☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » חוצפה מ'הארגט א גרילע כדי צי ראטעווען א מענטשליכע קינד!

חוצפה מ'הארגט א גרילע כדי צי ראטעווען א מענטשליכע קינד!

143 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10556
בלאט: 1 2 3

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 31, 2016 1:03 pm

· #335505
בכלל, דער מושג פון איך מאכן בעסיק החלטות פאר יענעם איז אדער פאר עמיצען וואס קען נישט, כגון א קינד אדער א יוטעליטערי מהלך. וואס לוינט זיך פאר'ן מחליט ביזנעסווייז.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 31, 2016 1:05 pm

· #335506
@שבת אחים האסט נאך אלס קיין ווארט שכל נישט צו זאגען? נאר אנרופען נעמען און זיך באציען צו די צוקונפט פון דער רעליגיע?

ער טענה'ט עפעס, ענטפער איהם, ווייז איהם אויף אנדעריש. ווייל זיין מיינונג איז פארצייטיש מיינט נישט בהכרח אז ס'איז אומריכטיג. ווייז אויף דיינס און פון דארט וועט מען זע'ען. אזוי בילסטו ווי א דיין ביי שבת שובה.

שבת אחים » דינסטאג מאי 31, 2016 2:41 pm

· #335521
געוואלדיג
ווער רעדט דא אז די פרוי זאל זיין א שפחה פאר די מאן, מען רעדט פון א געוויסע איינגעהאלטענע סארט אטאריטעט.

לאמיר זיך קודם באציען צו די איין פונקט,
א עגונה איז בעסעקלי א שפחה צי איר מאן זי קען נישט באפרייט ווערן נאר אז איר ״האר״ איר ״בעל הבית״ לויט איר גיין, און אויב נישט איז זי סטאוק, און פארלירט אירע שענסטע יאהרן אן קיין מאן, יא אדער ניין?

וויפל מאהל האסטו שוין געהערט אין דיין לעבן פון די עגונה פראבלעם? איך האב שוין געהערט פון דעם אלץ קינד,

א פרוי פון תורה׳ס שטאנדפונקט איז דער מאנ׳ס חפץ.

געוואלדיג » דינסטאג מאי 31, 2016 2:51 pm

· #335525
שבת אחים


א פרוי פון תורה׳ס שטאנדפונקט איז דער מאנ׳ס חפץ.


שקר!!!

ער מעג איהר פארקויפן? פייניגן? הרג'ענען? לאזן א צוווייטער איהר בועל זיין? איהר אוועק ווארפן אן קיין סיבה? נישט געבן צו עסן? נישט אנטוהן?

בת קול » דינסטאג מאי 31, 2016 2:56 pm

· #335527
אז דער מאן זאל זיין געגט מוז עס די פרוי אננעמען. נישט אזוי?
ער קען טאקע חתונה האבן אן דעם, און זי נישט, אבער נישט ווייל זי איז זיין חפץ.

שבת אחים » דינסטאג מאי 31, 2016 3:16 pm

· #335529
לאמיר דיך פרעגן א שאלה הרב געוואלדיג, בערך 2-3 יאהר צוריק איז געוועהן אין די נייעס א שרעקליכע מעשה אין קליוולאנד אהייא ווי איינער האט פארכאפט דריי underage מיידלעך אין זיי געהאלטן איינגעשפארט פאר 10 יאהר און זיי עביוזט און געשלאגן מיט די גרעסטע רציחה, מן התורה ווען דער רוצח פון קליוולאנד וואלט ווען געגעבן אפאר סלעים פאר טאטע אדער ער וואלט זיי געגעבן א רינגל און געזאגט הרי את מקדשת וואלט ער געוועהן שולדיג אין עפעס?

ווען איך האב חתונה געהאט האב איך געהאט א שכן אין בארא פארק א בכארישע איד פון ארץ ישראל וואס פלעגט אנהאקן זיין ווייב מכות רצח יעדע שני וחמישי, מ׳האט געהערט די קולות ביז מיין שטוב, זי פלעגט זיך געפערליך אפרעדן צו מיין עקס אז איר מאן האקט איר אן די ביינער, ביז איינמאל האט איר מיין עקס צוגרעדט זי זאל אים זאגן אז אויב ער הערט נישט אויף גייט זי רופן די פאליציי אויף אים. דעס האט מען אמאל געטוהן מיט פרויען אין אלע קולטורס מה שליבו חפץ, פשוט ווייל די מענער זענען די שטערקערע סעקס. מ׳האט געהאט אפאר ווייבער און די פרוי האט נאר געמעגט האבן פארשטייט זיך איין מאן.

ע״פ שלחן ערוך מעג די פרוי נישט בעטן די מאן צו שלאפן מיט איר, און פארשידנע סעקסועל פאזיציעס רופט ער אן חציפה.

די לשון התורה פון חתונה האבן אז ויקח, ויקחו מכל אשר בחרו וכו׳ וכו׳ דאס מיינט אז מ׳האט גענומען די ווייבער, מ׳האט זיי אויסגעקליבן, אזויווי איר קלויבט אויס פירות אין מארק, מ׳האט זיי נישט געפרעגט קיין קשיות, מ׳האט זיי גענומען צי זיי האבן יא געוואלט צי נישט.

געוואלדיג » דינסטאג מאי 31, 2016 3:24 pm

· #335533
אנטשולדיגט אבער דו טוישט יעצט פון דיינע ווערטער וואס דו האסט געזאגט
שבת אחים


א פרוי פון תורה׳ס שטאנדפונקט איז דער מאנ׳ס חפץ.


יעצט רעסטו ווערן צו פרויען האבן די זעלבע רעכטן פון מענער, מאך אויף א אשכול און איך וועל דיר דעבאטירן דארט.

בן אדם » דינסטאג מאי 31, 2016 3:29 pm

· #335535
שבת, דו מישט צאם קולטור מיט תורה. דאס אז קולטור האט זיך אזוי געפירט מיינט נאכנישט אז ס'איז אויסגעהאלטן ע"פ תורה. לאמיר זען, ברענג א ראיה פון די תורה אז מ'מעג יא אדער נישט שלאגן א ווייב. וועגן נעמען א ווייב, דארף אויך די ווייב מסכים זיין און דאס איז די גאנצע סיבה וואס מ'דארף מקדש זיין מיט לכה"פ א שוה פרוטה, ווייל די פרוי דארף עס וועלן.

שבת אחים » דינסטאג מאי 31, 2016 3:34 pm

· #335536
געוואלדיג
אנטשולדיגט אבער דו טוישט יעצט פון דיינע ווערטער וואס דו האסט געזאגט
שבת אחים


א פרוי פון תורה׳ס שטאנדפונקט איז דער מאנ׳ס חפץ.


יעצט רעסטו ווערן צו פרויען האבן די זעלבע רעכטן פון מענער, מאך אויף א אשכול און איך וועל דיר דעבאטירן דארט.


זיכער איז זי זיין חפץ, ער מעג איר אפגעקויפן פון די טאטע, זי האט נישט קיין שום רעכטן, איך פארשטיי נאכנישט וואס דיין טענה איז און וואס די דינגסט זיך

ענטפער מיר די קשיא וואס איך פרעג דיך שוין צום וויפלטן מאהל, א פרוי וואס איז אריינגעפאלן מיט א שלעכטע מאן און זי וויל זיך גטן פון אים קען זי אדער זי מוז ליידן פון אים א גאנץ לעבן? דעס הייסט נישט קיין חפץ? פלוז!

דרך אגב רעיפן מיידלעך אויב זי באלאנגט נישט צו א צווייטען מאן (זי איז נישט חתונה געהאט) איז מן התורה בכלל נישט קיין פראבלעם.

