נועם אלימלך ישיבה גייט זיך פארמאכן?
59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1002
נועם אלימלך ישיבה גייט זיך פארמאכן?
איך ווייס נישט וואס נאר איך האב געזען אויף אייוועלט איז געווען אפן א אשכול פאר גאנצע צען מינוט איבער די ישיבה אז עס האלט זיך פארן פארמאכן/עס האט זיך פארמאכט.
אין מען האט גלייך פארשפארט די אשכול. דא מעג עס זיין אפן?
נא? ווייסט איינער דיטעלס?
ביטע אראפברענגען דא די פרטים, כ'קען נישט עפענען בחדרי
זענען די שמועות קראנט?
ווי וועלן גיין די 100 אדער מער בחורים?
מ'שמועסט אז דער ליזענסקער האט געזאגט אז ער איז גרייט עס אויסצוהאלטן (אזוי ווי ביז יעצט..) ביז סוף זמן
אגב, דער נייעס באריכטער אויף בחדרי שרייבט שטותים און לאקשן
עס איז CONFIRMED !!!
נישט אז הייד פארק איז נישט פיל מיט שטותים אבער דעס איז וואר......
ס׳איז א שאד. כפי השמועה איז עס געווען איינע פון די בעסטע היימישע ישיבות. ערליך, איידל. נישטא נאך אסאך אזעלכע. איך טראכט אויב ישיבת בית הילל אין מאנסי איז געווען צו א שטארקע קאמפעטישן פאר נועם אלימלך.
פארוואס האט יענער ישיבה אויפגעהאלטן א ראש ישיבה וואס קאלעכט שוין די לעצטע 12 יאר? איך קען נועם אלימלך פוירסט הענד, מ'קען זיך באגיין אן עס.
שלמה המלךעס איז CONFIRMED !!!
נישט אז הייד פארק איז נישט פיל מיט שטותים אבער דעס איז וואר......
CONFIRMED אז וואס?
chasidשלמה המלךעס איז CONFIRMED !!!
נישט אז הייד פארק איז נישט פיל מיט שטותים אבער דעס איז וואר......
CONFIRMED אז וואס?
קיקט ביטע דעם קעפל פונם אשכול
ווער האט עס באשטעטיגט אז דו שרייבסט מיט אזא זיכערהייט קאנפורמד?
אויף וויפיל איך ווייס זענען די בחורים אהיים געפארן אויף שבת און מען קומט צוריק נאך שבת. דאס איז די אפיציעלע ווערסיע מטעת הנהלה אויב זיי שפילן ארום ווייס איך נישט אבער עכ"פ קאנפורמד אויף פארקערט איז זיכער נישט קראנט ווען די הנהלה זאגט נישט אזוי.
וועגן נועם אלימלך
איך בין א תלמיד וואס לערנט ״יעצט״ דארטן ־איר קענט זען א באריכט פון מימן חבר. אויף wordpress.yashivalizensk.com
אדרבה דערצייל וואס ס'הייסט יעצט אז ס'וועט זיין.
אויב דאס זענען די תלמידים פון נועם אלימלך, דעמאלטס קען זיך עס טאקע פארמאכן.
הערשילאבאיך בין א תלמיד וואס לערנט ״יעצט״ דארטן ־איר קענט זען א באריכט פון מימן חבר. אויף wordpress.yashivalizensk.com
די לינק ארבעט עפעס נישט
עס קומט אזוי.
lizenskyeshiva.wordpress.com
עס קומט אזוי:
<a class="postlink" href="http://lizenskyeshiva.wordpress.com">http://lizenskyeshiva.wordpress.com</a>
יישר כח שוין דורכגעליינט
איר קענט אויך בעטן אן אימעל פונעם באריכט דארטן אויףyeshivalizensk@gmail.com
בנוגע וואס איינער שרייבט אז ״אויב דאס זענען די בחורים .....וויל איך אים זאגן אז יענע שרייבער האט שטארק איבערגעטריבן אין ער וועט עס בקרוב מתקן זייןco
הערשילאבאיר קענט אויך בעטן אן אימעל פונעם באריכט דארטן אויףyeshivalizensk@gmail.com
בנוגע וואס איינער שרייבט אז ״אויב דאס זענען די בחורים .....וויל איך אים זאגן אז יענע שרייבער האט שטארק איבערגעטריבן אין ער וועט עס בקרוב מתקן זייןco
איך האב נישט געמיינט צו זאגן וואס די בלאג שרייבט אויף דיבחורים, איך האב עס געשריבן נאף פאר איך האב דארט געליינט.
