☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה

ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10250

שטילע אינגערמאן » מוצ"ש מערץ 12, 2016 9:55 pm

· #324465
ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה
כ'ארבייט אין א פארבריק אין ניו זערסי ווי ביז א וויילע צירוק בין איך געווען די איינציגסטע איד דארט, קנאפע דריי יאר צירוק האט א אינגערמאן באקומען דארט א דזאב, ער האט געדינגען א קאר די ערשטע חודש אויפן דעת צו ליסין, אבער אז שטילע צאלט פיהר מאות פאר קומפורט אוטו פארוואס דארף ער אויך צאלן???? אין פון יענער טאג הייבט זיך אן מיין טאג מיט א רייד פאר דער ראציגע אינגערמאן פון א שעה צייט.

אינגערמאן טייערע, ווייסטו אז יוסף חיים גרינוולד ברענט טעגליך אונעם קאר וועגען דיר? ווען כבין אליין וואלט מסתמא געשפילט די ראדיו און אמאל אפי דזאסטין ביבער.
אינגערמאן טייערע, ווייסטו וועגען די רייכער איך מער נשיט אונעם קאר?
ווייסטו צוליב דיר קען איך נישט רעדן מיטן ווייב אויפ ספיקער אין הערען די נארישע קינצון פון די קינדער??
ווייסטו צוליב דיר ווען ס׳קומט מיר אונטער צו מאכן א נפיחה, וואלט איך געוואלט די גאנצע היי-וועי זאל ציטערן אבער לכבודך פארוואסער איך עס, אין כטריי בכל כוחי אין כשטרענג זיך אנטער מיט אלע סארט קינצען צו היסען בשעת מעשה??
ווייסטו אז כוואלט געוואלט רעדן מיט מיין מאמע הערען פונקטליך וועלכע קאשע זי האט אפגעקאכט יענער טאג, אבער לכבודך טוע איך עס נישט?
ווייסטו אז אינדערפרי שטינקסטו פון פיסק אז די מלאכי חבלה ציטערן פון שטיין אין דיין ד׳ אמות?? אין איך שלינג דאס טעגליך??
ווייסטו אז נאכן קאווע איז מיר געשמאק צו גרעפסן, אבער אלץ מענטשליכקייט טוע איך עס נישט?
ווייסטו אז איך ליין ק״ש געווענדליך בשעתן דריווען אבער אלץ חשש גילוי ליין איך נישט אויפן וועג צום ארבייט?
די מיינסט דיינע מעשיות מיט דיין נארישע ווייב אינטרעסירט מיר? כגעב נישט קיין צוויי שיטס דערפאר.
די ווייסט די טונא סענדיוויטש די עסט טעגליך מאכט א בראך אין קאר ערגער ווי א פליגער?
אין יעדער מאל דיין פליפ פאון צוקלינקט זיך פיהרסטו שמוסען כאילו ביסט ביי די אין די וויינגארטען, דאס מאכט מיר די בלוט אין קאפ שיסן???
לאמער נישט פארגעסן, די תנאי מיט צוויי יאר צירוק איז געווען אז די גייסט ווארטן אינדרויסען פון מיין הויז, אפאר חדשים שפעטער האב איך געדארפט ווארטן אויפן קארנער ווייל כפאהר ״עני וועי״ אדורך, דערנאך איז עס געווען ביי דיין קארנער, היינט ווארט איך שוין אינדרויסען פון דיין טיר, אין אמאל ווארט איך 5-10 מינוט אויך.
איז די אמאל אנגעפאלן די זאגן שקויח? האסט אמאל געטראכט אז שטילע איז נישט דיין טיפ אין דארף דיין קאמפעני ווי א לאך אין....? ניין וועג.
האלסט נישט אז מענטשליכקייט איז אז איידער די רוקסט זיך ארויס דיין גראבע מחילה פון מיין קאר זאלסטו מיר דאנקען ווי א נארמאלע מענטש????
נאר די נעמסט אן מיט א פשטות אז אזוי קומט, סקומט שטילע זאל דיר נעמען, ער פאהרט סיי ווי אין יעדער האט ליב צו פאהרן א לאנגע נסיעה מיט גוטע קאמפעני (כאכאכא).

אבער כהאב מיך געלערנט א פיינע לעסאן פון דיר, כבין די זעלבע אומ-מענטש ווי דיר אין אפי ערגער.