קל וחומר » דינסטאג מאי 31, 2016 3:36 pm

· #335537
בת קול
אז דער מאן זאל זיין געגט מוז עס די פרוי אננעמען. נישט אזוי?
ער קען טאקע חתונה האבן אן דעם, און זי נישט, אבער נישט ווייל זי איז זיין חפץ.

ע"פ תורה קען מען גט'ן בע"כ.

די גאנצע פראבלעם איז חרם דרב"ג.

שאולדיספריםפאקער » דינסטאג מאי 31, 2016 3:54 pm

· #335539
קל וחומר
בת קול
אז דער מאן זאל זיין געגט מוז עס די פרוי אננעמען. נישט אזוי?
ער קען טאקע חתונה האבן אן דעם, און זי נישט, אבער נישט ווייל זי איז זיין חפץ.

ע"פ תורה קען מען גט'ן בע"כ.

די גאנצע פראבלעם איז חרם דרב"ג.

בקיצור אבער למעשה דארף מען צוקומען צו זיין גט דאס הייסט אויב פארט ער אוועק און קיינער ווייסט נישט ווי ער איז איז זי אן עגונה דאס גאנצע לעבן דאס מיינט אז איינמאל זי האט חתונה איז זי א חפץ של הבעל

געוואלדיג » דינסטאג מאי 31, 2016 3:59 pm

· #335541
שבת אחים


זיכער איז זי זיין חפץ, ער מעג איר אפגעקויפן פון די טאטע,


ריכטיג

שבת אחים
זי האט נישט קיין שום רעכטן,


שקר גמור

שבת אחים


דרך אגב רעיפן מיידלעך אויב זי באלאנגט נישט צו א צווייטען מאן (זי איז נישט חתונה געהאט) איז מן התורה בכלל נישט קיין פראבלעם.


שקר

און איך בעהט דיר נאכאמאל, דא איז נישט די פאסיגע אשכול, עפן א אשכול און דארט וועט מען רעדן וועגן דעם

בן אדם » דינסטאג מאי 31, 2016 4:04 pm

· #335543
מ'דארף עס לכאורה אפטיילן פון דא אדער דא

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 31, 2016 5:52 pm

· #335559
אין די גוי'ישע וועלט קען מען אויך צומקל'ן די ביינער פון א צווייטען. איי, די געזעץ לאזט נישט? די תורה לאזט אויך נישט שלאגען א ווייב און די תורה לאזט נישט אנטלויפען פון די ווייב. וואס האט די תורה געלאזט טוהן צו א ווייב וואס איז נישט שיין צו איידעל.

ווידער דיין עקסטרעמע שפראך, אז א פרוי איז א 'חפץ', בלויז ווייל געוויסע רעכטען פעלט זי, איז א ווילדקייט. דער מאן האט פליכטען צו זיין פרוי און די פרוי צו איהר מאן. דער סיסטעם וואס דער תורה שטעלט פאר איז אנגעפער א benevolent dictatorship נישט געוועלדיגען פאר'ן מאנ'ס תכלית, נאר נעמען קעיר, האלטען אן אויג, זיין פארזיכטיג אויף איהר כבוד ועוד.
ס'איז דא שלעכטע וואס טוהן ככל העולה על רוחם. דאס איז אומעטום נישט נאר אין תורה געזעלשאפט.

ירא שמים » דינסטאג מאי 31, 2016 6:01 pm

· #335564
שבת אחים
ירא שמים כהאב א פילינג אז דו זאגסט עס סתם זיך צו רייצן, אין עני קעיס אויב גייט מען צוריק צו וועגס ווי נישט יעדער האט גלייכע רעכטן, קענסטו זיין זיכער אז דו אלץ איד און נאכדעצו אלץ א ירא שמים גייט מען אריינלייגן אין אויווען אריין, נישט קיין גלייכע רעכטן פאר פרויען און נישט קיין גלייכע רעכטן פאר אידן, איז געוועהן אין די זעלבע דור דעה.

סטראשע די גענז...

און די גיין ריקווועגס איז נישט אזוי ווייט ווי דו מיינסט, טראמפ האט חסידים פאר א סיבה... און קלינטאן האט שונאים אויך פאר א סיבה... די גאס איז שוין פעד אפ מיט די פאריקטע פעמעניסטן.

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 31, 2016 7:30 pm

· #335580
[ציטאט אראפגענומען]

כ'האב אסאך צו ענטפערן אבער כרגע וועל איך מיר באגעניגן מיטן זאגן אז טאקע דערפאר וואס מענטשן קענען לערנען ביהעיוויערס, ווען מען וויל פארשטיין וואס דער נאטורליכער געפיהל איז, קוקט מען אויף באשעפענישן, והנה און נון, דארט געוועלטיגען אויך די זכרים אויף די נקבות מיט כח (עכ"פ ביי דיזע ברואים וואס די ראלעס און דערפאר פיזיקעל כאראקטער, בין זכר ונקבה זענען איינגעטיילט ווי ביי יומענס) אבער אוי ואבוי פאר א סאסייעטי וואס זאגט לאז התנהגות לויט ווי נאטורליכער ארגינעלער געפיהל דיקטירט. ניין, איך בין מיך נישט סותר. ווייל 'איך' צוימען מיין נאטורליכער געפיהל פון צו באלבאטעווען אויף עמיצן אנדערש, ווייל איך בין שטארקער און איך קען, איז אנדערש ווי מיך נאכגעבן, מען זאל ערלויבן/אסיסטן מיינע נאטורליכע געפיהלן, צו דעסיידן נישט זיך צו לאזן קאנטראלירן ביי יענער, וואס 'נאטורליך' וויל ער מיר קאנטראלירן. אדער אפי' מיך צו לאזן קלויבן פון וועמען צו ווערן קאנטראלירט, להני דניחא במרות, וואס איז אגב נישט עקסלוסיבלי נשי.

ווער בראקט אריין? עדינות נפשם אין קאפ אריין. מענטשן זענען פיהל מער קאמפליצירט ווי סתם זיי צו קאטעגאריזירן אין צוויי - זכר ונקבה, און דער איז rough בעת די אנדערע איז tender.

למען הבירור אבער, אפשר גיבסטו א קלארערע משל ספציפי פון וועלכע סארט החלטות אדער מח וואשונגען דו רעדסט. פארשטיי, איך רוף עס נאר מח וואשונג סימפלי due צו די אינגע גיל וואס מ'ברויך אנפאנגען אריין צו בראקען דער עדינות.

יב הלוי סאלאווייטשיק » מיטוואך יוני 1, 2016 12:01 am

· #335639
BOTTOM LINE:
Human beings are made in the image of God, above the animals, and are to be valued in such a way. We are to care for and about all life, and it’s a sad thing to take down a beautiful animal, but human life will always hold a higher distinction. These parents are able to hold their son in their arms today because of the quick action of zoo officials.

As for the Internet’s outrage? Sadly, this is just another example of society’s lack of regard for the sanctity of life. It’s also a bold reminder that we need to fight for the value of human life—in all ways possible. The significance of this event isn’t just about the life of a boy over the life of a gorilla—it’s about all human life being held in high regard and protected for its intrinsic value to our Creator.

As Matt Walsh wrote on The Blaze, “While the media obsesses over an ape and thousands of people cry that they will ”miss” a zoo animal they didn’t even know existed on Friday, there will be another 125,000 abortions. On a daily basis, a group of people larger than the population of Provo, Utah, are systematically exterminated. None of them are given a name, and there will be no candlelight vigils for any of these victims.”

