורך לשורר
אתה מחוקק חוקים, ואני מוסרך מעורר
אתה פונה למעלה, כגאות שמש זורח
ואני מתנהגת בצניעות, כלובן בוהק הירח

אני עומדת משתוממת
מקסם כוכבים ומזרות
ואני רואה הוד רוממות
גלי אוקיינוס ונהרות

אני יודעת ערך מוסר, רב טוב הצפונה
יודעת ריבוני, אוהבת להתדבק בדרכיו
בלי זה חסר כל חכמה, אין דעת ותבונה
כל זה איננו שוה, אם אין יראת אלוהיו

חשק חכמתך, אשתדל להאירה כברקת
צוהר אעשה לתיבה, ואפענחה בדיבורים
כי חכמה שרק בעליה תחיה, אינה מספקת
אפיץ מעינותיך חוצה, אחלק ביעקב ספרים

אני מלאה אהבה, מתגעגעת לבריות
והמה יכבדוני, כמים הפנים לפנים
מוקירים חכמתך, ובי עיניהם צופיות
מסלסלים בדודיי, לחיבתי ממתינים

וכשרוחך מתנשא, מתגאה עלי כפי הדמיון
גם אז שמי בקרבך, את עצמך השפלת
כי אין לך שנאה או אהבה, כבוד גם בזיון
אוי לך את נפשך קבעת, ברומו של עולם זלזלת

אני רצונך ושאיפותך, מאויך ומרוממיך
אתה מדרכני ומגדלני, רבי מורי ומאורי
אם אין אתה לי, מי לי?
כשאתה לעצמך, מי אתה?

ואומר אני:
הצדק אתך, נפשי היקרה מפנינים
את מי חרפתי וגדפתי, הלא בתי אהובתי
מנוד ראשי היית, מטרתי לחיציי השנונים
כמעט את נפשי לקחתי, בקברי אשר כריתי

אבדתי חכמתי, אשר טפחתי ורביתי
ברוב דברים נוקשתי, קיפחתיך עוללי
על עצמי רגנתי, מכותיי ספגתי
כי שלי שלך, ושלך שלי!

דבריך תציגני, כחומר ביד היוצר
אך יש בויכוח, גם צד שני
בידי להציל שנינו, מצרה וממיצר
אף כי נפשך עשירה, והנני העני

טענתך הישרה, אנסה לסכמה
רוחך תמלאני, ואני כלי לקבלה
את מהוה חייתי, ואני המקיימה
את נותנת העיסה, בידי לגבלה

הלא נפשך העדינה, קשורה בטבורי
תלויים זה בזו, כנזם בספירים מעולפת
אשר מבלעדך, אני כיוצר בלי חומר
ומבלעדיי, בלי מטרה את מרחפת

חשק חכמתך, אשתדל להאירה כברקת
צוהר אעשה לתיבה, ואפענחה בדיבורים
כי חכמה שרק בעליה תחיה, אינה מספקת
אפיץ מעינותיך חוצה, אחלק ביעקב ספרים

אני מלאה אהבה, מתגעגעת לבריות
והמה יכבדוני, כמים הפנים לפנים
מוקירים חכמתך, ובי עיניהם צופיות
מסלסלים בדודיי, לחיבתי ממתינים

וכשרוחך מתנשא, מתגאה עלי כפי הדמיון
גם אז שמי בקרבך, את עצמך השפלת
כי אין לך שנאה או אהבה, כבוד גם בזיון
אוי לך את נפשך קבעת, ברומו של עולם זלזלת

אני רצונך ושאיפותך, מאויך ומרוממיך
אתה מדרכני ומגדלני, רבי מורי ומאורי
אם אין אתה לי, מי לי?
כשאתה לעצמך, מי אתה?

ואומר אני:
הצדק אתך, נפשי היקרה מפנינים
את מי חרפתי וגדפתי, הלא בתי אהובתי
מנוד ראשי היית, מטרתי לחיציי השנונים
כמעט את נפשי לקחתי, בקברי אשר כריתי

אבדתי חכמתי, אשר טפחתי ורביתי
ברוב דברים נוקשתי, קיפחתיך עוללי
על עצמי רגנתי, מכותיי ספגתי
כי שלי שלך, ושלך שלי!

