☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » בית הדפוס שע"י קאווע שטיבל אויף עמאזאן

בית הדפוס שע"י קאווע שטיבל אויף עמאזאן

50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10390

כוכב » מיטוואך אפריל 20, 2016 9:33 pm

· #330334
בית הדפוס שע"י קאווע שטיבל אויף עמאזאן
@ליטוואק פון בודאפעסט האט אונטערגענומען אן אינציאטיווע צו גרינדן א קאווע שטיבל ווירטואל געשעפט, וואו מ'וועט קענען איינקויפן נייע און אלטע קאווע שטיבל אויסגאבעס, אזוי אויך דעם נייעם פה סח II און וועט דעליווערט ווערן אין א ביכל פארמאט דורך אמאזאן.
איך האב גרויס הנאה פון דעם פארשריט, און איך גרינדע דעם ווינקל פאר אלעס איבער די נושא.
איך לאדן איין ליטוואק איבערצונעמען דאס ווארט, און אריינקומען קלאר מיט א פונקטליכן באריכט איבער די נייע געעפנטע בית הדפוס שע"י קאווע שטיבל.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 20, 2016 9:51 pm

· #330339
שלום עליכם, כאכאכא, נו ווי האט מען געהאלטען? יא יא. מ'רעדט פונ'ם ניי געגרינדעטע דרוקעריי דא אין שטיבל, פון איין ווינקעל די קאווע, די צווייטע די צוקער, און ערגעץ איז דא לעפלעך, נאר קיינער האט עס נאך נישט געטראפען און ביזדערווייל גיסט מען פון איין גלאז אין צווייטען ביז רוב קאווע איז אויסגעשטרעקט אויפ'ן פאדלאגע און די העמד. יעצט וועט זיין א נייעם ווינקעל מיט א דרוק מאשין, וואס דארט וועט מען אלס קענען דרוקען און פארשפרייטען.

איך האב, פאר מיין פערזענליכע נוץ, אנגעהויבען נוצען אמאזאן אויף צו דרוקען ספרים און קונטרסים, און איך וויל באטייליגען מיט'ן עולם די באנוץ דערפון, דורכ'ן ארויסגעבען די קונטרסים און ספרים פון ק"ש אויף אמאזאן צו קויפען און דרוקען. די פרייזען זענען נישט אנדעריש ווי די גאס דרוקעריי'ן, עכ"פ כפי מיטב ידיעתי, און די רווחים וועט מען איבערגעבען צו ק"ש. מיין קאנטע ביי אמאזאן זאגט מיר וויפיל פון יעדער ספר ווערט פארקויפט, און דאס גיב איך איבער. איך האב שוין געשריבען וועגען דאס דרוקען דא, אבער דא רעדט מען פון די ק"ש אויסגאבעס.

יעדער ספר קען מען קויפען אויף אמאזאן און אויף createspace bookstore. אויפ'ן ערשטע פארדינט מען ווייניגער געלט, אבער מ'קען האבען די שיפינג אומזיסט. ווידער אויפ'ן צווייטע דארף מען צוצאלען פאר שיפינג, און ווען מ'קויפט נאר איין ספר איז עס בערך דריי מיט א האלב'ן דאללאר, אבער מיר מאכען מער געלט. טאמער ס'וועט מיר געלונגען, וועל איך פראבירען צו מאכען א דיסקאונט קאוד פאר יעדער אויסגאבע כדי אראפצושלעפען די פרייז אויף די createspace bookstore. די עיקר פרייז מוז מען האלטען די זעלבע אין די צוויי געשעפטען.
איך האב ביזדערווייל ארויפגעלאדענט צוויי זאכען פון שטיבעל, די פה סח פון פאראיאר'ן און די פנינים שזורים פון ידידינו אנאנים. טאמער מ'עט זען א פארלאנג פאר די אלטע אויסגאבע'ס, וועט מען צולייגען נאך. איך האב ארויפגעלייגט די פה סח אין צוויי פארמאטען, שווארץ ווייס און קאליר, וואס איז פארשטייט זיך טייערע. דער וואס וויל די בילדער אויף קאליר וועט קענען צוצאלען און דער וואס דארף נישט קען צאלען ווייניגער. די היינטיגע וועט אויך אזוי זיין, און דער שווארץ ווייסער ווערזיע וועט זיין צען דאללאר און דער קאלירטע וועט זיין פינף און צוואנציג דאללאר.

ע"כ הבאריכט, און בעז"ה ווען ס'וועט זיין גרייט וועט מען זיך מעלדען, וכמו"כ ביי אנדערע ארויפלאדענונג'ס.

