☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פאראדאקס: חרדי'שע לעבנסשטייגער און איר קעגנערשאפט צו סענדערס

פאראדאקס: חרדי'שע לעבנסשטייגער און איר קעגנערשאפט צו סענדערס

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10093

הוגה » זונטאג יאנואר 31, 2016 1:21 am

· #319570
פאראדאקס: חרדי'שע לעבנסשטייגער און איר קעגנערשאפט צו סענדערס
איך בין פאר א רגע ארויפגעגאנגן אויף אייוועלט און ערשטוינט געווארן צו זעהן וויאזוי מען רעדט דארט פון בערני סענדערס, און די פאקט אז ער האט שטארקע שאנסן צו זיין דער נעקסטע אמעריקאנער פרעזידענט. עס איז נאר doom and gloom איין תגובה נאכן אנדערע. עס קען זיך דאכטן אז מען רעדט דארט פון עפעס א גזירת גירוש אדער פון די נעקסטע היטלער ה"י. מענטשן קענען נישט פארשטיין וואס איז געשעהן מיט האלב אמעריקא, ווען זענען זיי אזוי משוגע געווארן אז זיי זענען גרייט ח"ו אויפצונעמען א "סאציאליסט" אלץ פרעזידענט היל"ת. די שרעק און פחד שוועבט דארט אין די לופטן.

דער אמת איז אז אייוועלט שפיגלט ס"ה אפ וואס טוט זיך אין ביהמ"ד. רוב היימישע עולם רעדט פון בערני ווי פון "יענע מחלה" רח"ל. אויב פרובירט איינער אים צו פארטיידיגן אביסל כאפט ער קאלטס און ווארעמס פון אלע זייטן. "זיי נישט אזא אויבער-חכם! דו ווילסט טאקע א סאציאליסט אלץ פרעזידענט? נאר דאס פעלט אונז אויס. עס וועט צוריקנעמען אמעריקא צו די מיטלאלטער וכו' וכו'."

איך גיי נישט אריינגיין אין די נושא פון בערני'ס פאליסיס צי עס איז גוט פארן לאנד אדער נישט. איך גיי אויך נישט אריינגיין אין די נושא אויב בערני וועט בכלל קענען אדורכפירן סאציאליסטישע רעפארמאציעס אלץ פרעזידענט. איך וויל אדרעסירן דער נושא פון א ריין חרדי'שע פערספעקטיוו. וואס איז גוט פאר אונז היימישע אידן? וויאזוי דארף א היימישע איד צוגיין צו די דאזיגע וואלן? וואס האלטן נידערמאן, גלאנץ, נאווימינסקער רבי וכדומה? כדי דאס צו טון דארף מען אבער קודם אדורך טון אן עטוואס ווייטאגליכע נושא וואס בעצם השתיקה יפה לה, אבער עס קען נישט שאטן צו זיין אביסל אויפריכטיג אמאל א יובל און רעדן מיט אן honesty און אויפריכטיגקייט.

עס איז נישט קיין סוד פאר קיינעם אז א גרויסע טייל פונעם היימישן עולם איז אנגעוויזן אויף רעגירונג'ס פראגראמען. מען קען אפילו זאגן אז רוב רובו פונעם עולם האט עפעס א גאווערמענט פראגראם. אין קרית יואל אליין איז באריכטעט אז העכער ניינציג פראצענט פון די ארטיגע איינוואוינער זענען אנגעוויזן אויף מעדיקעיד. עס איז אויך נישט קיין סוד פאר קיינעם אז טייל מאל ווערט דער אמת אביסל אויסגעצויגן אויף רעכטס און לינקס כדי מען זאל קענען קוואליפיצירן פאר די דאזיגע פראגראמען.

ליידער האבן אסאך שונאי ישראל שוין פרובירט אנצודרייען א שטינק און אנצייגן אז אסאך נעמען די פראגראמען שלא ביושר. זיי האבן אנגעצייגט אז דער לעבנסשטייגער פון היימישע אידן, נייע קאר ליעס יעדע דריי יאר, הייזער פאר 400-800 טויזנט דאלער, פריוואטע סקולס, צען קינדער וכו', מוז קאסטן אסאך מער ווי די נישטיגע סכום וואס מען גיבט אריין כדי מען זאל קענען קוואליפיצירן פאר די פראגראמען. באמת איז טאקע שווער, איז דען ריכטיג צו שווינדלען און אויסנארן די רעגירונג? וואס איז מיט כח הפועל בנפעל? וואס איז מיט אמונה ובטחון? דאס זענען אלץ גוטע קשיות וואס מיר וועלן לאזן די צדיקי ומנהיגי דורינו זיך ספראווען דערמיט און פארענטפערן.

למעשה, וואס פארשטייט א גוי צו די צרכים פון א אידישע משפחה? קען דען א אידישע משפחה מיט אכט אדער צען קינדער לעבן אויף פערציג-פופציג טויזנט דאלער א יאר? טראכט אריין פאר איין רגע, רענט אדער מארטגעזש פאר א 5 בעדרום דירה צוזאמען מיט יוטיליטיס און הויז אינשורענס אליינס איז שוין העכער פערציג טויזנט דאלער. ווער רעדט נאך פון עסן און קליידער פאר אזא קינדער-געבענטשטע משפחה? און וואס טוט זיך מיט שכר לימוד פאר ישיבה און סעמינאר? די הוצאות שבת ויו"ט? חתונה מאכן?