יעצט צו ענק חברים דא אין שטיבעל. (כרעדט צו מיר אויך)
איז איינער אמאל בייגעפאלען צו דאנקען אונזער טייערע קעלנער? זייט ק״ש שטייט האט ער איין מאל באקומען א אישי פון איינער פון די טוזענטע ליינער זאגן א דאנק??? א נעכטיגע טאג.
קעלנער איז א עכטע עסקן, ער טוט לטובת הציבור אן באקומען א משהו געלט, אןבאקומען א משהו רעקאגנישען.
ווען וועלט איז וועלט, ביי די קומענדיגע כ״א דינער איז ער די רעדנער צווישען עבי אייזנער מיט טשאקי שמאקי שומער.
א איד וואס טוט פאר אונז שלא ע״מ לקבל פרס, געבט אוועק לאב אין לעבן, בעת אונז זיצן אין האקן פופיטעס אדער רעדן לשון הרע, הארגעט ער זיך מיט עפעס א צודרייטע מושב זקנים, מעקט, סטראשעט, שרייט, מעקט נאכאמאל.
האט איינער אמאל בכלל געטראכט אז ק״ש פאהרט נישט אן א קאפיטאן? די עולם דא האט עס גענומען פאר גרענטיד, מהאט עיהם נאך אפי באוואשען, אין געפענט אשכולות קעגן עיהם..

מיין באליבטע קעלנער, די ביסט אונזער עכטע עסקן, נישט פרידמאן מיט נידערמאן וואס טוען שיט פאר אונז אין באקומען בילדער אין די צייטונגען ווי זיי פארטראגראיפען זיך מיט וויכטיג מאכערס.
ווען די מאכסט חתונה דארף זיין אין די איד אין די בלאט א דאבל פעידז מיט טיטלען אין פידלען מיט טרויבען, נישט ווען זיי מאכן חתונה, ווען די מאכסט בר מצווה דארפ קומען גרינפעלד מיט הייקינד אין די קישן די אחור אין דערנאך פאוסטען א בילד דערפון אויפ טוויטער, נישט נידערמאן מיט כווייס ווער.
You are my freakin hero.
הריני מודה והתוודה, כשעם זיך פון זיך אליין כהאב די נישט געגעבן די קעדיט סקומט דיר, די ביסט די בעסט בעסט בעסט בעסט.
אבער געדענק, דאס איז א עולם השקר, אויפ יענער וועלט וועט מען די טראגען אויפן אקסלען, מוועט שרייען ככה יעשה לאיש אשר עשה בשביל הציבור בצנעה.

קל וחומר » מוצ"ש מערץ 12, 2016 10:08 pm

· #324467
Re: ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה
אפאר הערות:

קודם כל האבעך דיר שוין לאנג געזאגט אז כ'בין א היבשער חסיד פון ביעבער.

שנית, דאכצעך אז איך נפחה עניטיים אזוי סאך ווי דיר ממילא האסטע נישט פארוועם זיך צו שעמען.

שלישית, כ'ווייס שוין לאנג אז דו ביזט שטילע, כ'האב דיר פשוט נישט געוואלט מצער זיין און אויסזאגן.

בנוגע די שכויעך'ס האבעך אנגענומען ווי ר' חיים אז יעדע רגע ווערט געשאפן נאך א חלות קידושין, וכן למזל טוב, די זעלבע אויך מיין ערשטע שכויעך האט געפטר'ט אלע אנדערע טעג.

נ.ב. מאנטיג וועלעך זיין מיט א האלבע שעה שפעטער, קענסט דערווייל קויפן/עסן פרישטיג.

שטילע אינגערמאן » מוצ"ש מערץ 12, 2016 10:14 pm

· #324471
מאך נישט די משל פאר די נמשל. סאיז א ערענצטע מאמענט דא אין שטיבעל בכלל אין דער אשכול בפרט,
כפארשטיי בכלל נישט ווי אזוי אנדערע ניקס זענען יעצט אקטיוו אין שמייכעל.

קל וחומר » מוצ"ש מערץ 12, 2016 10:18 pm

· #324473
על הצד אז ס'איז א פורים שפיל (בסך הכל איז די הודעה געקומען ר"ח אדר) וויל דעך קיינער נישט בלייבן לעקיש.

קל וחומר » מוצ"ש מערץ 12, 2016 10:19 pm

· #324474
אזוי צו אזוי, איז דיין מעסעדש א ריכטיגער און טיעפער!

ליפא » מוצ"ש מערץ 12, 2016 10:52 pm

· #324480
פארשטיי נישט!

מיכאל שניצלער נישט

ביביר יא???

