☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס

קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס

141 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10109
בלאט: 1 2 3

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 16, 2016 1:20 pm

· #321606
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
נאכאמאל, וואס האט בחירות מיט הרב קוק? אגודה שלאגט זיך מיט ציונים, הרב קוק האט, לגבי געוויסע זאכען, מיטגעהאלטען די ציונים.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

געוואלדיג » דינסטאג פעברואר 16, 2016 1:26 pm

· #321607
עס האט טאקע נישט, נאר ביי איהם איז געווען ביידע אין די יוגנט, ער איז געווען א אנהענגער פון הרב קוק, און געווען א אגודה עסקן.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 16, 2016 3:39 pm

· #321625
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
דער איז א לץ, צו ער מיינט עס נעבעך ערנסט?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 16, 2016 4:16 pm

· #321629
אין מביאין ראי' מן ה..., אבער א ... זאגט אויך אמאל א גוטס, און ליידער מיט דעם ענין איז ער גערעכט. די קרענק פון די בלאט צו טרעפן אלץ א נקודה פארקערט ווי דעם צד שכנגד הייבט שוין אן גרוילן.

Kool man » דינסטאג פעברואר 16, 2016 6:16 pm

· #321643
[ציטאט אראפגענומען]

יא, כ'אב שוין דורעכגעטוהן, נישט געווהען צופיהל וואס צו טוהן, ווייל די אילת השחר איז געוועהן גאהר גרינג און אויבערפלעכליך, אין נחלת משה האב איך געטראפען פיהל טיפערע פשטים און לומדות..
פארמעקט דברי זלזול אויף א גדול בישראל.


נ.ב. קומענדיגע מאל וועט אזא תגובה גענצליך פארמעקט ווערן.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 16, 2016 6:56 pm

· #321649
וואו! אזוי שנעל צו פארמעקען אזש מ'האט קיין געלעגענהייט נישט געהאט צו ליינען!
ס'איז זייער וויכטיג צו ליינען און הערען די דברי בלע פון די עמי הארץ לבית אונגאר'ן. נאר אזוי קען מען זיי ריכטיג קענען. דאס איז די מיינונג פון די אלע קאהן'ס וואס גייען נישט אין בעט, אדער עסן אן צו זאגען מזונות צו וואס, און אז מ'באהאלט עס קען מען זיך איינרעדען אז דא רעדט זיך פון איינשטעטיגע מענטשען וואס האבען נאר עפעס אן אנדערע'ן מיינונג אין געוויסע זאכען.

mevakesh » דינסטאג פעברואר 16, 2016 7:28 pm

· #321650
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
געוואלדיג
ווער עס קען די ביאגראפיע פון ר' בנימין ראבינאוויטש ז"ל ווייסט אז בצעירותו פלעגט ער גיין כסדר צו מיטהאלטן של"ס ביי הרב קוק ז"ל, און ווי @דעת תורה האט שוין ערווענט איז די מטה הבחירות פון אגודת ישראל אין אונגארישע הייזער געווען זיין הויז.

כמדומה אז דו חלוםסט

יהושע חיים » דינסטאג פעברואר 16, 2016 7:30 pm

· #321652
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
איך האב געמיינט ער זאגט עס אויף א סארקאסטישע אופן ....
יעצט זעה איך אז ער מיינט עס נעבעך ערנסט

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

בן אדם » דינסטאג פעברואר 16, 2016 9:34 pm

· #321662
mevakesh
געוואלדיג
ווער עס קען די ביאגראפיע פון ר' בנימין ראבינאוויטש ז"ל ווייסט אז בצעירותו פלעגט ער גיין כסדר צו מיטהאלטן של"ס ביי הרב קוק ז"ל, און ווי @דעת תורה האט שוין ערווענט איז די מטה הבחירות פון אגודת ישראל אין אונגארישע הייזער געווען זיין הויז.

כמדומה אז דו חלוםסט



הרב קוק איז געווען באוואוסט מיט זיינע של"ש. אסאך ירושלים'ער אידן - בעיקר לומדים - פלעגן גיין צו זיין שלעשידעסער נהנה צו זיין פון זיינע הערליכע פילפולים, און יא, בתוכם 'קנאים נלהבים' ס'געווען א נארמאלע ערשיינונג. אפי' נאך די מחלוקת האט זיך פארשארפט.

