☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #9981

אשכול אן א טיטל #9981

65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9981
בלאט: 1 2

— » זונטאג יאנואר 3, 2016 2:41 pm

· #315802

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

געוואלדיג » זונטאג יאנואר 3, 2016 2:47 pm

· #315808
עס איז ריכטיג אז אין אפיציעלע לעבן איז היינט דא מער פארקער און שייכות מיט פרויען, אבער אין די אינוועדועלן לעבן פונען המון עם איז היינט ערגער, דאס מיינט אין שוהל און ביי פאזיציעס, שיעורים, אד"ג איז טאקע דא היינט א סאך מער פרויען ווי אמאל, אבער מצד שני איז אמאל געווען נארמאל צו שמועסן מט א ערשטע קאזין א מיידל, אדער צו גריסן א עלטערע באקאנטע פרוי, מען האט געקענט און געשפילט מיט די שכנים'ס מיידלעך ביז מען איז אין ישיבה געגאנגען, מען האט געקענט רעדן צום שכן'ס פרוי וכדו', אבער היינט קיין שייכות מיט מיידלעך אפי' אין די פערזענליכע לעבן.

געוואלדיג » זונטאג יאנואר 3, 2016 2:51 pm

· #315810
זעה איך אז שש זאגט די זעלבע, אין דעם יחיד'ס לעבן איז געשעהן די עכטע טויש, אבער איך מיין אז מען קען דאס פארבעסערן טאקע נישט וואלד ווייד, אבער יא ביי זיך דהיינו אין משפחה, ווען עס איז דא א משפחה אנגעלעגנהייט עס צו אויסשמועסן מיט די ברייטע משפחה, וכדו'.

יעקב מענטש » זונטאג יאנואר 3, 2016 3:50 pm

· #315819
הרב שש,

אינדערהיים פארן קריג זענען פרויען געווען מער אינטעלעקטועל ? איז וואשן די וועש ביים טייך אדער לויפן צום רב כשר מאכן א עוף, א מער אינטעלעקטואלער באשעפטיגונג ווי כאפן די טרעין צו סאקס 5th קויפן די לעצטע מאדע ?

איך בין נישט קיין ידען אין היסטאריע, אבער איך בין שטארק מסופק אין דיין החלטה אז היינט זענען פרויען מער 'אביעקט' ווי דער פאריגער דור.

צו ס'דארף זיין אזוי צו נישט, איז נישט די נושא, די שאלה איז די 'היינט' ווס. 'אמאל'

שמערל » זונטאג יאנואר 3, 2016 4:10 pm

· #315821
[ציטאט אראפגענומען]


אפשר פאר עס איז באשאפן געווארן אזא מושג ווי א מענער שול? היסטאריש איז די אפטיילונג פון מענער און פרויען מיט מחיצות אינגאנצן זיבן הינדערט יאר אלט. אין גמרא און אין רמב"ם זעט מען נישט דערפון קיין זכר.

בן אדם » זונטאג יאנואר 3, 2016 5:13 pm

· #315829
שמערל
[ציטאט אראפגענומען]


אפשר פאר עס איז באשאפן געווארן אזא מושג ווי א מענער שול? היסטאריש איז די אפטיילונג פון מענער און פרויען מיט מחיצות אינגאנצן זיבן הינדערט יאר אלט. אין גמרא און אין רמב"ם זעט מען נישט דערפון קיין זכר.

אין ביהמ"ק איז געווען א עזרת נשים (אפשר נישט קיין מחיצה? אבער זיכער גענוג אפגעטיילט).

ישראל קאפקע » זונטאג יאנואר 3, 2016 5:16 pm

· #315831
דאכט זיך אז עס איז אלץ געווען אן אונטערשיד אין די רילעישנשיפ צווישן די צוויי גענדערן צווישן די שטעטלעך און דערפער צו די גרויסע שטעט אינדערהיים. אין קליינשטעלדיגע געמיינדעס זענען די פארבינדונגען אלץ געווען נענטער און אויף א מער פערזענליכן שטאפל, מען האט זיך געקענט ביים ערשטן נאמען, פונקטליך אלע פאמיליע אנגעלעגנהייטן, און די פאליטיק איז געווען צווישן מענטשן און פאמיליעס. אין מארק האט מען געהאנדלט איבער די שטיק לעדער און טעפל שמאלץ, באזידלט דעם פארקויפערין איבער די אויסגעדארטע הינדל מיט וועלכע זי האט אים נעכטן אריינגענארט און קאמפלימענטירט אויף איר וואטעווער.
אנדערש איז געווען אין די גרעסערע און גאר גרויסע שטעט (אפילו היינט קען מען זען אן אונטערשיד צווישן די גרויסע שטעט און די קלענערע, אדער אפילו צו די צוויי חדשים אין די קאנטריס).
היינטצוטאגס וואוינען כמעט 100% פון אונזערע אידן אין גרויסע שטעט דעריבער קען עס אויסזען אז עס איז פארגעקומען א מער דראסטישע טויש ווי עס איז באמת פארגעקומען.

אינטעלעקטועל? אזאנס האט נישט עקזיסטירט, זיכער נישט אין די שטעטל, דארט איז די יענטע געווען קעניגין.

דולה ומשקה » זונטאג יאנואר 3, 2016 5:40 pm

· #315832
פארהאן בילדער שווארץ אויף ווייס, פון:
מהרי"ד רוקח מבעלזא לוי'
מונקאטש חתונה
באבוב חתונה
יו"ד הרמ"א בקראקא
לוי' החפץ חיים


מ'זעהט דארט אזא תערובות...
קען איך זיי דאס דא ארויף שטעלן?

