קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
141 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10109
אויב ר' בנימין ראבינאוויטש, ר' מאיר בראנסדארפער, ר' אברהם לייטנער וכדומה האבן געזאגט וואס זיי האבען נישט געדארפט זאגען, געפסקנ'ט אן וויסען דער מציאות, און אריינגעלייגט קנאות און 'שיטות הקדושות' אין א פסק הלכה, האבען זיי אפשר גענוג אנדערע מעלות צו פארדעקען דער טעות, און איין טעות פסל'ט נישט אפ א מענטש.
ווען אפרוחים אשר לא נפקחו עיניהם, וואס אין זייער לעבען האבען זיי נישט געטוהן מער ווי חתמ'ן איין צעטעל, האבען נישט וואס צו פארדעקען זייער בשר ערוה, און בלייבען לשמצה בקמיהם ביז זיי וועלען עפעס טויגליך טוהן וואס קען פארדעקען זייער שאנד פון חתמ'ן אזעלכע נאנסענ"ס.
און טאקע נישט ווייל זיי הטלטען דער מיליטער אזוי געפערליך, נאר ווייל זיי שעצען אזוי גרינג דער חשיבות פון אזא מענטש ווי הרב שטיינמן וואס שטאמט נישט פון די זעלבע געגענט אין מזרח יוראפ, און אלע מענטשליכע און אידישע מעלות זיינער פארדעקען נישט דער גרויסע זינד, דעריבער קענען זיי פארדרייען הלכות און מימרות, חתימות און קנאות, אלס כדי ארויסצוברענגען דער חילוקי תרבויות ומדינות.
[ציטאט אראפגענומען]
זיי האבן עס געזאגט זייער רואיג, איך און נאך פילע אידן האבן עס געהערט פון זיי
עס איז שוין יא געווען בעבר ווען רבנים האבן געהאלטן אויף א ספעציפישער פערזאן אז ער העלפט מעביר זיין מן הדת אז מען האט אים פערזענליך מוקיע געווען בשער בת רבים.
ליטוואק פון בודאפעסטאויב ר' בנימין ראבינאוויטש, ר' מאיר בראנסדארפער, ר' אברהם לייטנער וכדומה האבן געזאגט וואס זיי האבען נישט געדארפט זאגען, געפסקנ'ט אן וויסען דער מציאות,
ווער ביסטו צו חולק זיין אויף זיי
וואנעט ווייסטו זיי האבען נישט מברר געווען די מציאות
רב שטיינמאן איז בכלל נישט געווען א איינגעשפארטע מענטש אלע האבען געקענט מיט אים רעדן און הערן הודאת בע"ד וואס ער האלט און טוט
און ס'ההאט געהאלפען א מכה בדופק טאקע, פונקט ווי היינט וועט עס העלפען. אבער דער ציל דא איז דאך נישט צו העלפען, נאר זיך אויסצורופען דער אייגענער עגזיסטענץ, א זאך וואס איז מיר נאך אלס שטארק מוטל בספק.
מ'האקט
ליטוואק פון בודאפעסטאון ס'ההאט געהאלפען א מכה בדופק טאקע, פונקט ווי היינט וועט עס העלפען. אבער דער ציל דא איז דאך נישט צו העלפען,
מהיכי תיתי
ביי טויזענטער אידן זענען די פערזאנען מבעבר אין א שווארצע היסטאריע, זייער מעגליך עס וועט דא אויך אזוי פאסירן
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
פראקטישעהייט, ווער וועט נישט גייען אין מיליטער וועגען די צעטעל?
האסט פארגעסען וואס דארף זיין דער מיל. דער מענטש איז גארנישט דער זאך
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
אבער פארוואס איז פאר נאך נישט דא?
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
אנאנים
אהן אריינרעדן בכלל אין דער גאנצע נושא וויל איך סך הכל וויסן איין זאך, מיינסטו טאקע אז מיטן שרייבן אויף דיין ליסטע הגאון הגדול זצ"ל און אויף זיין ליסטע גר"- האט זיך עפעס געטוישט?
עס האט גארנישט צוגעלייגט צו דיינע גדולים און גארנישט אוועקגענומען פון זיינע!!!