געוואלדיג » דינסטאג פעברואר 16, 2016 10:50 pm

· #321668
mevakesh
געוואלדיג
ווער עס קען די ביאגראפיע פון ר' בנימין ראבינאוויטש ז"ל ווייסט אז בצעירותו פלעגט ער גיין כסדר צו מיטהאלטן של"ס ביי הרב קוק ז"ל, און ווי @דעת תורה האט שוין ערווענט איז די מטה הבחירות פון אגודת ישראל אין אונגארישע הייזער געווען זיין הויז.

כמדומה אז דו חלוםסט


ניין איך ווייס דאס בידיעה, יא עס איז כהיום פון די פארשוויגענע היסטאריע אבער פארט אמת.

געוואלדיג » מיטוואך פעברואר 17, 2016 12:32 pm

· #321732
אינטרעסאנט צו צו ברענגען די בילד פון שנת תשנ"ח
📎 הרב_שטיינמן_ר_משה_מסאטמר.jpg

Kool man » מיטוואך פעברואר 17, 2016 4:10 pm

· #321765
עכשיו בא לידי א קול קורא פון 15 יאהר צוריק, וואס רייסט אראפ רב שטיינמאן מיט זיינע פעולות אויף מגייס זיין יודישע בחורים לצבא השמד, אונטערגעשריבען טאהש, סקולען, באבוב, קארעלסבורג, ברך משה מסאטמאר, און נאך גאהר ערענסטע גדולי ישראל, [אבער פארשטייט זיך אהן ארויסשרייבען די נאמען,] די קול קורא איז גאנץ שארף, און מ'זעהט קלאהר וואס מ'האט שוין דעמאלץ געהאלטען אויף איהם און זיינע פעולות, זינט דאן האט ער זיך פיהל מעהר מגלה געוועהן אין אלע ענינים, אזוי אז היינט זענען די זאכען ידועים ומפורסמים

ס'אזי דא אשלי רברבי אויף וועהמען זיך אנצוכאפען, א קול קורא פון די פריערדיקע

געוואלדיג » מיטוואך פעברואר 17, 2016 4:17 pm

· #321767
לייג דאס ארויף

בן אדם » מיטוואך פעברואר 17, 2016 5:51 pm

· #321778
געוואלדיג
לייג דאס ארויף

פרייוויליג » מיטוואך פעברואר 17, 2016 6:07 pm

· #321782
ער מיינט דאס

לכאורה שקר ווי אנדערע טויזענט זאכן, ווייל סקולען, באבוב, טאהש האבן קיינמאל נישט געהאט קיין שטעלונג איבער די ענינים.

ביליג » מיטוואך פעברואר 17, 2016 6:29 pm

· #321783
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
דיין לינק ארבעט נישט page not found

ליפא » מיטוואך פעברואר 17, 2016 6:31 pm

· #321784
📎 IMG_20160217_183059.jpg

בן אדם » מיטוואך פעברואר 17, 2016 7:08 pm

· #321789
מסתם מיינט ער אז די ווערטער אויף די שווארצע בעקגראונד איז אויך פון די רבנים

Kool man » דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 12:53 pm

· #321853
פרייוויליג, אוודאי איז עס ליגענט, זיי זאגען דאך אנדערש ווי דו ווילסט..

שמעון וואלף » דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 2:20 pm

· #321864
ווי קען מען פארגלייכן די צוויי? די תשס"א קול קורא איז געשריבן מיט א נארמאלע שפראך און אטאקירט די געדאנק פון פרומע אידן גיין אין מיליטער. די חותמים זענען עפי"ר עלטערע און רעספעקטירטע רבנים. עטליכע חותמים רופט טאקע ארויס א געלעכטער, אבער רוב פון די חותמים קען מען דערהערן ובפרט אז מ'אטאקירט נישט רב שטיינמאן פערזענטליך.

געוואלדיג » דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 3:17 pm

· #321872
ייש"כ פאר ארויף לייגן, איך האב שוין געזעהן דעם קו"ק בעפאר נאר איך האב געוואלט יעדער זאל זעהן קלאר אז הרב שטיינמאן ווערט נישט דערמאנט אפילו ברמז, און יעצט איז די זמן צו קלאר מאכן אז הרב שטיינמאן מיט אלע טענות קעגן איהם האט קיינמאל נישט אויסגעדרוקט קיין שטיצע פאר נח"ל החרדי.

