קאווע שטיבל'ס עולם הבא גאראנטי - אומזינסט!! שרייב זיך איין
32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10089
קאווע שטיבל'ס עולם הבא גאראנטי - אומזינסט!! שרייב זיך איין
איך גיב אייך דא אן איימאליגע געלעגנהייט צו ווערן א בן עולם הבא גענצליך אומזינסט. איך פארשטיי אז איר וועט אוודאי מיך אויסלאכן און איר וועט זאגן אז איך בין גוט משוגע. אבער שטעלט אייך אפ פאר איין רגע און פרעגט זיך אליין, וואס אויב עס איז יא אמת? וואס וועט איר טון אויב למעשה, אויף יענע וועלט און איר וועט זעהן אז צוליב אביסל סקעפטיסיזם אדער צוליב דעם וואס עס האט אייך נישט געפאסט, האט איר אנגעוואוירן אייער טייל אין עולם הבא? אלזא טייערע חברים, איר דארפט נישט טון מער ווי זיך איינשרייבען דא אין דעם אשכל און אזוי זיך פארזיכערן א חלק לעולם הבא.
איין תנאי, ווען מ'וועט אי"ה אנקומען דארט וועט יעדער זיך דארפען מגלה זיין פאר מיר (איך וועל פארשטייט זיך ווייטער האלטען ענקערע עכטע נעמען פאר א סוד) און אזוי וועט מען פארמיידען דאפעלטע ניק'ס פון נעמען מער פון איין חלק.
יעדער וואס וויל האבן א חלק אין עולם הבא זאל זיך איינשרייבן אין די אשכול בעפאר ר"ח אדר א' תשע"ו.
.
Re: קאווע שטיבל'ס עולם הבא גאראנטי - אומזינסט!! שרייב זיך אי
סהייסט דו גיבסט אוועק דיינס?
@הוגה וואס איז די חילוק פון א סקעפטישע מושג, און א אילוזיע? איז דא א חילוק פון זיין סקעפטיש אויף א מושג, און נישט גלייבען אן אילוזיע?
אז כ'פרעג שוין אין די ענינים, איז דא אזא זאך ווי אילוזיע'רן אויף א מושג וואס איז סקעפטיש? ס'הייסט, מאכן אן אילוזיע אויף א סקעפטישע מושג, וועט זיין א חילוק צווישען די מושג וואס מען סקעפטירט, און די אילוזיע?
ודו"ק
@הוגה, נאו פראבלעם, אבער בעפאר טוה ווי אנאנים און לייג ארויף א בילד פון די עוה"ב וואס דו האסט איינגעקויפט אויף צו טיילן...
סוי דו ווילסט ארויסברענגען אז ביי די לאטערי אשכול האט מען יא געטראכט אז מען האט א טשענס , איך הער
@אחד העם, כ'פארשטיי נישט.
@געוואלדיג, איך טייל עולם הבא. ווילסט נישט איז נישט אבער האב נישט קיין טענות שפעטער. קאצקע, האסט א גוט קעפל, כאפסט שנעל. 🙂 דערווייל זעה איך אז ס'איז נאר אנאנים און איך.
.
איך וויל זייער, אבער ווייז אויף אז דו האסט עפעס אין האנט....
איך ווייז גארנישט אויף. איך פארשטיי אז קלוגע מענטשן ווייסן אז עס איז כמעט נישט דא א טשאנס אז עס וועט געשעהן. אבער דו מוזט מודה זיין אז עס איז דא עפעס א מעגליכקייט אז עס איז אמת און וועט יא געשעהן. דו וואלסט נישט געשוואוירן ביי א ס"ת אז ס'וועט נישט געשעהן.
.
מען גלייבט עס נישט, אלס אילוזיע.
איך כאפ נאך אלץ נישט.
הוגהאיך כאפ נאך אלץ נישט.
איינער וויל זיך דא אפגעבן מיט
@הוגה, און אים מסביר'ן אז מען גלייבט אים נישט ווייל סאיז א פאנטאזיע, און נישט וועגן די ווייניג טשאנסן?
איך האב נישט קיין נערווען.
נו אוודאי! פארשטייט זיך אז דו האלטסט אז עס איז א פאנטאזיע. מיינסט האסט עפעס אנטדעקט אמעריקא? אבער קענסט דאך נישט זיין הונדערט פראצענט זיכער אז ס'איז טאקע א פאנטאזיע. איז דען נישט דא עפעס א מעגליכקייט, כאטש איינס פון צוויי הונדערט מיליאן טשאנס אז וואס איך זאג וועט יא געשעהן? פארוואס וואלסטו גענומען דער טשאנס ווען עס קאסט דיר גארנישט אויסער אביסל זיך ברעכן דער pride?