דבריך תציגני, כחומר ביד היוצר
אך יש בויכוח, גם צד שני
בידי להציל שנינו, מצרה וממיצר
אף כי נפשך עשירה, והנני העני

טענתך הישרה, אנסה לסכמה
רוחך תמלאני, ואני כלי לקבלה
את מהוה חייתי, ואני המקיימה
את נותנת העיסה, בידי לגבלה

הלא נפשך העדינה, קשורה בטבורי
תלויים זה בזו, כנזם בספירים מעולפת
אשר מבלעדך, אני כיוצר בלי חומר
ומבלעדיי, בלי מטרה את מרחפת

אחד העם » מאנטאג מאי 16, 2016 12:16 am

· #333133
@יאיר
א הפלא'דיגע שיר.
די מושגים זענען טאקע נישט קיין נייע, אבער די טעקסט, איז עפעס שלא מעלמא. און די עיקר גדולה פינעם שיר איז די רייכע טעקסט.
איך מוז אויך זאגען, אז דער טעקסט איז משפיע אויפן משמעות, און עס נעמט אריין די מובן אין טיפערע מקומות וואו די מושג איז נישט געווען פאר זי האט באקומען די ספעציפישע טעקסט אויף איר, און דאס איז א געוואלדיגע כשרון.

איך קען זאגען אויף מיר אז איך בין גאנץ א פיינער מבין אויף שיר און פיוט, און איך אפרישיעט יאיר'ס טאלאנט און ארבייט, און דאס איז אויך נישט קיין נייעס, איך האב עס שוין כמה פעמים געוויזען.

האבענדיג געזאגט דאס.
וועל איך מיר ערלויבען צו קריטעקירן דעם אקט פון עס אראפנעמען (איך וואלט ליבערשט צונומען דעם שיר זעלבסט, און אנגעמערקט אויף איר, און ארויסגברענגט געוויסע חשובע נקודות, אבער כ'ווייס דאך אז רוב עולם גיט נישט קיין זעקסטעל פאר עכטע טאלאנט און כשרון, מען איז נאך סטאק אויף שטותים), סאיז נישט די ערשטע שיר/פאעזיע וואס כ'ליין אויפן געוועב, און איך ליין אסאך. סאיז נישט עפעס דער שיר וואס כקען זאגען, אז די אינטערנעט איז דא בלויז פארדעם. און אז איר נישט זיין אויפן אינטערנעט, איז עפעס מכריע אויף עפעס.
קען זיין איך פארשטיי נישט ריכטיג.
אבער כמיין אז נישט.
ובנוסף, אז די שיר איז דאך נכלל אינעם קונטרס יאיר נרי וואס איר לינק געפינט זיך אויף קאווע שטיבל'ס הויפט בלאט, סאו פארשטיי איך סתם אזוי נישט, מה כל הרעש דא, ליינטס עס אינעם קונטרס.

@לעיקוואד קען מען דען נישט באקומען אלע דיינע זאכן אויפן אינטערנעט?

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 16, 2016 12:14 pm

· #333178
אחד העם
כ'ווייס דאך אז רוב עולם גיט נישט קיין זעקסטעל פאר עכטע טאלאנט

😛 😛 👍

מפוזרי » מאנטאג מאי 16, 2016 2:05 pm

· #333185
Re: ונפשי יודעת
ר' שמעקעדיג; פון דער גאנצער אינטעלעקטועלער שמועס דא, האט דיר גארנישט געכאפט אחוץ דעם זעקסטל?
צי ביסטו גאר פון די נישט זעקסטלעך געבער'ס?

שמערל » מאנטאג מאי 16, 2016 3:14 pm

· #333208
Re: ונפשי יודעת
נישט קיין חילוק צו יאיר איז גערעכט מיט זיין החלטה עס אראפצונעמען, פארשטיי איך נישט די חוצפה פון א צווייטן צו מפרסם זיין יענעמ'ס א שיר אן רשות. קאווע שטיבל איז נישט קיין פאבליק דאמעין און דאס מפרסם זיין דא עפעס מיינט נישט אז ס'איז הפקר לכל, אויב די בעלי הסייט האבן איבערגעלאזט א רעכט דא צו מעקן, קען קיינער נישט צונעמען די רעכט פון איינעם וואס דיסיידט צו נוצן זיינע רעכטן.

לעיקוואד » מאנטאג מאי 16, 2016 3:18 pm

· #333210
[ציטאט אראפגענומען]

שכויעח פארן באמערקן. עס איז געווען א פראבלעם מיט די סערטיפיקיט. שוין פארראכטען.