א יעדער איינער ווייסט אז 35 יעריגע היימישע איד א בעל משפחה וואס מאכט הונדערט פופציג טויזנט דאלער דעקט קוים דעם חודש. און דאס איז נאך פארן אנהייבן טראכטן פון אוועקלייגן א דאלער אויף חתונה מאכן די קינדער. ממילא איז דער איינציגסטע וועג צו סורווייווען דורכן נעמען פון די רעגירונג. אנדערש איז פשוט אוממעגליך.

א חבר מיינער איז א מלמד און א טיטשער, ער מאכט פופציג טויזנט דאלער א יאר. זיין ווייב האט א פארט-טיים דזשאב און זי מאכט נאך צוועלף טויזנט. זיין זוממער דזשאב גיבט אים נאך צען טויזנט דאלער א יאר. ביידע זענען גאר פלייסיגע ארבייטער, זיי נוצן אויס א יעדע מינוט אין טאג. וויאזוי דארף ער צו קענען אויסהאלטן א משפחה מיט ניין קינדער אויף א יערליכע געהאלט פון צוויי און זיבעציג טויזנט דאלער? ספעציעל ווען לכה"פ צען פראצענט גייט אראפ פאר טעקס! בלית ברירה מוז מען ארבייטען שווארץ, אזוי שפארט מען זיך די טעקסעס און אינאיינוועגס באקומט מען רעגירונג'ס פראגראמען. טעקס ריטורן איז דרייצן טויזנט. פוד סטעמפס און וויק איז פופצן טויזנט. וואוטשערס און דעי קעיר שפארט אים איין צוואנציג טויזנט. מעדיקעיד שפארט אים איין פופצן טויזנט. דאס גיבט אים א סך הכל פון הונדערט פינף און דרייסיג טויזנט דאלער, פונקט גענוג צו קענען ערפילן זיין שפארזאמע לעבנ'ס געברויכן.

דאס איז נישט נאר מיין חבר'ס געשיכטע, דאס איז דער נחלת הכלל. דא איז נישט דער פלאץ אריינצוקריכן אין די סיבות פארוואס דער מצב איז אזוי, נאר צו זעהן אז אזוי איז דער מצב. עס גייט שוין אזוי פאר לאנגע יארן און עס זעהט נישט אויס אז עפעס וועט זיך טוישן אין דער נאנטע צוקונפט. עס איז סימפלי נישט דא קיין אנדערע וועג. צוליב דעם זענען דא מערערע ארגעניזאציעס אין א יעדע היימישע געגנט (ווי אויך אין די ארימע געגענטער פון א יעדע סארט געמיינדע איבער אמעריקא) צו העלפן מענטשן וואס דארף הילף אז זיי זאלן זיך אוועקשטעלן אויף אן אופן אז זיי זאלן קוואליפיצירן פאר די הילף וואס דער מלכות של חסד וויל זיי געבן. פאר דעם זענען דא איינגעשטעלטע אין יעדע איינציגסטע היימישע מוסד וואס זייער דזשאב איז צו מאכן זיכער אז ווי מער פונעם עולם קוואליפיצירט פאר וואוטשערס, לאנטש פראגראם, עפטער סקול פראגראם, פרי קעי, דעי קעיר, טייטל וואן, טעפ, פעל וכדומה.

עס איז נישט בא'טעמ'ט אז מיר לעבן אין אזא ביטערע מצב, אבער דאס איז דער מציאות.

קומט אן עפעס א משוגענער פון ווערמאנט און טענה'ט אז ער וויל ווערן פרעזידענט, און ווען ער וועט זיין פרעזידענט וועט ער איינפירן נייע געזעצן וואס וועלן צושטעלן די אלע פראגראמען פאר דעם היימישן ציבור אן דעם וואס מען זאל דארפן זאגן ליגנט אדער שווינדלען. מען וועט מער נישט דארפן שטיין אין ליין אין די רעגן פאר לאנגע שעות אין מאנטיסעלאו כדי צו באקומען סעקשאן אכט. איר וועט מער נישט דארפן זיך מאכן ווי איר גייט דארט וואוינען ווען בעצם וואוינט איר און איר פלאנט לכתחילה צו וואוינען אין וויליאמסבורג אדער בארא פארק. סענדערס פלאנט אייך צו דעליווערן סעקשאן אכט גראד קיין ראדני און הופפער.

סענדערס זאגט אז ער גייט איינפירן אז איר קענט מאכן אלע אייערע געלטער ווייס אויף די ביכער, איר דארפט מער נישט באהאלטן איירערע געלט אין גמחים וואס קענען אנזעצן אייער גאנצע פארמעגן, נאר איר וועט עס קענען האלטן ווייטער אין די באנק. איר וועט מער נישט דארפן זיין אויף ביינאכט אין פחד אז מען וועט אייך ארעסטירן פארן נישט באצאלן טעקס אדער נעמען פראגראמען אומלעגאל. סענדערס זאגט אז ער פארשטייט אז מען קען נישט לעבן אויף א געהאלט פון זיבעציג טויזנט דאלער. סענדערס זאגט אז איר וועט קענען מאכן די זיבעציג טויזנט אן באצאלן טעקסעס און איר וועט ווייטער באקומען מעדיקעיד און פוד סטעמפס.

