☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » קאנטערווערסיע בנוגע מקום קבורת ר' יצחק ראזענבערג

קאנטערווערסיע בנוגע מקום קבורת ר' יצחק ראזענבערג

65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10536
בלאט: 1 2

lazar » מיטוואך מאי 18, 2016 5:15 pm

· #333634
קאנטערווערסיע בנוגע מקום קבורת ר' יצחק ראזענבערג
רב מנשה פילאפף רייסט זיך די האר פון קאפ און שרייט אז די ריכטיגע טראגעדיע האט הערשט היינט פאסירט ווען מ'האט באגראבן ר' יצחק ראזענבערג הארט נעבן אוהל פון רבי'ן זכרוינע לבראכע

שבת אחים » מיטוואך מאי 18, 2016 5:32 pm

· #333637
בעל מדות
העי, קאט די קרעפ.


וועלכע קרעפ? אז ס'געפעלט דיר נישט וואס יענער זאגט, זאג א סיבה פארוואס כ'בין נישט גערעכט, שרייבן קאט די קרעפ קען יעדער איינער וואס האט א קיבאורד, אלזא וועל איך זאגן אויף דיין תגובה- קאוט די קרעפ און איך וועל צוריקשיסן א געשאסענע קויל.

גאלד » מיטוואך מאי 18, 2016 6:24 pm

· #333642
לפי האמת האט מען איהם געלייגט אין די נייע חלקה ווייל דער ראב"ד שליט"א האט געפסקנ'ט אז ע"פ הלכה איז אלעס איינס

שמעון וואלף » מיטוואך מאי 18, 2016 6:31 pm

· #333643
גאלד
לפי האמת האט מען איהם געלייגט אין די נייע חלקה ווייל דער ראב"ד שליט"א האט געפסקנ'ט אז ע"פ הלכה איז אלעס איינס


וועיט עי סעקאנד, כ'האב געמייט אז די ארונים זענען צעבראכן היינט נאך די שרעקליכע טראגעדיע. וואסי פשט פון די ליצנות?

בן אדם » מיטוואך מאי 18, 2016 9:56 pm

· #333665
lazar
רב מנשה פילאפף רייסט זיך די האר פון קאפ און שרייט אז די ריכטיגע טראגעדיע האט הערשט היינט פאסירט ווען מ'האט באגראבן ר' יצחק ראזענבערג הארט נעבן אוהל פון רבי'ן זכרוינע לבראכע

זעהסט, יו נעווער נאו ווער ס'מאכט מיט די עכטע טראגעדיע.

שמעון וואלף » מיטוואך מאי 18, 2016 10:42 pm

· #333667
פליקער
די ביעטש איז געאייגנט פאר חרדים ווייל דארט איז נישט דא קיין לייף גארד, דעריבער גייען קיין גויים נישט דארט בדרך כלל, איך בין דארט ביי די פלאץ געשווימען פילע

יא אמת דערנעיבן איז דא א נוד ביעטש וואס קיין נארמאלער מאנטש גייט נישט אהין, עס דערמאנט מיך א מעשה ווי איינמאל האב איך אריין געבלאנדזשעט און די ראנג עקזיט, דארט ווי מען פארקט צי גיין צים נוד ביעטש, דער פערזאן וואס נעמט געלט צי פארקן קוקט מיך אן און פרעיגט מיר האלא וואס זיכסטו דא, איך זאג אים סייסט איך קום דאך דא כסדר, אה אה פיץ אפ ווי שנעלער זאגט ער מיר דא איז פארהאן א נוד ביעטש, איך האב אוועקגעשמיסן פון דארט.


בין איך די איינציגסטע נארמאלער מענטש וואס גייט אין א נוד ביעטש (מקוה)?

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 18, 2016 11:31 pm

· #333676
בין איך די איינציגסטע נארמאלער מענטש וואס גייט אין א נוד ביעטש (מקוה)?

וואס מאכט דיר טראכטן אז דו ביסט נארמאל 🙄

כפתור » מיטוואך מאי 18, 2016 11:52 pm

· #333686
פליקער
פרעיגט מיר האלא וואס זיכסטו דא,... אה אה פיץ אפ ווי שנעלער זאגט ער מיר דא איז פארהאן א נוד ביעטש, איך האב אוועקגעשמיסן פון דארט.


ווען ער איז מיין ארבעטער וואלט ער געפלויגן ווי א מיסל, ער מאכט מיר חרוב די ביזנעס.
ס'קוקט אויס ווי די וועד הצניעות האט אים דארט אריינגעשטעלט

חברהמאן » דאנערשטאג מאי 19, 2016 10:12 am

· #333711
בין איך די איינציגסטע נארמאלער מענטש וואס גייט אין א נוד ביעטש (מקוה)?

זייער פאני אבער א נאד ביעטש פון נאר מענער קענסטו גיין ווי דו ווילסט

דבילה » פרייטאג מאי 20, 2016 6:55 pm

· #333915
<a class="postlink" href="http://hudsonvalley.news12.com/news/burial-site-for-businessman-yitzchak-rosenberg-sparks-protest-in-kiryas-joel-1.11823585#autoplay=true">http://hudsonvalley.news12.com/news/bur ... oplay=true</a>

ס'באמת ווייטאגליך ווי די מידיע האט זיך ארויף געזעצט אויף די מעשה און געמאכט מטעמים פון שמועות פורחות באויר.

