הרמב״ם ואריסטו
42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9970
הרמב״ם ואריסטו
א אפגעבראכן צווייגלע פין
די אשכול...
שבת אחיםפון אלע פילאזאפע'ן וואס זענען געבליבען אפיקורסים, קען איך נאר איינער וואס איז באקאנט אלס א קענער אין ענייני דעלמא, אז מ'קען פון דעם צייגען אז זיין אפיקורסות איז א געבויטע זאך. דאס איז אריסטו
אריסטו א קענער אין ענייני דעלמא?
וואאס? אפשר אין זיינע צייטן - נישט היינט! זיכער נישט לויט היינטיגע טעג! וואס האט ער געקענט? ער האט נישט געוואוסט ווי דער זון גייט ביינאכט! ער האט נישט געהאט קיין אהנונג אז די וועלט דרייט זיך ארום די זוהן. ער האט געהאלטן אז פרויען זענען מאנסטארס, ער האט געהאלטן אז געוויסע מענטשען דארפן זיין קנעכט! ער האט געהאלטן אז פרויען האבן ווייניגער ציינער ווי מענער א גראבע טעות וואס די וועלט האט אנגענומען פאר יארן לאנג
ווייל אריסטו האט אזוי געזאגט און סאיז דא נאך הונדרעטער טעותים וואס ער האט געמאכט בלי גוזמא ער האט נישט געהאט קיין אהנונג פון קיין אטאם אדער מאליקיועל! ווי פארגלייכסטו אים צו נוטאן אדער צו איינשטיין? דו מאכסט א ליטווישע קוגל געבויט אויף הוילע לופט טאקע פונקט ווי דיין רבי אריסטו...
ליטוואק פון בודאפעסטווייל דו דינגסט זיך מיט איהם מיינט נישט אז ער האט נישט געקענט. סך הכל האט ער אויסגעבויעט אנדעריש ווי דיר.
דיין פילאזאפישע דינגעריי מיט איהם מיינט יעצט גארנישט. מהיכי תיתי אז דו ביסט גערעכט? דו קענסט עס אויפווייזען? ס'איז שייך צו קומען צו א מסקנא אין פילאזאפיא (נישא אזוי ווי מאטעמאטיקא, אבער עפעס יא) אבער איך וואלט נישט געגלויבט אז איינער איז אנגעקומען אהין אן דעם וואס ער קען מיר ווייזען אז ער איז א מענטש וואס קומט צו מסקנות דורך זיין פארשטאנד. אריסטו האט עס אויפגעוויזען אין זיין מילי דעלמא, אפגעזען צו ער איז גערעכט. דעריבער קען מען אננעמען אז זיין פילאזאפיא איז אזוי אויך. דער רמב"ם טוט עס אין מילי דעלמא און אין הלכה, דעריבער קען מען אננעמען אז זיין מורה נבוכים איז נישט סתם רעיונות כפי הטוב לו, אזוי ווי דער משגיח אין ישיבה, נאר ס'איז זיין אמת'ער מיינונג, געבויט אויף א רקע פון זיין כשרון און שכל, כי רבה היא.
נא דיר א פאר זאג'ס פונ'ם רמב"ם וועגען אריסטו:
והכלל ההוא - הוא, שכל מה שאמרו אריסטו בכל הנמצא אשר מתחת גלגל הירח עד מרכז הארץ - הוא אמת בלא ספק, ולא יטה ממנו אלא מי שלא יבינהו או מי שקדמו לו דעות, ירצה להרחיק מהם כל סותר ולשמרם, או שימשכוהו הדעות ההם להכחיש ענין נראה; אמנם כל מה שידבר בו אריסטו מגלגל הירח ומעלה - הוא כדמות מחשבה וסברה, מלבד קצת דברים - כל שכן במה שיאמרהו בסדר השכלים וקצת אלו הדעות האלוהיות אשר יאמינם, ובהם - ההרחקות העצומות וההפסדים הנראים המבוארים בכל האומות והתפשטות הרעות, ואין מופת לו עליהם:
(מורה נבוכים ח"ב כ"ב)
וספרי אריסטוס הם עקרים לכל אלו החבורים ולא יובנו אלא עם הפירוש שהם אלכסנדר או טמסטיאוס או אבן רש"ד, ודברי אפלטון רבו הם עמוקות ומשלים ודעת אריסטוס תלמידו הוא דעת האדם ושיספיקו על כל מה שחובר לפניו מלבד שנשפע עליהם השפע אלהי עד שישיגו אל מעלות הנבואה,
(מובא בסדר הדורות ד"א תתקכז ד"ה ויהי)
און נאך א וויכטיגע זאג פון אריסטו וואס איז וויכטיג אין כמה פלעצער:
It is the mark of an educated mind to be able to entertain a thought without accepting it.