פארשוויגען » זונטאג יאנואר 3, 2016 6:02 pm

· #315835
הרב שש, וואס איז דער פשט פון אייער מנהג אז איר זענט זיך נישט משתתף אין דער שמועס וואס א צווייטער מאכט נאר מאכט אן אייגענער אשכול מיט א דרשה? דער גאנצער געדאנק פון א פארום איז אז עס איז א פלאץ צו שמועסען צוזאמען נישט סתם צו הערן דרשות. אמאל איינער הייבט אן א שמועס האט א צווייטער מוסיף זיין צולייגען מפריך זיין אד דריטער דינגט זיך.
איר נעמט סתם צאם פון אלע תגובות די צדדים וואס איר זענט מכריע און מאכט פון דער פארום א באלעמער פאר אייערע דרשות והכרעות. עס איז זייער נישט שיין און פארדרייט די שמועס אז מען זאל נישט קענען האבען צוזאמן א שמועס אויף א נושא ווייל איר רעכנט שוין אלע צדדים מיט א הכרעה און עס איז נישט באטעמ'ט מער זיך צו דינגען, און דער אריגענעלער אשכול פון דער שמועס פון חברים ווערט פארלוירען.

פארשוויגען » זונטאג יאנואר 3, 2016 6:15 pm

· #315841
איך זעה נישט וואס איר זענט מחדש דא וואס מען האט נישט שוין אויסגעשמועסט און דן געווען אין אלאדין'ס אשכול.
הלכה, נו ווייסט דאך יעדער די הלכות ומאמרי חז"ל. על זה אנו דנים צו איז דאס טאקע דער פשט און מכוון, אפשר זענען די מאמרים מער דברי מוסר והרחקה, אפשר אנדערע צדדים, ווי מען האט שוין דן געווען אין אשכול. נו ר' אנאנים האלט ווי דער קיצונישער דרך אין הלכה. דאס איז דער גאנצער חידוש.
היסטאריש, האט מען נישט גענוג געשמועסט טאקע דארף מען וויסען אויב איר זענט גערעכט. מען דארף אויף דעם ברענגען מקורות מיט נעמען און ראיות נישט סתם שרייבען. אגב, איר זענט מודה אז עס איז דא שינויים פאלט אויך אוועק די טענות להלכה וויבאלד דורות הקודמים האבען אויך געוואוסט די הלכות און נישט געצויגען די מסקנות.
קולטור, שרייבט איר פשוט איבער וואס אנדערע האבן געשריבען.
מסקנה: נו דאס איז אייער מסקנה. אויף דעם דארף מען נישט קיין נייער אשכול קענסט פשוט מאכן א תגובה. אייער ייאוש פון תיקון השלם איז אויך נישט עפעס א גרויס חידוש.

בכללות, זעהט מיר אויס איר האט נישט ארויס די עיקר נושא, וואס אנדערע האבען גערעדט אין אשכול, וואס די פראבלעם איז למשל וועגן שלום בית אדער אנדערע זאכען, און ווי מען האט אויך געשמועסט עצות דארצו.

פארשוויגען » זונטאג יאנואר 3, 2016 6:17 pm

· #315842
איך בין געקומען דא ווייל איך פראביר סתם צו שמועסען, ווי געשריבען אין שלום עליכם אשכול. דערווייל זעט אויס דא איז נישט קיין פלאץ ווי צו שמועסען נאר א פלאטפארמע פאר געוויסע צו שרייבען דרשות. אפאר מאל האב איך געשריבען פשוט'ע הערות און קיינער איז זיך נישט מתייחס בכלל.
אפשר האב איך מיך טועה געווען דא איז נישט קיין פלאץ צו שמועסען נאר צו הערן דרשות פון געוויסע דרשנים און מיר פשוט'ע מענטשען דארפן נאר דאנקען און שרייבען אישיס אויב האט מען א הערה. וואס פעלט אויס אישיס איז נישט דער פארום אויף צו שמועסען?

אלאדין » זונטאג יאנואר 3, 2016 6:22 pm

· #315844
טייערער אנאנים, ס'איז א פארגעניגן צו ליינען יעדעס ווארט וואס קומט ארויס פון דיין פעדער. איך ווייס נישט צי איך האב ריכטיג פארשטאנען גענוי וואו דו ביסט יא מסכים מיט מיר און וואו נישט, אבער איך וועל רעאגירן לויט ווי איך האב פארשטאנען. פארשטייט זיך אז דו וועסט נאכדעם זיך קענען אויסקלארן.

זיי מיר מוחל אויב איך וועל איגנארירן דיין הלכה'דיגן פערספעקטיוו, ווייל מער ווי דו האסט אויסגעצייכנט א הלכה'דיגן דיאגראם האסטו געגעבן א השקפה שמועס. ס'איז נישט אנדערש ווי יעדע טעמע אין השקפה וואו מ'קען טרעפן מאמרי חז"ל אויף יעדער זייט, און דו האסט פארזען די גאנצקייט פונעם בילד. אין דער גמרא אין בבא בתרא (צ"א ע"ב) דערציילט אונז רבי יוחנן: "איך געדענק נאך ווען ס'פלעגן שפאצירן זעכצן-זיבעצן יעריגע בחורים און מיידלעך אויף דער גאס און זיי האבן נישט געזינדיגט." אויב איז די משנה פון "אל תרבה" א מחייב אין הלכה, וואלטן די ווערטער פון רבי יוחנן נישט געהאט קיין פשט.

פון א היסטארישן שטאנדפונקט ווידער, וואונדערט מיך פון וואו דו האסט גענומען די אינפארמאציע. פונקט ווי ס'איז נישט געווען אייניג פון איין דור צום צווייטן אין די צייטן פון חז"ל, אזוי איז עס קיינמאל נישט געווען אייניג. פון די תשובה ספרים באקומט זיך דוקא גאנץ אן אנדער בילד פון וואס מיר ווילן זיך פארשטעלן וועגן דער פארגאנגענהייט. איך מיין אז ס'איז איבריג אנצוהייבן אויסרעכענען, ווייל יעדער וואס האט א געשמאק אין תשובות וועט קענען אפירברענגען צענדליגער ביישפילן (אויב דו וועסט עס פאדערן וועל איך צוברענגען). פון זיכרון למשל געדענק איך א תשובה וואס רעדט וועגן דעם אז מ'זאל אפהאלטן חתנים און כלות פון זיך ארומנעמען און קושן פאר דער חתונה.

