☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זענען די רבנים גערעכט?

זענען די רבנים גערעכט?

49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10445

יאיר » מיטוואך מאי 4, 2016 10:56 pm

· #331709
זענען די רבנים גערעכט?
איך האב לעצטנס אנגעהויבן קלערן אויף אן ערנסטער פארנעם אויב די רבנים זענען גערעכט אז דער אינטערנעט איז שעדליך. איך האב איינגעזען ביי מיר אז דער פרייהייט פון אינפארמאציע וואס איך האב אויף דער אינטערנעט איז נישט שטענדיג געווען א טובה פאר מיר, און הגם איך האב גענאשט פארשידענע וויכטיגע זאכן אויף דער אינטערנעט, האט עס מיר אויך שאדן געטון אויף אנדערע אופנים.
די אינטערנעט האט געברענגט א פלייץ פון אינפארמאציע פאר די מענטשהייט. אבער דער מענטשליכער מוח פילטערט נאטורליך די אינפארמאציע וואס איז נישט קיין טובה פאר דעם מענטש, און עס לאזט זיך שוקל זיין אויב עס זענען פארהאן מענטשן אין פארשידענע מצבים וואס עס לוינט זיך נישט פאר זייער טובה צו וויסן געוויסע אינפארמאציע.
אזוי ווי די מיטגלידער דא זענען גענוג ברייטקעפיג צו קענען אנאליזירן אן ענין פון אלע זייטן, וויל איך דאס עפענען פאר א דיסקוסיע דא.
נ. ב. דער פאוסט איז געשריבן מיט א פולשטענדיגע ערנסקייט און אדעתא דהכי אז איך וועל אי"ה נוצן די אינטערנעט קומענדיגע וואך צו פארשפרייטן א זאמלונג פון מיינע נבואות.

ליפא » מיטוואך מאי 4, 2016 10:59 pm

· #331711
איך האלט אז יא. אבער זיי מיינען נישט דאס, זיי ווילן נישט זאלסט ליינען אפילו זאכן וואס זענען יא נוצבאר פאר דיר

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 4, 2016 10:59 pm

· #331712
איז דאס די סיבה פארוואס רבנים זענען קעגען דעם אינטערנעט?
איך קלער אז זייער סיבה איז צו צוריקהאלטן ספעציפישע אינפארמאציע.

קל וחומר » מיטוואך מאי 4, 2016 11:04 pm

· #331713
Re: זענען די רבנים גערעכט?
רעד ארויס קלאר, וואסארע מצבים?
וואסארא סארט מענטשן?

בכלל פארשטיי איך נישט, טוט די מח פילטערן אדער נישט?

(אולי מיינסטע דעם יוסיף דעת יוסיף מכאוב?)


איך זעה אן אנדערען פראבלעם אין אינטערנעט, וויבאלד ס'דא אזויפיל אינפורמציה צו פיטערן דעם מח און ס'ציעט נאך און נאך, איז די ריבוי דערפון גורם בלבול המוח. (לאזט נישט געהעריג פאוקעסן)

יאיר » מיטוואך מאי 4, 2016 11:11 pm

· #331715
קל וחומר

איך זעה אן אנדערען פראבלעם אין אינטערנעט, וויבאלד ס'דא אזויפיל אינפורמציה צו פיטערן דעם מח און ס'ציעט נאך און נאך, איז די ריבוי דערפון גורם בלבול המוח. (לאזט נישט געהעריג פאוקעסן)

דאס איז אודאי א גרויסער חסרון פון דער אינטערנעט, און איז איינע פון די וועגן ווי אזוי עס האט מיר שאדן געטון. מיין אטענשאן ספען איז געפערליך קורץ היינטיגע טעג.
וועלכע מענטשן? אלע מיני מענטשן. יעדער מענטש ווייסט ביי זיך וואס זענען זיינע שוואכע פונקטן, וואס עס איז בעסער פאר אים אז ער רירט עס נישט פון ארט. און די אינטערנעט מאכט עס געפערליך שווער צו אויספילטערן אינפארמאציע וואס דער מענטש דארף נישט וויסן.

נולד מאוחר » מיטוואך מאי 4, 2016 11:27 pm

· #331718
Re: זענען די רבנים גערעכט?
וואס בעסער צי זיין א א מענטש אדער א קו?
איך האב נישט די תירץ, אבער דאס איז די שאלה ?

ירא שמים » מיטוואך מאי 4, 2016 11:34 pm

· #331719
Re: זענען די רבנים גערעכט?
די אנגענומענע מיינונג איז כל הקרוי בשם אינפארמאציע קדוש יאמר לו אבער ווי ר׳ יאיר באמערקט איז דא אסאך דזשאנק אינפארמאציע און דזשאנק סייענס און אסאך וואס איז בעסער אז מווייסט נישט און די אינטערנעט ווער סנוצט עס אלס מקור פון אינפאו ווערט אסאך געפיטערעט דערמיט, איך מיין אז סאיז א פראבלעם בעיקר ביי מענטשן וואס זענען נישט געבילדעט און ווילן געבילדעט ווערן דורכן אינטערנעט, משא״כ א געבילדעטע מענטש ווייסט וואס איז דזשאנק און וואס צו זוכן און אויך זיין עיקר ידיעות קוואל איז נישט די אינטערנעט און דינט נאר אלס א געצייג, א ריסעטש טאל.

נולד מאוחר » מיטוואך מאי 4, 2016 11:35 pm

· #331721
Re: זענען די רבנים גערעכט?
לאמיר נישט זיין אבסטרעקט, פילאזאפיש. ווער קען דא מעיד זיין אז זיין קוואלאטי אוף לייף איז עם בעסער געווארן צילוב דעם אינטערנעט? אודאי ברענגט עס געלעגנהייטן אבער זענען מיר פרייליכערע בעסער מענשטן?
און אמתן טענהן דאס די אלטע באבעס פון דערהיים, אמאל איז טאקע געווען שווער אן אלע באקוועמליכקייטן אבער מאיז געווען ראויג און ציפרידען. א רעטעך.

פרייוויליג » מיטוואך מאי 4, 2016 11:36 pm

· #331722
ברוכים הבאים! ארי עלה מבבל, וועלקאם יאיר יהא בואך לברכה.

קינד_אן_קייט » מיטוואך מאי 4, 2016 11:56 pm

· #331730
״פרייהייט״ פון אינפארמאציע און ״צופיל״ אינפארמאציע זענען צוויי פארשידנארטיגע ענינים, דער ערשטער איז קיין פראבלעם און דער לעצטער איז יא ערנסט פראבלאמאטיש, נאר מיט ׳רבנים׳ האט דאס געוויס גארנישט קיין שייכות.

וואו אימער ס׳איז דא כמות ווערט א פראבלעם אז דער איכות קען אויך ווערן פארוואסערט, דארף מען זיך קלויבן וואס יא און וואס נישט, אויף וואס לוינט זיך שפענדן טייערע צייט און וואס איז בלויז א פארשווענדעניש.

אז עמיציר זיצט טעגליך אין א ריזן ביבליאטעק, שטויסט ער זיך אויך אן אין א פלייץ פון אינפארמאציע, נאר ס׳איז געוויס גרינגער זיך צו קאנטראלירן ווען מ׳לייענט א פיזיש געדרוקטען בוך, אנע הייפערלינקס, ווי אויף וויקיפעדיע וואו ס׳איז כמים שאין להם סוף.

זבולון » דאנערשטאג מאי 5, 2016 6:16 am

· #331740
אז מ׳רעדט שוין פערזענליך, וועל איך רעדן פון מיר.