בקיצור, דער משוגענער זאגט אז איר וועט קענען טון אלעס וואס איר טוט ביז היינט, נאר פון היינט און ווייטער וועט עס זיין לעגאל און נארמאל! און דער משוגענער האט גראדע א גאר שטארקע שאנס צו געווינען! עס וואלט געווען ערווארטעט אז מיר זאלן זיין די גרעסטע סענדערס שטיצער. נידערמאן וואלט געזאלט זיין אפיציעלע ליעזאן. בעני פאלעטשעק וואלט געדארפט האקן ארטיקלען אויף זיין בלאג טאג און נאכט. ק"ש און א"וו וואלטן געדארפט זיין די גרעסטע ריקרוטינג צענטערן פאר סענדערס וואלונטירן.

דערווייל עולם הפוך ראיתי. דער עולם גייט ארום פארכמורערט און פארזויערט. "דער אייבישטער זאל שומר ומציל זיין אויב דער סענדערס געווינט חס ושלום" זאגט איינער. "סענדערס וויל אז רוב עולם זאל זיין אנגעוויזן אויף גאווערנמענט הענדאוטס" זאגט דער צווייטער. "איך גיי וואוטען פאר קלינטאן אין די פריימעריס כאטש איך האב איר פיינט אבער אלץ בעסער ווי סענדערס חלילה".

וואט דע העק??? רוב עולם איז אנגעוויזן אין גאווערנמענט הענדאוטס!!! סענדערס וויל גארנישט טוישן. סענדערס פארשטייט פשוט וואס מיר פרומע אידן פארשטייען שוין פאר דרייסיג יאר, אז דאס איז די איינציגסטע וועג צו סורווייווען. איז דא עפעס א מסורה איז מיר מוזן גנב'נען? האלב אמעריקא איז משוגע? גאנץ חרדי'סטאן איז צידראדעלט! אנשטאט זיך צוכאפן צו דעם קאנדידאט וואס וועט זיין די בעסטע פאר דעם היימישן עולם, בארעדט מען אים נאך ווי כאילו ער וואלט געווען דער וואס בא'גנב'ט די רעגירונג. וואו איז אגודת ישראל? פארוואס שטייען זיי נישט מיט סענדערס? זיי זענען דאך די וואס זיצן אין אלבאני און וואשינגטאן און שתדל'ן פאר פראגראמען פאר דעם היימישן ציבור. דא האט איר איינער וואס איז פיינעלי גרייט צו געבן, שטופט איר אים אוועק?

וועט א חכם זיך אנרופען אז אמעריקא וועט גיין באנקראט אויב וועט סענדערס איינפירן זיינע פראגראמען. איך וויל נישט אריינגיין אין דער נושא דא און אוויפווייזן וואס פאר א נארישע טענה דאס איז, אבער פארוואס מיינט איר אז אמעריקא וועט גיין ווייניגער באנקראט אויב מען נעמט די אלע פראגראמען בגניבה ווי ווען מען באקומט עס אפיציעל? ווען דו קעשסט איין דיין חודש'ליכע סעקשאן אכט, וואוטשער, פוד סטעמפס אדער טעקס ריטורן טראכסטו נישט איבער די אכצן טריליאן דאלערדיגע דעפיצעט. אבער ווען עס קומט איינער און וויל עס געבן אפיציעל, דעמאלטס פלוצלינג הייבט איר זיך אן צו זארגן? דאס מאכט עפעס סענס?

מורי ורבותי. הריני מוסר מודעה לפניכם אז דורכאויס מיין לעבן האבן איך פרובירט צו לעבן מיט בטחון און נישט נעמען געלט וואס קומט מיר נישט. איך האב כמעט נישט נהנה געווען פון די רעגירונג אפילו אין צייטן ווען עס איז מיר געווען שווער. איך זאג דאס כדי איר זאלט וויסן אז דאס איז נישט קיין פערזענליכע נגיעה נאר עס איז מיין נגיעה לטובת כלל הציבור. אויב גייט דער יעצטיגע מצב אנגיין ווייטער ווי ביז יעצט וועט אטאסוויל קענען בויען אן עקסטרע בנין נאר פאר היימישע אידן. עס איז נישט שווער פאר די עף בי איי אויסצוגעפינען וואס עס גייט דא פאר. מען רעדט דא פון ביליאנען דאלארן, נישט קיין קלייניגקייטן. ווער ווייסט ווען דער שרעקעדיגער טאג וועט קומען. וואס וועט מען דעמאלטס טון?

