☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » א ליד פון עמילי דיקינסאן

א ליד פון עמילי דיקינסאן

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9996

שלום בערגער » דינסטאג יאנואר 5, 2016 5:49 pm

· #316200
א ליד פון עמילי דיקינסאן
עמילי דיקינסאָן
[געדיכט נומ' 588]

צו ערשט בעט תענוג דאָס האַרץ
דערנאָך אן אויסוועג פון וויי
דערנאָך די קליינע לינדערמיטלען
וואָס וועלן פארטושן די פײן

און דערנאָך שוין אײנשלאָפן
און דערנאָך, אויב וווילגעפעלן
וועט דעם אינקוויזיטאָר
דעם זכות פון מער נישט זײן

פידלער » דינסטאג יאנואר 5, 2016 8:07 pm

· #316213
Lovely effort for a difficult poem. I know non-chassidic Yiddish speakers make different word choices, but I'm pretty sure chassidic speakers would use
דערנאך
as opposed to
דעמאלט
in this context. For the benefit of those interested, I'm pasting the original poem. I hope that's O.K. with you, Sholem

The Heart asks Pleasure -- first

The heart asks pleasure - first
And then, excuse from pain-
And then, those little anodynes
That deaden suffering;

And then, to go to sleep;
And then, if it should be
The will of its Inquisitor,
The liberty to die.

ישראל קאפקע » דינסטאג יאנואר 5, 2016 8:26 pm

· #316215
חסידים וואלטן גענוצט דערנאך, אבער אין נישט חסידיש אידיש קען מען נוצן דאס ווארט 'דאן' אבער נישט 'דעמאלט' וואס האט א צווייטן באדייט.

שלום בערגער » דינסטאג יאנואר 5, 2016 8:28 pm

· #316216
דאַן כּנגד דעמאָלט
לענ''ד דיִאַלעקטישע װאַריִאַנטן

פידלער » דינסטאג יאנואר 5, 2016 8:33 pm

· #316217
ישראל קאפקע
חסידים וואלטן גענוצט דערנאך, אבער אין נישט חסידיש אידיש קען מען נוצן דאס ווארט 'דאן' אבער נישט 'דעמאלט' וואס האט א צווייטן באדייט.


גערעכט. איך פערזענליך האב בעסער ליב "דערנאך" פאר די rhythm.

יאיר » דינסטאג יאנואר 5, 2016 8:42 pm

· #316219
Wow, a powerful poem and a nice translation.

פידלער » דינסטאג יאנואר 5, 2016 8:46 pm

· #316220
Yes, an explanation of desire and the human condition in eight short lines. @יאיר

שלום בערגער » דינסטאג יאנואר 5, 2016 8:48 pm

· #316221
נצחוני קוראיי
זאָל זײַן דערנאָך!

ישראל קאפקע » דינסטאג יאנואר 5, 2016 8:49 pm

· #316222
דאן איז דאס בעסטע ווייל עס איז א פונקטליכע איבערטייטש פון Then, ביידע קענען מיינען סיי 'יענע באשטימטע צייט' און סיי 'נאך דעם זאך וואס קומט פארדעם'.
דערנאך און נאכדעם מיינען נאר 'נאך דעם זאך וואס קומט פארדעם', דאמאלט מיינט נאר 'יענע באשטימטע צייט'.

ירא שמים » דינסטאג יאנואר 5, 2016 9:07 pm

· #316226
א ליד פון עמילי דיקינסאן
ישראל, מאי נ״מ בין דאן לדעמאלט?
און וואס פשט פון נוצן ביי די לעצטע שורה אזא חסידישע לשון א זכות כו׳ אנשטאט די פרייהייט צו שטארבן.

שלום בערגער » דינסטאג יאנואר 5, 2016 9:14 pm

· #316227
איר פרעגט גוט
א גוטער פונקט

פידלער » דינסטאג יאנואר 5, 2016 9:16 pm

· #316228
ירא שמים
ישראל, מאי נ״מ בין דאן לדעמאלט?
און וואס פשט פון נוצן ביי די לעצטע שורה אזא חסידישע לשון א זכות כו׳ אנשטאט די פרייהייט צו שטארבן.


I agree. I'm not bothered by the fact that it's a chassidishe loshon,, but "freiheit" is a more precise word here

שלום בערגער » דינסטאג יאנואר 5, 2016 9:18 pm

· #316229
ליידער
איז עס ריטמיש נישט פּאַסיק