אלס ווייסער » מוצ"ש מאי 21, 2016 10:47 pm

· #333926
דבילה
http://hudsonvalley.news12.com/news/burial-site-for-businessman-yitzchak-rosenberg-sparks-protest-in-kiryas-joel-1.11823585#autoplay=true

ס'באמת ווייטאגליך ווי די מידיע האט זיך ארויף געזעצט אויף די מעשה און געמאכט מטעמים פון שמועות פורחות באויר.

די ווייטאג איז נישט אז די מידיא האט עס ריפארטעד, די ווייטאג איז אז מענטשן בתוכינו האבן אויסגעשפרייט אלע אונזערע שמוץ וועש אויפן גאס אן האבן סיי וואספארא נוצן דערפון

לא ימלט » מוצ"ש מאי 21, 2016 11:58 pm

· #333929
ליידער יד ישראל באמצע, ישראל כשהן יורדין...
אידן מיט חשבונות קעגן די ארוינים האבן אראפ גערופן News12, און אזוי באשמוצט גאנץ כלל ישראל אויף א מיאוס'ען אופן, עס איז א חרפה און א בושה פאר כלל ישראל, עס ווייטאגט א יעדן איד...

שטילע אינגערמאן » זונטאג מאי 22, 2016 12:14 am

· #333930
ר׳ יצחק איז כולי עלמא געווען א פיינע איד.
וואס ער האט געטוען פאר סאטמער האט נישט קיין איין מענטש געטוען פאר עני אנדערע חסידות.
ער האט אויפ גארנישט געקוקט, געווען גרייט צו טוען אלץ פאר ר׳ אהרן.
ער האט געטוען עסקנות אין חוץ פון דעים געגאסען געלט.
נו? קען מיר איינער מסביר זיין ווער דען באלאנגט דארט לעבן די אוהל?

שרייט א קראס אייד מפגר אויף וואטס עפפ אז ער איז נישט געווען דער תלמיד חכם ווי שמואל אבערלענדער,
כאכא קוק ווער רעדט, די קענסט בכלל צורת הדף? די וואלסט געזאגט מיט א פשטות אז נאך דף י׳ ע״ב, קומט כ׳ ע״א.
אין טאמער האט שמואל געלערנט בעסער ווי יצחק איז וואס?
פון היינט זאל מען נעמען יעדער איד וואס ליגט אויפן גסיסה בעט אין אויספרעגן יעדער מחלוקת ט״ז אין מ״א, טאמער קען ער הרי טוב, טאמער נישט וועט מען עיהם מיזן צירוק ריקן אפאר שורות, כמיין סארא שטותים דאס.
האט ער געלערנט יעדער טאג? האט ער געהאט אפי צוויי חברותית? ואב האקסטו א טשייניק?
ווען מפרעגט ווען מיר זאג איך מזאל עיהם לייגן אין די אוהל, יא דער סאטמערע רב אין די סיגוט רב האבן זיכער א הכרת הטוב פאר אזא איינער, זיכער מער הכרת הטוב ווי איינער וואס איז געווען סתם א תלמיד חכם.
איר זאלט נישט פארגעסען סאיז כמעט נישט דא קיין סאטמער מוסדות וואס וואלט עקסעסדירט אן עיהם,
ווייסט איר אז די ברך האט עיהם געלייגט ממונה אויפן ארץ ישראלדיגע מוסדות, יצחק האט אינוועסטעד געלט דערפאר אין אזוי האט די מוסדות אין א״י געצויגען פאר יארן לאנג.
טרעפט מיר נאך א גביר וואס לאסט ביי עיהם אין די היים מאכן א אפיס פון קהל, מקומט מגייט, זיין גאנצע ביזנעס האט ער איבגעגעדרייט פאר סאטמער, משא״כ רוב נגידים וואלטן געגעבן געלט אין נישט אריין געמישט זייער ביזנעס אין זייער פריוואטע היים.

ר׳ יצחק איז געווען א אויסנאם בעל צדקה, איך אליין ווייס פון א ערשט האנטיגע מעשה ווי ר׳ יצחק האט געוויסט פון א איד (נישט סאטמערע) וואס ליידער מוטשעט זיך שטארק מיט געזונט, ר׳ יצחק האט געצאלט יענער די מארגידז כדי אראפ צו נעמען אביסעל די עול.
איך געדענק אלץ בחור בין איך אמאל געווען אין ווילי פאר א חתונה, כבין אריין געגאנגען אין היכל ראזענבערג אין דארט געטראפן א איד לערנען, כהאב עיהם געפרעגט ווי ליגט די שו״ע, אנשטאט מיר ווייזען מיט די פינגער אזוי ווי מטוט פאר א בחור׳על אדער בכלל איגנארירן, האט דער איד זיך אויפ געשטעלט אין מיר צוגעטראגן צום ריכטיגע ספרים שאפע.
דער איד איז געווען נישט קיין צווייטע ווי ר׳ יצחק.
ער איז געווען א ערנצטע בעה״ב, אויפגגשטאנען פרי, געדאווענט געלערנט, געטוען חסד וגו׳, אזא מענטש דארף זיין א משל פון א בעה״ב

