דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #10179
36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10179
אין די בעקיארד ביסטו שוין געווען? דארט איז דא הינדערטער אדער גאר טויזענטער גארבידזש בעגס מיט סחורה. אפשר איז דארט זייערע גניזה.
א צוקער זיסע ארטיקל איבער א געשמאקע געשעפט.
איך האב אן עקסטרע הנאה ווי דו לייגסט אראפ דעם וויליאמסבורגן פארקויפער, אוי איז דאס א אידל. מיר זענען געווען גוטע Frenemies אין פארגאנגענע צייטן.
לאזט די באלעבאס טאקע נישט אריין בחורים אונטער די אכצן אדער איז דאס געווען קעגן מיר דווקא?

ר' קלמן פינטער איז געווען א רב אין געהאט זיין שול אויף 17 ביי 59. איך האב אפאר מאל געכאפט א שמועס מיט אים און יעדעס מאל האט ער מיר געזאגט אז ער לערנט בחברותא מיט ר' פישל הערשקאוויטש זז"ג. און אז ער האט התרת הוראה (איך געדענק נישט פון וועם)
[ציטאט אראפגענומען]
ווען די וואלסט געהאט אזא בארד ווי שש וואלט ער שוין איין מאל געדענקט דיין פרצוף
מיר האט ער די צווייטע מאל שיעור נישט אריינגעלאזט אין די חדר לפנים. ער האט מיך גוט געדענקט אפי' נאך א שטיק צייט.
[ציטאט אראפגענומען]
דא
פונקט דעם פרייטאג, פרעגט מיר דער מר. פינטער צו איך זוך עפעס ספעציעל, זאג איך אים ניין, זאגט ער "ס'איז שוין פארמאכט"!
גיי איך ארויס, כ'שטופ אוועק דעם מחזור'ל וואס האלט דעם טיר ברייט אפען, אין איך שלעפ צי דעם טיר, לקיים מה שאמר "שוין פארמאכט".
פינטערס מאכט דריימאל געלט אויף איין ספר,
קודם ביים אפנעמן די שימות, אין דערנאך ביים פארקויפן עס פאר די ביכערווערימלעך יונגעלייט, ובעיקר ווען ס׳קימט פסח אין די פרייליכע יונגעלייט דערזען זיך מיט די הויפענעס פארשטויבטע מציאות, וואס מהאט זיך איינגעהאדלט פין פינטערס דורך די יאר...
אין אזוי דרייט זיך דאס, וחוזר חלילה לקיים מה שנאמר ׳ונתנו׳ אהין אין ציריק...
ו(אין כאן המקום אויסצישמוסן די עדיקשן וואס געוויסע ליידן זיך איינציהאנדלן ספרים, עד שתכלה הפרוטה מן הכוס...)

יישר כח שש, זייער שיין אראפגעלייגט. איך וויל נאר מוסיף זיין איז איך האב פערזענליך געקענט ר' קלמיש'ן פאר אסאאאך יארן. דער איד איז געווען נישט סתם א רב פון א בית מדרש מיט התרת הוראה נאר א ת"ח עצום. ער איז געווען פון די פאר געציילטע אידן וואס האבן געהאט התרת הוראה (צווישן אנדערע) פון קלויזענבורגער רב זצ"ל. צו דעם האב איך געהערט פון אסאך אידן וואס געדענקען דאס נאך, אז איך די גוטע יארן ביים קלויזענבורגערס שיעורים און פשט'לעך איז ער געווען פון די געציילטע וועלכע פלעגן מיטהאלטן ביז סוף און דאס געקענט איבערזאגן שפעטער.
דרך אגב, זיין רביצין איז א שנעבאלג און א גרויסע מיוחסת. דער דרשן ר' אייזיק קרישעווסקי איז זיין איידעם.
דעם וויליאמבורגער איד'ל קען איך שוין אויך פערזענליך פאר עטליכע צענדליגער יארן. אבער אזוי האסטו עס גאר גוט אראפגעלייגט.
דאס בעסטע איז מיר געפאלן ווי דו האסט אראפגעלייגט דעם נאז זיינעם צו דערשמעקן דעם קויפער און לויט דעם אפמאכן דעם פרייז.
ד"א, איך געדענק נאך דעם געשעפט ווען עס איז געווען א געהעריגע ספרים געשעפט.