מיר האבן יעצט א געלעגנהייט צו פאררעכטן דעם פראבלעם. אויב סענדערס קען געווינען דער פרעזידענטשאפט איז דא א שטיקל טשאנס אז אפשר וועט ער קענען לעגיטימיזירן דאס וואס עס קומט זיך אונז עניוועי. ער וועט זיכער אויסשטיין שווערע אפעזיציע אין די קאנגרעס און סענאט, אבער ער פארשטייט אונז כאטש. ער וויל אונז העלפן. עס ליגט א חוב אויף א יעדע איינציגסטע מענטש וואס קימערט זיך מיט די צוקונפט פון די היימישע געמיינדע, מיט א יעדע מענטש וואס האט א געפיל פאר פדיון שבויים, ביקור חולים, עזר למזון, קופת העיר, עזר לשכר לימוד, קופת חתנים וכו' וכו' צו טון וואס מען קען צו העלפן סענדערס געווינען. איינער וואס האקט אויף סענדערס זאל וויסן אז ער נעמט ארויס דאס ביסן ברויט פון צענדליגע טויזנטער אידישע קינדערלעך און עס וועט מעגליך ליגן אויף זיין האנט דאס בלוט פון הונדערטער אידישע ארעסטאנטן.



.

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 31, 2016 1:28 am

· #319571
לעיקוואד האט געלייקט!!

הוגה » זונטאג יאנואר 31, 2016 1:30 am

· #319572
@שמעקעדיג, ביזט עפעס נישט מסכים מיט דברי הנ"ל? 😲

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 31, 2016 1:31 am

· #319573
לענינינו, בדרך אפשר. דער עולם האט מורא אז עס איז נאר א שפיצל. סענדערס וועט מאכן אלעס לעגאל, יעדער וועט עפענען זיינע פינאנצן, און שפעטער וועט מען ערוועלן א רעפובליקאנע פרעזידענט וואס וועט צוריקדרייען דעם זייגער, און מען וועט בלייבן לעקיש, קרח מכאן ומכאן...

הוגה » זונטאג יאנואר 31, 2016 1:37 am

· #319575
נו, וועט מען דעמאלטס צוריק ווערן עניים איבערנאכט. דאס איז נישט קיין פראבלעם.

איך פארשטיי אז דו האסט עס געזאגט האלב ווערטלדיג. סיריעסלי, וואס זאגסטו צו מיינע קשיות? דאס איז דאך א נושא וואס דו האסט געשריבן דערויף מערערע מאל. איך וויל הערן דיין אמת'ע מיינונג.


.

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 31, 2016 1:48 am

· #319577
נו, וועט מען דעמאלטס צוריק ווערן עניים איבערנאכט. דאס איז נישט קיין פראבלעם.


יע יע, צוריק גייט א קאזע..

ערנסט גערעדט, עס ליגט אסאך אמת אין דיינע ווערטער, ולא אאריך במקום שאמרו לקצר.

הוגה » זונטאג יאנואר 31, 2016 1:57 am

· #319579
גערעכט. אין נו יארק קען מען כמעט גארנישט אויפטון ביים וואוטען אין פרעזידענטליכע עלעקשאנס. אבער מען קען מנדב זיין ח"י דאללער צום קאמפיין. און נאך מער, בעיקר פאר די גרויסע מויל מאכער אין די געמיינדע, זיי וואלטן געקענט העלפן סענדערס דורכן אים אפיציעל שטיצן. דער ארטיקל איז אבער בעיקר געצילט צו ארויסברענגן די נקודה שבו.

יאיר » זונטאג יאנואר 31, 2016 2:27 am

· #319581
קודם כל, אונז גלייבן נישט אין סאנדערס ווייל ער האקט אויף די שיטה הקדושה. ביי אונז ווי מיר ווייסן דאך איז רבי זעכרוינעלעווראכע מכבד עשירים. זיי זענען אונזערע פאן טרעגער און וועג ווייזער. דער דאלאר איז אונזער פוסק אחרון. ווי נעמט זיך דער סאנדערס, א זקן ממרא שלא שנה ולא שימש, די העזה צו גיין קעגן אלע גדולי דורינו?
והשנית, אויב יעדער וועט קריגן סעקשאן אכט וועט דאך נישט זיין פון וואו צו נעמען. איינער מוז דאך אויסהאלטן די וויליאמסבורגער לייף סטייל, פארוואס זאל עס נישט זיין טאקע דער גוי אין דער מידוועסט וואס פארדינט פערציג אלפים א יאר און האט ניטאמאל פאר וועמען עס צו שפענדן? סאיז דאך פשוט אז גאט האט אים אראפגעשיקט אויסצוצאלן דעם טשאנדאליאר פאר אונזערע דיינינג רומס. און דער סאנדערס וויל קומען משנה זיין סדרי בראשית.
ער וועט אייננעמען א מיתה משונה, זאל דער סקוליענער צדיק זיך האבן אויסגעדרוקט אויף סאנדערס'ן.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 31, 2016 7:54 am

· #319588
Re: פאראדאקס: חרדי'שע לעבנסשטייגער און איר קעגנערשאפט צו סענ
יאיר, פארלאז זיך נישט אויף זיין קללות, זיין טרע"ק רעקאר"ד איז גאנץ שוואך, עי' ערך אביגדור יעקאבטוויטש ועוד.
לדעתי, איז דער סבה ווייל אונזער עולם לעבט נאך אין דער דמיון א ז זיי ווערען באלד גרויסע גבירים און מאגנאט'ן. ווארט נאר צו א פאר וואכען און מ'עט זען...... דעריבער רעדט מען זיך אפ וועגען גביריש'ע פראבלעמען און דעריבער אויך טוט מען לעבען אויף אזא הויכע לעבענסשטייגער. היינו טעמא דשופר........

