☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מאסן FBI אבלאוועס אין קרית יואל און מאנסי

מאסן FBI אבלאוועס אין קרית יואל און מאנסי

108 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10278
בלאט: 1 2 3

קרעקער » מיטוואך מערץ 16, 2016 1:53 pm

· #325287
מאסן FBI אבלאוועס אין קרית יואל און מאנסי
קומט יעצט פאהר
איינער מיט מער אינפא?
איין באריכט ווייסט אז סאיז וועגען פעדערעל געלט וואס מוסדות התורה נעמען פאר אינטערנעט און קאמפיוטערס אבער שטעלען עס נישט צו
ה' ירחם

<a class="postlink" href="http://matzav.com/photo-fbi-agents-spread-across-monsey-pomona-and-rockland-county-area/">http://matzav.com/photo-fbi-agents-spre ... unty-area/</a>

סלינקי » מיטוואך מערץ 16, 2016 1:58 pm

· #325288
Re: מאסען FBI ארעסט אין קרית יואל און מונסי
<a class="postlink" href="http://lohud.us/1pukEK0">http://lohud.us/1pukEK0</a>

יואליש » מיטוואך מערץ 16, 2016 2:09 pm

· #325289
נישט קיין ארעסט. בלויז א search and seizure דערווייל.

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 16, 2016 2:09 pm

· #325290
וואס זוכט מען?

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך מערץ 16, 2016 2:10 pm

· #325291
Re: מאסען FBI ארעסט אין קרית יואל און מונסי
נאכנישט געוועהן קיין ארעסט

אוהב ספרים » מיטוואך מערץ 16, 2016 2:10 pm

· #325292
וואס מיינסטו מען זיכט, די צען ברעקלעך פון בדיקת חמץ

*

עס איז שוין געווען גמאלדען פאריגע וואך ביי טשענעל 12 אז עס קומט

קרעקער » מיטוואך מערץ 16, 2016 2:14 pm

· #325293
וואס האבען די מוסדות געמיינט? אז זיי גייען נעמען מיליאנען פאר קאמפיוטערס און אינטערנעט אין תלמוד תורה און ישיבות און שרייען אין די זעלבע צייט אז קאמפיוטערס און אינטערנעט זענען טריף? און מגייט זיי נישט כאפען איין טאג?
כוועל נישט זיין סורפרייסט צו הערען אז סאיז א מסירה, גענוג יונגעלייט זענען אנגעווייטיגט אויף די מוסדות

פליקער » מיטוואך מערץ 16, 2016 2:16 pm

· #325294



א איד » מיטוואך מערץ 16, 2016 2:30 pm

· #325295
הער איך יעצט אז עס איז דא אן ארעסט אין מאנסי, איינער קען קאנפירמען?

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 16, 2016 2:37 pm

· #325296
קרעקער
וואס האבען די מוסדות געמיינט? אז זיי גייען נעמען מיליאנען פאר קאמפיוטערס און אינטערנעט אין תלמוד תורה און ישיבות און שרייען אין די זעלבע צייט אז קאמפיוטערס און אינטערנעט זענען טריף?

אלע מוסדות לערנען קאמפיוטערס מיט די עלטערע מיידלעך.

יואליש » מיטוואך מערץ 16, 2016 2:48 pm

· #325298
שמעקעדיג
קרעקער
וואס האבען די מוסדות געמיינט? אז זיי גייען נעמען מיליאנען פאר קאמפיוטערס און אינטערנעט אין תלמוד תורה און ישיבות און שרייען אין די זעלבע צייט אז קאמפיוטערס און אינטערנעט זענען טריף?

אלע מוסדות לערנען קאמפיוטערס מיט די עלטערע מיידלעך.


ביסט זיכער אין דעם? כ'בין גאנץ זיכער אז עכ"פ אין ק"י נישט, און כ'מיין אפי' קוויקבוקס האט מען אויפגעהערט דארט לערענען מיט די מיידלעך.