זאגט דארט א צווייטע אלטע קאקא אויפן קליפס אז ער האט נישט געלענרט אין סאטמער,
כאכאכא, הייסט כדי צו ליגן לעבן די אוהל דארפ ער האבן געשפילט אין כתה א׳ מיט סאטמערע לעגאס, טאמער האט ער געשפילט מיט מונקאטשע לעגאס קען ער נישט דא ליגן, (צופעליג האט ער יא געלערנט אין סאטמער)
טוט א טובה, קריך אראפ פון מיר, ער האט געטוען פאר סאטמער אין צען מינוט מער ווי די מיט אלע דיינע קינדער האבן געטוען עד סוף כל הדורות,

די אנדערע חברה קענען נעבעך נישט פארדייען אז ר׳ אהרן טוט מיט די ביה״ח וואס ער גלייכט,
יא אויך א דאנק יצחק איז די ביה״ח ביי ר׳ אהרן, אין ער קען טוען דערמיט וואס ער פארשטייט, ער דארף די נישט געפעלן, ער קען מארגן מאכן א פאפיט שאו פאר אלע קינדער פון ארע גז קאנטי אויפן גרויסע מצבה פון ר׳ יוסף אשכנזי, וועסט גארנישט קענען טוען, נאר שרייען אויפ וואטס עפפ.

צום שלוס, ענק וואלטן זיך נישט גערעכנט מיט אונז ווען די ביה״ח ליגט אין ענקער הענט, למשל ווען משה גבאי פארמאכט זיך ח״ו די אויגן, (נאך אזא בעה״ב ווי יצחק) וואלטן ענק אויך געטוען ווי ענק פארשטיין.
א גוטע וואך

ליפא » זונטאג מאי 22, 2016 1:37 am

· #333938
שטילע אינגערמאן

שרייט א קראס אייד מפגר אויף וואטס עפפ אז ער איז נישט געווען דער תלמיד חכם ווי שמואל אבערלענדער,

זאגט דארט א צווייטע אלטע קאקא אויפן קליפס אז ער האט נישט געלענרט אין סאטמער,
די אנדערע חברה קענען נעבעך נישט פארדייען אז ר׳ אהרן טוט מיט די ביה״ח וואס ער גלייכט

דו אלס א דרויסענדיגע דארף טאקע נישט וויסן צו פיל פארן ארויסלאזן א נארישע תגובה און עס מאכן פאר א זאלי נגד ארוני אישו. ווען אין פאקט איז עס געווען די ארוני קהלה מיט זייער חברה קדישא און אויך די מערהייט ארונים וואס האבן נישט געטראכט איין רגע פון אים לייגן דארט! דער טרעקטער איז ניטאמאל געגאנגען גרובן דארט.
ס'איז אלץ אינטערעסאנט צו הערן פון דרויסענדיגע רעדן און שרייבן מיט אזא קאנפידענסץ..
יעצט וויאזוי פארענטפערט מען פארוואס גענוג ארונים און אויך די קהלה דארט האבן געהאלטן אז ער קומט נישט דארט?

נעגעל וואסער » זונטאג מאי 22, 2016 5:51 am

· #333944
Re: ר' יצחק ראזנבערג ע"ה ראה"ק ד'סאטמאר אומגעקומען אין וואסע
איינער קען אהער ברענגען די דרשה וואס מהר"א האט גערעדט שבת נאכמיטאג איבער די מקום הקבורה?
איך האב פארשטאנען אז ער האט מוחה געווען אז מ'האט נישט געפאלגט די חברה קדישא, און מ'גייט איבערפרישן די הנהלה אין וומס"ב וואס האבן געטוהן מה שעלתה על רוחם.
ווער עס איז דארט געווען ווערט געבעטען צו איבערגעבן דברות קדשו.