דאס קוקן אויף דער גאנצער אידישער היסטאריע מיט א מאנאליטישן בליק איז א קינדישע טענדענץ פון אונזער געזעלשאפט, ווי גלייך אלעס וואס ווערט יעצט באטראכט אלס דער אידעאל פונעם פרומען לעבן איז שטענדיג אזוי געווען. ס'איז גענוג צו ליינען שילדערונגען פונעם לעבן אין אייראפע פאר'ן קריג, צו זען אז ס'האט זיך געהאנדלט פון אן אנדער וועלט. איך האב אליין געהערט אן א שיעור עדות'שאפטן פון קרובים, אבער צום באדויערן קען איך נישט שרייבן וועגן זיי ווייל ס'קען מיך ארויסגעבן. איך וועל נאר זאגן אויף אזויפיל אז א קרובה מיינע איז געווארן ארומגענומען דורך איר פעטער, א גרויסער וועלטס רבי, ביי די 17 יאר אלט. (איך בין זיכער אז יענער האט זיך טועה געווען אין איר עלטער, מיין קרובה איז געווען א נידריגע מיט א שמאלן געוויקס, אבער ס'צייגט יעדנפאלס אויף א מער מענטשליכן צוגאנג צום אנדערן מין.)

נאר וואס טויג דען צו רעדן וועגן אינדיווידועלע פאלן? לאמיר נעמען אלס ביישפיל די ישיבה "תורה ודעת" פון דער צייט וואס ס'האט זיך געפירט אונטער הרב שרגא פייוויש מענדלאוויטש, און אויך ר' ראובן גראזאווסקי איז געווען אנגעשטעלט אין דער ישיבה. איך האב ביי מיר אין דער האנט קאפיעס פון א יארבוך פון דער ישיבה וואס איז געדרוקט געווארן אין 1937. דארט ווערט געשריבן אז די בחורים זענען ארויסגעפארן אויף אן אויספלוג צו זען דעם פילם "Stowaway" דורך שורלי טעמפל (Shirley Temple). אויפ'ן פילם איז דא צוויי לידער וואס ווערן געזונגען דורך טעמפל – וועלכע איז אגב געווען א פרוי. אינעם יארבוך זעט מען אויך אן אויספרעג ביי די בחורים איבער פארשידענע זאכן וואס זיי האבן ליב. צווישן די פראגעס זעט מען "ווער ס'איז זייער באליבסטע אקטריסע..."

זעסטו, איך פאדער נישט אז מיר זאלן גיין אזוי ווייט. צווישן אונז גערעדט זענען דאך די "תורה ודעת'ניקעס" גויים גמורים... נישט אזוי? אבער דא מוז מען מודה זיין אז דער גאנצער אונטערשייד איז איבערהויפט קולטורעל. הרב מענדלאוויטש וואלט נישט געקענט צולאזן אז הלכה זאל ווערן צעטרעטן ביי אים אין ישיבה, און ווען מיר קוקן נאר אין די ביאגראפיעס פון ישיבה בחורים אין ליטע באקומט זיך אויך גאנץ אן אנדער בילד פון אונזער לעבן. דערנאך קען צוהעלפן אריינצוקוקן אין דער ביאגראפיע פון הרב וויינבערג, דעם בעל "שרידי אש", סיי לגבי זיינע פערזענליכע איבערלעבונגען אלס בחור, און די שריפטליכע קשרים וואס ער האט געהאט מיט א מיידל אדער מיט מיידלעך. און נאך מער איז וויכטיג צו באטראכטן די היתרים וואס ער האט געגעבן פאר געמישטע זינגען פון מיידלעך און יונגלעך.

מיין רעאקציע איז נישט קיין דורכדרינגליכע. אויב מ'וויל אנהייבן מיט זאמלען מקורות וועט עס פאדערן א סך צייט און ענערגיע, וועלכע איך האב נישט אויף דער מינוט. איך וויל אבער אז דו זאלסט אנערקענען אז דו האסט פארזען די גאנצקייט פונען בילד. דו האסט אפגעטייטשט סיי הלכה און סיי היסטאריע לויט דעם יעצטיגן קולטורעלן בליק.

***

אלאדין » זונטאג יאנואר 3, 2016 6:23 pm

· #315845
שש, איך וועל מיך באציען דירעקט צו אפאר ציטאטן פון דיינע ווערטער:

[ציטאט אראפגענומען]


די ביישפילן פון רעבעצינס וואס דו ברענגסט איז דוקא כאראקטעריסטיש צו אלע דורות. דו רעדסט נישט וועגן אנטיילנעמען אין די אינטעלעקטועלע דיסקוסיעס פון דער פירערשאפט, נאר וועגן צוציען אן עולם פון נאכפאלגער צוליב מיסטישע קוואליפיקאציס. ווייבער פלעגן שטענדיג ציען צו מיסטיק (נאך מער ווי מענער) און געשלעפט מיט זיך א סך נאכפאלגער.

ברוריה איז טאקע אן אויסנאם. אזעלכע זאכן פלעגן זיך מאכן במשך די דורות (אנגעהויבן פון דבורה הנביאה, צו דער מאמע פונעם סמ"ע, און נאך ענליכע לעגענדארישע פיגורן), אבער דאס איז בכל אופן א שמועס פאר זיך.


