וואס טוט מען ווען......?
28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9999
וואס טוט מען ווען......?
דער אשכול איז געווידמעט פאר איינער וואס זיין קינדער פרעגען צו טוהן עפעס, און מ'ווייסט נישט ווי צו רע'אגירען. וואס זאל מען זאגען? וויאזוי זאל מען זיך אויסדרייען? וואס פאר א ליגענט העלפט די בעסטע?
-------------------------------
איך וויל אנהייבען מיט אזא מעשה. מיין דריי יעריגע טאכטער גייט צו א פלעיגראו"פ יעדען טאג, און מ'לערנט איהר אויס קאלירען און דאווענען, וועטער מיט שפילען מיט אנדערע און אזוי ווייטער, די זאכען וואס מ'זאגט פאר גאר קליינע קינדער. למעשה היינט קוועטשט זי אז זי וויל נישט גייען. פארוואס? זי האט צו שטארק מורא. פון וואס? פון די פרשה! מ'זאגט זיי די מעשה'ס פונ'ם פרשה, און ווען ס'קומט צו פרשת שמות-וארא האט זי מורא, אדער פון די לאסט פון די אידען, אדער פון די עונשים פון די מצריים, איך בין נישט זיכער.
וואס דארף מען ענטפערען? זי גלויבט דאך אלס כפשוטו כאילו ס'געשעט היינט אין די נעקסטע צימער פאר יעדער קליינע עבירה. מ'דארף איהר זאגען ליגענט אז דער אויבישטער שטראפט שוין נישט? דאס טויג נישט ווייל מ'וויל דאך אז מ'זאל גלויבען אין שכר ועונש. מ'זאל איהר זאגען נישט צו זינדיגען און אזוי געשעט עס נישט? אזוי וועט זי האבען אומנאטורליכע ציטערניש'ן פאר יעדער זאך וואס מ'קען אנרופען א זינד. (איהר זעקס יעריג ברודער סטראשעט איהר שוין ווען זי טוט עפעס וואס ער גלייכט נישט "דו באלאנגסט אין גיהנם!"). בקיצור איך וואלט געוואלט ארומשמועס'ן אזא שאלה.
-----------------------------
טאמער מ'האט נאך אזעלכע סארט שאלות (די זאכען ווערען אפטער געלופטערט אין ווייבערישע פלעצער, אבער לאמיר עס טוהן פון א מאנ'ס פערספעקטיוו, ווער ווייסט? אפשר וועט עס ברענגען ווייבער ביי אונז אין קרעטשמע!) זאל מען אפירברענגען און ארומשמועס'ן.
איך בין נישט זיכער וואס צו זאגן פארן קינד, אבער דו מוזט זיכער זאגן פארן מחנך אז מ'פארציילט נישט אזעלכע שרעקעדיגע מעשיות פאר קליינע קינדער. איך האב געהאט די זעלבע פראבלעם ווען מיין נורסערי קינד האט נישט אויפגעהערט צו רעדן פון אפהאקן קעפ, הרגנען וכדו', נאכדעם וואס די נורסערי טיטשער האט פארציילט די מעשה פון יהודית ואליפורני מיט אלע גראפיקל דעטאלן. יונגע מוחות קענען דאס נאך נישט פראסעסן געהעריג.
אגב, אויף דער נושא פון "וואס צו זאגן פאר קינדער"
האב איך שוין אמאל געהאט אן אשכל וואס קען העלפן מיט געדאנקן דא.
(
@געוואלדיג, ביטע פיר עס אריבער צו די חינוך אפטיילונג.)
.
צום ערשט א דאנק פאר'ן עפענען דעם אשכול פאר אזא וויכטיגע און נוצבארע נושא.
לענינינו איז דא צוויי נקודות. צום ערשט די אלע מכות אויף די מצריים קומט מיט די מדרשים פון מדה כנגד מדה ווי אזוי זיי האבן געפייניגט די אידן. א קינד קען פארשטיין אז ווער עס טוט גרויס רשעות קומט זיך אים צוריק די זעלבע. צווייטנס, וועגן גיהנום, דארף מען וויסן אז מען קען זיך זייער גרינג ארויסדרייען דערפון מיט תשובה. די סיבה פארוואס מען שרעקט אונז אן מיט עונשים און גיהנום איז דאך טאקע נאר פאר דעם אז מען זאל תשובה טון. איך לערן אויס פאר מיינע קינדער אז ווען טוט עפעס נישט ריכטיג זאל מען שנעל זאגן "איימסארי אייבערשטער", והכל על מקומו יבא בשלום. פארשטייט זיך אז ביי בין אדם לחבירו דארף מען אויך איבערבעטן דעם געטראפענעם.