Aristotle
ואענה גם אני חלקי אין די פארנעפלטע זייער אימבאקאנטן נושא
אריסטו איז שוין איינמאל אפגעפרעגט, גריכישע סייענס/פילאזאפיע איז האנט א ליצנות,
כמעט אלע פין זייערע יסודות אין טבע זענען אויפגעוויזען אלץ אימריכטיג..
דאס איז האנט universally accepted .. חוץ ביי...
אחינו בני ישראל... ווי איראניש..
ואפרש דברי:
דא האסטו א שטיקל רשומה פין מושגים:
- [ ] חומר היולי / חומר וצורה
- [ ] ד יסודות ׳אש מים רוח עפר׳
- [ ] שבעה כוכבי לכת ...
- [ ] אז די אנדערע כוכבי לכת הם מיסוד אחר, לא מהד׳ יסודות...
- [ ] די 9 גלגלים ...( עיין רמבם יסוה״ת פ״ג) מנהיג הגלגל וכוי...
קוקט אייך עפעס אויס ווי מושגים וואס קימען פין ׳זוהר הקדוש׳ ריינע קבלה..
א גרוסע טעות.! דאס זענען אלעס מושגם פין חכמי היונים אין ס׳איז צי פארדאנקן דעם רמב״ם וואס האט דאס אימפערטירט על טהרות הקודש..
אין צימאל האט מען דאס געניצט מבאר צי זיין פסוקי חומש וכדומה,
(לדוגמה בראשית ב. ׳והארץ הותה תהו ובהו וחושך וגוי׳ רוב הראשונים הלכו שם בעקבות הרמב״ם בענין חומר וצורה חוץ מהרמב״ן שכיון על האמת.... ואכמ״ל וע״ח)
וכהיום ווען די אלע דערמאנטע מושגים זענן שוין מופרך לכולי עלמא,
בלייבט איבער זיך צי ווינדערן אז מאיזה סבה ׳זכה אריסטו, ש׳שמעתתו עדיין מתבדרין בבי מדרשא..
ר׳ אבוגדר מילר זצ״ל אין זיינע (ענגלישע) שמועסן אויף חנוכה , האט מאריך געווען בענינים הנ״ל
שמור בזכרון ווי ער האט זיך אויס געדריקט:
A Greek philosopher , wouldn't even pass a simple high school
....final exam from today
ווי אויך האט ער געהאלטן אז א שיינע חלק מורה נבוכים איז שוין נישט בכלל נוגע, כהיום אז די הנחות אויף וואס דע רמב״ם בויט דארט, זענען שוין היסטריה וכנ״ל
Re: הרמב״ם ואריסטו
איך האב נישט דוקא געמיינט צו ברענגען א צד אז אריסטו איז גערעכט געווען. נאר פאר דער וואס זאגט אז ער פארלאזט זיך בלינדעהייט אויף גויישע חכמים אפיקורסים אז זיי זענען קלוגער ווי איהם און ווען ער ווייסט נישט פארלאזט ער זיך אויף זיי. אויף דעם האב איך געזאגט אז נאר אויף אריסטו איז עס ריכטיג.
אגב, לאמיר דורכטוהן צו ס'איז טאקע אזוי. גענוי וואס האט ער געהאלטען און וואס זענען די פירכות.
