ירדן האט שוין איינער אויסגעטרייט? ביי מיר האט ער דערווייל געווינען.
לחיים! וויין, און אנדערע אלקאהאלישע משקאות, והמסתעף
91 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1060
בלאט: 1 2
און קדם מאכט אויך קארבענעי? נאמען?
א חבר מיינע האט מיר אמאל געשיקט קויפן 5 באטלעך "משוגענע גוטע וויין". איך פרעג אים יעצט וועלכע וויין ס'איז געווען. האט ער מיר צוריקגעטעקסט: Segals argaman dry red
דער עולם באלעקט זיך דערמיט, זאגט ער. איך מיין ס'ארום 20-30 א באטל.

אברעמעלירדן האט שוין איינער אויסגעטרייט? ביי מיר האט ער דערווייל געווינען.
ירדן איז לכל הדיעות פון די ערשטע שירה, איבער הויפט מיט זייער קאבערנעי רעזערוו וואס איז מלא טעם נאר איז היבש שווער, משא״כ די סיגעל קאבערנעי איז זייער לייכט.
אלפאסי קאבערנעי רעזערוו נישט מבושל. זייער גוט פארן פרייז פון $10. עס קומט פון איינע פון די בעסטע וויין געגענד פאר קאבערנעי אין טשילע.
יואלישזשענעט איז א ברענד פון קדם, דאכט זיך. איך גלייך אים נישט, אבער ער איז ביליג און בשביל טעם ורח אין להתוכח.
זשענעס איז א semi dry פאר די וואס זענען שוין געקומען צום טעם פון א טרוקענע וויין קענען א סעמי דריי נישט נעמען אין מאל, אבער פאר די וואס הייבן אן איז ״משה געציל״ גערעכט קודם מיט סעמי און נאכדעם מיט געהערט דריי.
זר, פראביר קודם סעמי סוויט ווי הערצאג׳ס בלעק מוסקאט אדער רשי׳ס קלארעט נאכדעם די סעמי דריי ווי די קאבערנעי זשענעס. אבער איינמאל די וועסט קומען צום טעם וועסטו מער נישט קענען אנקוקען די וויין.
איינעריואלישזשענעט איז א ברענד פון קדם, דאכט זיך. איך גלייך אים נישט, אבער ער איז ביליג און בשביל טעם ורח אין להתוכח.
זשענעס איז א semi dry פאר די וואס זענען שוין געקומען צום טעם פון א טרוקענע וויין קענען א סעמי דריי נישט נעמען אין מאל, אבער פאר די וואס הייבן אן איז ״משה געציל״ גערעכט קודם מיט סעמי און נאכדעם מיט געהערט דריי.
יפה דברת בנוגע זשענעס,
בנוגע מיט וועלכע וויין אנצוהייבן איז דא זייער א גוטע וויין פאר אנהייבערס זאקאן ליטל גרעיפ פאטיט סיראה
זייער גרינג און געשמאק.
א גוטע טיפ פאר אנהייבערס מען זאל נישט טרונקען אסאך ביי די סעודה נאר מען זאל ווארטן ביז נאך די בהמה פלייש און די וויין זאל זיין און די טעמפוטאר צווישן 65 און 70, אהה און טרינקען שטייט כאפ נישט עס מעג געדויערן א גלעזל וויין איבער א שעה.
איינער, גיט געזאגט. כ'האב נישט געכאפט פארוואס כ'קען עס נישט אין מויל נעמען. ס'איז נישט געווען געניג טריקן.
