☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » אשכול אן א טיטל #10592

אשכול אן א טיטל #10592

103 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10592
בלאט: 1 2 3

— » מאנטאג יוני 6, 2016 10:32 pm

· #336863

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

ירא שמים » מאנטאג יוני 6, 2016 10:34 pm

· #336864
יעצט וועל איך דארפן ווארטן א חודש בוזן המשך?

טאמבל סאס » מאנטאג יוני 6, 2016 10:36 pm

· #336865
זייער אינטרעסאנט געווען צו לייענען. כ'ווארט קוים מיט געדולד אויף די המשך. כ'האב פרובירט צו זוכן שפורן פון דער מעשה, רדימנו, רעדעם און וואס נישט. חוץ אפאר רעפרענצן צו דער שטאט אין קול לובלין האב איך נישט געקענט טרעפן. אפשר זאגסטו דער מקור?

יעלה ויבא » דינסטאג יוני 7, 2016 11:19 am

· #336951
דער געוואגטער איז שוין איינמאל געוואגט.
ס'זעהט אויס אז ס׳קימט א מעסיוו ארטיקל.
I sure hope אז מען וואט נישט דארפען ווארטען לאנג אויף די המשך Keep them coming

lead, follow, or get out of the way

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 7, 2016 12:12 pm

· #336973
טאמבל סאס
זייער אינטרעסאנט געווען צו לייענען. כ'ווארט קוים מיט געדולד אויף די המשך. כ'האב פרובירט צו זוכן שפורן פון דער מעשה, רדימנו, רעדעם און וואס נישט. חוץ אפאר רעפרענצן צו דער שטאט אין קול לובלין האב איך נישט געקענט טרעפן. אפשר זאגסטו דער מקור?

טאמבל סאס: נעה...ווען ער זאגט אויס איז ער דאך אויס קאפעליטש מאכער. וועט שוין קיינער נישט זיין אינטרעסירט צו הערן וואס ער האט צו זאגן. מ'קען עס דאך אליינס אפ-ליינען...אזוי פייגער'ט דער עולם פאר נייגעריגקייט. וגם אני בתוכם. ב"ה אויפגעטון. נאר איין בקשה האביך. ער זאלל אונז נישט פיהרן קטנ'ען אזוי ווי דער "חקרן" מיט זיינע ריזשינ'ער מעשה'לעך. וואס א גרויסער טייל דערפון איז זיכער געווען פריש-געבאקענע, אבער געשמאקע סחורה. אבער האט אויפגעהערט פראדוצירן אינ דער מיט...!

כ'ניאק » דינסטאג יוני 7, 2016 9:42 pm

· #337099
זייער אינטערעסאנט, אבער האסט אונז אלע געלאזט הענגען מיט נייגער

טאמבל סאס » דאנערשטאג יולי 7, 2016 8:00 am

· #340772
איך פארשטיי נישט. אויב איז זי זלאטע אזא משוגענע געווען און דאס איז געווען די צוועק פון איר קומען צו ראדימנו, פארוואס האט דער רב אריינגענומען איר צו זיך אהיים? און וואס האבן זיי געשמועסט אין האטעל פריוואט יענעם צופרי? פארוואס גיט זי זיך אהן ווי דער רעבעצינס קרובה ענדישער ווי דער רב'ס? איז זי באמת געווען? האט נישט דער רב'ס פרוי געקענט איר אייגענע משפחה? א מין קוריאזע מעשה.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

געוואלדיג » דינסטאג יולי 12, 2016 9:32 pm

· #341781
[ציטאט אראפגענומען]


העי, וואס דארף די 'אויב' צו מיינען?!

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 13, 2016 12:26 am

· #341803
געוואלדיג
[ציטאט אראפגענומען]


העי, וואס דארף די 'אויב' צו מיינען?!

