אייער מיינונג איבער קעפיטליזים Vs סאושעליזים
116 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10363
אייער מיינונג איבער קעפיטליזים Vs סאושעליזים
די אשכול איז געווידמעט אדורכצושמוסען די עקאנאמישע סיסטעמעס ווי מארקסיזים, סאושליזים, און קעפטיליזים, עס איז דא זייער אסאך מיני סאושליזים און שיטות אין דעם, און סהאט אסאך פונטאמענטעלע דיפערענצן אין יעדע פון די שיטות, למשל קובא איז א סאושליסט לאנד און די זעלבע איז שוועדען אבער ווען מ׳קוקט אויף שוועדן וועט מען זעהן גאנץ א אנדערע בילד ווי קובא.
סאושליזים איז אייביג אראפגעקוקט און דימאנייזט געווארן אין אמעריקע, פאר יאהרן לאנג אז איינער האט זיך דערקלערט אלץ א סאושליסט איז עס אויטעמאטיש אפגעטייטש געווארן אז ער איז נישט קיין פאטריאט פארן לאנד!
אבער לעצטענס איז סאושליזים צוריק פאפיולער געווארן אין אמעריקע ביי געוויסע, ספעציעל ביי די יונגט, מיט די אויפשטאנד פון בערני סענדארס וואס איז א זעלבסט-דעקלערט דעמעקראטישע-סאושליסט זעהן מיר א לעצטיגע טשעינטש אין אסאך אמעריקענע אז אפשר איז למעשה סאושליזים בעסער ווי קעפטיליזים.
פרעזידענט אבאמא איז אויך א סאושליסט לויט געוויסע מיינונגען.
איך האב מיין אייגענע מיינונג איבער דעם, איך בין א דעמקראטישע סאושליסט אזויווי מיין רבי בערני סענדארס יר״ה און איך וועל אפשרייבן בלינ״ד א גאנצע ארטיקל א טאג פאר די עלעקשאונס אין ניו יארק פארוואס איך האלט אז דעס איז די בעסטע עקאנאמישע סיסטעם. דערווייל לויט אייך הערן אייער מיינונג איבער די אישו.
ביטע נישט אריינמישן די יעצטיגע עלעקשאונס פארדעם איז דא אנדערע אשכולות, דא איז נאר איז אויסצושמועסן די מעלות און חסרונות פון קעפטיליזים און סאושליזים.
א דאנק
לאנגיעריגע עקאנאמיסט פראפעסאר Richard D. Wolff איבער בערני סענדארס און סאושליזים
http://youtu.be/IhH-PWjR3b0
פראפעסער וואלף אין א אינטערוויו מיט ביל מאהר וועגן די בראך פון קעפיטיליזם
http://youtu.be/W-6nrAnDGyU
קליפ פון נאובעל פרייז געווינער עקאנימיסט דזשאסעף שטיגליץ ווי ער רעדט ארום איבער די חסרונות פון די אמעריקאנע עקאנאמישע פאליסיס
http://youtu.be/fyufTKX_Azk
א קליפ פון פראפעסאר Galbraith וועגן אמעריקאנע איקוואלטי, Galbraith איז א טאפ עקאנימיסט און איז געוועהן אין אסאך הויכע פאזיציעס, שטודירט אין הארווארד און אין יעיל. ער האט אינדארסירט בערני סענדארס פאר פרעזידענט און האט אינטערגעשריבן א בריוו וואס ענדאורסט בערני סענדארס עקאנאמישע פאליסיס צוזאמען מיט אנדערע 170 טאפ עקענאמיסטן.
James K. Galbraith,
understanding inequality
http://youtu.be/CyO1tFAXcRY
Re: אייער מיינונג איבער קעפיטליזים Vs סאושעליזים
סאשיעליזם נעמט אוועק די רייץ פון וועלן רייך ווערן, וואס איז גורם אז די עקאנאמיע זאל זיך פארשטייטערן. (ווייניגער פראדוקשאן).
ייש"כ פארן עפענען דעם אינטרעסאנטן אשכול.
לדעתי? קיין איין עקסטרעם איז נישט ערפאלגרייך, עס ברויך אלץ זיין דעם ריכטיגן באלאנס (אויב עס איז שייך).
לכאורה די סיבה פארוואס סאושעליזם איז אלץ געווען אזוי אראפגעקוקט אין אמעריקע, ווייל דאס האט אין זיך אפגעשפיגלט קאמוניזם, וועלכע האט גענומען סאושעליזם אויף א געפערליכן עקסטרעם, רוסלאנד אין די קאמוניסטישע צייטן איז געווען אן אפקומעניש, וכדברי קל וחומר האט עס נישט געהאלפן פאר פראדאקשאן, דאס אריינמישן די רעגירונג צופיל און נעמען אלעס פאר זיך איז געווען א שרעקליכע בראך, און קאפיטאליזם האט אויסגעקוקט (און איז באמת!) פיל מער יושר'דיג. אבער אז מען נעמט קאפיטאליזם אויפן אנדערן עקסטרעם איז עס ווייטער א שרעקליכע בראך. די ריכטיגע זאך איז צו טרעפן די sweet spot אינצווישן.
כהיום אין אמעריקע איז די ביזנעס היבש קארופטירט, אבער פון ביידע זייטן. איך בין מיט בערני אקעגן די רייכע ביזנעס מאגנאטן וואס מיינען אז די וועלט באלאנגט פאר זיי, זיי דארפן האבן מיליאנען אין באנוסעס אפגעזען פון די קאמפאניס מצב, און אקעגן די ארבעטער קעמפט מען ציין און נעגל אז מינימום וועידזש זאל נישט ארויפגיין מער ווי קנאפע 10 טאלער א שעה, אוי לאותה בושה. ווי אויך איז א עוולה זיי דרייען זיך ארויס פון זייערע טעקסעס, האבן לאביאיסטן אין וואשינגטאן אקעגן דעם שכל הישר און האבן נאר אינזינען זייערע פארדינסטן. מצד שני זענען די סאושעליסט אויך קארופטירט אויף זייער וועג, נעם א שטייגער די קאנצעפט פון יוניאנ'ס, ועלכע איז אמאל געווען פארשטענדליך אבער היינט זענען זיי ברוטאל און גענצליך איבעריג, עכ"פ 90% זיכער.
עס איז א לאנגע שמועס, און עס וואלט טאקע געווען אינטרעסאנט צו אויסשמועסן ביידע צדדים.
וואס איז דער sweet spot? וויל עמיצער רעדן פון ליבעראל אדער סאושעל דעמאקראטן? כידוע איז גאר שווער צו זיין אין אן אמצעי. עס האט נישט אנגעהאלטן אין די UK. אויך נישט אין דייטשלאנד למשל; נישט היינט און נישט איידערן קריג.