איך האב געמיינט צו זאגן אויף די תגובה.
הערשילאבאיך בין א תלמיד וואס לערנט ״יעצט״ דארטן ־איר קענט זען א באריכט פון מימן חבר. אויף wordpress.yashivalizensk.com
אויב נועם אלימלךס בחורים האלטן שוין היינט ביי האבן צוטריט צו די אונטערנעט, קען זיך עס פארמאכן, ווען איך האב דארט געלערנט, איז אזא זאך אפילו נישט געווען במחשבה ביי די בחורים.
זאל מען אבער עס נישט פארקויפן אין די גאס וואסערע פיינע ישיבה עס איז
עס זענען דא גענוג גבירים, וואס געבן געלט פאר אזעלכע ישיבות ווי תלפיות, זיו התורה, וכל שום וחניכא דאית להו.
ליזענסקע ישיבה איז נאכנישט געגאנגען שאפן קיין געלט פון קיין גבירים
קאנפורמד האב איך גערעדט פון נעקסטע זמן.....
די אלע מעשיות פונעם בלאג וכדו' ווייס איך נישט וואס פארא האפט עס האט, און איך בין נאך נישט זיכער אז אונזער הערש לייב איז טאקע א תלמיד.......
[ציטאט אראפגענומען]
אויב די אישו איז וועגן שטיצע
ליזענסקע ישיבה האט נאכנישט גענומען קיין שטיצע, וועגן דעם קוקט עס אזוי אויס
ווער איז דער אויסטערליץ?
ער איז די הנהלה גשמית - לויט ווי איך פארשטיי דער אדמיניסטראטאר
און מיינע צייטן איז ער געווען א שטארקע חסיד פון ליזענסקע רבין, און נאכנישט געווען אינוואלווד אין די מוסדות [עכ"פ אין פאבליק]
איז נאך בנימין ווייס דארט ?
איז עס די אויסטערליץ וואס איז געוועין באוויסט ביי די סקווירא פרשה?
עס איז שלעכטע נייעס פאר א ישיבה אז די גארבעדזש גייט ארויס אויף די גאס.
במציאות איז עס נישט אזא אויסערגעווענליכע זאך, פייערן אין א ישיבה פון בחורים. אלכסנדר ישיבה האט אויך געהאט פייערן פאראיאר אין קעמפ, עס האט געהערשט א רוח פון רעוואלוציע פאר א טאג צוויי. דאס איז נארמאל אין די היינטיגע ישיבות.
די חורבן איז ווען עס גייט ארויס אויף די גאס, און די גאנצע גאס האלט אלעס מיט, איידער די כאאס גייט אריין אונטער קאנטראל.
זאל קיינער נישט מיינען אז עס איז דא א ישיבה מיט בחורים וואס פירן זיך אויף ווי 30 יעריגע יונגעלייט
איבעראל איז דא טראבל מעיקרס, פייערס אא''וו
די קונץ איז אז די גאס זאל נישט רעדן דערפון
ליזענסק'ס גרעסטע גרעסטע מעלה איז געווען אז זיי געווען אינדרויסן פין געגנט
קיינער האט נישט מיטגעהאלטן וואס דארט טוט זיך
וועסט גיט קוקען, יעדע ישיבה וואס איז נישט אין היימישע געגענטער קענען אסאך גרינגער דערשטיקן זייער שמיץ
(אסאך פין זיי הייסן א גאנץ יאר פיינע ישיבות אבער די 9 וואכען וואס זיי קומען צווישן די היימישע געגנטער אין די קעטסקילס הייבט עס אן שטינקען)
דאס איז אבער אלעס נאר אויב מען מאכט זיכער אז די בחורים זאלען זיך האלטן דאס מויל
די דורכפאל פאר ליזענסק איז אז די בחורים הייבן אן רעדן,
זיי מאכען דעם חרבן אין זיי אליין וועלן סוכ''ס ליידן דערפון
אויף די מיניט נעמען זיי נקמה אין דעם אדער יענעם אבער אויב דאס וועט פירן צו פארמאכען די ישיבה אדער א שלעכטע נאמען וועלן נאר די בחורים דאס באוויינען
בנימין ווייס איז נאך דארט
אוסטרליץ איז דער פון סקווירא
עד איז בכלל נישט די אישו פיו די פייער ־זיי האבן זיך נאר ארויפגעכאפט אויף דעם אבער באמת איז בכלל נישט געווען אזא פייער וואס מ׳זאל זיך וויסנדיג מאכן
א אידעס זענען דא גענוג גבירים, וואס געבן געלט פאר אזעלכע ישיבות ווי תלפיות, זיו התורה, וכל שום וחניכא דאית להו.