דער צושטעל איז נישט צו דער זאך. לאטער"י איז בלויז אן ענין פון טשאנסע"ס, און דער קליינער טשאנ"ס איז אויך אפשר עפעס ווערט, לפי שיטת אותם שנרשמו. עוה"ב איז לויט'ן ארבעט פון די מענטש'ן, נישט עפעס א קליינע טשאנ"ס, און איינער וואס שרייבט זיך דא איין אין די אשכול מאכט טאקע א קרומע חשבון, זוכענדיג עוה"ב אין די וועלט פון טשאנסע"ס.
אבער טאמער יא, קען איך באשטיין!
ווען דער כופר מאנדעל האט פארקויפט זיין עולם הבא אויף איבעי, האט ער געגעבן א שטיקל ליסטע פון עקאמפלישמענטס פארוואס ער האלט אז ער וואלט ווען געדארפט באקומען עולם הבא.
מיט וואס קומסטו צום טיש ?
@הוגה ביטע הער אויף דו ביסט מיר מכשיל מיט הרהורי כפירה
באמת איז פשוט מענטשען לעכצען מער פארן דאללאר ווי עולם הבא ממילא ווען עס קומט צו געלט ווערט מען אומריאליסטיש
הוגהנו אוודאי! פארשטייט זיך אז דו האלטסט אז עס איז א פאנטאזיע. מיינסט האסט עפעס אנטדעקט אמעריקא? אבער קענסט דאך נישט זיין הונדערט פראצענט זיכער אז ס'איז טאקע א פאנטאזיע. איז דען נישט דא עפעס א מעגליכקייט, כאטש איינס פון צוויי הונדערט מיליאן טשאנס אז וואס איך זאג וועט יא געשעהן? פארוואס וואלסטו גענומען דער טשאנס ווען עס קאסט דיר גארנישט אויסער אביסל זיך ברעכן דער pride?
וע"ז כבר שאלתי:
@הוגה וואס איז די חילוק פון א סקעפטישע מושג, און א אילוזיע?
Re: קאווע שטיבל'ס עולם הבא גאראנטי - אומזינסט!! שרייב זיך אי
I'm in. איך האלט אז פארן זיך איינשרייבן אליין קומט זיך שוין א שטיקל עוה"ב.
עניוועי, הוגה האט באוויזן צו מאכן דאס גענאר פונעם עולם.
Re: קאווע שטיבל'ס עולם הבא גאראנטי - אומזינסט!! שרייב זיך אי
נאר איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט אין דעם אשכול?
@נאך א מיינונג, איך זעה אז דו גלייבסט אז עס איז דא עפעס א טשאנס...
@יעקב מענטש, איך בין נישט דא צו קאנווינסען קיינעם. אויב גלייבסטו אז ס'נישט דא דער מינדעסטע טשאנס, דאן שרייב דיך נישט איין.
מבקש, איז עס נישט א בושה צו זעהן וויפיל האבן זיך איינגעשריבן פאר געלט און ווי ווייניג פאר דער טשאנס צו זיצן און נהנה זיין מזיו השכינה?
@אחד העם, דו רעדסט אין צו שווערע קאודס פאר מיין נארישע שכל.
.
Re: קאווע שטיבל'ס עולם הבא גאראנטי - אומזינסט!! שרייב זיך אי
וואס פארשטייט עטץ נישט, @הוגה לעבט אין א תמידית׳דיגע שרעק אז נאכן שטארבן וועט ער זען א ריזיגן שילד COLOR WAR
הוגה, ווען די פאקט וואלט געוויזן אז איינער פון די וועלכע באטייליגן זיך אינעם שפיל וועט זיכער, היינט אדער מארגן, געוואונען עוה"ב, וואלט עס געווען א צושטעל.
[ציטאט אראפגענומען]
ווייל איך גאראנטי עס.
ונבנתה, גערעכט.
ונבנתה העירהוגה, ווען די פאקט וואלט געוויזן אז איינער פון די וועלכע באטייליגן זיך אינעם שפיל וועט זיכער, היינט אדער מארגן, געוואונען עוה"ב, וואלט עס געווען א צושטעל.
אבער היות עס איז נישטא אזא פאקט, ווערט עס באטראכט פאר א פאנטאזיע און אן אילוזיע.