ווי דען וועט מען אנקומען מיט אן אמת'ער מסקנא אויב נישט ק"ש?
נ.ב.
איין זאך איז מיר נישט געקימן אין חלום, אז איך וועל שטיין בדעה אחת מיט @שבת אחים ..
איין ווארט נאר צי דיר שבת׳ל אז די האסט זוכה געווען צים אתה הראתה לדעת אז די עבו״ז פין אריסטו וחכמת היונות וואס איז אנגעגאנגן פאר הינדערטער יאהרן אין מהאט זיך געשוואוירן אין איהר ווארהייט... אין למעשה איז דאס בטל געווארן כעפרא דארעא, אזש ביז ליצנות...
פאלט דיך נישט איין אז אויך די געדאנק פין עוועלאשן וכדומה וועט אויך זיך ארוס שטעלן אלץ א הוללע ליצנות...?..!
מה גם ווען עוועלאשן איז זייער ווייט פין צי זיי אנגענימן ביי יעדן, ווי סאיז געווען מיט חכמות אריסתו..
ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב נישט דוקא געמיינט צו ברענגען א צד אז אריסטו איז גערעכט געווען. נאר פאר דער וואס זאגט אז ער פארלאזט זיך בלינדעהייט אויף גויישע חכמים אפיקורסים אז זיי זענען קלוגער ווי איהם און ווען ער ווייסט נישט פארלאזט ער זיך אויף זיי. אויף דעם האב איך געזאגט אז נאר אויף אריסטו איז עס ריכטיג.
אגב, לאמיר דורכטוהן צו ס'איז טאקע אזוי. גענוי וואס האט ער געהאלטען און וואס זענען די פירכות.
ווי דען וועט מען אנקומען מיט אן אמת'ער מסקנא אויב נישט ק"ש?
וואס איז די גרויסקייט פון זיך פארלאזן אויף אנדערע? אז מענטשען ווייסן נישט עפעס מיינט עס נאכנישט אז א צווייטער ווייסט יא. ווי איז די גריכישע פילאזאפיע אנגעקומען? זיי האבן געמאכט אז א קאר זאל פארן? א ערפלאן זאל פליען? זיי האבן געקענט בויען א קאמפיוטער? זיי האבן געקענט מאכן א הארץ טראנספלאנט? זיי האבן גארנישט געקענט!!!! ממש גארנישט!!! די איינציגסטע וועג אנצוקומען איז נאר דורך היינטיגע סייענטיפשע מעטאָד פון מאדערן סייענטיפשע עקספערימענטס פון נאר גלייבן אין זאכן וואס מ׳קען קלאר אויפווייזן אז סאיז ריכטיג לעיני כל און נישט ווייל דער אדער יענער האלט אזוי, ופשוט הוא.
יב הלוי סאלאווייטשיקנ.ב.
איין זאך איז מיר נישט געקימן אין חלום, אז איך וועל שטיין בדעה אחת מיט @שבת אחים ..
איין ווארט נאר צי דיר שבת׳ל אז די האסט זוכה געווען צים אתה הראתה לדעת אז די עבו״ז פין אריסטו וחכמת היונות וואס איז אנגעגאנגן פאר הינדערטער יאהרן אין מהאט זיך געשוואוירן אין איהר ווארהייט... אין למעשה איז דאס בטל געווארן כעפרא דארעא, אזש ביז ליצנות...
פאלט דיך נישט איין אז אויך די געדאנק פין עוועלאשן וכדומה וועט אויך זיך ארוס שטעלן אלץ א הוללע ליצנות...?..!
מה גם ווען עוועלאשן איז זייער ווייט פין צי זיי אנגענימן ביי יעדן, ווי סאיז געווען מיט חכמות אריסתו..