ליזענסקע ישיבה איז נאכנישט געגאנגען שאפן קיין געלט פון קיין גבירים
אנטשולדיגט מיין אויסברוך, אבער עס איז שקר וכזב, ישיבות ווי תלפיות און זיו התורה מוטשענען זיך צום טויט. קיינער וויל זיי נישט העלפן, און אפילו זייערע אייגענע תלמידים וועלכע זענען דורך זיי אויפגעראכטן געווארן, דרייען אסאך מאל אויס דעם רוקן צו זיי, ווייל דאס איז דער לופט אין די גאס. ואכמ"ל.
Hi sorry that I'm writing in English but I'm in a hurry... I learned in noemelimelech it's a holy yeshve with holy bucherem and I'm serious about it I don't believe that this hersh lieb learns there and if yea then he's from the older ones and shouldn't go around and bash the yeshive there are very few yeshives like norm elimelech
פארוואס מוז זיין אזעלעכע ווילדע אקטן אין א ישיבה ווי פייערען וכדומה? וואלט שפילען באל ח"ו נישט געווען מער אויסגעהאלטן ע"פ תורה?
אשכנ, איך האב מורא דו ביס שוין א משכיל, אויב קענסטו אפילו נאר טראכטן אזוי...
לאמיר שוין זאגען אז מיין צווייטע שאלה איז השכלה, וואס קען מען ענטפערען אויפ'ן ערשטע שאלה...
דער שרייבער דארט אויפן בלאג שרייבט אז די בחורים זענען אריין אין א ראיאטיע מאוד, ווייל מען האט נישט באצאלט מגי"ש שוין 22 וואכן, כ'קען אפשר וויסן וואס די סטעיטמענט מיינט, זייט ווען דרייען בחורים איבער א ישיבה און מאכן פייערס, מיט א חילול השם, אלס ווייל מען האט נישט באצאלט מגי"ש???
און ר' אין-כולל איך קען אינגע בחורים אין נועם אלימלך, מיט צוטריט צו די אונטערנעט צו דורך א טעלעפאון, אדער קאמפיוטער.
עס איז שוין נישט היינט אזוי ווי אמאל אין אונזערע צייטן, וחבל....
מ'כאפט נישט וואס ער ענדיגט צו אויף וויפיל מ'קען אים גלייבן
"נ.ב. די פרטים קומען מפי השמועה"
אמע״כ ־א איד־ איך בעט אייך נאכאמאל= זאגט נישט קיים זאגן וואס איר ווייסט נישט. ־־איך ווייס פון פאקט אז דארט איז נישטא קיים 1 בחור וואס ער האטה אינטערנעט
אשכנלאמיר שוין זאגען אז מיין צווייטע שאלה איז השכלה, וואס קען מען ענטפערען אויפ'ן ערשטע שאלה...
די ערשטע אויך, וואס הייסט פארוואס, אזוי האט מען זיך אלעמאל געפירט, אז בחורים אין ישיבות מאכן פייערס און פארטיג, אזוי וועט מען ווייטער טוהן, דו ווילסט אפפארן און שפילן באל, גיי טו עס, אבער צו אונז אנשי שלומינו זאלסטו נישט רעדן אזעלכע דיבורים...
הערשילאבבנימין ווייס איז נאך דארט
אוסטרליץ איז דער פון סקווירא
עד איז בכלל נישט די אישו פיו די פייער ־זיי האבן זיך נאר ארויפגעכאפט אויף דעם אבער באמת איז בכלל נישט געווען אזא פייער וואס מ׳זאל זיך וויסנדיג מאכן
Hersh leib sorry you don't sound like a talmid Vd"L
די לעצטע נייעס
יום בשורה היא לנו.
Posted on July 9, 2012
ב״ה אז מיר קענען מעלדן מיט פרייד אז אלעס גייט צוריק צום אלטן, אלעס איז מסודר, די ישיבה עפנט זיך נארמאל היינט מאנטאג, און וועט מיטן אויבערשטנס הילף ווייטער אנגיין ווי גארנישט וואלט פאסירט.