מפוזרי » מאנטאג מאי 16, 2016 3:52 pm

· #333216
Re: ונפשי יודעת
שמערל
אויב די בעלי הסייט האבן איבערגעלאזט א רעכט דא צו מעקן, קען קיינער נישט צונעמען די רעכט פון איינעם וואס דיסיידט צו נוצן זיינע רעכטן.


אייגענטליך האט מען נישט קיין רעכט, לויט די פאָרשריפטן, צו מעקן נאכדעם וואס מ'האט שוין רעאַגירט דערויף.

קל וחומר » מאנטאג מאי 16, 2016 3:52 pm

· #333217
שמערל
נישט קיין חילוק צו יאיר איז גערעכט מיט זיין החלטה עס אראפצונעמען, פארשטיי איך נישט די חוצפה פון א צווייטן צו מפרסם זיין יענעמ'ס א שיר אן רשות. קאווע שטיבל איז נישט קיין פאבליק דאמעין און דאס מפרסם זיין דא עפעס מיינט נישט אז ס'איז הפקר לכל, אויב די בעלי הסייט האבן איבערגעלאזט א רעכט דא צו מעקן, קען קיינער נישט צונעמען די רעכט פון איינעם וואס דיסיידט צו נוצן זיינע רעכטן.


יעדער האט זיך זיינע רעכטן. ער מעג מעקן. איך מעג שרייבן.

וואס וואלסטע געזאגט ווען איינער וואלט רעאגירט צום שיר ציטירענדיג דעם גאנצן שיר און שפעטער איז יאיר מחליט צו מעקן, קען ער יענעם מחייב זיין צו רעדאגירן זיין תגובה?

יאיר » מאנטאג מאי 16, 2016 6:06 pm

· #333243
לעולם זענען די קריטיקירער גערעכט, און נישט ווייל כ'האב באקומען דעם גליק פון א בעננער, נאר ווייל אז כ'האב עס ארויפגעשטעלט זאל עס שוין בלייבן.
די סיבה פארוואס כ'האב עס אראפגענומען איז ווייל דאס גאנצע ארויפלייגן איז מיר געווען א בדיעבד, און כ'פיל אז כ'האב מיך באנארישט דערמיט. דער שיר ליגט שוין ביי מיר א לאנגע צייט, און איך האב אינוועסטירט גאר אסאך צייט און כוחות אין דעם. איך האב געהאפט עס צו פאבליצירן אויף א מער רעספעקטפולע פלאטפארמע, און למעשה שטעל איך עס ארויף דא ווי א נאר אונטער אן אנאנימער ניק אויף א פארום וואס היום כאן ולמחר בקבר, איינמאל עס איז אראפ פון אקטיווע אשכולות וועט קיינער אפילו נישט קוקן דערויף. און אפילו בשעת עס איז דא זענען פארהאן ווייניג וואס נעמען זיך די מיה עס דורכצוליינען בעיון.
דאס איז בכלליות א שטארקע עגמת נפש און אומגעהויערע צער פאר מיר. איך האב זיך באקוועם געמאכט מיט'ן אינוועסטירן מיינע בעסטע כשרונות אונטער אן אנאנימער ניק אויף א פארום וואס איז הויפטזעטליך באשטימט אויף נייעס און גאסיפ און קריטיקירן דעם סיסטעם. כאטש עס איז געווען א מעלה פאר מיר זיך צו עפענען דא, ווי איך האב שוין געשריבן אין דער פארגאנגענהייט, האט דאס מיר געברענגט אן א שיער צער און יסורים אויף א פארנעם וואס איז שווער צו ערקלערן אין די ראמען פון א קורצע תגובה'לע.

טאמבל סאס » מאנטאג מאי 16, 2016 6:21 pm

· #333246
Re: ונפשי יודעת
קל וחומר
שמערל
נישט קיין חילוק צו יאיר איז גערעכט מיט זיין החלטה עס אראפצונעמען, פארשטיי איך נישט די חוצפה פון א צווייטן צו מפרסם זיין יענעמ'ס א שיר אן רשות. קאווע שטיבל איז נישט קיין פאבליק דאמעין און דאס מפרסם זיין דא עפעס מיינט נישט אז ס'איז הפקר לכל, אויב די בעלי הסייט האבן איבערגעלאזט א רעכט דא צו מעקן, קען קיינער נישט צונעמען די רעכט פון איינעם וואס דיסיידט צו נוצן זיינע רעכטן.