לחיים, וויין וכו'
לכ' זר זהב און אנדערע אידן וועלכע האבן נישט ליעב זויערן וויין (נאר זיסע(
איך האב א טעאריע (Theory) איז זיס. איבער דעם אפשטאם פון די אללע זויערע וויינען מיט די פענסי נעמען. אין די צייטן פון די גמרא איז וויין געווען זייער זיס. און פון שולחן ערוך זעען מיר אויך אז וויין וואס איז כשר פאר קידוש מוז זיין זיס. טא פון וואו נעמען זיך די אללע זויערע וויינען מיט די פענסי נעמען? ווי למשל Cabernet Sauvignon, וכדומה. נאר די מעשה איז אזוי: ס'איז געווען א אידל' א וויין סוחר וואס ס'איז איהם זויער געווארן עטליכע פעסער וויין' איז ער געפאלן אויף המצאה. אנשטאט אויסגיסן דעם וויין און שאדן האבן געלט האט ער עס א נאמען געגעבן פענסי (פראנצויזישע ) נעמען און איינגערעדט פאר'ן עולם אז ס'איז טייערע וויין. און דער עולם האט עס געקויפט!!! 😂

ס'מיר נישט איינגעפאלן ווי פאסיג דער אשכול איז, "אשכול ענבים".
בערעלבעלעגלה, גיב אכט! איר קענט מיר גרינג צומישן, נאך א מזל האסט געלייגט א סמיילי עט די ענד. (און שלום עליכם שטייצעך)
איך האב יעצט וואס צו ליינען. געמיר א מינוט אדער פינף...

זיס און זויערע ןןיין
זר זהבבערעלבעלעגלה, גיב אכט! איר קענט מיר גרינג צומישן, נאך א מזל האסט געלייגט א סמיילי עט די ענד. (און שלום עליכם שטייצעך)
איך האב יעצט וואס צו ליינען. געמיר א מינוט אדער פינף...
עליכם שלום. איך האב ערשט נעכטן בדרך אגב אויסגעפונען וועגן דעם ןןאונדערליכן "וועבסייט" קאווע שטיבל. ס,'איז אריינגעפאללן א שטיקל "קאנפיוזשן" אין מיין מעשה'לע איבער דעם אפשטאם פון זויערע וויין. (די שורות יאבן זיך אויסגעמישט( וועל איך עס איבערחזר'ן בקיצור. אריגינעל (אין די צייטן פון די גמרא( איז וויין געווען זייער זיס. וויאזוי איז היינט פארהאן אזויפיל זויערע וויינען? נאר די מעשה איז אזוי: ס'געווען א אידל א וויין סוחר וואס ס'איז איהם זויער געווארן עטליכע פעסער וויין. איז ער געפאללן אויף א המצאה ער האט עס געגעבן עטליכע פענסי (פראנצויזישע( נעמען ווי למשל Merlot, cabernet Sauvignon און דער עולם האט עס געקויפט. לחיים.
נ.ב.: איך פערזענליך בין א חסיד פון Bourbon: ווי למשל אלד וועללער 107 אדער אלד גרענד דעעד. 😂
רעב בערל אז די ביסט א ברוינפן טרונקער וועל איך דיר פארציילן, איך האב א חבר וואס טרונקט יעדן טאג נאך די ארבייט ברוינפן, ווייסטו וועלכע ? טשערי 80% פראף פון ר' שלמה ווצב
דזשענעס איז זויער און זיס אויסגעמישט און נישט גוט אלס סעמי אויך נישט, שאטערנוף איז כמעשה אבער שוואך אין טעם, כ' נוץ יקב אודם וואלקאניק מערלוי עס איז טרוקן און נישט זויער (כ'ווייס אז מבינים ווילן נישט פארשטיין די חילוק)
נס קאוועדזשענעס איז זויער און זיס אויסגעמישט און נישט גוט אלס סעמי אויך נישט, שאטערנוף איז כמעשה אבער שוואך אין טעם, כ' נוץ יקב אודם וואלקאניק מערלוי עס איז טרוקן און נישט זויער (כ'ווייס אז מבינים ווילן נישט פארשטיין די חילוק)
איך זעי איז איך בין נישט דער איינציגסטער מיט די מיינונג אויף דזשענעס, איך בין זייער גערעגט אויף קדם וואס זיי עדווערטייזן זייער שטארק די דזשענעס און ווען עס קומט פורים וועלן אסאך יודן קויפן די דזשענעס ווייל קדם זאגט אז עס איז נישט זיס און נישט טרוקן און ממילא פורים וויל מען מיך מכבד זיין מיט א גוטן וויין זאגט מען מיר אהה די האסט דאך ליב טרוקן נעם פיינע דזשענעס, מיין ענטפער איז,קדם זאגט אז עס איז נישט זיס און נישט טרוקן און איך זאג עס איז נישט צום טרינקן.