כ'האב אינזינען געהאט צישרייבן ממש דאס וואס דער גוי שרייבט דא אויףhttps://www.facebook.com/mary.swihart/posts/10209625703989798

יב הלוי סאלאווייטשיק » מיטוואך יוני 1, 2016 12:38 am

· #335645
די אמת איז, אז בעצם איז שבת אחים גערעכט מסברה,, מהיכי תיתי אז אינז קענען שיסן בעלי חיים אין די וועלט אריין,
מאי חזית דדמא דידך סומק טפי ..?
נאר וואזשע דען די תורה איז אינז מגלה א יסוד גדול ״חביב אדם שנברא בצלם...״ ו
אבער אן דעם יסוד אין מקום להתוכחות

בן אדם » מיטוואך יוני 1, 2016 1:08 am

· #335648
א פרישע באהאנדלונג...
[quote="עפעס א וואוילע שעפעלע אין א"וו"]אויף קולמע האט דרעזדנער געהאט א אינטרוויאו מיט זיין "חיות מבין" (ווי ער רופט אים) וואס גראדע, פאר ווער ס'האט אים שוין אויסגעהערט אפאר מאל אויף די לאנגע און קורצע אינטערוויאוס, זעהט ער אויס ווי גאנץ א שטארקער מבין

זאגט ער, אז א גערילע האט 12 מאל כח ווי א מענטש, און ער קען זייער שנעל אוועקלייגן אן ערוואקסענעם מענטש.

באט, גערילעס זענען בטבע זייער פיינע און רחמנות'דיגע חיות, און זיי טשעפענען נישט קיין מענטשן
ס'איז דאקומענטעד צוויי פאסירונגען ווי קינדער זענען אריינגעפאלן אין גערילע שטייגן, איינס אין לאנדאן, ביי איין פאל איז דער גערילע געשטאנען און אכטונג געגעבן אויפן קינד אז זיינע קינדער זאלן אים נישט שעדיגן, און ביים צווייטן פאל האט דער גערילע געברענגט דעם קינד מיט זיינע הענט צום טיר פונעם קעידזש, און איבערגעגעבן פאר די איינגעשטעלטע.

דאס מאל זאגט ער איז אויך נישט געווען אנדערש, אפי' די נייעס אגענטורן האבו געהאט באריכטעט אז דאס קינד איז געשעדיגט געווארן, האבן זיי שפעטער אלע געטוישט און ס'איז קלאר געווארן אז עטליכע שעה דערויף איז דאס קינד שוין געווען אינדערהיים.
נאר לויט ווי ער פארשטייט איז געווען די פראבלעם אז דער גערילע וועלנדיג באשיצו דאס קינד, האט זיך געשטעלט ביים ווינקל פונעם שטייג, מיטן קינד אונטער זיך, און די באאמטע האבן מורא געהאט אז אויב וועלן זיי פרובירן צוגיין ארויסנעמען דאס קינד וועט דער גערילע ווילד ווערן,
און זיי שעדיגן כדי צו באשיצן דאס קינד.
ממילא איז געווען זייער איינציגסטע אויסוועג אים צו שיסן.[/quote]

שבת אחים » מיטוואך יוני 1, 2016 1:24 am

· #335650
.

שבת אחים » מיטוואך יוני 1, 2016 4:50 pm

· #335788
געוואלדיג פארוואס האסטו אויסגעמעקט מיין תגובה? דו ביסט א גבאי דא? וואסערע גילו?

שבת אחים » מיטוואך יוני 1, 2016 4:56 pm

· #335789
געוואלדיג? מי שמך לאיש ??? זייט ווען ביסטו דא גבאי?

שבת אחים » מיטוואך יוני 1, 2016 5:00 pm

· #335790
סאיז נישט געוועהן קיין שום סיבה צי פארמעקן מיין תגובה חוץ אז סאיז דיר נישט געפאלן וואס איך האב געשריבן, איך פארלאנג זאלסט עס צוריקלייגן און נישט מעקן קיין תגובות ווייל עפעס שמעקט דיר נישט, שיין זעהן מיר אויס אז דו ביסט דא בעה״ב.

בעל מדות » דאנערשטאג יוני 2, 2016 9:39 am

· #335957
דא הרג'ט מען א גערילע, און דא מעקט מען דיינע תגובות, א שווערע וועלט.

אפשר קען מען יעצט נוצן דער גערילע פאעזיע פון שלום בערגער.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 2, 2016 11:59 am

· #335978
[quote="בן אדם"]א פרישע באהאנדלונג...
[quote="עפעס א וואוילע שעפעלע אין א"וו"]אויף קולמע האט דרעזדנער געהאט א אינטרוויאו מיט זיין "חיות מבין" (ווי ער רופט אים) וואס גראדע, פאר ווער ס'האט אים שוין אויסגעהערט אפאר מאל אויף די לאנגע און קורצע אינטערוויאוס, זעהט ער אויס ווי גאנץ א שטארקער מבין

זאגט ער, אז א גערילע האט 12 מאל כח ווי א מענטש, און ער קען זייער שנעל אוועקלייגן אן ערוואקסענעם מענטש.

באט, גערילעס זענען בטבע זייער פיינע און רחמנות'דיגע חיות, און זיי טשעפענען נישט קיין מענטשן
ס'איז דאקומענטעד צוויי פאסירונגען ווי קינדער זענען אריינגעפאלן אין גערילע שטייגן, איינס אין לאנדאן, ביי איין פאל איז דער גערילע געשטאנען און אכטונג געגעבן אויפן קינד אז זיינע קינדער זאלן אים נישט שעדיגן, און ביים צווייטן פאל האט דער גערילע געברענגט דעם קינד מיט זיינע הענט צום טיר פונעם קעידזש, און איבערגעגעבן פאר די איינגעשטעלטע.

דאס מאל זאגט ער איז אויך נישט געווען אנדערש, אפי' די נייעס אגענטורן האבו געהאט באריכטעט אז דאס קינד איז געשעדיגט געווארן, האבן זיי שפעטער אלע געטוישט און ס'איז קלאר געווארן אז עטליכע שעה דערויף איז דאס קינד שוין געווען אינדערהיים.
נאר לויט ווי ער פארשטייט איז געווען די פראבלעם אז דער גערילע וועלנדיג באשיצו דאס קינד, האט זיך געשטעלט ביים ווינקל פונעם שטייג, מיטן קינד אונטער זיך, און די באאמטע האבן מורא געהאט אז אויב וועלן זיי פרובירן צוגיין ארויסנעמען דאס קינד וועט דער גערילע ווילד ווערן,
און זיי שעדיגן כדי צו באשיצן דאס קינד.
ממילא איז געווען זייער איינציגסטע אויסוועג אים צו שיסן.[/quote][/quote]
נאר כדי צו פארשטערקערן די ראיה אז א גארילא איז זייער שטארק.
איך האב אמאל געזעהן א קורצע קליפ ווי א טשיעטא (אדער אן אנדערע קליינע טייגער) האט זיך גענימען איבער א גאריללא, און ר'האט איהם געוואלט דזשאמפן. און בייסן אין גענאק. די גאריללא האט זיך אלעמאל זייער פלינק ארויסגעדרייט פון איהם. אבער די טשיעטא האט נישט אויפגעגעבן. ביז ווען די גאריללא האט זיך אויפגעשטעלט אויף זיינע צוויי פאדערשטע פיס, און ר'האט זיך אזוי ווי געקלאפט ..."על חטא"...אין טשעסט מיט זיינע פויסטן. נאכדעים האט ער געגעבן א כאפ דאס טייגער'ל און ר'האט איהם דערלאנגט א קאראטי טשאפ און צובראכן די ספיין. דאס טייגער'ל איז אויף די מינוט געשטארבן...!