יאך בין כלל ניט צעשוידערט פון די קול קורא, אפילו ס'קוקט אויס מאדנע די שארפע ארויסטריט, און ווי פארשטענדליך האט נישט יעדערער דאס געוואלט אדער גרייט געוועהן דאס אונטערשרייבען, זיי האלטען אז ער פיהרט אהן מיט מגייס זיין בני ישיבות, און זיי טענה'ן אז ער טוט שוין יאהרען חורבנות, מיט זיין ליצנות האקט ער אונטער יעהדע גוטער זאך, דאס איז לפי הרעכטע,
ועל כולם, [וואס האט גארניט מיט קיין קנאות, נאהר מיט פשוט אנושיות, און איז נוגע פאר אלעמען] די טעראר אפאראט וואס וועהרט געפיהרט פון זיין שטוב שוין איבער צעהן יאהר! מיט זיינע בעלי זרוע אנגעפיהרט פון זיין שונד בלאט יתד נאמן, ער פראסקעט און פליקט רעכט און לינק, אצינד איז געקומען די צייט איהם צו געבען א פראסק, ווי צו זאגען זיי אביסעל טועם פון דיין אייגענע מעדיצין!!
וכמו שכתבתי למעלה "האסט נישט מורא ער וועט צוריק חתמנ'ן".
די צעטל האט גארנישט מיט א"י איינגעלייגט. קיין שום זאך ווערט נישט אויפגעטוהן לגבי הרב שטיינמאן זעלבסט. אבער לגבי די וואס וואוינען דאהי אין אמעריקא און ליינען די זאכען און הערען די זאכען און הייבען אן שוין טראכטען אז ס'איז נארמאל אז איינער וואס האט אן אנדערע גאנג ווי דו (בלשון מושאל, דו האסט דאך נישט קיין גאנג בכלל), איז זיין תורה גארנישט ווערט, איז עס א חרבן און א שאנדע, מיט קיין שום ריוח נישט. די ציונים פארמאכען נישט זייער ביזנעס ווייל מ'האט במסירות נפש געחתמ'ט א וויכטיגע צעטיל.
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
https://vimeo.com/154683064שיפעטיפקע צדיק ביים מעמד חתימת הקול קורא
Sent from my Fire Phone using Tapatalk
איש את רעהוליטוואק פון בודאפעסטאויב ר' בנימין ראבינאוויטש, ר' מאיר בראנסדארפער, ר' אברהם לייטנער וכדומה האבן געזאגט וואס זיי האבען נישט געדארפט זאגען, געפסקנ'ט אן וויסען דער מציאות,
ווער ביסטו צו חולק זיין אויף זיי
וואנעט ווייסטו זיי האבען נישט מברר געווען די מציאות
רב שטיינמאן איז בכלל נישט געווען א איינגעשפארטע מענטש אלע האבען געקענט מיט אים רעדן און הערן הודאת בע"ד וואס ער האלט און טוט
איש את רעהו: אט דאס. (די חותמים אקעיגן רב שטיינמאן שליט"א. ה' יאריך ימיו ושנותיו) מיינט דער פסוק..."יושבי חושך וצלמות"...!
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
מודעה בדבר יום ביומו
Sent from my XT907 using Tapatalk

סארי, איך קען נישט איבערטייטשן וואס זיי שרייבן. קוקט אויס זיי האבן מורא זיך צו עמטליך אנטשולדיגן. און פארוואס האבן זיי עס נישט געלייגט נעכטן?
Unaccepted
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין
זיי קענען נישט שרייבן אנטקעגן די בריוו זעלבסט, הגם די בריוו איז אדורך די רויטע ליניע ס׳האט געבראכן אלע גיבולים, אכ״ז סוף כל סוף שרייבן עס אינטער זאלוינישע דיינים
איך האף אז די פארשטייסט אז ס׳איז ארויסגעקומען בזמן וואס אלע זאלוינישע שישקעס זענען געווען אין לאנדאן און נעכטן זענען א גרויס חלק אהיים .....
Sent from my XT907 using Tapatalk
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
מ'האט געוואלט ארויסלייגען א בריוו אז מ'מוז אויפהערען לערנען פון די ספרים פון די חותמים.
נאך דעם, האט מען אבער געכאפט אז........