געוואלדיג: מפני מעשה שהיה (אדער גאר לא היה ולא נברא). ס'דא א חשוב'ער ניק (וואס דער עולם דינגט זיך נאך איבער דעם ערשטן אות פון זיין נאמען). ער האט אנגעהויבן צו פארציילן זייער א זיסע מעשה באזירט אויף א אמת'ע היסטארישע געשעעניש וועלכע איז זיך פארלאפן אין איינע פון די גרעסטע און בארימטסטע רבי'שע הויפן. נאר אינמיטן האט מען אנגעהויבן חושש צו זיין אז דאס איז פריש געבאקענע סחורה. אבער דער בעל מספר האט ווייטער געבאקן און געצויגן די פעדימער לויט זיין רייכע פאנטאזיע. ווען ער איז אנגעקומען צו א קול-דע-סאק. א בלינד געסל פון ווי ס'נישט דא קיין מוצא האט ער פשוט אויפגעהערט צו שרייבן. דערווייל איז אבער די עולם שוין געווען שטארק אנגעצויגן. (כמעט) א יעדער האט שוין זייער שטארק געוואלט הערן די שפעטער'דיגע אנטוויקלונגען. מ'האט זיך ממש געבעטן צו איהם ער זאלל ממשיך זיין די מעשה. ר'האט אבער נישט געקענט. האט ער פשוט אויפגעהערט צו שרייבן. משא"כ דער מספר פון די זייער אינטרעסאנטע געשיכט איז אן אמת'ער חוקר. אבער דאך וויל ער זיך באווארענען. ווייל מ'קען דאך נישט וויסן...נאר ער, דער בעל מספר (און אונז. די עולם-גולם) האפן אז ער וועט אי"ה ממשיך זיין די מעשה ביז'ן סוף...!

מפוזרי » מיטוואך יולי 13, 2016 9:29 am

· #341831
געוואגטער, א גרויסער ייש״כ.
כ'האב עס געליינט מיט דורשט, און נאכן ענדיגן בין געבליבן דורשטיגער.

לענ״ד באלאנגט יעדער פּרק אין א באזונדער אשכול.

הוגה » פרייטאג יולי 15, 2016 11:07 am

· #342303
זייער א שפאנענדע מעשה, רייך געשריבן. איז דאס פיקציע אדער אן אמת'ע מעשה?

אגב וואס איז פשט אין דער פאראגראף? פשוט א ט"ס?

[ציטאט אראפגענומען]



.

הדד בן בדד » דינסטאג יולי 19, 2016 1:05 pm

· #342819
יוי יוי יוי, איך האב נישט קיין ווערטער,

שוין אפאר וואכן וואס איך זעה דא אין קאווע שטיבל וועגן עפעס א וועקער. יא יא, וועקער, שוין גענוג געהאט פונעם וועקער אין ישיבה, איך גיי מיך נישט ביי די יארן נעמען א נייעם וועקער אויפן קאפ. אבער יעצט זעה עס איז שוין דא א צווייטער וועקער, נו, דאס זעהט שוין עפעס עפעס אינטערעסאנט, יעדן חודש א נייעם וועקער, אקעי, עמער געבן א קוק.

איך לאדן מיר אראפ ביידע וועקערס און מען נעמט זיך קוקן.

איך ווער נתפעל, פיינע נייעס, ארטיקלען איינס נאך איינס, איינס בעסער פונעם צווייטען, מען בליקט אזוי דא אהער און דא אהין, און פון אלע ארטיקלען האט מיך עפעס דאס מערסטע געצויגן דער ראדימנער פראצעס. פרעג מיך נישט פונקטליך פארוואס, עפעס האט דער שרייבער מצליח געווען מיך צו פאנגען נאר פון מיין בליקן אויף דעם ארטיקל.

