☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין

היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10473
בלאט: 1 2

שאולדיספריםפאקער » דינסטאג מאי 10, 2016 6:14 pm

· #332529
היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
שוין א לאנגע צייט וואס די מין מושג וואס חסידים האבן אז זיי לויפן ארום צו קברים ווען זיי קענען נאר ווינדערט מיר דהיינו אמאל האט מען געוויסט פון איין מאל א יאר אז ס׳דא א געפאראכץ אויף מירון אקעי דאס וואלט מען נאך אפשר געקענט פארשטיין אבער לעצטענס איז עס געווארן אזא געהעריגע שני וחמישי זאך איך רעד שוין נישט פון די לאקאל קברים גייעריי ווי למשל צום רב הכולל אדער יעדע ערב ראש חודש צו רובניץ אין מאנסי איך רעד דא געהעריג פון פארן אינטערנאצינאל ווי למשל ליזענסק ראדאשיץ אדער צום בעל יסורים אויף פרייטאג און לעצטענס איז שוין קערעסטיר אויך געווארן א גאנצע טומל זענען מיר טאקע שוין אזוי משוגע אז מען האלט שוין נאך אלעם מען האט שוין פרובירט תהילים כולל שוין פרובירט אפצושפרעכן די שלעכט אויג שוין פרובירט רויטע בענדלעך אז מען דארף יעצט פרובירן שטיינער אפשר וואלט כדי געוועהן צו פרובירן פאר א טויש קליינע פילעכלעך אדער די גאר אלטע מהלך פון א סידור אדער תהילים
אדער קען גאר זיין אז ניין מיר זענען בכלל נישט משוגע נאר מיר פארן כסדר ווייל מיר ברויכן זיך אויסלופטערן דהיינו מיר חסידים האבן דאך גארנישט קיין הבלי עולם הזה ווי מרופט עס דאס מאקסימום וואס עוורעטש חסידים האבן איז פארן איין מאל א יאר אויף פלארידע מיטן ווייב אבער חוץ פון דאס האבן מיר גארנישט קעגן די ליטפאק אדער מעדערנער יוד וואס זיי האבן א גאנץ יאר עקסייטמענטס זיי פארן אוועק כסדר ימים טובים זיי גייען צו באלל געימס וכדומה וכדומה מילא האבן מיר זיך געמאכט א נייע סארט אוספלוג אז יעדע שטיק צייט פארן מיר צו א צוויטע יארצייט קבר און דארט געבן מיר זיך אויס

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג מאי 10, 2016 6:42 pm

· #332532
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
היא מותיב והיא מפרק !!!!


וועם גייט אן די עולם הוצקעט ארום מאינדזויט זיך ממאכט עס נאך הייליג.
וואס ווילסטו פין כלל ישראל דאס אויך אוועק נעמען הזאת נעמי ????
צו וואס האסט נישט קיין געלד פאר נישט.

מתושלח » דינסטאג מאי 10, 2016 6:47 pm

· #332534
קערעסטיר מילא, אבער גראסווארדיין? די אהבת ישראל איז שוין לאנג נישט דארט און אין וויזניץ געבט נישט צי עסען ווי אין קרעסטיר סיי ווי.

שאולדיספריםפאקער » דינסטאג מאי 10, 2016 7:45 pm

· #332543
[ציטאט אראפגענומען]

און די האלטס געהעריג אז דאס האט קיין שייכות נישט מיט עבודה זרה
ווי איז שייך א גרעסערע עבודה זרה ווי צו בעטן ביי א אבן

שאולדיספריםפאקער » דינסטאג מאי 10, 2016 8:03 pm

· #332547
[ציטאט אראפגענומען]

וואס הייסט עס שטייט קלאר ווי למשל שטייט עס ? אין די גליונות פון די וואס האבן ישיבות על קברו מיט שנאר אפעראציעס פון דארט רעדסטו

דולה ומשקה » דינסטאג מאי 10, 2016 8:08 pm

· #332549
אין די מאדערנע עפאכע (פאוסט WW2)
ליזענסק
צאנז
קאלוב (האט זיך נישט אויסגעארבעט...)
ווילעדניק (ווער געדענקט נאך),
שטיפענישט (במיוחד להדרים בא"י)
בני א"י פארן קיין מעזיבוז (ובפרט לאחר נסיעתם לשם אדמורי"ם מללעב ומאקעווע)
אומאן
רבי מיכל פון מיכלשטאט...
קערעסטיר - ביז דער עולם ווערט מיד ווערען אין זוכען עפעס א פרישע מצבה.

ב"ה אין באלאנג נישט צו דעם 'דורש אל המתים קלוב' (ועי' באריכות בספר על הגאולה ועל התמורה...)

אסאך ווילן פשוט א וועקעישאן, אוועק פון דער היים, אנעם ווייב, באופן ובתירוץ כשר וישר...