עוועלאשן איז נישט געבויט אויף א שיטה! אפשר אין דארווינס צייטן יא אבער די לעצטע 150-100 יאר האט מען געטראפן מיליאנען פאסילס און ביינער וואס באשטעטיגן די ווארהייט פון עוולאושען ! אסאך פון די ביינער האבן נאך געהאט די מעגליכקייט צו ליינען זייער DNA און סייענטיסן האבן זיי געטעסט אין לעבס. סאיז דא אסאך דאטא איבער דעם וואס שטעלט קלאר ארויס אז עוולאושען איז אמת ויציב! פאר מעהר איז כדאי זאלסט ליינען איבער דעם בעיקר פון ריטשארד דוקינס ביכער.
The Greatest Show on Earth: The Evidence for EvolutionRe: הרמב״ם ואריסטו
ווער זאגט אז פראקטישע ערפינדונגען איז דער תכלית פון חכמה? ווער זאגט אז די חכמי אתונה האבען דאס געזוכט?
וואס איז דער נאטור פון די שבעה כוכבי לכת איז גאנץ נישט פראקטיש וויכטיג, אבער דאס האט פארנומען די כחות פון יעניגע חכמים, און זיי זענען אנגעקומען מיט מסקנות דערין לויט זייער מיינונג. לאמיר שטאטעהייט אדורכטוהן די נושא, נקודה נאך נקודה, נישט מיט ווילדקייט און פארמאכטע קעפ און הנחות קדומות.
שבת אחיםווי איז די גריכישע פילאזאפיע אנגעקומען? זיי האבן געמאכט אז א קאר זאל פארן? א ערפלאן זאל פליען? זיי האבן געקענט בויען א קאמפיוטער? זיי האבן געקענט מאכן א הארץ טראנספלאנט? זיי האבן גארנישט געקענט!!!! ממש גארנישט!!!
למשל זיי האבן נישט געוואוסט פון אביסל ארטס צוזאגן, נישט פארשטאנען צו קיין דיזיינס, נאר אונז זענען געווען די ערשטער אויפצוקומען מיט דעם. נישט קיין ארכיטעקטור, ספארטס, עקסערסייז בכלל, מוזיק, ס'זיי בכלל נישט איינגעפאלן אזא מושג פון דעמאקרעסי; ניטאמאל רעכענען האבן זיי געקענט...!!!!
@שבת אחים, אז דו בויעסט שוין יא אויף קלארע פאקטן, אפשר זאגסטו מיר אויף וועלכע קלארע פאקטן די צאל יאר פון די וועלט איז געשטעלט, איז דא אפשר רעקארדירטע היסטאריע פון דעמאלטס? עפעס כתבים? ניין אוודאי נישט דער מענטש איז נאך דעמאלטס געווען א מאנקי, אה אה סא אויף וואס בויעסטו? אויף חשבונות אז אויב די לעצטע 6000 יאר איז די וועלט געווארן אזוי איז מוכח אז אזוי פיל יאר האט געדויערט פאר די וועלט צו אנקומען אהין עס איז געבויעט אויף חשבונות פון לויט די לעצטע 6000 יאר אבער עס איז קיינמאל נישט געווארן מוכח אז אין די יארן פארדעם איז טאקע די חשבון געווען אויף די זעלבע מהלך ווי אין די לעצטע יארן.
[ציטאט אראפגענומען]
קודם כל ווי זעסטו אז איך לאך זיי אויס? אוואדי זענען די גריכן געוועהן פארעכענט אלץ קלוג אין זייער צייט, איך לאך זיי נישט אויס נאר אנדערש לאך איך אויס די מענטשען אין דעם 21׳טע יאר הונדרעט וואס האלטן נאך אלץ אז אריסטו׳ס חכמה איז נוגע היינטיגע טעג צי אז ער איז געוועהן א וועלטס חכם, היינט ווען מווייסט שוין קלאר אז די גריכן האבן זיך טועה געוועהן אין גאר אסאך זאכן און זייער גאנצע מהלך איז געוועהן געבויט אויף לופט וואלטן מיר שוין געמעגט וויסן בעסער!, און יא די היינטיגע מהלך פון סייענס איז געבויט אויף אמת און מאדערן דעי סייענס איז קרעדיבעל ווידער זייער וויסנשאפט איז געוועהן געבויט אויף לופט און זענען נישט געוועהן קרעדיבעל און זייער חכמה האט זיי נישט געברענגט צו ווייט אלזא האבן אונז היינטיגע מענטשען א (שטיקל) רעכט זיי אויסצולאכן און נישט אנעמען גריכישע פילאספי ערענסט.