איך לייען עס אפ, און איך זאג אייך זוי פיל, איך האב טויזענט מאל חרטה אז איך האב עס געליינט. ניין... פארשטייט מיך גוט, נישט אז איך האב חרטה אז איך האב עס געליינט. איך האב אבער חרטה אז איך האב עס געליינט יעצט און נישט געווארט ביז ער ענדיגט דעם פארזעצונג. ווייל ווען איך האב געענדיגט ווי ער האלט האב איך געשפירט ווי מיין מוח פליעט מיר ארויס פון מיין קאפ.

איך האב פלעין נישט קיין ווערטער, איך ווייס נישט וואס, אבער עפעס אזאן מעשה האב איך נאך נישט געליינט, און עס שפילט מיר מיט די נערוון אז איך פלאץ פון נייגעריגקייט.

איך ווייס נישט צו עס איז דער מעשה אליינס צו וויאזוי דער שרייבער לייגט עס אראפ, עס איז לכאורה ביידע, דער געוואגטער איז שוין גארנישט אזא אינגל, ער איז א געוואגטער שרייבער, און א געוואגטער פארשער, ווייל ווי איינער האט שוין אנגעמערקט האב איך אויך געזוכט אינעם גוגל הדור און נישט געפונען, און דאס אז ער האט מצליח געווען אויפצוגראבן אזא מעשה איז שוין אליינס א געוואגטע אקציע, און דער וועג וויאזוי ער שרייבט עס.

בקיצור, ער האט מיך גוט צוגעפיקסט, און איך פייגער יעצט צו וויסן דעם סוף.

העי, געוואגטער, הער מיך גוט אויס, "אויב" גייסטו ענדיגן דעם ארטיקל, הרי טוב, און "אויב" חלילה נישט...

בן נריהו » דינסטאג יולי 19, 2016 1:51 pm

· #342831
ביידע, די בילדער, שיינען דאס פון איין בילד זיי זענען. קוק - אליינס - דא. צו דען קען מען - מיט רעכט - אויספירן דאס זיי זיינען - אין די ענדע - פארהייראט געוויזן?

מפוזרי » דינסטאג יולי 19, 2016 7:29 pm

· #342891
הדד,
דא האט איינער מרמז געווען דערוועגן: <a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=542784#p542784">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 84#p542784</a>

ס'דרייען זיך בינינו אייניקלעך פון דעם ר' שמואל רעדימער.

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 19, 2016 8:13 pm

· #342899
דער געוואגטער יונגל: ס'איז נאך ווארשיינליך אין יענע צייטן נישט געווען אזא קאנצעפט ווי פאטא-שאפ. ווייל אויב יא וואלט זלאטע נישט געדארפט אנקומען צו אירע טריקערייען און אינטריגעס...ניין. כ'וויס נישט דעם המשך פון די מעשה. און כ'ווארט שוין בכליון עיניים. נאר איך האב גאנץ א גוטע אימעדזשינעישן...אזוי זאגט דער עולם... 😂

הדד בן בדד » דאנערשטאג יולי 21, 2016 2:53 am

· #343056
מפוזרי
הדד,
דא האט איינער מרמז געווען דערוועגן: <a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=542784#p542784">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 84#p542784</a>

ס'דרייען זיך בינינו אייניקלעך פון דעם ר' שמואל רעדימער.


מפוזרי דו ביסט גוט

מפוזרי » דאנערשטאג יולי 21, 2016 8:35 am

· #343057
חזו מאן גברא רבא קאמסהיד עליה

גראף » דאנערשטאג יולי 21, 2016 1:09 pm

· #343081
@אנאנים איך געדענק נישט די לעצטע מאל איך זאל אזוי שטארק ארויס קוקען און ווארטען פאר א פארזעצונג. דער מעשה איז סיי אידישע היסטוריה און סיי עפעס וואס קיינער דערציילט נישט ממילא מוז איך וויסן דער מעשה. פלאס דיין שרייבן מאכט עס זייער ציענדיג . איך שטעל מיך פאר אז דעס איז אמאל געווען רעיטיד סחורה... ביטע זעצט פאר די געשיכטע. תודה רבה.