נעגעל וואסער » דינסטאג מאי 10, 2016 8:09 pm

· #332550
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
דאס ענין פון תפלה אויף קברי צדיקים איז א טומעל אין די פוסקים. דאכצעך אז און משנ"ב האב איך אויך געזעהן רעדען דערוועגען.
נאך א פיצי גוגעל האסטע א לינק וואס רעדט ארום דערוועגען <a class="postlink" href="http://midreshet.org.il/pageview.aspx?id=253">http://midreshet.org.il/pageview.aspx?id=253</a>

נעגעל וואסער » דינסטאג מאי 10, 2016 8:24 pm

· #332555
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
דא האט איר די משנ"ב וואס כ'האב געמיינט וע"ע במראי מקומות

נעגעל וואסער » דינסטאג מאי 10, 2016 8:30 pm

· #332556
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
שאולדיספריםפאקער
[ציטאט אראפגענומען]

און די האלטס געהעריג אז דאס האט קיין שייכות נישט מיט עבודה זרה
ווי איז שייך א גרעסערע עבודה זרה ווי צו בעטן ביי א אבן

נעם עס נישט פערזענליך.. אבער ר' שאול עס קוקט אויס ווי איהר פאקט אוועק די ספרים אהן אריינקוקען אין זיי...[emoji1]

ביפאר איהר זאגט אז רוב כלל ישראל דינט ע"ז טוהט ביטע דורך די נושא. ובפרט אז מ'רעדט ברבים.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 10, 2016 8:41 pm

· #332558
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
איך פארשטיי נישט וואס פעלט אויס דער וואקעישען. חסידים האבען א וואכעדיגע באלל געים ווען מ'באקוקט דער געווינער אין קאורט/ב"ד זיצענדיג אויף זיין שטול, טינקענדיג זיי פאות אין פיש זאפט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

הערסטע » דינסטאג מאי 10, 2016 10:29 pm

· #332574
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
אין אז אידן ווערן טאקע געהאלפן אין מ'זעט ישועות זאל מען נישט פארן?

שאולדיספריםפאקער » דינסטאג מאי 10, 2016 11:53 pm

· #332587
הערסטע
אין אז אידן ווערן טאקע געהאלפן אין מ'זעט ישועות זאל מען נישט פארן?

און אז מען ווערט געהאלפן ביים פויפסט איז עס שוין א תירוץ צו גיין זיכער נישט יודישקייט איז נישט געבויט אויף ישועות

יהושע חיים » מיטוואך מאי 11, 2016 12:01 am

· #332588
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
דער מונקאטשער רב האט א לאנגע תשובה צו בארעכטיגן דער הנהגה

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

יחיאל יעקבזון » מיטוואך מאי 11, 2016 11:51 am

· #332634
.

יחיאל יעקבזון » מיטוואך מאי 11, 2016 12:21 pm

· #332643
.

טאמבל סאס » מיטוואך מאי 11, 2016 12:55 pm

· #332650
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
יעצט דרייט זיך ארום א מעשה פון א וואונדער מיט א דזאדזש. אנגעבליך האט דער איד געדראפט דער בונדל קאורט פאפירן אויף ר' ישעי'לעס קבר ארויף, זאגענדיג 'איך קען נישט מער, יעצט נעם דו עס!' א צייט שפעטער, ויהי היום ער קומט אריין אין קאורט רום און דער דזשודזש פרעגט אים:
ביסטו מאזעס?
יא, זאגט דער איד.
"דיין קעיס איז דיסמיסד. כהאב געהאט א נייטמער נעכטן נאכט. א אלטע איד מיט א גרויסע היט האט מיר אנגעווארנט מיטן לעבן איך זאל דעם איד מאזעס'נס קעיס ארויסווארפן."
און וואס מיינט עטס, דער זקן איז געווען ר' שייעלע. נו ווער דען. אזעלכע שטותים און מענטשן גלייבן נאך. אביסל קריעיטיוועטי? דער געשיכטע איז שוין אביוזד, מאלעסטעד און איבערגענוצט געווארן א מיליאן מאל. גלייבטסמיר, כהאב די רגע געהערט די מעשה פון א מיטל יעריגע איד מיט א הויכע ביבער איד, באגלייט פון א קליינע בלאנדע אינגל מיט גרויסע לייענען גלעזער. כ'האב אים אפגעשטעלט און געוויזען די בילדער פון די עקסידענט. כ'האב אים געפרעגט צו ער קען די בחורים. "כ'האב דעי רגע געקויפט א טייערער קעמייע פאר א מנין צו מתפלל זיין אויף ר' שייעלעס קבר" זאגט ער מיט עקסטאז. "נו עפעס א נס געשען?" פרעגט ער מיר מיט גרויס התפעלות, האפענונג פאר א מופת צו געבוירן ווערן יענע מינוט, מיט זיין קעמייע האפענטליך. נעבעך, זיין פנים איז איינגעפאלען הערענדיג אז זיי זענען קריטיש. מיינד יו, כהאב נאכדעם געדארפט שטיין און צוהערן א לאנגע ליסט פון אפענע מופתים, באשריבן אין אלע "אידישע" צייטונגען. טוירנס אאוט ער איז א מעמבער ביי א היפשע צאל כוללים. ער האט זיכער נישט אויסגעלאזט חצות כולל אין א"י. כ'האב אים אויסגעהערט מיט א פארשטאנדיגע צוגענגליכע שמייכל. כלל ישראל דארף אזעלכע גיטיטשקעס.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

גאנצל » מיטוואך מאי 11, 2016 2:02 pm

· #332660
אין סאקמאר איז אנגענומען אז די רבי הד"י ז"ל האט נישט געהאלטן פון גיין קיין סאך צו קברים עפעס דארף עס צו הייסן אז אין על הגאולה שרייבט ער גאר שארף אקעגן די געפארעכץ אפשר וועגן דעם האלט ער נישט פון גיין צום כותל סתם צו עפעס א אבן ...