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
א קלוגע זאך פון די דבר יום זיך צו אנטשולדיקען, אזא קול קורא אקעהגען סיי וועמען האט נישט קיין פלאץ אין א עמטליכע אויסגאבע,
אבער נאכאמאהל, ס'קומט דעהם רב שטיינמאן און זיין קליקע פיהל מערער פון דעהם, פאר די טעראר אפאראט וואס זיי פירען אהן אקעגען די מענטשהייט, און עקסטער פאר די בזיון התורה וואס זיי טוען מיט שטיינמאן'ס מחותן הגאון רבי חיים קנייבסקי, די גרעסטע שונא וואלט איהם נישט געקענט אזוי גוט צופיקסען ווי די חזון איש 5'ניקעס טוען.
ליטוואק פון בודאפעסטו די וואס וואוינען דאהי אין אמעריקא און ליינען די זאכען און הערען די זאכען און הייבען אן שוין טראכטען אז ס'איז נארמאל אז איינער וואס האט אן אנדערע גאנג ווי דו (בלשון מושאל, דו האסט דאך נישט קיין גאנג בכלל), איז זיין תורה גארנישט ווערט, איז עס א חרבן און א שאנדע, מיט קיין שום ריוח נישט. די ציונים פארמאכען נישט זייער ביזנעס ווייל מ'האט במסירות נפש געחתמ'ט א וויכטיגע צעטיל.
בכלל נישט אמת
עס איז שוין געווען אסאך זאכען מיט וואס מען האט געהאלטען יסודותדיגע חילוקים ווי בחירות וכ' מען האט קיין איינמאל נישט פערזענליך אנגעגריפען אויף א אופן פומבי
ווען עמיצער איז מוסר ישראל לשמד זענען די גדרים אנדערע
@אנאנים איך שטעל דיר צו א לענגערע ליסטע און פיל גרעסערע גדולי ישראל וואס האבען בעבר תומך געווען פאר א לאנגע תקופה מחריבי ורשעי הדור וואס לבסוף האבען זיך פילע איבערצייגט אינעם רשעות פינעם פערזאן און די מחריבי הדור זענען אריין מיט שווארצע אותיות אינעם זכרון פון פילע טויזענטער ערליכע אידן, נעם ארויס די היסטאריע ביכער פון כלל ישראל און העסט טרעפן גענוג פון די חברה.
בלאט
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1183096#p1183096">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 6#p1183096</a>
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
וואס ווייזט היסטאריע כלפי רב הילדעסהיימער? זיין נאמען ווייסט מען קוים (בעת ר' הלל איז פיל מער באוויסט, צוליב זיינע מוסר ספרים און אויך טאקע וועגן זיין קנאות), און די וואס ווייסן פון אים ווייסן אויך צו זאגן וואס ר' הלל האט געזאגט אויף אים.
אזוי אויך איז געווען פאר הונדערט יאר צוריק א איש האשכולות, גאון הגאונים, הרב קוק, און זיין נאמען איז פארבליבן לדראון ביי א גרויסער טייל 'שלומי אמוני'.
וואס איך מיין ארויס צו ברענגען, פארלאז דיך נישט אויף דעם אז היסטאריע וועט שוין משפט'ן, דאס איז א פאלנער סקעם, ערצייגט דורך די זעלבע היסטאריגראפער וואס שרייבן איבער די היסטאריע לפי רוחם, און דאן טענה'ן זיי אז היסטאריע ווייזט אויף זייער אגענדע.
מיט אזאלכע קול קורא'ס קעגן אים, איז דא שאנסן אז הרב שטיינמאן וועט אראפגיין אין היסטאריע, ביי חרדי'שע אידן אין גרויס טייל, ווי א צווייטער 'קוק'. (איך רעד וואס קוק סימבאליזירט ביי די איבערוויגנדע מערהייט פון חרדי'שן ציבור).
שמעקעדיגבלאט
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1183096#p1183096">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 6#p1183096</a>
@שמעקעדיג, וואס איז געשטאנען דארטן? קוקט אויס אז די מנהלים דארט האבן עס פארמעקט.
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
וואס מיינסטו שטייט דארט? אז די זאלונים זענען אבאנדע פאסקודניקע'ס און אונז זע'מיר פיינער ארונים. ביז די נעקסטע סומאטוכע און ס'וועט זיין פארקערט, וחוזרין חלילה.