[ציטאט אראפגענומען]
שש נישט געראכטן אזא גרויסע עמעראצעס פון אייך און איך כאפּ נישט פארוואס די מישט די יוצרות דא, נאכאמאל, די קאר די ערפלאנען די קאמפיוטער און עוואלוציע און אלע אנדערע טויזנט זאכן מיט וואס אונז באנוצן זיך היינט וואלט נאר געקענט ערמעגליכט ווערן און ארבעטן אויף די וועג וויאזוי די קאָנטעמפאָרערי סייענטיפיק מעטאד ארבעט דורך צאמנעמען אימפירקל דאטא אויף אבזערוועישנאל און מעזשעראבאל און מאטאמעטיקל אופן און נאר דורך גרונטליך אבזערווירן וויאזוי נאטור ארבעט צוזאמען מיט די היינטיגע טעכענלאגיע וואס איז אויך ערמעגליכט געווארן דורך מאדערן דעי סייענס, און זייער אסאך זאכן האט צוטוהן איינס מיטן צווייטן למשל מ׳וואלט נישט געקענט מאכן די ערפלאנען פליען נאר אויב מ׳פארשטייט סיי פיזיקס און סיי כעמיע און סיי עלקטריקעל און מעכאניקעל אינזשענירינג, אין די מעדיצינישע וועלט פעלט זיך אויס צו קענען ביאלאגיע, אנאטאמי, כעמיע, מעטאמעטיקס, פיזיקס, עיקס רעיס, לעזער טעכנאָלאָגיע וכו׳ וכו׳ ,אלעס איז געקניפט און געבינדען און די מעהר מיר ווייסן אין יעדע פיעלד אין סייענס קען עס ארויס העלפן אין אסאך אנדערע פיעלדס.
דורך די פארשטענדעניש פון עוואלוציע איז מען צוגעקומען צו פאשטיין וויאזוי צו היילן וויירוסוס און קרענק "אלע ביאלאגיקאל סיסטעמס עוואלווען זיך" און אן די פארשטענדעניש פון עוואלוציע וואלט מען נישט פארשטאנען וויאזוי די וויירוסעס ארבעטן!, שטודירן די עוואלוציע פון דראג ריזיזטענס קען אונז העלפן פארשטיין די עוואולושאנערי אריגינס פון די מחלה און וויאזוי זיי צו טריטן. און קאנסידערינג די גרונט פראסעס פון עוואָלוציע קענען אונז העלפן פארשטיין די שורש פון גענעטיק מחלות. אלזא עוואלוציע איז א גרויסע און וויכטיגע חלק אין ביאלאגיע!
ווידער די ביג בענג איז נאר א טעאָריע דערווייל וויאזוי די יוניווערס האט זיך אנגעהויבן געבעיסד אויף אפאר זאכן בעיקר אויף
קאסמיק מייקראוועיוו בעיקראונד וואס סייענטיסן האבן דיטעקטעט דורך סעטעלייט וואס נאסא האט ארויפגעשיקט אין ספעיס די
Cosmic Background ExplorerRe: הרמב״ם ואריסטו
לאמיר אריינטראכטען אין דעם גופא. ווען נישט פאר עוואלושע"ן, קען מען נישט מאכען קיין קאר? וואס איז די שייכות?
ליטוואק פון בודאפעסטלאמיר אריינטראכטען אין דעם גופא. ווען נישט פאר עוואלושע"ן, קען מען נישט מאכען קיין קאר? וואס איז די שייכות?