@ברסלבער האט שוין געענטפערט זייער ריכטיג, איך וואלט נישט געשיקט מיינע קינדער אין א פלאץ וואו מען איז זיי מחנך אז השי"ת איז א בוגי מען און שטייט מיטן קאנטשיק ווארטנדיג קוים אויף די געלעגנהייט צו שטראפן זיינע קינדער,
גהנם און עונשים איז נישט קיין זאך וואס מען קען לייקענען, אבער לגבי די פרשה איז דאך גרינג צו מסביר זיין אז די שלעכטע גוים וואס האבן געפייניגט די אידן זענען געשטראפט געווארן אבער נישט סתם יעדער איינער, און וועגן גהנם איז אויך פשוט צו זאגן פאר די קינדער אז א שטארף טוהט נישט השי"ת מיט שמחה נאר ווייל מען דארף אויסוואשן די נשמה, און אויב מען טוהט אליין תשובה דהיינו מען האט חרטה מען וויל דאס מער נישט טוהן וכדו' איז שוין די נשמה אויסגעוואשן און דעם 6 יעריגס סטראשע וועט נישט מקוים ווערן.
Am I missing something?
איך זעה נישט ווי ליטוואק רעדט א ווארט וועגן שכר ועונש, גיהנום צו בכלל אפשרעקן וועגן טוהן עבירות. די טיטשער פארציילט א מעשה וואס איז גישעהן עטליכע טויזנט יאר צריק וואס האט דאס מיט די קינד היינט? מען זאגט איר זייער קלאר דעמאלס זענען גיוועהן זייער זייער שלעכטע גוים פארדעם האט די אויבערשטער גיברענגט די אלע שרעקעדיגע זאכן. אבער קוק אין אונזער סינק קומט נישט בלוט אונזער אויוון האט נישט פרעש עס לויפן נישט ארום לייבן אינדרויסן וכו'.
וועגן שכר ועונש וועסטו רעדן ווען זי איז עלטער.
לית דין, דאס איז גוט שכל'דיג. אבער ביי קינדער איז די הרגש גובר אויפ'ן שכל, און וואס יונגער זיי זענען אלס מער עמויציאנאל זענען זיי. סאו מ'דארף וויסן זיך ריכטיג אראפצולאזן צו זייער דרגא אז ס'זאל נישט האבן קיין נאכווייענישן.
Re: וואס טוט מען ווען......?
איך זעי אז ס'איז שוין דא אשכולות, בעיקר זיך אפצורעדען אויף די קרומקייט פון מלמדים וואס פרעדיגען ליגענט. איך רעד מער פראקטיש, וואס זאל מען זאגען. למשל, ווען א קינד פרעגט וועגען די טויט, צו ער באמערקט עפעס נישט לויט זיין יארען וכדו'.
פראקטישע עצות מער ווי ווייטאג.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
זיי מער מפרט וואס מיינט וועגן טויט? ער פרעגט וואו יענער קרוב איז און יענער איז געשטארבן?, איך זאג זייער פשוט יענער איז נפטר געווארן און זיין נשמה איז אין הימל אין ג"ע.
וואס מיינסטו נישט לויט די יארן?
Re: וואס טוט מען ווען......?
פרעגען וועגען טויט מיינט גריבלען ווייטער. וואס פאסירט צום גוף דארט אין קבר וכדו'.
נישט לויט זיין יארען איז ווען ער פרעגט אין א וועג וואס ער איז נישט גרייט אויפ'ן תירוץ. ווען זיי פרעגען אויף די הילוך הלבנה צו וואס, און זיי האבען נאך נישט קיין פארשטאנד אין מאטעמאטיק צו ג'יאמעטרי, שוין מ'קען איהם אזוי זאגען. אבער ווען ער פרעגט אויף זאכען וואס זענען איהם נוגע אביסל מער צום הארצ'ן איז עס א נושא
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
איך ענטפער דעם אמת, דער גוף ווערט פארפוילט אבער די נשמה בלייבט גאנץ און גייט ארויף אין הימל, עניוועי פארוואס זאל עפעס געשעהן מיט דעם גוף אנדערש ווי אין בעט (לדעתם)?
