עפענען א פרידז שבת
32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10453
עפענען א פרידז שבת
טוט זיך טישן אויף בענק, א בעלזא אינגערמאן איז אויפגעקומען אז להלכה טאר מען נישט עפענען די נייע סארט ריפרידזערעיטע אין שבת, ווייל דאס ברענגט צו אז די מאשין זאל ארבייטען,
דער אינגערמאן איז אויפגעקומען מיט א פלאג וואס מען פאברעציט אין טשיינע אין דאס ברענגט צו אז ס׳זאל נישט באקומען די מעסידז ווען די פרידז עפענט זיך אדער פארמאכט זיך, דער פלאג קאסט אפ איבער א מאה, אין ער זאגט אז ס׳דעקט קום די קאסטן,
אסאך רבנים האבן שוין גערעגט דערוועגען ברבים אין געזאגט אז אןדי פלאג טאר מען נישט עפענען די פרידז נאר כלאחר יד.
דער אינגערמאן האט אריין געברענגט אפאר אלפים פון די פלאגז אין סאיז שוין נישט דא צו באקומען. כלל ישראל לאסט זיך קאסטן אויף שמירת שבת. אזוי אויך לויפט ער ארום אין געבט דרשות איבערן פראבלעימען פון די פרידז אין די רבנים זענען זיך מודה אז סאיז פארהאן א פראבלעים.
איינער מיט עפעס מער פרטים איז מכובד צו זאגן וואס ער ווייסט.
Re: עפענען א פרידז שבת
שטילע אינגערמאן
איינער מיט עפעס מער פרטים איז מכובד צו זאגן וואס ער ווייסט.
איינער מיט א ראיון פון א איסור ווי מקען אויפקומען מיט א פעטענט להיתר צו פארדינען אביסל זאל ביטע לאזן וויסן באישי.
Re: עפענען א פרידז שבת
שטילע אינגערמאןטוט זיך טישן אויף בענק, א בעלזא אינגערמאן איז אויפגעקומען אז להלכה טאר מען נישט עפענען די נייע סארט ריפרידזערעיטע אין שבת, ווייל דאס ברענגט צו אז די מאשין זאל ארבייטען,
דער אינגערמאן איז אויפגעקומען מיט א פלאג וואס מען פאברעציט אין טשיינע אין דאס ברענגט צו אז ס׳זאל נישט באקומען די מעסידז ווען די פרידז עפענט זיך אדער פארמאכט זיך, דער פלאג קאסט אפ איבער א מאה, אין ער זאגט אז ס׳דעקט קום די קאסטן,
אסאך רבנים האבן שוין גערעגט דערוועגען ברבים אין געזאגט אז אןדי פלאג טאר מען נישט עפענען די פרידז נאר כלאחר יד.
דער אינגערמאן האט אריין געברענגט אפאר אלפים פון די פלאגז אין סאיז שוין נישט דא צו באקומען. כלל ישראל לאסט זיך קאסטן אויף שמירת שבת. אזוי אויך לויפט ער ארום אין געבט דרשות איבערן פראבלעימען פון די פרידז אין די רבנים זענען זיך מודה אז סאיז פארהאן א פראבלעים.
איינער מיט עפעס מער פרטים איז מכובד צו זאגן וואס ער ווייסט.
דער אינגערמאן הייסט רב אורטנער
די קאמפאני Zman Technologies מאכט די זייגער וואס קאסט בערך $140
לויט אים גרעניצט זיך דאס ממש מיט חילול שבת דאורייתא אין די שבת מאודס העלפן גארנישט, אבער רב היינמאן פון Star K
געבט א הכשר אויף די Saboss Mode אין טענהט אז עס איז כשר וישר, גיי ווייס...
געהערט האב איך אז עטליכע וואס האבן גענוצט די זייגער יעצט יו"ט האבן זיך די פרידזש צובראכן.
בכלל נישט קיין שאלה
לויט ווי ס'זעהט אויס איז עס בכלל נישט קיין שאלה, ווייל ס'זיכער אסור על פי כללי הלכות שבת המסורה בידינו, כאטש וואס איך בין מאמין באמונה שלימה, אז חז"ל וואלטן דאס נישט גע'אסר'ט בימיהם.
סתם צו זעצען די רעקארד גראד, דער אינגערמאן איז ערשט אויפגעקומען (עוסק געווען) אין די פראבלעם, און ערשט שפעטער זיך מטפל געווען מיט די עצה. און יא, ער מעג מאכן געלט פון דעם (זייט ווען טארן נישט ת"ח מאכן געלט?)