אנאנים: איך האב צוויי קליינע הערות אויף דיין מאמר, וועלכער איז כמים קרים על נפש עייפה (ווייל ס'איז שוין זונטיג פארטאגס. באלד זמן תפילת שחרית.)
א) .הרב קלמן פינטער'ס רעבעצין תחי' איז טאקע א מיוחסת. איך מיין דא יחוס עצמה. ווייל איך געדענק נאך ווען דאס איז געווען א געהעריגע ספרים געשעפט און ר'האט בעיקר פארקויפט נייע ספרים און א סאך כולל יונגעלייט (נישט איך. כ'בין אייביג געווען א בעל עגלה. ב"ה.) וועלכע פלעגן זוכן נייע ספרים, מפרשי הש"ס, ראשונים ואחרונים. האט די רביצין אויסגערעכנט, און זיך צומאל מפלפל געווען און ארויסגעוויזן געוולאדיגע ידיעות אין מהות פון די ספרים. זי האט געשמועסט מיט די כולל יונגעלייט כאחד חברי הכולל. איך האב נאכנישט געזעהן א פרוי וואס זאלל האבן אזא בקיאות אין מפרשי הש"ס ושו"ע ווי די אידענע.
ב). מ'האט דארט (שוין אונטער די אנפיהרערשאפט פון דעם בן יקיר) געפילמ'ט א מאווי וואס הייסט ..."דהע בעליעווער"... אין וועלכן א אידישער בחור, א געוועזענער ישיבה בחור, האט מכמה סיבות אנטוויקלט א שנאה עצומה צו אידן בכלל. און ר'איז געווארן א טייל פון א נעא-נאצי גענג. און וואו ער האט נאר געקענט האט ער געשלאגן אידישע בחורים און וואנדאליזירט אידישע געשעפטן און בתי מדרשים. און נאכדעם איז ער געווארן א בעל תשובה.
ווייל די עצם מהות פון די מעשה וועלכע האטציך אפגעשפיעלט אין פינטער'ס געשעפט איז א לאוו סטארי. מסתמא האט ער אריינבאקומען א גוטע אפותיקי פאר לאזן פילמירן אין זיין געשעפט.
איך האב א דריטע הערה איבער דעם עצם מהות ה'בעה"ב הצעיר. נאר דאס גייט שוין אריין אין גדר לשון הרע...!
נ.ב.: איך האב קאנפידענציאלע ידיעות אז די רביצין פינטער שתליט"א איז לעצטנס נישט אזוי שטארק מתפקד. זי וואוינט העכער דעם געשעפט...!

איך האב געהערט אבער נישט זוכה געווען צו באזוכען דער געשעפעט. לעיקוואוד האט אויך א שמות איד וואס פיהרט אן דער ונתנו ביזנעס, אבער קיין עכטע ערפינדונגען האב איך קיינמאל דארט נישט געטראפען. יא, אלטע דרוקען פאר ביליגער, צו א סט פון מחזור כל בו וואס איך נוץ און ס'איז נישט בנמצא פאר ווייניגער ווי $200 און דארט געווען צוואנציג. אבער חתימות וכדו' נישט.
דער פינטער איז מסתמא פון די ביקאווסקער פינטער'ס, פונקט ווי ר' שמעלקא פון לאנדאן און אלע פינטער'ס וואס זענען געווארען ישיביש, ניין?
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