סביב העולם » זונטאג מאי 22, 2016 9:39 am

· #333951
Re: ר' יצחק ראזנבערג ע"ה ראה"ק ד'סאטמאר אומגעקומען אין וואסע
בקיצור נמרץ די רבי'ס פינעף אין פערציג מינוטיגע דרשה:
די רבי האט אנגעהויבן אז אין תשי"ב פרשת נשא האט די דברי יואל זיך אויפגעשטעלט האלטן א דרשה בנוגע קריגערייען אין די קהילה, מען האט נאך געהאלטן קוים מיט איין פוס אינדרויסען פון די וועלט מלחמה, אבער געקריגט האט מען זיך שוין.
די רבי האט געזאגט אז עס איז דא ראשי קהילה מיט גבאים ווי אויך הנהלת המוסדות וואס זיי זענען דן וואס מען דארף טוהן און זיי זאל מען פאלגען, אז מען האט אנדערע מיינונגען זאל מען גיין צו זיי זיך דורך רעדן נישט העצן.
דאן האט ער געזאגט אז מען האט אים געזאגט זיך צו וואטשן וואס ער רעדט ווייל אלעס קומט אן צו די מידיע, אפילו יעצט איז דא רעקארדערס אין ביהמ"ד, יעדער ווייסט אז עס איז פארגעקומען א מעשה דא, איך וויל נישט רעדן ווייל איך דארף נישט די עף בי איי מארגן ביי מיר אין שטוב, אבער איך וועל פארציילן אן אנדערע מעשה, עפעס א מנהל האט פארפאסט סוף זמן קריאת שמע און איינער האט אנגעהויבן רידערען קעגן אים, געלייגט ביינאכט איי'ס ביי אים אינדערהיים, מען האט עס פארשפרייט, אלע צייטונגען האבן גערעדט קעגן אים, ביז די מלכי חבלה זענען אראפגעקומען אין חדר, מען האט יעדן דערשראקן, און אויס געפארשט, דא האלט יעצט די מעשה, אלעס האט זיך אנגעהויבן פון איין העצער ער האט נאר געוואלט אויפטוען און אנגעהויבן רודערען, אין אזא פאל זאל מען גיין צו די הנהלה.
דערנאך האט ער געזאגט אז מען גייט אויפנעמען א נייע ראש הקהל אין וויליאמסבורג, צו אים וועט זיין פארשטענדליכע בעל הבתים וואס וועט זיין א שטאלץ פאר קהל יטב לב דסאטמאר.
דערנאך האט די רבי ארומגערעדט וועגן דאווענען שבת, ביינאכט נאר אין א בהמ"ד און צופרי נאר איין מנין שחרית/מוסף.

גאנצל » זונטאג מאי 22, 2016 10:20 am

· #333956
ליפא
שטילע אינגערמאן

שרייט א קראס אייד מפגר אויף וואטס עפפ אז ער איז נישט געווען דער תלמיד חכם ווי שמואל אבערלענדער,

זאגט דארט א צווייטע אלטע קאקא אויפן קליפס אז ער האט נישט געלענרט אין סאטמער,
די אנדערע חברה קענען נעבעך נישט פארדייען אז ר׳ אהרן טוט מיט די ביה״ח וואס ער גלייכט

דו אלס א דרויסענדיגע דארף טאקע נישט וויסן צו פיל פארן ארויסלאזן א נארישע תגובה און עס מאכן פאר א זאלי נגד ארוני אישו. ווען אין פאקט איז עס געווען די ארוני קהלה מיט זייער חברה קדישא און אויך די מערהייט ארונים וואס האבן נישט געטראכט איין רגע פון אים לייגן דארט! דער טרעקטער איז ניטאמאל געגאנגען גרובן דארט.
ס'איז אלץ אינטערעסאנט צו הערן פון דרויסענדיגע רעדן און שרייבן מיט אזא קאנפידענסץ..
יעצט וויאזוי פארענטפערט מען פארוואס גענוג ארונים און אויך די קהלה דארט האבן געהאלטן אז ער קומט נישט דארט?


מאך דיך נישט נאריש ליפא

ס'איז אמת ס'איז געווען פארשידענע מיינונגען וועגן די מקום מנוחה פון ר' יצחק אין ביי קהל יעדער מיט זיין חשבונות וואס ס'איז במילא אירעלעווענט ווייל די סוף האבן זיי געפרעגט ביים רבי'ן וואס צו טון און ער האט געזאגט וואס צו טון און דאס האט מען געטון סאו טרייב נישט איבער מאך עס נישט פאר א מערהייט ר' אהרן'ס האבן נישט געוואלט דריי נישט קיין קאפ חברא קדישא ההאט געהאט זייער חשבון און אנדערע זייערע אישוס און פערטיג און מ'איז געגאנגען טון וואס אין א יעדע נארמאלע קהקלה טוט מען מ'איז געגאנגען צום רבי'ן (ביי אנדעדערע קהלות האט מען שוין געטוישט מציבות 6 מאל...........)

אבער די רזל"ס מענטשן האבן אים באשמוצט אוף די מידיע און אזוי אויך מכלומרשט מוחה געווען סתם פאר זייער שנאה צו ר' יצחק און אויף דעם קען מען זאגן אוי לאותה בושה נעקסט קעיס