נאך א נקודה'לע - איידער איר נעמט זיך האקן אויף דעם אינגערמאן - ער איז נישט פון די עסטעבלישמענט, אין פאקט, כ'מיין אז ער האט אפילו געהאט א פאזיציע פאר א תקופה אין ישיבת שרה הורביץ, חובבי תורה.
Re: עפענען א פרידז שבת
די דיון איז פשוט, אמאל ווען עס איז געווען די שאלה איבער די פרידש איז עס נאר נוגע געווען בעיקר כלפי די קאמפרעסער, דהיינו די פרידש האט פארמאגט א טערמעסטאט און אנגעצינדען די קאמפרעסער ביי א געוויסע טעמפעטשער, די שאלה איז געווען אז למעשה איז שייך אז מיטן עפענן די טיר קען עס ממש דעמאטלטס אראפברענגן די טעמפעטשער עס אנצינגען בכח ראשון, משא"כ כהיום האט זיך די געטוישט און א פרידש באשטייט מער נישט פון נאר א טערמעסטאט און קאמפרעסער, עס פארמאגט צענדליגער סענסערס צו קאנטראלן די קלימאט צו מאכן זיכער אז עס האט א לעוועלד קאלטקייט, עס האלט חשבון וואו אפט מען עפענט די פרידש אזוי ווייסט אויסצורעכענן וואו לאנג און אפט די קאמפרעסער זאל זיך אנצינדען וכדומה, וואס דעס געשעט יעדעס מאל מען עפענט די טיר.
דעס איז די מציאות, בנוגע די הלכה אפשר א צווייטע מאל, די פאטענט פון הרב אורטנר איז זיכער נישט קיין מהלך, עס איז א פשוטע שבת זייגער, עס אנגעשטעלט אז עס ארבעט אפאר מינוט און איז אויסגעלשן אפאר מינוט, און א פרידש פארנעמט דאס נישט, לכאורה נאך גאר א קורצע צייט פון אזא התנהגות, וועט ער זיך אפזאגן פון דיר דינען און ער וועט גיין פייפן.
אגב, הרב אורטנר איז געווען שטארק אינוואלווד אין די מערכה אקעגן די
שבת סוויטש און ארויסגעגעבן די זמן סוויטס.
Re: עפענען א פרידז שבת
פארוואס קען מען נישט מאכן אז במשך פון פיר אין צוואנציג שעה זאל זיך עס צוויי דריי מאל אויסלעשן רענדאמלי, אזוי ארום וועט עס נישט זיין מער קיין פסיק רישא.
קל וחומרפארוואס קען מען נישט מאכן אז במשך פון פיר אין צוואנציג שעה זאל זיך עס צוויי דריי מאל אויסלעשן רענדאמלי, אזוי ארום וועט עס נישט זיין מער קיין פסיק רישא.
עס איז א פסיק רישא ווען עס ארבעט יא.
Re: עפענען א פרידז שבת
דער מענטש דארף דאך נישט וויסן ווען ס'ארבעט
Re: עפענען א פרידז שבת
איך האב געקויפט א נייע פרידזש פאר פסח און זיכער געמאכט אז עס האט נאך דער סוויטש וואס מען קען פארקלעבן שבת. סתם א זייגער וואס עפענט און פארמאכט זיך איעדע זעקס מינוט (לויט דער סעילסמאן) איז נישט א גוטע איידיע פאר א קאמפרעססאר אזוי ווי אהרן זאגט שוין.
קאווע טרינקער
נאך א נקודה'לע - איידער איר נעמט זיך האקן אויף דעם אינגערמאן - ער איז נישט פון די עסטעבלישמענט, אין פאקט, כ'מיין אז ער האט אפילו געהאט א פאזיציע פאר א תקופה אין ישיבת שרה הורביץ, חובבי תורה.
דאס קען זיין א סיבה צו ווייזן פרומקייט
Re: עפענען א פרידז שבת
[ציטאט אראפגענומען]
די טענה איז נישט אזוי פשוט, ווייל למעשה דאס איז ווי אזוי די פרידש ארבעט, און די ווילסט דאך אז די פרידש זאל ארבעטען, איז דאך די השפעה וואס קומט ארויס (אז די פרידש ארבעט) דאס וואס די ווילסט, הגם די וואלסט ווען מסכים אז די פרידש זאל ארבעטען אן אזא פארגעשריטענע קאמפרעסער
Re: עפענען א פרידז שבת
[ציטאט אראפגענומען]
עס האט דאך יא א פראקטישע השפעה, די פרידש ארבעט דאך נאר מיט די חשבונות.