בן אדם » דאנערשטאג יוני 2, 2016 1:55 pm

· #336007
נישט על חטא. ביי זיי זאגט מען נאר אשמנו

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 2, 2016 2:07 pm

· #336014
בעל מדות
דא הרג'ט מען א גערילע, און דא מעקט מען דיינע תגובות, א שווערע וועלט.

אפשר קען מען יעצט נוצן דער גערילע פאעזיע פון שלום בערגער.


בעל מידות און א לץ? דעס איז שוין א האום-ראון! 😂

טאמבל סאס » דאנערשטאג יוני 2, 2016 9:21 pm

· #336110
[ציטאט אראפגענומען]


פארוואס טאקע?

אוי, סארי כ'האב פארגעסן. בעלי חיים טוען עס אינסטינקטיוולי מיט פאווער און מענטשן קאנטראלירן מיט אינטעליגענץ און פאווער.

[ציטאט אראפגענומען]

איך קען דיר נישט ענטפערן ווייל איך האב נישט געלערנט און סתם סברא וועט נישט מכריע זיין. מ'דארף דא סייענטיפישע דאטא און בכלל איז דאס זייער א סליפערי ראוד ווייל פון דא קען עס זייער לייכט אריינפארן צו זענען פרויען ווייניגער קלוג אדער נישט און אויב כאפן זיי נישט אז זיי ווערן קאנטראלירט הייסט עס נאכאלץ קאנטראלירט און נאך אזעלכע ליידיגע רייד.

וואס איז אזוי קאמפליצירט צו פארשטיין? רעב מעכל איז שוין אין די 50 און ער דארף א אינגע נערה זאל קערן פאר אים ביז ער ווערט אלט און אים מוליד זיין זרע, וואס זאל ער טוהן אבער אז די נערות קלויבן זיך שטארק, איז ער אבער א כיטרע פוקס און א געזינטע בולי. זאגט ער מלכה'לע מיט א זיסע צוקער ניגונדל אין זיין שטימע און א באהאלטענע סעלפישע אגענדע אז ס'נישט דא קיין מער ריינערע אידעאל ווי זיין א הויז-מאמע, איבערלאזן קינדער און באקן קוכן לכ' תיקון פאר די מנין אין שוהל. ער פארשפרעכט איר א סטאבילע לעבן, האט חתונה און טוישט איר נאמען צו זיינס. אזוי נארט ער איר אריין און שרעקט אן די ביינערדיגע יונגען וואס קאמפיטן מיט אים פאר מלכה'לע. געוואלדיג, זאל עס אים וואויל באקומען. איך בעגראדזש נישט רעב מעכל אז ער האט א גוד טיים, איך האב מיטלייד מיט מלכה אז נישט לאנג ארום גייט רעב מעכל זיך פארליבן אין מירל די סימסטרעסס און זי מיט א קינד אין בויך וועט האבן א הארד טיים פטור ווערן פון אים און וועט דארפן טשוזן צווישן ארג און ערגערס.

[ציטאט אראפגענומען]

אין וועלכע וועלט לעבסטו? פרויען זענען היינט איבעראל. אוודאי, פרויען מיט קינדער אינדערהיים צו מענעדזשן א קאריער אויך איז טשאלענדזשינג. ווארט א מאן זאל האבן קינדער און אויך א קאריער. פארוואס מיינסטו אז פרויען זאלן נישט וועלן פונקט א קאריער ווי א מאן? דאס אז זי איז געבוירן מיט א רחם לייגט נישט אויטאמאטיש ארויף א התחייבות אויף איר עס צו נוצן און ס'עקסקלוד נישט קיין קאריער אבער דאס אז מענער האבן נישט איינס מיינט אז זיי קענען נישט האבן קיין קינדער אפילו זיי ווילן. "א פונדאמענטאלע יסוד אין דער עקזיסטענץ פון די מענטשהייט" קוקט עפעס אויס ווי עמיצער האט דיך געשטעלט אובאכט געבן און פארזיכערן די מענטשהייט זאל ווייטער אנגיין. און דו בחכמתך הג' האסט איינגעזען אז דאס קען נאר צושטאנד קומען אויב וועט מען פארשקלאפן די מיידלעך צו מאכן פענקעיקס און ווישן ווינדעלך און ח"ו זיי נישט לאזן טרונקען מארטיני קאקטעילס טאנצעדיג אויף מיילי סיירוס' קאמפאזיציע.

חוץ מזה אז ווען דו זאגסט אז דערפאר זעט די מידיא, די יוסטיץ סיסטעם און קוריקולעם אויס אזוי ווי זי איז, צו כלפי אז זיי ווערן גענוצט צו ברעין וואשן צו כלפי אז די תחומים איז שוין איינגענומען פון פרויען, זעט מען אז דו קומסט בהנחה קדומה מיט א טראדיציאנאלע אויסקוק, ווי אזוי זיי וואלטן געברויכט אויסצוזען, פון א מענערישע קוק.

[ציטאט אראפגענומען]

וואס הייסט דאס מען האט נישט מחשיב געווען שטוב ווערטשאפט. אז מען האט קינדער אין שטוב דארף מען נישט מחשיב זיין שטוב ווערטשאפט. מען 'מוז' עס טוהן. שטוב ווערטשאפט ווערט א צורך. היינט אין דער ליבעראלע וועלט ערווארטעט מען טאקע די מענער זאלן גלייכערהייט אנטייל נעמען אין די שטוב ווירטשאפט און נאטורליך אז א פרוי וואס דזשאגלט א קאריער 'און' א הויז ווערטשאפט קוקט מען מורא'דיג ארויף. "וואהה, איך ווייס נישט ווי אזוי זי מאכט עס". און אויב פאקוסט זי אויף די ארבעט אזוי אז זי לאזט די שטוב פליען נעמט מען צו די קינדער; נישט די ארבעט! אפשר נישט אזוי שארף, אבער יו געט די פוינט. כ'זאג נישט, וואס מ'אנטמוטיגט איז דער געדאנק אז נאר א הויז-מאמע איז א virtue און דאס ווייל די זעלבע טענה "א פונדאמענטאלע יסוד אין דער עקזיסטענץ פון די מענטשהייט" ארבעט אויך דא, און אפילו שטארקער, וויבאלד דאס גייט זיך פאר איר אליינס אויסצאלן אין דעם לעבן נאך. מ'וועט נישט דארפ'ן ווארטן אויף די ביג פיקטשער, ווען רעב מעכל און זיינע חברים'ס אייניקלעך וועלן זוכן קאמפאני מיט וועמען ארויפצוגיין אויף מארס, אדער ווען גוג וועט דארפן א גרויסע, שטארקע ארמעי צו קענען זיך פארמעסטן מיט מגוג.

קאמענטירער » דאנערשטאג יוני 2, 2016 10:28 pm

· #336134
כפארשטיי אז מרעדט שוין לאנג נישט וועגן דעם אבער מיט דעם אלעם וועל איך עס אהערלייגען לכבוד די נאמען פונעם אשכול
photo_2016-06-02_07-56-19.jpg

שלום על ישראל » פרייטאג יוני 3, 2016 3:00 pm

· #336313
שבת אחים
איך בין א מענטש -וואס טראכט, און האלט אז אלע בעלי חי׳ וואס זענען געבוירן אויף די פאלענט זענען גלייכע בירגער. קוק אהער, קודם כל פארוואס לייגן מיר אריין חיות אין א זו? זאג ווילסט איך זאל דיך אריינלייגן אין א זו און מאנקיס זאלן דיך קומען באזוכן??? , נאכאמאל טשעפט׳ס נישט מיט נאטור וועט אייך קיין גריליאס נישט הארגענען, גייטס נישט אין קיין זוס און מאכטס די אלע זוס זאלן זיין איליגעל. מוראדיגע חכמה קיינער בעט אייך נישט צו מעניפיעלעיטן אלע אנדערע חיות אויף דער וועלט.