די פראגראם איז געניצט געווארן פאר א שפע פון סאפיסטיקירטע טעלעפאן סיסטעמס און און ווידיאו סורוועלענס, פאר די הארדווער, אינסטולאציע און יערליכע מעינטענענס. כ'מיין ס'איז לעגאל געווען. אויב עפעס איז לכאורה א שאלה פון איבערבילען אדער בילען פאר סערוויסעס וואס איז נישט דעליווערט געווארן אדער פאר איסטיטוציעס וועלכע קוואלאפיצירן בדוחק (למשל דערקלערן א ביהמ"ד א לייברערי). אבער כ'מיין די מוסדות זענען טעארעטיש געווען כשר אין ניצן די פראגראם.

געוואלדיג » מיטוואך מערץ 16, 2016 3:01 pm

· #325299
רבותי ביטע נוצט זהירות כפולה ומכופלת ווען מען דיסקוסירט אזעלכע נושאים אין א פאבליק פארום.

א איד » מיטוואך מערץ 16, 2016 3:06 pm

· #325300
@געוואלדיג שרייבט נישט רויט, ווייל די חברה קענען נאך חושד זיין אז דו בטהאלטסט עפעס, און וועגן דעם ווילסטו נישט רעדן דערפון.

פליקער » מיטוואך מערץ 16, 2016 3:46 pm

· #325304
@א איד רעד נישט פון @געוואלדיג'ס רויטקייט ווייל די אימגעווינטשענע וועלן זיכער חושד זיין

ירח בן יומו » מיטוואך מערץ 16, 2016 3:55 pm

· #325305
עס איז א פארגעניגן צו זעהן די צירוקגעהלאטנקייט פון די עולם דא בשעה שמתו מוטל לפניו.
אזוי דארף מען אכטונג געבען אויף כבוד הזולת. ווען מיין ברידער איז אין טראבל וואלט איך אויך נישט געוואלט זיין באשמירט דא אינגאנצן.

ליפא » מיטוואך מערץ 16, 2016 4:12 pm

· #325308
אוהב ספרים


עס איז שוין געווען גמאלדען פאריגע וואך ביי טשענעל 12 אז עס קומט

ס'איז צוויי אנדערע זאכן

אוהב ספרים » מיטוואך מערץ 16, 2016 4:52 pm

· #325311
עס איז קשור איינס און צוויטען.

*

איך זעה בילדער אז מען האט באזיכט ביי מוסדות סאטמאר מהר"א אין וומסב"ג אויכעט, האט איינער געהערט צו דאס איז א חלק פון דעם אדער עפעס אנדערש

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך מערץ 16, 2016 5:01 pm

· #325312
Re: מאסען FBI ארעסט אין קרית יואל און מונסי

אוהב ספרים » מיטוואך מערץ 16, 2016 5:03 pm

· #325313
קאנפירמט עס האט צו טוען מיט דעם.

אויכעט זוכה געווען פאר וויזיטען זענען ישיבה קטנה בעלזא מאנסי
ישיבת שער אפרים מאנסי

אוהב ספרים » מיטוואך מערץ 16, 2016 5:04 pm

· #325314
דערווייל זעהט אויס די אלע מוסדות וואס האבין גענוצט פרץ קליין פאר זייערע געברויכען.

פליקער » מיטוואך מערץ 16, 2016 5:45 pm

· #325317
אין וויליאמסבורג

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך מערץ 16, 2016 5:58 pm

· #325319
Re: מאסען FBI ארעסט אין קרית יואל און מונסי

מור וקציעה » מיטוואך מערץ 16, 2016 6:40 pm

· #325326
דא עקא אז ווען עס איז פעדעראל גייט עס געווענליך מיטן יקוב הדין את ההר ללא חמלה וללא משוא פנים, שתדלנות פון בעריש פרייליך, משה דוד נידרמן, נפתלי משה אינדיג, אחים מענצער, אגודת ישראל וכו' העלפט בערך אזויפיל ווי שתדלנות (ובפרט פון אן ארימאן) העלפט ביי ראשי ישיבות ורבנים [עיין ערך דרשת שלמה יודא רכניץ בלייקווד] אדער נארט קארעא, [די צירוקגעשטאנענע אמעריקאנע זשאוסטיס סיסטעם שפארט איין מער מענטשען ווי עני אנדערע רעזשים אין די גאנצע כדור העולם]

.......