ירא שמים » דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 7:29 pm

· #321916
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
<a class="postlink" href="https://twitter.com/lipaschmeltzer/status/700376848707010560">https://twitter.com/lipaschmeltzer/stat ... 8707010560</a>
ערמאנטער רב שליט״א גיבט חיזוק פאר הרב שטיינמאן.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 21, 2016 5:46 pm

· #322188
דער שמועס דא זעט מיר אויס געבויט אויף א הנחה וואס מ'דארף אויסשמועס'ן.

די חולקים אויף נח"ל חרדי וכו' זאגען אז ס'האנדעלט זיך דא פון א גזירת שמד, און דער וואס שטיצט עס איז א שותף אין אפשמד'ען אידישע קינדער. דעריבער גיען זיי מיט א שריפטליכער חרב און א שפראכליכער חנית פון גאר שארפער רעדע מיט עקסטרעמער אויסדרוקען, זאגאר אויפ'ן מענטש אליינס וואס שטייט אונטער דעם, ווייל א שמד'ער איז דאך א ימח שמו'ניק פונקט ווי אלע ימח שמו'ניק'ס פון אלע דורות. ווידער טענה'ן אנדערע אז דאס מאכט נישט קיין חילוק לגבי הרב שטיינמאן זעלבסט, און ער בלייבט א צדיק מיט די אלע טענות אויף איינער פון זיין מעשים.

ווען מ'טרעפט אז דער סאטמארער רב, דער געוועזנער גייסטישער פיהרער פון די אונגארישער אימיגראנטען אין דער פאראייניגטע שטאטען, דערמאנט נישט קיין נעמען אין זיין ויואל משה און על הגאולה ועל התמורה, קען מען מיינען אז דער סבה דערצו איז א שוואכקייט אין די שיטה. ד.ה. אז הגם ער האט אזוי געהאלטען, ער האט אויך געגעבען רעכט צו זיין קעגענער צו האלטען אנדעריש, און דעריבער באפאלט ער זיי נישט מיט'ן נאמען. ס'קומט זיך זיי נישט באפאלט צו ווערען אויף א זאך אויף וואס זיי זענען בארעכטיגט.

דער נעקסטער לאגישע טריט אינ'ם חשבון גייט אויף א זיכערע וועג. ווען מ'איז קלאר אז יענער איז נישט גערעכט, איז דאס ארויסגייען מיט'ן נאמען ברייט בארעכטיגט. ד.ה. אז דער רבינ'ס שיטה אין ציונות איז נאך אלס מיט א שטיקל סימן שאלה, אבער דאס אז מ'טאר נישט צוברעכען סאטמאר'ס כח איז מער בארעכטיגט, והותר דמם של גאב"ד קאשוי ומאנטעווידאו ודעימייהו.

ווען מ'שלאגט זיך אויף נח"ל חרדי, קען מען מיינען אז דא ליגט דער פראבלעם. דער בלאט האלט אז ס'איז נאך מוטל בספק, און פאר דעם איז עס נישט אויסגעהאלטען צו באפאלען הרב שטיינמאן מיט זיין נאמען. און דאס אליינס איז די טענה אויף דער מטה אהרן; "היתכן א זאך וואס דער באבובער רבי האט שוין געחתמ'ט דערויף איז נאך מוטל בספק?", "ווי עס מעגליך אזא זאך? דער לצורך הענין'דיגע באקרוינטע פוסק הדור האט זיך שוין אויסגעדרוקט מיט'ן ווארט עמלק?", ובזה איז אוועק געפלויגען יעדער צל צד ספק אין אט די שיטה און דעריבער מעג מען רעדען אויף הרב שטיינמאן פערזענליך. די ספקות וואס זענען געשטאען אויף אלע מתירי הולכי הכותל המעופש, צו די משתתפי הבחירות, זענען פארשפרייט געווארען מעל גבי ראשו פון הרב שטיינמאן און זיין דין איז א וודאות'דיגע.