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

בן אדם » זונטאג יאנואר 31, 2016 8:15 am

· #319589
ר' הוגה, זייער שיין און הערליך ארויסגעברענגט. האסט אבער פארזען איין נקודה. דו מאכסט עס אביסל סאונדען כאילו דער עולם דארף צוקומען ביז א געוויסע סכום מ'זאל דורכלעבן און נאכדעם איז אלס פיין און וואול. אבער איר פארגעסט נאר פון אזא מושג תאוות הממון (וי"ג תאוות הגניבה). דאס איז אלס דא, דאס לויפט נישט אוועק. ועבירה גוררת עבירה ומי שיש לו מנה רוצה מאתיים. אויב יעצט לע"ע איז די סכום פון גניבה 50-60 אלפים ווער ווייסט ווי הויעך ס'וועט וואקסן אינטער סאנדערס'ן. און ס'איז ווייטער הודרא קושיא לדוכתה, אפשר וועט ער יא חרוב מאכן ס'לאנד, און איין.באשעפער זאל שומר ומציל זיין אויב די FBI זאל זיך דערמאנען פון אונז וכו'.

אויף די איצטיגע מצב כבר אמרו המושלים ע"ז אז באמת ווייסן די רעגירונג גאנץ גוט פון די גניבה שטיק, נאר זיי ווייסן אז ס'וועט ממילא זיין גניבות אפילו אויב מ'העכערט עס איז כאטש זענען זיי מוותר ביז אהער. והדברים עתיקין...

הוגה » זונטאג יאנואר 31, 2016 10:28 am

· #319597
א ביטערע געלעכטער, אנאנים.

בן אדם, איך קען נישט רעאגירן אויף שפעקולאציעס. קען זיין אז דו ביזט גערגערעכט. איך האף און איך גלייב אז נישט דאס איז דער חשבון פונעם עולם און פון די מנהיגים.


.

מאטי » זונטאג יאנואר 31, 2016 10:53 am

· #319600
אונזער קולטור איז א דיכאטאמיע פון "לוזערס קעגן ווינערס" דאס שיילט זיך אויס מיט אלס און אלעמען. קינדער אין מוסדות, משפחה סטאנדארד, שידוכים, ביזנעס, געלט, קארס.

דאס שפיגעלט זיך אפ אויך ביי די נושא. בערני איז די פארטרעטער פון די לוזערס! די אומבאהאלפענע, די אפגעפליקטע נעבס. משא"כ טראמפ רעפרעזענטירט די ווינערס! די חברה'לייט.

טמיר » זונטאג יאנואר 31, 2016 12:14 pm

· #319610
Re: פאראדאקס: חרדי'שע לעבנסשטייגער און איר קעגנערשאפט צו סענ
יאיר זאגט גוט. יעדער וויל האבן די אלע קענדיס אבער יעדער פארשטייט אז אויב וועט יעדער באקומען וועט דאס לייגען אמעריקע אין באנקראט, און דעמאלטס וועט קיינער נישט האבן...

שלום על ישראל » זונטאג יאנואר 31, 2016 12:20 pm

· #319612
טמיר
יאיר זאגט גוט. יעדער וויל האבן די אלע קענדיס אבער יעדער פארשטייט אז אויב וועט יעדער באקומען וועט דאס לייגען אמעריקע אין באנקראט, און דעמאלטס וועט קיינער נישט האבן...

הלוואי מ'האלט שוין דארט... רוב עולם וויל דאמפ (קורץ פאר דאנעלד טראמפ) ווייל "אז ס'גייט עניוועי אין ד'רערד, זאל שוין גיין אלל-דע-וועי" און ענליכע טריקענע נערישקייטן.

שבת אחים » זונטאג יאנואר 31, 2016 12:25 pm

· #319613
זייער שיין באשריבן @הוגה. אבער די האסט לכאורה אויסגעלאזט די עיקר נקודה פארוואס טאקע די היימישע עולם איז קעגן סענדארס, נישט ווייל ער איז א סאושליסט, דאס גייט זיי גאנץ ווייניג אן, נאר ווייל ער שטיצט תועבה געזעצן און איז זייער פרא-אבארשאון און ווי אויך איז ער א איד וואס האט חתונה געהאט מיט א קאטליק גויטע רח״ל און ער איז פון די גרעסטע ״גלאובעל ווארמינג״ האקערס און שטיצט אלע לינקע אגענדעס. איז וואס ווילסטו אז נידערמאן זאל טאנצן יעצט קדוש מיט סאנדערס?

