☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » רבי חיים קניבסקי ליידער נכשל געווארן אין ברכה לבטלה רח"ל

רבי חיים קניבסקי ליידער נכשל געווארן אין ברכה לבטלה רח"ל

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10156

רימון » דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 8:41 pm

· #321927
רבי חיים קניבסקי ליידער נכשל געווארן אין ברכה לבטלה רח"ל
דרייט זיך ארום א טשאדעלע באדעלע מעשה מיט א קעניג וואס איז געקומען באזוכן רבי חיים קניבסקי און הערנדיג אז ער איז אומשטאנד צו הרג'ענען, האט רבי חיים א כאפ געטון הוט און רעקל און געמאכט א ברכה לכבודו פונעם געערטן קייזער.
דער קייזער איז געווארן גאר פאפולער און ווערט שוין אינטערוויאירט אין אן אויסגאבע וואו ער מאכט באמבאסטישע סטעיטמענטס איבער עשרת השבטים און אז ער גייט זיך מגייר זיין און כמעט וואס קופת העיר וויל שוין קומען צו לויפן מיט א גרויסן פאפנדעקל פושקע זיך געזעגענען ביי דעם באהאלטענעם צדיק.
שטעלט זיך ארויס אז אין כאן לא קייזער ולא קעניג, זיין קעניגרייך איז אן אור-אלטער וויץ און די ברכה איז ליידער געווען א לבטלה, די גאנצע מעשה איז א פראוד און א הוילע געבעקס, ער איז קייזער אין טאגא ווי איך בין קייזער אין יעהופעץ, ווי דינובער רבי'לע אין דינוב, און ווי די קאפקעיק לעידי זאל האבן א בארד.
קוים וואס מ'קען עפעס טרעפן איבער דעם קעניג אויפ'ן אינטערנעט אויסער זיין אייגענע וועבסייט, און דא קענט איר זען אז סך הכל איז ער עפעס א קריסטליכער גייסטיגער וואס האט קיינמאל נישט גענעכטיגט נעבן קיין קעניג, טאגא האט כלל נישט קיין קעניג און איז בלויז א רעפובליק, די אמעריקאנער רעגירונג זעט אים נישט ווי קיין פארטרעטער פון טאגא, ער איז נישט קיין איד און נישט קיין עשרת השבטים, סתם א מיסיאנער, זיין שנאר קאסע סרח'ט, זיין יוגנט און עדיוקאציע איז מוטל בספק, א שווינדלער ככל השווינדלערס, ואגב תמימתו פון רבי חיים און די טפשות פון זיינע ארומיגע האט מען אים געלאזט נכשל ווערן אין א שם שמים לבטלה רח"ל.
ב"ה אז אונזער עולם גולם קען מען אלעס פארקויפן און מ'טוט אן עפעס א קריסט א בעל דמיון א טלית און א קאפל. מ'נעמט היי רעז בילדער, מ'זעצט אים לעבן בעל מבקשי אמונה וועלכער איז אים מכבד צו זאגן שלש סעודות תורה, און מ'פארקויפט און דרוקט זיינע באבקעס און שטותים און אטענשאן טוויסטס מיט פאנטאזיעס איבער א קעניג אויף קכ"ז מדינות וועלכע שפילט מיט לייבן ויאכלו ענוים וישבעו.
לאנג לעבן זאל אידישע ליטעראטור.
פעס אראפ די קעטשאפ פליז.

קל וחומר » דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 8:51 pm

· #321929
Re: רבי חיים קניבסקי ליידער נכשל געווארן אין ברכה לבטלה רח"ל
א באזונדערן לייק קומט פאר דעם 'פעס אראפ די קעטשאפ' פראזע!

רימון » דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 9:03 pm

· #321933
קיינער אין דער וועלט רעדט נישט פון דעם באם, זיין וועבזייטל איז א גוטער וויץ, און אויף די וויקיפעדיע בלאט פון טאגא איז נישט קיין זכר פון דעם הויכגעשפריצטן קעניג.
דא האט איר נאך אן ארטיקל שוין פאר צוואנציג יאר צוריק וואס האט שוין צענאר געמאכט דעם קעניג און זיינע ליגנטס.

ליפא » דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 9:16 pm

· #321938
יא

בעל מדות » דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 10:02 pm

· #321946
‏א שיין בילד פונעם בעל העשרת השבטים אינטערוויואירט אינעם טריביון די וואך
📎 IMG_20160218_213710.jpg

פארוואס? » פרייטאג פעברואר 19, 2016 5:02 am

· #321996
די שאלה איז לכאורה תלוי, אויב דער מלך האט פארמאגט אן אייפון ודומיו, ווייל טאמער נישט האט ער דאך געהאט א נאמנות.

געוואלדיג » פרייטאג פעברואר 19, 2016 8:14 am

· #322003
ווי עס הייסט יעצט, גייט קומענדיגע וואך זונטאג ווערן אפגעהאלטן א פארמאלע ברוך שם זאגן צערעמאניע, ווי ר' חיים קניבסקי שליט"א וועט נאכאמאל אנטוהן די הוט און רעקל און וועט באותו מקום מאכן ברוך שם, מען וועט אי"ה קענען געהאלפן ווערן מיט ישועות און רפואות, צו דערמאנען אייער נאמען ביים געהויבענעם מעמד שיקט אריין אייער נאמען צו קופת העיר פאר א מינימאלע אפצאהל.

