☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » אשכול אן א טיטל #10592

אשכול אן א טיטל #10592

103 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10592
בלאט: 1 2 3

berlbalaguleh » זונטאג יולי 9, 2017 11:05 pm

· #378442
דער געוואגטער יונגל: איך האב ב"ה אן אייגענע זלאטע. זי הייסט יענטע. און זי האט אויכעט א פיסק אויף שרויפן. און זי האטציך פארטשעפעט אויף א חשוב'ן, פראמינענטן ראש ישיבה פון א וועלט בארימטע ישיבה אז לויט ווי ס'דאכטציך איהר האט ער צוגעזאגט צו ווערן איהר חתן. און נאכדעים האט ער חרטה געהאט. און חתונה געהאט מיט א קרענקליך מיידל וואס ליגט א סאך אפ אין בעט. שוין...! מער וויל איך נישט פארציילן. נאר ס'איז גענוג אנצורייצן דעם אפעטיט פון די חשוב'ע ליינערס. כבקשת ריכטיג. אז ער וויל ליינען ביידע מעשיות...פאר מער פרטים און אינטרעסאנטע אנטוויקלונגען פון די העכסט אינטרעסאנטע און אויסגעטראכטע געשיכטע ליינט די קומענדיגע פארזעצונג וואס וועט אי"ה ערשיינען בקרוב...!

וואלווי » זונטאג יולי 9, 2017 11:41 pm

· #378453
ר' בערל געב אכטונג ווען די הייבסט זיך אן מיט די ליטאים דא...

berlbalaguleh » זונטאג יולי 9, 2017 11:46 pm

· #378454
וואלווי: וואס זאלל איך טון אז די מעשה איז זיך פארלאפן (אדער האט געקנט פארלויפן) אין די ליטא. ניין. נישט אין לעיקוואוד...!

יהושע חיים » זונטאג יולי 9, 2017 11:50 pm

· #378457

דער בלאט דער וואך
איז דאס די היימישע טוויסט פון די מעשה?

(איך לייג עס דא ווייל עס זעהט אויס ווי אן אנדערע מעשה לפע"ד איז נישט קיין ספוילער, אבער אויב יא זאל מען עס אראפנעמען)

מפוזרי » מאנטאג יולי 10, 2017 8:27 am

· #378494
ראדזימין און ראדימנע איז לאו היינו הך.
דער היימישער נאמען פאר ראדימנע איז רעדים.

סקרן » מאנטאג יולי 31, 2017 11:56 am

· #380844
נאאא ווען קומט עס שוין אונז ווארטען בקוצר רוח

וואלווי » מאנטאג יולי 31, 2017 3:35 pm

· #380900
האנדעל דיך אן דער וועקער אויף ת"ב.

דא איז שוין די דראמע פונ'ם ראדימנער פראצעס אריין און א הויכען שטאפל!

דער געוואגטער שפינט דאס וועב אויפ'ן העכסטען פארנעם.

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג אוגוסט 1, 2017 11:42 pm

· #381041
אבער אויב מען וויל נישט צאלן געלט מען האט נישט קיין געלט פאר דעם...

סקרן » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2017 1:51 pm

· #381254
??????????

סקרן » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 11:31 am

· #381696
איך ווייס ס'גייט שוין אויף די נערווען אבער פארוואס איז דאס די איינציגסטער באשרייבונג פון וועקער וואס איז נאכנישט דא?

וואלווי » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 1:54 am

· #381811
ס'דא. ביים נוזסטענד אין ב"פ, מארסי ברודוועי, אין טובי'ס, לעסט באט נאט ליסט, אויף עמעזאן!

א איד » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 4:08 pm

· #384029
דאס קומט פון וועקער נומער 9?

קל וחומר » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 8:12 pm

· #384043
יא. א געוואגטער גנב...

Sent from my LG-LS993 using Tapatalk

הוגה » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 9:46 pm

· #384056
הנאה געהאט ווי אלעמאל. געליינט צוויי מאל. איך ווארט מיט שפאנונג אויפן פארזעצונג.