אגב, מיר דוכט זיך אז הרב קוק און הרב שטיינמאן זענען אנדעריש. הרב קוק האט געוואלדיגע ספרים אויף הלכה ואגדה. ער האט אויך א מאדנע וועלט'ס פלאן וואס מ'האלט אין איין דרוקען אדער באהאלטען פון איהם. ער איז אדער א חוזה מרחוק אדער א צודרייטע און רוב פרומע אידען שפעטען אין די חלק. יעצט מאנכע פארקוקען די משוגעת'ן און קוקען נאר אויף די גדלות, און אנדערע פארקוקען זיין גדלות און זע'ען נאר שווארטץ. קיינער בלייבט נישט מיט ביידער, אחוץ די מזרחניק'עס.
הרב שטיינמאן אבער איז איין מענטש, ער טוט וואס ער טוט און פיהרט ווי ער פיהרט. לדורות וועט אדער בלייבען דער מחלוקת ווער איז גערעכט, אדער פארגעסען ווערען. מיר דוכט זיך אז אין הונדרעט יאר ארום וועט מען אינגאנצען פארגעסען פון איהם. מ'עט קיינמאל אבער נישט האבען א סבה צו פסקנ'ן הונדרעט פערצענט לרע.
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
📎 uploadfromtaptalk1455247001048.jpg
נא דיר דער לינק פון אייוועלט, ס'איז ווארשיינדלאך פון ככר השבת
אז ער איז אין שפיטאל מיינט עס אז ער האט לכאורה נישט אינטערגעשריבען עכ''פ נישט מיטן פולן דעת [אזוי וויל איך מיך פרובירען איינצורעדן]
השי''ת זאל אים שיקען א רפואה שלימה במהרה אמן

Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
@אנאנים דו ברענגסט ארויס גאנץ גוטע נקודה אבער דאס בארעכטיגט נישט דאס באטיטלען רבי הלל קאלאמייער מיטן מנחת אלעזר בעלי דמיונות און דאס זעלבע מיט אוועקמאכן ר אברהם לייטנער וואס איז געווען א ריכטיגער גאון חוץ פון זיין קנאות
איך פארשטיי אז דו רעדסט אזוי ווייל דו ווילסט מחדד זיין די נקודה אבער אעפ"כ
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
@אנאנים תורה גערעכט אין מאנראו און אויף לי עוועניו ווייסט מען נישט ווער ר עזריאל הילדסהיימר איז געווען אין מען קאכט זיך מיט רבי הלל אבער דאכט זיך אז אין די ברייטער יידישער וועלט איז פונקט פארקערט אנגעהויבען פון די YU יודען ביז די ליטווישע און גור
ר הלל קאלאמייע
ס'געווען אמאל א גרויסע קנאי, ר' הלל קאלאמייער. בערך א ר' אברהם לייטנער/ר' מאיר בראנדסדארפער פון הונדערט פופציג יאר צוריק.
@אנאנים אולי וואלט געווען א גיטע idea צי עפענען א באזינדערע אשכול איבער דעם צדיק, וואס אסאך ׳יסודת הדת׳ געפינט מען נאר א מקור אין זיינע ספרים...
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
ר' הלל איז א לייכטער ציל אנצושיסען. ער איז נישט געווען קיין חסידיש'ע רבי, ממילא זענען זיין אייניקלאך גארנישט ווערט אין א מחלוקת.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
אלס בחור האב איך זייער אסאך געהערט פון ר' הלל קאלאמייער, אלס איבער זיין קנאות און פרומקייטן. קיינמאל נישט געהערט קיין נארמאלע מימרא/סיפור נאכזאגן פון עם..
אה.. יעצט דערמאנט. געליינט אמאל אז איינער פון די בני עשרת השבטים איז נתגלה געווארן צו עם און ר' הלל האט לאנג פארברענגט מיט עם, און די צוויי זענען זיך אויסגעקומען ממש להפליא, מיט אלע פרומקייטן וכדו'.
היינט האב איך אין מיין אינבאקס באקומען א גאנצע שלל פון דברי שחץ קעגן הגראי"ל שטיינמאל שליט"א - רצו"פ איז אחד מהם, איך האב נאכקיינמאל נישט געזען וויאזוי די ס"מ קוקט אויס ביז יעצט.
אין איינער פון די עטעטשמענטס ברענגן זיי אראפ שמיעסן פון הרב שטיינמאן וואס שטעלט אים אראפ אלס א שלעכטער מענטש, וואס פליקט אריין, און ענטפער נישט צו די זאך. נאכער ברענגן זיי אראפ אז הרב שטיינמאן האט גערעדט קעגן די רמב"ם.