ניינציג פראצענט גבירים זענען אנגעקומען צו זייער מצב ווייל זיי האבן געטוהן עפעס מער ווי דער פשוטער ארבייטער.
ולהיפוך לגבי העניים.
די שכל הישר זאגט מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת.
פארשטייט זיך אז מ'גייט נישט לאזן די עניים אויסהונגערן, אבער פון דארט ביז סאשיעליזם איז א שיינער מהלך.
וועגן ארויפרוקן די מינימום וועידש, פארשטיי איך נישט די אויפטוה דערפון. טאמער גייט פראדוקשאן זיין טייערער, גייען די פרייזן אויך ארויפגיין, טא, וואס האט דער ארבייטער פון זיין פופציג פראצענט אינקריעס אויב אלעס קאסט טייערער? בס"ה האט מען ביליג געמאכט דעם דאלער.
טאמבל סאסוואס איז דער sweet spot? וויל עמיצער רעדן פון ליבעראל אדער סאושעל דעמאקראטן? כידוע איז גאר שווער צו זיין אין אן אמצעי. עס האט נישט אנגעהאלטן אין די UK. אויך נישט אין דייטשלאנד למשל; נישט היינט און נישט איידערן קריג.
דעריבער האב איך געשריבן "אויב ס'איז שייך"! מען דארף מדייק זיין אין מיינע ווערטער!...
בד"וו איי לאוו דיין נייע אוואטאר.
Re: אייער מיינונג איבער קעפיטליזים Vs סאושעליזים
"סאציאליזם איז פאר פוילע לייט מיט גוטע כוונות און קאפיטאליזם פאר פלייסיגע אהן קיין כוונות."
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
כעלעם'ר -
קובא איז קומיניסטיש ווי מקען נישט האבען קיין ריעל עסטעיט אדער פארמאגען אן אייגענע פירמע (לעצטענס האבען זיי גראדע אנגעהויבען אביסעל פארלייכטערען זייערע פאליסיס) אבער אין שוועדען קען מען האבען ריזיגע טשעין סטאורס [אייקיע איז פון שוועדען] און ריעל עסטעיט, מצאלט נאר העכערע אינקאום טעקסעס
און די שווערע סאנקציעס (עכ''פ מצד די אמעריקאנע ווערסיע) איז צוליב דעם וואס פידעל קאסטראו האט זיך גערייצט מיט אמעריקע [קובאנער מיסיל קריזיס ועוד] אויף א מסוכן'דיגער אויפן
מערדערישע אמעריקאנער? אבער שלום'דיגע קובאנער. וועגן דעם זענען אזויפיל מענטשן אנטלאפן פון דארט?
פאר דו נעמסט אן סאציאליזם וויל איך דיר דערמאנען אביסל היסטארי. הונדערט יאר צוריק זענען געווען אסאך אידן וואס האבן געהאלטן ווי דיר. וואס איז געווארן פון זיי און זייער איידיעס?
https://www.youtube.com/watch?v=DYeYPcougmA
https://www.youtube.com/watch?v=76frHHpoNFs
https://www.youtube.com/watch?v=qzsVrVL25Qs
https://www.youtube.com/watch?v=27Tf8RN3uiM
https://www.youtube.com/watch?v=uiYH66HznW0
https://www.youtube.com/watch?v=EgVDyBqAQNw
https://www.youtube.com/watch?v=XzT21b-BMQk
און לאמיר שוין רעדן פון די סאציאליסטישע שוועדן
https://youtu.be/3FcpKspL1Hk
https://youtu.be/3FcpKspL1Hk
https://youtu.be/Z3D7JXggLOY
Re: אייער מיינונג איבער קעפיטליזים Vs סאושעליזים
די קאפיטאליסטען פון אמעריקא זאלען מוחל זיין אויף זייערע פ.ס.. ווילאנג ביליאנערען באקומען פ.ס. פון דער רעגירונג, זאל קיינער נישט ווארגען אנצורופען דער לאנד א קאפיטאליסטישע
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
טאמבל סאס"סאציאליזם איז פאר פוילע לייט מיט גוטע כוונות און קאפיטאליזם פאר פלייסיגע אהן קיין כוונות."
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
עס איז א גיטע דזשאוק, שטימט אבער נישט מיט די מציאות, קוק וואס די סאושעליסט לענדער פראדיצירן, למשל דייטשלאנד, קאנדא, האלאנד, איטאליע, אסטראליע, וכו וכו׳ זייער עקאנעמי שטייען אסאך בעסער ווי אמעריקע און ווען איינער האלט ביים ארבעטן 50/40 שעה א וואך קען ער שיין אויסלעבן. אין אמעריקע איז כמעט נישטא א נארמאלע מיטל קלאס, ווידער אין די סאושליסט לענדער איז די ארבעטארער און די מיטל קלאס גאר שטארק.
yatzmachpאון לאמיר שוין רעדן פון די סאציאליסטישע שוועדן
https://youtu.be/3FcpKspL1Hk
https://youtu.be/3FcpKspL1Hk
https://youtu.be/Z3D7JXggLOY
איך ווייס נישט וואס דו ווילסט ארויס ברענגען מיט די קליפס אבער שוועדען איז א סאושליסט לאנד לכל הדיעות און איז איינע פון די בעסטע פלעצער צו וואוינען אויף דער וועלט, רוב מענשטען אין שוועדן זענען היינט צוטאגס צופרידן מיט זייער גאווערמענט ווידער אין אמעריקע זענען רוב מענשטען נישט צופרידן און גלייבן און טראסטן נישט זייער אייגענע פאליטשאונס, אין כמעט יעדע עספעקט שטייט שוועדן בעסער ווי אמעריקע און אויב ווילסטו אריינגיין אין פרטי פרטים בין איך דיר גרייט צו ווייזן די דאטא אויף דעם.
כעלעם'ר די באטיסטא רעזשים איז נאך געווען אין פאוער אין 1959, די ערשטע רונדע פון די עמברגא האט זיך ערשט אנגעהויבען נאכדעם וואס קאסטראו האט נאציאנאלאזירט אלע אמעריקאנע ביזנעסער אן אפילו געבען קאמפענסעשאן
Re: אייער מיינונג איבער קעפיטליזים Vs סאושעליזים
The weapon embargo was first imposed during the civil war in 1958
Castro came to power Jan 1959
During 1960 the sanctions got tougher
in 61 was the bay of pigs
in 62 was the missile crisis
after that more sanctions
https://en.m.wikipedia.org/wiki/United_States_embargo_against_CubaRe: אייער מיינונג איבער קעפיטליזים Vs סאושעליזים
כשמעקי ועוד.