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 11:01 pm

· #384064
דער געוואגטער יונגל:יישר כח. די מעשה האט מיך געהאלטן צוגענאגלט צו מיין בענקל. איך האב איבערגעליינט א יעדעס ווארט. און א יעדע שורה. און זיך שטארק מחיה געווען. איך בין אזוי ווי א קליין יונגל וואס מ'געט איהם אייזקריעם. ווען ער ענדיגט עס אויפצועסן בעט ער ביי זיין טאטע אדער מאמע אז מ'זאלל איהם קויפן נאך. און ווען ער ענדיגט דאס אויך בעט ער ווייטער אלץ נאך...!

נאך איין באמערקונג.: די אידישע ארבעטס געגנט אין באסטאן זעהט אויס א ביסל אזוי ווי בראדוועי ביי סאוטה 8'טע סטריעט. דארט איז אויכעט דא א פלאמבינג סופליי און א הארדוועיר סטאר...!

סקרן » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 1:09 pm

· #385296
איז דא א המשך אינעם נייע וועקער?

הוגה » זונטאג אקטאבער 8, 2017 6:28 pm

· #386311
ווי אלעמאל איז די פארזעצונג פון דער געשיכטע געווען פון מיינע בעסטע שטיקלעך אינעם וועקער. איך מוז צולייגן אז דער ליטעראטורישע ניווא פון די יעצטיגע קאפיטל איז געווען עפעס אויסטערליש געוואלדיג. סיי די שריפט און סיי די אופן וויאזוי די קאפיטל איז צוטיילט. די פריערדיגע קאפיטלן זענען אויך געווען זייער גוט אבער דאס מאל איז עס געווען אויסנאם גוט, ווי כאילו אן אנדערע שרייבער האט עס געשריבן. איך שרייב דאס אלץ א קאמפלימענט.

אפאר קליינע נקודות:

פון די דאזיגע קאפיטל קומט אויס אז זלאטע זאגט דעם אמת, ווען נישט וואלט די רבי נישט מורא געהאט פון איר שוואנגערן.

דו לייגסט אראפ דער העסטער פארק עפעס אויסערגעווענדליך. איז די קורצע פאעמע אייגנס?

וועלן מיר אמאל אויסגעפונען פון וואנעט דו האסט גענומען די מעשה בכל פרטיה ודיקדוקיה?

מיר קוקן ארויס מיט שפאנונג אויף די קומענדע קאפיטלן. יישר כח!


.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אקטאבער 8, 2017 7:11 pm

· #386315
ווען איינער זאגט אויף א רב ממנו הרתה, וועט דער אמת נישט העלפען.

דער פרק האב איך די מערסטע הנאה געהאט, ווייל אין די אלע פריערדיגע נומער׳ן, זענען מיר געבליבען ביים ענדע מיט די זעלבע שאלות ווי ביים אנהייב. דאס איז די ערשטע מאל וואס עטוואס איז פארענטפערט געווארען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

לעיקוואד » זונטאג אקטאבער 15, 2017 12:15 am

· #386463
אפשר בין איך צומישט, אבער וויאזוי קומט דער העסטער פארק אריין אין דער געשיכטע?

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 16, 2017 11:54 pm

· #386692
דער געוואגטער יונגל: איך האב שטארק הנאה געהאט פון די פארזעצונג פון די געשיכטע אזוי ווי אייביג. אבער איך האב א פראבלעם צו פארשטיין וויאזוי אזא חשוב'ער רב ווי דער ראדימנער רב הרב שאפירא האטציך געלאזט אריינפיהרן אין אזא פאסטקע וואס די שווינדלערין און עקסטארשיאניסט זלאטע רובין האט פאר איהם צוגעגרייט. לאגיש, וואלט ער זי געדארפט אנכאפן ביים קארג און ארויסווארפן אויף די גאס נאכ'ן ערשטן פראוו ארויסצובאקומען א כתב פונ'ם רב אז ער איז זיך מתחייב חתונה צו האבן מיט איהר. און כש"כ נאכדעם וואס זי האט איהם באשולדיגט אז דאס קינד וואס זי האט אבארטעד איז געווען זיינס...!

נעגעל וואסער » פרייטאג אקטאבער 20, 2017 12:09 pm

· #387171
זוחלים ורועדים פון דער נעקסטע ארטיקל @געוואגטער. אין כמוך!

