☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב

אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב

69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10561
בלאט: 1 2

גאנצל » דינסטאג מאי 31, 2016 10:46 pm

· #335614
אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
אין א אנדערע אשכול האט זיך ערווארבן א שמועס בנוגע דעם סוקסעס פונעם עירוב

האט מיר עס געברענגט צום געדאנק אז אפשר איז שוין טאקע צייט פאר סאטמארע רבנים צו מתיר זיין דעם עירוב ?

איז אזוי די איסור פונעם עירוב דורך די סאטמארע קהלה באשטייט פון 3 סעיפים

א) זיכו פת

און דאס איז די בירור פונעם ק"י -אומאפיציעילער סאטמאר- דיין שליט"א

אז היות כדאי צו מתקן זיין עירובין מוזן זיך אלע תושבי העיר משתף זיין אין א פת (עפעס אזוי ......... געדענק יעצט נישט קלאר פונקליך) אבער אזוי ווי ביי דעם פאל זענען רוב תושבי ווימ"ס דערקעגן צו האבן א עירוב ע"כ איז דא א ערנסטע חשש אינעם זיכו פת וואס ע"כ האט דער דיין אויסגעפירט 'איז א איסור גמור' זיך צו באנוצן מיטן עירוב

ב)דעת רביה"ק


די רבי הדברי יואל זי"ע האט נישט געהאלטן פונעם עירוב

ג) אחראי אויפ'ן עירוב

ועתה אבאר די צדדים אז מ'זאל שוין מתיר זיין

קודם
הקדמה


איך רעד יעצט נישט צו מ'האט געזאלט 'לכתחלה' זיך צושטעלן צום עירוב איך רעד יעצט נאכדעם וואס דער עירוב איז שוין דא, ס'שטייט שוין, ס'איז א מציאות, וואס איז פשט פון אנהאלטן דעם איסור דערויף נאך אזויפיל יאר איז עס דען נישט קיין חוכא וטלולא ס'איז דאך דא און א שיינע % מענטשן וואס טראגן דאך מיטן עירוב איז דען טאקע שייך צו זאגן אז דיין שכן איז עובר אויף חילול שבת יעדע וואך ? און נאך מער אפילו 'דו אליין' ווען דו טראגסט בשוגג בלייבסטו דען שולדיג א חטאת ביים טאג פון משיח ? טראכסטו דען נישט ביי דיר אז ס'איז גוט ס'איז דאך דא אויף וועם זיך צו פארלאזן ? מ'קען היינט ברייט זאגן אז רוב תושבי העיר זענען שוין געהעריג מסכים און אפשר זיך שוין אמאל באנוצט בעקיפין מיטן עירוב אויב אזוי אמאי למה פ"וו זאל מען זיך נישט צוזאם נעמען און אפיציעיל מתיר זיין והכל על מקומו יבא

איי מ'האב 3 סיבות איז אזוי

א) זכוי הפת


פאלט דאך גראד אוועק ווייל אזוי ווי געזאגט רוב תושבים ווילן היינט דעם עירוב און כש"כ אז דו וועסט עס מתיר זיין מאן דכר איז דאך קלאר אז ס'פאלט אוועק

ב) דעת רביה"ק


מ'האט דאך נישט געהערט דעת רבינו נאר ביים 'לכתחלה' אז ער האט נישט געמאכט קיין עירוב אבער בדיעבד אפשר וואלט ער מיטגעשטאנען

דאס איז קלאר אז דעם רבינס חשש איז נישט געווען קיין דאוריתא'דיג'ע פראבלעים ווי למשל אז בעדפארד איז א רשות הרבים דאוריתא וכדו' ווייל ווען יא וואלט מען עס געהערט פונעם דיין ר' געציל פונעם רבי'ן און פון אנדערע מ'האט דעס אין ערגעץ נישט קלאר געהערט

