☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » זענען אידן ביאלאגיש אנדערש פון גויים?

זענען אידן ביאלאגיש אנדערש פון גויים?

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10575
בלאט: 1 2

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 27, 2017 8:47 pm

· #367068
שבת אחים: ייש"כ פאר דיינע ווארעמע דיבורים. נאר דער עולם איז בכלל נישט אינטרעסירט וואספארא בויך ווייטאג בערל בעל עגלה האט מיט די בלעז"ן פון רש"י. צי זאלל זאס זיין שיפער פלינצעסע דינין פישיש. אדער מישענדע. אדער דער שטירנער/שטירמער. גלייב מיר ווען דער עולם זאלל ארויסווייזן א ביסל אינטרעסע וואלט איך געשריבן און מפרש געווען די בלע"ז ווערטער פון רש"י א יעדע וואך אויף די פרשת השבוע. און אויף די בלע"ז ווערטער פון רש"י אויף די גמרא. נאר ס'ליגט פאר (כמעט) א יעדן אין די לינקע פיאה. סאו פארוואס זאלל איך אויסברענגען צייט. און רעדן צו די ווענט. בעסער לערן איך עס אליינס. פאר מיר...! נאר ס'איז א שאד. ווייל דאס איז באמת אן אומשאצבארער אוצר. נאכמער פון דעם גאליציאנער אוצר...!

שמעון וואלף » פרייטאג מערץ 31, 2017 1:55 am

· #367726
מיש-נייעס
כ'אב געהערט אמאל אז דער חתם סופר זאגט אויף א פלאץ אז די מאמע-מילך איז אנדערעשביי אידישע ווי ביי גויאישע, (איך געדענק נישט פונקטליך איך מיין אין קאליר) מאכט סענץ, אדער אין בין מיך טועה?


אין מס' ע"ז זאגט די גמרא עפעס אזא לשון: שאני עכו"ם דאכלי שקצים ורמשים חבלי גופיהו. זאגט די ח"ס אז לפי"ז וועט אויסקומען אז די גוף פון א איד איז אנדערש ווי א גוי און רפואות וואס זענען געפארשט געווארן אויף א גויאישע גוף מוז נישט זיין אז ס'וועט ווירקן אויף א איד. די ח"ס שטייט אויך אין די תשובות און אין די דרשות.
דאס וואס מ'האט דא אויבן אראפגעברענגט וועגן די ציינער, שטייט אין מגלה עמוקות פרשת בהעלותך אויפ'ן פסוק הבשר עודנו בין שיניהם אז נאר אידן האבן ל"ו ציינער. גוים האבן מער אדער ווייניגער

פרייוויליג » פרייטאג מערץ 31, 2017 9:20 am

· #367754
די ציינער צאל איז פאלטש. עס נעמט נישט מער ווי עפענען די מויל און ציילן. א מענטש פארמאגט 32 ציינער אינקלאדינג די וויסדאם ציינער. קען זיין דער בעל המאמר רעכענט די נאז אויער אדער פינגערס פאר ציינער. אדער בין איך גאר א גוי.
📎 9A4954CE-2BE9-41AD-AF18-9E9FB80D16EE-3162-000002E4D5908ABA.jpeg

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 31, 2017 6:55 pm

· #367816
פרייוויליג: נאר איין ווארט...לאל...!

מיש-נייעס » זונטאג אפריל 2, 2017 4:20 am

· #367864
שמעון וואלף
מיש-נייעס
כ'אב געהערט אמאל אז דער חתם סופר זאגט אויף א פלאץ אז די מאמע-מילך איז אנדערעשביי אידישע ווי ביי גויאישע, (איך געדענק נישט פונקטליך איך מיין אין קאליר) מאכט סענץ, אדער אין בין מיך טועה?