ווי איז ווען מ'זאגט אז די גאנצע הנחה איז נישט אין פלאץ? דער סבה נישט צו דערמאנען קיין נאמען האט גארנשיט מיט'ן רעכט פון די שיטה, אפילו ווען יענער מעג נישט פאלגען זיין געוויסען (ווען ס'וואלט געווען אזא זאך במציאות) איז עס אויך נישט ריכטיג ארויסצוגייען נגדו מיט זיין נאמען. דאס טוט פארשוואכען דער גאנצע מערכה פון אנהייב ביז'ן סוף, און טאמער מ'וויל אפשטעלען דער נח"ל ודעימיה, איז דער בעסטע זאך נישט דערמאנען קין שום נאמען. און וויבאלד ס'איז אזוי קלאר אז דאס האט ווייניגער אויסזיכטען צו געלונגען, קען מען אפשר קלערען אז גדער סבה דערצו האט נישט מיט'ן מערכה, נאר סתם מיט שלעכטע מדות. קנאות איז דער היתר צו טוהן וואס געווענדליך טאר מען נישט.

הא לך לשונו הזהב של שו"ת חתם סופר חלק ו - ליקוטים סימן פה
ועוד בה שלישי' בתשובתי גם כי הארכתי קצת בדברים פשוטים רק לדחות האפיקורוס ואמנם נזהרתי מאוד שלא ללחום עם שום אדם ולא נזכר שום אדם באגרות שלי כלל ולא יראה החוצה שום התגרות אדם באדם כ"א האמת לוחם עם השקר

א געוואלדיגע לימוד ליגט במתק לשונו לדעתי. ווען מ'קומט זיך שלאגען דער אמת קעגען די שקר, דארף מען וויסען אז נאר דאס איז די זאך, ס'דארף בלייבען גאנצליך ריין, ברגע דער מענטש מישט זיך אריין, ס'איז שוין נישט דער זאך אליינס, איז מען אויף א גליטשיגער וועג.

סתם אזוי פראקטיש פארדינט מען מער פון רעדען פון דער זאך און נישט דער מענטש. דער מענטש לעבט נישט אויף אייביג און ער איז נישט די גאנצע פראבלעם. ווען מ'באקעמפט א זאך, קען מען עס באקעמפען אפילו ווען יענער לעבט שוין נישט, אפילו ווען א צווייטע טוט עס אויך, דער קעמפף שטייט פאר זיך אן דער מענטש.

נאך א פראקטישע נקודה: וויבאלד דער מענטש איז א פארצווייגטע זאך, ער פארנעמט אין זיך זיין פערזענלעכקייט, כשרונות, נאטור, משפחה און ארום און ארום, קען מען מיט א דרשה צו א צעטיל נישט אראפ קלאפען אזא גרויסע ווערטשאפט. ווען איינער האט א גוטע איבערלעבעניש מיט דער מענטש, איז עס אוממעגליך אז ער זאל זיך צושטעלען צום קעמפף אקעגען איהם, ווייל פון זיין שטאנדפונקט איז דער מענטש א פאזיטיווער. ווען דער זאך איז אבער דער נושא נישט דער מענטש, קען מען בלייבען שותפים אינ'ם קעמפף מיט יעדער איינער וואס האלט אין איינען מיט דיר, מ'האט נישט פארלוירען די וואס האבען אן אנדערע פערזענליכע באציאונג מיט'ן מענטש.

דעת תורה » זונטאג פעברואר 21, 2016 6:38 pm

· #322196
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
ענד יעט, איז דער חת"ס ארויס געקומען בחרב וחנית קעגן אהרן חארינער.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 21, 2016 7:41 pm

· #322205
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
דער המשך פון יענער תשובה איז משמע אז ער האט חרטה דערויף, עיי"ש. איינער וואס קען דער מעשה דארט בעסער זאל עס מסביר זיין

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

געוואלדיג » מאנטאג פעברואר 22, 2016 1:52 pm

· #322300
איך בין נאך אלס אומקלאר לגבי די מחאה קעגן הרב שטיינמאן, ווייל ווי שוין געזאגט איינמאל האב איך אין ערגעץ נישט געטראפן אז ער זאל שטיצן נח"ל החרדי.