ווי קען א פרומער איד שטיצן אזא עוכר ישראל וואס איז קעגן אזוי סאך היימישע פרינציפטן ? איז אנדערש וועלן זיי ווייטער נעמען די געלט בגניבה ווי איידער זיך ביקן צום צלם! סטאטוס קווא איז בעסער פאר זיי אין אזא פאל!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 31, 2016 12:28 pm

· #319614
Re: פאראדאקס: חרדי'שע לעבנסשטייגער און איר קעגנערשאפט צו סענ
נאר אן אשכול אויף סענדער'ס ברענגט צוריק שבת אחים פון זיין שובבי"ם שלאף

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

יעקב מענטש » זונטאג יאנואר 31, 2016 12:33 pm

· #319616
א דאנק @הוגה,

איך אלץ ארבייטס אינגערמאן ארומגענומען מיט ארבעטס חבירים, קען מעיד זיין אז רוב ארבעטס אינגעלייט (לאפוקי די כולל אינגעלייט פארוועם די רעגירונג פראגראמען זענען די איינציגע וועג זיי קענען זיך ערלויבן צו בלייבן לערנען), וואלטן גערן געקענט באשטיין אויפצוגעבן די פראגראמען און לעבן ווי נארמאלע מענטשען וואס רעפארטירן יעדע פעני, ווען נישט וואס דו קאסטן פון העלט קאווערעדזש און טעקס זענען אסטראנאמיש הויעך, און דאס איז נאר א דאנק די סאציאליסטישע פראגראמען וואס די שטאט איז פארנומען צו נעמן פון פארדינער און אריינלייגן צו די ארימע, איך פערזענליך קען עטליכע אינגעלייט וואס האבן נישט קיין פוד סטעמפס און האבן יא מעדיקעיד, פארוואס ? ער קען דאך רואיגערהייט עפפלייען צו די פוד סטעמפ אפיס מיטן זעלבן טעקס רעטוירן וואס ער נוצט אינעם מעידיקעיד אפיס ? נאר, וויבאלד די גאנצע מעשה איז אים נישט צום הארצן, במילא איז ער א בוחר ברע במיעוטו.

אלץ אידן האבן מיר א געפיהל צו ארבעט און זיין א נהנה מיגיעי כפינו, און נישט דארפן צוקומען צו די שטאט, און וועגן דעם זענען מיר נישט צופרידן מיט דעם סאנדערס, ווייל ער שטופט אונז איין טיפער און דעם לאך ווי אונז ווילן נישט זיין,

קאמפיאטער » זונטאג יאנואר 31, 2016 12:47 pm

· #319621
Re: פאראדאקס: חרדי'שע לעבנסשטייגער און איר קעגנערשאפט צו סענ
איך קען אבער נישט פארשטיין וויאזוי ער וויל געבן פאר אלע איליגעל אומעגרענטס פרי העלטה קעיר און קאלידזש.

צו קענען צאלן דאס אלעס וועט ער מיזן העכערן טעקסעס, און דאס באדערט.

איינער וואס נעמט עניוועי פראגרעמס באדערט עס נישט אזוי שטארק.

הוגה » זונטאג יאנואר 31, 2016 12:51 pm

· #319623
יעקב, סאנדערס האלט פונקט ווי דיר. ער האלט אויך אז די אינשורענס קאסטן זענען שרעקליך הויך און אוממעגליך צו באצאלן. ממילא זאגט ער דיר "שמעתי את נאקת בני ישראל" איר וועט מער נישט דארפן דרייען כדי צו באקומען דער זעלבע מעדיקעיד וואס איר נעמט עניוועי. איך גיי עס אייך געבן בדרך כבוד. איי ער וויל דער חלילה וחס אריינשטופן פודסטעמפס אויך אינאיינוועגס? נו, מיזט עס נישט נעמען אויב דו ווילסט נישט.

איך פארשטיי נישט וויאזוי סענדערס שטופט "אונז" טיפער אינעם לאך? דורכ'ן אונז געבן ביושר וואס מיר נעמען סייווי? דורכ'ן צורעקשטעלן די שווארצע מארקעט אויף די ווייסע זייט? עס מאכט פשוט נישט קיין סענס. ועוד, דער מעדיקעיד יונגערמאן צאלט נישט פאר קיינעמ'ס פודסטעמפס.

קאמפיאטער, אזויווי איך האב געשריבן אינעם ארטיקל, דא גייט מען נישט דן זיין אויב עס קען ארבייטען אדער נישט, נאר אויף די עצם פאראדאקס וואס כ'האב ארויסגעברענגט. לאמיר זיך האלטן צו דעם. אויב גלייבסטו אז סאציאליזם איז נישט גוט פאר אמעריקא, דאן איז אומאפיציעלע סאציאליזם בגניבה זיכער נישט גוט.


.

יואב » זונטאג יאנואר 31, 2016 12:51 pm

· #319624
שמעקעדיג
לענינינו, בדרך אפשר. דער עולם האט מורא אז עס איז נאר א שפיצל. סענדערס וועט מאכן אלעס לעגאל, יעדער וועט עפענען זיינע פינאנצן, און שפעטער וועט מען ערוועלן א רעפובליקאנע פרעזידענט וואס וועט צוריקדרייען דעם זייגער, און מען וועט בלייבן לעקיש, קרח מכאן ומכאן...