יעדער האט זיך זיינע רעכטן. ער מעג מעקן. איך מעג שרייבן.

וואס וואלסטע געזאגט ווען איינער וואלט רעאגירט צום שיר ציטירענדיג דעם גאנצן שיר און שפעטער איז יאיר מחליט צו מעקן, קען ער יענעם מחייב זיין צו רעדאגירן זיין תגובה?

דאס איז געפרעגט ווי אן אויבער חכם. וואלט יאיר יענעם געבעטן שיין עס צו פארמעקן. ציטירן אזא לאנגע תגובה איז סייווי אסור מצד די תקנת המקום. און צו @מפוזרי, יאיר האט דאך לכתחילה נישט געלייגט דער שיר, און נאכדעם אויך נאר נאך בקשות. ווי אויך איז ער חשוב גענוג מ'זאל אים מאכן אן אויסנאם. וחוץ מזה טוט איין עוולה נישט פארענטפערן דאס צווייטע.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » מאנטאג מאי 16, 2016 7:05 pm

· #333253
Re: ונפשי יודעת
יאיר


איך האב געהאפט עס צו פאבליצירן אויף א מער רעספעקטפולע פלאטפארמע און למעשה שטעל איך עס ארויף דא ווי א נאר אונטער אן אנאנימער ניק אויף א פארום וואס היום כאן ולמחר בקבר.....האט דאס מיר געברענגט אן א שיער צער און יסורים אויף א פארנעם וואס איז שווער צו ערקלערן אין די ראמען פון א קורצע תגובה'לע.

😢  איים סארי יאיר, ס'טוט מיר באמת וויי צוהערן. ווי ווייט איך ווייס האב איך נישט א חלק געהאט. ויה"ר שלא יהא חלקי עמהם. אבער בשעה וואס דו טראכסט פון דער פארום וואס איז היום כאן ולמחר בקבר, טראכט שוין פונעם גאנצען מענטש אזוי. דאס איז א פאראדאקס, אויב האלט מען פונזיך האט מען העכערע ערווארטונגען אבער זיי צו באקומען דארף מען ארבעטען שווערער, נו האלט מען דאך נישט פון זיך, איז וועמען'ס עבד ביסטו? דיינער אליינס? וואס ביסטו שולדיג דיין נפש און וואס האט ער שוין אזוי געטוהן פאר דיר אז דו דארפסט זיך אוועקהרגנען פאר אים? מ'זאגט, איך דארף מיך טריעטן צו א שטיקל קעיק איז פשט אז מ'האלט פון זיך און מ'פיהלט אז מ'דארף דעם זאך טריעטן. האלט נישט אז מ'דארף דעם זאך טריעטן וועסטו נישט שארפן ארבעטן שווער אים צו טריעטן אדער פיהלן אפסעט ווען ער ווערט נישט געטריעט. קען זיין אז דאס איז טאקע טייטש פון לשמה; דאס לייגן עס אויף דעם פארום.

כ'האף אז ס'איז נישט לעיקוואד וואס האט דיך צוגעזאגט בעסערע גליקן. והאמת, אויב איז עס א פארום וואס למחר איז ער נישטא קען מען דאך דעם שיר טאקע איבערנוצן אין א יאר צוויי ארום.


Sent from my SM-G903F using Tapatalk

קל וחומר » מאנטאג מאי 16, 2016 7:09 pm

· #333254
Re: ונפשי יודעת
כ'זעה אז מ'דארף צונייך רעדן ברחל בתך.
יאיר מיטן מעקן דעם שיר און שרייבן וואס ער האט געשריבן - הגם ער האט די פילע רעכטן דאס צו טוהן - האט ער פוגע געווען באופן ישיר אינעם כבוד פון די חברים דא.

ס'טייטש דאס מעקן איז געווען א מעסעדש, נישט ווייל ס'באדערט אים אז מ'גייט עס נאך קענען ליינען (ווייל ער האט דאך גארנישט אויפגעטוען סייווי, די קונטרס איז דא פאר יעדעם).

מצד אחד האט ער באליידיגט א שיינעם עולם דא.
מאידך איז ער נישט געווארן באליידיגט מיט מיין ארויפלייגן אדרבה, ס'איז אים א קאמפלימענט אז מיר ווילן עס דווקא יא אינעם באזונדערן אשכול.
ואידך פירושא זיל גמור.