שאולדיספריםפאקער » מיטוואך מאי 11, 2016 2:07 pm

· #332661
גאנצל
אין סאקמאר איז אנגענומען אז די רבי הד"י ז"ל האט נישט געהאלטן פון גיין קיין סאך צו קברים עפעס דארף עס צו הייסן אז אין על הגאולה שרייבט ער גאר שארף אקעגן די געפארעכץ אפשר וועגן דעם האלט ער נישט פון גיין צום כותל סתם צו עפעס א אבן ...

ניין די כותל איז גאנץ א צווייטע שמועס ניטאמאל קיין פארגלייך כותל איז דאך מקום קדוש מעולם לא זזה שכינה די סאטמאר רב האט געהאט א צווייטע שוואכקייט כלפי די כותל

גאנצל » מיטוואך מאי 11, 2016 2:12 pm

· #332662
מ'זאגט נאך פון ר' הערש פון רימנוב אז ער האט געהייסען בויען א פענסטער אין זיין אוהל אז ער זאל זיך קענען אומקוקן אין שטאט ווייטער אויך זאגט מען נאך פון ר' הערשעלע ליסקער אז ער האט געזאגט איינמאל ביים יארצייט פון זיין רבי'ן דער ישמח משה פון אוהעל , אז ער האט געזען זיין רבי'ן אויסגעשפרייט די הענט און בענטשט אלע וואס קומען על קברו סאו זעהט מען אז עפעס ליגט דערין און ס'איז נישט בלויז עפעס א אבן

קנאק-יענקל » מיטוואך מאי 11, 2016 2:30 pm

· #332665
שיעור אכילת מצוה ג' אייר?
היינט אין ביהמ"ד נאכן דאווענען, הער איך א דעבאטע צווישן די חכמי כעלם אין מיין שול'כל
וואס איז פאנאנדערגעגאנגען אין א פייערדיגן ויכוח כדרכה של תורה, פארנט פון אפענע שאכטלעך הערינג און אייער קיכלעך.

די שאלה איז געווען הלכה למעשה:
וויפיל איז דער שיעור אכילה לכבודו של צדיק?
א כזית?
א כותבות?
כביצה?
שיעור שביעה?
מלא לוגמיו?

ביז אלע האבן מסכים געווען אז מ'איז נישט יוצא ביז מ'עסט נישט דעם שיעור גדול: "לשובע ולא לרזון".

קנאק-יענקל » מיטוואך מאי 11, 2016 2:45 pm

· #332666
מיין אינגל רופט מיך יעצט פון חדר, זיין רבי האט געמאכט א חידה.

"היכי תמצא אז מ'עסט טשיז קעיק נאך לכו נרננה?"






ענטפער: ווען ג' אייר געפאלט אויף א מיטוואך...

גאנצל » מיטוואך מאי 11, 2016 2:50 pm

· #332668
מילא פארן קיין קרעסטיר נו החשיתי

אבער שוין היינט די זיבעטע פאון קאל צו געבן געלט פאר דעם און פאר דעם וועגן קרעסטיר אהער קרעסטיר אהין וואט די ספריםפאקער קריך אראפ פון מיר באלד וועט מען שוין מוזן געבן פדיון נפש ווער ס'איז נישט אין קרעסטיר א וועלט פון צשוגעים

קנאק-יענקל » מיטוואך מאי 11, 2016 2:53 pm

· #332669
דער עולם האט מסתמא באמערקט אז היי יאר איז ארויסגעקומען א פרישע קאמפאני אין קערעסטיר
מיטן נאמען "מעיין הישועות - ר' ישעי'לעס גאסט הויז".
דאס ווערט געפירט דורך משפחת לאנדא נכדי ר' ישעי'לע.

דאס איז קאמפעטישען פאר "רב להושיע" פון ביז היינט.
וואס ווערט געפירט שוין עטליכע יאר דורך משפחת רובין נכדי ר' ישעי'לע.

#אז די ביזנעס איז גוט...

על המחיה » דאנערשטאג מאי 12, 2016 5:54 am

· #332743
דולה ומשקה

רבי מיכל פון מיכלשטאט...


נישטא קיין רבי מיכל פון מיכלשטאט, די מיינסט אוודאי רבי יצחק אריה (זעקל ליב) ווארמסער המכונה הבע"ש ממיכשטאט

געוואלדיג » דאנערשטאג מאי 12, 2016 12:47 pm

· #332776
גאנצל
מילא פארן קיין קרעסטיר נו החשיתי

אבער שוין היינט די זיבעטע פאון קאל צו געבן געלט פאר דעם און פאר דעם וועגן קרעסטיר אהער קרעסטיר אהין וואט די ספריםפאקער קריך אראפ פון מיר באלד וועט מען שוין מוזן געבן פדיון נפש ווער ס'איז נישט אין קרעסטיר א וועלט פון צשוגעים


רוף אריין איזי וואויס קאלינג 800-864-23232 צו ארויף גיין אויף די נישט רופן ליסטע און וועסט געהעלפן ווערן

געוואלדיג » דאנערשטאג מאי 12, 2016 12:49 pm

· #332777
קנאק-יענקל
דער עולם האט מסתמא באמערקט אז היי יאר איז ארויסגעקומען א פרישע קאמפאני אין קערעסטיר
מיטן נאמען "מעיין הישועות - ר' ישעי'לעס גאסט הויז".
דאס ווערט געפירט דורך משפחת לאנדא נכדי ר' ישעי'לע.