התם ומתמם עם תמימים » פרייטאג אקטאבער 20, 2017 5:30 pm

· #387200
ווען לייגט מען אריין דער פארזעצונג פין וועקער 10 דא אין די שטיבל
איך קען שוין נישט ווארטן..

berlbalaguleh » מוצ"ש אקטאבער 21, 2017 8:41 pm

· #387204
התם ומתמם עם תמימים: דו האסט א ברירה צו קויפן דעם וועקער. ס'קאסט נישט אזוי טייער. א סטעיק אין א רעסטאראנט איז א סאך טייערער. חוץ אויב דו ביסט א קארגער...!

התם ומתמם עם תמימים » מוצ"ש אקטאבער 21, 2017 11:30 pm

· #387211
אנטשולדיגט איך בין נישט קיין קארגע
אבער איך האב נישט קיין איבריגע דאללער
אין איך קויף נאר וואס מען דארף וויכטיג נישט קיין איבריגע זאכן

איך האף אז די פארשטייטס מיר
עס איז דא אזעלכע מענטשן אויף די וועלט וואס האבן נישט קיין איבריגע דאללער'ס.....

אישתישבי » מאנטאג אקטאבער 23, 2017 12:47 am

· #387323
berlbalaguleh
דער געוואגטער יונגל: איך האב שטארק הנאה געהאט פון די פארזעצונג פון די געשיכטע אזוי ווי אייביג. אבער איך האב א פראבלעם צו פארשטיין וויאזוי אזא חשוב'ער רב ווי דער ראדימנער רב הרב שאפירא האטציך געלאזט אריינפיהרן אין אזא פאסטקע וואס די שווינדלערין און עקסטארשיאניסט זלאטע רובין האט פאר איהם צוגעגרייט. לאגיש, וואלט ער זי געדארפט אנכאפן ביים קארג און ארויסווארפן אויף די גאס נאכ'ן ערשטן פראוו ארויסצובאקומען א כתב פונ'ם רב אז ער איז זיך מתחייב חתונה צו האבן מיט איהר. און כש"כ נאכדעם וואס זי האט איהם באשולדיגט אז דאס קינד וואס זי האט אבארטעד איז געווען זיינס...!


מיר האט אויך זעהר געבאדערט דער גאלביליטי פין דער רבי, מיט דער חוצפה פין דער זלאטע, כמעט ווי עס האט מיר געבאדערט דער נאאיווקייט פין דער פריץ אין יוסף מוקיר שבת. אבער אזוי גייט עס, אונז נאאיווע מענטשן ווערען אויסגעניצט דורך די כיטערע חברה.

סקרן » זונטאג דעצעמבער 3, 2017 10:17 am

· #390369
אבער דו ביסט נישט גערעכט האסט נאכנישט ארויפגעלייגט די לעצטע פארזעצונג

הוגה » דינסטאג יאנואר 16, 2018 11:16 pm

· #393600
כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן און ווי אלעמאל האב איך באלד געליינט די נייע קאפיטל אינעם שפאנענדע געשיכטע. דאס שפראך איז צו ארים. איך קען נאר זאגן WOW!!! ביזט א געוואלדיגע שרייבער. וויפיל איך פרוביר נאר צו כאפן ביי א טעות גייט עס מיר נישט. אלע דעטאלן שטומען. February 28 איז יענע יאר טאקע געווען סוף חודש אדר, כ'האב עס אויסגעטשעקט. אגב, ווער איז געווען דער סאסובער פון אמעריקא? כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון אים? וואו איז ער באגראבן געווארן?


.

סקרן » דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:03 pm

· #393728
ביזט אונז נאך שולדיג פון לעצטע מאהל

סקרן » מיטוואך מערץ 7, 2018 8:27 pm

· #397021
סקרן
ביזט אונז נאך שולדיג פון לעצטע מאהל

וואלווי » מיטוואך מערץ 7, 2018 11:57 pm

· #397030
[ציטאט אראפגענומען]


דאבעל טשעק אז אלעס קלאפט ווייל @הוגה האט שוין גרייט די אלטע קאלענדער ביכער פון אנהייב פונ'ם 20'סטען סענטורי...

התם ומתמם עם תמימים » זונטאג מערץ 11, 2018 1:18 am

· #397246
איך בין זייער אנטוישט ...