📎 דעת תורה מהרבנים הגאונים מדור הקדום 2 (2).pdf
ער פליקט אריין? איז ער דאך ממש שלעכט. ביי אונז האט מען קיינמאל נישט געטון אזוי 😐
דורכליינענדיג כמעט דעם גאנצן אשכול, תמצית אין קורצן:
1) א טייל שרייבער האלטן אז מ'מעג אדער איז גאר א מצוה צו האקן אויף הגראי"ל שטיינמן, און ס'איז א איסור צו רעדן אויף אנדערע גדולים.
2) א טייל האלטן אז ס'איז אסור צו רעדן אויף הרב שטיינמאן, און ס'איז מותר אדער גאר א חוב צו רעדן אויף אנדערע גדולים.
בעת די קול קורא האקט אויף הגראי"ל, זענען דא דא אזעלכע וועלכע האקן אויף די וואס זענען ארויס אקעגן הרגאי"ל, סיי יעצט און סיי בעבר, אפילו גאר ערנסטע גדולים, א טייל וועלן גאר צוריק גיין הונדערט פופציג יאר און אראפ רייסן יענע צדיקים ווייל זיי זענען געווען קנאים, ( און מסתמא וואלטן זיי יעצט אויך געהאקט אויף הגראי"ל..). מאידך זענען דא וואס האקן אויף הגראי"ל, און שעצן די אנדערע וואס זענען אקעגן אים.
וואו כאפט דער חילוק? אויב מעג יעדער רעדן אויף וועם ס'שמעקט אים אדער שמעקט אים נישט, מה כל הרעש? איז דער קול קורא זייער גוט בארעכטיגט..
ניתן למחשבה!
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
זייער גוט געזאגט! א מענטש איז אזוי אנגעפוקעוועט מיט נגיעות אז ס'איז כמעט אוממעגליך צו טראכטן גראד
Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
איך זאג די זעלבע לגבי די וואס קענען נישט דערליידן די שבת שרייער מיט די טענה אז יעדער האט א רעכט צו פאלגן זיין רב. זאג איך די זעלבע לגבי די שרייער, אז זיי האבן אויך די זעלבע רעכט און טאמער איז דא א רב וואס הייסט שרייען, דארף מען זיי פארשטיין.
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
שמעון וואלףאיך זאג די זעלבע לגבי די וואס קענען נישט דערליידן די שבת שרייער מיט די טענה אז יעדער האט א רעכט צו פאלגן זיין רב. זאג איך די זעלבע לגבי די שרייער, אז זיי האבן אויך די זעלבע רעכט און טאמער איז דא א רב וואס הייסט שרייען, דארף מען זיי פארשטיין.
אויף דעם קען מען זיך שוין דינגען וועגן דו בעוולסט א צוויטען
נישט חלילה אז עס איז גלייך אבער אייסיס זאגט אויך אז מיין רב הייסט אז מען דארף דיר הארגענען
די עירוב שרייער טענה'ן אויך אז זיי ווערן בא'עוול'ט אבער א נארמאלע מענטש פארשטייט אז מ'דארף זיך גיין זיין וועג און איגנארירן וואס א צווייטער זאגט/טוט, ווילאנג מ'אטאקירט נישט פיזיש. די טרעגער זענען בארעכטיגט צו טראגן און די שרייער קענען שרייען און איך שטיי אויף די זייט און כ'בין אלעס סובל
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
ווען א דזשוליק מאכט אן עירוב נגד דעת רבני העיר, איז עס איין זאך צו שרייען. אבער דא ווייסט יעדער איינער וואס טוט זיך, און דאס איז פונקט ווי דער הרב שטיינמאן צעטל. אומוויסענדע פארשוינען מיט אגענדע'ס, און צומאל תמימות'דיגע רבנים וואס קענען נישט די מציאות און פארשטייען נישט צו דקות, שרייען ארויס מיט א קול רעש גדול 'איך עגזיסטיר'.