דאס איז קאמפעטישען פאר "רב להושיע" פון ביז היינט.
וואס ווערט געפירט שוין עטליכע יאר דורך משפחת רובין נכדי ר' ישעי'לע.

#אז די ביזנעס איז גוט...


סתם א קארעקשן מעיין הישועות ווערט געפירט דורך א אפשטאמיגער פון קערעסטיר נישט א אייניקל, מיטן נאמען פרידלענדער, און רב להושיע ווערט געפירט דורך די ראטענבערג קאסאנער קערעסטירער איינקלעך און נישט דורך די רובין'ס

געוואלדיג » דאנערשטאג מאי 12, 2016 12:51 pm

· #332778
1. פאר די קריג איז אלס געווען א געפאראכטס צו ליזענסק, מיסודו פונעם תפארת שלמה כידוע, צו קאליב דורך אלע צדיקי אונגארן, און צו צאנז מיסודו טאקע פון ר' ישעי'לע

אין פאקט איז ר' ישעי'לע נפטר געווארן נאך א קורצע בלוט אינפעקשן וואס ער האט באקומען אויפן וועג צוריק פון צאנז ביומא דהילולא.

קנאק-יענקל » דאנערשטאג מאי 12, 2016 1:48 pm

· #332789
געוואלדיג
קנאק-יענקל
דער עולם האט מסתמא באמערקט אז היי יאר איז ארויסגעקומען א פרישע קאמפאני אין קערעסטיר
מיטן נאמען "מעיין הישועות - ר' ישעי'לעס גאסט הויז".
דאס ווערט געפירט דורך משפחת לאנדא נכדי ר' ישעי'לע.

דאס איז קאמפעטישען פאר "רב להושיע" פון ביז היינט.
וואס ווערט געפירט שוין עטליכע יאר דורך משפחת רובין נכדי ר' ישעי'לע.

#אז די ביזנעס איז גוט...


סתם א קארעקשן מעיין הישועות ווערט געפירט דורך א אפשטאמיגער פון קערעסטיר נישט א אייניקל, מיטן נאמען פרידלענדער, און רב להושיע ווערט געפירט דורך די ראטענבערג קאסאנער קערעסטירער איינקלעך און נישט דורך די רובין'ס

א דאנק פארן קארעקשען. אבער לאמיך אייך קארעקטן.

מעיין הישועות ווערט פולקאם פינאנצירט דורך משפחת ר' ישעי' שלום לאנדא, ווי מ'קען זיי זען אויף די בילדער, נאר די טעכנישע זאכן ווערט געבויעט און געפירט דורך ר' משה יוסף פרידלענדער.
אן די לאנדא'ס וואלט פרידלענדער נישט געקענט זיך קריגן מיט משפחת רובין.

ר' ישעי' שלום איז דאכט זיך די לעצטע פארבליבענע גראדע אייניקל פון ר' ישעי'לע זי"ע, זיין מאמע, רביצין פון עדעלינער רב, איז געווען א טאכטער.

דעת תורה » דאנערשטאג מאי 12, 2016 7:43 pm

· #332827
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
געוואלדיג
1. פאר די קריג איז אלס געווען א געפאראכטס צו ליזענסק, מיסודו פונעם תפארת שלמה כידוע, צו קאליב דורך אלע צדיקי אונגארן, און צו צאנז מיסודו טאקע פון ר' ישעי'לע

אין פאקט איז ר' ישעי'לע נפטר געווארן נאך א קורצע בלוט אינפעקשן וואס ער האט באקומען אויפן וועג צוריק פון צאנז ביומא דהילולא.

אויף אייוועלט האב איך געזען אז ער איז געווארן אינפעקטעד פון ארויף טרעטן אויף א ראסטיגע נאגל

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 12, 2016 7:44 pm

· #332828
געוואלדיג
1. פאר די קריג איז אלס געווען א געפאראכטס צו ליזענסק, מיסודו פונעם תפארת שלמה כידוע, צו קאליב דורך אלע צדיקי אונגארן, און צו צאנז מיסודו טאקע פון ר' ישעי'לע


צו ער איז געפארען קיין צאנז צום יארצייט אמאל יא אמאל נישט, אבער טוה מיר א טובה מאך נישט אויף קיין פאקטן אויף זיין חשבון סאיז נישט געוועהן מיסודו, הרה"ק מצאנז האט געהאט גענונג קינדער, איינקלעך און גאר אסאך אנהענגער אז דער קומען זאל זיך זיך אנטוויקלען. ס' האט נישט געדארפט צוקומען צו קיין אומבאקאנטע אונגערישע בילקא טיילער און קנאבל אנשפרעכער. בכלל זענען די אונגארישע אידן געפארען ז' אדר קיין קאלוב, י"ד אב קיין ליסקא, אדער כ"ח תמוז קיין אוהעל. כ'זאג נישט געוועהן געוויסע צדיקים אדער חסידים וואס זענען געפארען קיין צאנז אבער דאס איז געוועהן בכלל מיעוט המצוי.