סטעי טונד פאר די ספעציעלע ביילאגע בעתון דער בלאט/איד ווי מען גייט שטארק ארויסברענגען א מוסר השכל נישט צו טוהן קיין קונצען שלא תמות כדרך שמת פלוני ....

אה סארי לפי די חרדישע פּראוודא אויסגאבעס האט גארנישט ניטאמאל פאסירט

שבת אחים » מיטוואך מערץ 16, 2016 7:47 pm

· #325330
איך האב געזעהן בילדער ווי די עף בי איי איז ביי אברהם ברוך ראזענבערג׳ס הויז, (די ראש בי״ד פון די באבובער די״ת)ווייסט איינער פרטים? ער איז די אקאונטענט און בוכהאלטער פון די וויזניצע מוסדות אין מאנסי און ער נעמט קעיר פון די גאווערמענט פראגרעמס.

איך מיין עס זייער ערנסט. איך קען גיט זיין הויז איך האב עס געזעהן אויף די בילדער.

ברוך בער » מיטוואך מערץ 16, 2016 8:13 pm

· #325334
<a class="postlink" href="http://nypost.com/2016/03/16/fbi-raids-orthodox-jewish-schools-vendors-in-corruption-probe/">http://nypost.com/2016/03/16/fbi-raids- ... ion-probe/</a>

שבת אחים » מיטוואך מערץ 16, 2016 8:52 pm

· #325347
איך האב עס באקומען אויף וואטעסאפפ און איך האב נישט די מינדסטע אהנונג וויאזוי ארויף צולייגן בילדער פון א וואטעסאפפ מעסעדש אויף ק״ש. ווי אויך איך בין אינטערוועגענס אין אריזאנא און איך ניץ נישט קיין געהעריגע קאמפיוטער אויף די מינוט איך שרייב פון מיין איי פאון. איך בין זיכער ס׳איז דא גענוג בילדער אויך די נעט און אויף וואטעסאפפ גרופעס.

טאמבל סאס » מיטוואך מערץ 16, 2016 8:55 pm

· #325348
Re: מאסען FBI ארעסט אין קרית יואל און מונסי
I'm sorry but the authorities also need to take some blame here. After years of giving millions of dollars to yeshivahs for Internet installation, despite it being obvious that chasidim ban the Internet, they suddenly wake up and ask where the money is.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

אוהב ספרים » מיטוואך מערץ 16, 2016 9:55 pm

· #325365
טאמבל סאס
I'm sorry but the authorities also need to take some blame here. After years of giving millions of dollars to yeshivahs for Internet installation, despite it being obvious that chasidim ban the Internet, they suddenly wake up and ask where the money is.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk


not to kill your enthusiasm, but e-rate is not necessarily used for Internet only, it could be used to acquire or upgrade phone systems, alarms and closed circuit tv, computer equipment, library books and equipment, so you can still use the benefits from e-rate while still banning the internet.

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 16, 2016 10:16 pm

· #325369
גרויסע מענטשעלע: אין דעם 5'טן בילד וואס דו ברענגסט אראפ אז די עף.בי.איי. האט ארויסגענימען דאקומענטן פון ת"ת מהר"א אין ווילי זעהט מען א באקס טישוס... 😂

שבת אחים » מיטוואך מערץ 16, 2016 10:49 pm

· #325378
אוהב ספרים
טאמבל סאס
I'm sorry but the authorities also need to take some blame here. After years of giving millions of dollars to yeshivahs for Internet installation, despite it being obvious that chasidim ban the Internet, they suddenly wake up and ask where the money is.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk


not to kill your enthusiasm, but e-rate is not necessarily used for Internet only, it could be used to acquire or upgrade phone systems, alarms and closed circuit tv, computer equipment, library books and equipment, so you can still use the benefits from e-rate while still banning the internet.


