לחיים! וויין, און אנדערע אלקאהאלישע משקאות, והמסתעף
91 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1060
לחיים! וויין, און אנדערע אלקאהאלישע משקאות, והמסתעף
וויין, ויין ישמח לבב אנוש,
משקה קען צוניץ קומען אסאך מאל, אמאל מען האט א דאגה אדער עפעס דריקט אויפען געוויסן וואס מען קען נישט גלייך עפעס טוהן דערצו עס זאל אוועקגיין אינגאנצן, נו מען מאכט א לחיים, אין ס'קען גרינגער מאכן אויפן הארצן.
ס'דא וואס שרייען אז אלקוהול איז נישט געזונט, איך האלט אז ס'זייער מעגליך זיי זענען נישט גערעכט, יא די קאמערציעלע וויין וואס מען לייגט צי סאלפיט'ס איז טאקע א פראבלעם ווייל די סאלפיט הרג'ט די וויין, ווייל ס'הרג'ט די באקטעריע וואס מאכט די וויין, אין בכלל סאלפיטס איז נישט געזונט, אין לכאורה די באקטעריע העלפט אויך צו צו פארדייען די וויין (אזוי מיין איך),
אבער גוטע וויין אדער אנדערע משקאות אן די קעמיקאלען, ווען מען ציהט נישט איבער די שטריקל, איז לכאורה נישט קיין פראבלעם פאר די געזונט.
אינדערהיים פלעגט מען טרינקען מעיד, דאס איז א אלקאהאלישע געטראנק געמאכט פון האניג אין וואסער, ס'זייער גרינג עס צו מאכן, מען מישט אויס נישט פעסטארייזט האניג מיט לאמיר זאגן פיר מאל אזוי פיהל וואסער, (פונקטליך וויפיל איז דא פארשידענע וועגן צו מאכן), און מען לאזט עס שטיין בערך צען טאג, די ערשטע פאר טעג מישט מען עס, אין ס'ווערט מעיד, די יועסט אין באקטעריע פון די נישט פעסטערייזט האניג דרייט איבער די צוקער פין די האניג צו אלקאהאל,
נו לחיים לחיים, לעבן זאל פרייהייט,
"תנו שכר לאובד ויין למרי נפש, ישתה וישכח רישו ועמלו לא יזכר עוד" זאגט דער חכם מכל אדם (משלי ל"א), גיט ביר פארן פארלוירענעם, און וויין פארן פארביטערטן זעל. זאל ער טרינקען און פארגעסן זיין ארימקייט, זיין פלאגעניש וועט ער מער ניט געדענקען.
לחיים! לעבן זאל די פרייהייט נידער די טיראניע.
אה, שוין לאנג געטראכט פון עפענען א אשכול ווי מ'זאל קענען איבערשמיעסן, אויב איינער טרעפט א חידוש פון א וויין, א נייע סקאטש, א זיסע וואדקע, סתם גוטע דיעלס וכדו'.
אבער הער שפירא, איך טריי נישט צו פיקסען יענעמס ספעלינג אבער פון די קעפל פון דעם אשכול זעט אויס אז דו רעדסט וועגן אריינלייגן וויין "אין" אנדערע משקאות, איך קען נישט קיינעם וואס טוט דאס, חוץ פון מיין ווייב וואס לייגט אריין גרעיפ דזשוס אין די קידוש וויין וואס כ'געב איר.
געפילטע פיש
אבער הער שפירא, איך טריי נישט צו פיקסען יענעמס ספעלינג אבער פון די קעפל פון דעם אשכול זעט אויס אז דו רעדסט וועגן אריינלייגן וויין "אין" אנדערע משקאות, איך קען נישט קיינעם וואס טוט דאס, חוץ פון מיין ווייב וואס לייגט אריין גרעיפ דזשוס אין די קידוש וויין וואס כ'געב איר.
א ברירא האבעך מיט דיר, כ'האב עס געפיקסט,
יישר כח פראפעסער פארען עפענען דעם אשכול, נאר איין הערל׳ה דאכט זיך אז ווען מען רעדט פון א פיינעם וויין קומט זיך אים ענדערשט א ארט אין די קונסט פארום.