נאר וואס יא יעדער פארשטייט אז תיקון עירובין איז נישט קיין דיעבד און די רבי זצ"ל -אלמלא ער וואלט געהאלטן דערפון- וואלט דאס געווען איינע פון זיינע ערשטע פעולות 1) ווייל ס'איז מבורר אין שו"ע אז ס'איז מצוה לתקן עירובין 2) ווייל דאס איז אזוי געווען אינדערהיים יעדע שטאטס רב האט געמאכט א עירוב אין שטאט מ'פלעגט דאך האלטן אין איין טראגן, סידורים אין ביהמ"ד טשאלענט פלעגט מען אויך טראגן נישט יעדער האט געהאט ווי צו האלטן ווארים די טשולענט דער ייטב לב זצ"ל איז געגאנגען בנפשו אהער צו שטעלן א עירוב אין סיגוט, און רביה"ק וואס האט זייער געוואלט אז אלעס זאל זיין ווי אינדערהיים וואלט ווי פארשטענדליך גלייך מתקן געווען עירוב
און וויבאלד ער האט למעשה דאס נישט געטון איז אנגענומען אין סאטמאר אז רבינו ז"ל האט נישט געהאלטן דערפון, בבחינת גזירת הכתוב טעם כמוס ס'דארף צו הייסן אז בימי פונעם רבי'ן זצ"ל הברך משה איז געווען אמאל א שמועס אז מ'זאל מאכן א עירוב און ער האט געאנטווארט אז היות די פעטער האט עס נישט געמאכט מאכט ער עס אויך נישט און ווי יבדלח"ט די רבי שליט"א האט געזאגט אז 'ביי דעם פאל קען מען זאגן לא ראינו ראי' ' אז דעס אז די פעטער האט במציאות נישט געמאכט איז א ראי' אז ער האט נישט געהאלטן דערפון אן אנדערס מאל האט ער געזאגט 'די פעטער ז"ל האט זיכער נישט געהאלטן פון א עירוב דא אין שטאט הא ראי' אז ער האט נישט געמאכט' און דאס איז אלס על זו הדרך אז וויבאלד די רבי האט געטון אין אלע עניני דת ווי זביחה מקוה וכדו' וואלט ער אין עירובין אויך געדארפט ווען עוסק זיין און נאך מער וויבאלד ער האט געוואלט אלעס זאל זיין ווי אינדערהיים אין אייראפע איז דאס וואס ער האט נישט געמאכט דעם עירוב די ראי' אז ער האט נישט געהאלטן דערפון

אבער יעצט אז דער עירוב איז שוין דא 15 יאר און ווי אויבן געשמועסט איז דאך די גאנצע נישט טראגן א שטילע געלעכטער אויב אזוי דארף צען ווען זיך אראפזעצן פריש און דן זיין אולי וואלט די רבי אין אזא פאל יא ווען מתקן עירובין געווען


ג) אחראי אויפ'ן עירוב



לאמיר צוריק גיין צו דעת רביה"ק פארוואס האט טאקע די רבי נישט געהאלטן פון קיין עירוב די איינציגסטע פארשטענדליכע סיבה איז ווייל טאקע אינדערהיים ווי מ'האט געמאכט א עירוב אין יעדע שטאט איז געווען איין שטאטס רב מיט זיין קהלה וואס יעדער תושב אפגעזען פון וועלכע חסידות/שורש ער קומט האט ער זיך מיט געוויסע זאכן -ווי טאקע שחיטה און כ'מיין מקוה והמסתעף אויך ,- זיך געמוזט צושטעלן צו דעם דעת יחידאה פונעם שטאטס רב ס'איז באקאנט ביי אונזער גזע אויך געוויסע זאכן וואס דער ייט"ל האט נישט געוואלט משנה זיין פון סיגוט רביה"ק אין סאטמאר האט דוכט זיך אויך נישט געשטעלט לגבי אשכנז זאכן אינעם שטאטס שול וכו' עכ"פ ס'איז געווען אין דת זאכן ובפרט אין עירוב וואס מ'קען דאך נישט מאכן צוויי............ האט זיך יעדער צוגעשטעלט צו איין קערפערשאפט און דער אחריות פונעם עירוב איז געליגן אויף איינעם האט מען געקענט מאכן אן עירוב אין א גרויסע שטאט

אין נוי יארק איז דאך אבער נישט אזוי -אין לאנדן,אנטווערפן,מאנטשעסטער,ירושלים איז נאך היינט אזוי- דערפאר איז דאס לכוארה געווען דעם טעם פון רבינו זצ"ל אז ער האט געהאלטן אז בעסער אז מ'מאכט נישט א ראי' צו דעם האסטו אז אין קר"י ווי ער האט געוואלט ס'זאל זיין א שטאטס רב און ז' טובים וכו' אזוי ווי אינדערהיים האט ער פון די ערשטע זאכן געמאכט א עירוב