איך האב נישט קיין איבריגע געלט צו קויפן דער וועקער.. אין זייער שטארק געווארט צו זעהן די פארזעצונג דא אין שטיבל... אין ואינינו.....

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 11, 2018 3:34 am

· #397252
התם ומתמם עם תמימים: איך גיי שוין אויפמאכן פאר דיר א גאו-פאנד-מי פעידזש כדי דו זאלסט דיך קענען ערלויבן צו קויפן דעם וועקער. נעבעך שעפעלע. אדער אפשר גאר וועל איך גיין אין שומרי שבת קאלעקטן געלט פאר דיר. נאר אפשר אין איינווגס קען איך דיר ערלעדיגן א פעקל ביי תומכי שבת. און א פאר מאות אויף דיין קארטל ביים וואוילן פעטער שמואל זז"ג. איך קען אויכעט רעדן צו דזשי. ענד דזשי. אדער איינער פון די אנדערע היימישע סוחרים אז זיי זאללןן דיר געבן א טיש בעקישע פאר פרי. וועלכע סייז ביסטו...לאל...!

זאג נאר. דו האלטסט אונז טאקע פאר אזעלכע תמימים און לעמעטשקעס אז אונז זאללן מיר גלייבן אפילו איין ווארט וואס דו זאגסט. האא. דו קענסט אויפפיקן דעם וועקער ביי בינגא פאר העלפט פרייז. און דו קענסט עס סווייפן אויף דיין פיי סאמעך קארטל. איך 'עלל ערלעדיגן. נעבעך שעפעלע. ר'איז אזוי אונטערדריקט...!

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג מערץ 12, 2018 4:39 pm

· #397327
berlbalaguleh
התם ומתמם עם תמימים: איך גיי שוין אויפמאכן פאר דיר א גאו-פאנד-מי פעידזש כדי דו זאלסט דיך קענען ערלויבן צו קויפן דעם וועקער. נעבעך שעפעלע. אדער אפשר גאר וועל איך גיין אין שומרי שבת קאלעקטן געלט פאר דיר. נאר אפשר אין איינווגס קען איך דיר ערלעדיגן א פעקל ביי תומכי שבת. און א פאר מאות אויף דיין קארטל ביים וואוילן פעטער שמואל זז"ג. איך קען אויכעט רעדן צו דזשי. ענד דזשי. אדער איינער פון די אנדערע היימישע סוחרים אז זיי זאללןן דיר געבן א טיש בעקישע פאר פרי. וועלכע סייז ביסטו...לאל...!

זאג נאר. דו האלטסט אונז טאקע פאר אזעלכע תמימים און לעמעטשקעס אז אונז זאללן מיר גלייבן אפילו איין ווארט וואס דו זאגסט. האא. דו קענסט אויפפיקן דעם וועקער ביי בינגא פאר העלפט פרייז. און דו קענסט עס סווייפן אויף דיין פיי סאמעך קארטל. איך 'עלל ערלעדיגן. נעבעך שעפעלע. ר'איז אזוי אונטערדריקט...!


חבר הכבוד!!

די ווילסטו חוזק מאכן פין מיר פיין... קענסט גיין דורך געלט ווי די ווילסט זאלסט מצליח זיין.. קענסט רעדן צו אלע סוחרים וועסט קענען מקיים זיין מתן בסתר מיט אלע הידורים, ווייל קיינער וועט נישט וויסן ווער עס וועט באקומען, אפי' איך אויך נישט... (בינגא איז נישט אין וויליאמסבורג)

אבער זיי נישט אזוי זיכער מיט זיך אז איך זאל זאגן ליגענט, אין איך האלט קיינען נישט פאר קיין תמימים, איך פראביר קיינעם נישט אריין צו רעדן..
וועל איך איך דיר קלאר מאכן, ב''ה איך דאנק די באשעפער אז אויף וואס איך דארף לעבן האב איך פונקט וויפיל איך דארף אויף ברויט אין מלבושים נאר וויפיל עס פעלט אויס, אבער איבריג געלט דאס נישט, איך וועל אפי' צולייגן, אז ב"ה איך האב נישט קיין קאר, ווייל אויב עס פעלט נישט אויס, דארף מען נישט אויסגעבן אויף דעם, איך בין א מענשט וואס לעבט מיט א חשבון, וואס מען דארף יא אין וואס נישט נישט, איך מיטשע ב''ה גענוג על המחי' ועל הכלכלה, אין די השי''ת העלפט וויפיל עס פעלט אויס, דאס האב איך.