איך וועל זיך משייר זיין אז דו ביסט א וועדזשיטערין, פאר די סעיק פון הוי דן את כל האדם לכף זכות.

לאמיר זעהן, וואס טוט מען מיט א אייסיס ימ"ש? זענען אלע צוויי-פיסיגע חיות'דיגע מענטשן אויך גלייך, אדער נאר מענטשן מיט פיר פיסיגע חיות? גייט אהן אויפ א סיעריעל רעיפיסט און מערדער די זעלבע הלכה פון ואהבת לרעך כמוך?

אלא מאי? א מערדער פארלירט זיינע פריווילעגיעס. איין די אויגן פון רוב צוויי-פיסיגע מענטשן [וואס פארשטייען צו בוחר זיין בין טוב לרע], איז איעדע פארציקענדע חיה אהנגעקוקט ווי א מערדער שדרכו להזיק. דו קענסט טענה'ן אז דאס איז אונזערע שולד אז מיר וואוינען אין זייערע טעריטאריע און - נאך ארגער - מ'פאנגט זיי אין קעפטיוויטי רח"ל, אבער - וויבאלד דו גייסט מין מהלך פון גלייכקייט פאר אלעמען - זיי קומען אויך כסדר אריין אין אונזערע טעריטאריעס און הארגענען עט-וויל, גייט דאס ביידע וועגן.

(דאס אליינס פארענטפערט נאכנישט דאס שחט'ן א הינדל אויף שבת, אבער דאס איז אן אנדערע נושא, אוכמ"ל.)

שבת אחים » פרייטאג יוני 3, 2016 4:58 pm

· #336363
שלום על ישראל, כפארשטיי נישט דיין פוינט און וואס דו פראבירסט ארויסצוברענגן.

שלום על ישראל » פרייטאג יוני 3, 2016 5:04 pm

· #336365
אז א חיה, אויב ער איז נישט ווייניגער ווי אונז (אין ווערד), מעג מען זיך באגיין צו אים לויט זיין נאטור. זיין באהנעמונג מיט מענשטן (אדער אפילו אנדערע) איז סיי אומפריינדליך (ער באהאנדלט אונז אלס א שונא) און סיי אגרעסיוו (ער הרג'ט זיינע שונאים).

יעלה ויבא » פרייטאג יוני 3, 2016 5:32 pm

· #336368
C/P
Dear Isaiah,

The internet has been abuzz with your story all week. Millions of people worldwide watched the video of you being dragged across a moat by Harambe, the 450-pound gorilla.

I am not sure how, at three years old, you managed to climb over a 3-foot high railing, walk through bushes and then jump 15 feet into a shallow moat, but hey, you did it!

I must say, I love gorillas. I was born in Zimbabwe and raised in South Africa, and every year during vacation our family would spend a few days at the Kruger National Park enjoying the lions, cheetah, gorillas etc. As a result, I developed a deep love for animals. And so your story touched my heart, as it touched millions of others across the globe.

To save your life, Cincinnati Zoo officials shot and killed their beloved Harambe. Thank G-d you came out safe.

The incident ignited nationwide uproar, some criticizing the zoo’s decision to kill the gorilla instead of using other means such as a tranquilizer, and others pointing fingers at your mother.

Really, it all boils down to whose life is more important. Yours or Harambes? A 3-year-old little boy, or a 17-year-old almost-extinct gorilla?

The answer, Isaiah, depends on you. As humans, we are different from animals in a unique way—we have the ability to make our minds rule over our hearts. That means we can use our rationale to temper and control our emotions and desires. If we feel hatred in our hearts, for example, we can use our minds to transform that into feelings of love. If we see something we really want, but doesn't belong to us, we can use our heads to overcome that temptation.

A gorilla, on the other hand, cannot do this. Animals are ruled by instinct. They need to eat, they eat. They need to sleep, they sleep. They need to kill, they kill. A gorilla, like all animals, is ruled by his nature and cannot transcend it.

And so, Isaiah, if you grow up and perform acts of goodness and kindness, then you are much greater than the gorilla. If you live your life by using your mind to rule your heart, your life is infinitely more worthwhile than the gorilla's.

You see, when G-d created the world, he created animals before humans. Why?

If man rises above his ego, we say, "Look, you were created last, like a king. Everything else was created for you, ready for the moment you came into existence." But if a person acts inappropriately, we say, "Look, even animals are better than you—they were created first!"

So, Isaiah, what kind of life will you live? If you make the right choices, you will forever silence the critics who think the gorilla's life was more important than yours. It's up to you.

Wishing you a productive life

Rabbi Uriel Vigler

lead, follow, or get out of the way

שבת אחים » פרייטאג יוני 3, 2016 5:33 pm

· #336369
שלום על ישראל
שבת אחים
שלום על ישראל, כפארשטיי נישט דיין פוינט און וואס דו פראבירסט ארויסצוברענגן.

אז א חיה, אויב ער איז נישט ווייניגער ווי אונז (אין ווערד), מעג מען זיך באגיין צו אים לויט זיין נאטיר. זיין באהנעמונג מיט מענשטן (אדער אפילו אנדערע) איז סיי אומפריינדליך (ער באהאנדלט אונז אלס א שונא) און סיי אגרעסיוו (ער הרג'ט זיינע שונאים).


א קוה און א טשיקן זענען דאך נישט קיין ווילדע חיות בכלל זיי באהאנדלן אונז נישט אלץ קיין שונאים, כפארשטיי ווייטער נישט וואס דו ווילסט.

שלום על ישראל » פרייטאג יוני 3, 2016 5:41 pm

· #336371
נעם ארויס א בבא קמא, וועסטו זעהן וויפיעל צרות זיי טוען אונז אפ...

איילנפאלס, דאס אלעס איז נאר אויף דיינע טערמינען. ואנו אין לנו שיור רק התורה הזאת.

ליפא » זונטאג יוני 5, 2016 11:30 pm

· #336700
📎 IMG_20160605_163717.jpg

לך לך » מאנטאג יוני 6, 2016 1:21 pm

· #336786
KolHaolam ‏
CINCINNATI: No charges will be brought against parents of boy who entered Cincinnati Zoo exhibit, resulting in gorilla’s shooting death.

מור וקציעה » דינסטאג יוני 7, 2016 12:32 am

· #336892
שבת אחים


איך בין א וועטשעטערין, איך פראביר מיין בעסט, סאיז נישט אזור גרינג ווען מוואקסט אויף מיט גאנץ א אנדערע דיעטע, איך פאל דורך דא און דארט. אונז בודהיסיטן פירן זיך נישט צו עסען בעל חי׳.

טאמער עס איך יא איז עס free range.


מרן פוה''ד הג''ר משה פיינשטיין בשעתו האט שוין געשריבען איבער די פראבלעם פון האלטן די בהמות איינגעשפארט אין זיינע תשובות ווי ער זאגט טאקע אז
מהראוי היה לאסור מלעשות זה ובעלי נפש אין להו לאכול כלל מזה, כנראה אז הרה''צ מקאסוב-ויזניץ דסטעטען איילענד איז טאקע פון די ''בעלי נפש'' שראוי לאותו אצטלה

@שבת אחים בבקשה מנך לזכות את ישראל בכשרות מוסרית, נקי מחשש צעב''ח, וועלכע כשר'ע פירמעס בארה''ב שטעלען צו פרי רעינזש פלייש ?