דעס אז איינמאל עס ארבעט איז שוין נישט נוגע איז געווען אמת אמאל, היינט מאכט די פרידש גאנצע חשבונות, איך גיי נישט אריין אין די הלכה, אבער די מציאות פון די היינטיגע פרידשעדערס זענען בכלל נישט די דומה צו די אמאליגע.
נניח אז דאס עפענען די טיר פון די נייע פרידזשירעטערס ברענגט א באלדיגע און זיכערע ריספאנס צו א פעולה פון מלאכת הבערה אזוי אז ס'איז נישט בגדר גרם און ס'איז אויך א פסיק רישא, וואס דאן אפילו ער איז נישט מכוון איז עס אסור, דארף מען אבער קלארשטעלן דעם אבסורדאלע מציאות וואס ס'איז נגרם געווארן מכח דעם טומל.
ביז היינט ווען מענטשן האבן נישט געוויסט, אדער האבן עכ"פ געהאט א טעות אויפן סמך פון די עלטערע פרידזשירעטארס וואס האבן נישט געארבעט מיט א דירעקטע און זיכערע ריספאנס , אז מיט דעם וואס זיי באנוצן זיך מיט די פרידזש אום שבת טוען זיי א פעולה פון א פסיק רישא, אבער דאך וויבאלד זיי האבן נישט געוויסט, האבן זיי געהאט א דין פון א מתעסק, ממילא האבן זיי נישט געטון קיין שום איסור, מ'האט זיי אפילו נישט געדארפט מודיע זיין, ווייל ס'איז נישט פארהאן קיין אפרושי מאיסורא, ווייל ס'איז נישטא קיין איסור, אזוי פסק'נט רעק"א אין א תשובה אז מ'דארף אפילו נישט מודיע זיין פארן מתעסק.
קומט אויס אז דוקא די טומל און אויפקלערונג האט צוגעברענגט דעם אבסורדואלן מצב, אז יעצט הויבט זיך אן א שאלה פאר די מענטשן וואס האבן נישט איינגעהאנדלט דעם מכשיר, צו זיי דארפן זיך ברעכן קאפ געוואויר צו ווערן צו זיי זענען אויך אינעם כלל פון די וואס דארפן האבן דעם מכשיר.
הגם פאר די וואס זענען עכ"פ מסופק אויב זייער כלי איז אויך אין כלל פון די נייע מכשירים, איז ווייטער דא די היתר פון טו"ז אז א ספק פסיק רישא, איז אויך אין כלל פון א אינו פסיק רישא וואס איז מותר באינו מתכווין, און ס'איז לכאורה נישטא קיין שום סברא צו זאגן אז ער מוז מברר זיין וואספארא סארט כלי ער האט, ווייל אויב איז עס מותר לכתחלה לדעת הט"ז וכן פסק המ"ב, צו וואס דארף ער מברר זיין (אמנם יש אחרונים שחולקים על הט"ז)
איך ווייס נישט אויב די ביסט גערעכט. ווייל דא רעדט מען דאך אז דער מענטש וויל אז אלע פאנקשין'ס פון די פרידש זאלן ארבייטן. ער ווייסט נאר ניטש פינקטליך וואס זיי זינען אבער ער וויל קלאר אז די דיפראסטער זאל זיך אנצינדן.
דאס אז ער וויל מאכט דאס נאך נישט פאר א מכוין, ווייל סוכ"ס ווייסט ער נישט אז ער טוט מיט די פעולה א מלאכה ווייל ער ווייסט נישט וויאזוי ס'ארבעט, יא ער דארף די פועל יוצא, אבער זיין טעות איז אז די פועל יוצא האט ער אן זיין דירעקטע פעולה, ממילא דאס איז ממש דומה צו די ציור פון מתעסק, נתכווין לחתוך את התלוש וחתך את המחובר, וואס דארט האט ער אויך געדארפט די פועל יוצא פונעם שניט דאס הייסט האבן א חלק פונעם ירק, ער האט נאר נישט געוויסט אז די פעולה זיינע איז געווען א דירעקטע פעולה פון תולש.
Re: עפענען א פרידז שבת
כ'ווייס נישט צו ס'הייסט א מתעסק, דאכציך א מתעסק איז ווען ער וויל בכלל נישט דעם מעשה, דא וויל ער די מעשה ער ווייסט נאר נישט די פועל יוצא דערפון.
