יאסל ראקאוועראיך קען זאגן הונדערט פראצענט איך האב געקלאפט וידוי אויף עבירות איך האב נישט געטון די יאר און איך בין גאנץ א גרויסע עבריין. ליידער. שטעלט דיר פאר די אידן אין ראדני וואס ער דארף טראכטען ווען ער הערט נישט אויף קלאפען אויף עבירות וואס ער האט נישט געטון אין ווילדסטען חלום.
ס'איז אזא מאנטאליטי פון ליגענט אז מ'זאגט ליגענטס אפילו פאר גאט אז מ'האט געטון עבירות וואס מ'האט קיינמאל נישט געטון.
דא איז דר. יצחק פעדער מסביר אז די געדאנק פון די פייטנים פון פורט זיין כל מיני חטאים אין די ווידוי איז מיוסד אויפ׳ן ביבלישען מאדעל (אין די קאנטעקסט פון אירע צייטן און די קולטורן ארום איר) אז טאמער טוהט מען עפעס שלעכט קומט עונשים אפילו מ׳איז נישט באוואוסטזיניג דערפון, וממילא איז מען פורט וואס מען קען נאר אלס אפשר אפשר אפשר וכו׳.