טאמבל סאס » מאנטאג מאי 16, 2016 7:13 pm

· #333255
Re: ונפשי יודעת
יאיר
איך האב זיך מיישב געווען אז לעיקוואוד איז גערעכט און דאס איז נישט דער פאסיגער ארט צו מפרסם זיין דעם שיר.

23! האבן געלייקט דעם סטיעטמענט.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

לעיקוואד » מאנטאג מאי 16, 2016 7:31 pm

· #333259
יאיר
וואס איז שווער צו ערקלערן אין די ראמען פון א קורצע תגובה'לע.


אין די פעולה פון ארויפלייגען און שפעטער מעקן ליגט מער טיפקייט ווי אין די גאנצע שיר מיט אלע מליצות און נוסחאות און וויכוחים בהגדרת הלייק שניתן ולבסוף נשתנה הפוסט.

#קאוועשטיבלהאטנישטקייןהשגהאיןארט

shem-tov » מאנטאג מאי 16, 2016 9:42 pm

· #333285
יאיר
לעולם זענען די קריטיקירער גערעכט, און נישט ווייל כ'האב באקומען דעם גליק פון א בעננער, נאר ווייל אז כ'האב עס ארויפגעשטעלט זאל עס שוין בלייבן.
די סיבה פארוואס כ'האב עס אראפגענומען איז ווייל דאס גאנצע ארויפלייגן איז מיר געווען א בדיעבד, און כ'פיל אז כ'האב מיך באנארישט דערמיט. דער שיר ליגט שוין ביי מיר א לאנגע צייט, און איך האב אינוועסטירט גאר אסאך צייט און כוחות אין דעם. איך האב געהאפט עס צו פאבליצירן אויף א מער רעספעקטפולע פלאטפארמע, און למעשה שטעל איך עס ארויף דא ווי א נאר אונטער אן אנאנימער ניק אויף א פארום וואס היום כאן ולמחר בקבר, איינמאל עס איז אראפ פון אקטיווע אשכולות וועט קיינער אפילו נישט קוקן דערויף. און אפילו בשעת עס איז דא זענען פארהאן ווייניג וואס נעמען זיך די מיה עס דורכצוליינען בעיון.
דאס איז בכלליות א שטארקע עגמת נפש און אומגעהויערע צער פאר מיר. איך האב זיך באקוועם געמאכט מיט'ן אינוועסטירן מיינע בעסטע כשרונות אונטער אן אנאנימער ניק אויף א פארום וואס איז הויפטזעטליך באשטימט אויף נייעס און גאסיפ און קריטיקירן דעם סיסטעם. כאטש עס איז געווען א מעלה פאר מיר זיך צו עפענען דא, ווי איך האב שוין געשריבן אין דער פארגאנגענהייט, האט דאס מיר געברענגט אן א שיער צער און יסורים אויף א פארנעם וואס איז שווער צו ערקלערן אין די ראמען פון א קורצע תגובה'לע.



איי פיעל יאר פעין איך האב באמת מיטלייד מיט ידידי רבי יאיר. חזק ואמץ. לאך דיך אויס פון א שווארץ קוקער יעדער ווייסט אז די אלף בית פון פאזיע איז דאס אז עס איז נישטא קיין כללים יעדער שרייבט וויאזוי ער וויל. קומט איינער און רייסט אראפ אז בלויז הונדערט מענטשן בקושי קוקען עס.. און אז א צווייטער האט עס גאר געשריבן... וואס האקסטו אין קאפ אריין דעם יונגערמאן האט זיך צאמגעפלאגט זאג שכח און גייט אייך ווייטער אדער זאג גארנישט

shem-tov » מאנטאג מאי 16, 2016 9:43 pm

· #333286
לעיקוואד
mevakesh
לעיקוואד
mevakesh
ישר כוח יאיר הערליך און טיעף!
דערוואגען זאלסטו נכאמאל צו מפקפק זיין אין די תועלת פון די אינטערנעט....

לולא הרשת הפרושה
נפשינו כולה נמאסה
בלי הודע זאת השירה

פאר די אינטערנעט איז געווען אזא ערפינדונג גערופען דער דרוק.

וואס יאיר וואלט ווארשיינליך נישט גענוצט

"יאיר" וויייסיך נישט, אבער דער יונגערמאן וואס האט דאס געשריבען ווארשיינליך יא.


וואס דארף דאס צומיינען?

קל וחומר » מאנטאג מאי 16, 2016 9:48 pm

· #333287
Re: ונפשי יודעת
מיינט זיך זעלבסט