נמצא אז דער ענין פון אחראי אויפ'ן עירוב איז געווען די שטער און עס איז לכוארה פאר 15 יאר צוריק אויך געווען די שטער צו מאכן דעם עירוב סיי אין ווימס און סיי אין ב"פ

אבער יעצט אז ס'איז שוין דא אפשר וואלט שוין געווען צייט אז מ'זאל זיך אראפזעצן און מאכן איין גאר נייטראלע רב מיט א וועד געשטעלט ספעציעיל און בלויז פאר'ן עירוב און יעדער זאל זיך אויף זיי פארלאזן וועט אוועקפאלן סיי די די דריטע פראבלעים און אזוי אויך פראבלעם ב) וועט אויך אוועקפאלן און צוזאמען ציט דעם וועט פראבלעים אוועק פליען

און מ'זאל מתיר זיין זיך צו באנוצן מיטן עירוב

איך אויך » דינסטאג מאי 31, 2016 10:52 pm

· #335615
פארוואס זאגסטו אזוי? אודווארי רב זצ''ל און ר' יחזקאל ראטה שרייען חיי וקיים אז דער רבי ז''ל האט יא געוואלט א עירוב.

גאנצל » דינסטאג מאי 31, 2016 10:54 pm

· #335616
איך אויך
פארוואס זאגסטו אזוי? אודווארי רב זצ''ל און ר' יחזקאל ראטה שרייען חיי וקיים אז דער רבי ז''ל האט יא געוואלט א עירוב.


איך רעד לויט סאטמאר דיינים

צווייטנס פ"וו האט טאקע די רבי נישט געמאכט אויב האט ער געהאלטן דערפון ?

ירא שמים » דינסטאג מאי 31, 2016 10:55 pm

· #335617
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
די רבי איז געווען קעגן דעם עירוב אינדערהיים אויך כידוע די עירוב פון קרן לדוד, ממילא קען מען נישט מתיר כל עירוב שהוא. (סיידן סאיז אונטער די ״שטרענגע״ השגחה פון קהל ייטב לב…)

איך אויך » דינסטאג מאי 31, 2016 10:56 pm

· #335619
ר' יחזקאל איז דאך אויך געווען א סאטמארע דיין בשעתו ניין? פארוואס גלייבסטו ענדערש די היינטיגע ווי עם? לויט זיי האט דער רבי געוואלט א עירוב ולא איסתייעא מילתא.

גאנצל » דינסטאג מאי 31, 2016 10:57 pm

· #335620
@ורא שמים

מקור ?

דעס איז אמת אדער האסטו דעס אויך געהערט פונעם פאיע רב ?

גאנצל » דינסטאג מאי 31, 2016 10:59 pm

· #335621
איך אויך
ר' יחזקאל איז דאך אויך געווען א סאטמארע דיין בשעתו ניין? פארוואס גלייבסטו ענדערש די היינטיגע ווי עם? לויט זיי האט דער רבי געוואלט א עירוב ולא איסתייעא מילתא.


ע"ז אנו דנין אז יעדער זאל מסכים זיין מיט ר' יחזקאל

ליפא » דינסטאג מאי 31, 2016 11:01 pm

· #335623
דיין הנחה אז רוב שטאט איז מסכים מיטן עירוב איז לכאורה פאלש. טייטש אויב זאל מען מאכן וואלן אויף יא אדער ניין וועט ניין געווינען

גאנצל » דינסטאג מאי 31, 2016 11:03 pm

· #335624
ביסט אזוי זיכער ?