בנוגע משפחת וואלקאניק זיי זענען ניי אויף די מארקעט און זיי האבן פיינע סחורה, זייער קאבערנעט,קאבערנעט מערלאט,
ווי אויך האבן זיי ארויסגעגעבן פאר דעם עולם וואס וויל טרונקען א גוטן וויין אבער נישט צו טריקן צוויי וויינען איינס איז לייאניס און איינס איז טייגרעס, ווי אויך האבן זיי גאר א גוטן שארדאנעי און א ראזעי.
תשובה לר' זאמעל שליט"א (מאנ"ש(
ביי אונז )בלשון ענווה( ווערט איעדער בראנפן אדער משקה וואס איז נאר 80 פרוף, פאררעכנט אלס מים אחרונים וואסער. א משקה וואס האט א רעכט זיך צו רופן בראנפן הייבט זיך אן ביי 100 פרוף:
תשובה לזר זהב שליט"א
זר זהבבערעלבעלעגלה, גיב אכט! איר קענט מיר גרינג צומישן, נאך א מזל האסט געלייגט א סמיילי עט די ענד. (און שלום עליכם שטייצעך)
איך האב יעצט וואס צו ליינען. געמיר א מינוט אדער פינף...
ס'נישט קיין וואונדער אז איהר האט זיך כמעט צומישט פון מיין שרייבעכץ. אז מען איז פארנומען אין די סוגיא פון וויינען )יינות( זיסע, זויערע, דריי און סעמי דריי ווי למשל Jeunesse, Cabernet Sauvignon & Merlot און מען דארף דאך פון אלעם טועם זיין, קען מען נאך אנקומען צו עד דלא ידע אין א גרינעם מיטוואך. ע"כ האב איך באשלאסן אז איך וועל לאזן דעם חשוב'ן עולם מפלפל דיין אין די סוגיא און איך וועל מיר ווייטער טרינקען (בעז"ה( מיין בוירבן פון 100 פרוף און העכער.
נאך איין מעשה וויל איך פארציילן און איך בין געענדיגט מיט די פרשה פון שתויי יין: א טאטע זאגט פאר זיין זון ביי די שבת'דיגע סעודה: "גיי ברענג מיר רש"י, ברטנורא און ר' עקיבא אייגער. גייט דער אינגל צו דער ספרים שאנק און וויל ארויסנעמען די ספרים, זאגט איהם דער טאטע, ניין: גיי צו'ם רעפרידזשערעיטאר!
בקיצור: אלעס איז געווארן א וויין. רש"י, תוספות, ברטנורא און ר' עקיבא אייגער: 😂
נאך א מזל ער האט אים נישט געהייסן ברענגן ירדן
פאר די וואס גלייכען א געשמאקען סמאט סקאטש וואלט איך מציע געווען צו פראבירען דעם Tomintoul, עס קומט אין פארשידענע יארען איך גלייך די בעסטע די 10 Year aged, עס איז די סמאטעסט און נישט אזוי סמאקי ווי די אנדערע, ווי אויך איז עס די ביליגסטע.

קען זיין איך פארשטיי נישט אבער איך האב ליב די אונגארישע שליוואוויץ וואס מ'קען נאר קויפן אין אונגארן עס האט א היימישע טעם נישט אזוי ווי אלע קאממערציאלע ברוינפן ס'האט אביסעל קימעל נישט קיין סאך בקיצור איך טרינק נאר דאס
תשובה לזר זהב שליט"א
זר זהבנאך א מזל ער האט אים נישט געהייסן ברענגן ירדן
דיין פאוסט איז (מסתמא( א רעאקציע צו מיין מעשה'לע ואיבער די נעמען פון אללע (זויערע( וויינען למיניהם. אזוי ווי איך בין אן אונ... האט מיר גענומען צוויי טעג צו כאפן וואס דער פסוק מיינט. בכל אופן. ס'איז קורץ און שארף. א יישר כח.