אי משום הא אז מה כל הרעש, איך בין בכלל נישט אנטוזיעסטיק ווען די פעדס פאלן איבער היימישע מוסדות, אפילו איך בין א אט״ד וואונטש איך נישט קיינעם זאל גיין זיצן און אריינפאלן אין די הענט פון די פעדס, איך בין ליידער געזיצן אין תפיסה דריי מאל פאר אפאר טעג אויף א בלבול וואס מיין עקס האט געמאכט קעגן מיר, (איך בין למעשה ארויסגעקומען ריין אן קיין שום קלאגעס, די איינציגסטע זאך וואס זי האט אויפגעטוהן אז מיינע קינדער האבן איר נאך מעהר פיינט וועגן דעם, זי האט מיך ארעסטירט אין פראנט פון מיינע קינדערס אויגן בשעת אלע קינדער האבן געוויינט)איך וואלט איר פונקט אזוי געקענט ארעסטירן, און איך וואלט געקענט מסרן מיין געוועזענע שותף וואס האט צוגעגנבט מיין ביזנעס וואס איך האב אויפגעשטעלט און געבלוטיגט פאר דעם יאהרן לאנג, איך וואלט אים געקענט מסרן פאר אסאך זאכן און אים אריינלייגן אין תפיסה פאר א לאנגע צייט איך האב אסאך פערזענליכע אינפארמאציע איבער אים, אבער איך האב עס נישט געטוהן ווייל איך בין נישט אזא מין מענטש. איך טוה נישט קיינעם קיין שום זאך וואס איך וואלט נישט געוואלט מ׳זאל טוהן צו מיר! אזוי חז״ל זאגן מה דלא וכו׳. איך בין בכלל קעגן די גאנצע וועג וויאזוי די פעדס און די גאווערמענט באפאלט און רעיד די מוסדות , אין א נארמאלע סאסייעטי וואלטן זיי קודם געדארפט ווארענענן און שיקן א שטרענגע מעסעדזש אז לא זו הדרך און דערנאך אויב ס׳העלפט נישט קען מען גיין שטרענגער, אבער אין אמעריקע ארבעט עס פארקערט אויב איז מען דיר חושד אויף עפעס קען מען דיך ארעסטירן און אריינלייגן מיט א באנדע חיות אן קיין געהעריגע טוילעטס אן קיין עסען פאר 30 שעה און דערנאך הערשט זעהסטו א ריכטער. הרה״צ יודל ליכטנשטיין זז״ג האט זיך דעמאלסט אוועקגעגעבן פאר מיר, ער האט פראבירט מיר אריינצושיקן עסען און ער האט געמאכט א געוואלד מיט השתדלות פאר מיר אפילו ער האט מיך בכלל נישט געקענט (ער קען מיין טאטע) ער איז שוין געוועהן אין סענטראל בוקינג פארטאגס פינף אזייגער און גערופן מיינע ברודער און מיין לאויער ער האט פראבירט אלעס אין דער וועלט מיך ארויסצונעמען אבער ס׳איז נישט געגאנגען ווייל מיין ווייב און אירע לאויערס האבן זיך קעגן געשטעלט. עני וועי כהאב געזעהן פירסט הענד ווי קארפעטעט נעריש און אלטמאדיש די אמעריקאנע יוסטיץ סיסטעם איז, מ׳האלט דארט נארמאלע אומשולדיגע בירגער וואס צאלן טעקסעס און זענען נישט קיין סכנה פאר סאסייעטי, זיי פירן זיך אויף צו נארמאלע בירגער ערגער ווי מ׳פירט זיך אויף צו חיות אין זו! ביז ווילאנג די ווייסט אויף אז אין אמתן אריין ביסטו גארנישט שולדיג, אבער דערווייל פייניקן זיי די מענטשהייט, ס׳איז נישטא אזא זאך אין רוב אייראפישע פראגרעסיוו לענדער! פארדעם דארף מען האבן בערני זאל איינמאל פאר אלעמאל טוישן די קארפטירטע אמעריקענע יוסטיץ סיסטעם.

און די מוסדות דארפן זיך אויסלערנען ווי איין און ווי אויס דעס איז חוץ המעשה, מ׳קען נישט באגנבנן די רעגירונג נאר אז דו ביסט פון די גאר אויבערשטע פונעם שטייסל די אויבערשטע 1 % וואס האבן לאיביסטן אין וואשינגטאן...