נאכמער. היינט צוטאגס ארבעטן א ריזיגע פראצענט פרויען, אין אפיסעס, אין מוסדות, אין געשעפטן, וכו', וואו זיי זענען אין שטענדיגן קאנטאקט מיט מענער. קיין פראבלעם. אבער פאר צוויי הונדערט יאר צוריק, ווען 'כל כבודה בת מלך פנימה' האט נישט באדייט א מליצה פאר רעביצין סטיל דרשות, נאר איז געווען אן אינטערגראלער חלק פון דרך החיים, איז נישט געווען אזא מציאות בכלל אז מענער און פרעמדע פרויען זאלן אויסטוישן ווערטער, שמועסן איבער ביזנעס, פראבלעמאטישע קינדער, וכו'. די מסך המבדיל איז בפשטות געווען גרעסער.


ווי געזאגט, טייטשטו אויס דאס בילד פונעם "אמאל" לויטן אידעאל פונעם "היינט". ס'האט אבער גאנץ א קליינע אחיזה אינעם מציאות.


דאס זעלביגע פארקערט. היינט ווען ס'זענען דא מיידל סקולס, זענען כסדר דא דרשות פון רבנים, מנהלים, בקיצור - מענער, פאר די מיידלעך. פארשידענע אסיפות מיט דרשות פאר פרויען - דורך מענער - איז א דבר יום יומי.


נו אודאי. די מענער דאמינירן דעם דיסקורס. זיי באשליסן ווען צו געבן דרשות פאר ווייבער, און על פי רוב איז דאס כדי זיי "מעורר צו זיין" אויף די מענערישע פאדערונגען קעגן ווייבער. ס'איז נישט ווי א דיאלאג נאר ווי א פרעדיגונג, און די ווייבערישע וועלט וואלט בעסער געשטאנען אן דעם.


היינט זענען דא פרויען וואס געבן ארויס ביכער פאר די מענער שול, פרויען וואס שרייבן מחקר, פרויען וואס שרייבן דזשורנאלן, פרויען וואס שרייבן ארטיקלען אין צייטונגען און מאגאזינען, טאקע מיטן ווייבערישן געפיל און געדאנקנסגאנג, און מענער ליינען זייערע געדאנקען און באשרייבונגען מיט דארשט [אפגערעדט אז פארקערט איז פשוט, אז פרויען ליינען כסדר מענער'ס ווערק], א זאך וואס איז אמאל נישט געווען קיין הוה אמינא.


דער פרט איז ריכטיג. אינדיווידועלע פרויען האבן היינט א מעגליכקייט וואס איז אמאל נישט געווען, צו קענען ארויסגעבן זייערע געדאנקען אויסער די גרעניצן פונעם בית מדרש - א שטייגער ווי גליקל פון האמעלן האט געטון מיט אפאר הונדערט יאר צוריק אין אייראפע. דאס קען ברענגען צו א שטיקל דיאלאג, אבער ס'איז ווייט נישט גענוג.

[ציטאט אראפגענומען]


איך האב נישט פארשטאנען. מיר רעדן וועגן דעם אז די צוויי מינים זענען צו שטארק אפגעטיילט, ביז ס'קומט צו א מצב וואו מ'קען זיך שווער פארשטיין. איז וואס זאגסטו? אז היות מ'קען זיך שווער פארשטיין, פעלט שוין נישט אויס צו טוישן דעם מצב?... אודאי זענען די צוויי מינים אנדערש אין נאטור, אבער דער פראבלעם וועגן וואס מיר רעדן איז כאראקטעריסטיש צו אונזער געזעלשאפט, און דערפאר איז עס מעגליך צו פארריכטן, ווייניגסטנס טעארעטיש. נישט אזוי?

קיין תיקון השלם וועט שוין נישט זיין ביז משיח'ס טאג, און איך קרעכץ מיט מיטן מצב. אבער כ'בין כאטש גענוג רעאליסטיש צו אנערקענען אז דאס איז וואס בלייבט אונזער דרך החיים, און כ'בין גענוג באקאנט מיטן היסטאריע צו וויסן אז 'מה שהיה הוא שיהיה'. אלס חרד'ישער איד גייט עס מיר אלס ציפן אין הארץ, אבער נישט ענדערן די צוגאנג דערצו.


גוט. דאס איז שוין א פראגע צי מיר ווילן זיין אפטימיסטיש אדער פעסימיסטיש. דער ציל פון די בריוו איז נישט בהכרח צו פאדערן א טויש, נאר צו ערוועקן א דערוואכונג איבערן מצב. אפילו אויב ס'זאל נאר ברענגען א ווינטש אין גוטע הערצער צו בענקען נאך א בעסערער צייט איז עס אויך כדאי.

ירא שמים » זונטאג יאנואר 3, 2016 6:24 pm

· #315847
פארשוויגן, סאיז פאר ביידע צו שרייבן דרשות און פאר שמועסן איז ווען איינער האט א דרשה עפנט ער א נייע אשכול און ווער סאיז אינטרעסירט נפנה לשם און ווער נישט נישט,
און אז די עולם איז זיך נישט מסייחס צו אייערע תגובות טוט מיר זייער לייד אבער כמיין אז די עולם דא געווענליך קוקט גיכער אויף וואס מען האט געשריבן ווי אויף ווער עס שרייבט.

קאצקע ציקער » זונטאג יאנואר 3, 2016 6:31 pm

· #315850
פארשוויגען
איך בין געקומען דא ווייל איך פראביר סתם צו שמועסען, ווי געשריבען אין שלום עליכם אשכול. דערווייל זעט אויס דא איז נישט קיין פלאץ ווי צו שמועסען נאר א פלאטפארמע פאר געוויסע צו שרייבען דרשות. אפאר מאל האב איך געשריבען פשוט'ע הערות און קיינער איז זיך נישט מתייחס בכלל.
אפשר האב איך מיך טועה געווען דא איז נישט קיין פלאץ צו שמועסען נאר צו הערן דרשות פון געוויסע דרשנים און מיר פשוט'ע מענטשען דארפן נאר דאנקען און שרייבען אישיס אויב האט מען א הערה. וואס פעלט אויס אישיס איז נישט דער פארום אויף צו שמועסען?