נ.ב. איך וויל דיר געבן א איך בין א פארצייטישער איד. 😳 Thank You. און א rating. נאר איך ווייס נישט וויאזוי
"זענט איר אלקאהאליק?" - די וויין, ברוינפן, ביר אשכול. +18
א חילוק פונעם אמאליגן ביזן היינטיגן שיכור: אמאל האט דער יוד אריינגעוואקט צום מקוה איד און גענומען א פלאש וויין אדער ברוינפן, קיין חילוק פון זיס, זויער, טרוקן, נאס, שטארק, שוואך, קאליר אדער טעם, און זיך גוט אנגעשיקערט ביזן ערד. היינט איז יעדער שנאק וואס האט שוין איינמאל פארזוכט א ברוינפן גלאז א גאנצע מבין און פארשטייט צו די גאנצע נושא.
אין אמת'ן אריין ווער עס טרינקט אסאך און אפט זעהט חילוקים אין טעם און סמאטנעסס, און היינט צוטאגס איז שוין ביי כמעט יעדע היימישע קידוש פארהאן א סעלעקציע פון גוטע שנאפס, האב איך געעפענט דעם אשכול צו דיסקוסירן אלעס איבער די ביטערע (? - קוק מיין אונטערשריפט) טראפן.
ביי מיר אין שטוב איז שטענדיג דא א גרויסן פלאש 'גרעי גאס' וואדקא און א קעיס 'באדווייזער' ביר. וויין איז מיר קיין גרויסע ארטיקל.
וואס גלייכט\טרינקט איר?

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1060">viewtopic.php?f=4&t=1060&hilit=%D7%95%D7%95%D7%99%D7%99%D7%9F</a><!-- l -->
צאמגעשטעלט
הק' משמרת
צאמגעשטעלט
הק' משמרת
פויערא חילוק פונעם אמאליגן ביזן היינטיגן שיכור: ..... היינט איז יעדער שנאק וואס האט שוין איינמאל פארזוכט א ברוינפן גלאז א גאנצע מבין און פארשטייט צו די גאנצע נושא.
נאר ביי דעם? ביי וואס נישט?
עפעס השפעות חכמה האט זיך געעפנט. יעדער איז היינט א מבין אין זאכן וואס אמאל האבן בלויז יחידי סגולה פארשטאנען דערצו.
מען קען געבן אסאך משלים, צו קארס, צו בגדים, בעיקר צו מוזיק, מוזיקאנטן און "פראגראמירערס" (יעדער בחור'ל און שנאק פארשטייט צו מוזיק, בשעת אמאל איז דאס געווען אחד בעיר ושנים ממשפחה).
גראדע דאס מאכט מיך אייביג טראכטן אז די היינטיגע דור איז יא קלוגער ווי אמאל...
צוקערגראדע דאס מאכט מיך אייביג טראכטן אז די היינטיגע דור איז יא קלוגער ווי אמאל...
חכמה ובינה איז זיכער דא מער אדאנק דעם אינטערנעט, דעת איז דא ווייניגער אויך וועגן די אינטערנעט מסתמא.
ביי מיר איז ביר דער קעניג, יעדן טאג אן אויסנאם, שבת ויו"ט גייט מער.
איך האב געקויפט לכבוד יו"ט, די נייע בלענדעד סקאטש וויסקי "פלאטניום לעיבל - דזשאני וואלקער" (18) ס'איז א נחת.. א צוויי דריי שאטס דערפון און מ'ווערט אינגאנצן אויפגעהייטערט.
צו ווערן אויפגעהייטערט פון צוויי דריי שאטס ברויכסטו נישט שפענדען אזוי סאך, קענסט טרעפן פאר סאך ביליגער.
נו איך מיין דאך דעם געשמאקן טעם. איך האב נישט די ווערטער עס צו דיסקרייבן. אבער מיר פארשטייען זיך האפענטליך.