אויף נעקסטע זמן האט דער רבי שליט״א פארלאנגט אז עס מוז זיין א שטארקע שינוי אין פארטאגס און עס דארף צוריק ווערן שטרענג.
lizenskyeshiva.wordpress.comצום שלוס
דאס וואס ער שרייבט אז ס׳דארף צירוקווערן שטענג ־גייט נאר ארויף ארויף פארטאגס = בעצם איז אלכס פיין ווי פריער ערקלערט
יישר כח פארן אננעמען
פארגאנגענעם שבת איז מיר אויסגעקומען צו כאפן א שמועס מיט א פארכניאקטן נועם אלימלך בחור, און ער האט מיר באשטעטיגט אז די מעשה וואס איז געווען שיין אראפגעלייגט אינעם 'נועם אלימלך בלאג' איז אמת ויציב ונכון.
וואט אבאוט "וקים וישר"? דאס האט ער שוין נישט געזאגט
קומענדיגע מאל אי"ה וועל איך אים פרעגן
איך האב אויך גערעדט מיט א געוועזענעם פארכניאקטן נועם אלימלך היינט-אינגערמאן, וועלכע האט דאס זעלביגע באשטעטיגט, און צוגעגעבן אז נועם אלימלך ברויך דעפענטלי אונטערגיין און נאך צען ישיבות זאלן זיך אנשטאט דעם עפענען. ער זאגט אז דער וויזוי הייסט ער נאר איז נישט נייגעריג אין קיין ישיבה און טויג אויף כפרות. און דער אנדערער שמערל וואס האט זיך צעאמפערט מיט משה ברוך און געוואלט פארמאסער קעצלען די בחורים פאר די פאליציי לייגט די ישיבה צוגרינד. אין קורצן: די ישיבה האט אפגעדינט איר תפקיד און ס'איז געקומען די צייט צו מאכן פלאץ פאר אנדערע. און אגב דער אינגערמאן איז אין ישיבה געווען א זיסע צדיקל, פון די מעליגע פעטנס. סלתה ושמנה
כרגע איז דער ישיבה אפן געהעריג, אבער דאס איז אמת אז דער אויסטערליץ לייגט דאס אין דער ערד אריין, און דער רבי איז כרגע נישט אין די גלייזן און האט נישט דעם קאפ עפעס צו טוהן דערצו, אויב וועט ער זיך כאפן פאר ס'איז טו לעיט וועט מען עס נאך קענען ראטעווען, אויב אבער נישט, וועט עס סייווי אינטערגיין, נישט קיין חילוק צו מען האט דא אפגעמאכט אז עס דארף אונטערגיין צו נישט, די גאנצע כח ביהיינד די ישיבה איז אלעמאל געווען נאר דער רבי, ער האט עס געדעקט, און אויב ער כאפט זיך נישט באצייטנס, וועט אויסטערליץ נאך פארקויפן דעם שטח און אפטראגן מיט דאס געלט.
הדד בן בדדדי גאנצע כח ביהיינד די ישיבה איז אלעמאל געווען נאר דער רבי
?????
זאג עס איבער נאכאמאל הויעך און שטאט, לאמיך עס שנעל אפשרייבן איידער איך פארגעס.
זאג ביסט אינגאנצן פארנארט?
טאמבל סאסהדד בן בדדדי גאנצע כח ביהיינד די ישיבה איז אלעמאל געווען נאר דער רבי
?????
זאג עס איבער נאכאמאל הויעך און שטאט, לאמיך עס שנעל אפשרייבן איידער איך פארגעס.
זאג ביסט אינגאנצן פארנארט?
וואס עפעס פארנארט? דאס איז די מציאות.
דו ווייסט ווייל דו האסט געלערנט דארט און עס אליין געזען? אדער ווייל דו שטעלסט דיך אזוי פאר?
איך האב געהערט פון עטליכע וואס האבן דארט געלערנט אז ער איז נאר געווען ביים כבוד נעמען, און פארשטייט צו פירן א ישיבה אזוי ווי איך צו בויען אן אטאם. אויב עפעס איז די גאנצע זאך געווען משה ברוך, וואס מיט זיין שטרענגקייט און תקיפות האט ער געהאלטן די חברה אין די הויזן.