און נניח אז דו ביסט גערעכט איז דאך דאס אויך נאר ווילאנג ס'איז דא א ערעור אויף דעם מצד דייני סאטמאר

ירא שמים » דינסטאג מאי 31, 2016 11:12 pm

· #335626
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
פארמאכטע וואלן אדער אפענע וואלן?

mevakesh » דינסטאג מאי 31, 2016 11:14 pm

· #335627
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
איז דא עפעס א סיבה פארוואס מען זאל ענדערש מתיר זיין די עירוב יעצט מער ווי אמאל?
אגב מען רעדט דא וואס די רבי האט געהאלטן וויל איך מעורר זיין אז דא איז נישט א פורום פנימי פאר חסידים פונעם רבין און ווען מען רעדט פונעם רבין זאל מען ארויסשרייבען וועלכע רבי
פאר אפאר סיבות קודם נישט יעדער ווייסט גראד פון וועלכע רבי מען רעדט און צוויטענס אפילו מען ווייסט יא מאכט עס אז מענטשן וואס דאס איז נישט זייער רבי זאלן נישט פיהלן באקוועם דא

גאנצל » דינסטאג מאי 31, 2016 11:16 pm

· #335628
ווער האט דען געאסרט דעם עירוב נאר סאטמאר..........

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 31, 2016 11:27 pm

· #335630
באדעם ליין, אלע טעמים דרייט זיך ארום די איינע טעם אז די סאטמאר רב ז"ל האט נישט געהאלטן דערפון.

ר' יחזקאל האט טאקע געשריבן אין זיין בריוו ווען ער האט מתיר געווען די ב"פ עירוב "היות שכבר נעשה עירוב" וכו'. לכתחילה האט ער עס נישט געשטיצט (עכ"פ אזוי האט עס געהייסן) אבער איינמאל ס'געווארן א מציאות האט ער עס מתיר געווען.

במאמר המוסגר: וואס ר'געציל האלט איז באמת נישט נוגע וויבאלד ב"פ און וומ"ס פארמאגן ב"ה אייגענע דיינים אויף וועם מ'קען זיך רואיג פארלאזן.

וזרח השמש » מיטוואך יוני 1, 2016 1:13 am

· #335649
גאנצל


א) זיכו פת

און דאס איז די בירור פונעם ק"י -אומאפיציעילער סאטמאר- דיין שליט"א

אז היות כדאי צו מתקן זיין עירובין מוזן זיך אלע תושבי העיר משתף זיין אין א פת (עפעס אזוי ......... געדענק יעצט נישט קלאר פונקליך) אבער אזוי ווי ביי דעם פאל זענען רוב תושבי ווימ"ס דערקעגן צו האבן א עירוב ע"כ איז דא א ערנסטע חשש אינעם זיכו פת וואס ע"כ האט דער דיין אויסגעפירט 'איז א איסור גמור' זיך צו באנוצן מיטן עירוב



א) זכוי הפת


פאלט דאך גראד אוועק ווייל אזוי ווי געזאגט רוב תושבים ווילן היינט דעם עירוב און כש"כ אז דו וועסט עס מתיר זיין מאן דכר איז דאך קלאר אז ס'פאלט אוועק


לויט ווי איך פארשטיי, דארף יעדע איינציגע יחיד מסכים זיין, אז ס'זאל נישט זיין די דאזיגע פראבלעם, און דאס וועט קיינמאל נישט פאסירן! ווייל די יחידי סגולה ציממערמאן וחברו, וועלן קיינמאל מסכים זיין אויף א כשר'ן עירוב

און נאכמער ווער ס'זאל נאר זיין, ערשט צי זאגן אז די עירוב איז כשר, וועט די אנדערע צד שרייען כל מיני זאכן, פארוואס ס'איז א פראבלעם, פשוט ווייל די אנדערע צד האט עס געזאגט קען איך נישט מיטגיין מיט יענעם

ביליג » מיטוואך יוני 1, 2016 2:48 am

· #335655
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
ר אנשיל קרויס (נו אן אשכול אויף עם ביטע ) האט צוזאם גענימען געלט צו מאכן אן עירוב און הרה"ק מסאטמאר האט עם געגעבן א גרויסכ סכום -ער איז נישט געווען קיין נצרך

מקען מזכה א פת לויט רוב פוסקים זיין שלא מדעת למשל אראפ שטעלן אייער קיכלעך מיט הערינג לע"נ .. אדער א באקס בילקלעך אין ראדני שלש סעודת
ווען ציממערמאן לרפ"ש גייט נאך געלט געב עים א דאלאר און בעט עם טשענש
זאג עם אז ער האט זיך יעצט משתתף געווען מיט די געלט פאר די פת -או וועט ער שפרינגען
געדענק צו האבן בעטטערי אויפ'ן טעלעפאן פאר די קליפ

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 1, 2016 6:39 am

· #335657
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
עמממםם, מ'קען נישט מזכה זיין בע"כ און מ'קען נישט געבען א דאללאר און דערנאך זאגען אז ס'איז פאר פת. ביזנעס גייט נישט אזוי.
ר' י. ראטה איז דוכט זיך ווייניג געווען אין אמעריקא בחיי דער קראלי רבי'ן און ס'איז מיר שווער צו גלויבען אז ער קען דעת קדשו מקרוב.