ס'איז אנדערש צו ווערן אויפגעהייטערט פון א באלוויני, ווי א שליבאוויץ. די טעם בשעת מעשה און די נאך טעם דערנאך, איז נישט צו פארגלייכן

גלות יודקען זיין איך פארשטיי נישט אבער איך האב ליב די אונגארישע שליוואוויץ וואס מ'קען נאר קויפן אין אונגארן עס האט א היימישע טעם נישט אזוי ווי אלע קאממערציאלע ברוינפן ס'האט אביסעל קימעל נישט קיין סאך בקיצור איך טרינק נאר דאס
דו פארשטייסט שוין גאנץ גוט. לדעתי איז די אונגארישע שליוואוויטץ דאס בעסטע שליוואוויטץ. און דאס ברען דערפון האב איך נאך דאס בעסטע ליב.
villagerצוקערגראדע דאס מאכט מיך אייביג טראכטן אז די היינטיגע דור איז יא קלוגער ווי אמאל...
חכמה ובינה איז זיכער דא מער אדאנק דעם אינטערנעט, דעת איז דא ווייניגער אויך וועגן די אינטערנעט מסתמא.
דעת איז דא ווייניגער, אבער יסוד איז דא פיל מער. ווער רעדט נאך פין תפארת דא גופא.
צוריק צו וויין, מאכט דא איינער אייגינע וויין?
אויב יא, וואס איז די מציאה, ווען מען קען קויפען?
איחוד פעלדvillagerחכמה ובינה איז זיכער דא מער אדאנק דעם אינטערנעט, דעת איז דא ווייניגער אויך וועגן די אינטערנעט מסתמא.
דעת איז דא ווייניגער, אבער יסוד איז דא פיל מער. ווער רעדט נאך פין תפארת דא גופא.
קוקט אויס אז דו האסט שוועריגקייטן מיט לשה"ק, אויף ענגליש הייסט עס wise, smart, intelligent, אויפן ארימען אידישען שפראך ווייס איך נישט.
איחוד פעלד
צוריק צו וויין, מאכט דא איינער אייגינע וויין?
אויב יא, וואס איז די מציאה, ווען מען קען קויפען?
איך וואלט געזאגט אז מיט 3 זאכן איז בעסער צו מאכן אייגענע וויין, ראשית, אין די קאמערציאלע וויינען, ווערט אריינגעלייגט 'סולפייט' sulfide צו פריזערוון די וויין, נישט יעדע מאגן פארטראגטאס, צווייטנס, מיט אייגענע וויין קען מען זיך גוט אפגעבן, פארשטייטזיך אז מ'דארף יכול'ן, מ'דארף קאנען מאכן וויין, דריטנס, זוי ווי אלע זאכן וואס מ'מאכט אליין, סא גוטע האבי.
איך גלייך לעצטנס שיראז עס איז זייער באטעמט נישט אזוי טרוקן ווי קארבערנעי מיט א געשמאקן ציפ
פראגע צו ר' בערל
berlbalagulehזר זהבבערעלבעלעגלה, גיב אכט! איר קענט מיר גרינג צומישן, נאך א מזל האסט געלייגט א סמיילי עט די ענד. (און שלום עליכם שטייצעך)
איך האב יעצט וואס צו ליינען. געמיר א מינוט אדער פינף...
ס'נישט קיין וואונדער אז איהר האט זיך כמעט צומישט פון מיין שרייבעכץ. אז מען איז פארנומען אין די סוגיא פון וויינען )יינות( זיסע, זויערע, דריי און סעמי דריי ווי למשל Jeunesse, Cabernet Sauvignon & Merlot און מען דארף דאך פון אלעם טועם זיין, קען מען נאך אנקומען צו עד דלא ידע אין א גרינעם מיטוואך. ע"כ האב איך באשלאסן אז איך וועל לאזן דעם חשוב'ן עולם מפלפל דיין אין די סוגיא און איך וועל מיר ווייטער טרינקען (בעז"ה( מיין בוירבן פון 100 פרוף און העכער.