Re: וואס טוט מען ווען......?
איך וויל ברענגען נאך א שאלה צום עולם.
פון מיין קינדער האב איך צוויי וואס זענען אינגאנצען פארקערט זמ"ז. איינער פון זיי האט א מער נערוועז רעגעדיגער נאטור. דער אנדערע ווערט קיינמאל נישט נערוועז פון דער צוקונפט, אלס נעמט ער גלייכגילטיג. ווען מ׳וויל מחזק זיין דער ערשטע זאל עפעס טוהן, איז עס זייער לייכט. מ׳מאכט א טשארט מיט פרייזעס, מ׳פאסט עס צו מיט שכל און ס׳פארט. ער טרייבט זיך אליינס, ווייל באקומען זיין ציל ווערט בראש מעייניו.ער קען נאך שטעלען ארויסרופעניש׳ן פאר זיך; לאמיר לערנען יענער מסכת וואס דו זאגסט ס׳איז אזוי שווער׳ וכדו׳. זיין אנגעצויגענקייט קען מאכען פראבלעמען, אבער מ׳קען נוצען די נאטור פאר גוטס אויך.
ביים אנדערע קינד, על אף זיין לייכטערע נאטור, איז עס ביזדערווייל אוממעגליך מיט איהם עפעס צו מאכען. גארנישט גייט איהם אן. ווען ס׳לערנט זיך לייכט, לערנט ער, און ווען נישט, איז גארנישט. און נישט נאר ביים לערנען, נאר ביי יעדער זאך איז אזוי. מ׳קען אנהייבען א נייעם פלאן, און נאך א האלבען טאג פארגעסט ער און ער וויל שוין נישט וויסען דערפון. איינער האט אן עצה וויאזוי צינד מען אן א פייער ביי אזא קינד? וויאזוי נוצט מען זיין נאטור צום גוטען?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: וואס טוט מען ווען......?
ביסט גערעכט, איך מיין נישט אז דער צווייטע זאל ווערען ווי דער ערשטע. אבער ווי קומט מען אן צו זיין נשמה אז ער זאל וועלען עפעס טוהן? ערמאיז נישט קיין עקסטער פארטראכטע, דער ערשטע איז גראדע יא, נאר ער נעמט דער לעבען אויפ׳ן מינוט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דער משפחה וואטסעפפ האט געפלאקערט די וואך, צווישען מיר און מיין געשוויסטער. איך וויל דא ברענגען די שאלה און מיין מיינונג, אויף וואס יעדער האט מיר באשריגען.
ס'איז געווען א רייזע פון עלעף יעריגע אינגלעך פאר עפעס א טריפ מטעם די חדר, און פיהר קינדער האבען מחליט געווען אריין צו קטנ'ן אין א פלעשל, צוריק לייגען דער שטאפיק פונ'ם פלעשעל (נאך א מזל), און ארום ווארפען די פלעשעל ארום די באס און פארעקעל'ן אנדערע קינדער. וואס דארף זיין דער שטראף מטעם הנהלת המוסד?
איך קען נישט די קינדער און מיין געשוויסטער קענען יא, און ביי זיי האט געציפט אז צוויי פון די קינדער זענען פון משפחות וואס קוקען אראפ אויף אנדערע און האלטען זיך בעסער ווי די ארימעלייט און די שוואכיטשקעס. דעריבער האבען זיי רעאגירט שטערקער ווי מיר, אבער איך האב עס אנגעקוקט ווי אינגלעך פיהרען זיך ווי אינגלעך. יא, ס'איז נישט נארמאל און ס'איז נישט באקוועם פאר די אלע ארומיגע, אבער וואס דארף מען איהם יעצט טוהן? מ'דארף איהם אויסלערנען דאס נישט צו טוהן ווען ער ווערט עלטער? איך מיין אז ס'פעלט נישט אויס. מ'זעט דא אז זיי האבען נישט קיין געפיל פאר א צווייטען? אפשר, אבער רוב קינדער וואס טוהן נישט אזעלכע זאכען איז דאס אויך נישט צוליעב טראכטען פון אנדערע, נאר צוליעב זייער פערזענליכע אפשיי פון אזעלכע פאסקודנע מעשה'ס.