די אינטערנעט האט געהאט א דראסטישע השפעה אויף מיין פריוואטע לעבן, און אויף מיינע ארומיגע. איך קען נישט אריינגיין אין קיין פרטים, אבער איהר קענט זיך אליינס פארשטעלן, א יונגערמאן שלא היה בעולמו אלא ד׳ אמות של הלכה בלבד, פלוצלינג ווערט איהם געעפנט א פענסטער צו ענדלאזע אומבאגרעניצטע אינפארמאציע, מה יעשה הבן שלא יחכים?

זענען די רבנים גערעכט? כ׳מיין אז נישט. ווייל דער פראבלעם איז נישט דער אינטערנעט, דער פראבלעם איז די מלחמה דערמיט. דער אינטערנעט איז היער טו סטעי, אן אומדערגרייכבארע מציאות. ווילסטו עדיוקעיטן דיינע תלמידים ווי אזוי זיך צו ספראווען דערמיט, הרי טוב. ואם לאו - שם תהא קבורתם.

די פראבלעם פון ׳פרייהייט׳ פון אינפארמאציע, איז נאר אין א פלאץ וואס מ׳האט עס געמאכט פאר א פראבלעם. אויב לערנט מען אויס קריטיקל ט׳ינקינג פון קינדווייז אן, מ׳לערנט אויס ווי אזוי צו פראסעסן אינפארמאציע, איז דער פראבלעם קיין פראבלעם.

די פראבלעם פון ׳צו פיל׳ אינפארמאציע, אדער קורצע אוטענשן ספאן, איז א פראבלעם. אבער דער פתרון איז זיכער נישט די בת-היענה פתרון, עס וועט נישט העלפן זיך צו שלאגן דערמיט. דער אינטערנעט איז שטערקער, ער האט שוין צו-ווארפן מעכטיגע דיקטאטורן אין ליביע און עגיפטן.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 5, 2016 6:42 am

· #331741
Re: זענען די רבנים גערעכט?
דער כח פונ'ם אינטערנעט אראפצוווארפען דיקטאטורען איז דורך די פארבינדונגס געלעגענהייטען, נישט אינפארמאציע. די גיפטישע פאלק איז נישט ארויס פון זייער פרימיטיווע לעבענסשטייגער בעטענדיג מענטשליכע רעכטען פון זיך אפליינען פילוזופיא אויפ'ן אינטערנעט.
אלנפלס די שאלה איז צו די ציל פון די רבנים איז גערעכט, נישט דער מיטל פון רודפ'ן וכו'.

איך הער אז אלע ישיבישע יונגעלייט וואס גייען ארבעטען אין א אפיס, שטעלען גלייך זייער היימבלאט אלס דער דראדזש באריכט. ביז היינט האבען זיי געהערט ראדיא אין קאר פון ראש לימבאו און יעצט גייען זיי נאך זייער בייא"ז און ווילען ליינען נאך רעכט געשטימטע 'נייעס'. ס'זעט זיך נישט אז מ'נוצט דער אינטערנעט אויף צו הערען נייע דעות און נייע וועגען, נאר קאנפערמירען די אלטע נגיעות'ן

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

הקטן » דאנערשטאג מאי 5, 2016 7:32 am

· #331742
נולד מאוחר
וואס בעסער צי זיין א א מענטש אדער א קו?
איך האב נישט די תירץ, אבער דאס איז די שאלה ?


א מענטש זיכט וואס ס'איז בעסער פאר אים, און די לאנג ראן

זבולון » דאנערשטאג מאי 5, 2016 8:29 am

· #331746
עס איז טאקע נישט נאר טרוקענע אינפארמאציע. ס׳איז נישט נאר דאס וואס מ׳ווערט עקספאוזד צו סייענס אדער פילאזאפיע.

דער אינטערנעט געבט אויך א פענסטער צו די סעקולארע וועלט, מ׳זעהט מיט רוישיגע קאלירן ווי אזוי עס לעבט זיך אן אנדער סארט לעבן. און פאר טראכטנדע מענטשן איז עס גורם צו איבער-טראכטן די גאנצע סיסטעם.

און אויך די גרינגע קאמיונוקאציע מיטלען וואס די אינטערנעט פראוויידעד אונז, אלעס אונטער א שלייער פון אנאנאמי. געבט פארן טראכטער די באקוועמע הרגשה אז ער איז נישט דער איינציגסטער משוגענער.

יהושע חיים » דאנערשטאג מאי 5, 2016 9:15 am

· #331749
Re: זענען די רבנים גערעכט?
פאר מיר האט משמע געווען אז זייער פראבלעם מיט די אינטערנעט איז פאנאגרעפי און סאשעל נעטווארק גארנישט מיט אינפארמאציע. און די וואס האבן יא א פראבלעם מיט אינפא איז עס כפירה גאר
(לבי אומר לי אז די עסקנים וואס דרייען א קאפ די רבנים איז סתם אלס אכשר דרא סינדראם, לפי זה אין כאן שיטה בכלל ודו"ק)

חכם עתיק » דאנערשטאג מאי 5, 2016 10:01 am

· #331753
גערעכט? געוויס יא. כאטש מען הערט נישט פון זיין צופיל אז אסאך אינפארמציה איז די פראבלעם.

נעכטן געהערט אויף די סיביעס נייעס. אז די פראבלעים פון בוליאינג וואס ווערט ערגער פון טאג צו טאג איז 75 פערצענט דערפון נאר אויפן אינטערנעט. און זיי קלאגן אז רוב עלטערן מאניטערען נישט די קינדס קאמפיוטער אקטיוועטען. און זיין האבן ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון יא וואטשען אויף זיי.

בן אדם » דאנערשטאג מאי 5, 2016 10:05 am

· #331756
איך בין ערענסט חושד צו יאיר איז נישט אויפגענומען געווארן אלס א רב ערגעצוואו

נולד מאוחר » דאנערשטאג מאי 5, 2016 1:43 pm

· #331790
Re: זענען די רבנים גערעכט?
הלואי

יעקב מענטש » דאנערשטאג מאי 5, 2016 2:01 pm

· #331792
דא טוט זיך א געמויזעכץ.

די פראבלעם (?) פון די אינטערנעט איז לכאורה דרייפאכיג פון א אידישן שטאנדפונקט

1) פרייהייט פון אינפארמאציע וואס דאס מיינט בעיקר צימעס סארט שמועסן וכו', דא קען מען זאגן אז די רבנים האבן א נגיעה.

2) אויפגעקלערטקייט, כפירה, וכו', דא קען מען זאגן אז די רבנים האבן געוויס רעכט, הגם איך האלט אז זאל ווען דער עולם זיין געהעריג מחונך, וואלט דער פראבלעם געווען קלענער

3) ס'מאכט פשוט קראנק דעם מענטש ווי קינד_אן_קייט האט ארויסגעברענגט, אפי' מענטשען וואס זענען נישט אויגעוואקסן אין דעם סעלפאון קולטור, און האבן יא געהאט א ישוב הדעתדיגן יוגנט מיט סעלפאונלאזע עלטערן וואס האבן זיי געשענקט אטענציע, ווערן געטוישט און רעפאבריצירט פאר מאשינען.

איך האב לעצטענס אויפגפאסט, אז דאס רופן צו א שמחה "אפי' דורך א טעקסט איז טיילווייז שוין אינדרויסן פונעם סיסטעם", דאס גיין צו א שמחה איז געווארן א אפקומעניש, עפעס וואס א 10-15 יאר צוריק האט מען נאך ענדזשויעט, דאס קומט אלץ פון איין שורש. די וועלט ווערט קראנק

הוגה » דאנערשטאג מאי 5, 2016 2:23 pm

· #331795
קודם כל וויל איך אויסדרוקן מיין מיטלייד און מיטגעפיל אויף די שאדן און פארלוסט וואס די אינטערנעט האט דיר געברענגט. איך האב אויך דער פילינג פון צייט צו צייט און איך ווייס פון עקספיריענס ווי פיינפול עס קען זיין. המקום ינחומך בכפליים.