ווען מענטשען האבען זיך גערעגט אויפ'ן עירוב, האבען די פרא-עירוב פארטיי צוריק געשריגען "אז דו ווילסט נישט, טראג נישט! וואס איז דאס דיין ביזנעס?" א פאלשע טענה, אבער הנח להם. יעצט וויל גענצל זאגען וויבאלד ס'שטייט שוין פופצען יאר, דארף מען עס מתיר זיין. הייסט'ס ס'איז יא זייער ביזנעס, ס'איז זיי יא נוגע. זיי מוזען נעמען דיין עירוב לאחר המעשה אין חשבון.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

טאמבל סאס » מיטוואך יוני 1, 2016 6:55 am

· #335658
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
ליטוואק פון בודאפעסט
עמממםם,

אט אזוי, רק עכשיו הבנתי פירושו. בפעם האחרונה גוגלתי ולא מצאתי. עממם מילון? עממם, לא נמצאו תוצאות.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 1, 2016 6:57 am

· #335659
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
עמם אויף ענגליש אותיות איז goo. וווען איך פארגעס צו טוישען פון לה"ק אויף ענגליש און איך וויל שרייבען גוגל, קומט אויס עמם

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

מפוזרי » מיטוואך יוני 1, 2016 8:55 am

· #335661
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
אין א פלאץ וואו מ'מעג נעמען פת בע״כ, דהיינו דארט ווי יענעמס אי השתתפות אסר'ט, קען מען אויך מזכה זיין בע״כ.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 1, 2016 9:09 am

· #335663
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
מפוזרי
אין א פלאץ וואו מ'מעג נעמען פת בע״כ, דהיינו דארט ווי יענעמס אי השתתפות אסר'ט, קען מען אויך מזכה זיין בע״כ.

כפי מיטב ידיעתי, איז א מענטש א בעלעבאס אויף זיין פארמעגען און טאמער ער וויל עפעס נישט באקומען, איזמעס נישט זיינס.
איך ווייס אז די יונגעלייט וואס די פרא-עירוב פארטיי האט געדינגען צו שרייבען אקעגען די אנטי-עירוב פארטיי האבען שוין מצליח געווען צו טרעפען און שאפען מראה מקומות אויפצוווייזען אז מ'קען מזכה זיין בע"כ (געדענק, איך בין אין די אינדוסטרי), אבער למעשה איז עס נערישקייטען

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

מפוזרי » מיטוואך יוני 1, 2016 9:14 am

· #335665
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
א בפירושע תשובות הרשב״א.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 1, 2016 9:22 am

· #335668
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
און וויפיל האט מען דיר באצאלט דערפאר?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

מפוזרי » מיטוואך יוני 1, 2016 9:31 am

· #335670
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
אַדרבא, דו ביסט דאך אין דער ליין, וויפיל איז אזא מראה מקום ווערד?

יהושע חיים » מיטוואך יוני 1, 2016 9:36 am

· #335671
וועגן משתתף זיין און דער פת בע"כ איז דא א ר' שלמה קלוגער
מען האט געפרעגט ר חיים לייב כ"ץ דערוועגן האט ער געזאגט אז ער פארלאזט זיך אויף דער ר שלמה קלוגער און עס איז נישט קיין קולא ווייל אין אלע דורות האט מען זיך פארלאזט אויף דער ר שלמה קלוגער די פראבלעם איז נאר ער רעד פון שנה ופירש'ניקע משא"כ דא

קל וחומר » מיטוואך יוני 1, 2016 10:39 am

· #335682
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
דאכציך אז ס'גייט צו בשכירות שר, וויבאלד די שר האט די אמת'ע בעלות איבער דיין הויז (טאמער איז ער מחליט צו בויען א הייוועי דארט ווי דיין הויז איז האט ער א רעכט).