אינטערסאנטער » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 11:27 am

· #345238
געמיינט האביך אז אינעם וועקער די חודש וועט זיין א המשך צו די מעשה

א איד » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 12:11 pm

· #345246
עס איז נישטא?

הדד בן בדד » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:25 pm

· #345286
גם אני בחלומי, געזעצן און געווארט מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם, און... געבליבן מיטן צינג אינדרויסן...

אויסגערוט » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2016 1:33 am

· #348681
יישר כח פאר די ערקלערונג. דער מעשה האט מיר געצויגען גלייך ביים אנהייב און איך בין געווען פון די פילע אנטוישטע ווען סאיז נישט געווען אין די נאכפאלגענדע וועקערס.
די אישוס וואס דו ברענגסט ארויף לגבי פארשפרייטן אזא מעשה, אפשר איז די עצה עס נאר ארויפלייגען אויפ'ן שטיבעל.
און לגבי לייקס פארשטיי איך אז אסאך ארבעט גייט אריין און עס געבט חשק אויף ווייטער, ממילא נעם איך מיך אונטער בלי"נ צו לייקען מכאן ולהבא. אפשר זאל מען מאכן א פעטישען און זאמלען חתימות וואס וועלן זיך אונטערנעמען דאס זעלבע.

Sent from my SM-G920P using Tapatalk

כוכב » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2016 12:36 pm

· #348711
את חטאי אני מזכיר היום, איך האב אויך נישט ערליך געלייקט פשוט ווייל אויסער די ערשטע ארטיקל בין איך נאכנישט אנגעקומען צו ליינען דעם המשך, מחמת חוסר זמן, און כ'האב אלץ געטראכט מארגן, נעקסטע וואך גיי איך קויפן ביי ניוז סטענד, ליינען, פרינטן וכו', אבער די אינטערעסע איז גאר גרויס.
בנוגע געוואגטערס קאנסערן, ס'איז אמת אז מ'דארף שרייבן איידל און חלילה נישט נכשל ווערן אין ניבול פה! גלייכצייטיג איז אבער אויך א חוב קדוש נישט צו מחפה זיין אויף די מענטשליכע שוואכקייטן וואס קענען זיך מאכן אפילו ביי גרויסע צדיקים. פון די גרעסטע חסרונות אין חינוך איז אהערצושטעלן אלע תולדות פון צדיקים אז במעלליו יתנכר נער, און ביי די אכט האט ער שוין געקענט ש"ס וכו'.
געבן די אמת'ע פארבן איז די גרעסטע מוסר השכל אז אל תאמין בעצמך, און דער גרעסטער צדיק איז אויך א מענטש און אפילו מ'פאלט דורך איז נישט עק וועלט. וואס דארף מען מער ווי דעם אז אין חז"ל טרעפט מען פילצאליגע געשיכטעס אויף די גרעסטע צדיקים א שטייגער ווי ר' עקיבא און ר' מאיר, טאקע צו לערנען א דרך תשובה פאר אלעמען.
און דאס איז נישט נאר מיין שיטה, נאר איך האב אמאל אזוי געהערט פון איינעם פון די גרעסטע עובדים בדורינו, וואס האט געזאגט מיט א תקיפות, אז לדעתו דארף מען דרוקן א ספר מיט אלע מכשולות ווי צדיקים זענען דורכגעפאלן. און ער האט אויסגעברייטערט, אז עס זענען געווען צדיקים וואס זענען דורכגעפאלן מיט חמורות שבחמורות אויף א פארנעם ווי דוד המלך, און לדעתו דארף מען דאס חזרן, לערנען און געדענקען, און ארויסנעמען דעם לימוד אז ווען מ'כאפט א פאטש, ווי שטארק נאר, הייבט מען זיך גלייך אויף.
העווינג דעט סעד, פארשטיי איך זייער גוט דיין דילעמע און פחד פון פרעשור וכדו'. דעריבער, אויב באשליסטו אז דו ווילסט נישט ממשיך זיין וואלט איך יא געשטיצט און אפילו פארלאנגט, אז איינמאל האסט אנגעהויבן, זאלסטו כאטש ארויסשטעלן דעם המשך אין מאחורי אדער שבת אחים בלויז פאר אונז.
אדאנק