ס'הערשט דא אביסל א דור הפלגה'דיגע מצב. יעדער צווייטער ניק רעדט פון עפעס אנדערש. עס וואלט געווען conducive צום שמועס אויב יאיר וואלט אביסל מער פראקטיש מסביר געווען זיין שאלה/דילעמא. פארשטייט זיך אז עס איז דא די מעגליכקייט אז ער האט שוין פארלאזט די אינטערנעט לעלם ולעולמי עלמיא וואס אויב איז דאס די קעיס וואונטש איך אים גליק און פרידן כל ימי חייך.

יעצט לאמיר דיר פרעגן אפאר שאלות – אן קיין סדר – וואס קענען מעגליך אביסל אויסקלארן דעם ענין און ברענגן נענטער צו תשובות, אויב עס זענען בכלל פארהאן.

אפשר קענסטו זיך מצייר זיין און מיטטיילן וואו אזוי דיין לעבן וואלט היינט אויסגעזעהן אויב דו וואלסט קיינמאל צוגערירט צום אינטערנעט והמסתעף? דערמאן דיך פון דיין ערשטע צוטריט צום אינטערנעט, דריי צוריק די זייגער און האלט דיך איין, פשוט ווייל די רבנים האבן געזאגט אז מ'טאר נישט, פאלג זיי בלינדערהייט. איך רעד אין א פאל אז אלעס אנדערש ארום דיר איז די זעלבע ווי עס איז היינט למעשה, אויסער דער איין זאך, דיין צוטריט צום אינטערנעט. דיין שוועסטער און דיין שכן אין שול האלטן ווייטער די נייסטע סמארטפאון. די סיטי באסעס האבן די זעלבע רעקלאמעס. דו וואלסט האבן געליינט די זעלבע ספרים אין בוכער און געשמועסט די זעלבע שמועסן וואס דו שמועסט יעצט. געכאפט די זעלבע פעטש און מאלעסטאציעס (בכלל אין לעבן, בפרנסה, שלום בית, צרכי רפואה וכדומה). די ארטיסטן וואוינען אין וויליאמסבורג, מאנסי ווערט פאפולעיטעד ווי אין די ווארשעווער געטא, און קרית יואל שלאגט זיך א מלחמת חרמה מיט די אלייענס. די לעגאליטעט פון געי מערידזש (און אלעס ארום דעם) וואלט ווייטער אריין אין קראפט אין 2015. נ. וו. וואלט ווייטער באקומען פופציג יאר טורמע און סאטמאר רבי וואלט ווייטער אנגערופן מרת ק. א זונה. בערלאנד איז אונטער אויספארשונג פאר רעיפ, מוטה פראנק און הרב קלוגער פארקויפן ווייטער פיל-גוד אידישקייט. מיכאל שניצלער און ליפא זינגן ניגונים אקעגן די סיסטעם. די עולם גולם ווערן ווייטער די גרעסטע מבינים אויף די טייערסטע רינעדיגע געבראטענס און די טייערסטע וויינען. באגעבו איז די אפיציעלע קערידזש פאר די היימישע און א שטריימל קרוין אונטער דריי אינטשעס איז בל ימצא. חתונה מאכן קאסט זעכציג טויזנט דאלער פער קינד (פון 12 קינדער), ביליג גערעדט.

איך קען ווייטער אנגיין מיט נאך דוגמאות אבער די נקודה איז אז עס זענען דא א געוואלד מיט פאקטארן וואס מאכן מענטשן צופרידן און אומצופרידן. דער מענטש'ס צופרידנקייט, אטענטשאן ספען, געזונט און פרנסה זענען געוואנדן אין אסאך פאקטארן. די שאלה איז אויב מען נעמט ארויס דער איין פאקטאר, ווי גרויס זי זאל נאר זיין, אויב עס וואלט אלעס געטוישט אדער נישט. און דאס איז מיט די הנחה אז מ'האט בכלל געהאט א בחירה און אז עס איז געווען אונזער טשויס צו אריינגיין אינעם אינטערנעט אריין, וואס איך בין בכלל נישט איבערגעוויזן אז ס'איז אמת.

די וועלט טוישט זיך. מען קען אפילו זאגן אין א געוויסע זין אז די וועלט איז יורד מטה מטה אבער עס איז נישט דא קיין סאך וואס מיר קענען טון זיך צו באשוצן דערפון. יא, דיין און מיין טאטע האבן אין זייער לעבן נישט צוגערירט צום אינטערנעט און גראדע זענען האבן זיי אויך (לאמיר זאגן פאר ארגומענט סעיק) א צופרידענע לעבן. דאס מיינט נישט אז דיין לעבן וואלט געווען מער צופרידן ווען נישט די אינטערנעט. עס איז מעגליך אז יא, אבער דו דארפסט עס בודק זיין אבדזשעקטיוולי פאר דו קומסט צו דער מסקנא.

נאך א שאלה. וואס וואלט געווען אויב די רבנים וואלטן אנגענומען א פארקערטע מערכה? אויב וואלטן די רבנים גלייך אין די ניינציגער יארן אמברעיסד די אינטערנעט און עס אריינגעברענגט נאטירליך אינעם חרדי'שע וועלט. מען וואלט אויסגעשטעלט אז אלע מוסדות החינוך, חסידות'ער, אידישע ביזנעס, שומרים, הצלה, פודסטעמפס און וואוטשערס, גמ"חים, חסד ארגעניזאציעס, וכו' זאלן זיין אנגעהאנגן אין די אינטערנעט און טעכנעלאגיע. אלע ספרים און אויסגאבעס וואלטן געווען אנליין. מ'וואלט מחנך געווען די קינדער און בחורים נאטירליך אזוי מיט די אינטערנעט. וואלט עס געברענגט אן אנדערע פועל יוצא? (איך וויל נישט אריינגיין אין א לאנגע דיסקוסיע אויף דער ספעציפישע נקודה ווייל עס איז ארוכה מיני ים. אולי אין די קומענדיגע פה-סח.) דו פרעגסט אויב די רבנים זענען גערעכט מיט זייער מערכה און דו האסט נאך נישט בודק געווען אויב זיי זענען אפשר גאר די וואס זענען שולדיג.

און אז מען איז בודק צו די רבנים זענען גערעכט דארף מען בודק זיין זייערע מאטיוון אויך. זיי פירן א מערכה אקעגן די אינטערנעט צו פארזיכערן דיין און מיין "גוטע לעבן"? זייט ווען זארגן זיי זיך פאר אונזער לעבן? איז דא נאך ערגעץ וואו זיי זארגן זיך פאר אונזער לעבן? איז די אופן וויאזוי מען ברענגט אויף גאנצע קהילות אן קיין חשבון פון וואו זיי וועלן לעבן און וואו זיי וועלן וואוינען אויך צוליב זייער זארג פאר אונזער וואוילזיין? די אופן ווי מ'פירט טויזנטע בחורים א יאר צום חופה אן קיין חשבן אויב זיי ווייסען בכלל ווי אזוי דער בריאה וואס רופט זיך פרוי זעהט אויס פיזיש, אפגערעדט גייסטיש, איז אויך צוליב אונזערע וואוילזיין? דאס דערמאנט מיר אז איינער האט געשריבן בנוגע די רבנים וואס האלטן פייערדיגע דרשות אז די אינטערנעט מאכט חרוב שלום בית. פלוצלינג זארגן זיי זיך פאר אונזער שלום בית. האט איינער פון זיי אמאל געהאלטן א דרשה אז מ'דארף זיין שיין צו די פרוי/מאן? אז מ'דארף אמאל ארויסגיין שפאצירן צוזאמען? אז מ'דארף פארשטיין זייערע פערספעקטיוו? ניין. אבער פלוצלינג ביי אינטערנעט איז עס נאר ווייל זיי זארגן זיך פאר אונזער שלום בית. עפעס שטימט נישט.