איך האב שוין געשריבען אין עטליכע פלעצער אז איך בין ווייט פון א חסיד פון הרב שטיינמאן וסייעתו, אבער נישט קיין פערזענליכע זלזול ח"ו. אבער די קעגענער זעט מיר אויס פיל ערגער.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
שכח ליטוואק פאר'ן צוריקפירן די שמועס אויף די רעלסן. ביים רב שטיינמאן קול קורא איז עס פשוט געווען א פערדישקייט פון די חותמים און דרוקער. ועל הכלל כולו יצא אז מ'דארף זיך נישט צוקראצן פון א קול קורא ווייל ס'איז צום וויפולסטן מאל נתגלה געווארן וויפול ווערד דאס האט.
ס'איז נישט אינטערעסאנט די אלע הכחשות חזרות אנטשולדיגינגון און בקשת מחילה. יעדער ווייסט אז דאס איז געשעהן נאכדעם וואס ס'איז אנטשטאנען א טומל אין גאס. זאל מען דאס גוט געדענקן ווען די קומענדיגע קול קורא וועט ארויסשפראצן.
מ'קען אבער נאך א זאך ארויסנעמען פון די מעשה מיט חזרות וכו' וד"ל.
למעשה, דער גאס לאזט נישט צו אזא הנהגה. די זאלי'ס מעגען און קענען ארויסלייגען א צעטל אז 'יענער' איז רבם דקרו צו וואס, און זייערע מענטשען לאזען צו. מ'קען ארויסלייגען א צעטל אז איינער וואס טראגט אין גאס שבת, קומט זיך איהם צו שטארבען פון א אוטובוס. אבער אזא צעטיל איז למעשה אריבער די גבול.
ווען מ'דארף טראכטען וואס האלטען די חותמים, וואס איז זייער מיינונג, איז דער חתימה אן עוולה. אבער די חברה האבען דאך נישט קיין אייגענעם מיינונג, זיי קענען נאר אפשפיגעלען ווי ווייט דער היימישע גאס שטייט. פונקט ווי אין דבר הלכה ווען אלע פארשטייען אז כמעט יעדער פסק איז געבויט אויף וואס איז די 'היימישע מיינונג', לויט'ן שמעק פון די ווינט. צומאל מאכען די חברה א גרייז, זיי מיינען אז די ווינט בלאזט איין ועוג און דערווייל בלאזט עס א צווייטע וועג. מ'פיהרט זיך כעצת אותו זקן ר' סענדער דויטש זי"ע און מ'ווישט זיך אפ און מ'איז חוזר.
עכ"פ מ'האט אוועק געשטעלט ווי איז דער גבול, און אזא צעטל איז נישט ערלויבט.
נאך אפאהר טעג דורעך, און די שטויב הייבט זיך אהן סעטלען, קוק איך מיך אזוי אום, אז פיהל פון די חותמים אויף די נארישע קול קורא אקעהגען שטיינמאן, וויקלען איהם איין אין זייער קליינעם פינקי, ס'דא דארט גע'חתמעט גאנץ גרויסע עובדים און תלמידי חכמים וואס שלונגען איין רב שטיינמאן מיט תורה און לומדות [וועלכער הייסט נישט אזא גרויסער תנא קמא, כידוע, זיין ספר אילת השחר איז א קליפת השום צו נחלת משה און ישא ברכה..]
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
איך זוך די חתימות פון כ"ק בעל ישא ברכה ואתו עמו בעל נחלת משה. אין וועלכע כולל לערנען זיי? זיי זענען פונקט ארויס געגאנגען בשעת'ן חתימות פארזאמעלונג? צו מ'האט נאר געזוכט חתימות אינ'ם קאווע ווינקעל?
אז מ'רעדט אזוי קליפ און קלאר, וואלט איך געבעטען אז הרב kool man זאל אונז מכבד זיין מיט א פאר שטיקלעך פון ישא ברכה און אילת השחר אויף די זעלבע סוגיא, און מיר וועלען זען ווי דער קנאבעל שאלאכט'ס שטינקט
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
אנטשולדיגט, ס'איז נישט געווען סקווא"ש (קוסען אויף אידיש) נאר חצילים aubergine בלע"ז
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
ליטוואק פון בודאפעסטאנטשולדיגט, ס'איז נישט געווען סקווא"ש (קוסען אויף אידיש) נאר חצילים aubergine בלע"ז
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מער באקאנט אלץ eggplant. והיינו הך
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
פארשידענע מהלכים אין עבודת ה', ונהרא נהרא ופשטיה
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
איינער זאגט מיר אז הרב ראבינאוויטש ע"ה האט געזאגט אויף הרב שטיינמאן אז ער איז ערגער פון הרב קוק זצ"ל.