berlbalaguleh » זונטאג מאי 22, 2016 10:34 am

· #333958
אנאנים: כאטש דו מישט דא אויס עטליכע קוגלען,אבער מיט די הויפט נושא ביניך מסכים מיט דיר 100%. ר' יצחק ראזנבערג ע"ה האט זך פארדינט די חשוב'סטע פלאץ וואס נאר מעגליך פאר זיינע פיהל לייסטונגען פאר די מוסדות וקהילה ד'סאטמאר. סיי בגוף און סיי בממון, קען זיך קיינער נישט פארגלייכן צו איהם. דעיס אז ס'איז דא אזויגערופענע קנאים וואס רודערן אייביג ארום און מאכן אן די גרעסטע סומאטאכע, אן זיך רעכענן מיט די געפיהלן פון מענטשליכקייט פון הכרת הטוב, און כבוד המשפחה, איז שוין אן אלטע מעשה. נאך פון די צייט פון דברי יואל, זצ"ל. למשל די שפיגל-ברעכערס. און די פאני זאך איז אז זיי ווילן א יעדן איינרעדן אז זיי מיינען לשם שמים...שבכל דור ודור עומדים עלינו...אבער די מזל איז אז רוב עולם זענען נארמאלע, געזעצטע מענטשן. און די אזוי-גערופענע קנאים זענען א באנדע ליידיגגייערס, וועלכע האבן נישט קיין נארמאלע דזשאבס אדער באשעפטיגונג. זיי ווערן משוגע פאר ליידיגגיין. ממילא זענען זיי די ערשטע ארומצורידערן. אבער סוכ"ס זיעגט דער רוב. די נארמאלע מענטשן...! די רבי, מהר"א האט גוט ארויסגעברענגט אט די נקודה...!

יואליש » זונטאג מאי 22, 2016 10:40 am

· #333959
ס'איז געווען א קינדשקייט צו אויספויקן צו די מידיא אז ס'עקזעסטירט א בירגער קריג. כ'ווייס נישט וואס די אויספויקערס האבן געזיכט צו בענעפיטירן דא. ס'איז די לעגעסי פון די 2000ס אז יעדע גרעפץ מיז באריכטעט ווערן. אבער אין יענע יארן האבן ביידע צדדים עס געטוהן ווייל מ'האט זיך געשלאגן איבער נכסים און יעדער האט געוואלט באאינפלוסן דעת הפאליטיקאנטן, פאליציי, ריכטערס און מידיא. וואס איז דא די בענעפיט?

אלענפאלס, גאנצל, ביזט גערעכט איבער וויאזוי ס'איז צוגעגיינגן אבער פארפעלסט א דעטאל. דער רבי האט לכתחילה צוגעשטימט צו די חברא קדישא, אבער האט צום סוף בדיעבד אנגענומען די מערערע טענות פון די וויליאמסבורג'ע אקטיוויסטן, און מיט א געבינדענע הענט צוגעשטימט צום "תקפו כהן" קבר וויבאלד "עס איז שוין געגראבן."

שמעון וואלף » זונטאג מאי 22, 2016 11:04 am

· #333963
קאך_לעפל
שמעון וואלף
אלס ווייסער
נישט יעדער ווייסט פונקטליך אלעס וואס גייט פאר אין סאטמאר, זייער א אומשולדיגע שאלה,

דאס איז פאר ר' יצחק ראזענבערג ע"ה

וואס האט ער געהאט ספעציעל מיט ר' יוסל אשכנזי אז מ'לייגט אים דערנעבן?

יא! זיי האבן ביידע געטאן זייער זשאב און אויפגאבע בשלימות ובאמונה...


איך פארשטיי אבער אי משום הא וואלט די פלאץ געדארפט זיין רעזערווירט פאר הרב יוסי בראך וואס ער האט געטון די ארבעט וואס אפילו יצחק האט נישט געהאט די גאטס. חוץ אויב יוסי באקומט א פלאץ אין אוהל הארט לעבן מהר"א. ווער ווייסט?

גאלד » זונטאג מאי 22, 2016 2:01 pm

· #333984
פאר אלעם: ווען מ'פרעגט מיר וואלט איך אים נישט געלייגט אהין נישט ח"ו אלס חסרון המנוח, נאר אלס מעלת המקום,

נאר לתועלת הענין העלעך נאר אראפלייגן דער בעסטער טענה פארוואס יא, נישט דוקא אז דאס איז מיין שיטה, נאר זאל געהערט דער צד בעד און יעדער זאל זיך אליינס מחליט זיין,

דארף מען פארשטיין אפאר פאקטן,

1. די ביה"ח איז בידי הארונים און זיי מאכן די החלטות ממילא איז נישט מער ווי יושר אז מ'זאל אנקוקן די זאך פון זייער פרעספעקטיוו,

2. די נפטרים וואס ליגן אין דעם שורה ווי האט מקבר געווען המנוח זענען אלע פיאנערן און ופרנסים פון מלכות סאטמאר, ווי למשל ר' לייבוש ור' סנדר ע"ה,

3. א קריטיש וויכטיגע נקודה: ע"פ שיטת הארונים זענען זיי די ריכטיגע וואס זענען ממלא שאיפת הברך משה ז"ל און דער צד שכנגד די מחריבים

4. דער ברך משה ז"ל ליגט אויך אין דעם אוהל

5. ר' יצחק איז פונקט ווי די אנדערע וואס ליגן אין די שורה געווען דער ראש הקהל אין דער פרעזידענט פון סאטמאר, גארנישט ווייניגער ווי ר' ליפא פר"מ און ר' לייבוש לעפקאוויטש, עכ"פ אין דעם הינזיכט פון די פאזיציע וואס זיי האבן געטראגן,

6. בנוסף איז ר' יצחק געווען א היסטארישע פילאנטראפיסט פאר מלכות סאטמאר שאין דגמתו אזא גאטונג ווי ר' ישראל זופניק צו מער,