בד"וו גערעדט מיט כמה גאליציאנער אידן (ובתוכם ר' יהושע וואלף זאפערן, ר' משה יהושע צאנגער, ר' שאול הוטרער, ועוד) צו זיי האבען אמאל געהערט אינדערהיים איבער רבי ישעילע קערעסטיר, זיי האבען נישט קיין אנונג, זיי זענען ערשט געוואהר געווארען איבער זיין עקסטענץ דא אין אמעריקא.

היינט צו טאג אז עטליכע ווילן מאכען דערפון א פרנסה, מיינט נאך נישט אז אינדערהיים איז געוועהן אזוי. באלד גייט רבי אייזיקל ספינקא (טאטעעעע....) קומען מיט א חידוש אז דער עולם איז גאר געפארען אין גרוסען צום ציון המציונת פונעם 'שרף' פון מאגלעניצא, און דערוואגען זאל זיך נאר דער איינער דאס פרובירען צו פארלייקענען.

יחיאל יעקבזון » דאנערשטאג מאי 12, 2016 10:38 pm

· #332852
דולה
די אלע נעמן וועהם דו האסט דערמאנט -- איבערהויפט דער הוטערער, זענען געוועהן פונקט אזעלכע שוטה׳לעך ווי די אונגארישע.
ווייסט פארוואס דער אונגארישער איז א נאר? ווייל ער רעדט זיך איין אז דער גאליציאנער איז קלוגער פון אים.

יחיאל יעקבזון » פרייטאג מאי 13, 2016 4:19 pm

· #332947
שטיסל
הארכ׳זשע אויס.
מאנכע מענטשן האבן חושים צו די סארט זאכן.
בנוגע רעבעס, זעהט מען וואס זיי האבן איבערגעלאזט, ווער ס׳קלעבט צו זיי אא״וו. א פנים זאגט אויך א סאך (אפילו בלויז א בילד...).
לדוגמא: כ׳האב נישט געקענט דעם אלטן סקווירא׳ער און אויך נישט דעם סאטמאר רב (נאר געזעהן עטליכע מאהל). ארויסגענומען דברי בזיון
ובכן, א איד וואס אלעס וואס מ׳זאגט אויף אים איז אז ר׳איז א סגולה צו פארטרייבן מייז ארויסגענומען דברי בזיון און אז ״מ׳האט געזעהן דארט העכערס״ איז ביי מיר איין גרויסע דזשאוק.

איך האב קאטעגאריזירט מנהיגים (פון היינט און אמאהל גלייך) ווי פאלגענד:
גאון, חכם וצדיק -- זיי מקבל
גאון וחכם, אבער נישט ערליך -- זיי נישט מקבל (אם רבך דומה למלאך ה״צ וכו׳ המן העץ וגו׳)
ערליך אבער בעל דמיון -- לאז אים צורוה
ערליך אבער ליידט גייסטיש (או סי די וכו׳) -- לאז אים צורוה. קענסט קיין סאך לערנען ביי אים ווייל דו ווייסט נישט וואס האט שיכות מיט אידישקייט און וואס מיט נערוון...
גייסטיש צערודערט -- רופט 911
פינסטערע קרוק -- החרם תחרים אותו

סתם גרויס מאכן אידן ווייל אנדערע האבן ליעב געהאט און גערימט זייערע תמימות איז זייער נאריש.
כ׳ווער נישט דערשראקן אז ס׳געוועהן אנדערע אז״ג ערליכע אידן וואס האבן מעיד געוועהן וכו׳. א בן דעה דארף נוצן זיין אייגענע שכל אויף די זאכן. און יא, די זאכן זענען גאנץ קלאהר פאר אינטעליגענטע מענטשן. מ׳קען מאכן טעותים? אודאי געוויס, אבער אזוי האט מען כאטש אליין געמאכט בלויז די איינצעלנע טעותים, ווי איידער געפירט/פארפירט געווארן ביי אנדערענס דעות/פאנטאזיעס א גאנצע לעבן.

כ׳וויל קלאהר מאכן: אין אלע דורות זענען געוועהן פון אלע סארטן. אפילו היינט אין דעם חשכות זענען אויך דא גענוג ערליכע ביי וועהם מ׳קעהן נהנה זיין.

און נאך איין זאך: דאונ׳ט געט מי סטארטעד מיט דעם לוסטיג...

יחיאל יעקבזון » פרייטאג מאי 13, 2016 5:52 pm

· #332959
שטיסל
לייען יעדעס ווארט איידער דו קאמענטירסט.
כ׳האב געזאגט: ״בנוגע רעבעס, זעהט מען וואס זיי האבן איבערגעלאזט, ווער ס׳קלעבט צו זיי אא״וו. א פנים זאגט אויך א סאך (אפילו בלויז א בילד...״
כ׳האב אויך געזאגט אז מ׳מאכט אמאהל אן אוהרטום.
און יא, א פנים זאגט א סאך וועדער יו לייק איט אור נאט. חכמת אדם תאיר פניו אא״וו.

