☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » ברוכים הבאים צום נייעם "חינוך" פארום

ברוכים הבאים צום נייעם "חינוך" פארום

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9994

געוואלדיג » דינסטאג יאנואר 5, 2016 3:56 pm

· #316148
יישר כח הרב @אנאנים פאר מיר צוטיילן די כבוד, והאמת אגיד די געדאנק האב איך שוין אנגעהויבן אלס גבאי לשעבר, איך האב צומגענומען אסאך אשכולות וואס זענען נוגע חינוך צו מאכן פון דעם א עקסטערע פארום אבער דאן איז געווען לא איסתעייא מילתא און עס איז געבליבן ביי דעם, און ב"ה בין איך יעצט זוכה צו זיין דער מתחיל במצוה און דער גומר, ומכאן הקריאה יוצאה אז ווער עס האט אין געדאנק א אשכול וואס באלאנגט דא זאל מיר ביטע מודיע זיין און מען וועט דעס נעמען אין באטראכט,

א באזונדערע דאנק קומט פאר דער @ליטוואק פון בודאפעסט וואס האט לאחרונה מעורר געווען וועגן אזא פארום וואס האט טאקע צוגעברענגט צו די רעזולטאטן, און דאס איז א לימוד פאר אונז אלע נישט צו מזלזל זיין אין אייגענע געדאנקען ווייל מען ווייסט נישט וואס עס וועט טאקע ווערן פון דעם.

פרייוויליג » דינסטאג יאנואר 5, 2016 4:20 pm

· #316152
דאס גייט זיין אן אינדעקס צו חינוך שמיעסן? אדער בלויז אן אשכול פאר 'דיסקוסיעס' פון אונזערע חינוך 'על טהרת הקודש'?

געוואלדיג » דינסטאג יאנואר 5, 2016 4:39 pm

· #316164
דאס איז א פארום צו אויסשמועסן אלע ענינים בנוגע חינוך.

שמעון וואלף » מיטוואך יאנואר 6, 2016 11:45 am

· #316291
איך באוואונדער די פרישקייט פון די גבאים און מיטהעלפער ווי @געוואלדיג וחביריו וואס געבן אוועק אזויפיל צייט און כח להגדיל ולהדיר אונזער שטיבעלע.

הכי קרא שמו "אשכול" - מקום שהכל בו. פון רוחניות צו גשמיות, אלעס אלעס ווערט דא אזוי שיין אויסגעשמועסט.

כה לחי!

ליפא » מיטוואך יאנואר 6, 2016 11:49 am

· #316292
איינער דארף אויפקומען מיט א בילד פאר חינוך, און ריקען 'חינוך' לינקס

📎 2016-01-06 11.47.10.jpg

רויטע וואנצעס » מיטוואך יאנואר 6, 2016 11:53 am

· #316293
כ'ווייס נישט אויב די סיסטעם לאזט אריין דרויסענדיגע בילדער. אויב יא, דא איז אן הצעה.
imgres.png

בן אדם » מיטוואך יאנואר 6, 2016 12:08 pm

· #316297
וואס איז דאס, די גרויסע האנט דערלאנגט א פראסק פאר די קליינע? 😉

קאמפיאטער » מיטוואך יאנואר 6, 2016 5:26 pm

· #316337
Re: ברוכים הבאים צום נייעם "חינוך" פארום
אזא איידיע קען זיין גוט.

קאמפיאטער » מיטוואך יאנואר 6, 2016 5:28 pm

· #316338
Re: ברוכים הבאים צום נייעם "חינוך" פארום
אדער דעיס

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 6, 2016 5:54 pm

· #316346
Re: ברוכים הבאים צום נייעם "חינוך" פארום
מיר איז דאס אינטרעסאנט מער אלס טאטע, ארומצושמועס'ן זאכען וואס קומען ארויף אין די באציאונגען און ערציאונג פון קינדער.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

געוואלדיג » מוצ"ש יאנואר 9, 2016 7:04 pm

· #316689
רבותי, מיין קאלעקציע פון חינוך אשכולות איז שוין אויסגעגאנגען, ווער עס ווייסט פון נאך אשכולות וואס באלאנגען דא און זענען נאך נישט אנגעקומען אהער זאל זיך ביטע אנרופן ווארעם.

הילל » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 11:00 pm

· #344345
געוואלדיג
רבותי, מיין קאלעקציע פון חינוך אשכולות איז שוין אויסגעגאנגען, ווער עס ווייסט פון נאך אשכולות וואס באלאנגען דא און זענען נאך נישט אנגעקומען אהער זאל זיך ביטע אנרופן ווארעם.


דא האסטו אפאר וואס באלאנגען אין חינוך אפטיילונג:

ליבשאפט צו דיין קינד

טאטי פליז קיש מיך נישט

אפהאלטן א יונג קינד פון שעדליכע דראגס

ווייל אזוי » מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 11:43 pm

· #355155
ליפא
איינער דארף אויפקומען מיט א בילד פאר חינוך.

📎 2016-01-06 11.47.10.jpg


נאך אלץ נישט דא קיין בילד, מיר ווארטן אויף דעם

וואלווי » דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 12:30 am

· #355163
,
📎 srm-cpwC1ARQtCpi8S2GJQ_m.jpg