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 7, 2016 3:31 am

· #336913
מור וקציעה: בערן זענען זיכער פרי רעינדזש. אפשר קענמען טרעפן עפעס א מסורה, אז אונזערע זיידעס 'דערהיים אין הוידו-נאנאש אדער שאראש פאטאק האבן טאקע געגעסן בערן פלייש פון א מהודר'דיגע שחיטה...!

צוויקל » מאנטאג יוני 20, 2016 1:53 pm

· #338424
Re: חוצפה מ'הארגט א גרילע כדי צי ראטעווען א מענטשליכע קינד!
שלום על ישראל
נעם ארויס א בבא קמא, וועסטו זעהן וויפיעל צרות זיי טוען אונז אפ...

איילנפאלס, דאס אלעס איז נאר אויף דיינע טערמינען. ואנו אין לנו שיור רק התורה הזאת.

נאכנישט געלערנט בבא קמא,
אפשר זאגסטו מיר אויס וואס דארט שטייט ?

Sent from my SM-G900V using Tapatalk

שבת אחים » מאנטאג יוני 20, 2016 2:32 pm

· #338429
מור וקציעה
שבת אחים


איך בין א וועטשעטערין, איך פראביר מיין בעסט, סאיז נישט אזור גרינג ווען מוואקסט אויף מיט גאנץ א אנדערע דיעטע, איך פאל דורך דא און דארט. אונז בודהיסיטן פירן זיך נישט צו עסען בעל חי׳.

טאמער עס איך יא איז עס free range.


מרן פוה''ד הג''ר משה פיינשטיין בשעתו האט שוין געשריבען איבער די פראבלעם פון האלטן די בהמות איינגעשפארט אין זיינע תשובות ווי ער זאגט טאקע אז
מהראוי היה לאסור מלעשות זה ובעלי נפש אין להו לאכול כלל מזה, כנראה אז הרה''צ מקאסוב-ויזניץ דסטעטען איילענד איז טאקע פון די ''בעלי נפש'' שראוי לאותו אצטלה

@שבת אחים בבקשה מנך לזכות את ישראל בכשרות מוסרית, נקי מחשש צעב''ח, וועלכע כשר'ע פירמעס בארה''ב שטעלען צו פרי רעינזש פלייש ?


טשולדיגט כהאב הערש יעצט באמערקט דיין תגובה, free range האט א ספעציעלע הכשר פון ביד״צ דקהל וויזניץ סטעטן איילענד איך גלייב נישט אז דו וועסט עס טרעפן מיט א בהמישע הכשר.
פארשטייסט וואס איך מיין?

בן אדם » מאנטאג יוני 20, 2016 5:33 pm

· #338453
•
📎 803726501_10295.jpg

טאמבל סאס » מיטוואך יוני 29, 2016 10:01 pm

· #339576
1 )
[ציטאט אראפגענומען]


טאמבל סאס
פארוואס טאקע?

אוי, סארי כ'האב פארגעסן. בעלי חיים טוען עס אינסטינקטיוולי מיט פאווער און מענטשן קאנטראלירן מיט אינטעליגענץ און פאווער.


2)
[ציטאט אראפגענומען]
אודך, ווער באשליסט וואס איז בעצם מער טובה פאר די פרוי? על זה אנו דנין. אפשר איז גלייכער דו זאלסט ריפרעיזן: אן אריינצוגיין און די עצם טענה האט דאס נישט מיט די נקודה וואס איז בעצם מער טובה פאר א פרוי וואס וויל/האט קינדער.

[ציטאט אראפגענומען]

טאמבל סאס
איך קען דיר נישט ענטפערן ווייל איך האב נישט געלערנט און סתם סברא וועט נישט מכריע זיין. מ'דארף דא סייענטיפישע דאטא און בכלל איז דאס זייער א סליפערי ראוד ווייל פון דא קען עס זייער לייכט אריינפארן צו זענען פרויען ווייניגער קלוג אדער נישט און אויב כאפן זיי נישט אז זיי ווערן קאנטראלירט הייסט עס נאכאלץ קאנטראלירט און נאך אזעלכע ליידיגע רייד.

[ציטאט אראפגענומען]
ניין, נאר דאס איז א ריכטיגע טענו לו בחיטין והודי לו בשעורין. לאמיר נאכאמאל זען, דו האסט געזאגט:
[ציטאט אראפגענומען]
האב איך געענטפערט:
טאמבל סאס
ווער בראקט אריין? עדינות נפשם אין קאפ אריין. מענטשן זענען פיהל מער קאמפליצירט ווי סתם זיי צו קאטעגאריזירן אין צוויי - זכר ונקבה, און דער איז rough בעת די אנדערע איז tender.
דאס מיינט נישט אז איך האלט זיי זענען נישט. איך פרעג אבער 1. וויאזוי ווערט עדינות די פריים כאראקטער פון א פרוי כלפי א מאן? זי האט נאך צענדליגע אנדערע אייגענשאפטן אנדערש ווי א מאן, און פארוואס האט עדינות זוכה געווען צו באשליסן און לויט דעם זאל מען זיך רעכענען לגבי אלע אנדערע אספעקטן פון איר לעבן? און 2. איז זי עדין, האט חכמתו גוזר געווען אז זי מוז בלייבן עדין? איז דאס עפעס פיקסד? איז דאס א מעלה לכשעצמה? באגייט מען אן עולה ווען מען ווערט אויס עדין? און ווייטער ווער באשטימט וואס אויס עדין איז? און דאס איז לו יצוייר אז מ'קען דזשענערלייזן און זאגן אלע נשים זענען מער איידל ווי מענער. בקיצור, ס'קוקט מיר אויס ווי יעדע נושא וואס איך קען נאר טראכטן פון פירט מיר אריין אין א פיליזאפישע פלאנטער וואס אירע שבילין קוקן מיר שוין אויס צו באקאנט.

איז נאכדעם האב איך, לאזענדיג זיך פון דיך, צופארפארן אין א זייטיג געסל, געזאגט אז אויב בין איך מודה צו דיר חד וחלק אויף עדינות וועסטו פון דארט מיך לייכטערהייט א טריפ נעמען אויף די טאפיק פון אינטעליגענץ, האב איך מקדים געווען בהתראה, "אז איך קען דיר נישט ענטפערן ווייל איך האב נישט געלערנט און סתם סברא וועט נישט מכריע זיין. מ'דארף דא סייענטיפישע דאטא און בכלל איז דאס זייער א סליפערי ראוד ווייל פון דא קען עס זייער לייכט אריינפארן צו זענען פרויען ווייניגער קלוג אדער נישט און אויב כאפן זיי נישט אז זיי ווערן קאנטראלירט הייסט עס נאכאלץ קאנטראלירט און נאך אזעלכע ליידיגע רייד." אבער דו פארסט נאך ווייטער אוועק, ברענגענדיג אהיים א חידוש גאר, אז אין הכי נמי, דו האלטסט אז זיי זענען טאקע ווייניגער קלוג?!