לדעתי וואלט מען געדארפט שטרענג אנבליקען די קינדער און זיך פיהרען מיט זיי א פאר טעג מיטט א קאלטקייט, אבער נישט שטראפען און נישט מאכען קיין עסק דערפון.
פארשטייט זיך, מ'האט מיר באשריגען דערפאר, האב איך זיי געלאזט מיט א שאלה. דריי פאסירונגען; אדער אזא מעשה, אדער ווען איין קינד רעדט איין נאך צוויי קינדער ארויס צו גייען פון חדר איין טאג און זיך דרייען אין די געסער, אדער דער קינד וואס גייט מסר'ן אויף די קינדער. ווער איז די ערגסטע פון די דריי?
ביי מיר איז פשוט אז אין דער לאנג טערם איז דער מוסר דער וואס מען דארף שוין שמייסען. ער גייט זיין דער וואס באקריוועדעט זיין שותף, צו דער עסקן וואס באגנב'ט דער ציבור תוך כדי פאדערען הכרת הטוב. די צווייטע גרופע האבען געטוהן א שלעכטע זאך, און מיט אנדערע און זיי גייען אויף א שלעכטע וועג. די ערשטע האבען געטוהן א צייטווייליגע שלעכטס, אבער קיין עכטע שאדען איז נישט דא.
מה דעתכם?
Re: וואס טוט מען ווען......?
מען דארף קודם שמייסען/מחנך זיין די עלטערן און נאכדעם מסביר זיין פאר די אינגלעך מידות טובות מיט הלכות דרך ארץ ווי כבוד חברים, בל תשקצו, וכו'. למעשה האבן זיי ווי דו זאגסט נאר געטוהן א מעשה ילדות.
מיין שאלה איז, האבן זיי עס געטוהן סתם אלס קינדערישקייט אדער כדי צו טרעטן אויף די ''נעבעך'ס''?
Sent from my XT1096 using Tapatalk
וואס איז די פראבלעם? נעם די באטלעך, און ווארף עס אויף די עלטערן...!
Very simple
Re: וואס טוט מען ווען......?
נישט ממש.
ס'איז נישט סתם נאך א נערישקייט פון קינדער. דאס איז א יוצא דופן'דיגע אויפפיראכץ און טאמער וועט מען אזאנס דורכלאזן בשתיקה וועלן זיי טוהן שפעטער אין לעבן יוצאי דופן זאכן וואס פאסט מער אויף זייער דעמאלסדיגער יארגאנג.
דער עיקר אז בשעת זיי קריגן דעם עונש זאלן זיי וויסן אז זיי קריגן עס פארן טוהן א 'משוגענע' זאך און נישט א קינדערישע זאך.
וועגן ווי שטארק דער עונש דארף זיין, לדעתי ווענד זיך עס אינעם נאטור פון קינד. ס'דא א קינד וואס א קלייניגקייט וועט אים עושה רושם זיין אנדערע קינדער וועלן דארפן עפעס מער צום געדענקן. הכל לפי המבייש והמתבייש.
Re: וואס טוט מען ווען......?
בן אדםוואס איז די פראבלעם? נעם די באטלעך, און ווארף עס אויף די עלטערן...!
Very simple
איך האב געמיינט אלץ דבר פשוט אז ערוואקסענע טוהן עס נישט. אפשר איז מיין גאנצע הנחה אומריכטיג און מ׳דארף נעמען אין חשבון אז ער וועט אויפוואקסען אן אוממענטש.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט
ביי מיר איז פשוט אז אין דער לאנג טערם איז דער מוסר דער וואס מען דארף שוין שמייסען. ער גייט זיין דער וואס באקריוועדעט זיין שותף, צו דער עסקן וואס באגנב'ט דער ציבור תוך כדי פאדערען הכרת הטוב. די צווייטע גרופע האבען געטוהן א שלעכטע זאך, און מיט אנדערע און זיי גייען אויף א שלעכטע וועג. די ערשטע האבען געטוהן א צייטווייליגע שלעכטס, אבער קיין עכטע שאדען איז נישט דא.