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 1, 2016 10:39 am

· #335683
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
נעוודאי 'פארלאזט ער זיך'. אנישט למה זה אנכי.
דער תשובות הרשב"א איז א 'דזשאוקער' פונקט ווי א ריב"ש וועגען די זיכערסטע וועג, דער חת"ס פון חדש אסור מן התורה און דער רשב"א פון קבלת נשים הזקנות.
וואס האט שנה ופירש מיט איינער מיט א שיטה? דער משכנות יעקב איז אויך א שנה ופירש? ווען ער וואוינט אין ב.פ. איז אויך מזכין לו בע"כ?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

מפוזרי » מיטוואך יוני 1, 2016 1:11 pm

· #335710
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
פארוואס איז דער תשובות הרשב״א א דזשאוקער? דו פון וועלכע תשובה איך רעד?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 1, 2016 1:16 pm

· #335712
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
דו מיינסט די תשובה וועגען זכות גמור?
ס'איז א דזשאוקער ווייל מ'שלעפט עס ארויס לעת הצורך ווען ס'האט נישט דער מידנעסטע שייכות

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

מפוזרי » מיטוואך יוני 1, 2016 1:26 pm

· #335720
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
ניין, בכלל נישט. זיי מדייק אין מיינע ווערטער, איך רעד פון א פלאץ, וואו מ'קען אפילו נעמען בידים בע״כ.

גאנצל » מיטוואך יוני 1, 2016 1:39 pm

· #335727
@ליטוואק


איז טאקע אזוי ? אז יעדער יחיד מוז מסכים זיין ?

אויב איינער אין קר"י אדער אין מאנסי שטעלן זיך ארויס קעגן עירוב מאיזה סיבה ווערט די עירוב דארט א פראבלעים ?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 1, 2016 1:40 pm

· #335728
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
ווילאנג מ'האט נישט קיין קהלה אינסטאנצען מיט וואלען וכו', האט קיינער קיין רעכט נישט זיך אויסצורופען בעלעבתים אויף א שטאט, נישט סאטמאר רבי און נישט קארלסבורגער מקובל און נישט סערדעהעלע צדיק. ממילא האט ר' משה פיינשטיין עטוואס א רעכט זיך צו דינגען אויף די הויכגעשעצטע אונגארישע/רומעינישע מו"צ'ן, וההולכים לאורו זינדיגען נישט. דער גמרא בארעכטיגט אראפרייסען אן עירוב מחמת מחלוקת אמוראים, דא איז עכ"פ נישט ווייניגער

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

מפוזרי » מיטוואך יוני 1, 2016 1:45 pm

· #335730
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
ליטוואק, דו רעדסט צו מיר?

גאנצל » מיטוואך יוני 1, 2016 2:03 pm

· #335736
ליטוואק פון בודאפעסט
ווילאנג מ'האט נישט קיין קהלה אינסטאנצען מיט וואלען וכו', האט קיינער קיין רעכט נישט זיך אויסצורופען בעלעבתים אויף א שטאט, נישט סאטמאר רבי און נישט קארלסבורגער מקובל און נישט סערדעהעלע צדיק. ממילא האט ר' משה פיינשטיין עטוואס א רעכט זיך צו דינגען אויף די הויכגעשעצטע אונגארישע/רומעינישע מו"צ'ן, וההולכים לאורו זינדיגען נישט. דער גמרא בארעכטיגט אראפרייסען אן עירוב מחמת מחלוקת אמוראים, דא איז עכ"פ נישט ווייניגער

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk


קען מען מאכן א קהלה לדבר אחד ?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 1, 2016 2:04 pm

· #335737
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
לכאורה נישט, אבער אפילו אויב יא, האבען זיי עס נישט געטוהן

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

מפוזרי » מיטוואך יוני 1, 2016 2:16 pm

· #335748
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
גאנצל
@ליטוואק


איז טאקע אזוי ? אז יעדער יחיד מוז מסכים זיין ?

אויב איינער אין קר"י אדער אין מאנסי שטעלן זיך ארויס קעגן עירוב מאיזה סיבה ווערט די עירוב דארט א פראבלעים ?

מצד זיכוי הפת איז גענוג אז איינער זאל זיך קעגנשטעלן. נאר כאמור אויף דעם איז דא די עצה פון זיכוי בע״כ. און דאס וועט העלפן פאר די וואס האלטן אז מ'האט רעכט צו מאכן אן עירוב, אפילו אם רבים מתנגדים.