פאר די וואס גלייכען א געשמאקע לייכטע טריקענע וויין, דעם שבת האב איך מיר איינגעהאנדעלט א שפאנישע וויין מיטען נאמען מעלבאק וואס ווערט פראדאצירט פונעם מעלבאק טרויב, עס איז ווערט געווען א יעדען צענט, מוראדי׳ג פרוכטיג, ווי אויך זייער לייכט און געשמאק. ווי אויך איז דא צו באקומען א בליגערע וויין (ארום זעכצען דאללער א פלעשעל) מיטען נאמען פיזשאן, דער וויין איז א געמיש פון קאבערנע און מערלא, און ווערט פראדאצירט דורך די סיגעל פירמע אין אר״י, עס אויך זייער לייכט און געשמאק מיט זייער א רייכע קאלערפאלירטע טעם.
פראפעסאר שפיראאינדערהיים פלעגט מען טרינקען מעיד, דאס איז א אלקעהאלישע געטראנק געמאכט פין האניג אין וואסער, ס'זייער גרינג עס צי מאכען מען מישט אויס נישט פעסטארייזט האניג מיט לאמיר זאגען פיר מאל אזוי פיהל וואסער, (פינקליך וויפעל איז דא פארשידענע וועגען צי מאכען), אין מען לאזט עס שטיין בערך צען טאג, די ערשטע פאר טעג מישט מען עס, אין ס'ווערט מעיד, די יועסט אין באקטיריע פין די נישט פעסטערייזט האניג דרייט איבער די ציקער פין די האניג צי אלקאהאל
אין מאנסי איז דא א איד וואס פארבריצירט אליינס מעיד און פארקויפט עס.
בערבין וויסקי וואס מיינט דאס וואס איז די חיליק?
איך בין לעצטענס זייער באנומען געווארן פון גמלא קאבארנעט, עס איז דא צוויי איינס איז א רעזערווע און איינס נישט, פארשטייט זיך אז איך רעד פונעם רעזערווע.
אוי איז דאס א גוטע געפיל פרייטיג צונאכטס נאכן פארענדיגן א גאנץ פלעשל פון געשמאקען וויין.
zamelאיך בין לעצטענס זייער באנומען געווארן פון גמלא קאבארנעט, עס איז דא צוויי איינס איז א רעזערווע און איינס נישט, פארשטייט זיך אז איך רעד פונעם רעזערווע.
אוי איז דאס א גוטע געפיל פרייטיג צונאכטס נאכן פארענדיגן א גאנץ פלעשל פון געשמאקען וויין.
ביי מיר איז געווענליך די גיטע געפיל ביים טרונקען, נישט ביים "ענדיגן די פלעשל".
געפילטע פישzamelאיך בין לעצטענס זייער באנומען געווארן פון גמלא קאבארנעט, עס איז דא צוויי איינס איז א רעזערווע און איינס נישט, פארשטייט זיך אז איך רעד פונעם רעזערווע.
אוי איז דאס א גוטע געפיל פרייטיג צונאכטס נאכן פארענדיגן א גאנץ פלעשל פון געשמאקען וויין.
ביי מיר איז געווענליך די גיטע געפיל ביים טרונקען, נישט ביים "ענדיגן די פלעשל".
וואס פארשטייסטו נישט איינער אינדזשויד לערנען א שטיקעל גמרא, דער צווייטער אינדזשויד ענדיגען לערנען...
יאך הער.
[quote="געפילטע פיש"
ביי מיר איז געווענליך די גיטע געפיל ביים טרונקען, נישט ביים "ענדיגן די פלעשל".[/quote]
די געפיל ביים טרונקען האב איך שוין געשריבן " איך בין געווארן זייער אובערגענומען"
איך האב נאר צוגעלייגט נאך א פוינט אז נאך א גאנץ באטל פילט מען זיך דערהויבן לכבוד שבת.
און אדרבה לאזט אייך הערן פון וועלכע וויינען איר ווערט אובערגענומען
יישכ למפרע
פארוואס האב איך פיינט וויין?
זר זהבפארוואס האב איך פיינט וויין?