מה דעתכם?
לדעתי מעסטו עס מיט נישט די ריכטיגע מעסטער. די ביסט דן איבער די עונש פאר די קינדער אפילו די רופסט עס אן די ריספאנס כללית'דיג. זאגסט אז דעם מסור דארף מען שמייסן, דעס איז פאנישטמענט. זאגסט אז די ערשטע האבן נישט געטון עכטע שאדן. די פאונט איז אז מ'איז דא צו מחנך זיין קינדער אז סוף כל סוף זאלען זיי אויף וואקסען נארמאלע מענטשען און ס'פעלט אויס אביסעל א שטערקערע ריספאנס ווי סתם אנבליקן. מ'דארף עס עכ"פ דערמאנען און רעדן דערוועגען ווייל די אלע דערמאנונגען ברענגען מיט די יארן קאלעקטיוולי א נארמאלע אויפירונג ביי די קינדער. די זעלבע איז מיט'ן מסור, אז ער מסר'ט וועסטו מיט קיין פעטש נישט אנקומען צו ווייט נאר ווייל זיין חטא איז גרעסער און טיפער. ביים מסור ווייזט טאקע זיןי פעולה אז זיין קרומקייט אדער פארלוירענקייט איז טיפער פון די מעשה ילדות פון די באטעל ווארפער און דארף מער הילף עקארדינגלי.
נאכאמאל, די געדאנק איז נישט א עונש לויט די פעולה, ס'נישט די גאווערמענט דא. נאר א ריספאנס וואס איז מחנך.
Re: וואס טוט מען ווען......?
קום אריין קלארער ביטע.
מ׳דארף אויסדרוקען אפשיי און עקל פון דער מסור, כדי זיין געוויסען זאל איהם ציפען ווען ער וויל ווייזען אומגעטריישאפט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטבן אדםוואס איז די פראבלעם? נעם די באטלעך, און ווארף עס אויף די עלטערן...!
Very simple
איך האב געמיינט אלץ דבר פשוט אז ערוואקסענע טוהן עס נישט. אפשר איז מיין גאנצע הנחה אומריכטיג און מ׳דארף נעמען אין חשבון אז ער וועט אויפוואקסען אן אוממענטש.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זאגסט דאך אויך אז זייערע טאטעס זענען נישט צו באליבט ביי יעדעם
Re: וואס טוט מען ווען......?
איך געדענק עפעס אן אנדערען אשכול ווי געוויסע ניקס האבען פארשטאנען וואס מ׳דארף טוהן צו איינער וואס איז דיר נישט באליבט. דער חידוש יעצט איז ווי ווייט ס׳גייט. אז ביי דיר איז אקעי אנצווארפען דיין ׳נישט באליבטע׳ מיט מי רגלים, האב איך נישט קיין שפראך מיט דיר.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: וואס טוט מען ווען......?
דער מסור וועט געווענליך עט סאם פוינט ליידן רדיפות פון זיינע חברים טאמער וועט ער ממשיך זיין מיטן התנהגות ווען ער ווערט עלטער. דאס דארף צו מאכן דעם דשאב נארמאל.
ווידעראום איינער וואס האט קיין פראבלעם צו טוהן זאכן וואס קיינער טוט נישט וועט ממשיך זיין צו טוהן נאך ווייל די בושה איז נישט פועל ביינעם.
Re: וואס טוט מען ווען......?
האסט א גוטען פאוינט. מ׳דארף זוכען א וועג פאר דער קינד צו כאפען אז ער איז אין א וועלט מיט אנדערע, און ער זאל זיך קימערען מיט וואס זיי טראכטען פון איהם.
אבער נישט דרך עונש, פארשטייט זיך.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זעה איך אז ליטוואק האט א הנחה געמאכט אז דער מסור איז ערגער פון יעדעם, איך בין נישט מסכים מיט דעם ווייל אין יעדע געזונטע געזעלשאפט פעלט זיך אויס איינער וואס זאל איבערגעבן פאר באהערדע איבער מעשים אשר לא ייעשו, אין קינדערישע יארן איז אזא מעשה ווי פאר אונז צו מיטהאלטן פיזיקל אביוז ביי איינעם, עס איז א געזונטע זאך אז דער קינד האט פארשטאנען אז אזא זאך איז צו הארב פון עס פארשווייגן, א כראנישער מוסר איז אנדערש, אבער ביי די מעשה האט דער יונגל געהאנדלט זייער קלוג און ערוואקסן מיטן מסר'ן.