מור וקציעה » זונטאג פעברואר 28, 2016 4:54 am

· #322814
דאכט זיך אז אין חזו''א 5 וואלט מען ענדערש געוואלט זעהן אזעלכע מופתים איבער זייערע בר פלוגתא אין שערי חסד אדער הפלס

פון הרב מייזעלס ווייסען זיי צו זאגען בערך וויפיל הרב מייזעלס האט געוויסט איבער זיי

הרב משה יהודה מייזלס זצ"ל נפטר בפתאומיות
בארה"ב הלך לעולמו השבת בפתאומיות הגאון רבי משה יהודה מייזלס אב"ד 'אבני שלמה' מונסי, מגדולי הקנאים. לאחרונה צרף חתימתו למכתב נגד מרן הגראי"ל שטיינמן בעניין חוק הגיוס

ישראל כהן|י"ט באדר א' תשעו 06:48 28.02.16


ברוך דיין האמת: בארה"ב הלך לעולמו השבת בפתאומיות הגאון רבי משה יהודה מייזלס אב"ד 'אבני שלמה' מונסי, בעת שהותו לנופש בפלורידה.

המנוח בן ה-66 הינו בן הרב הגאון רבי נתן יוסף מייזלס שהיה מראשי רבני חסידות סאטמר.

הרב מייזלס היה מגדולי הקנאים בחסידות ונחשב לתלמיד חכם גדול ובקיא בכל חלקי התורה. שאלות סבוכות בהלכה הגיעו לפתחו מכל רחבי ניו יורק והיה מכריע בהם.

בין היתר היה מרצה את משנתו האידיאולוגית הסדורה כנגד הציונות והמפלגות החרדיות בפני צעירי החסידים.

הרב מייזלס היה מראשוני החותמים על מכתב הנורא שיצא לאחרונה כנגד מרן ראש הישיבה הגראי"ל שטיינמן בעניין חוק הגיוס ושהופץ ברשתות החברתיות או במקומות שביקשו לפגוע בכבודו של ראש הישיבה.

הלוויתו יוצאת בשעה זו מפלורידה ובשעה 8 בבוקר תצא מבית המדרש סאטמר ברחוב ראדני שכונת וילאמסבורג ותעבור דרך בית מדרשו במונסי.
<a class="postlink" href="http://www.kikar.co.il/193844.html">http://www.kikar.co.il/193844.html</a>

שמעון וואלף » זונטאג פעברואר 28, 2016 10:39 am

· #322821
א פחד! ער'ס לכאורה געווען די חשוב'סטע פון די חותמים והקב"ה מדקדק עם הצדיקים כחוט השערה.

כ'האלט אבער ס'איז נישט די צייט דאס צו שרייבן ווען ס'איז נאך מתו מוטל לפניו

נהורא נפישא » זונטאג פעברואר 28, 2016 11:21 am

· #322824
מאכט זיך נישט נאריש, די קול קורא אנטקעגן שטיינמאן איז טפשות'דיג און נאריש, צו ר' משה יהודה איז נענש געווארן פאר דעם ווייס איך נישט איך בין נישט אין הימעל, ס'קען גאר זיין אז ער איז נענש געווארן אויפן חרם הקדמונים נישט אריינצוטרעטן אין פלארידע סטעיט, איין זאך ווייס איך אז ער ליידט די לעצטע פאר יאר אויפן הארץ, ס'איז שוין זיין צווייטע הארץ אטאקע, און דאס אלס נאך פאר ער האט אינטערגעשריבן, (און דזשאסט פאר די רעקארד, הרב מארגענשטערן ליידט געזונטהייט קאמפליקאציעס נאך בעפארן אינטערשרייבן) די שאלה איז נאר פארוואס הרב שטיינמאן קען נישט אינטערברענגען זיין זקן ממרא דארטן, בכל אופן דער שרייבער פון דער ארטיקל איז א פשוט'ער לץ און טשעפנאק וואס נעמט זיך אן פאר זיין פארטיי און מיינט גאר נישט כבוד התורה לאמיתו, ווייל ווען יא וואלט ער זיך נישט געטרויעט תולה צו זיין די מיתה פתאומית פון הרב משה יודא מדעת עצמו, וואס איז פונקט אזא מתמיד געווען ווי הרב שטיינמאן ( ווער ס' געווען א טראפעלע מער ווייס איך נישט) אלזא ער איז טאקע נישט געווען קיין גדול הדור, קען זיין ער האט נישט געקענט יעדן ר'חיים, אבער מען האט אים געקענעט פרעגן יעדן תוס' אין ש"ס און געוויסט צו ענטפערן אויפן פלאץ מיט א גרונדליכקייט, ער האט פארהערט צענדליגע מקצועות וועכנטליך, ער האט שטארק הנאה געהאט וווען מ'האט געקענט בפרט א בחור מיט שוואכע כשרונות, און ס'האט אים שטארק געגעסן ווען ער האט געזעהן אויף א בעל כשרון ווי ער האט גע'בטל'ט די וואך, ער איז געזעצן אין געלערנט אכצן שעה א טאג, קען זיין אז טאמעטאס האט ער יא געגעסן אין קארשן האט ער נישט געגעסן,איך ווייס נישט גענוי, אלזא אויב דער שרייבער וואלט ווען מורא געהאט פון בזיון ת"ח וואלט דער פראסטעניאק זיך נישט אריינגעמישט דארט ווי ער באלאנגט נישט צו זיין פון די מספרים אחרי מטתם של ת"ח.