יעקב מענטש » מיטוואך יוני 1, 2016 2:30 pm

· #335753
איך בין זייער נישט באהאווענט אין די סוגיא.

אבער בשעת די עירוב פרשה האט מען גערעדט אז זיי פארלאזן זיך אויף רבי שלמה קלוגער, און לויט ווי איך פארשטיי איז עס אינו דומה, ווען ער רעדט פון יחידים (דוגמא אין מאנסי) און דא רעדט מען פון א גרויסע רוב.

קענסט מיך אפפרעגן ווייל איך קען במילא נישט די סוגיא, איך זאג נאר וואס איך געדענק פון בשעתו, (אויב מיין זכרון נארט מיך נישט האב איך עס געהערט פונעם דושינסקי צדיק איין שבת נאכמיטאג, אבער קען זיין טעיתי)

גאנצל » מיטוואך יוני 1, 2016 2:32 pm

· #335755
קען אויך זיין אז דער דושינסקי צדיק האט זיך טועה געווען

יהושע חיים » מיטוואך יוני 1, 2016 2:37 pm

· #335758
ווען מהרז"ל האט געוויילט אין בארא פארק אויף א שבת האט מען געמאכט אויף צוויי און פופציג אן עירוב און מען האט פארשפארט די גאס דארכאויס דעם שבת
ערב שבת האט דער שכן היודע אנגערופן הרב חיים דוד כ"ץ און מגלה דעת געווען אז ער וויל נישט און איז זיך נישט מצרף צום פת און חיים דוד האט גע'פסק'נט אז מען מקען טראגן

וואס איז דאן געווען זיין חשבון???

יעקב מענטש » מיטוואך יוני 1, 2016 2:38 pm

· #335759
גאנצל
קען אויך זיין אז דער דושינסקי צדיק האט זיך טועה געווען

איך זאג נישט אז נישט, און איך בין נישט זיין דיפענדער.

איך בין נאר נייגעריג צו אזא סברא מאכט סענס, אויב זאל מען פארטוישען ר' שלמה קלוגער מיט קלויזנבורגער דיין וואלט ער נאכמאל איבערגעשריבן יענע תשובה להיתר לגבי וויליאמסבורג ? ווי ס'איז דא א רוב 'ערליכע אידן' וואס ווילן נישט, מאכט דאס עפעס אויס לגבי די וועג וויאזוי ער האט געשריבן דעם היתר ? אדער איז עס נישט משנה, און די היתר דארף זיך נישט טוישן לפי די סוג אדער כמות מענטשען וואס זענען זיך מתנגד ?

ליפא » מיטוואך יוני 1, 2016 2:39 pm

· #335760
אז אפשר אויף יענעם גאס איז עס דער רוב קעגן נאר איינעם?

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 1, 2016 2:40 pm

· #335761
נעה, לאז אזוי ווי ס'איז, ס'קומט זיך פשוט נישט פאר זיי צו הנאה האבן פון היתר עירובין.

יעקב מענטש » מיטוואך יוני 1, 2016 2:42 pm

· #335763
קאווע טרינקער
נעה, לאז אזוי ווי ס'איז, ס'קומט זיך פשוט נישט פאר זיי צו הנאה האבן פון היתר עירובין.

דו רעדסט ווי א פורק עול, מיר סאטמערע אידן שעפן הויפענס עונג רוחני ווען אונז גיימיר אויפן גאס און אונז טראגן נישט, די שבת האט אן אנדערע טעם, עפעס וואס דער טרעגער וועט קיינמאל פארשטיין

מפוזרי » מיטוואך יוני 1, 2016 6:52 pm

· #335818
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
יעקב מענטש
איך בין זייער נישט באהאווענט אין די סוגיא.

אבער בשעת די עירוב פרשה האט מען גערעדט אז זיי פארלאזן זיך אויף רבי שלמה קלוגער, און לויט ווי איך פארשטיי איז עס אינו דומה, ווען ער רעדט פון יחידים (דוגמא אין מאנסי) און דא רעדט מען פון א גרויסע רוב.