זאג איך אצינד העי, מאכן אזעלכע זיכערע סטעיטמענטס איז סייענטיפיקלי unfounded אזוי לאנג ווי אינטעלידזשענס איז נישט קלאר דעפיינד - עס איז ארביטרערי. זענען זיי בלויז סעקרעטעריס, איז וואס? דו קענסטיך נישט ארויסרייסן פון דער הרגל צו שטעלן די לימיטס פאר די "פרוי" וואס זי ברויך דערגרייכן, ווי ווייט און ביז וואו. לאז פאר זי צו באשליסן. נישט פאר זי, פאר די אינדיווידועל בעסער געזאגט. און נאכדעם, אפילו אויב וואלט מען יא געקענט זאגן מיט א זיכערקייט אז זיי זענען ווייניגער קלוג, און דערפאר unaware ביז צו א געוויסע מאס קאנטראל, טרעטסטו ווידער אריין אין א מינע פעלד, בנוגע די מאראל אישו פון קאנטראלירן עמיצן אויב ווייסט ער נישט. קלערלי, האט היסטאריע געוויזען ווייסען זיי שוין איינמאל.

3 )
טאמבל סאס
וואס איז אזוי קאמפליצירט צו פארשטיין? רעב מעכל איז שוין אין די 50 און ער דארף א אינגע נערה זאל קערן פאר אים ביז ער ווערט אלט און אים מוליד זיין זרע, וואס זאל ער טוהן אבער אז די נערות קלויבן זיך שטארק, איז ער אבער א כיטרע פוקס און א געזינטע בולי. זאגט ער מלכה'לע מיט א זיסע צוקער ניגונדל אין זיין שטימע און א באהאלטענע סעלפישע אגענדע אז ס'נישט דא קיין מער ריינערע אידעאל ווי זיין א הויז-מאמע, איבערלאזן קינדער און באקן קוכן לכ' תיקון פאר די מנין אין שוהל. ער פארשפרעכט איר א סטאבילע לעבן, האט חתונה און טוישט איר נאמען צו זיינס. אזוי נארט ער איר אריין און שרעקט אן די ביינערדיגע יונגען וואס קאמפיטן מיט אים פאר מלכה'לע. געוואלדיג, זאל עס אים וואויל באקומען. איך בעגראדזש נישט רעב מעכל אז ער האט א גוד טיים, איך האב מיטלייד מיט מלכה אז נישט לאנג ארום גייט רעב מעכל זיך פארליבן אין מירל די סימסטרעסס און זי מיט א קינד אין בויך וועט האבן א הארד טיים פטור ווערן פון אים און וועט דארפן טשוזן צווישן ארג און ערגערס.


[ציטאט אראפגענומען]
אקעי, שוין צוויי מאל וואס דו ענטפערסט אזוינע אומפארשטענדליכע ווערטער וואס דארף עפעס טיפערס צו מיינען. זייזשע אזוי גוט און ערקלער ביטע?
און given היסטאריע, אז זייענדיג א מעיל דאמינירטע געזעלשאפט, האבן מענער באלבאטעוועט אויף די פרויען, און ווי מער פראגרעסיוו, שיינט די דאמינאנץ צו דימינישן, איז עס שוין איינמאל רעלעוואנט צו דער נושא כנ"ל.

4 )
[ציטאט אראפגענומען]
זאלסט מיר אנטשולדיגן, אבער דער טאן קומט פון א תקופה ווען די תחומים, אזוי ווי רוב, זענען געווען מעיל דאמינעיטעד, אלזא איז דאס א מענליכע מיינונג ווי אזוי א יוסטיץ סיסטעם, מידיא אפאראט אדער עדיוקעשאן סעקטאר ברויך אויסצוזען. וועסטו פרעגן, אלס מאן, איז בכלל מעגליך נישט צו זיין א נוגע; צו זיין א דרויסענדיגער? אפשר נישט, אבער עט ליעסט Argue פון אנבייעסד גראונדס. ערקלער וואס ס'איז ראנג פאר די תחומים צו ווערן דאמינירט דורך פרויען; וואס איז ראנג פאר די תחומים צו זיין אבסעסד מיט פרויען רעכטן, קאנסידערינג די היסטאריע מיר קומען פון?

5 )
[ציטאט אראפגענומען]

פון וואו נעמסטו דאס? פערזענליכע אנעקדאט? פון קוקן אויף פרויען וואס האבן סיי קינדער און סיי א דזשאב? דאס איז נישט פעיר, קוק אויף מענער וואס זענען סינגל פערענטס און האלטן אן א דזשאב אויכעט. זיי מענעדזשן נאך ווייניגער. אין אנדערע ווערטער, האסט נישט אויפגעוויזן אז נאטורליך איז א קאריער נישט פאר זיי אדער אז ס'איז די מענער'ס פליכט, פאר זייערע טובה, זיי אויסצולערנען פון אינגווייז אן אז זיין א הויז מאמע איז פילייכט ווירקזאמער? סך הכול האסטו געוויזן אז ביידע צוזאמען איז שווער צו דזשאגלען. פארקערט, אפשר גאר איז א קאריער אליינס לייכטער ווי קינדער אליינס? האלסטו נישט אז לכה"פ זאל מען די פרוי אליינס לאזן בוחר זיין און אוודאי זיי געבן די אינפא איבער ביידע מעגליכקייטן פון אינגווייז אן? קוק אין די מציאות וועסטו זען אז אין די לענדער ווי מ'לערנט מיט קינדער (די מיידלעך זייערע זאכן און די אינגלעך זייערע זאכן) מאכן זיי אנדערע סארט בחירות ווי במסורה. וואונדער איבער וואונדער. קוק, וואס ברעינוואשען איז אלס קעיפעבל אף.

אגענדע קענסטו עס רופן אויב וואלט מען די פרויען געמוטיגט נישט צו זיין האוזווייפס, דורכן באהאלטן פון זיי אינפארמאציע וואס אויב עקספאוזד דערצו איז דא א מעגליכקייט א פרוי זאל מעצמה, צוליב סובדזשעקטיווע סיבות, איבערצייגט ווערן אין א אורח חיים וואס זי קען נעמען, וואס וועט איר גיבן א בעסערע קוואליטעט לעבן. וואו באהאלט מען פון היינטיגע קינדער? אדרבה, די לינקע שרייען מען לערנט נישט גענוג.

6 )
[ציטאט אראפגענומען]

א רגע, דאס בין איך מודה אז מענער און פרויען האבן נישט די זעלבע קוואליטעטן, וואס ער איז גוט איז זי נישט גוט און דאס זעלבע פארקערט, צוליב פיזישע אדער פסיכילאגישע דיפרענעצן, ווי דו זאגסט פריער "אבער לייקענען אז פרויען זענען אין אלגעמיין בטבעם איידעלער ווי מענער איז הכחשת שמש בצהרים." אבער כ'בין נישט מודה אויף די עצם אוועקנעמען איר טשויס דורכן קאנטראלירן אדער קאנסילען אינפא פון איר אויף די גראונדס אז זיי זענען פיזיש אדער פסיכילאגיש אנדערש. יעצט, נעם למשל 'פעמילי קאורטס' וואס איז היינט מערסטנס איינגענומען פון פרויען, איז דאס נישט בעסער פון אמאל, ווען דער הארטער אידעלאגישער מאן האט מחליט געווען די גורל איבער קינדער וואס דארפן א פראקטישע מאמע וואס זאל געבן געפיהלן, ליבע און טענדערשאפט? און אזוי עדיוקעישן, רפואה, טורמע און די ליסטע ענדיגט זיך נישט. אבער וואס אן אמת קומען פרויען איבעראל אן היינט. נו שוין, מען דארף פרויען מעטאמעטישנס, פיזיסיסטס און קעמיסטס און נישט נאר סעקסי ביאלאגיסטס אבער גיב עס צייט. א קאפל אף הונדערט יאר געדולד איז קוים גענוג צו אפילו קוקן אויפ'ן זייגער.