דערפאר וועט ער גיבן פרייע קאלעדש אויך, אזוי אז ווען די רעפאבליקאנער נעמען איבער, וועלן די היימישע פאראזיטן שוין האבן גוט-באצאלטע דשאבס, און דאן טאקע שטימען פאר די רעפאבליקאנער וואס וועלן נישט רייסן פון די היימישע באלאבאטים שטייערן, ובנוסף העלפן פינאנצירן די פריוואטע סקולס וואס וועלן קעמפן קעגן גזירת שמד; די ארימע שווארצע וואס צוליב זייער דירעקטע יוחס צו חם וואס איז פארשקלאפט אונטער דער תורה'ס אוטעריזאציע וועלן נישט מאכן קאלעדש אפילו אונטער בערני'נען, וועלן זיי לאזן הונגערן; די ווייסע אמעריקאנער אנטיסעמיטן וועלן זיי שיקן אויפ'ן מלחמה פראנט, ירשלים וועט ווערן אנערקענט אלס דער הויפט שטאט פון ישראל און די חרדישע אידילאגיע וועט האבן געזיגט אין יעדן פרט.

מרדכי » זונטאג יאנואר 31, 2016 1:03 pm

· #319629
Re: פאראדאקס: חרדי'שע לעבנסשטייגער און איר קעגנערשאפט צו סענ
📎 uploadfromtaptalk1454263409094.jpg

mevakesh » זונטאג יאנואר 31, 2016 1:04 pm

· #319631
Re: פאראדאקס: חרדי'שע לעבנסשטייגער און איר קעגנערשאפט צו סענ
דאכט זיך אז אידיאלאגיש שטימען מיר טאקע לכאורה מיט סאנדערס אבער למעשה קומט אויס אז מיר וועלן נאר דערלייגען פון איהם
זיינע עיקר טענות זענען מער וויניגער העלט קעיר פאר יעדעם און קאלעדש בחינם פון ביידע גייען מיר נישט פארדינען קעגן וואס מיר גייען פארלירן
אין קאלעדש גייט נישט רוב פון דער היימישע עולם
און העלט קער האבן מיר מעדיקעיד וכדומה און ווען עס געשעהט עפעס ערענסט האט מען rccs אדער atime וכו'
קומט אויס אז אונז גייען באצאלען מער שטייערן אבער די בענעפיטן גייט גיין בעיקר צו די גוים רח"ל

שבת אחים » זונטאג יאנואר 31, 2016 1:14 pm

· #319633
קאמפיאטער
איך קען אבער נישט פארשטיין וויאזוי ער וויל געבן פאר אלע איליגעל אומעגרענטס פרי העלטה קעיר און קאלידזש.

צו קענען צאלן דאס אלעס וועט ער מיזן העכערן טעקסעס, און דאס באדערט.

איינער וואס נעמט עניוועי פראגרעמס באדערט עס נישט אזוי שטארק.

קודם כל וואס מיינט איליגעאל אימגראנטס, מיין טאטע און מאמע וואלטן אויך פארופן געווארן איליגעאל אימגראנטס (ביז ממש אפאר יאר צוריק)און רוב היימישע אידן פון פריערדיגע דור וואלטן לויט די היינטיגע פאליסיס פארופן געווארן איליגעאל׳ס אריינגערעכענט טראמפ׳ס מאמע פון סקאטלאנד און בערניס טאטע פון פוילן און טעד קרוז און מארק רוביאס עלטערן וכו׳ וכו׳ וכו׳, כמעט יעדער אין אמעריקא זענען געקומען אהער פון ערגעץ.

אלץ די געלט חלק וואס די וואונדערסט זיך אזוי שטארק, איז קודם כל דו ווייסט אז רוב זאכן וואס בערני וויל איינפירן למשל פרי קאלידזש אין העלטה קעיר פאר אלע בירגער איז א נארמאלע זאך אין רובא דרובא נארמאלע ציוויליזירטע לענדער אויף די וועלט חוץ אמעריקא? פארוואס טאקע? ווייל אונז זענען די רייכסטע לאנד אין די היסטאריע פון לענדער? ווי גייט די געלט? טריליאנען פאר די ארמיי צו בויען נוקלעאר און וואפן וואס מיר גייען לכאורה קיינמאל נישט נוצן? בערני׳ס איידיעס איז געבעיסט אויף די אייראפישע לענדער מאדעל וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו ארבעטן בעסער ווי די אמעריקענע סיסטעם און עס איז בכלל נישט קיין ראדיקאלע איידיע!, וואס איז יא ראדיקאל אין מיינע אויגן איז אז אין אמעריקא קען קאסטן איין פיל $600 קאסט די זעלבע פיל אין קאנדא $50! דא האסטו די תירוץ! די אמעריקאנע פארמעסוטיקלס האט וואשינגטאן אין די לינקע טאש מיט זייער לאביאיסטן און שוחד געלט וואס זיי געבן פאר פאליטשאונס צו קענען דאמינירן די מארקעט און בעטן פון ארימע אמעריקאנער פאר לעבענסוויכטיגע דראוגס א הון רב אז זיי זאלן קענען נאכדעם ארומפליען מיט פרייוואט דזשעטס און יאכט שיפן און שפענדען ביליאנען אויף לוקסזירזשע ארט פעינטינגס! און די אומדערהערטע קאראפציע וויל טאקע בערני ענדיגן!