😃

שטילע אינגערמאן » מוצ"ש מערץ 12, 2016 10:53 pm

· #324481
ליפא
פארשטיי נישט!

מיכאל שניצלער נישט

ביביר יא???

😃


מיר אין מיין ווייב ביידע ניצן די זעלבע ניק, זי האט נישט ליב מיכאל

כפתור » מוצ"ש מערץ 12, 2016 11:28 pm

· #324491
אפשר קען טאקע איינער מסביר זיין פארן עולם ווי אזוי ארבייט די סייט? וואס טוט קעלנער? ברויך ער טאקע זיין 24/6 ביזי דערמיט? אויב יא, איז טאקע א שווערע זשאב, ווי קעמען פארלאנגען פון א מענטש דאס ציטוען בלי שום תשלים גמול?
אולי ווען דער עולם וואלט געוואוסט וואס דאס אינוואלווד און די שווערע עבודה וואס ער לייגט אריין, וואלט מען געווען מער דאנקבאר און אנגעטראגן הילף

ירא שמים » מוצ"ש מערץ 12, 2016 11:32 pm

· #324492
Re: ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה
די עולם האט אמאל צו שטייער געגעבן הילף דורך די גבאים פונקציע ביז דאס איז משום סיבה לא נודעת בטל געווארן.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 13, 2016 12:29 am

· #324510
שטילע יונגערמאן: איך האב אויכעט עטליכע קליינע באמערקונגען אויף דיין מאמר. נאר כ'האב געזעהן וואספארא פסק דו האסט אריינגעגעבן פאר קל וחומר האביך מיך דערשראקן. אעפ"כ (אף על פי קען, פאר די וועלכע זענען געזיצן אין קלאס און געחלומ'ט ווען די רבי האט פארגעלערנט די גמרא מיט די רש"י(.
מיין ערשטע הערה איז אז דו דאפסט זיך נישט שעמען צו שפירן א דערלייכטערונג אין מאגן דורך מנפח זיין. (אדער מפיח זיין). ווייל אז דיין פאראזיט און אויסניצער שעמט זיך נישט ארומצוגיין מיט א שטינקעדיגן פיסק. און ער איז צו פויל זיך אויסצוואשן זיין פיסק (נגד השו"ע) און נוצן טוטה פעיסט. ער האט נישט אזויפיהל סעלף רעספעקט, דארפסטו דיך בכלל נישט שעמען מנפח צו זיין אין זיין געגנווארט.
די צווייטע הערה: אז דיין ליינען קריאת שמע של שחרית אין דיין קאר וועט דיך בכלל נישט ברענגען צו גילוי. ווייל איך טוה עס אויך. און נאך א סאך יודן. ממילא וועט מען נישט וויסן ווער דו ביסט. נאר איין זאך וויל איך פארשטיין. ווען דו ביסט אויפ'ן דזשי. דאבליו. למשל. און דו ווילסט זאגן שמע ישראל מאכסטו צו די אויגן און דו לייגסט טאקע ארויף די הענט אויף די אויגן. און די קאר פארט מיט א שנעלקייט פון 65 מייל א שעה...?!

אחד העם » זונטאג מערץ 13, 2016 3:35 am

· #324539
דער ניצט דיך שוין אויס א לאנגע צייט, מעגסט שוין שטעלן א ווידערשטאנד.
ולהענין, קען זיין אז שש זאגט עפעס.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 13, 2016 4:59 am

· #324553
berlbalaguleh

די צווייטע הערה: אז דיין ליינען קריאת שמע של שחרית אין דיין קאר וועט דיך בכלל נישט ברענגען צו גילוי

ער רעדט נישט פון קריאת שמע של שחרית, נאר של בין הערביים..

פארשוויגען » זונטאג מערץ 13, 2016 11:44 am

· #324590
[ציטאט אראפגענומען]


קיינער ווייסט נישט ווער קעלנער איז, ווער זאגט ער האט נישט באקומען קיין געלט פאר זיין ארבעט? ווער זאגט ער איז דער וואס צאלט פאר די סייט? ווער ווייסט בכלל וואס זיין אגענדע איז? די תמימות דא איז אין לשער.

קל וחומר » זונטאג מערץ 13, 2016 11:50 am

· #324595
און טאמער צאלט אים איינער?
האלטסט אז ער וואלט געשריבן אזא מודעה מדעת עצמו?
מאכסט נאר שווערער די קשיא!