סאציאליזים איז גוט אבער מיט א מאס
גראדע אזוי ווי (דער חסיד וואס רופט זיך) ליטוואק פון בודאפעסט האט ארויסגעברענגט איז אמעריקע היבש סאציאליסטיש לגבי אסאך זאכן ווי האוזינג און פ.ס. אבער דער פראבלעם איז דאס ציהלט נאר צו העלפן די ארעמע שיכטן און די מיטל קלאס פאלט ארויס
מה שאין כן א נארמאלע סאציאליסטישע סיסטעם האט שטארק אינזון די מיטל קלאס ווי מיט העלט קער און קאלעדזש וכדומה
עס זעהט אויס ווי דו האלטסט נישט ביים מאכן קיין ריסוירטש נאר דו האסט שוין אפגעמאכט וואס וואס דו האלטסט ווייל עס מאכט סענס. עקאנאמיקס, פאר ווער עס האט עס אמאל געלערנט, איז counterintuitive. ווער עס האט אמאל געלערנט עקאנאמיקס און/אדער היסטארי ווייסט אז עס איז נישטא אזא זאך ווי utopia. אין עקאנאמיקס דילט מען נישט מיט וועלכע סיסטעם איז בעסער, נאר וועלכע סיסטעם איז ווייניגער שלעכט. אזוי ווי מען זאגט נאך פון טשורשיל, democracy is the worst form of government, besides all the others. די זעלבע זאך איז אין עקאנאמיקס. ווען דו פארגלייכסט אמעריקע מיט רוב אנדערע לענדער וועסטו זעהן אז די באקוועמליכקייטן פון א פשוטע אמעריקאנער איז בעסער ווי די באקוועמליכקייטן פון די מיטל קלאס פון רוב לענדער אריינגערעכנט שוועדן.
נאך איין זאך, רוף נישט אן יעדן לאנד וואס האט א סאשעלייזד העלט קעיר סיסטעם, א סאשעליסט לאנד. איך האב נישט קיין צייט זיך צו קריגן מיט דיר אויף יעדן לאנד וואס דו האסט אויסגערעכנט. בד"וו, אמעריקע איז אויך א סאשעליסט לאנד זייט FDR און שפעטער מיט LBJ איז עס געווארן אינגאנצן. אמעריקע איז דירעקט נישט קאפיטאליסטיש, נאר וואס דען, זיי האבן די מערסטע קאפיטאליסטישע שטריכן ווען מען פארגלייכט עס צו אנדערע לענדער.
נאך א זאך. די אלע מענטשן וואס האלטן ווי דיר זענען געווענליך מענטשן וואס זענען פועלת מענטשן אדער אומפארגינערס, גארנישט מער.
שוועדן איז א לאנד פון 10 מיליאן ? וויאזוי קען מען אפילו מדמה זיין צו אמריקה מיט 300 מיליאן ווען סקומט צו עקנאמקיס און העלט קעיר ?
#טיפשות
כבר אמר החכם, די היימישע סיסטעם איז א פאנטאזיע אפילו מיט א בערניו מעסטער. דער סאציאליסטישע בערניו פלאנירט נישט צו געבן פאר די מענטשהייט וואס מיר חסידים האבן שוין אויסגערעכנט וויאזוי צו מאכן. אשר על כן, דער וואס זיצן אין גלאזערנע פאלאצן, זאלן טראכטן פאר'ן ווארפן שטיינער.
ליפאשוועדן איז א לאנד פון 10 מיליאן ? וויאזוי קען מען אפילו מדמה זיין צו אמריקה מיט 300 מיליאן ווען סקומט צו עקנאמקיס און העלט קעיר ?
#טיפשות
און דייטשלאנד האט איבער 80 מיליאן מענטשען איז יא ראי׳? און פארוואס איז שוועדן נישט קיין ראי׳? אז ס׳קען ארבעטן מיט צעהן מיליאן מענטשען קען עס ארבעטן מיט 300 מיליאן אויך, סווענט זיך נאר צו די עליטע און רייכע וועלן עס צולאזן.
BBC Masters of Money Karl Marx HD
https://www.youtube.com/watch?v=IyrhoHtSkzg
א שיינער דין והדברים.
פאר אונז חסידים און שווארצע איז זיכער בעסער דער היינטיגער סיסטעם, ווי מען קען באקומען נידריגע טעקסעס, באקומען ניין טויזענט א יאר קינדער געלט פלוס פוד סטעמפס מעדיקעיד און סעקשן אכט, נישטא נאך א מדינה אין די וועלט וואס גיבט אזוי פיל. און טאמער יא, זאל שבת אחים זיך אהין ציען במחילת כבודו.
גייט קיין קאנאדע איז נאר דא קינדער געלט, וזהו. גייט קיין ענגלאַנד איז דא עפעס א סיסטעם פאר רענט, אבער קומט נישט צו צו אמעריקע.
אנגרעדט ארץ ישראל וואס איז עמטליך סאציאל, און מען קען נישט האבען ברויט אויף הויזן.
אונזער סיסטעם אויב עפעס איז צו געבנדיק, נאר אהן דער נאמען סאציאל.
די קאלעדזשעס אין אמעריקע זענען די בעסטע אויף די וועלט, מיט די בעסטע און שטערקסטע תלמידים וואס קומען ארויס, און דאס איז ווייל זיי ווערען דייקא נישט געפירט דורך די גאווערמענט.
די פאר יסודות פין די ערשטע אמעריקאנער, אז גאווערמענט טאר נישט האבען בעלות אויף קיין ענטערפּרייז, האלט די מדינה, אנדערש ווי אין דייטשלאנד שוועדען וכו' וואס א קאמפאני ווערט גרויס נעמט עס די גאווערמענט צו פין די מענטשען.
ועוד כמה חילוקים וואס אמעריקע איז גרעסער און בעסער פין אלע מדינות, און פארדעם וויל יעדער קומען דא, און קיינער וויל נישט ארויס פין אמעריקע, אויב נישט פאר א ווייב וכו',
גייט ווי איר ווילט אויף דער וועלט, און טרעפט די אמעריקאנער סיסטעם פאר בארגן געלט, ואיננו, נישטא. און דאס מאכט אונז רייך און אנגעשטאפט מיט געלט. יעדער קען זיין רייך, מען דארף נאר וועלען. נישטא נאך א פלאץ ווי יעדער קען מצליח זיין,
נישטא קיין אנדערע מדינה ווי דער פאליציי וועלען נעמען אזוי ערענסט יעדער איבערפאל פין א געשלעג. גיי קיין פאריז, מען וועט דיר שלאגען אין דער גאס, דער פאליציי וועלען דיר לאכען אין פנים.