וועסט דאך אוודאי טענה'ן אז למאי נפקא מינה צו זיי מיינען אונזער גוט אדער נישט. למעשה זעהט מען אידן וואס זענען אינגאנצן אויסגעטון פון די הבלי עולם הזה און זיי לעבן א גליקליכע לעבן. אויב אזוי זאגט דאך די שכל הישר אז מיר זאלן טון די זעלבע ווי זיי כדי אז מיר זאלן אויך קענען האבן א גליקליכע לעבן. איך בין גענצליך מסכים מיט דעם. איך זאג נאר אז מען דארף קודם מאכן זיכער אז מיר נארן זיך נישט מיט נאך א קוויק-פיקס מעטאד וואס וועט דיר גארנישט ברענגן קיין גליק. די מענטשן וואס לעבן באמת א גליקליכע לעבן איז עס נאר צוליב די אינטערנעט וואס זיי פארמאגן נישט? איז עס בכלל וועגן די אינטערנעט?

משל למה הדבר דומה. טראכט וויאזוי מ'האט געלעבט אין דער היים. א יעדער דערפל האט פארמאגט אפאר אידישע משפחות צווישן גוים, מען האט געהאט א כאטקע פון צוויי שטיבער, מען האט נישט פארלאזט די גלילות ווי לאנג (אדער קורץ) מ'האט געלעבט, געהאקט האלץ פאר הייצונג, געגעסן פארפאלטע טאמאטאוס פאר פרישטיג און מיטאג, געשעפט וואסער ביין עק שטאט, זיך געבאדן איין מאל א חודש, גע'מכינ'ט אין די וואלד און זיך אפגעווישט מיט בלעטער פון די בוים. אבער די לעבן איז געווען געוואלדיג רואיג און מען איז געווען צופרידן, אסאך מער ווי היינט. איך האלט אז עס איז נישט קיין שום שאלה אז די לעבן איז געווען בעסער ווי היינט.

ואשר על כן? זאל איך מיך יעצט ארויסציען וואוינען אין א וואלד אין גוואטעמאלא? דאס וועט מיך מאכן צופרידן? וועט דאס דיר מאכן צופרידן? זיכער אז נישט. דאס מיינט אבער אויך נישט אז דו דארפסט אויפגעבן אויף דיין צופרידנקייט און גליקליכקייט. דאס מיינט נאר אז מיר לעבן היינט אין א וועלט וואו עס איז שווער צו זיין צופרידן, צו עס איז צוליב די פרישקייט פון די טאמאטאוס, די ווייכקייט פון די טוילעט פאפיר, די אינטערנעט וכו' וכו'. פאקט איז אז מיר לעבן אין דער וועלט. דער זעלבע וועלט וואס גיבט אונז די באקוועמליכקייטן פארלאנגט פון אונז שטערקערע עבודה צו זיין צופרידן. טאף לאק. דו קענסט אדער דיעלן דערמיט אדער קלאגן א גאנצע לעבן דערויף. (מיר וועלן זיך מחיה זיין צו ליינען דיינע קלאגערייען. 😛 )

מענין לענין וועל איך מיטטיילן א קליין חלק פון א לענגערע שמועס וואס איך האב געהאט מיט לעיקוואד דעם פארגאנגענע ערב פסח:

איך האב אים געזאגט די פאלגענדע געדאנק וואס איך האב געהאט. אין ענגליש איז דא ווארט baggage וואס ווערט גענוצט אין א נעגאטיווע זין. וואס מיינט מען ווען מ'זאגט אז איינער האט a lot of baggage? טראכט אריין, ווען איינער וואוינט אין א שיינע גרויסע הויז, מיט פיל צימערן, שטאפיר, מעבל, שיין געפארבט א יעדע צימער אן אנדערע דיזיין וכו'. דער מענטש קען זיך נישט אויפהייבן פון איין טאג צום אנדערע און מופן צו א נייע הויז. ער וועט דארפן לכה"פ אפאר וואכן צו קענען מסדר זיין וואס ער נעמט מיט און וואס נישט, וואס גייט אין די גארבידזש, וואס וועט ער אוועקגעבן פאר זיין ברודער און שוועסטער, וועלכע בעטן פיטען אריין אין די נייע הויז און וועלכע מעבל וועט ער דארפן קויפן נייע. ענדליך נאכן אלעס מסדר זיין דארף ער באשטעלן מופערס און ער מופט אריין אין די נייע הויז . ער וועט נישט קענען אזוי שנעל מופן נאכאמאל. ער האט אריינגעלייגט צופיל כוחות אין דעם יעצטיגע מופן אז ער מוז וואוינען א צייט דא עס צו קענען דזשאסטעפייען. משא"כ דער האומלעס מענטש וואס וואוינט אין די גאסן אין מאנהעטן און פארמאגט גארנישט, ער האט די פרייהייט צו קענען מופן פון איין מינוט צום צווייטע אן טראכטן צוויי מאל. און א טאג דערויף קען ער ווידער מופן. גארנישט האלט אים צוריק.

ויען @לעיקוואד ויאמר, "אונזער עבודה איז צו קענען לעבן אין א שיינע הויז מיט אסאך מעבל און שטאפיר, אבער מיט די מאנטאליטעט פון די האומלעס מענטש". יאיר טייערע, הפוך בה והפוך בה דכולה בה.


עס זענען דא צופרידענע מענטשן מיט די אינטערנעט און עס זענען דא צופרידענע מענטשן אן די אינטערנעט. עס זענען דא צופרידענע מענטשן אין די דערפל זעקעלטשין אין יארע אכצן הונדערט און עס איז דא צופרידענע מילעניעלס אין די טייערסטע קאנדאוס פון די אפער וועסט סייד. די ריכטיגע וועג איז אנצוקוקן און בודק זיין וואס זענען באמת די זאכן וואס מאכן די לעבן אומגליקלעך און טוישן די זאכן. די סיבה פארוואס נאטירליך פרובירן מיר צו טרעפן א וואן סייז פיקס אלל תירוץ פאר די אומגליקן איז ווייל אונזער שאור שבעיסה האלט נישט ביים ארבייטן שווער.

אפילו לאמיר זאגן אז דו קענסט ווען זיך גענצליך אפשאקלן פון די אינטערנעט און פארגעסן אלעס וואס דו האסט געזעהן גלייב איך שווער אז עס וועט האבן א גרויסע השפעה לטובה אן אנדערע ענדערונגען. לאמיר לדוגמא נעמען דאס אז מען פארברענגט שעות אויף די אינטערנעט אדער סאושעל מידיא און דאס נעמט אוועק צייט פון עיסוק בפרנסה. יא, די אינטערנעט איז א דבר המושך אבער עס מיינט נישט אז אן די אינטערנעט וואלט נישט געווען קיין אנדערע שטערונגען. הונדערטער יונגערלייט שטופן די צייט אין כולל פאר לאנגע יארן, זיי האבן נישט קיין שום צוטריט צום אינטערנעט און דאך ווערן זיין נישט קיין דיינים וראשי ישיבה. וויאזוי קען דאס זיין?

איך האב אנגעהויבן דער תגובה בדעה סתם צו פרעגן אפאר שאלות און עס האט זיך פארצויגן אסאך לענגער ווי געראכטן. איך האב נאך אסאך צו שרייבן אויף דער נושא אבער איך וועל מיך דא אפשטעלן.