גאנצל » פרייטאג מאי 13, 2016 6:22 pm

· #332962
גראדע סאטמאר רב זצ"ל האט פארציילט די באקאנטע מעשים בכל יום פון ר' ישעי'לע מיט זיין טיילן עסן ער האט געטיילט פון א קליין טעפעלע פאר וויפיל מינטשן ס'זענען נאר געקומען אויך האט ר' ישעילע מער ווי איינמאל אוועקגעלייגט גוים וואס האבן זיך פארלייגט אויף אידן און דורכדעם געהאלפן אסאך אידן סאו רוף אים נישט אן מיט דיינע פשוטע ניקנעיםס וואס דו האסט פאר אים ווען די קינדער פון ר' הערשעלע ליסקער האבן אים נישט געוואלט פאר רבי אין ליסקא -וואס עס איז געווען א שטארקע רצון פון די ליסקע חסידים אז ער זאל איבער נעמען זיין רבי - די קינדער פון ר' הערשעלע ליסקער האבן אים נישט געוואלט האבן די גרעסטע צדיקים פון יענעם דור ובראשם דער הייליגע צאנזע רב זצ"ל דער ייט"ל פון סיגוט דער מקור ברוך פון וויזניץ האט זיך אויסגעדרוקט מיט התפעלות אויף זיין הנהגה און נאך סאו קאם דאון מיט דיינע ניק נעיםס די גאנצע נייע ווינט פארשטיי איך אויך נישט און אפשר איז עס איבערגעטריבען אבער דיינע ניק נעיםס איז זיכער איבערגעטריבען

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש מאי 14, 2016 10:10 pm

· #332974
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
והחוט המשולש לא במהרה ינתק. מ'האלט שוין צום דריטען מאל ביי די זעלבע נושא
ווילסט זאגען גדלות אויף סיי וועמען, זאג. אבער זאג גדלות, נישט נערישקייטען. אוועק לייגען גוים, טיילען עסן פון א קליינע טאפ, זיגען אין א רבנות פארמעסט. אלס נערישקייטען, ברענג א גדלות עפ"י דער ארחות צדיקים. שטעל צו זיין לעבען און דער לעבען אויסגערעכענט אין ארחות צדיקים און פארצייל. מ'מוז ניט אויפווייזען, נאר פארציילען.
ווען אבער די גלויביגער גלויבען אויך נאר אין קטנות, איז דער פאראכץ קטנות, דאס עסן קעיז דעקלעך סתם פרעסעריי (אקעי, דאס איז בכל אופן), און דאס הענגען א בילד סתם אומזיסט געמאכט א לאך אין וואנט.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

berlbalaguleh » מוצ"ש מאי 14, 2016 10:47 pm

· #332978
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים:ס'וואונדערט מיר אויף דיר. דו וואוינסט דאך אין מאה שערים (עכ"פ דער שלום שטיסל , דער טאטע פון עקיבא און גיטי.) און דו האסט נישט געהערט פון דעם וועלט בארימטן גאון און פוסק הדור, און חבר ביד"צ העדה החרדית, הרב יוראוויטש, וועלכער האט פארקויפט דא זיינע אייגענע טראפן וועלכע זענען א סגולה פאר אלץ און אלעם. דאהי אין ב.פ. איז עס פארקויפט געווארן דורך די רעבעצין ז. בני ביתו של האי פרישא וחסידא מ.א.ז. וועלכער איז געווען דער נאמן ביתו פון ---- רעבי'ן שליט"א. עד שנתגלגלו הדברים...שוין. איך פאר שוין אריין אין צופיהל מעשיות...!
בד"וו. ווען א רב איז עוסק אין ענייני רפואה האט עס אזא פנים ווי אן אפטייקער וואס פסק'נט שאלות...!

שאולדיספריםפאקער » זונטאג מאי 15, 2016 2:57 am

· #332999
איך האלט שוין לאנג אז איינער זאל מאכן אזא היימישע מעמבערשיפ פראגרעם ווי די צאלסט אריין יערליך כך וכך און די קענסט פארן אויף אלע נסיעות ליזענסק מירון ראדאשיץ קערעסטיר ווילעדניק וכו

טאמבל סאס » זונטאג מאי 15, 2016 4:45 am

· #333005
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
נאך די אלע מעשיות פארשטיי איך נאכאלץ נישט גענוי וואס איז דער כראניק אבסעסיע מיט מקומות הקדושים? איז דאס נישט ממש א פילגרימעידזש?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

יחיאל יעקבזון » זונטאג מאי 15, 2016 5:24 am

· #333006
ליטוואק טייערע
דו זאגסט דאך אזוי גוט.
אבער מחמת איזה סיבה האבן עטליכע פארעקשנ׳טע לייט דא ליעב צו דערציילן נאך און נאך נארישקייטן און מיינען אז מיט דעם וועלן מיר זיך בייגן. נאו סיר! כ׳ווער אויך נישט שטארק דערשיטערט אז דער און יענער ״האבן מעיד געוועהן״ וכו׳ דען די אלע זענען אליין אויך געוועהן שטארק פרום און מאנכע אפילו היפש פאנאטיש. נו, אז זיי האבן געטראפן א תמים, האבן זיי עם געריהמט. איז וואס?
מסתבר אז זיי טוהען קיינמאהל דערציילן הנהגות על פי אורחות צדיקים ושאר ספרי מוסר, ווייל דאס איז זיי עפעס מחייב. פארטרייבן מייזעלעך, גיסן זופ פון א קליינעם טאפ ביז איבערמארגן און א טאג דערויף און טויטן ערלים (קאם אן...) איז קיינעם מחייב עפעס און ס׳איז בלויז קארמען (fodder) פאר בהמה׳לעך איבערצוגעבן פאר אנדערע בהמה׳לעך בכדי זיי זאלן ווערן גרעסערע בהמות..,

יחיאל יעקבזון » זונטאג מאי 15, 2016 5:28 am

· #333007
שאולדיספריםפאקער
איך האלט שוין לאנג אז איינער זאל מאכן אזא היימישע מעמבערשיפ פראגרעם ווי די צאלסט אריין יערליך כך וכך און די קענסט פארן אויף אלע נסיעות ליזענסק מירון ראדאשיץ קערעסטיר ווילעדניק וכו

אויב עס אינקלוד אויך בראנקס זו, וועל איך עס קאנסידערן.