7. נאכאמאל, נישט מאכן קיין טעות, איך בין נישט מדמה די פערזענליכקייטן איך בין נאר מדמה די אפציעלע פאזיציעס און די אקטיוויטעטן,

8. בנוסף צו דעם האט ער זיך אריינגעווארפן אינגאנצן אין מאראסט פאר די ארונים אין די שווערסטע צייטן, (ועיין בסעיף 3,1 מיינט דאס כבוד סאטמאר והברך משה)

9. אנדערש ווי למשל ריספלער און ר' מ"ג לעבאוויטש, די זענען אויך גרויסע פילאנטראפיסטן אבער זיי האבן געלאזט טאן די שמוציגע ארבעט פאר אנדערע,

10. לפי כל הנ"ל איז ר' יצחק א קאמבינאציע פון ר' ליפא פרידמאן ר' ישראל זופניק און ר' לייבעלע גליק,

11. ממילא טענה'ן די צד בעד אז אויב זאלן מען ווען נישט לייגן אהין ר' יצחק'ן ע"ה נאכן טאן אזויפיל פאר סאטמאר וואלט זיך געקענט דאכטן אז דאס איז א שטיקל הודאה אז זיינע מעשים צו זיך ארויסשטעלן בראש המערכה זענען אפשר נישט ראוי צו משבח זיין, וכן לא יעשה!


נאכאמאל, כל הנ"ל איז זאל געהערט ווערן דער אנדערער צד מצידי וואלט איך איהם נישט אהינגעלייגט

גאלד » זונטאג מאי 22, 2016 2:24 pm

· #333989
[ציטאט אראפגענומען]



100%
Agree

דעס האב איך טאקע נישט קיין תירוץ,

די איינציגע תירוץ וואס איך קלער אז ס'געווען פונקט א זמן וואסי געווען א שיף אנע רידער דער ראש הקהל איז דאך געשטארבן, לפענ"ד וואלט ר' יצחק ע"ה געווען דער ערשטער עס צו אפשטעלן בלי ספק

(דאס וואס די שרייבסט וועגן לאנדא ווייסעך נישט צו זאגן ממילא רעאגיר איך נישט אויף דעם פרט)

גאנצל » זונטאג מאי 22, 2016 3:13 pm

· #333993
@אנאנים

איך זעי נישט וואס דו זאגסט דא אנדערש ווי מיר אלל וואס איך האב געשריבען איז אז די מחלוקת צווישן די מהר"א'ס איז איין זאך
און דעס אויפשפילן אין די מידיא דורך די צד שכנגד איז א רשעות און ס'קומט פון שנאה

יעצט וואס עס איז פארגעגאנגען ביי די מהר"א'ס אליין איז באמת אירעלעווענט ווייל ווען די רבי וואלט ווען געווען אין פרינציפ זייער שטארק קעגן ר' יצחק'ס ליגן דארט וואלט ער געפייט דערפאר

אין אדערווארדס ער האלט נישט קיין איין רגע אז ר' יצחק טאר דארט נישט ליגן אלס ר' יצחק אליין (זוי ווי די רז"ל'ס ווילן כלומרשט פארקויפן אז זיי מיינען דעם רבינ'ס כבוד בלא בלא) קען זיין ער האלט אז מ'זאל מער נישט לייגן קיין בעה"ב דארט בכלל קען זיין אז ער האט געהאלטן אז מ'זאל נאכגעבן פאר יוסל אשכנזיס משפחה נישט קיין נפקא מינא וואס אבער ער האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט ר' יצחק'ס פרעזענליכקייט

יעצט וועגן ר' שלום לאנדא ער האט דעם רבי'ן קיינמאל באשגצט דעס איז גאסן מעשיות ר' שלום האט פארגעלייגט פאר'ן רבי'ן א טענה בעד די צד אז ער זאל יא ליגן דארט דעטס איט

לסוף האט די רבי מסכים געווען דערצו פארוואס ? איז ווייטער קענסט זאגן ווי דיר שמעקט קיינער קען דיר נישט אפפרעגן, שכל זאגט אז די רבי האט מסכים געווען צו ר' שלום -די פאקט אז מ'האט אויפגעגראבן דורך די בחורים פאר ער האט געגעבן די אקעי האט אים נאך אלס געבאדערט- אבער דעם אקעי האט ער געגעבן ווייל ווען נישט ליגט ער נישט דארט

שמעון וואלף » זונטאג מאי 22, 2016 3:55 pm

· #334000
@גאלד, די לייגסט עס זייער גוט אראפ אזש נאכ'ן אפליינען דיין תגובה ברעך איך מיך קאפ צו פארשטיין פארוואס די ח"ק און מהר"א האבן געהאט א הו"א אים נישט צו לייגן דארט.

גאלד » זונטאג מאי 22, 2016 4:30 pm

· #334025
וואסי טאקע דער שגעון פון לויפן צו דעם ספאנישן שיקסע בלעיז גאומעז זי זאל זיך אנעמען פאר כבוד רבינו,

אר יו סיריעס?