אין פינטער'ס האב איך אויך זוכה געווען צו קויפן דאס ביכל 'מיין לעבן' פון קווארטין (נישט פאר כ'האב זיכער געמאכט אז דער וויליאמסבורגער איד'ל געפינט זיך נישט דארט).
ס'קומט נישט ממש אריין דא, אבער איינער האט שוין דערמאנט אז אסאך מענטשן האבן אן אומפארשטענדליכע אבסעסיע צו קויפן ספרים על אף זיי גייען אפשר קיינמאל נישט אריינקוקן דארט, און אסאך מאל קויפט מען דאס מיט שווער געהארעוועטע געלט פון די ווייב. כ'קען איינער וואס האלט אין איין קויפן ספרים און זיין ווייב הרג'ט זיך אוועק צו ברענגן לחם לאכול
טמירס'קומט נישט ממש אריין דא, אבער איינער האט שוין דערמאנט אז אסאך מענטשן האבן אן אומפארשטענדליכע אבסעסיע צו קויפן ספרים על אף זיי גייען אפשר קיינמאל נישט אריינקוקן דארט, און אסאך מאל קויפט מען דאס מיט שווער געהארעוועטע געלט פון די ווייב. כ'קען איינער וואס האלט אין איין קויפן ספרים און זיין ווייב הרג'ט זיך אוועק צו ברענגן לחם לאכול
טמיר: ס'פעלן נישט קיין משוגעים. יענער איז מסתמא אויך א גרויסער בעל צדקה. ער טיילט פינווערס פאר א יעדן משולח פון א"י...!
כ'האב שוין אויך געקויפט דארט פארשידענע מציאות, יעדער רעדט עפעס אזוי פונעם וויליאמסבורגער אידל, כאילו ער כאפט וואס גייט פאר, ס'איז כשמו כן הוא, אז די ווייסט וויאזוי קענסטו אים נעמען פאר א רייד.
דרך אגב , איך וואלט פארגעשלאגן אריינצולייגן דעם ארטיקל אין שבת אחים, ווי צוטריט איז איינגעצוימט, כדי אז מ'זאל פונעם געשעפט ווייטער קענען הנאה האבן.