קאמענטירער » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2016 1:34 pm

· #348722
איך וויל אויך אויסדרוקען מיין שטיצע צו פארזעצן מיט די המשך, און לוא יהא סדא א סיבה נישט צו שרייבען וואלט מען עס געדארפט איבערקלערן בעפארן שרייבען נישט יעצט לאחר המעשה (בעסער געזאגט אינמיטען די מעשה..)

אין ערגסטען פאל מוז מען אפשר טאקע נישט אלעס שרייבען בפרטי פרטים אבי די עיקר מעשה זאל שטילען די דורשט און אינטערעסע פונעם עולם, ווי זאגט דער וועלט: ליגענט טאר מען טאקע נישט זאגען, אבער סמיינט נאך נישט אז מען מוז אויסזאגען דער אמת...

קלוגע יודל » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2016 2:31 pm

· #348738
שוין תשובה געטון: יעצט געגעבן די דרייסיגסטע לייק פאר די ערשטע תגובה.

Sent from my XT1528 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2016 2:48 pm

· #348740
מענטשען האבען נישט געלייקט ווייל מ'האט געליינט אינ'ם וועקער, נישט אנליין, ופשוט.

לגופו של ענין, אין אחר כוכב כלום. ער האט עס גוט אוועק געשטעלט. נאר טאמער מ'איז מחליט נישט ווייטער צו גייען, ביטע געבען עכ"פ די לינקס ווי מ'קען אליינס נאכפארשען די המשך.
ייש"כ

בענדזשאמין פרענקלין » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2016 2:55 pm

· #348743
[ציטאט אראפגענומען]


איך פארשטיי נישט, ממ"נ ענדיגט זיך די מעשה אז דער ראדימנער איז טאקע געווען א טלית שכולו תכלת איז דאך דאס ממש כבוד ה' דבר דבר, ווידעראום אויב ענדיגט זיך עס אז עס איז שוין גארנישט אזא טלית שכולו תכלת נאר עס האט אויך לובן אריינגעמישט פארוואס רופט ער אים הרה"צ און פארוואס איז כבוד ה' הסתר דבר?

יהושע חיים » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2016 2:57 pm

· #348744
קען זיין די בילבול האט זיך אויסגעארבעט (עיין ערך וועבערמאן) וד"ל

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

געוואלדיג » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2016 3:00 pm

· #348745
דער געוואגטער האט א ספק זיין הארץ צאפלט איהם, ער אליין האט חשק צו מפרסם זיין די מעשה אבער מצד שני ציטערט ער מצד ויהיו מלעיבים במלאכי אלוקים, איך בין א שותף מיט זיינע ספיקות כאטש מיין נייגער ברענט אין מיר האב איך אפילו מורא פון א בקשה צו די לינקס, עס איז א האקעלע נקודה און אויב דאס איז דיין אפהאלט פארשטיי איך דיר, עס איז א שווערע החלטה.

קאמענטירער » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2016 3:03 pm

· #348746
געוואלדיג
דער געוואגטער האט א ספק זיין הארץ צאפלט איהם, ער אליין האט חשק צו מפרסם זיין די מעשה אבער מצד שני ציטערט ער מצד ויהיו מלעיבים במלאכי אלוקים, איך בין א שותף מיט זיינע ספיקות כאטש מיין נייגער ברענט אין מיר האב איך אפילו מורא פון א בקשה צו די לינקס, עס איז א האקעלע נקודה און אויב דאס איז דיין אפהאלט פארשטיי איך דיר, עס איז א שווערע החלטה.