אוהב ספרים » מיטוואך מערץ 16, 2016 10:55 pm

· #325379
איך מיין אז מען קען טוישען דעם קעפל צו מאסיווע עף בי איי זוך אקציעס אין מאנסי קרית יואל און וומסב"ג

מען האט נישט ארעסטירט קיינעם

אישתישבי » מיטוואך מערץ 16, 2016 11:02 pm

· #325382
דער אויבערשטער זאל העלפען אז אלעס זאל אדורך גיין בשלום, איינמאל זיי האבען אלע בוכער קענען זיי שוין טרעפען אנדערע זאכען, מי יודע וואס.

מאטי » מיטוואך מערץ 16, 2016 11:02 pm

· #325383
👍 👍 👍 שבת

פליקער » מיטוואך מערץ 16, 2016 11:06 pm

· #325385
Re: מאסען FBI ארעסט אין קרית יואל און מונסי
שבת אחים, דיין קארצע מעשה ברעינגט מיר טרערן, א פיל יאר פעין. די רשעות וואס זיי טיילן אויס איז פחדים פון וואס מען קען זיך נישט אפשאקלן די ערשטע זיבעציג יאר נאך די דורך גאנג.
איך מיין אז איך גיי שטימען פאר בערני כדי דיך צי באפרייגיגן, און לינדערן עטוואס פון דיין דורך גאנג, לייגן עפעס באלזאם אויפן דיינע וואונדען.

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך מערץ 16, 2016 11:24 pm

· #325390
Re: מאסען FBI ארעסט אין קרית יואל און מונסי
ליידער האבן זיי אבער צושטערט א סעודת ברית אין מבזה געוועהן די זיידע.

אין קרית יואל איז פארגעקומען א סעודת ברית אינמיטן האט אריינגעשטארמט 30 חברה געמאכט א לאק דאין נישט אריין נישט ארויס געכאפט פיקטשערס אין געקוועשינט די בעה"ב די זיידע ביי די שמחה.

שוין זאל ער האבן אפגעקומען אויף דעם.

אישתישבי » מיטוואך מערץ 16, 2016 11:25 pm

· #325391
.

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 16, 2016 11:39 pm

· #325397
אישתישבי
שבת טייערע

איך מיין דיר (חלילה נישט) וויי צו טוהן, אבער...


איך מיין אז איר זאלט איבערליינען תקנות המקום, איידער איר זענט מגיב פערזענליכע אטאקעס שלא מן הענין..

אישתישבי » מיטוואך מערץ 16, 2016 11:41 pm

· #325398
קאווע טרינקער
אישתישבי
שבת טייערע

איך מיין דיר (חלילה נישט) וויי צו טוהן, אבער...


איך מיין אז איר זאלט איבערליינען תקנות המקום, איידער איר זענט מגיב פערזענליכע אטאקעס שלא מן הענין..



אנטשולדיגט כ'האב אייך אביסעלע געטאטשד, כ'האב אייך זיכער נישט געמיינט.

מאטי » מיטוואך מערץ 16, 2016 11:46 pm

· #325402
אישתישבי
שבת טייערע

איך מיין דיר חלילה נישט וויי צו טוהן, אבער ....

זאג! דו וואלסט געוואלט דיין ווייב זאל זיצן אויפן זעלבן טוילעט ווען דו זיצט דארט? אויב אזוי פארוואס זיצטו דארט? ס'ארא מין גערעדאכטס!!

טאמבל סאס » מיטוואך מערץ 16, 2016 11:51 pm

· #325404
Re: מאסען FBI ארעסט אין קרית יואל און מונסי
גרויסע מענטשעלע
ליידער האבן זיי אבער צושטערט א סעודת ברית אין מבזה געוועהן די זיידע.

אין קרית יואל איז פארגעקומען א סעודת ברית אינמיטן האט אריינגעשטארמט 30 חברה געמאכט א לאק דאין נישט אריין נישט ארויס געכאפט פיקטשערס אין געקוועשינט די בעה"ב די זיידע ביי די שמחה.

שוין זאל ער האבן אפגעקומען אויף דעם.

נאך א מזל זיי האבן נישט אפגעהאלטן פון מאכן די ברית מיט questions ווי 'צו מען האט געפרעגט דאס קינד צו ער לאזט זיך שניידן חלילה?'