נהורא נפישא

הדד בן בדדיישר כח שש, זייער שיין אראפגעלייגט. איך וויל נאר מוסיף זיין איז איך האב פערזענליך געקענט ר' קלמיש'ן פאר אסאאאך יארן. דער איד איז געווען נישט סתם א רב פון א בית מדרש מיט התרת הוראה נאר א ת"ח עצום. ער איז געווען פון די פאר געציילטע אידן וואס האבן געהאט התרת הוראה (צווישן אנדערע) פון קלויזענבורגער רב זצ"ל. צו דעם האב איך געהערט פון אסאך אידן וואס געדענקען דאס נאך, אז איך די גוטע יארן ביים קלויזענבורגערס שיעורים און פשט'לעך איז ער געווען פון די געציילטע וועלכע פלעגן מיטהאלטן ביז סוף און דאס געקענט איבערזאגן שפעטער.
דרך אגב, זיין רביצין איז א שנעבאלג און א גרויסע מיוחסת. דער דרשן ר' אייזיק קרישעווסקי איז זיין איידעם.
דעם וויליאמבורגער איד'ל קען איך שוין אויך פערזענליך פאר עטליכע צענדליגער יארן. אבער אזוי האסטו עס גאר גוט אראפגעלייגט.
דאס בעסטע איז מיר געפאלן ווי דו האסט אראפגעלייגט דעם נאז זיינעם צו דערשמעקן דעם קויפער און לויט דעם אפמאכן דעם פרייז.
ד"א, איך געדענק נאך דעם געשעפט ווען עס איז געווען א געהעריגע ספרים געשעפט.
אויסער וואס רבי קלמן איז געווען א תלמיד חכם איז ער געווען א זעלטענער איידעלער און אצילות'דיגער מענטש, א גאלד-געגאסענער הארץ און בעל טובה.
מ'האט ביי אים געקענט דינגען אלטע ספרי תורות פאר נישקשה ביליגע פרייזן.
אנאנים: ייש"כ פאר דערמאנען דעם ביכל פון חיים גראדע, ..."דער שול הויף"...! איך האב עס אמאל געהאט געליינט. נאר כ'האב שוין פארגעסן רוב פון די מעשיות וועלכע ער ברענגט דארט אראפ. איין מעשה געדענק איך יא א ביסל..."ר' נחומ'ל דער מלווה"... דער תמצית פון די מעשה איז אז ס'געווען א איד ר' נחומ'ל, וועלכער האט געהאט רייכע קינדער אין אמעריקע און זיי האבן איהם געשיקט שטיצע. און לויט די עקאנאמישע סטאנדארטן אין פוילן/ליטא אין יענע צייטן איז ער געווען פארהעלטניסמעסיג א גביר. און ר'האט פארבארגט געלט פאר די נויטבאדערפטיגע ארימעלייט. נאר מ'האט געמוזט חתמ'נען א שטר הלוואה. און ס'געווען געוויסע מענטשן פאר וועלכע ער האט נישט געוואלט פארבארגן קיין געלט. ס'האט נישט געהאלפן קיין תחנונים. א ווערטל איז ארומגעגאנגען אין שטאט. אז ווען ר' נחומ'ל זאגט ניין, איז פארפאלן. מיט צוויי פייען...!
איך האלט מיך פאר א שטיקל בקי אין דעם גרויסן שרייבער און געוועזענעם ישיבה בחור, חיים גראדע'ס סיפורי מעשיות. איך האב אדורכגעליינט צוויי פון זיינע ביכלעך מ'דאשקא ל'דאשקא. ה"ה ..."לייבע לייזער'ס הויף"...און ..."דער שטומער מנין"... אין א יעדן איינעם פון די ביכלעך איז פארהאן דריי אדער פיהר הויפט מעשיות, וואו ער שילדערט געוויסע פערזענליכקייטן און כאראקטערס וועלכע האבן זיך געדרייט דארט. למשל אין דעם ביכל לייבע ל.'ס הויף שילדערט ער דארט אלע טיפן וועלכע האבן דארט געוואוינט. אריינגערעכנט דעם רב, וועלכער האט זיך אפגעזאגט פון זיין רבנות אין א קליין שטעטל. ווייל ער האט נישט געהאט קיין הארץ צו פסק'נען לחומרא פאר די ארימעלייט וועלכע זענען געקומען צו איהם פרעגן א שאלה. און ער לייגט אראפ די גאנצע היסטאריע פונ'ם רב פון אלס בחור, ווען ער איז געווען א גאר פרומער בחור, און ר'האט נישט געוואלט ארויסגיין אינמיטן דאווענען מנחה צו רעדן צו זיין מאמע וועלכע איז געקומען איהם באזוכן פון א ווייט'ן שטעטל, אוטיאן. און ער האט זיין גאנץ לעבן חרטה געהאט פארדעם. ווייל זי איז נפטר געווארן אינמיט'ן וועג. און ר'האט זי מער קיינמאל נישט געזעהן. אויך באשרייבט ער א טיפ פון א איד, ר' חזקיה דער שלאסער, וועלכער איז געווען א גרויסער ת"ח און זייער א פרומער. און די איראנישע פאסירונג וועלכע האטציך געטראפן מיט זיינע טעכטער...!
המשך יבוא, אי"ה...!