נאך איין מעשה וויל איך פארציילן און איך בין געענדיגט מיט די פרשה פון שתויי יין: א טאטע זאגט פאר זיין זון ביי די שבת'דיגע סעודה: "גיי ברענג מיר רש"י, ברטנורא און ר' עקיבא אייגער. גייט דער אינגל צו דער ספרים שאנק און וויל ארויסנעמען די ספרים, זאגט איהם דער טאטע, ניין: גיי צו'ם רעפרידזשערעיטאר!
בקיצור: אלעס איז געווארן א וויין. רש"י, תוספות, ברטנורא און ר' עקיבא אייגער: 😂
איז דען פאראן 100 פרוף און העכער?
קיינמאל נישט געזעהן דעם אשכול, פונקט געטראכט פון עפענען אזא סארט אשכול.
לכשעצמי, גלייך איך זייער פראנצויזישע וויין. כ'מיין, א פלעשל "קאסטעל גרענד ווין" ווייס איך נישט צו אפילו יהודה האט געטראכט דערפון ביי די ברכות. בשעת'ן זיפן א גלעזל דערפון, קען מען אנהייבן צו פארשטיין די וועלעכע האבן געהאלטן נוח לו לאדם שנברא.
למעשה וואקסן כסדר ארויס פרישע סחורה פון ארץ ישראל, נייע פירמעס און נייע וויינען צוגלייך.
מ'קען טרעפן צווישן זיי באמת פיינע און קלאסישע סחורה.
קאבערנעי, מערלוי, און שיראז, זענען פון צווישן די מערסט פאפולערע טרויבן פאר רויטע וויין.
קאבערנעי איז גאר א גוטן טרויב, נישט אזוי סענסעטיוו (ווי מערלוי). בדרך כלל געלונגט דאס, איינס מער איינס ווייניגער.
מערלוי דארף געלונגען, אבער אז ס'געלונגט קען דאס זיין בעסער ווי א קאבערנעי.
שיראז איז ספייסי, איך קויף דאס זעלטן. איך גלייך דאס נישט; זעהט זיך אויס אנדערע גלייכן דאס יא.
על טעם וריח אין להתווכח, יעדער קען דיסעגריען. דאס איז פשוט לדעתי.
אז איר שפירט סיי וואס א געשמאק אין וויין, אפילו איר זענט נישט דער גרעסטע מבין, קענט איר באלד שפירן דעם חילוק פון פשוט'ע קאבערנעי, ביז קאבערנעי ריזערוו.
מילא אז איר פארמאגט אפאר איבריגע טאלער וואלט איך אייך געצה'ט ענדערש צו קויפן א רעזערוו, פון בערך $20 ביז $40, ווי איידער סתם א קאבערנעי פון $10 ביז $20.
אויב זענט איר אבער נישט א גרויסע מבין, דאן וואלט איך נישט רעקאמאנדירט צו קויפן פון 40 דאללער און העכער. למשל, א חילוק צווישן א הערצאג נעפא וועלי, צו א הערצאג טשאק. די חילוק אין פרייז איז מער ווי דאבעלט, און איר וועט נישט שפירן אזא גרויסע חילוק. הפנים, פרייז ווייז.
(אנדערש ווי ביי פשוט'ע קאבערנעי, צו א ריזערוו).
ס'איז נישטא קיין סאך קאבערנעי ריזערוו אונטער $20. צוויי פיינע וואס מ'קען אבער יא טרעפן אונטער צוואנציג זענען בעניאמינא, און סיגעלס.
(ס'דא געשעפטן וואס בעהטן פאר בעניאמינא עטוואס מער ווי צוואנציג. ס'אויך א וויין וואס איז זייער אפט אויף ספעשעל כמעט איבעראל).
אויב זוכט איר א גוטע קאבערנעי רעזערוו אין די געגנווארג פון $40, און איר האט שוין געפריווט די טיפישע וויינען מ'פארקויפט, דאן פראבירט אמאל "בארקאן - אלטיטאד + 412" דאס איז דערהויבן ממש.
בכלל, אינעם 35-45 געגנט קען מען טרעפן גאר גוטע וויינען.
בלענדס קענען טייל מאל זיין קנאקעדיג, ס'איז פארהאן בלענדס מער ווייניגער אין אלע פרייזן.