אונדז זעמיר די לייק געבערס...

פארשוויגען » זונטאג יאנואר 3, 2016 6:34 pm

· #315852
ירא שמים
פארשוויגן, סאיז פאר ביידע צו שרייבן דרשות און פאר שמועסן איז ווען איינער האט א דרשה עפנט ער א נייע אשכול און ווער סאיז אינטרעסירט נפנה לשם און ווער נישט נישט,
און אז די עולם איז זיך נישט מסייחס צו אייערע תגובות טוט מיר זייער לייד אבער כמיין אז די עולם דא געווענליך קוקט גיכער אויף וואס מען האט געשריבן ווי אויף ווער עס שרייבט.

איך הער, אפשר וועל איך פראבירען שרייבען א דרשה..
ווי נעמט מען אבער די צייט דאס צו טוהן? דער עולם ארבעט נישט?

ירא שמים » זונטאג יאנואר 3, 2016 6:35 pm

· #315853
ביי לאנטש…
און כל הכבוד פארן דרשה כגלייב וועסט האבן מער אויסהערערס דא ווי ווען זאלסט עס געבן פיזיש אין ביהמ״ד…

בן אדם » זונטאג יאנואר 3, 2016 6:36 pm

· #315854
קאצקע ציקער

אונדז זעמיר די לייק געבערס...

יא. זייט די לייק סיסטעם איז עביוזט געווארן.

בן אדם » זונטאג יאנואר 3, 2016 6:41 pm

· #315855
פארשוויגען
ירא שמים
פארשוויגן, סאיז פאר ביידע צו שרייבן דרשות און פאר שמועסן איז ווען איינער האט א דרשה עפנט ער א נייע אשכול און ווער סאיז אינטרעסירט נפנה לשם און ווער נישט נישט,
און אז די עולם איז זיך נישט מסייחס צו אייערע תגובות טוט מיר זייער לייד אבער כמיין אז די עולם דא געווענליך קוקט גיכער אויף וואס מען האט געשריבן ווי אויף ווער עס שרייבט.

איך הער, אפשר וועל איך פראבירען שרייבען א דרשה..
ווי נעמט מען אבער די צייט דאס צו טוהן? דער עולם ארבעט נישט?

אין קאווע שטיבל דרייען זיך נאר ספעציעלע כולל יונגעלייט און חשובער ת"ח. די ארבעטארערס דרייען זיך אין אייוועלט כידוע.

קאצקע ציקער » זונטאג יאנואר 3, 2016 6:43 pm

· #315856
בן אדם
קאצקע ציקער

אונדז זעמיר די לייק געבערס...

יא. זייט די לייק סיסטעם איז עביוזט געווארן.

זיי מסביר

פארשוויגען » זונטאג יאנואר 3, 2016 6:44 pm

· #315857
[ציטאט אראפגענומען]


איך מיין אוודאי נישט ח"ו צו "אטאקירען" קיינער פרעזנליך, נישט איידעל און נישט אומאיידל, איך האב פשוט געשריבען שאלות געשמועסט. איך פארשטיי נישט די פראבלעם האבען נאר פון 11 תגובות איך בין דא לעצטנס אנגעקומען דאס איז אן עוולה? פארוואס איז אלעס פערסאנעל? איך פארשטיי אינגאנצן נישט. די ערשטע תגובה צו שש האב איך געפרעגט פארוואס שרייבט ער נישט די מקור פון א שמועס, דאס איז אן אטאקע? סתם א שאלה. די זעלבע דא עס איז זיער אן אינטרעסאנע נושא מיט פארשידענע צדדים פרעג איך פארוואס צו צוטיילען אזוי? זעהט אויס איך פארפאס דא עפעס איך בין נישט זיכער וואס.

ירא שמים » זונטאג יאנואר 3, 2016 6:53 pm

· #315858
שש, איך האלט אז חוץ פון די הלכה׳דיגע פראבלעם (וואס ווי די אראבישע פרינץ האט אנגעמערקט איז נישט פשט אז להלכה מוז עס אזוי זיין נאר אז להלכה איז אזא הנהגה משובח און פאזיטיוו) איז דא א השקפה׳דיגע פראבלעם פון די ליבעראלע עקסטרעמע פרויען גלייכבארעכטונג וכו׳ ווי מען זעט אין דעם בריוו פון דעם מאן אז ער ליידער פארגיפטעט געווארן מיטן ליברעראלן גייסט. כהאף איך בין גענוג קלאר.
נאך א הערה, די אלע גדרים אין קדושה וואס חז״ל האבן אונז אוועקגעשטעלט איז נישט נאר אלס חשש פון עבירה בפועל נאר היות סאיז אסור אפי׳ א הורהור.

ירא שמים » זונטאג יאנואר 3, 2016 7:07 pm

· #315859
׳.

קאצקע ציקער » זונטאג יאנואר 3, 2016 7:18 pm

· #315862
ירא שמים
פארשוויגן, סאיז פאר ביידע צו שרייבן דרשות און פאר שמועסן איז ווען איינער האט א דרשה עפנט ער א נייע אשכול און ווער סאיז אינטרעסירט נפנה לשם און ווער נישט נישט,
און אז די עולם איז זיך נישט מסייחס צו אייערע תגובות טוט מיר זייער לייד אבער כמיין אז די עולם דא געווענליך קוקט גיכער אויף וואס מען האט געשריבן ווי אויף ווער עס שרייבט.

כאטש וואס ס'קימט נישט יעצט אריין אינעם שמיעס גיי איך דא קאמפלעמענטירן @ירא שמים א שטילער איידעלער באזעצענער ניק, ווי אלע שרייבערס דא איז ער זיך אזוי אריינגעקימען שטילערהייט געמאכט זיכער אז קיינער באמערקט עים נישט און אזוי מיט קליינע טיפיטוי סטעפס איז ער אזוי געווארן אזוי אומבאמערקטערהייט פון די סאמע אויבן אן יודן

ער האט אויך געפילט אזוי ווי רוב נייע ניקס פילן אז קיינער קיקט נישט אויף זיין זייט -באקימט נישט זיין פארדינטע לייקס- אבער זיך נישט דערשראקן נאר מיט פעסטע טריט געשפאנט. געטיילט לייקס מיט א ברייטקייט און געזאגט זיינע דעות מיט אלעם.