פליקער » מיטוואך אפריל 20, 2016 10:05 pm

· #330344
Re: בית הדפוס שע"י קאווע שטיבל אויף עמאזאן
עס וועט גארנישט פאסירן אויב מען וועט אויך נעמען עקזעסטירענדע ארטיקלעך פין קבר שטיבל ארויס, און מאכן נייע ספרים אולי עפעס א פרישן נאמען געבען קאווע שטיבל בהיסטאריע, וכדומם

Sent from my VS987 using Tapatalk

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 2:21 am

· #330367
עס קען יא פאסירן, שפתותיו דובבות בקבר

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 2:22 am

· #330368
ליטוואק, סתם פאר נייגעריגקייט, ווי אזוי באווייזטו דאס? פרינטסט ארויס אפאר הונדערט שטיק פראפעסיאנאל, אין אזא קורצע צייט?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 4:26 am

· #330371
Re: בית הדפוס שע"י קאווע שטיבל אויף עמאזאן
איך זעי מ'פארשטייט נישט דער סיסטעם. דאס איז א סערוויס פון אמאזאן וואס זיי דרוקען אויפ'ן באשטעל. יא, אין צוויי טעג איז עס דא. איך האב דער וואך מאנטאג באשטעלט א פאר ספרים פון createspace וואס איך האב נארוואס ארויפגעלייגט. מיטוואך האב איך עס געהאט. און דאס איז אן די פריי"ם בענעפיטען.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

Bpjew » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 9:59 am

· #330383
Re: בית הדפוס שע"י קאווע שטיבל אויף עמאזאן
איינער קען לייגען א פיקשער ווי אזוי עס זעט אויס א ביך ווען מען קופט פון אמאזען די פה סח אדער אנדערע?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 10:03 am

· #330384
ארויפגעלייגט. אין א פאר מינוט וועט מען עס קענען טרעפען. מאכט'ס א סירטש אויף אמאזאן פאר Peh Sach 2, אדער קויפט'ס דא פאר שווארץ און ווייס, און דא פאר קאלאר אבער נישט אויף אמאזאן. אמאזאן נעמט נאך א האלבע שעה צו וואס.

ביטע פארפלייצט אייער וואטסעפפ גרופעס מיט די לינק צום נייעם פה סח צו פארקויפען, אז מ'זאל עס קויפען אפילו אינדערויסען פון די ראמען פון איינגעשריבענע באניצער'ס פון ק"ש.

Bpjew » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 10:06 am

· #330385
What is this site I can't sign it with my prime account?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 10:21 am

· #330387
ס'איז נישט אמאזאן. דארט נעמט עס נאך א שטיק צייט, וכמו שביארתי

Bpjew » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 10:22 am

· #330390
How u have account there and how long take shipping there?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 10:23 am

· #330391
Have a look there, luv

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 12:08 pm

· #330399
איך ווייס נישט וואס האט אפגעהאלטען אמאזאן, אבער יעצט איז עס שוין דארט. מאכט'ס א סערטש פאר peh sach און טרעפטס דער פון תשע"ו
ביטע ארומשיקען די לינק.

נאכאמאל אנטשולדיגט, מ'האט געראכטען אויף דינסטאג, נישט מיטוואך שפעט נאכמיטאג.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 1:54 pm

· #330413
און יעצט שווארץ אויף ווייס פאר צען דאללאר
<a class="postlink" href="http://www.amazon.com/Peh-Sach-Pesach-publications-Yiddish/dp/1532863136">http://www.amazon.com/Peh-Sach-Pesach-p ... 1532863136</a>

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 3:02 pm

· #330429
כ'וויל ארדערן די קאלירטע. וואס מיינט once avalible ?

נולד מאוחר » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 3:06 pm

· #330431
Re: בית הדפוס שע"י קאווע שטיבל אויף עמאזאן
ממעג עס נעמען אויב סקומט אן שבת?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 4:05 pm

· #330436
Re: בית הדפוס שע"י קאווע שטיבל אויף עמאזאן
מ'קען עס באשטעלען אין קאליר. גיי ביז טשעקאוט וועסטו זען

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

לעיקוואד » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 5:37 pm

· #330445
זייער א נוצליכע און פראקטישע איידיע. איך האב געארדערט איינס (ער זאגט ס'קומט אן זונטאג), אז עס זעהט אויס מענטשליך וועל איך זעהן אפשר מאכען אנדערע ספרים אזוי.

קענסט אפשר פארציילען מער פרטים. וויפיל קאסט דאס אן קיין ריווח? עס לוינט זיך צו דרוקען אזוי פאר זיך אז איך וויל מאכען א שיינע ספר'ל פון עפעס? די דיזיין מאכט אמאזן אדער קרייעייט ספיייס? ס'די זעלבע זאך.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 7:02 pm

· #330458
ג'ארדעט פול קאליר. ייש"כ @ליטוואק פון בודאפעסט.