אויב ווילט איר זיך ערלויבן א גוטן בלענד אמאל, דאן פריווט דעם "דזשאנאטן תשבי". ס'קאסט ארום 60-70, און ס'איז ווערד יעדעס פעני.
*אויב ווילט איר רעקאמאנדאציע איבער א ספעציפישן וויין, קען איך פראבירן אייך צו העלפן ווי ווייט מעגליך. דא, אדער פריוואט.
איבער הכשרים קען איך נישט ענטפערן.

מיר האבן דאס געקויפט אויף שבועות, זי האט אלע טעמים געהאט. א ביוטיפול באלאנס, א נאז משוגע צו ווערן, מיט א פרוכטבארע פול באדי טעיסט. ממש מעין עולם הבא. ס'זעט זיך אן אז זי איז שוין א אכט יעריג קינד.

ענטפער צו הרב שמעקעדיג
שמעקעדיגberlbalagulehזר זהבבערעלבעלעגלה, גיב אכט! איר קענט מיר גרינג צומישן, נאך א מזל האסט געלייגט א סמיילי עט די ענד. (און שלום עליכם שטייצעך)
איך האב יעצט וואס צו ליינען. געמיר א מינוט אדער פינף...
ס'נישט קיין וואונדער אז איהר האט זיך כמעט צומישט פון מיין שרייבעכץ. אז מען איז פארנומען אין די סוגיא פון וויינען )יינות( זיסע, זויערע, דריי און סעמי דריי ווי למשל Jeunesse, Cabernet Sauvignon & Merlot און מען דארף דאך פון אלעם טועם זיין, קען מען נאך אנקומען צו עד דלא ידע אין א גרינעם מיטוואך. ע"כ האב איך באשלאסן אז איך וועל לאזן דעם חשוב'ן עולם מפלפל דיין אין די סוגיא און איך וועל מיר ווייטער טרינקען (בעז"ה( מיין בוירבן פון 100 פרוף און העכער.
נאך איין מעשה וויל איך פארציילן און איך בין געענדיגט מיט די פרשה פון שתויי יין: א טאטע זאגט פאר זיין זון ביי די שבת'דיגע סעודה: "גיי ברענג מיר רש"י, ברטנורא און ר' עקיבא אייגער. גייט דער אינגל צו דער ספרים שאנק און וויל ארויסנעמען די ספרים, זאגט איהם דער טאטע, ניין: גיי צו'ם רעפרידזשערעיטאר!
בקיצור: אלעס איז געווארן א וויין. רש"י, תוספות, ברטנורא און ר' עקיבא אייגער: 😂
איז דען פאראן 100 פרוף און העכער?
יא. ס'גייט כמעט ביז 192 פרוף. (96%). בימים אלו בין איך עוסק אין א שליוואוויטץ פון 140 פרוף. (70%). ס'הייסט סטריקאווער. לזכר דעם הייליגן סטריקאווער צדיק, זי"ע ועל כל ישראל. אימפארטירט גראד פון פוילן.
מסופקני, צו די טראדיציאנעלע ״קדם״ וויינען זענען ראוי צו ווערן אנגערופען וויין.
יא אמת, סיי וואספארא גרעיפ דזשוס וואס מען לאזט דורכגיין ברויצונג, איז טעכניש גערעדט ״וויין״. אבער היימיש גערעדט, איז דאס א געמויזעכץ פון צוקער און טרויבן וואס איז ווייט פון אמת׳ע וויין (אפילו זיסע) כרחוק מזרח ממערב.
והלא דברים ק״ו, מה דאך דזשענעס אשר בשם סעמי יקרא, איז למעשה פאלש און געצילט אנצוווארעמען די וואס שרעקן זיך פון עכטע וויין, כל שכן קאנקארד, מאלאגא, וכו׳.
•
אגב, לעגאל גערעדט, קען מען זיך נישט סתם אזוי שפילן מיט נעמען און אנרופען וויין בלויז ווייל עס גייט אדורך א געוויסע פראצעדור.