ביי אונז גייט די סיסטעם אזוי: איינער וואס איז אינדרויסן פון זיין מוח און באקומט א לעבל שיגץ, באקומט א העשטעג #ימ"ש צו יעדער איינער וואס האט נאר געטראגן ימ"ש זינט בריאת העולם. וויבאלד שטיינמאן איז א שיגץ איז ער גלייך צו הרב קוק, וואס ער איז גלייך צו שבתי צבי, וואס ער איז גלייך צו אותו האיש, וואס ער איז גלייך צו די ס"מ בכבודו ובעצמו. אונז האבן איין שיסל וואו מען דאמפט יעדעם איינעם אריין. אבער הערט, די לומדות גייט נאך אסאך שטערקער. מען זאגט נאך אז בריסקער רב האט געזאגט אז הרב קוק איז נאך געווען פארדארבען ברחם אמו. קודם לאזט זיך זאגן אז אן אפגעריסענע אנהענגער האט דאס ארויפגעלייגט אויף הרב מבריסק, און צווייטנס דארף מען פארשטיין וויאזוי די רחם אמו פיליזאפיע ארבעט. עמיצער וואס ווערט נחמץ אויף דער עלטער גייט זיין טמאה ביזן רחם אמו?
און פארקערט איז גאר נישט אנדערש, עמיצער וואס איז הייליג העכער די פיפציג איז א קדוש מרחם אמו. למשל ר' יוחנן כהן גדול איז ביז די אכציג געווען א קדוש מבטן ומלידה, און זינט דאן איז ער געווארן א טמא מבטן ומלידה.
כ'האב געהערט פונ'ם וואדריזשע רב זאל זיין געזונט, (וואס אגב, פארפירט שוין לאנג קעגן די וואס רעדן אויף רב שטיינמאן) אז די משפחת ראבינאוויטש זענען געווען מעריצים פון רב קוק נאר זיי האבן געהאלטן אז ער האט געמאכט געוויסע טעותים אבער בדרך כלל איז ער ארויפגעקוקט ביי זיי. די סאטמורים, וואס ביי זיי איז רב קוק א ימ"ש, מיינען אז רב ראבינאוויטש האט דאס אינזינען געהאט אויף רב שטיינמאן אבער דערווייל איז פארקערט, מיט אים מדמה זיין צו רב קוק מאכט מען גאר רב קוק גרעסער.
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
כ'האב געוואלט שרייבן דאס זעלבע. איך ווייס נישט וועגן הרב קוק, אבער רבי בנימין איז געווען א הייסער אגודיסט אין די אינגע יארן, און אליינס געארבעט און אנגעפירט א קאמפיין אפיס פאר די בחירות. ווען זיין אייניקל שרייט און פארפירט אז די סמארטפאונס זענען סאך ערגער ווי בחירות, קומט ער פון דעם פערספעקטיוו.
מסתבר אז דער וואודריזשער רב ווייסט וואס ער רעדט.
איך האב געהערט פון הרב ראבינאווויטש שליט"א אז איין אייפאון איז ערגער פון 10 שטיינמאן'ס. ודפח"ח.
פון אגודיסט ווערט מען א מעריץ פון הרב קוק! פשיאאא! הייסט'ס ס'איז דא דער 'שיטה הקדושה' און דער נישט שיטה הקדושה, און קיין אנדערע חילוק פאסט נישט.
למעשה אין מיט'ן א מערכה ווערען געזאגט כל מיני דיבורים, וואס מ'דארף נישט און מ'טאר נישט נעמען צו ערנסט. אז מ'האט געוואלט זיך שלאגען אויף נחל חרדי האט מען זיך אויסגעדרוקט עקסטרעם. ס'ווערט נישט קיין תורה שלימה דערפון.
ווער עס קען די ביאגראפיע פון ר' בנימין ראבינאוויטש ז"ל ווייסט אז בצעירותו פלעגט ער גיין כסדר צו מיטהאלטן של"ס ביי הרב קוק ז"ל, און ווי
@דעת תורה האט שוין ערווענט איז די מטה הבחירות פון אגודת ישראל אין אונגארישע הייזער געווען זיין הויז.