☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מאסן FBI אבלאוועס אין קרית יואל און מאנסי

מאסן FBI אבלאוועס אין קרית יואל און מאנסי

108 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10278
בלאט: 1 2 3

שמעון וואלף » פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 1:12 am

· #357849
איך פארשטיי זייער גוט די לאגיק דערפון, נאר לפי זה קומט אויס אז א פ.ס. געניסער וואס סווייפט זיין קארטל פאר א צדקה צוועק קען האבן פראבלעמען.
כ'האב נישט געזעהן אז מ'זאל מעורר זיין דערוועגן

שלום על ישראל » פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 8:55 am

· #357869

שבת אחים » פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 9:31 am

· #357873
איך דארף דיר אפילו ענטפערן אויף דעם??? פאר יעדע לינק וואס דו ברענגסט אז מענטשן קויפן דראגס (אגב איז די בילד אין קאנאדא דאכצעך נישט אפילו אין אמעריקע) קען מען ברענגען הונדערט טויזנט לינקס ווי מיליאנען מענטשן אין די רייכע אמעריקע הונגערן ממש!!! זיי וואוינען אין טרעילארס און האבן נישט קיין טאפ ווי אריינצופישן, ביסט ארומגעפארן אין גאנץ אמעריקע? איך יא! און איך האב מיך עס אליינס איבערצייגט! אבער קודם הייב אן מיט די מענטשן וואס דו פערזענליך קענסט, רוב מענטשן וואס דו קענסט קענען נישט אויסלעבן די חודש אן די הילף פון די גאווערמענט!

ווייסט ווער ס'נעמט די מערסטע דראגס אין אמעריקע? נישט די פודסטעמפס געניסער, נאר די רייכע וואל-סטריט חברה! זיי לעבן אלע אויף קאוק! טאג און נאכט נעמען זיי אלע שעדליכע דראגס, אויף פארק עוועניא אין מאנהעטן אין זייערע פאלאצן פארקויפט מען א טאג צעהן מאל אזויפיל דראגס ווי אין גאנץ הארלעם!

די זעלבע מענטשען וואס באצאלן נישט קיין טעקסעס און דרייען זיך ארויס מיט זייערע גימיקס און קאונעקשאנס, זיי טענה'ן אז מ'זאל ח"ו נישט הייבן די מינימום וועידזש פון אכט דאללער א שעה..
דריי א קאפ פאר א צווייטן..

די רבי George carlin האט גוט דעסקרייבט אמעריקע'ס עקאנאמישע סיסטעם:

The upper class: keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class: pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there... just to scare the shit out of the middle class. Keep them showing up to those jobs

גראף » פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 10:06 am

· #357875
Re: מאסן FBI אבלאוועס אין קרית יואל און מאנסי
@שבת אחים איך בין נייגעריג צו וויסן די סטאטיסטיקס פון די עוורידזש זשאו דער לינקע און רעכטע וויפיל צדקה זיי טיילן פאר ארימער מענטשן. מען זאל אבער נישט רעכענען געלט פאר צוועקן ווי ענווייערמענט וכו' נאר פשוט צדקה פאר עניי העיר.

שבת אחים » פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 10:44 am

· #357876
פאר מ'גייט ווייטער, די רעכטע געבן געווענטליך צדקה פאר זייערע 'רייכע' קאטוילישע און קריסטליכע קירכעס, נישט פאר די ארימעלייט! די מערסטע צדקה געבן די לינקע, א שטייגער ווי ביל געיטס און מארק צוקערבערג און נאך, מיט ראמני געט צדקה פאר זיין רייכע מארמאן קירכע און ער רעכנט עס אראפ פון טעקסעס, איך און דו און רוב אמעריקאנער האבן גארנישט פארדינט פון די געשעפט...

גראף » פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 10:50 am

· #357877
Re: מאסן FBI אבלאוועס אין קרית יואל און מאנסי
איך פרעג וועגן די עוורידזש זשאו נישט די רייכע. לגבי געלט פאר קירכעס מיין איך אז די ווייסע זענען נישט אזוי פארליבט מיט די גלח ווי די לאטינא קאטאליקן.

שבת אחים » פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 11:42 am

· #357884
נארישקייטן, דו קענסט נישט די ווייסע evangelicals אין די בייבעל-בעילט אין אמעריקע, ביסט שוין אמאל געוועהן אין אלאבאמא אדער אייאווא? איך יא!

יעדער וואס איז געלאפן פאר פרעזידענט אויף די רעפובליקאנער זייט ביי די לעצטע עלעקשאנס זענען געשוואוירענע פאנאטישע קריסטן, אויסער טראמפ וואס איז טאקע געוועהן א דעמאקראט (אויב עפעס) רוב פון זיין לעבן.

גראף » פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 11:47 am

· #357887
Re: מאסן FBI אבלאוועס אין קרית יואל און מאנסי
האסט א שפיץ.
בלאט: 1 2 3