7 )
[ציטאט אראפגענומען]

איז דאס א פראבלעם? מיינסט א גרעסערע פראצענט פרויען ווי ס'איז געווען אמאל ווען מענער האבן פארנומען דעם פעלד? געב מיר א דוגמה? פלעין דאס איז דיין שאץ מעסטער? מען שאצט לויט וויפיל מענטשן מען דארף דיעלן מיט? ביטע ערקלער.

8 )
[ציטאט אראפגענומען]

נאטעד! וואס איז יעצט? מעג איך זיין מחולק מיט דיר? די ווארט פראפאגאנדע איז געווארן אזא אביוזד ווארט. מען נוצט עס ווען מ'בארעדט דער אנדערער פארטיי, "יענע רעבע איז ביזי מיט פראפאגאנדע." ווען מ'פארשרייט די קהילה פירער, "ס'איז אלצדינג פראפגאנדע." אין גויאישע פאליטיקס, דער צייטונג בלאזט פראפאגאנדע פאר יענער פארטיי. ווען מ'רעדט פון די קומעניסטישע צייטן, זייער וואפן איז געווען פראפגאנדע. וואס פונקטליך באצייכנסטו פראפאגאנדע? איך זע פראפאגאנדע אין א דעה וואס מאכט אסאך רעש אבער וואס איז נישט אמת און איז אויפגעבלאזן. ווען מען בלאזט און מען פאמפעט אן איידיע וואס איז מעגליך אמת כדי צומאכן זיכער אז יעדער הערט דערפון, עס באקומט מאמענטום, איז עס פאזיטיווע פראפאגאנדע.

9 )
טאמבל סאס
אוודאי, פרויען מיט קינדער אינדערהיים צו מענעדזשן א קאריער אויך איז טשאלענדזשינג. ווארט א מאן זאל האבן קינדער און אויך א קאריער. פארוואס מיינסטו אז פרויען זאלן נישט וועלן פונקט א קאריער ווי א מאן? דאס אז זי איז געבוירן מיט א רחם לייגט נישט אויטאמאטיש ארויף א התחייבות אויף איר עס צו נוצן און ס'עקסקלוד נישט קיין קאריער אבער דאס אז מענער האבן נישט איינס מיינט אז זיי קענען נישט האבן קיין קינדער אפילו זיי ווילן. "א פונדאמענטאלע יסוד אין דער עקזיסטענץ פון די מענטשהייט" קוקט עפעס אויס ווי עמיצער האט דיך געשטעלט אובאכט געבן און פארזיכערן די מענטשהייט זאל ווייטער אנגיין. און דו בחכמתך הג' האסט איינגעזען אז דאס קען נאר צושטאנד קומען אויב וועט מען פארשקלאפן די מיידלעך צו מאכן פענקעיקס און ווישן ווינדעלך און ח"ו זיי נישט לאזן טרונקען מארטיני קאקטעילס טאנצעדיג אויף מיילי סיירוס' קאמפאזיציע.


[ציטאט אראפגענומען]

דו אססעסד א פרוי אקראדינג צו אירע פיזישע און פסיכילאגישע פארעם within די קאנטעקסט פון א גרויסע היומען ראסע וואס דארף ממשיך זיין פאר וואטעווער ריזען דו פארמאגסט און צוליב דעם באשליסטו וואס צו לערנען מיט זיי און וואס זיי צו שעלטערן פון. ד.ה. דו לייגסט צו דער טענה אן עלעמענט פון "דאס איז ווי אזוי עס וועט במילא זיך ארויסשטעלן דערפאר וואס נאטור ארבעט אזוי, אז זיי וועלן האבן קינדער, אלזא נויטיגן מיר זיך אין מאמעס אובאכט צו געבן און אויפציען זיי. דאס אלץ assuming דאס איז די איינציגסטע וועג צו פרעזעווירן די מענטשליכע מין, עפעס וואס כ'בין נישט ממש זיכער אין. איך אססעס זיי לויט נייע מענטשליך געמאכטע געזעצן לויט מענטשליך געמאכטע מאראלן, וואס זאגט אז א מענטש וואס פארשטייט בחירה (דהיינו, ער פארשטייט אז די וועלט ארבעט דאס מ'מיינט מ'האט א טשויס) האט די רעכטן צו מאכן איר אייגנס - רעגארדלעס צו מיר גיבן איר דעם רעכט צו נישט - איבער איר לעבן. און נישט לערנען און כש"כ צוריקהאלטן אינפארמאציע וואס מיר וואלטן אדערווייז אויסגעלערנט, ווערט פאררעכנט ווי דעפרעווירן פון זיי 'טשויס'. מיר קוקט אויס ווי ס'איז אלעס א פראגע איבער די amount of אינפארמאציע.

10 )
טאמבל סאס
חוץ מזה אז ווען דו זאגסט אז דערפאר זעט די מידיא, די יוסטיץ סיסטעם און קוריקולעם אויס אזוי ווי זי איז, צו כלפי אז זיי ווערן גענוצט צו ברעין וואשן צו כלפי אז די תחומים איז שוין איינגענומען פון פרויען, זעט מען אז דו קומסט בהנחה קדומה מיט א טראדיציאנאלע אויסקוק, ווי אזוי זיי וואלטן געברויכט אויסצוזען, פון א מענערישע קוק.


[ציטאט אראפגענומען]


ווארשיינליך האסטו נישט פארשטאנען מיין פונקט. איך פארשטיי דאס איז וואס מיר דיבעיטן אבער ווען איך טענה, קום ווי א דרויסענדיגער, איז פשט איך וויל זאלסט טענה'ן פון א וויאופוינט וואס איז נישט בייעסד either way. ווי אויבן געזאגט, איז דאס בייעס. איך ווייס נישט פארוואס, אויב צוליב די היסטאריע, ווען די מענער האבן אלעס געפירט אדער ווייל דו זעלססט ביסט אן אלפא מעיל, די וועג אבער ווי אזוי די אפפראטשט די טענה איז פון א בייעס סטענדפוינט.

11 )
[ציטאט אראפגענומען]

סאיז בכלל נישט קיין פארגלייך. קינדער איז מען מחשיב זיי אליינס. געלט, צוליב וואס מ'קען מיט דעם באקומען עפעס אנדערש. אמאל האט מען טאקע מחשיב געווען קינדער צוליב די געלט אדער שווה כסף (אדער א טרעיד אף צו די געלט וואס מ'האט נישט געקענט באקומען) וואס מקען באקומען פון זיי, אזוי ווי מ'זעט נאך היינט אין טראדיציאנאלע שטובער, און מרוקט זיך טאקע צוביסלעך אוועק פון דעם. איז די קאריער די סיבה פארוואס מברענגט אראפ ווייניגער קינדער? ניין. נאר ווייל מ'האט איינגעזען אז סאיז נישט מאראליש זיי אראפצוברענגען אויב האט מען נישט גענוג געלט זיי אויסצושטאטן צו ווייל בלא זה טוב שלא נברא משנברא ווייל טוב שלא תידור משתידור ולא תשלם, אדער מחמת נאך א צאל ליבעראלע ריזענס.

און האלב בד' צחות, נאטורליך הויבט מען אן א קאריער פארן האבן קינדער. איז אפי' נניח דאס מיינט מען ווען מזאגט וואהה, דהיינו, האלט דיך צום קאריער, איז אפשר ווייל מען קוקט פשוט וואס איז געווען קודם און וואס פעלט זיך אויס פארוואס. קינדער פאר א קאריער אדער א קאריער פאר קינדער. און אזוי כהאב געזאגט, די צוויי זאכן זענען נישט קאמפערעבל.
בלאט: 1 2 3