למעשה איז עס פאר אונז א חיזוק אז סאיז נאך דא צווישען אינז אזאנע וואס עס טוליעט נאך אין זיי די פינק אין הארץ און האבען ביי זיך אביסעלע יראת שמים

הוגה » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2016 3:29 pm

· #348747
איך האב עס געליינט מיט דארשט און געלייקט בשפע בשעתו. איך קוק ארויס מיט האפענונג אויף די המשך הסיפור. דו האסט א געוואלדיגע רייכע שריפט. ביטע אנטויש אונז נישט.

ביבער » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 12:03 am

· #348829
וואס האט אים געבאדערט צו געבן א גט און פטור אן עסק? איך וואלט ווען געגעבן 10 גיטין'ס אבער פוץ פון דא.
ווער איז געווען דעס אנגעבליך קינד?
איז פארהאן אייניקלעך פון דעם קינד? (קען מען דאך נעמען DNA...)

קל וחומר » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 10:24 am

· #348861
א גט אינוואלווד א רב, סופר, עדים וכו' וואס וואלט אנגעמאכט א שטינק.

א איד » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 11:24 am

· #348878
איך שעם זיך פאר מיר אליינס
איך בין א תובע בפה, בגלוי ובסתר, אדער בגלוי כבסתר, און נישט נאר בפה נאר בידים אויך, (כתיבה הוי מעשה), איך ליין אזוי געוואגטערס אמתלא, און איך טראכט זיך ביי מיר שלום עלי נפשי, איך האב עס זיכער געלייקט,
קוק איך אזוי אדורך די תגובות פון אנהייב ביזן סוף, און לחרפתי זעה איך ווי די הענטעלע איז ארויף, קודם האב איך אראפ געדרייט אלע הענטעלעך, און דערנאך קום איך אריין דא, זיך אנטשולדיגן ברבים, און באדאנקען און בעטן פון געוואגטער ממשיך צו זיין, על דעת כוכב ותלמידיו ותלמידיו תלמידיו.

הוגה » דאנערשטאג אקטאבער 6, 2016 2:58 pm

· #351814
WOW! דער מעשה איז געשריבן עפעס מורא'דיג ציענד. יישר כח פאר'ן ממשיך זיין און מיר קוקן ארויס אויף די המשך. אגב, די לשון הכתב קלינגט עפעס אלט-מאדיש. דו שרייבסט עס נאך פון א בוך אדער וואס?

בת קול » דאנערשטאג אקטאבער 6, 2016 7:12 pm

· #351833
גאר ציענד און פיין געשריבן! יעצט ליינענדיג דעם לעצטן פארזעצונג באמערק איך עפעס אז כ'האב בכלל נישט געלייקט ביז אהער!
חטאתי חטאתי קליק קליק! כ'מיין לייק לייק!

הוגה » פרייטאג אקטאבער 7, 2016 9:16 am

· #351889
[ציטאט אראפגענומען]


איך האב גארנישט ספעציפיש געמיינט נאר די אופן הכתיבה בכלליות. איך האב עס געמיינט אין א פאזעטיווע וועג, עס גיבט צו צו די געשמאקייט פון די מעשה.

א איד » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 4:44 pm

· #354559
געוואגטער א גרויסן יישר כח, פאר דיין טירחא להכין אותנו כשולחן ערוך מוכן צו ליינען, פון דאס דראמאטיש שטיקל היסטאריע.
כהאף נאר אז אפילו די וועקער וועט נישט ממשיך זיין אזוי ווי ביז אהער, נאר אויף אן אנדערע אופן, אבער דיין ארטיקל וועט ווייטער אנגיין...