והחילוקים רבו למעלה מראש.
און נישט נאר דאס, נאר אונז לאזען אפילו שבת'לעך שרייען אין די גאסען אז דער מדינה שטינקט, טוה עס אין דייטשלאנד, אין ארץ ישראל, די רייני סאציאלע מדינות, און די וועסט אויסגעפינען אז פרייהייט פין רעדען איז אפילו נישט קיין רעכט.
שבת אחיםאיך ווייס נישט וואס דו ווילסט ארויס ברענגען מיט די קליפס אבער שוועדען איז א סאושליסט לאנד לכל הדיעות און איז איינע פון די בעסטע פלעצער צו וואוינען אויף דער וועלט, רוב מענשטען אין שוועדן זענען היינט צוטאגס צופרידן מיט זייער גאווערמענט ווידער אין אמעריקע זענען רוב מענשטען נישט צופרידן און גלייבן און טראסטן נישט זייער אייגענע פאליטשאונס, אין כמעט יעדע עספעקט שטייט שוועדן בעסער ווי אמעריקע און אויב ווילסטו אריינגיין אין פרטי פרטים בין איך דיר גרייט צו ווייזן די דאטא אויף דעם.
ס'נאך אלס אזוי?
איש
זאג מיר נישט ווי צו גייען וואוינען און מיש מיך בכלל נישט אריין דא, איך רעדט בכלל נישט פון מיר דא, איך נעם שוין יאהרן לאנג נישט קיין שום פראגראמען פון די גאווערמענט בכלל.
די איינרעדענישן אז אמעריקע האט די בעסטע קאלעדדשס אויף די וועלט ווייל סאיז טייער, שטימט נישט מיט די פאקט אז פאר צוואנציג-דרייסיג יאר צוריק האט קאלעדזשס אין אמעריקע גארנישט געקאסט כמעט.
די מעלות וואס די רעכענסט אויס אויף אמעריקע איז ריינע פראפעגאנדע און שקרים, אמעריקע איז היינט מעהר צוריקגעשטאנען ווי רוב פארגעשריטנע לענדער מיט כמעט יעדע עספעקט אין קוואלטי אף לייף, טאקע ווייל זיי האבן געטוישט זייער סיסטעם אינטער רעיגען אז רייכע זאל כמעט נישט באצאלן קיין טעקסעס, פאר רעיגען האבן די רייכע אין אמעריקע באצאלט טעקסעס אזויווי אין די היינטיגע אייראפישע לענדער.
אמעריקע איז היינט צוטאגס א צוריקגעשטאנענע לאנד און ס׳ווערט ערגער און ערגער.
הייב אפילו נישט אן מיט די שקרים וואס די שרייבסט וועגן די פאליציי, די רילעישאונשיפ אין אמעריקע צווישן די המון עם און פאליציי איז ערגער פון עני אנדערע לאנד, אונזער פאליציי הארגענען און רצחנן די מערסטע מענשטען, נישטא נאך אזא פארגעשריטנע לאנד אויף די וועלט ווי די בירגער האבן אזוי ווייניג טראסט צו די פאליציי ווי אין אמעריקע.
אמעריקע האט זיך אסאך וואס צולערנען פון די סאושליסטע לענדער! אסאך! און ווייל אמעריקע האט געשריבן א מוראדיגע דאקיומענט פאר צוויי הונדרעט יאהר צוריק מיינט נאכנישט אז זיי מוזן שטעקן בלייבן ביי דעם, און זיך נישט אפדעיטן אזויווי יעדע נארמאלע פארגעשריטנע לאנד, די בעסטע פלאץ צו וואוינען איז אמאל געוועהן אמעריקע, היינט איז עס ניטאמאל פון די טאפ 10.
קורקלענדשבת אחיםאיך ווייס נישט וואס דו ווילסט ארויס ברענגען מיט די קליפס אבער שוועדען איז א סאושליסט לאנד לכל הדיעות און איז איינע פון די בעסטע פלעצער צו וואוינען אויף דער וועלט, רוב מענשטען אין שוועדן זענען היינט צוטאגס צופרידן מיט זייער גאווערמענט ווידער אין אמעריקע זענען רוב מענשטען נישט צופרידן און גלייבן און טראסטן נישט זייער אייגענע פאליטשאונס, אין כמעט יעדע עספעקט שטייט שוועדן בעסער ווי אמעריקע און אויב ווילסטו אריינגיין אין פרטי פרטים בין איך דיר גרייט צו ווייזן די דאטא אויף דעם.
ס'נאך אלס אזוי?
דו האסט נאכנישט גענטפערט אויף מיינע קשיות אין די אנדערע אשכול, גיי אהין און הייב אהן צו ענפערן אויף וואס כהאב דיך שוין געפרעגט דרייצן מאל, נאכדעם וואס די וועסט ענטפערן ווי א נארמאלע מענטש אויף די קשיות וואס מ׳פרעגט דיר וועלן מיר רעדן ווייטער.
ס'מאכט פשוט מער סענס דא.
שבת אחים
נאך איין מאל:
״רוב מענטשען וואס דו קענסט קענען דורכלעבן דעם חודש אויב מ׳נעמט זיי צו די פראגרעמס און מ׳געט טעקס-קוטס פאר די רייכע״????
די רעדסט פון גאווערמענט כאילו זיי קענען מבטל זיין דעם בזעת אפיך תאכל לחם. כאילו די רעגירונג האט עפעס צו טיילן.
די רעגירונג איז דא איינצופירן געזעץ צוריקצוהאלטן גניבה גזילה ושפיכת דמים. אבער ווען די רעגירונג גאר נעמט דאס געזעץ צו אינפארסירן גניבה גזילה ברענגט עס א חורבן. ווער איז די רעגירונג צו נעמען ביי יענעם זיינע שווער פארדינטע דאלער צו טיילן פאר מאנכע וואס האבן גארנישט געטוהן דערפאר?
די קומסט מיט עמאציאנאלע קשיות און די ווילסט רייטן אויף פילינגס. די שרייסט אז די רעגירונג דארף פשוטו כמשמעו גנב'נען געלט ביי די רייכע וואס האבן זייערע געלט ערליך פארדינט צו טיילן צדקה. וואס איז דיין היתר פאר גניבה?
United States vs. Denmark, in 17 Charts
http://www.demos.org/blog/10/20/15/unit ... -17-charts
קורקלענדס'מאכט פשוט מער סענס דא.
שבת אחים
נאך איין מאל:
״רוב מענטשען וואס דו קענסט קענען דורכלעבן דעם חודש אויב מ׳נעמט זיי צו די פראגרעמס און מ׳געט טעקס-קוטס פאר די רייכע״????