ירח בן יומו » פרייטאג פעברואר 19, 2016 10:11 am

· #322015

berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 19, 2016 11:06 am

· #322028
ירח בן יומו:איך קען איינעם וועלכער האט מעורר געווען 2 הערות אויף דיין ליקוט מדברי הפוסקים, ראשונים ואחרונים. איבער די שקלא וטריא וועלכע ברכות מ'דארף מאכן בעת ביאת משיח צדקנו במהרה בימנו, אמן...והנה...א) פארדעם דארף מען זאגן די ברכה ברוך אתה ה'... וכו' גואל ישראל ווייל אויב מ'זאגט גאל ישראל...טאר מען שוין נישט אויסרעדן נאכדעם און אפילו נאכזאגן אמן אויך נישט...!
ב) . אויב מ'וועט מודה זיין אז משיח איז געקומען. וואס וועט הרב משה בער דרעק און דער באאל טשיווע הרב ישראל דוויד ווייס זאגן פאר זיינע פאלעסטינער פרענדס... 😂 🙄

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 19, 2016 11:30 am

· #322032
ס'ווענד זיך אויפ'ן ספק פון דער רמב"ם צו אליהו הנביא וועט קומען פאר משיח צו נאך דעם. טאמער ער קומט פאר משיח וועט ער אלס פסקנ'ן, וכמבואר בטוטו"ד בחי' הגרי"ז עה"ת פרשת פנחס.

מ'האט פארגעסען צוצולייגען דארט די ווערטער 'אין לברך עד שיתברר בברירות שזהו משיח, ומי שאינו אלא בחזקת שהוא משיח יש לדון אם מברכין על החזקות, ובכל אופן יש לעשות שאלת חכם'

ציבעלע-קיגל » פרייטאג פעברואר 19, 2016 12:42 pm

· #322036
רימון
און ווי די קאפקעיק לעידי זאל האבן א בארד.

זי האט גראדע יא געהאט א בארד

רימון » פרייטאג פעברואר 19, 2016 1:39 pm

· #322046
/

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 19, 2016 2:42 pm

· #322052
Re: רבי חיים קניבסקי ליידער נכשל געווארן אין ברכה לבטלה רח"ל
פון ר' חיים קאנייעווסקי, משיח, עשרת השבטים מיט'ן קעניג פון טאגע, איז מען אנגעקומען צום שטאט'ס משוגענער פון די ווייבער שול אין וומסב"ג, גאנץ פיין.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

מור וקציעה » מוצ"ש פעברואר 20, 2016 8:32 pm

· #322085
דער צוויבעל נייעס אגענטור פון חיים שאולה טענה'ט אז ר' חיים קנייבסקי האט שוין אן אלטער מנהג צו מאכן ברכות לבטלה

ואם קבלה הוא נאמין


זו לא הפעם הראשונה לכן אני מרשה לעצמי להעיר, הטעו אותו עד שברך בפרהסיה ברכה שהיום ברור כי היתה זו לבטלה

כבר כמה פעמים שר' חיים קנייבסקי נכשל בברכות לבטלה, לא אשכח לפני עשרים שנה ר' חיים היה נדיב בברכות כאלו וקבע כי מי שלא ראה את הרב שך שלשים יום עליו לעלות לביתו ולברך את ברכת שחלק מחכמתו לבשר ושם - הרבנים ר' שלמה זלמן אויערבך ור' יוסף שלום אלישיב היו המומים אך חששו לצאת נגד שמא הרב שך יירד עליהם

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש פעברואר 20, 2016 8:34 pm

· #322087
Re: רבי חיים קניבסקי ליידער נכשל געווארן אין ברכה לבטלה רח"ל
'דער צוויבעל נייעס אגענטור' [THUMBS UP SIGN][THUMBS UP SIGN][THUMBS UP SIGN]

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

berlbalaguleh » מוצ"ש פעברואר 20, 2016 10:18 pm

· #322094
מור וקציעה: איך וויל נאר מעורר זיין א קליינע הערה. מ'ווארפט זיך דא מיט די גרעסטע גאונים (וצדיקים...?) פונ'ם דור. און מ'וועיסט נישט (קרעדיט: סקווירא רעבע שליט"ע) אז אויף א תלמיד חכם מאכט מען א ברכה..."ברוך שחלק מחכמתו ליראיו"...אויסער אז דער עולם האלט אז הרב ש"ך זצוקלאל-האהא איז ח"ו ניט גיווען א יוד...! אדער, אז ער איז ח"ו, הס מלהזכיר, נישט געווען א יראת שמים...טפו טפו טפו, עפרא לפומייהו...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש פעברואר 20, 2016 10:46 pm

· #322095
א. אויב פרעגט איהר אזוי, זאלט איהר בעסער פרעגען. אויף א חכם מישראל זאגט אשר חלק מחכמתו ליראיו, אויף א חכם מאומה"ע זאגט מען אשר נתן מחכמתו לבשר ודם, איז עס ממנ"פ שווער.

ב. @מור וקציעה האט אמאל זיך דערקלערט אלס נאך א ניק פון @berlbalaguleh, אויב אזוי רעדט מען דא צו זיך?!