גר ותושב » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 7:44 pm

· #354897
שטארק הנאה געהאט חזק ואמץ

התם ומתמם עם תמימים » זונטאג יאנואר 22, 2017 1:09 am

· #360285
פארוואס דווקא דארט לייג דא אויך ארויף בבקשה

שכוח

סקרן » דאנערשטאג פעברואר 2, 2017 12:18 pm

· #361745
זייער אינטרעסאנט דער נייעם חלק אינעם וועקער
אבער טייערע געוואגטער ווען באקומען אונז דער נעקסטער קאפיטל?
איך געב א לייק פאר יענעם ארטיקל דראט
אונז ווארטן מיט דארשט

ונבנתה העיר » מיטוואך פעברואר 8, 2017 4:23 pm

· #362312
יעצט געליינט אינעם וועקער. העכסט אינטערעסאנט און עלעגאנט געמאסטן.

התם ומתמם עם תמימים » מיטוואך פעברואר 8, 2017 7:36 pm

· #362322
ווי קען איך זעהן די חלק וואס מען האט געשריבן אין די וועקער
איך וויל אויך זעהן ...

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך פעברואר 8, 2017 8:17 pm

· #362331
פרעג גאנצל

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

סקרן » מאנטאג פעברואר 13, 2017 1:39 pm

· #362679
ווען קומט דער נעקסטער טייל איך האף פאר'ן וועקער?!

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 13, 2017 10:07 pm

· #362743
דער געוואגטער יונגל: ייש"כ. איך בין שוין באלד אזוי ווי זלאטע. איך קען נישט עסן. איך קען נישט שלאפן. איך ווארט שוין פאר'ן נעקסטן קאפיטל מיט שפאנונג. אן עקסטער יישר כח פאר די בילדער. ס'כאפט מיך אן א שטארקע בענקעניש צו די צוויי שטעט ראדימנא און קראקא...! מיט דעם אידישן מארק און די אידישע גאסן... 😮

קורקלענד » זונטאג מאי 7, 2017 9:47 pm

· #370193
איך האף אז ס'וועט זיין א דאפעלטע פארציע משלים צו זיין אויף די פסח וועקער.

סקרן » דינסטאג יולי 4, 2017 3:48 pm

· #377818
ווען קומט שוין די נעקסטער חלק דא אין שטיבל?

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 4, 2017 9:21 pm

· #377860
דער געוואגטער יונגל:איך גיי טון דאס וואס זלאטע האט געטון. איך סטראשע דיך דא. און גאנץ קאווע שטיבל (און אפשר איי-וועלט אויך,בשתיקה) איז עדות. אויב דו גייסט נישט אנהייבן שרייבן ווייטער דעם המשך פון די מעשה מיט'ן ראדימנער פראצעס, וועל איך אנהייבן אליינס אויספאנטאזירן דעם המשך. און איך האף אפצובאקן א גוט געבעקס פון וואס די ליינערס וועלן זיך אי"ה באלעקן די פינגערס...! ס'איז שוין כלו כל הקונצן. דו האסט שוין אויסגעניצט אלע תירוצים. און דער עולם פלאצט פאר נייגעריגקייט...!

איך קען ב"ה א ביסל די מלאכת האפי'. און פונקט אזוי ווי אין א שכינות'דיגן אשכול האט דער מחבר אנגעהויבן בקול רעש גדול. נאר אינמיטן דעם סיפור הדברים האט ער זיך ארומגעזעהן אז ער איז אויסגעלאפן פון סחורה, האט ער אנגעהויבן צו באקן פרישע געבעקסן. און ווען דאס האטציך אויך געענדיגט, האט ער פשוט אויפגעהערט צו שרייבן...! אנא. איך בעט נישט ביי דיר קיין פינף טויזנט זלאטעס אדער פיהר שנירלעך פערל. אפילו נישט קיין גאלדענעם זייגער. איך האב איין בקשה צו דיר. הייב אן שרייבן דעם המשך הסיפור האמיתי...ייש"כ למפרע...!

בת קול » מיטוואך יולי 5, 2017 10:52 am

· #377913
.
בלאט: 1 2 3