ממנו ילמדו וכן יעשו!!

רימון » זונטאג יאנואר 3, 2016 7:28 pm

· #315864
ירא שמים, יו ראק! ווערט נישט נתפעל פונעם ווינט, וועט זאגן זיין מיינונג אפילו עס איז נישט פאפולער אין שטיבל. מיר גלייכן זייער אייערע תגובות וועלכע גיט צו א ספעציעל ספייס צום שטיבל, עס זאל זיין באלאנסירט, און דאס בענדל זאל נישט שלעפן צופיל לינקס. כל מי שיש לו יראת שמים דבריו נשמעים.

קאצקע ציקער » זונטאג יאנואר 3, 2016 7:51 pm

· #315869
[ציטאט אראפגענומען]

די " רעבעצינס" האבן קיינמאל געהאט א פראבלעם צו רעדן מיט מענער

שמערל » זונטאג יאנואר 3, 2016 7:54 pm

· #315872
שש כ'דענק יעצט נישט דעם תוכן אבער דאכט זיך אז דער דרך פיקודיך איז מתיר בשופי דער דעמאלטס'דיגער אנגענומענער פארקער מיט פרויען.
בנוגע די אמאליגע טענץ בתערובת, פילע מקורות זענען דא אויף די מנהגים אן קיין שום התמרמרות אויף א שמץ איסור, כ'האב יעצט נישט קיין צייט עס נאכצוקוקן, אבער אזא היסטאריקער ווי דו וואלט ווען געמעגט טוהן די האומווארק אליין.

געוואלדיג » זונטאג יאנואר 3, 2016 7:55 pm

· #315874
[ציטאט אראפגענומען]


איך האב דאס געמיינט, מען האט אמאל מיט א באקוועמהייט געקענט גריסן א באקאנטע, לכה"פ מיט א שאקל מיטן קאפ, עפעס וואס איז שוין היינט מעט לא יראה ולא ימצא.

קאצקע ציקער » זונטאג יאנואר 3, 2016 8:03 pm

· #315876
אינטערסאנט אלטץ קינדער שפילן מיר מיט די שכנים געהעריג מיט די מיידלאך אויך , די רגע מיר ווערן בר מצווה ניטאמאל א שאקעל אדער א ווינק מעגן מיר געבן מען דארף זיי גענצליך איגנארירן

פרייוויליג » זונטאג יאנואר 3, 2016 9:46 pm

· #315881
לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז אונזערע הונדערט פיסיגער דיקע מויער בין מין למין האט אנגעטון א מאנטל פארן ׳עם בפני עצמם׳ און דאס האט גאר א דירעקטע השפעה אויף די אויסגאנג פון שלום בית. א מאן און פרוי האבן קעגנזייטיגע מיינונגען, געוויס הרגש און שכל נעמען די אויבן אן, און ועל כולם דעם אויסדריק פון עם בפני עצמם. אם כל זאת ווי להכעיס האט דער סעגרעגאציע בייאיינפלוסט דאס פרעמדקייט בין מין למינו ווי ישראל בין העמים. נישט נאר האבן זיי אנדערע הרגשים און שכל, נאר אויך אנדערע מהלכים אין יעדן פראספעקטיוו פון לעבן.

פרייוויליג » זונטאג יאנואר 3, 2016 9:56 pm

· #315884
דורכגעליינט שש׳ס תגובות, נורא נוראות!! מחשבה פון גאלד און א פעדער פון זילבער!

פרייוויליג » זונטאג יאנואר 3, 2016 10:07 pm

· #315888
[ציטאט אראפגענומען]

א פרוי און א מאן זענען צוויי אנדערע ברואים לחלוטין, דאס איז אייגענטליך די נסיון המין שהקב״ה נתן לנו אז מען זאל זיי צוזאם צושטעלן און מען זאל ארבעטן אויף די פארגרעבטע מידות. זהו הנסיון שלנו! זהו זה. אבער וואס מיר זוכן צו פארשטיין איז, אויב די ׳שטארקע׳ אומוויכטיגע סעגרעגאציע האט נישט געמאכט דעם נסיון אלף פעמים שטערקער!!!!

ירא שמים » זונטאג יאנואר 3, 2016 10:45 pm

· #315891
אנטשולדיגט פארן פארדרייען די אשכול אבער פטור בלא כלום אי אפשר,
א גרויסן יישר כח פאר די וואס האבן מיר געגעבן ווארימע חיזוק רייד און סדערפריידט מיר אז סדא וואס האבן הנאה פון מיינע תגובות און סאיז אפי׳ דא אזעלכע וואס אידענטיפיצירן זיך מיט מיינע געדאנקען און געפילן, ייש״כ.

ירא שמים » זונטאג יאנואר 3, 2016 10:49 pm

· #315892
שמערל
שש כ'דענק יעצט נישט דעם תוכן אבער דאכט זיך אז דער דרך פיקודיך איז מתיר בשופי דער דעמאלטס'דיגער אנגענומענער פארקער מיט פרויען.
בנוגע די אמאליגע טענץ בתערובת, פילע מקורות זענען דא אויף די מנהגים אן קיין שום התמרמרות אויף א שמץ איסור, כ'האב יעצט נישט קיין צייט עס נאכצוקוקן, אבער אזא היסטאריקער ווי דו וואלט ווען געמעגט טוהן די האומווארק אליין.
פון א ליקוט ספר אויף עניני נשואין אות ו׳.
📎 ImageUploadedByTapatalk1451887269.224153.jpg

קאצקע ציקער » זונטאג יאנואר 3, 2016 11:21 pm

· #315897
אזוי לאנג ווי מען גייט מאכן צניעות אסיפות ווען ס'איז ביטער קאלט אינדערויסן איז טאקע די מחיצה אומפארמיידבאר...