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 12:45 am

· #325410
טייערער איש! איך האב קיינמאל נישט פערזענליך וויי געטוהן מיין ווייב און מיינע קינדער דירעקט-בדוקא! און ווילסט עפעס הערן מיין הארץ גייט אויס פאר איר! באמת! איך האב שטארק רחמנות אויף איר זי האט חתונה געהאט ביי די זיבצען מיט א וויזשניצער בחור מיט ווייסע זאקן אבער מיר זענען קיינמאל נישט געוועהן קיין געהריגע פאר, ס׳איז נישט איר שולד און ס׳איז נישט מיין שולד! אונז זענען צוויי אנדערע מענטשען, ווען איך וואלט ווען געלערנט מיט איר אין ישיבה/קאלידזש וואלט איך מסתם קיינמאל נישט געהעריג באפריינדעט מיט איר ווייל אונז זענען צוויי אנדערע מיני מענטשען מיט אנדערע כאראקטערס, איך בין געבליבן אין די מערדיזש פאר די קינדער ביז מיין ווייב האט מיר געזאגט גיי ארויס און איך בין געגאנגען, איך האב קודם פרובירט מערדיזש קאונסלינג איך האב געשפענד מעהר ווי 150,000 דאללער אבער סהאט זיך נישט אויסגעארבעט, וואס זאל איך טוהן? חוץ מזה איך האב אויף א טעיפ ווי איך לייג פאר א פלאן פאר איר; איך זאג דיר צו איך וועל האלטן שבת און איך וועל טוהן אלעס וואס א חסידישע אינגערמאן דארף טוהן, אבער אין הארץ גלייב איך נישט אינדעם, זי האט בשום אופן נישט געוואלט מיט א ריכטיגע טענה אז איך וויל נאר בלייבן אין די מערידזש וועגן די קינדער און איינמאל די קינדער גייען חתונה האבן גייסטו מיך דאמפן און דעמאלס גיי איך שוין זיין אלט און נישט קענען נאכאמאל חתונה האבן און האבן א געהריגע טשענס, איך בין געוועהן honest מיט איר און איך האב איר געזאגט אכן, איך וויל בעצם נאר בלייבן דא פאר די קינדער און איך בין מסכים צושפילן די געים, האט מיין ווייב געזאגט בשום אופן נישט! זי וויל א גט! האב איך איר געזאגט אקעי אבער לאמיר זיך גט׳ן אויף א שלומדיגע אופן און נישט אריינמישן די קינדער האט זי געזאגט מסכים, איך האב ארויסגעמויפט און צוויי וואכן שפעטער בין איך געווארן ג׳ served פאפירן בתוכם אז איך האב עביוזט מיין 14 יעריגע בחור! צום סוף איז געוועהן אז מיין בחור איז געקומען אין קאורט עדות זאגן קעגן די מאמע און ער וואוינט און איז אינטער מיין רשות זייט דעמאלסט, זי האט צוגעזאגט אז מ׳גייט זיך גט׳ן אויף א ראוהיגע שלומדיגע אופן ווייל זי האט קודם געוואלט איך זאל ארויסמופן דערנאך האט זי מיט די קאמיונטי אנגעפאנגן א שרערליכע מלחמה מיט מיר און אריינגעמישט מיינע קינדער אויף גאר א מיאוסע אופן בשעת ווען איך האב איר באצאלט אלעס און נישט בכלל געשטערט מיינע קינדער בלייבן אין די סיסטעם, מיינע 3 יונגסטע קינדער חלמן נאכאלץ נישט אז איך בין נישט פרום! איך האב מזוזות אויף מיינע טיהרן, איך גיי אייביג מיט א קאפל קעגן זיי עד היום הזה, איך רעדט נישט קיין ווארט צו מיינע קינדער וועגן רעליגיע, זיי מיינען איך בין מאדערן אביסל.

אינטערשטע שורה איך זעה נישט ווי איך האב וויי געטוהן מיין ווייב אויב עפעס איז פארקערט די מעשה. איך האב געשפענד די לעצטע צוויי יאהר פאר ליגעאל פי צו קענען זעהן מיינע קינדער 170,000 דאללער פאר גארנישט און פאר נישט און זי (די קאמיונטי רשעים) האט נאך געספענט אסאך מעהר! זיי האבן גארנישט אויפגעטוהן אלע מיינע קינדער האבן מיך מוראדיג ליב און איך רעדט צו אלע פון זיי א יעדען איינציגען טאג און איך האלט פונקטליך מיט אלעס וואס גייט פאר אין זייער לעבן און איך פראביר זיי צו העלפן און ארויסווייזן די מערסטע ליבשאפט וואס איך קען.

