☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » נועם אלימלך ישיבה גייט זיך פארמאכן?

נועם אלימלך ישיבה גייט זיך פארמאכן?

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1002
בלאט: 1 2

הדד בן בדד » פרייטאג יולי 13, 2012 3:53 am

· #23954
האלא, משה ברוך האט אמאל געשאפט איין פעני? ער קען אפילו שאפן אויב ער וויל?

נאכאמאל, די גאנצע כח ביהיינד די ישיבה איז געווען דער רבי, ער האט געשאפט דאס געלט, זיי האבן נישט א באורד אוו דיירעקטארס וועלכע שאפן דאס געלט, זיי האבן נישט א גרויסע חסידות אונטער דעם וועלכע דעקט דאס למען הפארטיי, די ישיבה האט אונטער זיך א רבי וועלכער האט געדעקט די גאנצע בודשעט. קלאר גענוג?

טאמבל סאס » פרייטאג יולי 13, 2012 11:38 am

· #23991
הדד בן בדד
די גאנצע כח ביהיינד די ישיבה איז אלעמאל געווען נאר דער רבי

איז נעקסטע מאל זיי דיך בעסער מסביר . "די גאנצע פינאנציעלע כח" ביהיינד וכו'. אבער להוי ידיעה דאס איז נישט מיט וואס נועם אלימלך איז געווען יוניק פון אלע אנדערע. נישט אז זיי האבן געהאט געלט. נאר די גוטע בחורים, און פלייסיגע מתמידים, און שטארקע דיסציפלין. מיט די געלט קען ער זיך גיין אונטערווישן, אויב איז נישט פארהאן קיין משה ברוך וואס זאל אנהאלטן דעם גוטן נאמען, וויבאלד ער האט עס טאקע געפירט מיט א שטארקע האנט.
און ווי דו זעסט דא איז נישט די סיבה פארוואס די ישיבה האט זיך געהאלטן ביים צאמלייגן אזוי שטארק וועגן די געלט ווי וועגן די קארופטירטע צוזאמען ארבעט איין איינגעשטעלטער מיטן צווייטן . און "אויך" וועגן די געלט. אזוי קוק איך עס אן.
דער רבי קען ווייטער שנארענען אבער אויב האט ער א ישיבה מיט א דאזן ליידאקעס (נישט אז ער האט) איז ער מיט גארנישט מער ווי אנדערע ישיבות.

שלמה המלך » מאנטאג יולי 30, 2012 12:22 pm

· #29768
געהערט היינט געוואלדיגע נייעס:

די רבי איז געוועהן שב"ק אין ישיבה געוועהן א הערליכע שבת, און האט דערביי געמאלדען וואס מאנכע האבן שוין געוויסט אינטער די קוליסן

אז עט האט זיך אריינגעלייגט פרישע עסקנים אינעם געשעפט און די באן וועט אי"ה פארן ווייטער ביתר שאת וביתר אז עד ביאת גואל צדק בב"א

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 30, 2012 1:11 pm

· #29806
לאמיר האפן אז עס ליגט עפעס אונטער די ווערטער.

שוין נישט די ערשטע מאל. פאר עטליכע יאר צוריק האט מען אויך אויפגענומען פרישע עסקנים, וועלכע האבן געלאזט וויסן אז זיי קענען נישט איבערנעמען די אלטע חובות (פון איבער א יאר נישט באצאלט)
אבער מהיום והלאה וועלן זיי קעיר נעמען.
און יצעט? וחוזר חלילה?

ונזכה ונחי' ונראה.

א איד » מאנטאג יולי 30, 2012 4:28 pm

· #29894
שלמה המלך
געהערט היינט געוואלדיגע נייעס:

די רבי איז געוועהן שב"ק אין ישיבה געוועהן א הערליכע שבת, און האט דערביי געמאלדען וואס מאנכע האבן שוין געוויסט אינטער די קוליסן

אז עט האט זיך אריינגעלייגט פרישע עסקנים אינעם געשעפט און די באן וועט אי"ה פארן ווייטער ביתר שאת וביתר אז עד ביאת גואל צדק בב"א


עז מיט אן עי"ן

שמואל הלוי » מאנטאג יולי 30, 2012 5:04 pm

· #29903
איך גלייב אבער שווער אז ס'וועט האבן א ווייטערדיגע קיום אויב ר' משה ברוך פארבלייבט ביים אמט.

town1 » מאנטאג יולי 30, 2012 8:40 pm

· #30005
א ביישפיל פונעם סיסטעם

א איד » מאנטאג יולי 30, 2012 10:49 pm

· #30055
town1
א ביישפיל פונעם סיסטעם


וועלכע חלק?

smart » מאנטאג יולי 30, 2012 10:52 pm

· #30057
עס איז א פחד נורא צו הערן אז אזא מקום קדוש גייט דורך אזא קארופציע.
נועם אלימלך איז געווען א גוטע ישיבה (ניין, איך האב דארט נישט געלערנט) רוב רובי בחורים אין מיינע צייטן וואס האבן דארט געלערנט וועם איך האב געקענט זענען געווען חשוב'ע חשוב'ע בחורים.
עס איז אן עקסטרעמע פלאץ, אבער פאר די וואס קענען עס דערהייבן איז געווען מורא'דיג.
עס איז א שאד אז אזא פלאץ זאל אונטערגיין.
בלאט: 1 2