בן אדם » זונטאג מאי 15, 2016 9:52 am

· #333016
יחיאל יעקבזון

אויב עס אינקלוד אויך בראנקס זו, וועל איך עס קאנסידערן.

מצא מין את מינו

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 15, 2016 10:43 am

· #333023
'פארט לייקס'.
דו האסט דערמאנט גרעממער מיסטעיק'ס?

שמעקעדיג » זונטאג מאי 15, 2016 10:56 am

· #333025
עס איז באמת א שאנדע צו ליינען די זלזול כלפי אונזערע גדולים, ובפרט די ליטווישע אידן וועלכע קענען נישט תופס זיין די מהלך המחשבה פון די חסידים (אפגעזען צי זיי זענען גערעכט צי נישט, אויב ס'איז בכלל שייך 'גערעכט'), איך פארשטיי נישט וואס איז ראנג מיט זייער טאלעראנץ צו א צווייטנ'ס מהלך המחשבה, יא מיר גלייבן און מיר שעצן אונזערע גדולים! געוויסע ליטווישע שטעלן זיך אפ נאר אויף איינע פון די עמודי עולם, 'תורה' - באמת זייער חשוב, אבער אין מיין בארדיטשוב'ע סידור'ל ביי פרקי אבות (כ'הער אז ס'קומט פון די גרויסע משניות) שטייט נאך צוויי עמודים, עבודה און גמילות חסדים, און א צדיק וואס האט אינזין אנדערע אידן מיט עסן איז פונקט אזוי חשוב - יא, גארנישט ווייניגער - ווי אזא גדול ווי דער חזון איש זצ"ל. אויב דו קוקסט עס אן מאדנע, פלאץ אוועק און פארמאך דאס פיסק. אז דו ביסט אויגעוואקסן אין סאודי אראביע וועסטו קיינמאל נישט פארשטיין דעם קולטור פון אמעריקע, און דו וואלסט געווען א שוטה צו קומען מסביר זיין פאר אלע אמעריקאנער פארוואס זייער way of thinking איז ראנג. לעב און לאז לעבן. דו האלט דיר מיט דיינע גדולים, און לאז חסידים זיך האלטן מיט זייערע גדולים און נתפעל ווערן פון זייערע מופתים, וואס צדיק גוזר און הקב"ה מקיים. עס שטערט דען איימיצן אז זיי רעספעקטירן זייערע גדולים, און זיי שעצן עבודת ה' און חסד אויך, נישט נאר תורה?

ס'נישט אז איך האלט שטארק פון די געלויפעכץ און געפארעכץ צו אלע קברי צדיקים, הגם ס'איז אן ענין. איך קוק עס אן ווי אידן וואס זוכן רפואות און ישועות כאפן זיך אן אין יעדן מעגליכן ישועה, און עס האט שוין פאסירט אפענע זאכן. מעגליך מען טרייבט אביסל איבער; אויך מעגליך אז מאנכע נוצן עס פאר כשר'ע אינטערטעינמענט; אבער פון דארט ביז ארונטעררייסן שרפי מעלה און וואוילע אידן איז פאלג-מיר-א-גאנג, און כ'בין מוחה פאר זייער כבוד וועגן.

לאמיר האפן אז זיי וועלן אונז משפיע זיין כל טוב און זיין א מליץ יושר, און מוחל זיין די וועלכע בארעדן זיי אזוי געמיין און ביליג.

קל וחומר » זונטאג מאי 15, 2016 11:14 am

· #333027
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
הער ליטוואק, ס'דא א באקאנטע מעשה מיט ר' אהרן קוטלער נאך א קאנווענשאן ווי ס'איז געווען חילוקי דעות, איז ער צוגעגאנגן צום קאפישניצער אנפרעגן וואס זיין מיינונג איז איבערן נידון. תלמידים (ליטוואקעס פון בודאפעסט) האבן אים געפרעגט היתכן?? דער גרויסער גאון פרעגט עפעס א חסידיש רבי וואס איז בכלל נישט באקאנט אלס גדול בתעירע, האט ער געענטפערט, לא ניתנה תורה אלא לצרף בה את הבריות, קאפישניצער רבי איז א מצורף!


בדרך אגב, דעי מעשה האב איך געזען אין א ליטווישע מקור.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 15, 2016 11:45 am

· #333031
והחוט המשולש לא במהרה ינתק. דער דריטע מאל וואס דער ענטפערלאזע תגובה קומט ארויף.