אין מס' ע"ז זאגט די גמרא עפעס אזא לשון: שאני עכו"ם דאכלי שקצים ורמשים חבלי גופיהו. זאגט די ח"ס אז לפי"ז וועט אויסקומען אז די גוף פון א איד איז אנדערש ווי א גוי און רפואות וואס זענען געפארשט געווארן אויף א גויאישע גוף מוז נישט זיין אז ס'וועט ווירקן אויף א איד. די ח"ס שטייט אויך אין די תשובות און אין די דרשות.
דאס וואס מ'האט דא אויבן אראפגעברענגט וועגן די ציינער, שטייט אין מגלה עמוקות פרשת בהעלותך אויפ'ן פסוק הבשר עודנו בין שיניהם אז נאר אידן האבן ל"ו ציינער. גוים האבן מער אדער ווייניגער

יישר כח עס איז מיר געליגן אין קאפ אבער כ'אב נישט געוויסט אז דא אין קאווע שטיבל וועל איך טרעפן אזעלכע בקיאים

cictim » זונטאג אפריל 2, 2017 7:40 am

· #367868
קיבלתי שדוקא לישראל יש ל"ב שינים וכו' אבל לאומות העולם יש ל"ג עי"ש

<a class="postlink" href="http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=20804&st=&pgnum=19&hilite=">http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 19&hilite=</a>

אישתישבי » זונטאג אפריל 2, 2017 9:17 am

· #367871
עס איז אמאל געוועהן א שערוריה ווייל ר' חיים קניבסקי האט געטייטשט עפעס לויט דער הנחה אז אידען האבן איין ציין מער ווי א גוי.

דער חתם סופר האלט אזוי לגבי נאך זאכען, לגבי הלכות נדה, זיך פארלאזן אויף א גוי'שע דאקטאר, ווייל אונז האבען אן אנדערע טבע, און נאך זאכען.

עס איז פשוט אז דער אנגענומענער פסק היינט איז נישט ווי חתם סופר, איך האב נישט געהערט א רב זאל פסק'נען אז מען טאר זיך נישט פארלאזן אויף א דאקטער בימינו.

דער יסוד מעיקרא האבן די דייטשן ימ"ש אויך געהאלטן, און בשעת די מלחמה ווען זיי האבען געמאכט זייערע עקספערימענטן אויף אידען רח"ל, צ.ב.ש. ווען א מענטש שטארבט אין הייס וואסער וכדומה, האבען זיי געטוישט אלעס מיט דער הנחה, ד.ה. אויב דער איד איז געשטארבן ווען דער היץ פין דער וואסער איז געווען 170 גראד, האבען זיי געשריבן 190, ווייל דער גוי פין דער אריאנער ראסע, קען פארטראגן מער.

אישתישבי » זונטאג אפריל 2, 2017 9:28 am

· #367872
בנוגע דער חילוק פין אידען און גוים ביאלאגיש, דארף מען בעסער מגדיר זיין ביאלאגיש, וואס מיינט דאס? די איטאליענער גוים זענען אנדערש ביאלאגיש ווייל זיי האבען אן אנדערע נאז? די כינעזער זענען אנדערש מיט זייערע צורה? איז דאס ביאלאגיש אנדערש? ווייל טאמער יא, איז דא אזויפיל סארט אידן, טאקע וועגען דער סיבה אז אידן זענען אנגעקומען אין אלע געגענטער און דארט חתונה געהאט מיט לאקאלע גויאישע פרויען, און פין זיי איז געווארן א אידישע דור, ממילא איז דא חילוקים אין אלע געגענטער.

די אידען פין בראזיל למשל האבען א אייגנארטיגע צורה, און דאס איז למרות זיי זענען אנגעקומען דארט נישט לאנג.

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 2, 2017 11:43 am

· #367882
אישתישבי: לויט מיין באגרעניצטע וויסנשאפט אין ביאלאגיע קענמען לערנען פשט אז ס'איז דא צווייערליי באשטאנדן וועלכע באשטימען די אויסזעהן פון א מענטש. איינס, די.ען.עי. וואס איז די גענעטישע צוזאמשטעל פון דעם מענטש. דאס האט הויפטזעכליך צו טון מיט אפשטאם. דאס קענמען נישט טוישן. נאכדעם איז פארהאן אזא מאס וואס הייסט בי.עם.איי. באדי מעסס אינדעקס. דאס האט מערסטנס צו טון מיט די קלימאט און די געגנט וואו מ'וואוינט. און די דייעט פון דעם מענטש...דאס באשטימט מערסטנס אויב מ'איז א הויעכער דינער אדער אן עגיל ואשמח...! ס'הייסט, ס'איז נישט קיין דעטערמינענט, נאר א מאס. פראפארציאנעל ווי הויעך און ברייט דער בר נש איז און וויפיהל ער/זי וועגט.
בלאט: 1 2