וויין איז אן אינערליכע תאווה וואס מען ברויך זיך אויפבויען אויב ווילסטו זיך אנהייבן בויען די תאווה דאן לאז דאס וויסען און די קאווע טרונקערס וועלן דיך העלפן ארויף פארן אויפן וואגן
אהה און אויב איינער וועט דיך געבן א גלעזל וויין און וועט זאגן אוי ווי גוט דאס איז, דאן זאלסטו עס נישט טרונקען אויב די האלטס נאכנישט ביי דעים לעוועל, נאר די זאלסט ענדערש סטיקן צו דיין לעוועל און מיט די צייט וועסטו פילן גאר א גוטן טעם ברוחניות ובגשמיות
איך פלעג טרינקן נאר ברוינפן. כ'האב די לעצטע צוויי יאר דעוועלאפט מיין טעיסט אין וויין. כ'בין געפאלן פאר קאבארנעי. קיין שום אנדערע וויין גלייך איך נישט. קאבארנעי קען איך טרינקן אפי' די ביליגע באראן הערצאג. הגם כ'שפיר אז די טייערע איז גאר בעסער.
כ'האב געהערט אז ס'האט מיט ווי א מענטש און מיט די טעיסט באדס. איינער גלייכט א מערלאו א צווייטער א קאבארנעי. נישט דא קיין זין זיך אריינצושטיפן עפעס וואס מ'גלייכט נישט. ווען איך קויף בטעות א מערלאו איז עס יסורים אראפצוטרינקן א גלאז.
נאך אזאך. דאס אראפטרינקן א כוס קידוש וויין איז א רעבתנות און איז בכלל נישט די אופן וויאזוי מ'קען הנאה האבן פון וויין. וויין ברויך מען זיפן שטייטעלעך און צוביסלעך, מיט די עסען, נאך די עסן. אזוי קען מען אראפזיפן צוויי באטלעך ולא נודע.
איך מאך קידוש און טרינק מלא לוגמא, און זיפ דאס איבעריגע שטייטעלע און מ'שמועסט (מ'ברויך זיכער מאכן אז די משפחה איז נישט הינגעריג). ווען מ'איז פארטיג, גייט מען זיך וואשן און מוזגין כוס שני.
אויב קען איך דעוועלאפן א טעיסט צו עפעס וואס איך האב נישט קיין טעיסט, וועל איך ענדערש נוצן די כח פאר בעסערע וויכטיגערע זאכן (מאחורי הפרגוד טעמעס) איך גלייב נישט אין דעוועלאפן א טעיסט.
ס'האט נישט מיט גלייבן. קלאסישע מוזיק און רוב קונסט פארלאנגט זיך א דעוועלפמענט אין טעיסט. אז איינער וויל נישט הנאה האבן פון וואס די בריאה האט צו אפערן פאר די נשמה, איז עס זיין ברירה. און גארנישט איז נישט קיין סתירה מיט מאחורי הפרגוד. שמעתי מאחורי הפרגוד אז וויין און קונסט קענען זיין זייער געשמאק, טובים השניים מן האחד.
יואלישנאך אזאך. דאס אראפטרינקן א כוס קידוש וויין איז א רעבתנות און איז בכלל נישט די אופן וויאזוי מ'קען הנאה האבן פון וויין. וויין ברויך מען זיפן שטייטעלעך און צוביסלעך, מיט די עסען, נאך די עסן. אזוי קען מען אראפזיפן צוויי באטלעך ולא נודע.
איך מאך קידוש און טרינק מלא לוגמא, און זיפ דאס איבעריגע שטייטעלע און מ'שמועסט (מ'ברויך זיכער מאכן אז די משפחה איז נישט הינגעריג). ווען מ'איז פארטיג, גייט מען זיך וואשן און מוזגין כוס שני.
בכלל דאס טרינקען פונעם פולען זילבערנע בעכער איז א ברכה לבטלה, מ'קען נישט ריכטיג טעיסטען ווען די גלאז איז פול, גלייך נאך קידוש טרינקט מען קוים מלא לוגמיו און דערנאך גיסט מען דאס איבער אינעם וויין גאבלעט, דאן קען מען מקיים זיין דעם וקראת לשבת עונג.
zamel
און אדרבה לאזט אייך הערן פון וועלכע וויינען איר ווערט אובערגענומען
יישכ למפרע
כ'האב מורא פאר גילוי, מיין וויין סוחר... קידינג, עוד חזון למועד.
איך בין א געזונטער 30 יעריגער מאן, איך גלייב אז פאר יעדער גוטע גשמיותדיגע זאך וואלט איך געווען דער ערשטער קאנדידאט. פארוואס פונקט ביי וויין דארף איך זיך פלאגן? מיוזיק האב איך ליעב, אייער שפייז אויך, ארענדזש דזשוס עפעל דזשוס גרעיפ דזשוס, קאקאש קעיק, פיש, מילך, סאדע. נאר אלקאהאל קען איך נישט פארנעמען.