לית דין בר נש » זונטאג מערץ 13, 2016 11:51 am

· #324596
ווי אזוי ווייסטו אז קיינער ווייסט נישט?
איך ווייס נאך נישט דיין אגענדע!

פארשוויגען » זונטאג מערץ 13, 2016 11:53 am

· #324600
אפשר האט ער באקומען א נייע דזשאב וואס צאלט בעסער צווואס.

קיינער ווייסט נישט זיין אגענדע ווייל ער זאגט נישט.

קל וחומר » זונטאג מערץ 13, 2016 11:55 am

· #324601
אהא, און ווער האט אים געדינגען?
קען יענער נישט 'צאלן' א צווייטן?

פארשוויגען » זונטאג מערץ 13, 2016 11:56 am

· #324603
אפשר האט יענער שוין נישט קיין געלט
אפשר האט ער מחליט געווען תשובה צו טוהן און נישט שטיצען אזא טריפה'נע פלאץ
אפשר האט ער מחליט געווען צו ווערן פריי און נישט שטיצען אזא כשר'ע פלאץ
גיי ווייס
אלס איז דאך אטאמישע סודות דא.

שטילע אינגערמאן » זונטאג מערץ 13, 2016 12:00 pm

· #324605
פארשוויגען
אפשר האט יענער שוין נישט קיין געלט
אפשר האט ער מחליט געווען תשובה צו טוהן און נישט שטיצען אזא טריפה'נע פלאץ
אפשר האט ער מחליט געווען צו ווערן פריי און נישט שטיצען אזא כשר'ע פלאץ
גיי ווייס
אלס איז דאך אטאמישע סודות דא.


כוואלט די זיכער געראטען זאלסט ניצן דיין ניק נאמען, פיהר עס אויס מכח אל הפועל, דאנקעשיין פון פאראויס

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 13, 2016 12:19 pm

· #324616
פארשוויגן פארוואס ביסטו אוועק פון אייוועלט? גיי צוריק און לאז לעבן.

מפוזרי » זונטאג מערץ 13, 2016 12:41 pm

· #324639
Re: ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה
@שטילע יונגערמאן, אין המשל דומה לנמשל. אנדערש ווי דיין קאר, וואלט דער שטיבל נישט געווען קיין געשמאקער פלאץ אן קיין מיטפארער. די אלע וואס האבן דא געשריבן זענען פולע שותפים אין דעם פלאץ און דערזערווען א ריספעקטפול יחס. קעלנער'ס עדיטוט צום ציבור אין יעצטיגן מאמענט איז uncalled און undeserved. דיין אים אויסמשל'ן ווי א גוט הארץ וואס לאזט זיך אויסנוצן פון א באנדע סאקערס איז נאך אסאך מער uncalled און disrespectful!

מפוזרי » זונטאג מערץ 13, 2016 12:45 pm

· #324646
Re: ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה
עניוועי, כ'גלייב נישט וועסט עפעס אויפטון מיט די ת' לעקעריי

מפוזרי » זונטאג מערץ 13, 2016 12:46 pm

· #324648
Re: ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה
שמעקעדיג
פארשוויגן פארוואס ביסטו אוועק פון אייוועלט? גיי צוריק און לאז לעבן.

און ווי גייסטו אין א וואך ארום?

קל וחומר » זונטאג מערץ 13, 2016 12:57 pm

· #324651
מפוזרי
@שטילע יונגערמאן, אין המשל דומה לנמשל. אנדערש ווי דיין קאר, וואלט דער שטיבל נישט געווען קיין געשמאקער פלאץ אן קיין מיטפארער. די אלע וואס האבן דא געשריבן זענען פולע שותפים אין דעם פלאץ און דערזערווען א ריספעקטפול יחס. קעלנער'ס עדיטוט צום ציבור אין יעצטיגן מאמענט איז uncalled און undeserved. דיין אים אויסמשל'ן ווי א גוט הארץ וואס לאזט זיך אויסנוצן פון א באנדע סאקערס איז נאך אסאך מער uncalled און disrespectful!


במחילת כבודך,
די סיבה פארוואס אלע שרייבער האבן דא געשריבן איז זייער א פשוטע, מענטשן האבן ליעב ארויסצוגעבן זייערע טאלאנטן, ידיעות, חכמה וכו', אזוי ווי די באקאנטע מאמר 'יותר ממה שהפר רוצה לינק הפרה רוצה להניק'.
די סיבה פארוואס @אנאנים האט מסכים געווען צו זיין פארנומען די אלע יארן מיטן שטיבל איז שוין שווערער מסביר צו זיין, אזויפיל איז זיכער אז ס'קומט אים אן הכרת הטוב פאר אלע זיינע ארבעט און כחות וואס ער האט דא אריינגעלייגט.