נ.ב. איידער איך פארגעס, נאך אפאר וויכטיגע נקודות כמנהג ק"ש.
ביסט אפשר אמאל געווארן מאלעסטעד?
דו גייסט צו טעראפי?
איז דיין ווייב שיין?
איז זי אינטא פעטישעס?
(אויב יא אויף די לעצטע צווי שורות דאן שוק מיר אן אישי אדער אן אנאנימער אימעיל אויף נאויזיבאדי@גימעיל.קאם)
לערן רבי אביגדור מילער'ס ספרים, עס וועט דיך העלפן.


.

פרייוויליג » דאנערשטאג מאי 5, 2016 4:02 pm

· #331815
איך האב א שוואכקייט צו @הוגה'ס פעדער, עפעס בלעדי. איך האב געוואלט מוסף זיין אפאר נקידות צו זיינע ווערטער היורדת חדרי בטן ונוקבת עד תהום הנשמה.

איך וויל זיך האלטן צו די נושא און דאס איז 'זענען רבנים גערעכט' - לדעתי איז דאס אירעלעווענט, ווייל אינטערנעט איז אן אינטערגראלע טייל פון לעבן, די רבנים (?) האבן נישט קיין אויטאריטעט דארט, פונקט ווי זיי זענען אויטאריטעטלאז ביי געז און לעקטער וכדומה. אינטערנעט איז יעדעם איינעמס פרעזענליכע נסיון, יעדער דארף דאס קעמפן פאר זיך. יא פילטער נישט פילטער, עס נעמט אן הרף עין צו באקומען אומגעפילטערטע אינטערנעט, די מערכה איז וועגן הכשר, נישט קעגן די עצם אינטערנעט. דערפאר זע איך נישט צו מען קען צופיל דן זיין איבער רבנים, די דיון איז איבער "אונז" איבער "אינטערנעט", עס איז נישט די "רבנים" - מיר לעבן מיט די אינטערנעט, זיי לעבן נישט פאר אונז. פונקט אזוי ווי קיינער גייט נישט טראכטן וואס די רבנים זאגן וועגן סייוואספארא אנדערע זאך. און אויב זיי זענען גערעכט, צופרי צו זאגן, ימים ידברו, ביזדערווייל it sucks

אינטערנעט ביי חרדים איז אן אנדערע ספישי ווי אינטערנעט ביי די אלגעמיינע וועלט. אינטערנעט קען זיין שעדליך און גוט פאר יעדער מענטש. אבער פאר חרדים קען עס זיין מער שעדליך, און מער גוט, במדה טובה מרובה. מען קען א סך מאריך זיין דערין, אבער די וועג וויאזוי חרדים ווערן ערצויגן ביז די אכצן, איז אנדערש ווי א נארמאלע מענטש ווערט ערצויגן. דערפאר איז זייער אינטערעקשען מער קאלירפול ווי א צווייטער. ער באקומט זעצעס און קישעס אין די זעלבע צייט. זאכן וואס ער האט נישט געוויסט עקזעסטירט פאנגן אן געבוירן צו ווערן, זאכן מיט וואס ער איז געווען אבסעסט ווערן פארשימעלט, און זאכן אויף וואס ער האט נישט געקוקט באקומען א נייע משמעות. מיין נקודה איז: מען מוז אויסלערנען די קינדער וויאזוי צו נוצען אינטערנעט! דאס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי צו העלפן די קינדער דורכצוקמען מיט איר.

הוגה
אפילו לאמיר זאגן אז דו קענסט ווען זיך גענצליך אפשאקלן פון די אינטערנעט און פארגעסן אלעס וואס דו האסט געזעהן גלייב איך שווער אז עס וועט האבן א גרויסע השפעה לטובה אן אנדערע ענדערונגען.


עס איז אוממעגליך זיך אפצושאקלען פון איר. די רגע וואס דו ביסט אריין אין די זאנע, וועט אייביג אפירקומען די אומגעבעטענע גאסט, "ווער זאגט?"

הוגה » דאנערשטאג מאי 5, 2016 4:18 pm

· #331817
פרייוויליג
הוגה
אפילו לאמיר זאגן אז דו קענסט ווען זיך גענצליך אפשאקלן פון די אינטערנעט און פארגעסן אלעס וואס דו האסט געזעהן גלייב איך שווער אז עס וועט האבן א גרויסע השפעה לטובה אן אנדערע ענדערונגען.


עס איז אוממעגליך זיך אפצושאקלען פון איר. די רגע וואס דו ביסט אריין אין די זאנע, וועט אייביג אפירקומען די אומגעבעטענע גאסט, "ווער זאגט?"


אוודאי אזוי. פארדעם האב איך געשריבן "אפילו" "לאמיר" "זאגן"....

אגב, דא האט איר א קליפ ווי לואי סי קעי פארציילט (הייבט זיך אן איין מינוט אריין) אז ער איז אראפ פון די אינטערנעט פאר א חודש צייט. פארשטייט זיך אז דאס איז קאמעדיא אבער מ'זעהט אז א יעדער פארשטייט אז די אינטערנעט ברענגט מיט זיך געוויסע (גרויסע) פראבלעמען. אבער עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז עס איז עפעס וואס בעצם מען קען זיך נישט שלאגן מיט די אינטערנעט זעלבסט. די אינטערנעט איז דא פונקט ווי די אינדאסטריאלע רעוואלוציע איז דא. ווי שטארק איר וועט זיך אפרייסן פון די אינטערנעט וועט איר נאכאלץ זיין אונטער איר השפעה לטב ולמוטב.


.

וואלווי » דאנערשטאג מאי 5, 2016 6:30 pm

· #331849
פרייוויליג
איך האב א שוואכקייט צו @הוגה'ס פעדער, עפעס בלעדי...


און איך האב א שווייכקייט צי @פרייוויליג'ס קי בארד!!

פרייוויליג
מען מוז אויסלערנען די קינדער וויאזוי צו נוצען אינטערנעט! דאס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי צו העלפן די קינדער דורכצוקמען מיט איר.


פארוואס זאל דאס זיין אנדערש ווי ווען מ'לערנט קינדער צי זיין אפגעהוטען פון סטרענדזשערס און די זעלבע צייט צי זיין מענטשליך, פריינטליך צי פרעמדע, און גריסען שיין זאגען גוט מארגען וכדו'

נולד מאוחר » פרייטאג מאי 6, 2016 12:10 am

· #331922
הוגה, האט גענימען די בדיקת חמץ פעדער אינערהאנט, מקען נישט לאזן די פעדער גיין אין מיסט קאסטן אן עס ניצן מדארף דאף גיין גרין,
שטויבט ער אפ אלטע אוצרות , האב איך געפינען דא אז יאיר אין די אינגע יארן האט קלאר געהאלטן אנדערש. מיז זאגן אזוי אויפן רמב"ם פארן שטארבן האט ער ציריק געצויגן

הוגה » פרייטאג מאי 6, 2016 12:44 am

· #331928
נו, ער שרייבט דאך דא קלאר אז ער האט אמאל געמיינט אז ער טוט קלוג און יעצט האט ער second thoughts.

טאמבל סאס » פרייטאג מאי 6, 2016 8:44 am

· #331946
יאיר
איך האב לעצטנס אנגעהויבן קלערן אויף אן ערנסטער פארנעם אויב די רבנים זענען גערעכט אז דער אינטערנעט איז שעדליך. איך האב איינגעזען ביי מיר אז דער פרייהייט פון אינפארמאציע וואס איך האב אויף דער אינטערנעט איז נישט שטענדיג געווען א טובה פאר מיר, און הגם איך האב גענאשט פארשידענע וויכטיגע זאכן אויף דער אינטערנעט, האט עס מיר אויך שאדן געטון אויף אנדערע אופנים.
די אינטערנעט האט געברענגט א פלייץ פון אינפארמאציע פאר די מענטשהייט. אבער דער מענטשליכער מוח פילטערט נאטורליך די אינפארמאציע וואס איז נישט קיין טובה פאר דעם מענטש, און עס לאזט זיך שוקל זיין אויב עס זענען פארהאן מענטשן אין פארשידענע מצבים וואס עס לוינט זיך נישט פאר זייער טובה צו וויסן געוויסע אינפארמאציע.
אזוי ווי די מיטגלידער דא זענען גענוג ברייטקעפיג צו קענען אנאליזירן אן ענין פון אלע זייטן, וויל איך דאס עפענען פאר א דיסקוסיע דא.
נ. ב. דער פאוסט איז געשריבן מיט א פולשטענדיגע ערנסקייט און אדעתא דהכי אז איך וועל אי"ה נוצן די אינטערנעט קומענדיגע וואך צו פארשפרייטן א זאמלונג פון מיינע נבואות.