אז דו קענסט נישט פארנעמען אלקעהאל איז עפעס אנדערש. ס'איז דא מענטשן וואס קענען טאקע נישט. כ'ווייס נישט מיט וואס דאס האט. אבער מיין שוואגער ווערט אלע קאלירן ווען ער גיט א לעק וויין. דאס איז עפעס אנדערש.
פאר איינער וואס האט ליעב א גוטן בארדוי (נישט דיר יואליש, דו בלייב מיט דיין קאבארנעי) קען פראבירן א
2009 שאטוי לאפארעי, ממש א חידוש פאר אונטער 20 טאלער. ווענד זיך אין אייער טעיסט אבער איך וואלט רעקאמעדירט עס אביסל צו דיקענטען, אבער נישט צו סאך, א האלבע שעה צו א שעה אין באטל, און ווייניגער אין א דיקענטער.
ניין נישט אזוי ווייט. איך קען טרינקען למשל קדם'ס קאנקארד קל אדער די מאלאגא 12%. איך גלייך עס אבער זייער נישט! --- ווידעראום די טרוקענע וויינען קען איך נישט אין מויל נעמען! און מיין שוואגער קומט זיך אלץ אן מיט דעי טייערע שמאלע באטלעך אר"י וויינען טרוקענע און ער פאסמאקעוועט זיך דערמיט אזוי אז איך ווער פשוט דזשעלעס. וואו נעמט מען נאך אזעלעכע העטער'דיגע טאוועת?... און איך קען נישט נעמען א חלק דערין...
איינמאל מ'קומט צום טעם, קען מען טאקע נישט פארשטיין וויאזוי קדם האט יארן פארקויפט די ברייטע קאלע וואסער באטלעך. זייט די בר מצוה מאך איך קידוש אויף קדם'ס בורגענדי. היינט קען איך עס נישט אנקוקען.
זר זהבאיך בין א געזונטער 30 יעריגער מאן, איך גלייב אז פאר יעדער גוטע גשמיותדיגע זאך וואלט איך געווען דער ערשטער קאנדידאט. פארוואס פונקט ביי וויין דארף איך זיך פלאגן? מיוזיק האב איך ליעב, אייער שפייז אויך, ארענדזש דזשוס עפעל דזשוס גרעיפ דזשוס, קאקאש קעיק, פיש, מילך, סאדע. נאר אלקאהאל קען איך נישט פארנעמען.
פיש און פלייש האסטו אויך ליב געהאט פון געבורט? צי מ'האט דאס געדארפט אריינשטיפן אין דיר די ערשטע פאר מאל ביז דו האסט דיוועלאפט א טעיסט?
דיסקלעימער: די האבי האט פאטענציאל צו זיין זייער א טייערע האבי, מ'האלט זיך אין איין ארויפריקן די לימיט וויפיל מ'קען ספענדען אויף א באטל, און ווען מ'שמעקט שוין בעסערט קען מען שוין נישט פארטראגן די שוואכערע קוואליטעט.
יואליש האקט, יא, די זעלבע ביי מיר מיט קלעסיק רעד.
וויזוי פארגלייכסטע? ווען מיז אינג איז גרינג צו פארמירן א טעיסט.
פאר דער וואס פארשטייט דעם שפראך פון קענטאקי איז דאכטציך נישט פארהאן נאך אזוין פלעשל דערויף א ברכה צו מאכן ווי אט דעם דאזיגן נייע פלעשעלע: <a class="postlink" href="http://www.thegrapevinewines.com/index.php/angels-envy-kentucky-straight-bourbon-kosher-port-barrel-edition.html">http://www.thegrapevinewines.com/index. ... ition.html</a>
ווער ס'האט דאס נאכנישט טועם געווען לא טעם מעדנים מימיו... און פלא איבער פלא, ס'איז נאך כשר אויך! כ'האב דאס פלעשעלע דערזען ביי א שמחה לעצטענס און איידער כ'האב מיר אויסגעדרייט איז דאס פלעשעלע שוין געווען לער!!! דאס האט א געשמאקן טעם, א פיינעם פיניש, און איבער אלעם דרייט ער נישט געפערליך אין קאפ אריין.