מפוזרי » זונטאג מערץ 13, 2016 1:04 pm

· #324653
Re: ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה
אמת, ס'קומט אים טאקע הכרת הטוב, אבער אונז האב מיר אויך רעכטן. ס'קומט אונז אויך עפעס, און מ'דארף אים נישט פאלן צו די פיס און זיך בעטן פאר חסד חנם.

קל וחומר » זונטאג מערץ 13, 2016 1:11 pm

· #324656
וואסארע רעכטן פונקט?
אז ער האט געטוען מיט דיר א חסד חינם ביז יעצט און ס'דיר קיינמאל נישט איינגעפאלן צו זאגן יישר כח קומט דיר נאך רעכטן אויך?!? אתמהה.

פארווייטוגט בינעך, טענות קען איך נישט האבן!
בס"ה האט ער אוועקגעגעבן הונדערטע אויב נישט טויזענטע שעות אז דאס פלאץ זאל זיין ריין, באקוועם, רואיג וכו', ער האט דיר בכלל נישט געדארפט דא אריין לאזן, דו ביזט אהערגעקומען פאר דיין הנאה וזהו.

מפוזרי » זונטאג מערץ 13, 2016 1:42 pm

· #324670
Re: ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה
אזוי, ער האט מיך בכלל נישט געדארפט אריינלאזן דא, איך הער...
בעצם וואלט ער געוואלט זיך דרייען דא איינער אליין, און רעדן צום ווייב אויפן טעלעפאן, נאר וויבאלד דער עולם האט געהערט אז ער איז א גוטהארציגער האט מען זיך ארויפגעזעצט אויף אים און גענומען א רייד.

נו, ער איז טאקע א גוטער אבער נאך אזויפיל יאר מעג אים נמאס ווערן און זאלן די באנדע אויסנוצערס גיין לכל הרוחות. יא, ממש אזוי...

קל וחומר » זונטאג מערץ 13, 2016 1:52 pm

· #324672
כ'הער,
ווען דו ביזט אריינגעקומען האסטו געוואלט צוליב טוהן קעלנער מחמת איזה סיבה...
קומט דיר טאקע אסאך פארדעם...

מפוזרי » זונטאג מערץ 13, 2016 2:27 pm

· #324689
Re: ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/7">viewtopic.php?p=7#p7</a><!-- l -->

מפוזרי » זונטאג מערץ 13, 2016 2:31 pm

· #324690
Re: ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה
מפוזרי
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=7#p7

זעה אות א' פון די פרינציפן וואס די מנהלים האבן זיך זעלבסט פארפליכטעט.

שטילע אינגערמאן » זונטאג מערץ 13, 2016 2:31 pm

· #324691
מפוזרי
אזוי, ער האט מיך בכלל נישט געדארפט אריינלאזן דא, איך הער...
בעצם וואלט ער געוואלט זיך דרייען דא איינער אליין, און רעדן צום ווייב אויפן טעלעפאן, נאר וויבאלד דער עולם האט געהערט אז ער איז א גוטהארציגער האט מען זיך ארויפגעזעצט אויף אים און גענומען א רייד.

נו, ער איז טאקע א גוטער אבער נאך אזויפיל יאר מעג אים נמאס ווערן און זאלן די באנדע אויסנוצערס גיין לכל הרוחות. יא, ממש אזוי...

וואס חזרסטו אן מיין אשכול??? געט די גהינום ארויס פון דא, איין מער מאל כזעה די דא וועל איך עס מוזן נעמען צום נעקסט לעוועל.

מפוזרי » זונטאג מערץ 13, 2016 2:34 pm

· #324692
Re: ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה
איך פייף דיר אן! איך רייט אויף דיר, סאקער!

shem-tov » זונטאג מערץ 13, 2016 4:45 pm

· #324722
מפוזרי
איך פייף דיר אן! איך רייט אויף דיר, סאקער!