ליטוואק פון בודאפעסטקום אריין קלארער ביטע.
מ׳דארף אויסדרוקען אפשיי און עקל פון דער מסור, כדי זיין געוויסען זאל איהם ציפען ווען ער וויל ווייזען אומגעטריישאפט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
כ'האב גאנץ קלאר געשריבן דער חילוק איז עונש vs חינוך. איך האף די זיצט נישט אלס מלמד אין א קלאס....
Re: וואס טוט מען ווען......?
אריין קומען קלארער מיינט פערזענליך אטאקירען. איך הער.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
עס ווענדט זיך זייער אין ווער די קינדער זענען. סיי די קינדער וואס האבן עס געטוען און סיי די וואס זענען אפעקטירט געווארן פון זייערע מעשים.
דהיינו אויב זענען די וואס האבן עס געטוהן פון די עליטע קאטעגאריע וואס מיינט אז זייער לעצטע נאמען הענגט אויפן בנין אדער אז זיי זענען מקורבים למלכות דאן טאר מען זיי גארנישט טוהן. אויב איז די פרעשור צו גרויס אז די הנהלה זאל דארפן נעמען עפעס שריט דאן זאל מען אריינרופן די קינדער פריוואט און זיי לאזן וויסן אז זיי האבן געטוהן אזא מעשה אויף וואס די מוסד האט איצט אסאך פרעשור זיי מעניש צו זיין אבער וויבאלד זיי זענען פון די העכערע פונעם שטייסל וועט מען זיי נישט טוהן וואס מען וואלט געטוהן ביי 'אבי ווער'. פארשטייט זיך מען דארף נעמען ערענסטע שריט זיכער צו מאכן אז ס'בלייבט א שתיקה אויף די גאנצע מעשה. און קיינער זאל נישט מעגן רעדן אדער דערמאנען די מעשה. ווייל ס'פארשטייט זיך אליין מען דארף זייער וואטשן אויף די כבוד פון אזא שיינע משפחה. די משפחה איז גארנישט שולדיג ווייל עפעס א קליין קינד האט געטוהן א נערישע זאך.
אויב זענען זיי סתם קינדער פון נארמאלע סטאבילע שטיבער. וואס ווערט גערופן 'נישט געשמעקט, נישט געשטינקן'. דאן דארף מען זיי שטארק מעניש זיין. ס'דארף נישט דווקא זיין א סוד אבער אויך מאכט מען נישט קיין ספעציעלע עסק.
אבער אויב האנדלט זיך עס פון קינדער וואס זענען פון א שוואכע שטיב. אדער פון א רחמנות'דיגע שטיב. דאן איז די פראבלעם ווייטגרייכענד. ווייל די סיבה פארוואס די קינדער האבן עס געטוען איז אוודאי נאר ווייל זיי קומען פון אזעלכע שטיבער. דעריבער מה לנו לצרה זו. אונזערע מוסדות זענען גאר שטארק מקפיד וועם יא אדער נישט אריינצונעמען. און דאס וואס די קינדער האבן איצט געטוהן ווייזט ארויס אז זיי זענען שטארקע כפוי טובות. מען דארף פון זיי פטור ווערן. זאלן זיי זיך טרעפן אנדערע מוסדות וואו זיי פאסן בעסער אריין! איי העסטו פרעגן זיי וועלן דאך ארויספאלן פון די סיסטעם. אויף דעם קען מען פשוט פארענטפערן. קודם כל זיי וואלטן מן הסתם מיט די יארן סיי ווי ארויסגעפאלן. ווייל דארט פון וואו זיי קומען האבן זיי ממילא נישט קיין שטארקע שאנס. און שנית כל אז מען וועט זיי לאזן דאן וועט עס שאטן פאר אונזערע קינדער. און פארוואס זאלן זייערע קינדער קומען פאר אונזער.
דאס איז אלס רעאליסטיש. טעאריש קען מען מאכן אנדערע חשבונות........
Re: וואס טוט מען ווען......?
אייזן גוט געשניטן!