די רעדסט פון גאווערמענט כאילו זיי קענען מבטל זיין דעם בזעת אפיך תאכל לחם. כאילו די רעגירונג האט עפעס צו טיילן.
די רעגירונג איז דא איינצופירן געזעץ צוריקצוהאלטן גניבה גזילה ושפיכת דמים. אבער ווען די רעגירונג גאר נעמט דאס געזעץ צו אינפארסירן גניבה גזילה ברענגט עס א חורבן. ווער איז די רעגירונג צו נעמען ביי יענעם זיינע שווער פארדינטע דאלער צו טיילן פאר מאנכע וואס האבן גארנישט געטוהן דערפאר?
די קומסט מיט עמאציאנאלע קשיות און די ווילסט רייטן אויף פילינגס. די שרייסט אז די רעגירונג דארף פשוטו כמשמעו גנב'נען געלט ביי די רייכע וואס האבן זייערע געלט ערליך פארדינט צו טיילן צדקה. וואס איז דיין היתר פאר גניבה?
אנדערש זאלן די רייכע באגנבן די ארימע און זיי געבן 10 דאללער א שעה בשעת מ׳קען נישט לעבן פון דעם, און די רייכע זאלן באצאלן וואס ווייניגער טעקסעס, וויניגער פון עני אנדערע לאנד???
אבער פאר דיפענס און ארמיי און אלע אנדערע רעכטע משוגעתן איז דא וויפל געלט מ׳וויל...
לדעתי, וואס מעהר דו פראבירסט צו דיפענדן דיינע נערישע רעטאריק גראבסטו דיך א גרעסערע און גרעסערע לאך, צום ביישפיל אזא נערישע סטעטמענט אז העלפן די ארימע מיט העלט קעיר און פוד סטעמפס מאכט זיי ארימער, יעדער באזעצענער נארמאלע מענטש קען זעהן די לעכעריקייט פון דיין לאגיק, און מ׳קען קאמפעירן ״נומבערס און סטאטיסטיקס״ אזא זאך וואס מאכט זייער נערוועז טראמפ מיט די רעכטע... אמעריקע איז היינט די ערגסטע לאנד פון אלע פארגשריטנע לענדער טאקע ווייל ביליאנערן און קרוקס ווי טראמפ און די רעכטע זיצן ביים שיסל.
United States vs Sweden
0.90in every 100,000 people are murdered annually in Sweden compared to 3.80 in The United States
Employed persons in Sweden work an average of 1607 hours each year while persons in The United States work an average of 1788 hour
57in every 100,000 people are currently imprisoned in Sweden
compared to 698 in The United States
The GINI index measures the degree of inequality in the distribution of family income. In Sweden it is 23.00 while in The United States it is 45.00
Per capita public and private health expenditures combined in Sweden are $5,319.40 USD while The United States spends $8,895.10 USD
The number of deaths of infants under one year old in a given year per 1,000 live births in Sweden is 2.60 while in The United States it is 6.17
The life expectancy at birth in Sweden is 81.89 while in The United States it is 79.56
http://www.ifitweremyhome.com/compare/US/SE
שבת אחים
אנדערש זאלן די רייכע באגנבן די ארימע און זיי געבן 10 דאללער א שעה בשעת מ׳קען נישט לעבן פון דעם, און די רייכע זאלן באצאלן וואס ווייניגער טעקסעס, וויניגער פון עני אנדערע לאנד???
אבער פאר דיפענס און ארמיי און אלע אנדערע רעכטע משוגעתן איז דא וויפל געלט מ׳וויל...
ווייל איינער איז רייך רופסטו איהם א גנב. ס'איז אן אומרעכט צו זיין רייך? מ'דארף אלע רייכע צונעמען די געלט?
באצאלן ארבייטער דארף מען וויפיל ס'קאסט. אז איינער וויל טוהן ארבייט פאר ווייניגער ווי ס'איז ווערט איז עס זיין שולד. דיין עצה פון הייבן די מינימאלע געהאלט ארבעט סייווי נישט. כ'האב עס שוין פריער ערקלערט. ווי אויך האט איינער אנדערש עס ערקלערט אין די אשכול לעיל.
די רייכע זאלן באצאלן אייניג מיט די ארימע. די זעלבע ראטע. איך האב דיך שוין מער ווי איינמאל געענטפערט אויף דעם. ביטע לייען איבער וואס איך האב געשריבן. אז די האסט א שאלה אויף וואס איך האב געשריבן ביטע ציטירן.
דעפענס איז אן אחריות פונ'ם רעגירונג צו אלע אירע בירגער. אוועקנעמען דעפענס פאר סאושעל פראגראמען איז גניבה.
לדעתך, וואלט נישט געדארפט זיין קיין מינימום וועידזש?
פארוואס איז דא א מינימום וועידזש אין אמעריקע און ווער מאכט די געזעצן???
אויב וואלמארט שמירט אינטער די פאליטשאנס דורך לאבי'ען אז מ'זאל נאר געבן פאר ארימע צעהן דאללער א שעה איז עס לעגאלע קארופציע, זיי מאכן ביליאנען און נוצן "slave labor"???
פארוואס איז לאביאיסטן אין אמעריקע לעגאל? ס'איז דאך נישט קיין שום טובה פאר די בירגער???
דו מיינסט ווייל זיי גייען אנגעטוהן מיט סוט אין טיי און זיי קוקן נישט אויס ווי קרימינאלן זענען זיי נישט קיין קרימענעלס???
כ'האב נישט געזאגט אז מ'דארף די רייכע צונעמען זייער געלט, אבער למעשה זענען די רייכע געווארן רייכער און רייכער אין אמעריקע און די ארימע ארימער און ארימער, אמעריקאנע ארבעטן מעהר און מעהר שעה'ן און מאכן ווייניגער געלט אין די לעצטע דרייסיג יאהר, דעס ביסטו מודה? אדער דעס לייקענסטו אויך?
וואלמארט און אנדערע רעכטע וואס פייטן אז אמעריקאנער זאלן ח"ו נישט מאכן מעהר ווי אכט דאללער א שעה איז פונקט ווי זאגן איך וויל עפענען א גרויסע סופערמארקעט און איך האלט נישט ביים באצאלן די עלקטעריק ביל!!!
אז וואלמארט, די גרעסטע ארבעטסגעבער אין אמעריקע, קען נישט באצאלן קיין מענטשליכע געהאלט פאר זייערע ארבעטארער און זיי מאכן ביליאנען-קיין שום משפחה אין די היסטאריע איז נאכנישט געוועהן אזוי רייך ווי זיי, און זיי האבן די מאה און די דעה און שמירן די פאליטשאנס אז זיי זאלן רופן די שאטס, און זיי זאלן זאגן וויפל געלט די קנעכט זאל מאכן א שעה- אט דאס איז פירסט קלעיס ליגעאל קארופציע אויף יעדע לעוועל!!!