מפוזרי דער עולם איז יעצט גענוג אנגעצויגן וואס איז פשט פון די נערישע רייץ. סאיז זיין אשכול גיי דיר ערגעץ אנדערש

shem-tov » זונטאג מערץ 13, 2016 4:51 pm

· #324725
שטילע איז הונדערט פראצענט גערעכט אז מען האט זיך נישט גענוג מתבונן געווען במשך די יארן אז יש מנהיג לשטיבל דא איז דא א פריץ וואס לויפט אוועק פון פרסום וכבוד אבער מיר דארפן אים כסדר רימען און דאנקן אזוי ווי כהאב געשריבן גלייך אנפאנג ווען די בשורה איז אריינגעקומען. אבער פון די אנדערע זייט לאמיר נישט זיין בלינד איך בין זיכער אז דא איז דא אן אדשענדע די שאלה איז נאר וואס און ווער כנלענ"ד

shem-tov » זונטאג מערץ 13, 2016 4:57 pm

· #324728
שטילע כהאב זייער מורא אז מפוזרי איז דער פארשטינקענר יונגערמאן וואס די נעמסט מיט יעדן צופרי ווייל ער זאגט עפעס וועגן רייטן און דיך אויסאקן. זיי עס מברר

מפוזרי » זונטאג מערץ 13, 2016 7:13 pm

· #324756
Re: ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה
כאטשיג איינער כאפט די פאן.

מפוזרי » זונטאג מערץ 13, 2016 7:30 pm

· #324765
Re: ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה
shem-tov
מפוזרי
איך פייף דיר אן! איך רייט אויף דיר, סאקער!


מפוזרי דער עולם איז יעצט גענוג אנגעצויגן וואס איז פשט פון די נערישע רייץ. סאיז זיין אשכול גיי דיר ערגעץ אנדערש

אנטשולדיקט! ליין איבער וואס איך האב געשריבן פון אנהויב. איך האב געשריבן זייער נארמאל, על אף שחלקתי על דבריו. כ'האב קיינמאל אטאקירט קעלנער, אבער איך האלט אז מיר האבן די רעכט צו האבן א טענה אויף אים.

קומט זיך אן שטילע און עפנט א חזיר פיסקל, האב איך אים געענטפערט כאוולתו. ולדעתי מיט גרויס איינגעהאלטנהייט.

אגב, דיין טענה אז דאס איז 'זיין' אשכול, איז די זעלבע נארישע טענה פון שטילע. דא איז נישט זיין פריוואטע בלאג, ס'איז א ציבור'ישע פארום, און איך מעג זיך קריגן מיט אים, טאקע דא אויף 'זיין' אשכול.

מפוזרי » זונטאג מערץ 13, 2016 7:32 pm

· #324766
Re: ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה
[ציטאט אראפגענומען]

מחול לך!

מי אני » דינסטאג פעברואר 11, 2020 1:50 pm

· #442859
קל וחומר

די סיבה פארוואס אלע שרייבער האבן דא געשריבן איז זייער א פשוטע, מענטשן האבן ליעב ארויסצוגעבן זייערע טאלאנטן, ידיעות, חכמה וכו', אזוי ווי די באקאנטע מאמר 'יותר ממה שהפר רוצה לינק הפרה רוצה להניק'.

ובענין זה ז״ל של הרלב״ג [אין די קאנטעקסט פון נבואה] במלחמות ה׳ (מאמר ב פ״ו), כי טבע השלמות המגיע לבעל השלמות כן הוא רצוני שכאשר היה בשעור שיוכל להשפיע ממנו לזולתו תמצא לו תשוקה על שישפיע ולזאת הסבה יחברו החכמים בספר מה שישיגוהו מן החכמות וזה כי הם לא יחברו הספרים ההם לעצמם אבל ללמד לאנשים חכמתם ובזה נשלם זה המציאות ר"ל מפני תשוקת הנמצאים הנכבדים אל שישפיעו מהשלמות למי שלמטה מהם כפי מה שאפשר על צד החסר והחנינה, ע״כ ע״ש.

קומט זיך טאקע א ייש״כ פאר אלע שרייבערס דא, פעסט ענד פרעסענט, כל אחד בשמו/בניקו הטוב יבורך. ובפרט צו @סדרן וואס פירט דאס אן. ייש״כ.

הדסים » דינסטאג פעברואר 11, 2020 2:39 pm

· #442862
מי אני
קומט זיך טאקע א ייש״כ פאר אלע שרייבערס דא, פעסט ענד פרעסענט, כל אחד בשמו/בניקו הטוב יבורך. ובפרט צו @סדרן וואס פירט דאס אן. ייש״כ.

א דאנק פאר מי אני און אלע אנדערע שרייבער וואס געבן אסאך צו, און א דאנק פאר די וואס פירן דאס פלאץ.