יעצט לגבי דער וועקער, בעצם האב איך נישט אזוי פיל צייט צו ליינען הגם איך האב מורא'דיג ליב צו ליינען אין וויסן, ע"כ איז מיר נישט ווערד צו קויפן אלע מאל, עס איז מיר נישט גרינג, אבער עכ"פ דא אין די שטיבל, ווען איך וויל מיר אביסל זיך אויפרישן קוק איך דא אדורך, אין די מעשה איז מיר מורא'דיג ציענד אשר ע"כ האב איך אזוי שטארק געווארט אז מען זאל די ממשיך זיין אין איך ווארט אויף דעם גאר שטארק, ממילא בין איך אנטוישט...

איך האף אז די פארשטייט'ס גענוג

אין האב הצלחה

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 12, 2018 8:46 pm

· #397330
התם ומתמם עם מימים: איך מיין ח"ו נישט חוזק צו מאכן אדער שפעטן פון קיינעם'ס מצב. זיכער. פאר מיר איז אויכעט נישט גרינג. איך האב אויך נישט איבעריג. נאר די אייבישטער געט ב"ה לכל גויה וגויה די מחסורה...! אבער אכט דאללער אינמאל אין 2 חדשים קען איך נאך אראפרייסן. ווייל סוכ"ס. א יעדער מענטש דארף האבן עפעס וואס זאלל בארואיגן די נערוון פון די טעגליכע אנגעשטרענגטקייט. ווען אונז וואלטן מיר געווען גרויסע בעלי מדריגה. וואלטן מיר זיך אריינגעווארפן אין לערנען בכל רמ"ח איברנו ושס"ה גידנו. אזוי ווי די גרויסע צדיקים און גאונים. זיי האבן געקענט לערנען 22 שעה אין מעת לעת. און פארגעסן פון אלע דאגות אויף די וועלט. אבער אונז פשוטי עם זענען נישט אויף די מדריגה. ממילא דארפן מיר עפעס א לייכטע זאך וואס זאל אונז בארואיגן און אינטערהאלטן. און אין די זעלבע צייט זיין שטארק אינפארמאטיוו. און דאס איז דער וועקער... הצלחה רבה. בשורות טובות...!

הוגה » דאנערשטאג מערץ 29, 2018 7:46 am

· #398680
גאר שפאנענד און אינטערעסאנט באגלייט מיט ארומיגע פאקטן (ביכער, שטייגער פראצעס וכדו') און אפילו בילדער. די עיקר שטוין איך א יעדעס מאל באזונדער וויאזוי דער שרייבער לייגט אראפ די מעשה אויף א געוואלדיגע הויכע פראפעסיאנאלע שטאפל.

איך האב שוין געפרעגט איין מאל, ווער איז געווען דער סאסובער רבי פון אמעריקא? וואס איז געווען זיין ייחוס און וואס איז געווען זיין השפעה אין די נו יארק פון יענע צייטן?


.

סקרן » מאנטאג מאי 7, 2018 5:48 pm

· #401803
איז היינט זיין יארצייט?

סקרן » פרייטאג יולי 27, 2018 12:01 pm

· #409966
איז איינער מסכים מיט מיר אז ס'איז נישט גערעכט וואס מ'טוט מיט אונז קודם געבט מען אונז אפאר קאפיטלעך העכסט אינטרעסאנט
נאכדעם מיטאמאל האט זיך אלעס אפגעהאקט מ'דארף קויפן די וועקער טאמער נישט קומט גארנישט דא ארויף

התם ומתמם עם תמימים » פרייטאג יולי 27, 2018 2:55 pm

· #409975
איך האב שוין עטליכע מאל געבעטן אבער מען מאכט זיך נישט וויסענדיג

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 2:42 pm

· #410845
דער געוואגטער יונגל: ייש"כ. ס'הייסט אז דו זאגסט אז דו האפסט נאך בעז"ה צו האבן פרנסה פונ'ם ראדימנער פראצעס פאר נאך א גוטע פאר יאר...! לכה"פ ביז זלאטע'ס אור אייניקלעך וועללן שוין האבן ווייסע בערד און גרויע שייטלעך. אדער שפיצלעך...!