שמערל » מאנטאג יאנואר 4, 2016 8:38 am

· #315912
בן אדם
שמערל
[ציטאט אראפגענומען]


אפשר פאר עס איז באשאפן געווארן אזא מושג ווי א מענער שול? היסטאריש איז די אפטיילונג פון מענער און פרויען מיט מחיצות אינגאנצן זיבן הינדערט יאר אלט. אין גמרא און אין רמב"ם זעט מען נישט דערפון קיין זכר.

אין ביהמ"ק איז געווען א עזרת נשים (אפשר נישט קיין מחיצה? אבער זיכער גענוג אפגעטיילט).


מקור השם 'עזרת נשים' בעזרת הנשים שהייתה בבית המקדש, אף כי שם לא מדובר באזור המיוחד לנשים, אלא בתיאור המקום שאחריו אסור היה לנשים להיכנס פנימה, לתוך עזרת ישראל וההיכל.

שמערל » מאנטאג יאנואר 4, 2016 9:00 am

· #315914
ירא שמים, דא האט איר א שטיקל פונם מנהגי וורמייזא וואס דער בעל הליקוט ספר האט ווארשיינליך "פארגעסן" וד"ל.

אחר ברכת המזון מביאין החתן תחת הברייט הויז, (bride) אל החינגא, כי כבר הכלה ובתולות שם, כי המה באין שם קודם ברכת המזון. והולכין עם החתן כמעט כל הקרואין, ומזמרים יגדל בעת הילוכם, והסרבי"ר לפניהם עם אבוקות, ושם מחנגים ושמחים זמן מה. ואחר כך מביאין הכלה לחתן, ולכל איש את אשתו, ומחנגין ומרקדין ושמחין שם שמחה גדולה והולכין אחר כך לבתיהן לשלום.

אה, און מען רעדט נישט דארט פון קיין מצוה טאנץ, מען רעדט ביים חתן מאל, א נאכט "פאר" די חתונה.




ירא שמים » מאנטאג יאנואר 4, 2016 11:49 am

· #315928
ער האט גראדע נישט פארגעסן… כהאב נאר נישט געוויסט צו קוקן ביים פרק פון חתן מאהל.
📎 ImageUploadedByTapatalk1451926149.857394.jpg
📎 ImageUploadedByTapatalk1451926169.042481.jpg

שמערל » מאנטאג יאנואר 4, 2016 12:31 pm

· #315942
גערעכט, נישט פארגעסן נאר במזיד ארויסגעשניטן "ולכל איש את אשתו", א מין חוצפה אויסצומעקן א אלטער מנהג ישראל וואס יסודתם בהררי קודש, אוי לעינים שכך רואות.

ירא שמים » מאנטאג יאנואר 4, 2016 12:37 pm

· #315947
נו, משום תקלה האט ער עס ארויסגענומען…

געוואלדיג » מאנטאג יאנואר 4, 2016 12:49 pm

· #315954

פרייוויליג » מאנטאג יאנואר 4, 2016 1:07 pm

· #315955
כדי צו עקסטרעקן די נקודה פון די צניעות-נושא וואס מיר דעבאטירן, וואלט כדי געווען צו געבן ביישפילן, צו אינטערשיידן פון הלכה צו השקפה, פון מנהג צו קולטור. לאמיר נעמען א פשוט'ע ביישפיל פון אונזערע אייגענע משפחות, און פארשטיין אונזערע הדגשה אז מען האט אביוזט די גייסטישע אדער עמאציאנאלע סעגרעגאציע בין מין למינה. יעדער טאטע האלדזט זיינע טעכטער, און קושט זיינע טעכטער. יעדער מאמע האלדזט אירע זון און קושט אירע זון, אבער ביז א געוויסע יארגאנג.. 'רוב' חסידישע עלטערן קושן נישט די קינדער ווען זיי ווערן עלטער. איז דא א סיבה אין די וועלט פארוואס א טאטע האלדז נישט זיין טאכטער ווען זי איז 16 יאר אלט? איז דא א נארמאלע סיבה פארוואס א מאמע זאל נישט קושן איר בחור, לכל הפחות אין דער שטערן? זעמיר אינגאנצען אויפן קאפ געפאלן? איך רעד שוין נישט פון די הלכה וואס לויטעט אז א טאטע מעג שלאפן מיט די טעכטער, און די הלכה דעבאטירט אויב דאס איז נאר ביז שראוי לביאה אדער ווען זי איז א בוגרות. הכלל, איך ברענג דאס נאר אלס א דוגמה פון נאנטקייט וואס עלטערן האבן מיט די קינדער. פארוואס זאל א טאטע נישט האלדזן זיינע טעכטער? וואו איז אונזער ליבשאפט? איר ווילט הערן נאכמער? וויפיל טאטעס קושן אדער האלדזן זייערע 'בחורים'? די סעגרעגאציע האט אפילו משפיע געווען אויף די עלעטערן אז זיי האבן אומנאטירליכע קשרים מיט די קינדער.

גאנצל » מאנטאג יאנואר 4, 2016 2:39 pm

· #315970
דאס איז זיכער אז מ'האט אמאל נישט אזוי מורא געהאט פון א פרוי ווי היינט מ'האט זיך מער געקענט מיט שכנים ניסעס וכדו'

יעקב מענטש » מאנטאג יאנואר 4, 2016 3:58 pm

· #315984
געוואלדיג
[ציטאט אראפגענומען]


איך האב דאס געמיינט, מען האט אמאל מיט א באקוועמהייט געקענט גריסן א באקאנטע, לכה"פ מיט א שאקל מיטן קאפ, עפעס וואס איז שוין היינט מעט לא יראה ולא ימצא.