לייג די רבנים אין א זייט. אקעי כ'ווייס ס'זאגט זיך גרינגער ווי געטאן. זיי זענען צופיהל אין צאל אבער על כל פנים די אויבנאן אין א זייט געלייגט. יתכוין לבו למערב. פון א מאדערנער קוק ווינקל האט יאיר א פוינט. ווי מיין ברודער זעט עס, איז אינאמת'ן דאס פונקט פארקערטע. ווי מער וויסענשאפט און אינפארמאציע אלץ ביטערער דאס לעבן. פון דעם נעם א ראיה אז די מער א פענאמענאן אדער א קאנצעפט מאכט סענס מיט ריזען דארף דיך עס א סימן זיין אז דאס פונקט פארקערטע איז אמת. לדוגמא, א קינד פרעגט צומאל שאלות אויף וואס מען קען נישט ענטפערן דעם אמת אדער אריינגיין צופיהל אין דיטעיל ווייל דאס וועט אים דערשרעקן, ס'וועט אים מאכן אויס איניסענט אדער סתם ניוראטיש און פארדאהג'ט אויף זאכן וואס זענען אומרעלעוואנט צום טעגליכן לעבן. איז אפשר גאר טענה'ט ער איז אויפגעקלערטקייט גאר אן עונש פאר א מענטשן. ער איז נאר מער צעמישט, מער עלנד און מער ציהללאז. טעכנעלאגיע דעמאגאגיע, דאס איז אלץ נאר צו פארלענגערן דעם מיזרעבל לעבן און מאכן דעם מענטש מער פאריאגט, אומזוכער, ציניש און אומפראקטיש וכו'. בכל אופן, שלא לסוט מהענין. (ער מיינט דאך זיכער נישט דעם קעפל ערנסט. אפילו אויב יא, ווען איך שרייב עס ווען וואלט איך עס נישט געמיינט ערנסט)

איך האב אינאכט גענומען עטליכע נעגעטיווע תוצאות וואס דער אינטערנעט האט געבראכט וואס אביסל האט מען שוין אנגערירט.

די אינטערנעט דינט גאר אסאך פונקציעס וואס בעפאר האט געפאדערט פון אונז באזונדערע סעלושענס. סעלושענס וואס האבן מער קאפ פארלאנגט. א נומער צו געדענקען האט מען אדער זיך איינגעחזר'ט אדער געשריבן אין א טעלעפאן ביכל. די זעלבע מיט נאוטס און מעמאס. צו וויסן די וועגן האט מען געדארפט א מאפע, ווי אזוי מען ספעלט א ווארט - די דיקשאנערי, פארשטיין אן אויבערפלעכליכע נושא - אן ערך אין א אינציקלאפידיע, לייענען אן ארטיקל, עקשולי לייענען מיט די אויגן עז עפפאזד צו הערן גוגל לייענען עס פאר דיך און אזוי נאך. כ'רעד שוין נישט פון די אנדערע פארלייכטערונגען וואס אויבן אויף וואלטן סייווי נישט פארנוצט דוקא מער קאנצערטרירונג אבער וואלטן זעכער מער צייט און עקשנס געבעטן, ווי לדוגמא: מיוזיק, אן אפאראט מיט א מוזיק קאלעקציע, צו וויסן די צייט האט מען געדארפט א זייגער. און אזוי אן א שיעור זאכן. (לאמיך נישט רעדן וואס מ'האט געטוהן פאר די זייגער...)

איז שוין נישט קיין וואונדער אז די אינטערנעט דימינישינג אונזער יכולת צו קאנצערטרירן זיך קען מאכן סענס. אבער איך זע אין די אינטערנעט און אין די כלים וואס זי האט גורם געווען, נאך תוצאות. די אבסעסיע וואס מיר האבן צו טשעקן די טעלעפאן יעדע מינוט, די געוואוינהייט צו לאזן אלעס אויף די לעצטע מינוט, די אוממעגליכקייט צו נעמען א שעה אחת און רעפלעקטן, איבערטראכטן די ידיעות וואס מען האט זיך אנגעזאפט און סדר מאכן דערין. די אי-חשיבות פאר דעם געשריבענעם ווארט, ווייל מ'שרייבט עס אויף די אינטערנעט און קיינער וועט עס אמאל נישט זען, עס ווערט דערטרונקען אין די ים מני רחבה פון אינפארמאציע. די אינקעיפעביליטי צו קענען דיסקרימענירן צווישן איינער וואס ווייסט טאקע וואס ער זאגט, איינער וואס מיינט ער ווייסט און איינער וואס ווייסט ער ווייסט נישט און איז דא דיך צו פיטערן פאלשע אינפארמאציע, ווי דער טראלל אויף וויקיפידיע. די אינסענסעוויטעט צו געשעהענישן און די ביטול הזמן ווי הוגה זאגט. די סקעפטיסיזם און אוממעגליכקייט צו באשליסן אויף למעשה צוליב אזויפיהל קעגנזייטיגע מסבר'דיגע מהלכים אין יעדן איסתפקתא און אפילו אויף די אינטערנעט אליינס, וויבאלד אלעס איז מוכן על שולחן ערוך, די לור צו פאטשקען די צייט מיט אומוויכטיגע, קורצע טערמיניגע אינפארמאציע אנטקעגן די פארקערטע. און נאך אן א שיעור אפעקטירונגען אויף אונזער תכונות הנפש.

עדיין, דאס אלעס איז מעג נישט זיין א סיבה צו בלאקירן אדער לימיטען די פלוס פון אינפארמאציע. די וועלט פארט ווייטער און מיר דארפן זיך עדזשאסטן דערצו און זען נישט צו פארלירן די גוטע זאכן פון די אלט פארגאנגענע צייטן.

כוכב » פרייטאג מאי 6, 2016 10:39 am

· #331954
הוגה
לערן רבי אביגדור מילער'ס ספרים, עס וועט דיך העלפן.


.


אין לעצטער שורה, האסטו דא אראפגעלאזט א באמבע, אפשר ערקלערסטו וואו דאס קומט אריין אין יאיר'ס שאלה, און מיט וואס וועט עס אים העלפן.
(אויב ווערט נתארכה המדה קענסטו קויפן א לייסענסינג פון שש צו עפענען א באזונדערער אשכול דערויף...)

הקטן » פרייטאג מאי 6, 2016 11:12 am

· #331958
פארוואס מיינסטו אז סקימט אריין, אדער ס'דארף אריין קימען
פשוט, חכם - מה הוא? אומר
(קענסט דער טייטש?)

הוגה » פרייטאג מאי 6, 2016 11:16 am

· #331961
כוכב
הוגה
לערן רבי אביגדור מילער'ס ספרים, עס וועט דיך העלפן.


.


אין לעצטער שורה, האסטו דא אראפגעלאזט א באמבע, אפשר ערקלערסטו וואו דאס קומט אריין אין יאיר'ס שאלה, און מיט וואס וועט עס אים העלפן.
(אויב ווערט נתארכה המדה קענסטו קויפן א לייסענסינג פון שש צו עפענען א באזונדערער אשכול דערויף...)