נ.ב. די מעשה איז געוועהן אויף טירט עוועניא נישט אויף פערדע עווניא, פון ווי ווייסטו פון די מעשה קענסט מיר שיקן א אישי ביטע.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 1:27 am

· #325413
שבת, איך בין אויך גערירט פון דיין געשיכטע און שווערע דורכגאנג. איך וויל נישט פארדרייען דעם שמועס דא, אבער האט דען סענדערס איינמאל גערעדט פון פארבעסערן דעם יוסטיץ סיסטעם?

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 1:43 am

· #325416
אוואדי האט סענדארס גערעדט פון דעם! ער רעדט שוין פון דעם די לעצטע דרייסיג יאהר. דעס איז איינע פון זיינע הויפט אישוס, ער רעדט וועגן דעם ביי יעדע איינציגע ראללי, איך בין שוין מיד פון עס איבערהערן, (קיינמאל באמת נישט מיד פון איבערהערן בערני 🙂 ) אויף יו טוב איז דא פיל מיט קליפס ווי ער רעדט דערוועגן צענדליגער יאהרן פאר ער איז געלויפן פאר פרעזידענט, איך וויל בלי"נ שפעטער ארויפלייגן איך האב מיך יעצט געזעצט עסען

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 1:54 am

· #325418
וואס האסטו מורא צו מאכן א נדר אז דו שרייבסט בל"נ...
מאך שוין א ברכה אויף די עסן פאר די געלט....
זאל זיין צום געזונט!

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 2:20 am

· #325419
שמעקעדיג
וואס האסטו מורא צו מאכן א נדר אז דו שרייבסט בל"נ...
מאך שוין א ברכה אויף די עסן פאר די געלט....
זאל זיין צום געזונט!


😂 Figure of speech I guess
אז דו וועסט וואוטן פאר בערני הייב איך אן צומאכן ברכות דיעל ? 😂 😎

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 10:16 am

· #325438
שמעקעדיג
וואס האסטו מורא צו מאכן א נדר אז דו שרייבסט בל"נ...
מאך שוין א ברכה אויף די עסן פאר די געלט....
זאל זיין צום געזונט!

שמעקעדיג: ווייל אן או.טי.די. און א דערקלערטער אפיקורס איז נאכאלץ א מאמין. ער גלייבט אין באשעפער און ער זאגט נאכלץ בלי"נ. דאס איז די גירסא דינקותא...איך ווינטש איהם (שבת אחים) דאס בעסטע אין לעבן. און ער זאלל האבן נחת פון זיינע קינדער. און זיינע קינדער פון איהם עמו"ש... 😃

שמעון וואלף » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 10:41 am

· #325442
כ'מיין מ'דארף טוישן די קעפל פונ'ם אשכול פון 'מאסען FBI ארעסט' צו מאסען FBI רעיד'. האפענטליך זאל מען עס נישט דארפן צוריק טוישן

גאלד » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 11:42 am

· #325448
אידיש: "אבלעווע" אדער "איבערפאל"

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 11:57 am

· #325450
יעצט איז בעסער?

פליקער » מוצ"ש מערץ 19, 2016 10:45 pm

· #325674
Re: מאסן FBI אבלאוועס אין קרית יואל און מאנסי
נפתלי מאסטער וחבריו, איש על נפחתו

<a class="postlink" href="http://www.lohud.com/story/news/local/2016/03/18/yeshiva-funding-ramapo-raids/81923928/">http://www.lohud.com/story/news/local/2 ... /81923928/</a>

E-Rate is a symptom of a much larger problem of how these yeshivas use this (public) money,” said Naftuli Moster, head of Yaffed, an organization that advocates for improved secular education in yeshivas. “The underlying issue is the lack of oversight, which is what leads to all of this.”

“Chutzpah comes with power,” said Samuel Heilman. “When it comes to fraud and crime, the people who do it think they’re smarter than everyone.”
בלאט: 1 2 3