☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » קאנטערווערסיע בנוגע מקום קבורת ר' יצחק ראזענבערג

קאנטערווערסיע בנוגע מקום קבורת ר' יצחק ראזענבערג

65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10536
בלאט: 1 2

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 24, 2016 6:43 pm

· #334406
עמיצער וואס גלייבט אז דער רבי זי"ע איז נאך דארט האט א פראבלעם. מיר גלייבן דאך אז נאר די גופים בלייבן אין דר'ערד. נו, כ'גלייב זיי זיצן נישט במחיצה אחד. יארן ארום וועט קיינער במילא נישט געדענקען וואסערע פאטץ ער איז געווען. איינער ווייסט ווער משה ארי' אין סיגוט איז געווען? מ'וועט וויסען אז ר' יצחק ז"ל איז אוועק אין מקווה אין פלארידע אדער פון א פארפלייצונג, ער האט מתנבא געווען זיין קץ און מחמת חשיבתו האט מען אים מטמין געווען נעבן אותו צדיק. דעמאלטס וועט שוין דער גאנצער שטיק ערד ארום זיין פוהל מיט צדיקים נישט געזארגט.

שצם_חנכל » דינסטאג מאי 24, 2016 7:08 pm

· #334408
ר׳ משה ארי׳ איז געווען זייער א ערליכע איד, ס׳איז באקאנט אז דער הייליגער ייטב לב לאחר פטירתו האט זיך באוויזען צו אים בהקיץ

בר דעת » דינסטאג מאי 24, 2016 7:09 pm

· #334409
אך און וויי צו ווער עס איז מדמה ר' יצחק צו ר' משה ארי'ן, און אך און וויי ווער עס איז מדמה דעם ראש הקהל ביי מענדעלע'ס זון, צום ראש הקהל פון אדמור האמצעי מהר"א זי"ע. אם ראשונים כמלאכים

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 24, 2016 7:32 pm

· #334413
און אך און וויי ווער ס'איז מדמה ישמח משה צו דעם דברי יואל

שאולדיספריםפאקער » דינסטאג מאי 24, 2016 8:06 pm

· #334415
מצבה
image.jpeg

איך אויך » דינסטאג מאי 24, 2016 8:10 pm

· #334417
ווי איז נעלם געווארן די הגה''ק? סתם רבינו שליט''א אזא פרעכהייט!

גאנצל » דינסטאג מאי 24, 2016 9:56 pm

· #334431
ביי די ערשטע תגובה פון @אנאנים בין איך שוין געווען אויס מענטש וואס גייט שוין פאר ביי מהר"א אז ס'איז מלך אסור ברהטים האט מען שוין געטוישט שלעסער ביי אים ? האט מען שוין אוועק געריסען זיינע קינדער פון אים לאט מען שוין נישט צו זיינע נאנטע צו אים ? (ווי למשל ר' יצחק רז"ב ביים ברך משה......)

דערווייל זעי איך די שמועס און איך האב מיך בארואיגט דאס איז די גאנצע ? דעס האט דאך שוין ר' עזריאל געטון ביים דברי יואל ז"ל פארדעם איז יענע חסיד אזוי פארווייטאגט .............

@עמעזאן נחמתני

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 24, 2016 10:03 pm

· #334437
טאמבל סאס
עמיצער וואס גלייבט אז דער רבי זי"ע איז נאך דארט האט א פראבלעם. מיר גלייבן דאך אז נאר די גופים בלייבן אין דר'ערד. נו, כ'גלייב זיי זיצן נישט במחיצה אחד.

די גמ' אין ברכות זאגט אז מען דארף מקפיד זיין וועמען מען לייגט לעבן וועם, ווייל די מתים שמועסן ארום צווישן זיך, און זיי דארפן גוטע קאמפעני און גוטע שכנים.... דעריבער טאר מען נישט באגראבן איינעם לעבן זיין שונא.
בקיצור, ס'איז דא די בחי' (נישט פשוט פשט) פון הנאהבים והנעימים בחייהם ובמותם לא נפרדו, ומכלל הן אתה שומע לאו.

גאנצל » דינסטאג מאי 24, 2016 10:10 pm

· #334440
אה יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס די סאטמאר רב ז"ל האט נישט געוואלט ר' עזריאל נעבן זיך

טאמבל סאס » מיטוואך מאי 25, 2016 4:30 am

· #334479
שמעקעדיג

די גמ' אין ברכות זאגט אז מען דארף מקפיד זיין וועמען מען לייגט לעבן וועם, ווייל די מתים שמועסן ארום צווישן זיך, און זיי דארפן גוטע קאמפעני און גוטע שכנים.... דעריבער טאר מען נישט באגראבן איינעם לעבן זיין שונא.
בקיצור, ס'איז דא די בחי' (נישט פשוט פשט) פון הנאהבים והנעימים בחייהם ובמותם לא נפרדו, ומכלל הן אתה שומע לאו.


הגם אויפ'ן עולם האמת זעט איעדער איין דער אמת איז מחלוקת שוין במילא נישטא. און כ'גלייב אז פאר יצחק צו הערן דעם רעבינ'ס שטימע פונעם אוהל ביז די ארט ווי ק"י ח"ק האט אים געוואלט לייגן דארף מען אפילו נישט שרייען.

mevakesh » מיטוואך מאי 25, 2016 8:18 am

· #334487
Re: ר' יצחק ראזנבערג ע"ה ראה"ק ד'סאטמאר אומגעקומען אין וואסע
איינער זאגט מיר נעכטן אז נאך אפאר וואכן גייט מען זיך דערמאנען אז רבי יצחק איז אוועק ...

לך לך » מיטוואך מאי 25, 2016 7:00 pm

· #334584
איך וואלט נישט געגלייבט אז סי קען זיין אמת אבער א א אינעווייניגסטער זאגט מיר אז די שמועס איז אמת!!!

נעגעל וואסער » מיטוואך מאי 25, 2016 7:07 pm

· #334586
Re: ר' יצחק ראזנבערג ע"ה ראה"ק ד'סאטמאר אומגעקומען אין וואסע
גם אני שמעתי מאחורי הפרגוד אז ס'איז בעיסד אן א טריו סטורי.
דער בלאט וואלט ווען געדארפט מאכן א גרויסע העדליין "מלך אסיר ברהטים"...

Sent from my SM-G800F using Tapatalk

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 25, 2016 7:12 pm

· #334588
איך אויך
ווי איז נעלם געווארן די הגה''ק? סתם רבינו שליט''א אזא פרעכהייט!

רביה"ק גייט ארויף אויף ביידע.
סוף סוף זענען זיי ביידע אייניג אין הייליגקייט

גאלד » דאנערשטאג מאי 26, 2016 11:48 am

· #334683
איך וואלט געטוישט די קעפל צו

"קאנטרעווערסיע בנוגע מקום קבורת ר' יצחק ראזענבערג ע"ה"
בלאט: 1 2