אבער הוגה האט לכאורה נישט נאר מכוון געווען צו א טעכנישען לאטערי, נאר ר'ברענגט עפעס ארויס אויך בנוגע די מושג פון עולם הבא.
וכבר עניתי גם בזה.
@אנאנים, ביסט גערעכט אז דאס איז נישט קיין דמיון צו דיין אשכול (איך האב גראדע הנאה געהאט פון דיין איינפאל) אזויווי דו שרייבסט טאקע אין דיין תגובה און נאך מער פון דעם ואכמ"ל. דער דמיון איז צום לאטערי אין אלגעמיין. דער טשאנס אז מיין גאראנטי איז קראנט איז נישט קלענער (במובן הניכר) ווי די טשאנס צו געוואונען דעם לאטערי. אלזא בלייבט נאר איבער צו פארשטיין פארוואס דער עולם כאפט זיך נישט צו דערצו, ספעציעל ווען עס קאסט גארנישט.
.
ביפאר איך שרייב מיך איין האב איך נאר א קורצע פראגע.
דארף איך מיך מגלה זיין דא אויף די וועלט אדער אויף יענע וועלט? אויב די תשובה איז אויף יענע וועלט, מיינט אז דו דארפסט דארט אנקומען ביפאר מיר, כ'זאל האבן פארוועם זיך מגלה צו זיין. כ'ווייס נישט אויב ביסט מסכים צו גיין פאר מיר.
איך קען א איד וואס גלייבט אזוי אין די עולם הבא וואס גאט האט ציגעזאגט וואו אין דער עולם הבא וואס איז געדעקט מיט הוגה'ס גערענטי
וואס זאל איך ענק זאגן, ער האט נישט קיין עולם הבא און אויך נישט קיין עולם הזה.
ווען ער וויל פטור ווערן פין זיין געוויסען וואס בייסען אים קימט ער אהער שרייבן דא אין ק"ש - קאנדעסענדינג און סעלף רייטשעס אשכולת
געוועדליך איז דאס מער עם הארצת וואו אפיקורסות - אבער ס'איז פענסי געשריבן און געט דעם טעם אז מען רעד דא פין א טיפער אינטעלעקט.
פארפאלן! גוט געזאגט!!!!!!!!!!!!!! נאדיר א גרינע.
די לאטערי האט עפעס א שאנס צו געוואונען,
דאס אז דו זאלסט אונז קענען ערלעדיגן א שטיק עולם הבא האט 0% שאנסען לויט אונזערע מוחות, פארוואס, ווייל אויף וויפיל מיר גלייבן אין דעם מושג פון ע"ה איז עס נאר אז מען באקומט דאס פארן טוהן מצוות וכו', און אויף אזא אויפן פון וואס דו רעדסט שטימט בכלל נישט מיט די עולם הבא וואס אונז גלייב מיר אין, ממילא עקזעסטירט עס בכלל נישט ביי אונז. קענען מיר נישט אפקויפן א זאך וואס עקזעסטירט נישט.
[ציטאט אראפגענומען]
און אייו ווארט, דו ווייסט זיכער נישט.
אז קענסט נישט טייטשען אילוזיע, קענסטו לייענען כאילו ס'שטייט, פאנטאזיע, דמיון, משל וכולי.
הוגהפארפאלן! גוט געזאגט!!!!!!!!!!!!!! נאדיר א גרינע.
ליגענער דו, ביסט געווען אויף אייוועלט
מער ווי א רגע...Re: קאווע שטיבל'ס עולם הבא גאראנטי - אומזינסט!! שרייב זיך אי
[ציטאט אראפגענומען]
פששש א גאונות פון א טיאריע.
וויאזוי זאגט הוגה, נאדיר א גרינע!!!!!!!!!
ערנסט גערעדט, וואו זעהט עס אויס?
כ'ברענג בסה"כ ארויס, אז הוגה לצ'וועט נישט סתם, ער וויל מסביר זיין דא א געדאנק אויף עולם הבא, און אויך א געדאנק אויף וואס מענטשען זענען יא אדער נישט גרייט צו נעמען טשאנסען. און איך דינג זיך עטוואס מיט כמה נקודות.
און איך פארענטפער זיך נאך.
גיי פארשטיי מיך.
Re: קאווע שטיבל'ס עולם הבא גאראנטי - אומזינסט!! שרייב זיך אי
שאני עולם הבא מלאטערי שזה החלוקה נעשה בידי אדם ויש לסמוך על המבטיח וחלוקת העולם הבא נעשה בידי שמים והאדם המבטיח הואיל ואינו בידו אין לסמוך עליו.