יא, דער ליטוואק (אגב, יעקובזוהן איז נישט קיין ליטווישע נאמען, נאר א יעקישע) האט תורה אלס דער העכסטע חשיבות, און דער נישט ליטוואק האט אנדערע זאכען. דאס האט גארנישט מיט מיין טענה. נניח עבודה און גמילות חסדים זענען פונקט אזוי וויכטיג. וואס האט דאס מיט יארטשעוו און יארטשעווקע, טאנצען מצוה טאנץ ביים אייניקעל'ס חתונה צו ציען פעסער יויך פון א קליינע טאפ?
דערצייל גמ"ח ווי ער האט פון זיך אוועק געגעבען, נישט קונצען מיט אוועק לייגען גוים (די בעלסקי ברידער האבען פיהל מער גוים אוועק געלייגט, און זיי ליגען דאהי אין אמעריקא) צו הערר"י פאטטע"ר סארט מעשה'ס מיט זופ.
ווילסט דערציילען פון עבודה, רעד פון קפידות ביי דאווענען, צו דער התפשטות הגשמיות פון די חסידים הראשונים. נישט פון וואס א צווייטע האט דערציילט וועגען טייטשלאזע לאזונגען פון 'העכערע זאכען'.

דאס האט גארנישט מיט חילוקי המדינות, און אויך נישט מיט חילוקי הדעות צווישען דער בעש"ט און דער גר"א. נאר מיט קטנות, א ציגאנע צוגאנג צו אידישקייט, און ווייבערישע התפעלות. פאסט טאקע אין סאודי אראביע מיט די פרימיטיווע אמונות טפלות.

קל וחומר » זונטאג מאי 15, 2016 11:53 am

· #333034
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
טא, פארוואס איז די גמרא פיל מיט אזאנע מעשיות??

טאמבל סאס » זונטאג מאי 15, 2016 12:15 pm

· #333038
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
קומען זיי נישט טאקע פונעם אראבישען האלב אינדזל?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 15, 2016 12:34 pm

· #333045
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
קל וחומר
טא, פארוואס איז די גמרא פיל מיט אזאנע מעשיות??

אלא מאי? אז שכל איז ווערטלאז, און קטנות זיגט? אדער אז דער גמרא האט נישט אהער ווייל זי (און נ"ך) האט אן אנדערע כוונה אינ'ם דערציילען.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

קל וחומר » זונטאג מאי 15, 2016 12:42 pm

· #333048
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
זאגשע דו וואס איז די כונה

מתושלח » זונטאג מאי 15, 2016 3:20 pm

· #333063
דולה ומשקה
געוואלדיג
1. פאר די קריג איז אלס געווען א געפאראכטס צו ליזענסק, מיסודו פונעם תפארת שלמה כידוע, צו קאליב דורך אלע צדיקי אונגארן, און צו צאנז מיסודו טאקע פון ר' ישעי'לע


צו ער איז געפארען קיין צאנז צום יארצייט אמאל יא אמאל נישט, אבער טוה מיר א טובה מאך נישט אויף קיין פאקטן אויף זיין חשבון סאיז נישט געוועהן מיסודו, הרה"ק מצאנז האט געהאט גענונג קינדער, איינקלעך און גאר אסאך אנהענגער אז דער קומען זאל זיך זיך אנטוויקלען. ס' האט נישט געדארפט צוקומען צו קיין אומבאקאנטע אונגערישע בילקא טיילער און קנאבל אנשפרעכער. בכלל זענען די אונגארישע אידן געפארען ז' אדר קיין קאלוב, י"ד אב קיין ליסקא, אדער כ"ח תמוז קיין אוהעל. כ'זאג נישט געוועהן געוויסע צדיקים אדער חסידים וואס זענען געפארען קיין צאנז אבער דאס איז געוועהן בכלל מיעוט המצוי.

בד"וו גערעדט מיט כמה גאליציאנער אידן (ובתוכם ר' יהושע וואלף זאפערן, ר' משה יהושע צאנגער, ר' שאול הוטרער, ועוד) צו זיי האבען אמאל געהערט אינדערהיים איבער רבי ישעילע קערעסטיר, זיי האבען נישט קיין אנונג, זיי זענען ערשט געוואהר געווארען איבער זיין עקסטענץ דא אין אמעריקא.

היינט צו טאג אז עטליכע ווילן מאכען דערפון א פרנסה, מיינט נאך נישט אז אינדערהיים איז געוועהן אזוי. באלד גייט רבי אייזיקל ספינקא (טאטעעעע....) קומען מיט א חידוש אז דער עולם איז גאר געפארען אין גרוסען צום ציון המציונת פונעם 'שרף' פון מאגלעניצא, און דערוואגען זאל זיך נאר דער איינער דאס פרובירען צו פארלייקענען.


געווענליך כאפן זיך די גאליציאנע צו אונגערישע פאנדרעיזינג אדער סתם מסיבות און פראוועריי א 20 יאר שפעטער. ווארט נאר צי אביסעל. סוף כל סוף עטס גאליציאנער וועלען זיך נאך דערמאנען איינטאג נאכצימאכן די אומבאקאנטע אונגערישע דוגמת כלל חבת ירושלים וואס קלויבן ציזאם יעדע וואך בריווען און "עדות פון גדולי ישראל" וואס זענען גאר געשריבן געווארן פאר אנדערע כוללים.
און דערמאן דיך אז צאנז און שינאווא איז אינדערהיים באשטאנען פון א גרויסע טייל אומבאקאנטע אונגערישע בילקא טיילער און קנאבל אנשפרעכער
בלאט: 1 2