זר זהבוויזוי פארגלייכסטע? ווען מיז אינג איז גרינג צו פארמירן א טעיסט.
אוודאי א קליין ביימעלע בייגט זיך גרינג, אזוי פלעגט מיין רבי זאגן, און דאס האט איך טאקע געטוען, אבער ס'קיינמאל נישט צו שפעט, ר' עקיבא האט זיך געזעצט לערנען ביי די פערציג און וויין איז דאך נמשלה לתורה, מה יין משמח את הלב, שנאמר ויין ישמח לבב אנוש כך דברי תורה משמחים הלב.
הער איך. וועליך יעצט דארפן איינער זאל מיר אנהייבן "גיידען" וואו הייב איך אן, וויזוי איך זאל נישט מייואש ווערן אא"וו.
זר זהבהער איך. וועליך יעצט דארפן איינער זאל מיר אנהייבן "גיידען" וואו הייב איך אן, וויזוי איך זאל נישט מייואש ווערן אא"וו.
האסט דאך א שוואגער אין די ליין?
זר זהבהער איך. וועליך יעצט דארפן איינער זאל מיר אנהייבן "גיידען" וואו הייב איך אן, וויזוי איך זאל נישט מייואש ווערן אא"וו.
trial and error.
געפילטע פישזר זהבהער איך. וועליך יעצט דארפן איינער זאל מיר אנהייבן "גיידען" וואו הייב איך אן, וויזוי איך זאל נישט מייואש ווערן אא"וו.
האסט דאך א שוואגער אין די ליין?
ער וואוינט 60 מייל פון מיר
זר זהבגעפילטע פישזר זהבהער איך. וועליך יעצט דארפן איינער זאל מיר אנהייבן "גיידען" וואו הייב איך אן, וויזוי איך זאל נישט מייואש ווערן אא"וו.
האסט דאך א שוואגער אין די ליין?
ער וואוינט 60 מייל פון מיר
נארט אדער סאוט? הי הי.
סאוט וועסט... (סיריעסלי)
זר זהבגעפילטע פישזר זהבהער איך. וועליך יעצט דארפן איינער זאל מיר אנהייבן "גיידען" וואו הייב איך אן, וויזוי איך זאל נישט מייואש ווערן אא"וו.
האסט דאך א שוואגער אין די ליין?
ער וואוינט 60 מייל פון מיר
נא, פאר דעם זעמער דא. האסט שוין אמאל געהאט א וויין וואס דו האסט אביסל ליב געהאט? אדער עט ליסט פארשטאנען ווי אזוי מ'קען דאס ליב האבן? הייב אן מיט דעם. אדער קענסטו פראבירן רעד שאבלי פון קדם עסטעיטס, גאנץ לייכט, און טעיסט נישט שלעכט פאר א ביגינער.
איך בין נישט אין די חינוך ליין, יואליש? עפעס אן אנדערע הצעה?
איך האב שוין פרובירט די טרוקענע וויינען וואס מיין ש. ברענגט פון אלע סארט און ביי יעדע עקסטרע האב איך געוואלט ברעכן... מיין מויל איז געווארן אזוי לויז ווי צו זאגן "שפיי דאס אויס!"
וועלכע וויין איז די מערסט פרענדלי פאר א בעגינער?
געפילטע פישזר זהבגעפילטע פישזר זהבהער איך. וועליך יעצט דארפן איינער זאל מיר אנהייבן "גיידען" וואו הייב איך אן, וויזוי איך זאל נישט מייואש ווערן אא"וו.
האסט דאך א שוואגער אין די ליין?
ער וואוינט 60 מייל פון מיר
נא, פאר דעם זעמער דא. האסט שוין אמאל געהאט א וויין וואס דו האסט אביסל ליב געהאט? אדער עט ליסט פארשטאנען ווי אזוי מ'קען דאס ליב האבן? הייב אן מיט דעם. אדער קענסטו פראבירן רעד שאבלי פון קדם עסטעיטס, גאנץ לייכט, און טעיסט נישט שלעכט פאר א ביגינער.
איך בין נישט אין די חינוך ליין, יואליש? עפעס אן אנדערע הצעה?