די נ.ב. חלק איז געשריבן געווארן סארקאסטיש.

סודני » פרייטאג מאי 6, 2016 1:01 pm

· #331976
Re: זענען די רבנים גערעכט?
ס׳איז קלאר אז עס זענען דע נעבעך אסאך אסאך ליידער וואס זיי האבן פארלוירן זייער אמונה, זייער תמימות אויף וואס זיי בענקן אין לעכצן אין דאס טוט זיי זייער וויי, לאו דוקא וועגן רוחניות נאר דייקא אין גשמיות זיי האבן פארלוירן משמעות אין חיים תכלית החיים , אמונה אין תפלה, גלייבן אין השגחה וואס די אלע זאכן איז לכ״ע גוטע טאלס , דארך צי קרוזן דעים פרוזדור , ווייס איך נישט צי וואס דער פותח האשכול טוט זיך באציען וואס ער מיינט רוחניות ? גשמיות


Sent from my iPhone using Tapatalk

הקטן » פרייטאג מאי 6, 2016 2:09 pm

· #331988
אויב זאל איך אננעמען אז רעליגיע איז פשוט געווארן ווייל דאס איז אדאפטיוו, העלפט לעבן, איז דאך דאס א חלק פין די עוועלאציע, קימט אויס אז עטיאיזעם איז א ריגערעשען און טראגט אינז ציריק צו די דארק -עדשעס

נולד מאוחר » פרייטאג מאי 6, 2016 2:44 pm

· #331996
Re: זענען די רבנים גערעכט?
וואס עפעס ריגרישען, פארוואס קען נישט זיין אז עוועלאציע גייט ווייטער און דער מענטש טוישט זוך און דארף מער נישט ריליגיע צים לעבן. איי ער קרעכטס יעצט , דאס איז א חלק פונעם דורך גאנג. די קינדער וואס וואקסען אויף לכתחלה אן ריליגיע האבן נישט די צער וואס די טאטע האט געהאט פונעם טרענזישין?

הוגה » פרייטאג מאי 6, 2016 3:04 pm

· #332001
[ציטאט אראפגענומען]


עס איז געווען א ווערטל אויפן חשבון פון די וואס מיינען אז ער איז די end all be all. איך האב נישט געמיינט אוועק צו מאכן רבי אביגדור.

הקטן » פרייטאג מאי 6, 2016 3:14 pm

· #332002
נולד מאוחר
וואס עפעס ריגרישען, פארוואס קען נישט זיין אז עוועלאציע גייט ווייטער און דער מענטש טוישט זוך און דארף מער נישט ריליגיע צים לעבן. איי ער קרעכטס יעצט , דאס איז א חלק פונעם דורך גאנג. די קינדער וואס וואקסען אויף לכתחלה אן ריליגיע האבן נישט די צער וואס די טאטע האט געהאט פונעם טרענזישין?

וואס זענען אמאל געווען די בענעפיטס און פארוואס פעלט דאס מער נישט אויס?
דו פרבלעמן וואס סידני ברענגט ארויס איז נישט נאר די צער פין טרענזישען - ס'פעלט פשוט געוויסע בענעפיטס - ביזט גערעכט אז די קינדער ווייסען נישט וואס ס'פעלט זיי, נאך אלץ וועט דאס זיין א ריגערעשן

ווער ווייסט, מיר קענען נאך ציריק ווערן מאנקיס - די קינדער וועט דאס נישט שטערן

קל וחומר » פרייטאג מאי 6, 2016 3:53 pm

· #332011
Re: זענען די רבנים גערעכט?
פארן חכם איז העדר חכמה מער צער ווי די מכאוב וואס קומט דערמיט.

בן אדם » פרייטאג מאי 6, 2016 4:10 pm

· #332015
דער שמועס האט זיך אינגאנצן פארדרייט, אבער אויף זיייער א אינטרעסאנטע דירעקציע. מ'דארף עס זען אפצוטיילן. איך וויל אויך צולייגן מיינע ספיקות.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 6, 2016 4:19 pm

· #332021
Re: זענען די רבנים גערעכט?
ס'איז יעצט אויפגעלעבט געווארען אן אשכול דערוועגען, באטיטל'ט 'ועל ראשי שכינת'

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

בן אדם » פרייטאג מאי 6, 2016 4:26 pm

· #332024
איך דארף האבן צייט עס דורך צוליינען. אקעי במשך שב"ק

נולד מאוחר » פרייטאג מאי 6, 2016 4:40 pm

· #332026
Re: זענען די רבנים גערעכט?
הוגה
נו, ער שרייבט דאך דא קלאר אז ער האט אמאל געמיינט אז ער טוט קלוג און יעצט האט ער second thoughts.

די פראבלעם איז, יאיר האט דעמאלטס אינערגעשריבן "א געוועזנער חקרן"
וואס בעסיקלי זאגט אז מרעט פון איינער וואס איז שוין אריבער די דזשערני ער האלט שוין דערנאך

ארי נוהם » פרייטאג מאי 6, 2016 6:16 pm

· #332038
יאיר
איך האב לעצטנס אנגעהויבן קלערן אויף אן ערנסטער פארנעם אויב די רבנים זענען גערעכט אז דער אינטערנעט איז שעדליך. איך האב איינגעזען ביי מיר אז דער פרייהייט פון אינפארמאציע וואס איך האב אויף דער אינטערנעט איז נישט שטענדיג געווען א טובה פאר מיר, און הגם איך האב גענאשט פארשידענע וויכטיגע זאכן אויף דער אינטערנעט, האט עס מיר אויך שאדן געטון אויף אנדערע אופנים.
די אינטערנעט האט געברענגט א פלייץ פון אינפארמאציע פאר די מענטשהייט. אבער דער מענטשליכער מוח פילטערט נאטורליך די אינפארמאציע וואס איז נישט קיין טובה פאר דעם מענטש, און עס לאזט זיך שוקל זיין אויב עס זענען פארהאן מענטשן אין פארשידענע מצבים וואס עס לוינט זיך נישט פאר זייער טובה צו וויסן געוויסע אינפארמאציע.
אזוי ווי די מיטגלידער דא זענען גענוג ברייטקעפיג צו קענען אנאליזירן אן ענין פון אלע זייטן, וויל איך דאס עפענען פאר א דיסקוסיע דא.
נ. ב. דער פאוסט איז געשריבן מיט א פולשטענדיגע ערנסקייט און אדעתא דהכי אז איך וועל אי"ה נוצן די אינטערנעט קומענדיגע וואך צו פארשפרייטן א זאמלונג פון מיינע נבואות.

כוויל פרעגן א שטארקע שאלה:
די הייליגע רבנים פון וועם די רעדסט, האבן זיי אמאל געליינט אפאר טיפע אשכולות אין קאווע שטיבל, קודם זייער החלטה אז אינטערנעט איז טרייף? אודאי געוויס נישט. זיי האבן קיינמאל נישט געזען מחקרים, קיינמאל געווארן צומישט, קיינמאל געטראכט אנדערש פון די נארמע, און קיינמאל אפי' נישט געוואגט צו טראכטן אנדערש.

איף יו דידנט עפראטש איט, אויב זיי האבן נישט אפילו געזען די שרעקעדיגע חיה וואס הייסט אינטרנעט, פארוואס האבן זיי עס גע'אסרט? נישט וועגן זייער חשש פון באקומען נייע אינפראמעשין, ווייל דעיס האט מען אייביג געקענט באקומען נאר שווערער, אבער איינער וואס וויל עניוועי וויסן וועט גיין צום נעקסטן לייבערי. זייער פראבלעם איז פארנאגרעפי, וואס סתם אזוי מיט א דריק אין קנעפל קען מען טון ווילדע שריט בן רגע. און דער וואס רעט פון מחקר און האט קיינמאל נישט געליינט מחקר, איז א בליעל וואס פארשטייט אפילו נישט די פראבלעם פונעם אינטעלעקטואל, אבער האקט אויף עם.