קל וחומר » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 7:06 pm

· #330460
Re: בית הדפוס שע"י קאווע שטיבל אויף עמאזאן
ולא חייש מר משום גילוי?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 7:09 pm

· #330462
Re: בית הדפוס שע"י קאווע שטיבל אויף עמאזאן
איך קען נישט זע'ען ווער ס'קויפט. און מ'קען נישט זע'ען ווער איך בין

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נעגעל וואסער » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 7:12 pm

· #330463
Re: בית הדפוס שע"י קאווע שטיבל אויף עמאזאן
ליטוואק פון בודאפעסט
איך קען נישט זע'ען ווער ס'קויפט. און מ'קען נישט זע'ען ווער איך בין

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

מ'קען זעהן פון וועלכע לאנד, מיין איך.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 7:15 pm

· #330464
Re: בית הדפוס שע"י קאווע שטיבל אויף עמאזאן
פון ליטא צו אונגארען!

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

יאסל ראקאווער » פרייטאג אפריל 22, 2016 11:09 am

· #330502
מיינד יו, פינעף און צוואנציג טאללער איז גאנץ ביליג פאר א קאלירטע פה-סח full size

קענסט אונז אפשר מיטיילן וויפיל שטיק ס'האט זיך שוין פארקויפט? די רענקינג איז גאנץ שטארק.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אפריל 22, 2016 11:22 am

· #330503
פינף און פינף. ווען ס'וואלט געווען גרייט פריער, וואלטען פיהל מער זיך פארקויפט. זעסט דאך אז מאנכע האבען באצאלט פופצען פאר א שווארץ און ווייסע קאפי

ליהוי ידוע, אז די שווארץ און ווייסע האט א קאלירטען טארבעל.

איך דארף מאכען הונדרעט דאללאר רווח אז אמאזאן זאל מיר געבען דאס געלט. פון אנדערע זאכן וואס איך האב פארקויפט, שטיי איך יעצט ביי אונגעפער זיבעציג.
שיקט'ס ארום אין וואטסעפפ וכדו' אז מ'זאל עס כאטש קויפען אויף חוה"מ

Bpjew » פרייטאג אפריל 22, 2016 6:59 pm

· #330538
.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אפריל 22, 2016 7:08 pm

· #330539
דאס איז אליינס געדרוקט, נישט אמאזאן

לעיקוואד » מאנטאג אפריל 25, 2016 12:16 am

· #330554
סאיז אנגעקומען. נאר משום מה איז דער דעקל די דעקל פון תשע"ה. שוין, אל תסתכל בקנקן..

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 25, 2016 6:53 am

· #330563
את חטאי אני מזכיר, איך האב געמאכט אין א בהלה און טועה געווען. דער שווארץ און ווייס ווערזיע פון פה-סח האט דער דעקעל פון די תשע"ה אויסגאבע. איך האב עס געטוישט יעצט און יעדער איינער וואס קויפט פון היינט און ווייטער וועט האבען די נייער. ווי אויך די קאלירטע, וואס האט פארקויפט אכט שטיק ביזדערווייל, איז אויך אינדערארדנונג. איך ווייס נישט וויאזוי, אבער אמאזאן האט געמאכט א סעיל, און די פרייז איז אראפ צו ניין דאללאר און צוויי און צוואנציג מיט א האלב דאללאר. כאפט'ס וואס שנעלער דא

און צו דער וואס האט געקויפט דער פה סח פון פאראיאר. איך האב עס געקויפט און ס'איז אנגעקומען אויסגעמאגערט. זיי האבען נישט געדרוקט די לעצטע פערציג דפים פון די אויסגאבע. איך האב זיך מיט זיי פארבונדען און געפאדערט זיי זאלען עס אויפטוישען, אבער נאכקוקענדיג איז עס קלאר זייער גרייז נישט מיינס.

קינד_אן_קייט » מאנטאג אפריל 25, 2016 11:08 am

· #330571
אויך באקומען, די קאלירטע ווערסיע, זייער שיין געבינדן אבער די דפים זענען אפגערוקט (דער מפתח הייבט זיך אן אויפ׳ן לינקן זייט, ס׳דארף זיך אנהייבן אויפ׳ן רעכטן זייט גראד אונטער׳ן דעקל).