יעצט האסטו בארירט אינגאנצן אן אנדערע נושא. דאס שתדלנות און עסקנות וואס איז ביטער באקאנט אין אונזער לאנד אלס לאביאיסט'ס.
אונזער פרעזידענט טראמפ יר''ה איז טאקע זייער שטארק דערקעגן און האט פארשפראכן איינמאל און נאכאמאל צו טוהן אסאך דערוועגן. ווי אויך האט ער גענומען געוויסע שריט דערקעגן גלייך נאכ'ן איינשווערונג.
קאפיטאליזם איז אזוי אראפ געשטעלט אז יעדער זאל האבן אייניגע פאטענציאל. לויט ווי די לייגסט אראפ וואל מארט קען טאקע זיין אז ס'איז גאנץ יתכן אז ס'נישט קיין ביזנעס וואס שטימט מיט קאפיטאליזם. איך האב זיך קיינמאל נישט אריינגעטוהן אין וואל מארט אבער איך האב זיך יא אריינגעלייגט אין אנדערע ווי גוגל און מייקראסאפט וכדו' און איך האף טאקע צו שרייבן אמאל באריכות. סוף דבר ס'טאקע מעגליך אז אין עכטע קאפיטאליזם וואלט וואל מארט צובראכן געווארן אויף שטיקער וועגן אנטיטראסט.
בנוגע געהאלטן האלט איך מיין כלליות'דיגע כלל אז וואס ווייניגער די גאווערמענט אינטערווענירט אלס בעסער. ממילא זאל בכלל נישט זיין קיין מינימאלע געהאלט געזעצן. ווי אויך האב איך דערווייל אנערקענט אז הייבן העלפט סייווי נישט אזויווי פריער ערקלערט.
איך האב דורכגעטראכט און פארשטאנען אסאך סיבות פארוואס יא צו הייבן. אבער למעשה האב איך נישט אנערקענט וואס ס'וועט העלפן.
קארופציע איז אסור פאר יעדעם איינעם אלעמאל.
אינטערסאנטע דאקיומענטארי און ביאגראפיע פון לענין - די טאטע פון קאמיוניזים.
סאיז זייער אינטערסאנט צו פארשטיין די היסטאריקעל פראספעקטיוו וויאזוי די בארבארישע באלישוויקען זענען ליידער אנגעקומען צו אזא סאושעל סיסיטעם צאמישענדיג ״מארקסיזים״ מיט ״קאמיוניזים״ ״בארבאריזים״ און ״פאשיסזים״.
הונדרעט פראצענט ווערט צו וואטשען פאר ווער סגלייכט היסטאריע.
Vladimir Lenin (the father of Communism) Full Biography Documentary
https://www.youtube.com/watch?v=6FNuV413Dbk
מיר האבן דא א ניק קורקלענד
א גרויסע חסיד פון די נייע פרעזידענט
ער טעהנט אז מיר האבן א פרעזידענט א גיטע
מיט א שטארקע רעכטע ריפובליקען שיטה
ווידער איך טענה אז סאיז נישט גיט
שטייפע קעפיטליזם איז שיט
סוכ״ס מאכן די ארימע די מערסטע מיט
אין די פארגאנגענהייט האט עס פארגאסן אסאך בלוט
מ׳דארף ממש זיין בלינד
און פארמאגן שכל פון א קליין קינד
נישט צוכאפן גיך און געשווינד
אז נישט העלפן די ארימע איז א געפערליכע זינד
מ׳דארף נישט פארדעם זיין קיין שלמה המלך
צו פארשטיין וואשינגטאנס הלך ילך
קאראפטירט פון קאפ ביז פוס
מאכן זיך פאר די וויילער זוס
די פאליטאושאנס האבן חתונה געהאט
מיט די סופער רייכע לייט
צי סאיז יא צי סאיז נישט יושר
חנפנ׳ן זיי זיך אלע צום עושר
לאזן זיך אינטער קויפן פון די לאיביסטן
און אויף זייערע קריטיקער שרייען זיי ״קאמיוניסטען״
די בעל הבתים און רייכע רופן אלע שאטס
און נעמען פאר זיך דעם גאנצען טאץ
קיינער זאל זיך נישט דערוואגן צו זאגן הגהות
ווען טראמפ איז בעלהאבאעס
ווייל די גאנצע מידעא איז דאך ״פעיק-ניוס״
זיי זענען דאך במילא די פארשטינקענע ליבעראל דזשאו׳ס
אזויווי דזארדש סאראוס מיט זיין לאנגע נאז
פאר מיר קוקט אויס ווי יעדע לאנד
וואלט געדארפט געבן פאר ארימע בירגער א האנט
די רעגירונג מוז טאקע נישט דעם ארימאן אויסהאלטן
אבער פון הונגעריגע קינדער טאר מען זיך נישט אויסבאהאלטן
נישט אלעס דארף גיין פאר די איין פראצענט
און רוב געלטער זאל אנקומען נאר צו ממש אפאר הענט
ווען מרעדט צו זיי איז ממש ווי רעדן צו די ווענט
קיינמאל קיין העכערונג אין געהאלט געבן
אפילו מקען נישט פון די נישטיגע אכט דאללער א שעה לעבן
זיי ווילן בשום אופן קוקן אויף די אנדערע סאושליסט לענדער
און מאכן צו די אויערן צו סענעטאר סענדער
פארלאנגען פון די ארימע פול סאררענדאר
אזויוווי די אמאליגע פריצים מיט די ארענדאר
המשך יבא
די שרייבסט זאכן אין מיין נאמען וואס האט גארנישט מיט מיר. איך האב נאך נישט קיין פינאנציעלע סטאביליטעט ממילא האב איך נישט אזויפיל צייט דיר צו ענטפערן. אבער איך וועל דאך פראבירן מיט די צייט.
לעת עתה דארפס'טו צוויי מאל לייענען '
אטלאס שראגגעד' און האפענטליך וועסטו אנהייבן פארשטיין וואס קאפיטאליזם מיינט באמת. דערווייל מישסטו.
ב.ד.וו. איך האב אפירגעטראפן אן אלטער
אשכול ווי @הוגה האט שטארק פראבירט מיטן אנדערע חכם דא. לייען וואס ער האט געשריבן אפשר וועט עס האבן אן השפעה אויף דיר.

לעיקוואד ענטפערט זייער גיט, ניכרן דברי אמת!!!