נאך איין וויכטיגע נקודה: כבר אמר החכם If you can't fight them join them, אינטרנעט פלעגט אמאל זיין אסור בכלל, שפעטר האט מען מתיר געווען נאר אין ארבעט מיט פילטער, שפעטר אינדערהיים מיט פילטער, שפעטר כווייס נישט וואס. דאס מיינט בת היענה'דיג קאפ אין וואנט. ווען קלוגע יודן האבן געשריגען אז סאיז א פארלוירענען מערכה, האבן רבנים געשריגען אז מ'שמדט זיך פאר פרנסה. דאס איז א חורבן לדורות, ווייל מלערנט נישט אויס "וויאזוי" צו פארנעמען אינטערנט, פארנעמען אינפארמעישן, אא"וו. סאו די רבנים זענען נישט גערעכט אזוי צי אזוי. און לגבי אונז איז די זעלבע זאך, מדארף וויסן וויאזוי צו פארדייען די אינפארמעישן פון אינטערנט, און אפילו וויזוי צוצוגיין צו די אינפארמעישן לכתחילה, אבער צו זאגן אז גערעכט איז אפצוהאקן, מיין איך איז בת היענה'דיג. איטס היר טא סטעי.

ביבער » פרייטאג מאי 6, 2016 7:35 pm

· #332055
ווי עס שטייט אין ספרים הק' אז כדי צו קענען מקבל זיין א גוטער זאך דארף מען פארמאגן די ריכטיגע כלים, די כלים צו קענען צו מקבל זיין די אינטערנעט איז self discipline, און ability to set healthy boundaries
זכה נעשית לו סם חיים לא זכה נעשית לו סם מיתה. די רבנים זענען גערעכט ווייל זיי ווייסן אז ביינונז לערנט מען דאס נישט. ביינונז איז דא כח רבנים מיט כח הציבור דעס האלט די מענטשהייט אין די ראמען און דאס איז די וועגווייזער פאר אלעס וואס דער מענטש דארף מחליט זיין, דער מענטש האט נישט קיין שום אייגענע כוחות ממילא איז דער אינטענעט א סכנה עצומה.

זבולון » זונטאג מאי 8, 2016 6:46 am

· #332092
נו, טאקע אויף דעם האט דער קלויזנבורגער רב זי״ע געזאגט, א מענטש איז נישט קיין ציגעלע, ער מעג צוריק ציהען פון זיין דעה.
פונקט פארקערט, דאס ווייזט אויף האנעסטי, ער פאפט זיך נישט.

סודני » זונטאג מאי 8, 2016 9:08 am

· #332095
[ציטאט אראפגענומען]

זייער גוט גראדמעכעלע, לאמיר נעמען אן אנדערען צושטעל. א מענטש וואס מאכט גוט פרנסה אבער ער איז נישט קיין עושר, ער האט א שטיקל קרקע וואס ער פלאנט עס נישט צו פארקויפן, ס'האט גוט גוטע טענענטס, אלעס קלאפט, ער מיינט אבער אז אויב וויל ער עס פארקויפן קען ער ארויסנעמען א געוואלד מיט פראפיט. אין פאקט איז עס נישט אזוי, אבער ער לעבט א גוטן טאג מיינענדיג אז ער איז ווערד ווייס איך וואס, און ער האט אזוי אפגעלעבט זיין לעבן און איז קיינמאל נישט געוואויר געווארן דעם אמת. איז עפעס שלעכט? וואלסטו נישט געוואלט האבן אזא סארט טעות??

סודני » זונטאג מאי 8, 2016 9:08 am

· #332096
.

הקטן » זונטאג מאי 8, 2016 10:08 am

· #332099
@אנאנים @סודני יעקב האר קלאר ג'טשידט אינטער רחל'ס רוקען מיט א צווייטע פרוי - דאס איז בכלל נישט קיין פראגע צייכען ס'איז דא א ווערעפייעבל אמת און אויך א קלארע שקר

איך קען אן אנדערע פרוי וואס מאכט מיזבערעל איר לעבן דארך טרייען געוואר צי ווערן אויב, אפשר, איר מאן האט געטשיד
זו קאכט זיך מיט וואס איז די באווייז אז ער האט נישט גיטשיד, דרייד זיך און די קלאבס און סאפארט-גראפס פון די וואס זענען חשוד דעם spouse אין טשידען, ווערט פארכאפט אין Groupthink
זו פילט זיך פין די עליט ווייל זו פארשטייט צו מחקר און זו איז נישט סתם וואו א יעדער אפגעריסנע פרוי וואס טראסט איר מאן א זאז סארט נער-און-איך-גלייב

ishchusid » זונטאג מאי 8, 2016 9:42 pm

· #332192
Re: זענען די רבנים גערעכט?
איך ווייס נישט אויב דאס געהערט אין דעם אשכול אבער זעענדיג די קעפל וועגן די רבנים האב איך מיך דערמאנט א שיין ווארט וואס איך הרב געהערט די וואך אין פרקי אבות
כָּל יָמַי גָּדַלְתִּי בֵין הַחֲכָמִים,
וְלֹא מָצָאתִי לַגּוּף טוֹב אֶלָּא שְׁתִיקָה:
פירוש: איך קאן די רבנים גאר גוט פון די נאנט, אין איך זאג ענק חברה סאיז בעסער אז מען רעדט נישט

יעקב מענטש » מאנטאג מאי 9, 2016 1:30 pm

· #332242
[ציטאט אראפגענומען]

גאנץ מעגליך אז נישט.

א עושר האט מיר אמאל געזאגט, אז ער פרעגט זיך קיינמאל נישט נאך אויב זיין קעסט איידעם לערנט פלייסיג, ער גייט אים לכאורה ווייטער שטיצן אפגעזעהן צו ער לערנט קצות אדער טרינקט קאווע, טא, פארוואס זיך מאכן אומאנגענעם ?

מי אני » מאנטאג מערץ 2, 2020 7:19 pm

· #443556
זענען די רבנים גערעכט?
ס׳דא נאך אן אספעקט צו דעם שמועס. דהיינו, אז אפילו אין ריכטיגע מדע אליין [נישט דזשאנק] האט די אינטערנעט מיט איר קישור אין/פון אינפארמאציע גורם געווען היינט-צוטאגס (ווי נישט) צו דאס וואס מען רופט אינטערווינגולעריטי (נאך שטערקער). דהיינו, אז (דורך די קאנעקטיוויטי פונ׳ם אינטערנעט) (ס׳)איז (שוין) נישט דא קיין געהעריגע גבולים אין/צווישן די תחומי מדע. די אספעקט/געדאנק אליין האט מעלות און חסרונות (אזוי ווי כמעט אלעס אויף די וועלט).

‏און אז מ׳דערמאנט ״נבואות״ קומט דאס טאקע פונ׳ם כח המדמה ווי איידער דעם כח המשכלת, וואס די כח המשכלת איז וואס איז די עיקר פאר אינפארמאציע.

מי אני » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2022 1:21 pm

· #507905
קינד_אן_קייט
אז עמיציר זיצט טעגליך אין א ריזן ביבליאטעק, שטויסט ער זיך אויך אן אין א פלייץ פון אינפארמאציע, נאר ס׳איז געוויס גרינגער זיך צו קאנטראלירן ווען מ׳לייענט א פיזיש געדרוקטען בוך, אנע הייפערלינקס, ווי אויף וויקיפעדיע וואו ס׳איז כמים שאין להם סוף.
📎 8FF9AE2B-0999-407A-A837-34BDAAA4E980.jpeg עס האט דאך א שייכות מיט ווי אזוי איך שרייב…