גאנצלגראדע סאטמאר רב זצ"ל האט פארציילט די באקאנטע מעשים בכל יום פון ר' ישעי'לע מיט זיין טיילן עסן ער האט געטיילט פון א קליין טעפעלע פאר וויפיל מינטשן ס'זענען נאר געקומען אויך האט ר' ישעילע מער ווי איינמאל אוועקגעלייגט גוים וואס האבן זיך פארלייגט אויף אידן און דורכדעם געהאלפן אסאך אידן סאו רוף אים נישט אן מיט דיינע פשוטע ניקנעיםס וואס דו האסט פאר אים ווען די קינדער פון ר' הערשעלע ליסקער האבן אים נישט געוואלט פאר רבי אין ליסקא -וואס עס איז געווען א שטארקע רצון פון די ליסקע חסידים אז ער זאל איבער נעמען זיין רבי - די קינדער פון ר' הערשעלע ליסקער האבן אים נישט געוואלט האבן די גרעסטע צדיקים פון יענעם דור ובראשם דער הייליגע צאנזע רב זצ"ל דער ייט"ל פון סיגוט דער מקור ברוך פון וויזניץ האט זיך אויסגעדרוקט מיט התפעלות אויף זיין הנהגה און נאך סאו קאם דאון מיט דיינע ניק נעיםס די גאנצע נייע ווינט פארשטיי איך אויך נישט און אפשר איז עס איבערגעטריבען אבער דיינע ניק נעיםס איז זיכער איבערגעטריבען
דער סאטמאר רב האט קיינמאל נישט, איהר הערט קיינמאהל נישט דערציילט אזא מעשה! יא קען זיין ר'זריעאל האט דאס דערציילט בשמו..., אדער דער אנדערע מראי מקום פאיע רב האט דאס געהערט בשנת תש"ח... רבי יואל טייטלבוים אפילו ווען ער וואלט געוואלט וואלט נישט געקענט דערציילען אזעלעכע דברי שטות והבל.
בד"וו דער ליסקא רב האט נישט געהאט קיין זוהן, בלויז דריי איידעמער, איינער איז געוועהן ר' יוזעף גאלדבערגער א ביזניסמאן וועלעכע איז בכלל נישט געוועהן אריין געטוהן אין די רעביסטווע, דער אנדערע איידעם איז געוועהן ר' אברהם שווארץ (נכד ר' מענדל הענדל מחסידי אשוואר) א קאמארנא חסיד (עד כדי כך זיין נאמען ווערט ניטאמאל דערמאנט אין ספר דרכי הישר והטוב!), דער אנדערע איז געוועהן ר' חיים פריעדלאנדער וועלעכע האט איבערגענומען דאס רבנות אין ליסקא, אבער צו אדמורו"ת האט ער געהאט קנאפע נערווען, אגב איז געוועהן דער מסדר קידושין אין יאר תרל"ה פון רבי ישעי'לע שטיינער מקערסטיר וועלעכע איז דאן געוועהן א עלטערע בחור.
ועוד, דער וואס ווייסט אונגארישע היסטוריה (נישט יונה קרעפל מעשיות...) ווייסט אז די ליסקא חסידים האבען זיך צושפרייט נאך זיין הסתלקות צום ייטב לב, קול אריה פון מאד, אפילו צו רבי הירצקא פון ראצפערד, און יא דיע וואס זענען געוועהן אריין געטוהן ראשו ורובו אין אכילה ושתיה זענען געפארען קיין קערעסטיר.
ווען מיר וועלען וואוינען נאך דער דריטע וועלט קריג אין אסטראליע, וועט זיך אנהייבען 'נסיעות' קיין אמעריקא, וועסטו אז פלוצלינג קען מען געהאלפען ווערן ביים די ציונים הקדושים אין נייטרא, מ'וועט ברענגען צייטונג אויסשניטן אז שוין אין די ת"ש מ' יארן איז מען געפארען, עס וועט זיין א ביזנעס, א אנדערע וועט מאכען א ביזנעס פון דער קבר פון רבי יואל זוסמאן מערץ... אה! די מופתים וואס מ'זעהט ביי די 'מערץ' קברים זעהט מען נישט אין ערגעץ... אין אסטראליע וועט מען אפילו וויסען נאך צו זאגען אז דער שפתי צדק פון סאטמאר האט אמאל געשיקט אהין א 'שווערע קוויטל'...
דער לעלוב רבי פון מעלברוין ואתו עמו דער קרעטשניף רבי פון סידני מאכען אפטע אבער שטילע נסיעות צום ציון אין אמעריקא פון רבי שמעון פאוזען פון שאפראן, און אז מ'קומען אהין לערנען משנית פרק כל בשר איז א סגולה פאר עשירות... בדוק ומנוסה, ס'איז דא א גאנצע קונטרס מיט מייסעס...