שבת אחיםדי פראבלעם איז אז די טעאריע ארבעט גארנישט אזוי גוט. דער קאפיטאליסטישע באס האט נאר איין מטרה, בלייבן מיט ווי מער געלט, עם גייט גארנישט אן מאכען דזשאבס אדער בכלל משתף זיין מער מענטשען אין די עקאנאמיע. ער נעמט אויף נאך א מענטש נאר ווען ער איז ממש געצוואונגען און ער איז עם ניש שולדיג קיי בעסערע תנאים ווי עבדות ביז עס איז נישטא קיין סאציאלע רעסטריקטשינס זאלן עם צווינגען.
פארדעם טאקע שטיין די גרעסטע קאמפאניס אין די וועלט אויף מענטשען אין דריטע וועלט לענדער וואס מ'באהאנלדעט פשוט ווי עבדים און שפחות מיט משונ'הדיגע פארלעצונג פון מענטשען רעכטן. ווייל כל זמן עס איז נישטא קיין סאציאלע פראגרא דאס אפהאלטען איז דאס וואס וועט געשעהן, און לענדער אן קיין יוניאנס וכו' ווערט רוב עולם פשוט קנעכט פאר די פאר עשירים, איך זעה נישט די גרויסע אלטרואיזם פון דעם. בקיצור עס איז גארנישט אזוי זיכער אז איין ראנד'ס מהלך ארבעט טאקע און נאך אלעס בלייבען מיר מיט קלעסעס פון ארימעלייט, און גאנצע לענדער פון ארימעלייט, וואס זענען אלע א חלק פון דער קאפיטאליסטישע סיסטעם און דער סיסטעם רייט אויף זיי.
שבת אחיםמיר האבן דא א ניק קורקלענד
א גרויסע חסיד פון די נייע פרעזידענט
ער טעהנט אז מיר האבן א פרעזידענט א גיטע
מיט א שטארקע רעכטע ריפובליקען שיטה
ווידער איך טענה אז סאיז נישט גיט
שטייפע קעפיטליזם איז שיט
סוכ״ס מאכן די ארימע די מערסטע מיט
אין די פארגאנגענהייט האט עס פארגאסן אסאך בלוט
מ׳דארף ממש זיין בלינד
און פארמאגן שכל פון א קליין קינד
נישט צוכאפן גיך און געשווינד
אז נישט העלפן די ארימע איז א געפערליכע זינד
מ׳דארף נישט פארדעם זיין קיין שלמה המלך
צו פארשטיין וואשינגטאנס הלך ילך
קאראפטירט פון קאפ ביז פוס
מאכן זיך פאר די וויילער זוס
די פאליטאושאנס האבן חתונה געהאט
מיט די סופער רייכע לייט
צי סאיז יא צי סאיז נישט יושר
חנפנ׳ן זיי זיך אלע צום עושר
לאזן זיך אינטער קויפן פון די לאיביסטן
און אויף זייערע קריטיקער שרייען זיי ״קאמיוניסטען״
די בעל הבתים און רייכע רופן אלע שאטס
און נעמען פאר זיך דעם גאנצען טאץ
קיינער זאל זיך נישט דערוואגן צו זאגן הגהות
ווען טראמפ איז בעלהאבאעס
ווייל די גאנצע מידעא איז דאך ״פעיק-ניוס״
זיי זענען דאך במילא די פארשטינקענע ליבעראל דזשאו׳ס
אזויווי דזארדש סאראוס מיט זיין לאנגע נאז
פאר מיר קוקט אויס ווי יעדע לאנד
וואלט געדארפט געבן פאר ארימע בירגער א האנט
די רעגירונג מוז טאקע נישט דעם ארימאן אויסהאלטן
אבער פון הונגעריגע קינדער טאר מען זיך נישט אויסבאהאלטן
נישט אלעס דארף גיין פאר די איין פראצענט
און רוב געלטער זאל אנקומען נאר צו ממש אפאר הענט
ווען מרעדט צו זיי איז ממש ווי רעדן צו די ווענט
קיינמאל קיין העכערונג אין געהאלט געבן
אפילו מקען נישט פון די נישטיגע אכט דאללער א שעה לעבן
זיי ווילן בשום אופן קוקן אויף די אנדערע סאושליסט לענדער
און מאכן צו די אויערן צו סענעטאר סענדער
פארלאנגען פון די ארימע פול סאררענדאר
אזויוווי די אמאליגע פריצים מיט די ארענדאר
המשך יבא
גרין מיינט גערעכט. רויט מיינט נישט.
כקען אפילו נישט פארשטיין די קעפטיליסטישע טענה, קוקטס פאר סאיז געוועהן מינימום וועידזש און אווער-טיים אין אמעריקע ווי אומ-סטאביל די עקענאמיע איז געוועהן ביי די דיפרעסיע אין די דרייסיגער יאהרן. ליידער הערשט נישט קיין אויטמאטישע אולטאריזים ביי הומאנס, אויב מ׳וואלט נישט אינפארסירט די פאר מענטשליכע געזעצן וויאזוי בעלי-בתים דארפן זיך אויפפירן צו ארבעטארער וואלט עס אויסגעקוקט ווי די צייטן פאר די דיפרעסיע און כדאי צו באקומען א האלבע נארמאלע זשאב האט מען געדארפט ארבעטן הונדרעט שעה א וואך פאר א נישטיגע סכום, קוקטס אויף אלע אנדערע דריטע לענדער ווי מ׳צאלט די ארבעטארער 70 סענט א וואך פאר דריי הונדרעט שעה, ווילסט אמעריקא זאל אזוי אויסקוקן און נאר די בעלי בתים זאלן האבן געלט??? אט דעס איז די גרעסעטע חרבן פאר די עקאנאמיע אויב ס׳דרייט זיך נישט קיין געלט ביים המון עם ליידן דערפון יעדער און צום סוף וועט די גאנצע עקאנאמיע צופאלן אזויווי סאיז געשעהן אין דרייסיגער יאהרן פאר רוזעוולטס ניו דיעל, אזעלכע רעגיולאציעס העלפט באשיצן יעדע קלאס אין אמעריקע פון די גאר רייכע ביז די גאר ארימע.
פאקט איז אז אמעריקע איז די לאנד וואס האט די מערסטע בייגעשטייערט צו די וועלט וואס מיר וואוינען היינט אין.