מרדכי » זונטאג יאנואר 31, 2016 1:16 pm

· #319634
Re: פאראדאקס: חרדי'שע לעבנסשטייגער און איר קעגנערשאפט צו סענ
העלט קעיר גייט מען אדער דארפן צאלן קעש פאר א גיטע דאקטאר אדער ווארטן א חודש אין ליין פאר א שיסטער אזויווי אין אייראפע

Sent from my SM-G920P using Tapatalk

מרדכי » זונטאג יאנואר 31, 2016 1:24 pm

· #319636
Re: פאראדאקס: חרדי'שע לעבנסשטייגער און איר קעגנערשאפט צו סענ
@שבת אחים
Illegal immigration is the migration of people across national borders in a way that violates the immigration laws of the destination country
דעס רעכנט נישט אריין רוב היימישע אידן פין פריערדיגן דור

Sent from my SM-G920P using Tapatalk

שבת אחים » זונטאג יאנואר 31, 2016 1:31 pm

· #319637
ווער זאגט אז נישט? אמאל איז געוועהן די געזעצן אנדערש אויסגעשטעלט! וואס איך מיין צו זאגן אז די אלע היינטיגע איליגעאל'ס זענען גארנישט אנדערש ווי די אמאליגע מענטשען וואס זענען געקומען קיין אמעריקא זיך צו קענען באזעצן אין א פרייע לאנד, און נאכאמל לויט די ״היינטיגע״ אימגרעישאון געזעצן וואלטן די היימישע אידן נישט געקענט זיך דא באזעצן!

הוגה » זונטאג יאנואר 31, 2016 5:16 pm

· #319664
איך זעה אז מען פארט דא אריין אין די פרטים צו סענדער'ס פאליסיס קענען ארבייטען אדער נישט און וואס פונקטליך זיי זענען. איך האב דייקא נישט געוואלט אריינגיין אין דער נושא, עס זענען דא גענוג אנדערע אשכולות איבער סענדערס און די עלעקשאנס וואו מען קען יענץ אויסשמועסן. @אנאנים, אויב האסטו גוט איבערגעקוקט סענדערס' פאליסיס און האסט איינגעזעהן אז הלכה למעשה וועסטו און אנדערע מער מרויח זיין אין טאש מיט קלינטאן אדער טראמפ, תבוא עליך ברכה פארן מאכן אן אינפארמד דיסיזשאן. איך באציה מיך אין דער אשכול בעיקר צו די שטארקע אפשיי וואס חרדים כלומפרשט האבן צו "סאציאליזם" כאילו עס וואלט געווען א שווארצע מאנסטער וואס מען דארף מבער זיין על כל הון דעלמא. איך באציה מיך צו די אויסדרוקן וואס מען הערט טאג טעגליך אין שול ווי דער עולם פארציילט איבער די שרעקליכע גזירות וואס סענדערס וויל איינפירן ווי למשל פרייע קאלעדזש עדזשוקעישאן, פרייע העלט אינשורענס וכו'.

אויב האסטו א פראבלעם מיט סאציאליזם (ווען איך זאג דו רעד איך צו דער גאנצע געמיינדע אלץ א כלל) דאן פארוואס פירסטו דיין לעבן מיט אפיציעלע סאציאליסטישע פאליסיס. מען פירט א לעבנסשטייגער וואס פארלאזט זיך אפיציעל אויף מעידיקעיד, פוד סטעמפס, סעקשאן אכט, וויק און טעקס ריטורן פארן המון עם. פעל און טעפ פאר ישיבות. פרי קעי, דעי קעיר, וואוטשערס און טייטל וואן פאר חדרים און מיידל שולעס. איז דאס נישט א טייל פון די שרעקליכע סאציאליזם? פארוואס איז דאס אקעי? און וואס טוט זיך מיט בעילאוט פראגראמען? וואס טוט זיך מיט די רעגירונג צווינגען בענק און קרעדיט קארד קאמפאניס צו סעטלן און מאכן שארט סעילס מיט די קאסטומערס וואס קענען נישט באצאלן. איז דאס נישט גענומען פון די רייכע און געגעבן פאר די ארימע? איר זענט געווען אקעי מיט סאציאליזם ווען עס איז געטון געווארן אומאפיציעל אבער ווען די רעגירונג וויל עמטליך נעמען פון די בענקערס געלט צו קענען געבן הייזער פאר די ארימע, פלוצלינג דא טאר מען שוין נישט? לויט מאנכע דא קומט אויס אז די רעגירונג האט גענוג געלט צו געבן פראגראמען לרחצה פאר גאנץ ברוקלין, ראקלענד קאונטי, אראנדזש קאונטי און לעיקוואד, אבער נישט מער. ממילא בלית ברירה מוז מען עס טון אונטערן טיש.

איך בין אליינס נישט איבערצייגט אז סענדערס איז דער ריכטיגע מענטש צו זיין פרעזידענט פון אמעריקא. איך בין אויך נישט איבערצייגט אז זיינע פאליסיס זענען גוט. איך פארשטיי אז דאס איז א נושא וואס פארדינט איר רעספעקט צו ווערן גוט אדורכגעשמועסט און צונומען אויף פיצלעך. איך בין אבער קלאר און איבערצייגט אז די attitude פון רוב פונעם היימישע עולם צו סענדערס און צו סאציאליזם איז גאר מאדנע, היפאקריטיש און שמעקט פון שטארקע איגנאראנס און אראגאנס.


.