☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » גיי גרין! (פה-סח 2)

גיי גרין! (פה-סח 2)

53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10447
בלאט: 1 2

מי אני » מוצ"ש מערץ 30, 2024 9:31 pm

· #556822
מי אני #
ביי די סארט נושאים דארף מען סתם אזוי אפבאכט גיבן נישט אריינצופאלן אינעם טרעדזשעדי אָוו די קאַמאַנס. דאס הייסט מ׳דארף זיך וואטשן נישט זיך צו נעמען טראכטן, ״אַה. מיין פּיצעלע חלק טוהט נישט אפ, און מיין זיך צוריקהאלטן וועט ממילא נישט אויפטוהן.״ מ׳דארף אין אכט נעמען אז די פראבלעם קומט צושטאנד מכח דעם טאקע וואס יעדער טראכט אזוי. מ׳דארף געדענקען אז יעדער דארף טוהן וואס ער קען און זיין חלק, ופרוטה ופרוטה מצטרפת.
מ'קען זאגן אז די גמרא אין ב"מ קז: זאגט אז אט די געדאנק, וועלכע קען ליגן אין התקוששו וקשו (צפניה ב א) ואמר ריש לקיש קשוט עצמך ואחר כך קשוט אחרים, איז נאר ווען ס'איז שייך אז די פראבלעם זאל געלעזט ווערן. משא"כ ווען מ'ווייסט אז זיין חלק גייט באמת גארנישט אויפטוהן, ווי דארט אז די איבעריגע יערות ארום זענען פאר די פרסי'שע הערשערס וועלכע וועלן דאס ממילא נישט אפשניידן צו לאזן פלאץ פאר די שיפן און חבלים, דאן איז נישט גילטיג דעם כלל ע"ש.

היום » זונטאג מערץ 31, 2024 6:25 pm

· #556963
Re:
מי אני #
דר. שענע סוואן האט ארויסגעגעבן א בוך אין וואס זי זאגט אז די ספּערם צאל אין די זרע/סיִמען פון מענער איז אראפגעגאנגען מיט אן ערך פון 50%. דאס האט געהעכערט דעם אינפערטיליטי ראטע און עס זעהט אויס ווי עס וועט זיך הייבן נאך ווייטער אינעם צוקונפט, ועכ״כ אז עס קען ווערן באזארגענד פאר׳ן צוקונפט פונעם מענטשהייט. די סיבה דערצו זאגט זי איז אין טייל אדאנק דעם וואס די פּאלוּשׁאן/פארפעסטיגונג פון פּלאסטיקס וואס ווערן בעארבעט מיט באשטיינדלען וואס אינטערפירען מיט די סארט **** סעלס און די פיצינקע שטיקלעך פון דעם גייען אריין אין די ערד און באשעפענישן וכו׳ וואס קומען דערנאך ענדגילטיג אן צום מענטש.
און א ארטיקל ערשינען נעכטן, ווי קאטרינא פידלער באשילדיקט די אויפשטייג און מענער פראבלעמען, אויף א שוין פון פריער באוויסטע פארשפרייטע באקטיריע, וואס מען האט אלץ געמיינט אז עס שאט נאר פאר פרויען.

https://metro.co.uk/2024/03/30/men-becoming-less-fertile-may-finally-know-20556049/

אבער צום סוף פונעם ארטיקל מאכט זי קלאר אז למעשה איז קלאר אז די הויפט גורם איז די אום געזונטע עסן און לעבנסשטייגער…
Globally, fertility rates are falling, with poor diet and lifestyles also thought to play a role in men’s health.

וואלווי » זונטאג מערץ 31, 2024 7:02 pm

· #556964
Re:
מי אני #
מי אני #
ביי די סארט נושאים דארף מען סתם אזוי אפבאכט גיבן נישט אריינצופאלן אינעם טרעדזשעדי אָוו די קאַמאַנס. דאס הייסט מ׳דארף זיך וואטשן נישט זיך צו נעמען טראכטן, ״אַה. מיין פּיצעלע חלק טוהט נישט אפ, און מיין זיך צוריקהאלטן וועט ממילא נישט אויפטוהן.״ מ׳דארף אין אכט נעמען אז די פראבלעם קומט צושטאנד מכח דעם טאקע וואס יעדער טראכט אזוי. מ׳דארף געדענקען אז יעדער דארף טוהן וואס ער קען און זיין חלק, ופרוטה ופרוטה מצטרפת.
מ'קען זאגן אז די גמרא אין ב"מ קז: זאגט אז אט די געדאנק, וועלכע קען ליגן אין התקוששו וקשו (צפניה ב א) ואמר ריש לקיש קשוט עצמך ואחר כך קשוט אחרים, איז נאר ווען ס'איז שייך אז די פראבלעם זאל געלעזט ווערן. משא"כ ווען מ'ווייסט אז זיין חלק גייט באמת גארנישט אויפטוהן, ווי דארט אז די איבעריגע יערות ארום זענען פאר די פרסי'שע הערשערס וועלכע וועלן דאס ממילא נישט אפשניידן צו לאזן פלאץ פאר די שיפן און חבלים, דאן איז נישט גילטיג דעם כלל ע"ש.
הערט זיך ווי די ארגומענט אז דא אין ניויארק וכדו' איז א שאד צו גיין וואוטן, ווייל ס'איז סיי ווי א בלויע סטעיט. ס'קען טאקע זיין אזוי, א שאד די קאפוויי פון פאליטיקס און אזא פלאץ. אזוי אויך, די גמרא רעדט פון שטיל מאכן אדער מתקן זיין תקנות פארן ציבור.

אבער ביי זיך אינדערהיים איז נישטא אזא געדאנק ס'העלפט סיי וויי נישט, ווייל די הנהגה פון די מענטש כלפי עצמו דארף טויגן, מ'טאר נישט מכלה זיין די בריאה, נישט אלס א קאלעקטיוו תועלת, נאר פשוט ווייל די בריאה איז מיין בריאה און מ'דארף האבן רעספעקט פאר די ערד פונקט אזוי. חובת גברא.
בלאט: 1 2