שאמפאניע למשל, מעג מען נאר אזוי רופען אויב עס קומט פון דעם שאמפיאן ראיאן אין פראנקרייך, אפילו אויב עמיציר וועט גענוי נאכמאכן דעם פראצעדור מיט אלע פיטשיווקעס, אויב קומט עס נישט פון דארט מעג מען דאס נישט רופען שאמפאניע.
קדם׳ס שאמפאניע, איז למעשה נישט שאמפאניע להלכה ווייל ס׳איז געמאכט אין ניו יארק, אבער זיי דרייען זיך ארויס פונעם געזעץ היות אמעריקא אינפארסירט נישט די באגרעניצונג אויף די וויינען וואס זענען שוין געמאכט געווארן יארן צוריק, בעפאר די לעגאלע באגרעניצונגען זענען אריין אין קראפט.
•
ומענין לענין, באקענט אייך מיט קענט מארטין.

אה מודה ועוזב ירוחם.
שמעקעדיגberlbalagulehזר זהבבערעלבעלעגלה, גיב אכט! איר קענט מיר גרינג צומישן, נאך א מזל האסט געלייגט א סמיילי עט די ענד. (און שלום עליכם שטייצעך)
איך האב יעצט וואס צו ליינען. געמיר א מינוט אדער פינף...
ס'נישט קיין וואונדער אז איהר האט זיך כמעט צומישט פון מיין שרייבעכץ. אז מען איז פארנומען אין די סוגיא פון וויינען )יינות( זיסע, זויערע, דריי און סעמי דריי ווי למשל Jeunesse, Cabernet Sauvignon & Merlot און מען דארף דאך פון אלעם טועם זיין, קען מען נאך אנקומען צו עד דלא ידע אין א גרינעם מיטוואך. ע"כ האב איך באשלאסן אז איך וועל לאזן דעם חשוב'ן עולם מפלפל דיין אין די סוגיא און איך וועל מיר ווייטער טרינקען (בעז"ה( מיין בוירבן פון 100 פרוף און העכער.
נאך איין מעשה וויל איך פארציילן און איך בין געענדיגט מיט די פרשה פון שתויי יין: א טאטע זאגט פאר זיין זון ביי די שבת'דיגע סעודה: "גיי ברענג מיר רש"י, ברטנורא און ר' עקיבא אייגער. גייט דער אינגל צו דער ספרים שאנק און וויל ארויסנעמען די ספרים, זאגט איהם דער טאטע, ניין: גיי צו'ם רעפרידזשערעיטאר!
בקיצור: אלעס איז געווארן א וויין. רש"י, תוספות, ברטנורא און ר' עקיבא אייגער: 😂
איז דען פאראן 100 פרוף און העכער?
יא: (א פארשפעטיגטע תשובה:). ס'איז דא אלד וועללער 107 פרוף. נאר די היימישע געשעפטן האלטן עס מער נישט ווייל ס'איז דא א שאלה אויף דעים וועגן יין נסך. נאכדעים איז דא וויילד טוירקי 101 פרופ. אויך איז דא די לעצטע דריי יאר אלד גרענד דעד 114 פרוף. דאס איז עולה על שולחן מלכים (מאן מלכי רבנן) ביי מיר. נאכדעים איז דא שליוואוויטץ פון "סטריקאווער" מיט א שטארקייט פון 140 פרוף. פון דעים האב איך אויך שוין ב"ה ערלעדיגט א פאר פלעשלעך. ס'איז נאר דא איין פראבלעים מיט דעים. די באטלעך זענען שמאל און לאנג (ווי די פוילישע גויים.). און איך האב גרויסע שוועריגקייטן דאס מסדר צו זיין אין רעפרידזשערעיטאר אדער פריזער. איך האב די וואך ב"ה געמאכט א סיום אויף א באטל "שיוואס ריגאל" וואס איינער פון מיין משפחה האט מיר געקויפט לכבוד שמחת תורה. אבער כאטש דאס איז טיערע בראנפן איז עס אבער שוואך. און מ'מוז טרינקען מער כדי ס'זאל ארבעטן...!
בלאט: 1 2