כ'פארעכן זיך אליינס פאר א בעגינער. כ'מיין מיט מיר איז עס געשעהן ווען כ'האב אמאל אין א שמועס אראפגעזיפט א גלעזעל און כ'האב געהאט אן עפיפיני אז דאס וואס כ'האב געמיינט אז ס'איז נישט גיט מיט די וויין איז אייגענטליך וואס איז גיט. ס'איז די צווייט שטויס, א סובטל טעם, וואס מ'ברויך שפירן. נאכדעם האב איך געקלערט אויב אזוי, קען איך דאך ליעב האבן יעדע וויין. האב איך געזעהן אז כ'בין נישט גערעכט. דאס גלייך איך און עפעס אנדערש (דערווייל) נאכנישט, נישט קיין חילוק ווי משוגע דער אדער יענער מבין איז דערפאר.
געפילטע פישיואלישנאך אזאך. דאס אראפטרינקן א כוס קידוש וויין איז א רעבתנות און איז בכלל נישט די אופן וויאזוי מ'קען הנאה האבן פון וויין. וויין ברויך מען זיפן שטייטעלעך און צוביסלעך, מיט די עסען, נאך די עסן. אזוי קען מען אראפזיפן צוויי באטלעך ולא נודע.
איך מאך קידוש און טרינק מלא לוגמא, און זיפ דאס איבעריגע שטייטעלע און מ'שמועסט (מ'ברויך זיכער מאכן אז די משפחה איז נישט הינגעריג). ווען מ'איז פארטיג, גייט מען זיך וואשן און מוזגין כוס שני.
בכלל דאס טרינקען פונעם פולען זילבערנע בעכער איז א ברכה לבטלה, מ'קען נישט ריכטיג טעיסטען ווען די גלאז איז פול, גלייך נאך קידוש טרינקט מען קוים מלא לוגמיו און דערנאך גיסט מען דאס איבער אינעם וויין גאבלעט, דאן קען מען מקיים זיין דעם וקראת לשבת עונג.
און גענוי אזוי פירן מיר זיך. כ'האב שוין געקלערט פון מבטל זיין דאס בעכער אינגאנצען. ס'פאדערט זיך א ספעציעלע טאלאנט אריבערצופירן פון בעכער צום גלאז אן אראפלאזן א טיפה.
זר זהבאיך האב שוין פרובירט די טרוקענע וויינען וואס מיין ש. ברענגט פון אלע סארט און ביי יעדע עקסטרע האב איך געוואלט ברעכן... מיין מויל איז געווארן אזוי לויז ווי צו זאגן "שפיי דאס אויס!"
וועלכע וויין איז די מערסט פרענדלי פאר א בעגינער?
מ'סתם טרינקט ער זייער טרוקענע וויין און ממילא פארטראגסט עס נישט, כאפ נישט קיין הייסע לאקשען, טרייען און עראר איז די וועי טו קאו, קענסט טרייען די רעד שאבלי, אפשר א פינא ניאור (Pinot Noir), אדער בעט ביים וויין סוחר זאל אייך עפעס רעקאמענדירן פאר א ביגינער, און פרעג דיך נאך וועלכע וויין סוחר ווייסט וואס ער רעדט וועגן אסאך פון זיי ווייסן נישט בחייכון, אויך זאלסטו אין אנהייב נישט צאלן מער פון 15 דאלער, מאקסימום 20.
יואלישאון גענוי אזוי פירן מיר זיך. כ'האב שוין געקלערט פון מבטל זיין דאס בעכער אינגאנצען. ס'פאדערט זיך א ספעציעלע טאלאנט אריבערצופירן פון בעכער צום גלאז אן אראפלאזן א טיפה.
"מיר" מיינט דו מיט די בני בית? חחחח...
און פארן גיסן שטייט שוין, כל בית שלא נשפך בו יין כמים אין בו סימן ברכה.
געפילטע פישיואלישאון גענוי אזוי פירן מיר זיך. כ'האב שוין געקלערט פון מבטל זיין דאס בעכער אינגאנצען. ס'פאדערט זיך א ספעציעלע טאלאנט אריבערצופירן פון בעכער צום גלאז אן אראפלאזן א טיפה.
"מיר" מיינט דו מיט די בני בית? חחחח...
און פארן גיסן שטייט שוין, כל בית שלא נשפך בו יין כמים אין בו סימן ברכה.
מיר טייטשן נשפך אין גרן אריין.
