Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
איך פארשטיי נישט וואס דער ליטוואק איז דא אזוי ווילד און ער שרייט נאך אז קטלא קניא לאזן נישט צו קיין צווייטע דעה בשעת דא קוקט אויס אז דער וואס פארנעמט נישט קיין צוויטע דעה איז גאר פון בודאפעסט
ליטוואק פון בודאפעסטואען עוד ואומר, די עירוב מאכער'ס שטעלען אלס א פני תם אז ס'איז נישט יענעמ'ס ביזנעס 'ווילסט נישט טראגען, טראג נישט. ווער צווינגט דיר?' דערווייל שטייט דער גאנצע ענין אויף א כפייה, א שיטה אז דער צווייטע איז ניטאמאל בארעכטיגט צו האלטען זיינס. הייסט'ס ר' משה פיינשטיין איז ניטאמאל א בר פלוגתא מיט די נייעם דור פון קטלא קניא באגמא'ס!
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסטמפוזריאין א פלאץ וואו מ'מעג נעמען פת בע״כ, דהיינו דארט ווי יענעמס אי השתתפות אסר'ט, קען מען אויך מזכה זיין בע״כ.
כפי מיטב ידיעתי, איז א מענטש א בעלעבאס אויף זיין פארמעגען און טאמער ער וויל עפעס נישט באקומען, איזמעס נישט זיינס.
איך ווייס אז די יונגעלייט וואס די פרא-עירוב פארטיי האט געדינגען צו שרייבען אקעגען די אנטי-עירוב פארטיי האבען שוין מצליח געווען צו טרעפען און שאפען מראה מקומות אויפצוווייזען אז מ'קען מזכה זיין בע"כ (געדענק, איך בין אין די אינדוסטרי), אבער למעשה איז עס נערישקייטען
ליטוואק פון בודאפעסט'אפילו משלו' מיינט מ'קען נוצען זיין מעהל, ווען זיין ווייב גיבט עס, און ס'איז נישט קיין גזל. נישט משלו פונ'ם אנדערען בן החצר.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט'אפילו משלו' מיינט מ'קען נוצען זיין מעהל, ווען זיין ווייב גיבט עס, און ס'איז נישט קיין גזל. נישט משלו פונ'ם אנדערען בן החצר.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מפוזריער זאגט דארט די ווערטער: ואחד מבני חצר מערב עליו אפילו בעל כרחו אפילו משלו מפני שהוא אוסר עליהן.
אין אידיש: מ'קען מערב זיין בע״כ אפילו משלו אבער נישט דװקא משלו נאר אפילו פון א צווייטן, וואס דאס קען נישט צוגיין נאר דורך זיכוי על אף וואס דער מזוכה איז מוחה.
זעט מען קלאר אז ס'דא אזא מושג ווי זיכוי בע״כ.