הוגה » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 7:34 am

· #411054
ווי אלעמאל האב איך זייער הנאה געהאט פון די לעצטע פארזעצונג. ספעציעל האב איך הנאה געהאט צו ליינען ציטאטן פון די שרייבער פון יענע טעג. עס גיבט העכסט צו צום אויטענטישקייט פון די שפאנענדע געשיכטע. עס איז צום באמערקן אז בשעת'ן ארויסברענגן זייער אנטוישטער געפילן לייגן די שרייבער אן די שילד אויפן המון עם פארן נישט קער נעמען פון זייער רבנים אזש זיי דארפן זיך שלעפן קיין אמעריקא נאך געלט. די נעקסטע נאטירליכע פראגע וואלט געדארפט זיין, פארוואס טאקע האבן מענטשן רעספעקטירט רבנים אזוי ווייניג אין יענע צייטן. איך מיין אז די ענטפער איז גאנץ פשוט וידוע לכל.

סקרן » מאנטאג פעברואר 11, 2019 11:38 am

· #424255
סקרן
איז איינער מסכים מיט מיר אז ס'איז נישט גערעכט וואס מ'טוט מיט אונז קודם געבט מען אונז אפאר קאפיטלעך העכסט אינטרעסאנט
נאכדעם מיטאמאל האט זיך אלעס אפגעהאקט מ'דארף קויפן די וועקער טאמער נישט קומט גארנישט דא ארויף

????????

שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג פעברואר 12, 2019 3:16 pm

· #424318
ליינענדיג די מעשה אין קאווע שטיבל אבער היות די אויספיר איז אין די "וועקער" קען מיר איינער זאגן וועלכע וועקער שטייט די המשך
כ'וועל עס קויפן online
יאשער קויעך

סביב העולם » דינסטאג פעברואר 12, 2019 4:32 pm

· #424327
סקרן
סקרן
איז איינער מסכים מיט מיר אז ס'איז נישט גערעכט וואס מ'טוט מיט אונז קודם געבט מען אונז אפאר קאפיטלעך העכסט אינטרעסאנט
נאכדעם מיטאמאל האט זיך אלעס אפגעהאקט מ'דארף קויפן די וועקער טאמער נישט קומט גארנישט דא ארויף

????????

כ'קען נאר אזויפיל זאגן, אז אויב לעבסטו אין א מיינונג אז איינער איז דער עפעס מחוייב, לעבט איר אין א גרויסן אירטוהם, און ווען איר וועט זיך אויפוועקן וועט עס זייער וויי טוהן... איז בעסער זיך אויפצואוועקן יעצט, ויפה שעה אחת קודם. ער מעג שרייבן וואס ער וויל, לייגן וואו ער וויל. אנלעסס איר האט אים באצאלט אן איינגאבע און ער האט אייך אויסגעפאפט, וואס אין אזא פאל קענט איר אויך נישט טוהן עפעס מער ווי גיין צו גבעת המורה וואס וועט אייך געבן א שמתא אויף יענעם.

הוגה » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 7:58 pm

· #436572
כ'בין געווארן אביסל טרויעריג ווען כ'האב אויפגעמישט די וועקער און נישט געפונען א פארזעצונג צום ראדימנער פראצעס. @אנאנים, ווי מיס יו.

כוכב » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 9:56 pm

· #436587
וגם אני מצטרף לדעת הרבנים הגאונים הנ"ל ועזבאה"ח.

קאלטגעבראטן » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 10:50 pm

· #436588
גם אני מצטער/מצטרף

מיימון » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:25 pm

· #436589
אפשר אז מען וועט מער אפרישיעיטן די שרייבערס וועט מען זיך נישט דארפן וואונדערן אז מען שיקט נישט קיין ארטיקלען. Just saying.

לבי ובשרי » זונטאג מערץ 22, 2020 4:57 am

· #444086
שבת נאכמיטאג האב איך דערווישט א הויפן אלטע וועקערס וואס איך האב שוין בשעתו דורכגעלייגנט כמעט ס'גאנצע, אבער מאיזה סיבה שהוא האב איך אלעמאל אויסגעלאזט דער ראדימנער פראצעס ארטיקלען, כ'ווייס נישט פארוואס, מעגליך וויבאלד כ'בין נישט אזוי פארליבט אין פיקציע און פארזעצונגען, און קארענט נושאים האבן א דין קדימה.