ווען איך מאך א סעודה נאר מיט די בני בית מאך איך קידוש אויף א גלאז. ווען איך פאר אוועק פאר שבת פאק איך נישט איין די בעכער פונעם זיידן.
דרך אגב, געווענליך טרינק איך נישט אינמיטן די וואך, חוץ אויב כ'גיי ארויס עסן. אבער היינט האסטו מיר אנגערייצט די אפעטיט...
יואלישדרך אגב, געווענליך טרינק איך נישט אינמיטן די וואך, חוץ אויב כ'גיי ארויס עסן. אבער היינט האסטו מיר אנגערייצט די אפעטיט...
אוי יוי אוי, וואס האסטו אין קעלער?
כ'טרינק אויך נישט אינמיטן וואך, אמאל אויב ס'בלייבט שריים פון שבת און ס'נאך גוט, אדער ווען כ'גיי ארויס, ניין, נישט דעיע ארויס, ארויס עסן... אדער ביי א שמחה, מ'דארף דאך ווינטשען לחיים.
געפילטע פישיואלישדרך אגב, געווענליך טרינק איך נישט אינמיטן די וואך, חוץ אויב כ'גיי ארויס עסן. אבער היינט האסטו מיר אנגערייצט די אפעטיט...
אוי יוי אוי, וואס האסטו אין קעלער?
כ'טרינק אויך נישט אינמיטן וואך, אמאל אויב ס'בלייבט שריים פון שבת און ס'נאך גוט, אדער ווען כ'גיי ארויס, ניין, נישט דעיע ארויס, ארויס עסן... אדער ביי א שמחה, מ'דארף דאך ווינטשען לחיים.
ווען אימער מ'זעצט זיך עסן א סעודת מרעים, צו אין א רעסטעראונט אדער ביי א שמחה אדער א שבת ויו"ט קומט עס מיט וויין. אז מ'כאפט אריין א נאכטמאל איז נישט דא די צייט.
אין קלער איז יעצט דא א - וואס דען? - קאבארנעי. וויינשטאק'ס. קאסט, דאכט זיך, צוואנציג דאלאר און איז זייער גיט פאר מיר.
מיין ש. מאכט טאקע קידוש נאר אין א גלאז. די בעכער מאטריעאל מאכט חרוב דעם טעיסט טענה'ט ער. אויך כאפ איך זיך יעצט אז ער האלט די וויין רום טעמפוטאר, ס'קיינמאל נישט אין פרידזשידער. טריקענע וויין טאר נישט זיין קאלט?
רוב טריקענע וויינען קומען רום טעמפעראטור, אפאר קומען א טראפ קילער, אבער ממש א טראפ.
זר זהבפארוואס האב איך פיינט וויין?
כדי צו דעוועלאפן א טעיסט אין וויין איז ראטזאם אנצופאנגען מיט אביסעל א זיסערע וויין און טוישען צוביסלעך אויף טריקענערע, איך וואלט דיך געראטען אנצופאנגען מיט א קאבערנעי דזשענעס און צוביסלעך אריבער טוישען צו געהעריגע קאבערנעי.
יואליש
אין קלער איז יעצט דא א - וואס דען? - קאבארנעי. וויינשטאק'ס. קאסט, דאכט זיך, צוואנציג דאלאר און איז זייער גיט פאר מיר.
האסט פראבירט אמאל סיגעלס קאבארנעי? געוואלדיג געשמאק! און מיט אפאר דאללער ביליגער ווי די וויינשטאק.
געפילטע פישרוב טריקענע וויינען קומען רום טעמפעראטור, אפאר קומען א טראפ קילער, אבער ממש א טראפ.
איך פארשטיי אז דו רעדסט דוקא פון רויטע, איך לייג זיי בכלל נישט אריין אין פרידזש. ווייסע וויינען (וואס איך טרינק כמעט נישט) ווי טשארדענעי האלט איך יא אז עס קומט קאלט.
משה געציל, פון וועלכע קאמפעני? קדם?
זשענעט איז א ברענד פון קדם, דאכט זיך. איך גלייך אים נישט, אבער ער איז ביליג און בשביל טעם ורח אין להתוכח.
מיין וויין איז קיינמאל נישט קאלט. א שלעכטע וויין ברויך זיין קאלט מ'זאל נישט שפירן די טעם. הוא הדין מיט ברוינפן.