נישט ריכטיג, אה"נ ווען בשעת ער האלט אפן די פרידזש, און ער זאל זיך יעצט דערוויסן אז מיטן צומאכן די פרידזש גייט זיך די טענזמישאן אקטיוויזירן ביזטו גערעכט ווייל סוכ"ס וויל ער דאך די פועל יוצא, ער וויל דאך נישט זיינע עסן זאל פאדארבן ווערן, נו אויב ער איז א איד וואס האט מורא פון חילול שבת וועט ער זיך אוודאי פורש זיין, אבער יעצט ווייסט ער דאך נישט אז דאס פארמאכן טוט דאס אקטיוויזירן, ער מיינט אז ס'מאכט זיך אטאמאטיש, די סיבה פארוואס ער מאכט צו די פרידזש איז עפעס אנדרעש ווי דאס אז ס'זאל זיך אקטיוויזירן עפעס, ממילא איז ער נישט קיין שוגג, נאר א מתעסק, זיין טעות איז דאך אז די פעולה וואס ער טוט ברענגט נישט א מלאכת הבערה, אזויווי יענער וואס שנייט אפ א פרי פון בוים וואס ער האט זיך טועה געווען אז ס'איז נישט מחובר לקרקע, און באמת איז עס יא.
איך קאן דעם אורטנער פון די נאנט, גאר א קליגע אפענע קאפ, ווייט פון א פרימער, זוכט נישט ענג צו מאכן דעם ציבור, מאכט טאקע שיין פרנסה פון דעם, און איך האב טאקע אויך געקויפט דעם סמארט סוויטש לכבוד דעם נייעם פרידזש וואס איך האב מיר אינגעהאנדעלט לכבוד פסח.
Re: עפענען א פרידז שבת
איך וואלט עס ליבערשט צוגעגליכן צו א גורר מטה וספסל און ער ווייסט נישט אז ער איז בשעת מעשה אויך חורש.
ווען ער שניידט אפ די פרי פונעם אומריכטיגן בוים איז די גאנצע מעשה קציצה בטעות.
אז ער ווייסט נישט אז די באנק מחמת כובדו וועט זיכער מאכן א חריצה, ער האט אונטערגעשאצט דעם באנק, אוודאי איז ער א מתעסק.
נאך מער אפילו ער האט צוויי בענק וואס ער ווייסט קלאר אז איינע פון די וועלן מאכן א חריצה, און ער איז מסופק וועלכע, הייסט דאס לדעת הט"ז נישט קיין פס"ר.
דא איז דא א אנדערע פראבלעים וואס קיינער האט נישט דא דערמאנט.
די נייע פרידזערעיטער אין פריזער מעסטען וויפיהל מאל די עפענט אויף, לאמער זאגן יעדער אכטע מאל די עפענסט צינד ער אן א גחלת של מתכת אוועק צו נעמען די אייז וואס איז אריין געקומען דורכן ווארימע לופט וואס איז אריין געקומען דורכן עפענען די כלי ( ווען מעפענט אויף קומט אריין ווארימע לופט אין דאס ווערט צו אייז, אין די גחלת נעמט די אייז אין מאכט עס צו וואסער), דאס איז די עיקור שאלה דא,
ס׳איז א דאורייתא לויט רוב פוסקים
Re: עפענען א פרידז שבת
אין די עמי האבען זיי געשריבען אז די שבת מאוד העלפט נישט
סתם געהאקט א סטעיטמענט.
די שבת מאוד טוט גארנישט פון די זאכן, בס״ה איז מסופק טאמער ס׳האט א השפעה אויפן קאמפרעסעער, אבער די שבת מאוד טוט זיכער נישט אויפ אויפן גחלת של מתחת אין זיכער נישט אלע אנדערע שאלות ווי sensors, וואס כאפט אפ וופיהל מאל מעפענט אויף וגו׳
כדי מזאל נישט אריין גיין אין קיין ספיקות דארף די פרידז זיין געלאשען אינגאנצען, דאס טוט נישט שבת מאוד.
גערעכט אז די מיט די שבת מאוד ווערען נאך אפגעטון אלע סארט מעסעדשעס אין די קאפמיוטער פון דיי פרידש, און אויף דעם האלט הרב היינמאן פון די סטאר-קעי אז סתם לעקטרישע כוחות (וואס טוען נישט אויפ'ן פלאץ קיין פעולות זענען נישט נאסר געווארן אין שבת.
[ציטאט אראפגענומען]
טאמער קענסטו מסביר זיין ווי אזוי, ווייל וויפיהל איך פארשטיי האט מען אריין געלייגט דערין יארן ארבייט אין למעשה די איינציגסטע וועג אז די דיפראסטער זאל נישט נשפע ווערן (ביי די סארט וואס סווערט נשפע אויפן א קאונט, למשל יעדער צענטע מאל) איז טאמער די פרידז איז אינגאצען אויס געלאשען
אויף די סאטמער (וומ"ס) האטליין איז דא צוויי שיעורים אויף דער נושא (ארטענער און איינער פאשקעס)
718-506-9054
4 7 #62 #61
סתם לידיעה דער ארטענער איז דער ממציא פון די סמארט קאנטראל, נעמט דאס אין באטראכט ווען מען הערט זיין שיעור.