אבער, היינט האב איך זיך עפעס באגעגנט אינעם וועקער אין וועלכע ס'איז געשטאנען די כראנאלאגיע פון די ראדימנע ארטיקלען, און כ'האב אנגעהויבן כאפן וואסאפרא אוצר כ'האב ארויסגעלאזט פון מיין הענט נישט ליינענדיג די ארטיקלען ביז איצטערט.

באותו מעמד וזמן האב איך אנגעהויבן ליינען די ארטיקלען, ביז, אפס... ערגעצוואו סוף פון די ארטיקלען שטייט המשך יבוא און דארט ענדיגט זיך עס... פארזעצונעג ערשיינט נישט אין די אנדערע וועקערס דאכט זיך.

א כראנאלאגישער איבערבליק וואס עס דורך אויפ'ן רבי'ן און זלאטע ביים פראצעס טוט מיר נישט אזוי נייגערן, טראצדעם וואס @אנאנים האט אראפגעלייגט א מאסיווער דזשאב מיט אלע פארבן, אריינברענגנדיג דעם ליינער אין יעדן מצב, די אטמאסעפערע און געריכט זאל אא"וו. כ'נייגער נאר אויף למעשה, וואס איז געבליבן סוף פסוק? ווער איז ארויס א גערעכטער? און וואס האט זיך אין ענדע אויסגעקאכט?

באזונדער איז מיר געפאלן די דאקומענטן און בילדער וואס געוואגטער האט צאמגעשלעפט פון אלע עקן און געשריבן ערנסטע קעפשנס ווי כאילו מ'דעקט א באריכט וואס האט אויפגעשוידערט דעם יהדות החרדית און די גאנצע וועלט...

אייניגע קושיות האב איך נאר,

- וועמען זעט מען טאקע אין די 'זעלטן קלארע בילדער' וואו געוואגטער געבט אן אז דאס איז זלאטע און דער צדיק הרב רובין?...

- ווער איז דער ניו-יארקער - סאסובער רבי?...

ביבער » דינסטאג אקטאבער 6, 2020 10:47 pm

· #459816
לבי ובשרי

א כראנאלאגישער איבערבליק וואס עס דורך אויפ'ן רבי'ן און זלאטע ביים פראצעס טוט מיר נישט אזוי נייגערן, טראצדעם וואס @אנאנים האט אראפגעלייגט א מאסיווער דזשאב מיט אלע פארבן, אריינברענגנדיג דעם ליינער אין יעדן מצב, די אטמאסעפערע און געריכט זאל אא"וו. כ'נייגער נאר אויף למעשה, וואס איז געבליבן סוף פסוק? ווער איז ארויס א גערעכטער? און וואס האט זיך אין ענדע אויסגעקאכט?

באזונדער איז מיר געפאלן די דאקומענטן און בילדער וואס געוואגטער האט צאמגעשלעפט פון אלע עקן און געשריבן ערנסטע קעפשנס ווי כאילו מ'דעקט א באריכט וואס האט אויפגעשוידערט דעם יהדות החרדית און די גאנצע וועלט...

אייניגע קושיות האב איך נאר,

- וועמען זעט מען טאקע אין די 'זעלטן קלארע בילדער' וואו געוואגטער געבט אן אז דאס איז זלאטע און דער צדיק הרב רובין?...

- ווער איז דער ניו-יארקער - סאסובער רבי?...


דער ביכל Bad Rabbi ברענגט צווישן אנדערע אויך אראפ די ראדימנע מעשה, און (ספוילער אלערט!) די ענדע איז געווען גוט פאר'ן רבין.
כ'האף אז @אנאנים וועט נאך צוענדיגן די באשרייבונג. דער בוך'ס ווערסיע איז ווייט נישט אויף אזא הויכן ניווא.

בענבען » דינסטאג יאנואר 25, 2022 5:02 pm

· #492834
איז דא א מעגליכקייט צו לייענען די המשך אהן קויפן די וועקערס?
אפשר נאר קויפן די המשך?
בלאט: 1 2 3