נחום כץדעת תורהוואס טוט כל מה שביכלתו יעדער זאל וויסן אז ער איז א כופר און גלייבט נישט אין גארנישט. און כמובן ער פירט זיך אויף ווי א כופר.
איז דען דאס נישט די עצה כדי צוברענגען צו יעדנ'ס אויפמערקזאמקייט דאס וואס דו האסט --
דעת תורהשוין געשריבן מער ווי איינמאל ברחבי הקאווע שטיבל.
?, און דאס וואס הוגה אפעלירט -- מוז קומען קריטיש שנעל צו די חרדישע פירער'ס understanding ?
דייקא פון די דורכפעלער וואס קומען ארויס אין 'פובליק' - און נישט פון די קעיסעס וואס ווערן פארשלונגען אין פחדני'שע שטומעניש - לערנט מען זיך וואס מ'ברויך פאררעכטן
אי"ה
כוונותיך רצויין, מעשיך אינן רצויין.
דו דערמאנסט מיר פון עד סנאודען, וועלכער איז איצט אין די נייעס. ער האט זיך מקריב געווען זיין עתיד, זיין פרייהייט, זיין זיכערהייט, אלעס צו ברענגען אווערנעס און אויפמערקזאמקייט צו די געפערליכע עוולה וואס די אמעריקאנער רעגירונג באגייט, אז זיי שפיאנירן אויף זייערע בירגער. דערווייל, אנשטאט מען זאל רעדן איבער די שאקירנדע אנטדעקונג, ווייזן טייל פאולס אז אמעריקאנער האבן נישט אזא גרויסע פראבלעם דערמיט, און אנשטאט איז מען פארנומען נאכיאגן סנאודען, און אים רודף'ן, זען ער זאל נישט קענען געפינען קיין דאך איבערן קאפ. נישט נאר דאס, אינערהאלב די רעגירונגס קרייזן וואס דארפן ווען טומלען און זשומען מיט געזעצן קעגן סורוועילענס, איז מען ביזי פארקערט: וויאזוי צו זיכער מאכן אז עס יאווען זיך נישט נאך אזוינע סנאודען'ס.
סנאודען אליין האט זיך געהאט אויסגעדרוקט, אז דאס איז זיין ערגסטע חלום. נישט וואס עס וועט געשען מיט אים באדערט אים אזוי, נאר דאס אז ער זאל גארנישט האבן אויפגעטון מיטן זיך מקריב זיין.
פארשטייסטו מיך? דו האסט מחליט געווען אנצונעמען א פאבליק פראפיל, און דאדורך פארלירן אלעס און אלעמען, מיט די בלויזע הייליגע כוונה צו ברענגען אויפמערקזאמקייט צו די פראבלעמען וואס פלאגן אונזער חינוך.
(איך האב נישט פארוואס דיר נישט צו גלייבן, פונקט ווי איך נעם אן דערווייל אז די ראשי תיבות "אי"ה" וואס דו האסט גענוצט האסטו געמיינט צו זאגן - אם ירצה ה', און אז ער קען וועלן מוז ער עקזיסטירן. קען זיין איך בין נאאיוו פארן טראכטן אזוי, אבער דיינע פעיסבוך סטאטוסן האב איך נאכנישט געליינט דערווייל, און פון דעם וואס "מען שמועסט" אויף איינעם אז ער איז א כופר, ווער איך נאכנישט איבערגענומען. אויף דוד שווארץ ז"ל האט מען אויך געשמועסט כופר, און פאר צוויי יאר צוריק ווען א שווער האט געוואלט אפ'גט'ן זיין פרישן איידעמל אזוי ווי עס שטייט אין די תורה "והיה אם לא ימצא חן בעיניה או בעיני אביה" איז דער איידעם אינאיינעם מיט נאך זעקס חברים פון אלכסנדר איבערנאכט געווארן כופרים. סאו דערווייל קויף איך נאכנישט אז דו ביסט א כופר, ספעשל אז דו קומסט דא זאגן פארקערט).
למעשה וואס עס איז געשען איז, אז אנשטאט מען זאל דן זיין אין דעם וויכטיגן מעסעזש וואס דו ברענגסט אקראס, ביסטו געווארן א טארגעט, און האסט גאר געגעבן פרישע שטאף פאר די עקסטרעמיסטן! נאך א ראיה אז דער אינטערנעט איז אסור.
איך מיין עס איז געווען א מיסטעיק דער גאנצער עסק, דו טוסט נאר אויף דאס פארקערטע. מאכן מער עקסטרעם אנשטאט מער פראגמאטיש. קענסט שוין אנרופן דיין ווייב און קינדער וואס וויינען וואו איז טאטי, און זיי זאגן אז דו קומסט צוריק! איך גלייב / האף / וויל טראכטן אז זיי וועלן דיך אויפנעמען מיט ביידע הענט.