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 25, 2016 11:31 am

· #330573
ניין, אזוי דארף עס זיין. קוק אין יעדער ספר צו וואס

קינד_אן_קייט » מאנטאג אפריל 25, 2016 11:47 am

· #330577
ליטוואק פון בודאפעסט
ניין, אזוי דארף עס זיין. קוק אין יעדער ספר צו וואס

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נ״ל שטעות בידך, די פעידזש נומבערס קומען אינדרויסן, נישט אינעווייניג.

רויטע וואנצעס » מאנטאג אפריל 25, 2016 11:47 am

· #330578
כ'פארשטיי נישט פארוואס מ'דארף ליטוואק אזוי אנפאטשען ברבים. דאס איז זיין פרעספעקטיוו. איינער האלט אנדערש, שרייב אפ אן ענטפער ארטיקל.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 25, 2016 11:56 am

· #330579
יעצט געענדיט רעדן מיט די דרוקעריי. זיי האבען טאקע גענומען אחריות פאר'ן טעות פון די פאראיאריגען פה סח און זיי נעמען זיך אונטער דאס צו פאררעכטען

קלוגע יודל » מאנטאג מאי 30, 2016 8:00 pm

· #335394
וואס פארא סארט פאפיר איז עס געדריקט אויף?
וואס פארא סארט פאפיר איז די דעקל?
האט מען גע'בליד' (bleed) די בלעטער?

גר ותושב » מאנטאג מאי 30, 2016 10:59 pm

· #335438
גייט די נייע מאגעזין זיין צו באקומען אויף עמעזאן?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 31, 2016 6:41 am

· #335466
א. די פה סח איז נישט גע'בליד', די פאפיר איז נארמאלע פאפיר פון א בוך, נישט קיין מאגאזין. די דעקעל איז אזוי ווי א קונטרס וואס מ'דרוקט, הארט אבער בייגבאר
ב. אי"ה מ'פלאנט ארויפצולייגען 'דער וועקער' אויף עמעזאן. פרייזען וועלען זיך ווענדן לויט די אומשטענדן

קלוגע יודל » דינסטאג מאי 31, 2016 2:45 pm

· #335524
וואס פארא סארט ביינדינג?
אפשר מאכט מען א אפציע פאר נאך אפאר דאללער, מיט א 'בליד'?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 31, 2016 3:00 pm

· #335528
ביינדינג איז גלו. איך קען דיר שיקען די פיילס און דו וועסט טוהן כהבנתך

קלוגע יודל » דינסטאג מאי 31, 2016 3:25 pm

· #335534
אדרבה.
תודה למפרע

Bpjew » מיטוואך יוני 1, 2016 1:25 pm

· #335719
ווען גייט עס זיין
כ'וויל נאך פרינטען פאר שבת

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 1, 2016 1:26 pm

· #335721
ווארשיינליך ס'וועט נישט זיין מעגליך פאר שבת

גר ותושב » זונטאג יוני 5, 2016 7:51 pm

· #336652
שבת וי נפש און מען ווארט און מען וארט ואין פוצה פה ומצפצף

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 5, 2016 8:33 pm

· #336662
אנטשולדיגט, ס'וועט נעמען אפאר טעג.

גר ותושב » דינסטאג יוני 7, 2016 9:52 pm

· #337105
Re: בית הדפוס שע"י קאווע שטיבל אויף עמאזאן
וועל איך עס נאך קענען האבן אויף יום טוב?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 8, 2016 6:14 am

· #337145
Re: בית הדפוס שע"י קאווע שטיבל אויף עמאזאן
אנשולדיגט, מסתמא נישט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

קלוגע יודל » מיטוואך יוני 8, 2016 11:42 pm

· #337331
Re: בית הדפוס שע"י קאווע שטיבל אויף עמאזאן
גר ותושב
וועל איך עס נאך קענען האבן אויף יום טוב?

לויף צו ביגלאייזן עס צו קויפן

Bpjew » דאנערשטאג יוני 9, 2016 4:26 pm

· #337457
Re: בית הדפוס שע"י קאווע שטיבל אויף עמאזאן
קלוגע יודל
גר ותושב
וועל איך עס נאך קענען האבן אויף יום טוב?

לויף צו ביגלאייזן עס צו קויפן

יעצט געקאלט זיי זאגן אז זיי פארקופן עס נישט ווי קען מען עס קויפן אין בארא פארק?

Sent from my Nexus 6P using Tapatalk

גר ותושב » מאנטאג יוני 20, 2016 8:56 pm

· #338480
Re: בית הדפוס שע"י קאווע שטיבל אויף עמאזאן
מה דהווא הווא אבל מכאן ואילך???

שלי שלך » דינסטאג יוני 28, 2016 7:46 am

· #339305
נו, פארוואס נעמט עס אזוי לאנג?