טמיר » זונטאג פעברואר 28, 2016 11:42 am

· #322826
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
זייער א שטארקע פאינט. ס'איז דא גענוג אידן גרויסע מתמידים און פרושים וואס מ'מאכט נישט קיין עסק פון זיי, עס איז פשוט א מזל זאך אדער וואס. איינער קען הרב צוקער פון ווילי?

נהורא נפישא » זונטאג פעברואר 28, 2016 11:47 am

· #322829
נעוואדע, הרב צוקער איז א גאון עולם, און זיצט אין א ווינקעל אין מירער שטיבל.

ליפא » זונטאג פעברואר 28, 2016 12:48 pm

· #322840
,

יב הלוי סאלאווייטשיק » זונטאג פעברואר 28, 2016 3:32 pm

· #322853
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
פין וואנענט נעמסטו זיין גאונת.?
א וואילער יוד וואס זיצט אין ביה״מ מבוקר ועד הערב איז אויך געניג געזאגט.!
(מעוטף בטלית וטפילין רוב היום כמדומה.)

טמיר » זונטאג פעברואר 28, 2016 4:03 pm

· #322854
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
איך נישט פארהערט נישט עם און נישט הרב שטיינמאן, סא קען איך נישט זאגן נומבערס

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk

מור וקציעה » דינסטאג מערץ 22, 2016 10:04 pm

· #326155
'

ציבעלע-קיגל » מיטוואך מערץ 23, 2016 2:04 pm

· #326242
מור וקציעה
'


עעשששררתתת ......

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 23, 2016 2:11 pm

· #326246
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
קוק די שטעלער'ס וואס מ'האט פארטיילט 'מראשי עסקני בלאה בלאה '

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 5, 2017 7:51 pm

· #362010
ריכטיג: ווען איך ליין אזא פארשטונקענעם העסליכן שמוץ בלעטל ווייס איך נישט אויב איך זאלל לאכן אדער וויינען. איין זאך קען איך אבער ב"ה זאגן מיט א זיכערקייט אזוי ווי הילל הזקן האט געזאגט ווען ער האט געהערט א קריגעריי און שרייען מיט קולות. אז ר'איז זיכער אז ס'קומט נישט פון זיין שטוב. דאס זעלבע קען איך זאגן מיט א זיכערקייט. ב"ה אז קיין איינער פון מיין משפחה איז נישט פארבונדן מיט אזא שמוץ בלעטל. לא מיניה ולא מקצתיה...ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת וחיי עולם נטע בתוכנו...!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 2, 2017 10:06 pm

· #367962
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
איך האב נישט געטראפען קיין עכט פאסיגע פארום פאר דעם, וועט מען זיך מוזען באגענוגיגען מיט דעם



Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » זונטאג אפריל 2, 2017 10:18 pm

· #367966
אין לעיקוואד דארף עס טאקע א תיקון,
ביינונז חסידים האט דר'עולם טאקע נישט די בא'חנטע שיבישע אלטע סטיישאן וואגאנען, אבער מען נעמט אפט אויף היטשערס

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 2, 2017 10:35 pm

· #367971
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
הייסט׳ס ביסט מסכים. שטימט טאקע

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
בלאט: 1 2 3