לדעתי איז דער הסבר ווייל נאך די מלחמה זענען די משפחות פון די מלחמה איבערלעבער געווארן ספעציעל נאנט, מיין עלטערן און שווער/שוויגער זענען זייער נאנט מיט זייערע ערשטע און אפי' טייל צווייטע קאזינס, צוליב דעם וואס נאך די מלחמה איז געווען גאר א קליינער און צובראכענער עולם וואס האט צוזאמען דורכגעשוויצט דעם כל התחלות קשות אין א פרעמדע מדינה ווען די נפשיותדיגע וואונדן האט נאך געאייטערט מיט בלוט פון די אומגעקומענע קרובים.



נ.ב. און איך מיין אז ברענגן ראיות פון היסטאריע אויף הלכה למעשה איז נישט ריכטיג ווען די שאלה איז א הלכהדיגע (צו א השקפהדיגע) דאס ווייזט אז מ'וויל פשוט נעמן אנדערע שינעס ווייל אפשר וועט יענץ דיך פירן צו די היתרדיגע סטאנציע ווען דו זעהסט אז די הלכהדיגע טרעק פיהרט בלי ספק לאיסור.

אלע דיונים איבער היסטאריע (און איך גלייך עס), דארף בלייבן אז שיינע מעשה'לע און אירעלעוואנט, איסור והיתר איז נישט געבינדן צו קיין זמן, און אויב ס'איז געווען א צייט אין היסטאריע וואס עפעס איז געווען פארנאכלעסיגט און איז היינט בעסער דארף עס נישט ווערן באצייכענט אלץ אן איבעריגע פרומעריזאציע.

געוואלדיג » מאנטאג יאנואר 4, 2016 4:26 pm

· #315995
שוין אויסגעשמועסט געווארן אז עפ"י הלכה איז פילע איסורים מותר, ווי למשל רעדן מיט א שוועגערן, מומע וכדו' (מען רעדט נישט צחוק וקלות ראש, נאר א געהעריגע שמועס)

ירא שמים » מאנטאג יאנואר 4, 2016 6:51 pm

· #316015
[ציטאט אראפגענומען]

אין מיין דיקשענערי ווערט דאס נישט דעפינירט אלס צענזור, צענזור הייסט ווען מ'גיבט ארויס די מנהגי וירמיזא און נעמט ארויס דעם שטיקל וכבר היה לעולמים, דא איז ער ס"ה א מלקט און ער האט אויסגעלאזט די שטיקלעך וואס קען אים מאכן פראבלעמען,

ס'מיר א חידוש אז ער ברענגט די שטיקל וועגן מצוה טאנץ וואס איז א גרעסערע ראי' פון חתן מאהל, ווייל ביים חתן מאהל קען דאך זיין אז ס'האט יעדער געטאנצן מיט זיין אייגענע ווייב.

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 5, 2016 5:25 pm

· #316187
סתם קוקן שלא לשם תענוג איז מותר להלכה, רוב נארמאלע און אפילו ערליכע מענטשן וועלן קוקן אויף א פרוי בשעת מען שמועסט; דער כל המסתכל באצבע קטנה מיינט מען נאר אז ער סטערט אויף איר צוליב עפעס א סיבה 😛

ירא שמים » דינסטאג יאנואר 5, 2016 5:30 pm

· #316191
שמערל
שש כ'דענק יעצט נישט דעם תוכן אבער דאכט זיך אז דער דרך פיקודיך איז מתיר בשופי דער דעמאלטס'דיגער אנגענומענער פארקער מיט פרויען.
בנוגע די אמאליגע טענץ בתערובת, פילע מקורות זענען דא אויף די מנהגים אן קיין שום התמרמרות אויף א שמץ איסור, כ'האב יעצט נישט קיין צייט עס נאכצוקוקן, אבער אזא היסטאריקער ווי דו וואלט ווען געמעגט טוהן די האומווארק אליין.
איינער ווייסט פון אזא דרך פיקודיך?

שמערל » דינסטאג יאנואר 5, 2016 8:56 pm

· #316225
שלא יאמרו מדשתקו שמע מינה ניחא לי, וויל איך מגלה דעת זיין אז כ'בין אויסדריקליך נישט מסכים צו שש'ן, מענער אוו פרויען האבן געהעריג געשמועסט סיי אין קליינע און סיי אין גרויסע שטעט, דער דרך פיקודיך וואונדערט זיך אויף אפגעהיטענע חאניאקישע אידן האבן נישט קיין פראבלעם צו רעדן מיט פרויען, און קומט אויף מיט א היתר אז דער גאנצער אל תרבה שיחה גייט נישט אן היינטיגע צייטן.( פארשטיט זיך אז שחוק וקלות ראש בלייבט אסור, און פון אזאנס רעדט ער נישט )

וואס וואונדערט מיר אבער איז, אז בשלמא א לינקער ווייסן מיר דאך אז שבע תועבות בלבו, און אלע קשיות און דריידלעך וואס ער האט איז דאך נאר ווייל ער האט תאוות. אבער וואס איז פשט פון זיכן דוחקים צו קענען גיין רעכט? אויב איז עס סתם א תאוה דאן געב דיך שוין נאך די ריכטיגע תאוות...

ירא שמים » דינסטאג יאנואר 5, 2016 10:43 pm

· #316238
שמערל
[ציטאט אראפגענומען]


אפשר פאר עס איז באשאפן געווארן אזא מושג ווי א מענער שול? היסטאריש איז די אפטיילונג פון מענער און פרויען מיט מחיצות אינגאנצן זיבן הינדערט יאר אלט. אין גמרא און אין רמב"ם זעט מען נישט דערפון קיין זכר.

און אזוי אויך זענען ביז דעמאלט געווען פרויען רבנים, ווארום אין גמרא און אין רמב"ם געפינט מען נישט קיין זכר אז נישט…
בלאט: 1 2