שטילע אינגערמאןטוט זיך טישן אויף בענק, א בעלזא אינגערמאן איז אויפגעקומען אז להלכה טאר מען נישט עפענען די נייע סארט ריפרידזערעיטע אין שבת, ווייל דאס ברענגט צו אז די מאשין זאל ארבייטען,
דער אינגערמאן איז אויפגעקומען מיט א פלאג וואס מען פאברעציט אין טשיינע אין דאס ברענגט צו אז ס׳זאל נישט באקומען די מעסידז ווען די פרידז עפענט זיך אדער פארמאכט זיך, דער פלאג קאסט אפ איבער א מאה, אין ער זאגט אז ס׳דעקט קום די קאסטן,
אסאך רבנים האבן שוין גערעגט דערוועגען ברבים אין געזאגט אז אןדי פלאג טאר מען נישט עפענען די פרידז נאר כלאחר יד.
דער אינגערמאן האט אריין געברענגט אפאר אלפים פון די פלאגז אין סאיז שוין נישט דא צו באקומען. כלל ישראל לאסט זיך קאסטן אויף שמירת שבת. אזוי אויך לויפט ער ארום אין געבט דרשות איבערן פראבלעימען פון די פרידז אין די רבנים זענען זיך מודה אז סאיז פארהאן א פראבלעים.
איינער מיט עפעס מער פרטים איז מכובד צו זאגן וואס ער ווייסט.
קודם כל וויל איך וויסן אויב ס'האט א השגחה פון די יו.על. אנדעררייטערס לעברעטאריעס. אדער פון די סי. עס.עי. די קענעדיען סטענדערדס עסאסישעישן. ווייל אן דעם האביך מורא דאס צו ניצן. ווייל ס'קען ח"ו מאכן א פייער. ספעציעל אז ס'קומט פון טשיינע.
צווייטנס. רוב גרויסע קאמפאניס וועלכע פאבריצירן עלקטרישע אפלייענסעס לייגן אריין אין זייערע כלים א שבת מאוד. דאס לעשט אויס די לייט און
לעשט נישט אויס דעם סירקולעישן פען ווען מ'מאכט אויף די טיר פון רעפרידזשערעיטער אדער פריזער.
אז א יונגערמאן וויל מאכן געלט, מהיכי תיתי. אבער גריבלען און זוכן נייע חומרות און איסורים אשר לא שערום אבותינו איז נישט אינטרעסאנט...!
עס איז נישט גענוג, מען דארף נאך אפאר חומרא'לך, אפשר קאן איינער אויפקומען מיט א חומרא אז מען טאר נישט נוצען א טוילעט אןיף שבת?
אה אנטשולדיגט'ס עס איז שוין דא אזעלעכע צאדיקים.
רבותי הערטס אויף צו זיין פרומער פון דער באשאפער.
ציבעלע-קיגלרבותי הערטס אויף צו זיין פרומער פון דער באשאפער.
וויאזוי האסטע אויסגעפונען ווי פרום דער באשעפער איז?
ציבעלע-קיגלעס איז נישט גענוג, מען דארף נאך אפאר חומרא'לך, אפשר קאן איינער אויפקומען מיט א חומרא אז מען טאר נישט נוצען א טוילעט אןיף שבת?
אה אנטשולדיגט'ס עס איז שוין דא אזעלעכע צאדיקים.
רבותי הערטס אויף צו זיין פרומער פון דער באשאפער.
ציבעלע קוגל: ס'איז שוין דא אזא רב און קהילה. זיי פלאשן נישט די טוילעטס גאנץ שבת. ווייל זייער טוילעט וואסער וועט טון 2 עבירות. ס'וועט אריבערגיין פון רשות היחיד צו רשות הרבים/כרמלית: אויך וועט עס גיין אויף גראז און ס'וועט פערטילייזן און מאכן וואקסן די גראז...!
איך בין מוחל דעם רבינ'ס חלות און געפילטע פיש און די אנדערע גוטע מאכלי שבת. דער אייבישטער זאלל מיך אפהיטן איך זאלל נישט אריינפאללן דארט אהין פאר א שבת...!
Re: עפענען א פרידז שבת
דאכ'ציך אז דעברעצינער רב זצ''ל ענטפערט איינעם ווי עס דארף צו זיין פאר פרעגן וועגן פלאשען א טוילעט אויף שבת.