איינער קען מיר געבן א ראשינאלער תירוץ, איך בין גרייט צו הערן,

לא ימלט » זונטאג מאי 22, 2016 9:55 pm

· #334095
Re: ר' יצחק ראזנבערג ע"ה ראה"ק ד'סאטמאר אומגעקומען אין וואסע
גאלד
וואסי טאקע דער שגעון פון לויפן צו דעם ספאנישן שיקסע בלעיז גאומעז זי זאל זיך אנעמען פאר כבוד רבינו,

אר יו סיריעס?

איינער קען מיר געבן א ראשינאלער תירוץ, איך בין גרייט צו הערן,

און דעס אז מען וואוט אריין יונייטעד מאנרא, אדער אנדערע שונאי ישראל איז דיר שוין יא קלאר???

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

גאנצל » זונטאג מאי 22, 2016 10:08 pm

· #334096
סתם די פייטס וואס זיי האבן מיט די וויליזש איז איין זאך

אבער דעס נעמען א בר מינן און סתם אויספראקן און אויסטון נאקעט אויף די מידיע און אויפברענגען אלטע חטאים אומבאוואוסטע זאכן וואס קיינער איז נישט קלאר דערין נאר צו קענען ארויף לייגן נאך עפעס א סטעמפל אויף אים און סתם שמירן שווארצע פעינט אויף איינעם דעס האט איין תירוץ שנאה און קנאה שיניו יחרוק ונמס - ספעשילי ווען ר' יצחק האט קיינעם געפייט פרעזענליך צו נאכגעשריגען איינעם צו טעראזירן איינעם ער האט קיינעם פרעזענליך נישט געטשעפעט מ'קען נישט אפדרוקן זיינע פינגער אויף קיין איין שייגעץ שטיק אויסער דעם האט ער געשטיצט און געהאלפן יעדן זאלי ב"י ער האט זיי גענומען פאר ארבעטערס- ער איז פרעזענליך קעגן קיינעם געגאנגען גייסטו אים באשמוצען נאך זיין טויט מיט אזעלכע נידריגע זאכן אויף אזא בזוידיגן וועג דעס איז גרויליג

ליפא » זונטאג מאי 22, 2016 10:29 pm

· #334099
הער איך אז ס'לעבעדיג ר''א ווארפט ארויס אלע פון זיין קהילה פירער אין ווילי נאך וואס זיי האבן געפיפען אויף אים און געלייגט יצחק רז''ב נישט וואו ר''א און קהל אין קר''י מיט די ח''ק האט געוואלט. שטעלט זיך ארויס אז די פארשוינען האבן זיך שרעקליך מתחצף געווען קעגן זייער אייגענעם רבין.

לא ימלט » זונטאג מאי 22, 2016 10:57 pm

· #334102
נישט גוט געהערט....
הייבט זיך נישט אן....

שאולדיספריםפאקער » זונטאג מאי 22, 2016 11:16 pm

· #334105
ווער פונקטליך פון זיין קהלה אין וויליאמסבורג איז דא געוועהן פארמישט?
לויט מיין אינפערמאציע איז דאס געוועהן בלויז דער ארבעט פון הרב שלום לאנדא דער דיין, ער איז געוועהן גאר א פערזענליכע ידיד מיט ר יצחק'ן, מילא האט ער אים געוואלט אפגעבן דאס ריכטיגע כבוד האחרון, חוץ פון דעים וואס ער האלט אז אזא יוד וואס האט געבויט סאטמאר אין וויליאמסבורג קומט צו ליגן דארט.

שאולדיספריםפאקער » זונטאג מאי 22, 2016 11:20 pm

· #334106
[ציטאט אראפגענומען]

איך ווייס נישט אויב די ווייסט אז ווען מען האט געקויפט די גרויסע בנין אויף ווייט אוועניא פאר די חדר האט מען גענומען א מארטגעטש און ר יצחק איז פון די נעמען וואס האבן גענומען אחריות אופן מארטגעטש

שאולדיספריםפאקער » זונטאג מאי 22, 2016 11:53 pm

· #334109
ווען איז שמואל ווידער געווארן פון קהל'ס מענטשן?

שאולדיספריםפאקער » זונטאג מאי 22, 2016 11:58 pm

· #334111
שלום לאנדא איז אויך קיינמאל נישט אריין אין קהלה. דאס איז דאך וואס איך האב געשריבן, אז דא קומט בכלל נישט אריין קהלה מענטשן.

שבת אחים » מאנטאג מאי 23, 2016 1:35 am

· #334119
ליפא
הער איך אז ס'לעבעדיג ר''א ווארפט ארויס אלע פון זיין קהילה פירער אין ווילי נאך וואס זיי האבן געפיפען אויף אים און געלייגט יצחק רז''ב נישט וואו ר''א און קהל אין קר''י מיט די ח''ק האט געוואלט. שטעלט זיך ארויס אז די פארשוינען האבן זיך שרעקליך מתחצף געווען קעגן זייער אייגענעם רבין.