קענסט מיך אפפרעגן ווייל איך קען במילא נישט די סוגיא, איך זאג נאר וואס איך געדענק פון בשעתו, (אויב מיין זכרון נארט מיך נישט האב איך עס געהערט פונעם דושינסקי צדיק איין שבת נאכמיטאג, אבער קען זיין טעיתי)

איך רעד נישט פון קיין ר' שלמה קלוגער, איך רעד פון א רשב״א! און לויט אים איז נישט קיין חילוק פון א יחיד צו א רבים, ס'ווענדט זיך נאר צי דער מוחה אסר'ט מיט זיין אי השתתפות.

דער אמת איז אז דער רשב״א איז מיר געווען א גרויסע געפינס. די אַחרונים וואקלען זיך ארום אין דער שאלה פון זיכוי בע״כ און טאפן אביסל א וואנט, און דא טרעף א רשב״א וואס איז קובע אזוי כלאחר יד קלארע מסמרות בנדון. אויף וויפיל איך האב געזען האט קיינער נישט צוגעברענגט דעם רשב״א.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 1, 2016 7:43 pm

· #335830
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
צייכען צו

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

מפוזרי » מיטוואך יוני 1, 2016 8:27 pm

· #335847
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
זייער גערן, אבער דו זאגסט דאך ס'ווערט געלט, האלט איך מיך איין.
#ביזנעס ביפאר פלעזשור

מפוזרי » מיטוואך יוני 1, 2016 8:43 pm

· #335850
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
שוין, איך האב מיר בארעכנט, פאר אזא חשוב'ער ניק ווי דיר, לוינט זיך צו פארקוקן די געלט.
נאדיר דער מראה מקום: שו״ת הרשב״א ח״ג סימן רסג, ודוק היטיב.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 1, 2016 9:33 pm

· #335861
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
האסט קיין סאך געלט נישט דערלייגט, ער ברענגט סך הכל א גמרא, עירובין פ., און דארט דארף מען עכ"פ דעת אשתו, ועיי"ש בתוס' ד"ה רגיל. דאס האט גארנישט מיט ב.פ. און וומסב"ג ווי די מענטשען און זייער ווייבער זענען ביידער מעכב.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

מפוזרי » מיטוואך יוני 1, 2016 10:01 pm

· #335869
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
ער זאגט דארט די ווערטער: ואחד מבני חצר מערב עליו אפילו בעל כרחו אפילו משלו מפני שהוא אוסר עליהן.
אין אידיש: מ'קען מערב זיין בע״כ אפילו משלו אבער נישט דװקא משלו נאר אפילו פון א צווייטן, וואס דאס קען נישט צוגיין נאר דורך זיכוי על אף וואס דער מזוכה איז מוחה.
זעט מען קלאר אז ס'דא אזא מושג ווי זיכוי בע״כ. נאר ווי כ'האב שוין דערמאנט איז דאס נאר ווען ער אסר'ט און מ'קען נעמען בע״כ.
אמת להלכה קריגט מען זיך וואס מיינט רגיל, אבער בי״ד קען בכל אופן צווינגען כשאוסר גם באינו רגיל, וממילא שייך זיכוי.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 1, 2016 10:32 pm

· #335877
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
האי תנא הוצאה הכנסה קרי לה. מ'רעדט נישט פון זיכוי, מ'רעדט פון נעמען.
מ'רעדט פון רגיל, האסטו געברענגט א 'מושג' פון ב"ד צווינגען.
מ'רעדט פון ע"י אשתו, און פון דעם האסטו פארגעסען.
ווער איז דער ב"ד וואס צווינגט? פון ווי נעמען זיי דער רעכט? מי שמך לאיש?

בקיצור לא קרב זה אל זה כל הלילה.
Don't give up your day job

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 1, 2016 10:36 pm

· #335880
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
ואען עוד ואומר, די עירוב מאכער'ס שטעלען אלס א פני תם אז ס'איז נישט יענעמ'ס ביזנעס 'ווילסט נישט טראגען, טראג נישט. ווער צווינגט דיר?' דערווייל שטייט דער גאנצע ענין אויף א כפייה, א שיטה אז דער צווייטע איז ניטאמאל בארעכטיגט צו האלטען זיינס. הייסט'ס ר' משה פיינשטיין איז ניטאמאל א בר פלוגתא מיט די נייעם דור פון קטלא קניא באגמא'ס!

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
בלאט: 1 2