איך האב מיך אלץ געוואונדערט ווער עס איז דער אלטער איד וואס שלעפט זיך ארויס אויף א שטעקן מיט א גאנצע בינטל ספרים אויפן ריקן.. 😂
פרייוויליגאיך האב מיך אלץ געוואונדערט ווער עס איז דער אלטער איד וואס שלעפט זיך ארויס אויף א שטעקן מיט א גאנצע בינטל ספרים אויפן ריקן.. 😂
פרייוויליג: דו קענסט מיך ענדערש טרעפן זיצנדיג ביים רעדל אויפ'ן באס ווי ביי פינטער'ס..."ספרים" (און ביכער און ווידיאוס ...סטאר.(
ייש"כ.
ס'פעלט נאך א סיקור אויף די אנדערע אזעלכע ספרים אויך. ס'איז ווייט פון באשטעטיגט אז ארטסקרול האט גאר געמאכט א בעסער'ן דזשאב ווי מתיבתא צו.לובלין. מיר דאכט זיך אז ארטסקרול האט נישט ערליך פארדינט איהר נאמען. און די וואס האבען באקעמפט שטיינזאלץ (איין בריוו איז גאר א שוואכען קעמפף, אבער שוין) האבען אויך שטארק נישט געהאלטען פון ארטסקרול, נאר אמעריקאנע זאכען האבען זיי געלאזט פאר אמעריקא, און דעמאלס איז שאטענשטיין געווען נאר ענגליש.
די כשרונות פון הרב שטיינזאלץ איז טאקע א זאך, אבער איך וואלט געוואלט וויסען למעשה, זיין פירוש איז אקוראט? קלאר? אויסגעהאלטען? ער האט טאקע געקענט אפלערנען א שטיקל גמרא? איך פרעג ווייל איך ווייס נישט, נישט עפעס אנדעריש, און אסאך כשרונות ענדיגען זיך פאר'ן גמרא.

ס'איז נישטא קיין שום סיבה צו מתנגד זיין די ארטסקרול. זיי זענען מורא'דיג באווארענט, מען קען נישט טרעפן דארט קיין זאך וואס זאל קענען ווערן אויסגעטייטשט אלס זלזול אפילו אין א אחרון. אויך לגבי אגדות חז"ל גייען זיי ווי די קיצונית'דיגע מהלך, דוק ותשכח.
און לגבי דאס צושטעלן צו מתיבתא איז נעריש, זיי האבן געמאכט סאך סאך א בעסערע ארבעט. סיי מיט די געשמאקע לשון, סיי מיט וואס זיי שרייבן יא (יעדע פשוטע קשיא וואס ווערט שווער פאר א בעה"ב), און נאך מער מיט וואס זיי שרייבן "נישט"!
משא"כ מתיבתא איז נאר דא צאמצוהאקן אלע רייד וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין א ספר
Sent from my SPH-L900 using Tapatalk

שש מ'דארף אפטיילן דעם סקירה א' מאמר צו א באזונדערן אשכול איבער הרב שטיינזאלץ.
און אפשר אן אשכול איבער דאס איבערזעצען פון ש"ס אויף פארשידענע אופנים. טמיר האט געגעבען א שאס אז ס'איז נישט דא קיין טענות אויף ארטסקרול, נאר מתיבתא און פארשוויגען די וואס האלטען יא טענות אויף זיי. טאקע נישט ענדליך צו די טענות אויף הרב שטיינזאלץ, אבער טענות יא. טענות וואס גילטען אויף אלע פון די ש"ס פראיעקטען.
זאל יעדער שרייבען וועלכע גלייכט ער און פארוואס.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
זאל יעדער שרייבען וועלכע גלייכט ער און פארוואס.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
אנאנים: איבער דיין אפשאצונג פון הרב עדין שטיינזאלץ און זיין חיבור אויף די גמ'/ מסכתות הש"ס.
ער שרייבט אין די הקדמה צו איינס פון די מסכתות. (מעגליך מסכת ברכות.) אז די מטרה פון זיין חיבור איז, צו ערמעגליכן פאר די מענטשן וועלכע רעדן עברית, און זענען נישט געגאנגען אין ישיבות, צו פארשטיין די ווערטער פון די גמ'. ווייל לויט'ן לשון הגמ' פעללן א סאך ווערטער אין א יעדן זאץ פון די מאדערנע עברית וואס ווערט היינט גערעדט.
לויט דעם קומט אויס, אז די אונגערישע אידעלעך פון א געוויסע קהילה/חסידות, וועלכע זענען געווען פון די ערשטע צו קויפן די שטיינזאלץ גמרות,און זיי קענען נישט און רעדן נישט עברית, רח"ל, האבן גארנישט קיין הנאה געהאט פון אט די גמרות. און די זעלבע קהילה זענען געווען פון די ערשטע צו שטורעמען אקעיגן די גמרות. און אויך איינער פון מיין משפחה, א איד א ת"ח, וועלכער האט געהאט עטליכע מסכתות, האט זיי געוואלט לייגן אין שמות (שיימעס), האביך געזאגט אז ער זאלל זיי געבן פאר מיר... 😂 🙄