אוי לאותה בושה אוי לאותה כלימה! ווער ווייסט דען נישט צי די אלע צרות קומען נישט חלילה ווייל מ׳האט זיך מתחצף געוועהן צו דעם ״גדול הדור״?
וויי איז מיר אז איך האב דערלעבט צו זעהן אזעלכע מחוצפים ממש א בחינה פון עקבתא דמשיחא חוצפא יסגא...השם ירחם!

#כל המבזה תלמיד חכם אין לו רפואה למכתו.

פיקאסא » מאנטאג מאי 23, 2016 11:56 am

· #334147
אויף שאטערסטאק האט א פראפעשענעל פאטאגראפער געכאפט פיקטשערס פון די לויה
טשעק עס אויס דא צו מזעהט דיר דארט..

שמעון וואלף » מאנטאג מאי 23, 2016 11:07 pm

· #334284
אן ארוני זאגט פאר א זלוני: וואס זאגסטי, מ'האמיר געלייגט יצחק הארט לעבן אוהל. ענטפערט די זאלי: יא יא, דאס איז ענקער פראבלעם, דיין רבי וועט ליגן לעבן אים מיין רבי גייט האבן אן אייגענעם אוהל

גאנצל » דינסטאג מאי 24, 2016 12:44 am

· #334300
עולם הפוך

מהר"אס ראה"ק איז אוועק

און מהרז"ל'ס מענטשן ווייטאגן

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 24, 2016 12:03 pm

· #334336
אנאנים: ייש"כ פאר אויסקלארן...!

אברך משי » דינסטאג מאי 24, 2016 12:15 pm

· #334338
האם דברים אלו נכונים ויש לסמוך עליהם?

אברך משי » דינסטאג מאי 24, 2016 12:17 pm

· #334339
[ציטאט אראפגענומען]


הא הא הא
אין לך ליצנות גדולה מזו...

הנהגה? פון וועם? ווער האט די דיעה?

רבותינו הגיע זמן...

הנהגה... הא הא הא

גאלד » דינסטאג מאי 24, 2016 12:30 pm

· #334344
עפעס שטימט נישט, עמנו הייתם,
ר' מענדל איז יענעם טאג געווען אין וומ"ב און מספיד געווען ביי די לוי' אין הופער, וואו האט ער אזוי שנעל געקענט אנקומען קיין קר"י נאך פאר מ'האט געגראבן די קבר? איז ער אפי' בכלל געווען אין קרית יואל?

פליקער » דינסטאג מאי 24, 2016 12:35 pm

· #334346
גאלד
עפעס שטימט נישט, עמנו הייתם,
ר' מענדל איז יענעם טאג געווען אין וומ"ב און מספיד געווען ביי די לוי' אין הופער, ווען האט ער אזוי שנעל געקענט אנקומען קיין קר"י נאך פאר מ'האט געגראבן די קבר? איז ער אפי' בכלל געווען אין קרית יואל?

דו פרעגסט קשיות אדער וויסטו וויסן די מעשה?

אוהב ספרים » דינסטאג מאי 24, 2016 12:35 pm

· #334347
אברך משי
האם דברים אלו נכונים ויש לסמוך עליהם?


יש בהם פירורים של אמת

יצמחפרקני » דינסטאג מאי 24, 2016 12:49 pm

· #334350
כהאב עס באקומען פון די התאחדות אברכים דרז"ל אימעל: ממילא איז נכרים הדברים ממי שיצאו!

נ.ב. עס קומט בקרוב א גרויסער הספד כראוי לכבודו הרם!

די קעניג פין אמעריקע » דינסטאג מאי 24, 2016 1:33 pm

· #334360
איז אמת אז ר' זלמן לייב איז געגאנגען מנחם אבל זיין?

ליפא » דינסטאג מאי 24, 2016 1:37 pm

· #334362
געזען בילדער ביי די פרנס משפחה

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 24, 2016 1:46 pm

· #334365
אבער נישט ביי די ראזנבערגס...!

קאך_לעפל » דינסטאג מאי 24, 2016 2:30 pm

· #334374
ערשטענס האב איך געהאט א ספק צו די שמיעס איז אמת צו נישט... גיי איך ארויס אויפן גאס און יעדער זאלי שווערט זיך ביי זייער רבי'ז פאטריאכישע בארד אז די שמיעס איז הייליג אמת, כנתנתן מסני.... אלזא וואס פאר א ספק איז דען נאך בכלל דא אז דער שמיעס איז הייליג אמת?

חברהמאן » דינסטאג מאי 24, 2016 3:05 pm

· #334377
צי סאיז יא אמת צי נישט ווייס איך נישט, אבער סוואלט גקענט זיין אמת

לכבוד שבת קודש » דינסטאג מאי 24, 2016 5:00 pm

· #334393
אויב איינער קען דא אויסקלארן פאר די נישט סאטמארע אידן, וואס איז געווען די שאלה? - וואו האט מען קודם געוואלט לייגן, וואו נאכדעם? - וואו איז חשוב'ער? - פארוואס האט קהל געוואלט אזוי און די ח"ק אנדערש? - וואס איז פונקטליך די מעשה?
בלאט: 1 2