שבת אחיםכקען אפילו נישט פארשטיין די קעפטיליסטישע טענה, קוקטס פאר סאיז געוועהן מינימום וועידזש און אווער-טיים אין אמעריקע ווי אומ-סטאביל די עקענאמיע איז געוועהן ביי די דיפרעסיע אין די דרייסיגער יאהרן. ליידער הערשט נישט קיין אויטמאטישע אולטאריזים ביי הומאנס, אויב מ׳וואלט נישט אינפארסירט די פאר מענטשליכע געזעצן וויאזוי בעלי-בתים דארפן זיך אויפפירן צו ארבעטארער וואלט עס אויסגעקוקט ווי די צייטן פאר די דיפרעסיע און כדאי צו באקומען א האלבע נארמאלע זשאב האט מען געדארפט ארבעטן הונדרעט שעה א וואך פאר א נישטיגע סכום, קוקטס אויף אלע אנדערע דריטע לענדער ווי מ׳צאלט די ארבעטארער 70 סענט א וואך פאר דריי הונדרעט שעה, ווילסט אמעריקא זאל אזוי אויסקוקן און נאר די בעלי בתים זאלן האבן געלט??? אט דעס איז די גרעסעטע חרבן פאר די עקאנאמיע אויב ס׳דרייט זיך נישט קיין געלט ביים המון עם ליידן דערפון יעדער און צום סוף וועט די גאנצע עקאנאמיע צופאלן אזויווי סאיז געשעהן אין דרייסיגער יאהרן פאר רוזעוולטס ניו דיעל, אזעלכע רעגיולאציעס העלפט באשיצן יעדע קלאס אין אמעריקע פון די גאר רייכע ביז די גאר ארימע.
כ'האב אמאל געהאט א לאנגע שמועס מיט אן עלטערע איד בנוגע די ניו דיעל. האט ער מיר מסביר געווען אז די פראבלעם דאן איז געווען אז אנעמפלאוימענט איז געוועזן זעהר הויך. האט רוזעוועלט געשניטן די ארבייטס וואך פון פופציג שעה אויף פערציג. אזוי ארום זענען די אנעמפלאוימענט נומערן אראפ. ווייל מען האט געדארפט מער ארבייטער. אבער למעשה האט די עולם פארדינט ווייניגער.
א ענליכע זאך האט מען צוגעזען אונטער אובאמא. ער האט געצווינגען ביזנעסער צו געבן העלט קעיר אויב איז מען איינגעשטעלט פאר מער ווי דרייסיג שעה א וואך. האבן צענדליגער ביזנעסער געשניטן די שעות פון וואס מער ארבייטער זיי צו האלטן אונטער דרייסיג שעה. אזוי האבן מער מענטשן געהאט ארבעט. און ווייניגער מענטשן האבן געקענט דעקן. נאכדעם ביזט נייגעריג פארוואס מען דארף צוויי דזשאבס. אבער אבי די סטאטיסטיקס זעהן אויס גוט אז אנעמפלאוימענט איז געפאלן אונטער אובאמא.
קורקלענדשבת אחיםכקען אפילו נישט פארשטיין די קעפטיליסטישע טענה, קוקטס פאר סאיז געוועהן מינימום וועידזש און אווער-טיים אין אמעריקע ווי אומ-סטאביל די עקענאמיע איז געוועהן ביי די דיפרעסיע אין די דרייסיגער יאהרן. ליידער הערשט נישט קיין אויטמאטישע אולטאריזים ביי הומאנס, אויב מ׳וואלט נישט אינפארסירט די פאר מענטשליכע געזעצן וויאזוי בעלי-בתים דארפן זיך אויפפירן צו ארבעטארער וואלט עס אויסגעקוקט ווי די צייטן פאר די דיפרעסיע און כדאי צו באקומען א האלבע נארמאלע זשאב האט מען געדארפט ארבעטן הונדרעט שעה א וואך פאר א נישטיגע סכום, קוקטס אויף אלע אנדערע דריטע לענדער ווי מ׳צאלט די ארבעטארער 70 סענט א וואך פאר דריי הונדרעט שעה, ווילסט אמעריקא זאל אזוי אויסקוקן און נאר די בעלי בתים זאלן האבן געלט??? אט דעס איז די גרעסעטע חרבן פאר די עקאנאמיע אויב ס׳דרייט זיך נישט קיין געלט ביים המון עם ליידן דערפון יעדער און צום סוף וועט די גאנצע עקאנאמיע צופאלן אזויווי סאיז געשעהן אין דרייסיגער יאהרן פאר רוזעוולטס ניו דיעל, אזעלכע רעגיולאציעס העלפט באשיצן יעדע קלאס אין אמעריקע פון די גאר רייכע ביז די גאר ארימע.
כ'האב אמאל געהאט א לאנגע שמועס מיט אן עלטערע איד בנוגע די ניו דיעל. האט ער מיר מסביר געווען אז די פראבלעם דאן איז געווען אז אנעמפלאוימענט איז געוועזן זעהר הויך. האט רוזעוועלט געשניטן די ארבייטס וואך פון פופציג שעה אויף פערציג. אזוי ארום זענען די אנעמפלאוימענט נומערן אראפ. ווייל מען האט געדארפט מער ארבייטער.
אבער למעשה האט די עולם פארדינט ווייניגער.
נישט אמת, אבי גערעדט!
הי סעד. שי סעד. (ער זאגט. זי זאגט. בלע''ז)
באמת גערעדט. וויאזוי פארדינט מען די זעלבע ווען מ'ווערט באצאלט אויפן שעה און מ'ארבייט צוואנציג פראצענט ווייניגער שעות?
קורקלענדפאקט איז אז אמעריקע איז די לאנד וואס האט די מערסטע בייגעשטייערט צו די וועלט וואס מיר וואוינען היינט אין.
ווער זאגט אז נישט? (הגם ענגלאנד און גריכלאנד זענען כמעט אייניגע שותפים).
מיין אינטערעסע איז נישט צו דימאנייזן אדער באשמיצן אמעריקע, הלוואי זאל מיין געבורטסלאנד אמעריקא יא מצליח זיין, טאקע פארדעם בין איך אזוי איבערגענומען, און כ׳האלט אמעריקא איז שטארק געפאלן די לעצטע דרייסיג יאהר און איז היינט היפש צוריקגעשטאנען אין קוואלטי אף לייף אנטעקעגן רוב היינטיגע וועסטערן סאסייעטי׳ס, אדרבה קוק אויף די נומבערס און סטאטיסטיקס.
אטלאס שראגגעד פארענטפערט עס. זי האט עס געשריבן זעכציג יאר צוריק. די גאנצע מעשה איז א פיקציע וויאזוי אמעריקע וועט אויסזען היי יאר אויב פראגרעסד מען צו סאושעליזם. אוי האט זי גוט נביאות געזאגט. ס'שפילט זיך אויס אזויווי זי לייגט עס פאהר. ס'איז אויס פיקציע.