מאדנע ביז גאר ווייפיל מאל איך זאל אריבערגיין אין פורבירען צו טרעפן א מציאה גייט עס נישט אזוי שנעל און דא יואל מאטוועיעוו מיט איין באזוך האט ער זיך אנגשטויסען מיט אזאנע מציאות דריי שטיק אויף איינמאל אין א פראטעיסט אין דער זייט אויך... 😂 😂 😂
יעצט באקומען א מעסידז אויפן היים ליין.
אידן, יעצט פאר די ימי רחמים ורצון זאל מען אנזאגן אין די שטוב נישט ח״ו לאזן די קינדער אריין גיין אין פינטערס ספרים געשעפט ווייל ער פארקויפט טמענע ביכער, איי סאיז א בושה אז אינמיטן שטאט איז דא א געשעפט ואין פוצה פה בלא בלא בלא

שטאפענע קאפעליטש: איך האב אויך באקומען דעם זעלבן מעסידזש. דער בעל המימרא זאגט דארט אויכעט אז דער בעה"ב פונ'ם סטאר, יאנקל פינטער איז מטמא אידישע קינדער... ואין פוצה פה ומצפצף...איך האלט אז מ'דארף אויסבארגן פון די עיר הקדשה דעם באוואוסטן לוחם מלחמות ה' יואלי צימערמאן ער זאלל זיך אוועקשטעללן פאר פינטער'ס סטאר און שרייען פוי... הרה"צ ר' הערשל קלאר שליט"ע איז שוין ריטייערד. סייווי אלע זיינע קינדער האבן שוין אייגענע הייזער, ב"ה...!
בן אדםאין פינטער'ס האב איך אויך זוכה געווען צו קויפן דאס ביכל 'מיין לעבן' פון קווארטין (נישט פאר כ'האב זיכער געמאכט אז דער וויליאמסבורגער איד'ל געפינט זיך נישט דארט).
גילו אלערט!, יעצט ווייס איך ווער דו ביסט, דו האסט מיר געבארגט דאס ביכל, געדענקסט ?, חוץ אז פינטערס האט געהאט צוויי פון קווארטינס בוך ״מיין לעבן״ - איינע פון די אינטערסאנטע ביכער וואס כהאב נאר געליינט אין מיין לעבן...
נ״ב נישט גע׳דאגהט כ׳וועל נישט אויסזאגן פאר קיינעם ווער איר זענט.
מ'קען עס קויפען אויף עמעזאן
ליטוואק פון בודאפעסטמ'קען עס קויפען אויף עמעזאן
מ׳קען עס אויך ליינען/דאונלאודן אויף סטיווען שפילבערג׳ס סייט בחנם, מ׳רעדט דא פון אפאר יאהר צוריק פאר סאיז געוועהן אוועילעבל אויף די אינטערנעט.
איך האב נאר געמיינט מיין אדווערטייזינג, גארנישט מער. איך האב עס ארויפגעלייגט אויף עמעזאן
באמערקט אז ס'איז געשריבען ''אלוהים''. איז דאס דער ריכטיגע אויסלייג אדער א אנדערע סיבה אזוי צו שרייבן?
Sent from my XT1096 using Tapatalk
Sent from my XT1096 using Tapatalk
וואסי טאקע פשט? מילא השכלה און באהאלטענע אפיקורסות, אבער אפענע כפירה?
איז ער אזא אנאלפאבעט? צי וויל ער טאקע מסית ומדיח זיין?
איז ער אזא אנאלפאבעט? צי וויל ער טאקע מסית ומדיח זיין?
[ציטאט אראפגענומען]
כאפ יעצט אז דעס איז טאקע דער ריכטיגע אויסלייג...[emoji57]Sent from my XT1096 using Tapatalk