ניין. ווען נישט עוואלאשן קען מען נישט מאכן קיין מעדצינען און פארשטיין וויירוסעס גארנישט מיט א קאר צוטוהן מעהר מיט אנטיביאטיקס. ווען נישט די מאדערן סייענטיפיק מעטאד וואלטן מיר נישט געקענט בויען קיין קאר. וויפל מאל דארף מען איבערזאגן אזא פשוטע זאך?
Re: הרמב״ם ואריסטו
הייסט'ס דיין ראיה פון א קאר איז נישט געווען אקוראט?
ליטוואק פון בודאפעסטהייסט'ס דיין ראיה פון א קאר איז נישט געווען אקוראט?
נאכאמאל? קענסט מסביר זיין וואס דו פרעגסט ?
Re: הרמב״ם ואריסטו
דו האסט כלומרש'ט אפגעפרעגט אריסטו מיט דעם אז ער מיט זיין חדר האבען קיין קאר נישט ערפינדען. אנאנים האט דיר געפרעגט צו דער היינטיגע עוואלושע"ן גלויבונג האט יא ערפינדען א קאר און דו האסט פיליבאסטער"ד מיט א גאנצע רעדע וועגען מעדיצין. הייסט'ס דיין ראיה איז נישט געווען קיין ראיה, נאר א צווייטע ראיה האסטו געטראפען פון מעדיצין.
וואס איז די גרויסקייט פון זיך פארלאזן אויף אנדערע? אז מענטשען ווייסן נישט עפעס מיינט עס נאכנישט אז א צווייטער ווייסט יא. ווי איז די גריכישע פילאזאפיע אנגעקומען? זיי האבן געמאכט אז א קאר זאל פארן? א ערפלאן זאל פליען? זיי האבן געקענט בויען א קאמפיוטער? זיי האבן געקענט מאכן א הארץ טראנספלאנט? זיי האבן גארנישט געקענט!!!! ממש גארנישט!!! די איינציגסטע וועג אנצוקומען איז נאר דורך היינטיגע סייענטיפשע מעטאָד פון מאדערן סייענטיפשע עקספערימענטס פון נאר גלייבן אין זאכן וואס מ׳קען קלאר אויפווייזן אז סאיז ריכטיג לעיני כל און נישט ווייל דער אדער יענער האלט אזוי, ופשוט הוא.
ליין איבער וואס כהאב געשריבן און זאג מיר פונקטליך וואס איז נישט אקאורט?
ליטוואק פון בודאפעסטדו האסט כלומרש'ט אפגעפרעגט אריסטו מיט דעם אז ער מיט זיין חדר האבען קיין קאר נישט ערפינדען. אנאנים האט דיר געפרעגט צו דער היינטיגע עוואלושע"ן גלויבונג האט יא ערפינדען א קאר און דו האסט פיליבאסטער"ד מיט א גאנצע רעדע וועגען מעדיצין. הייסט'ס דיין ראיה איז נישט געווען קיין ראיה, נאר א צווייטע ראיה האסטו געטראפען פון מעדיצין.
אז דו פארשטייסט נאך אלץ נישט קען איך דיר ממש נישט העלפן. איך האב געזאגט אז די גריכן זענען אין ערגעץ נישט אנגעקומען מיט זייערע חכמה משא״כ מאדערן דעי סייענס יא ווייל אמאל איז עס געוועהן באזירט אויף לופט און היינט אויף אבזערוואציעס. ודי בזה.
Re: הרמב״ם ואריסטו
אקעי, אבער מיט עוואלושע"ן האט עס נישט.
דער אבסאלוט"ע ראיה צו עוואלושע"ן פון פאסיל"ס איז אויך א בלינדע גלויבונג. לאמיר טראכטען פון די היינטיגע עמפיריש"ע שטאנדפונקט. ווען מ'וויל פראבירען צו א מעדיצין העלפט נאכ'ן אויסטראכטען א טע'אריע אז ס'דארף אזוי זיין, זוכט מען א ציבור מענטשען, מ'צוטיילט זיי אין צוויי, האלב נעמען די מעדיצין און האלב נישט, און מ'זעט צו די תוצאות זענען אנדעריש ביי די צוויי גרופע'ס. טאמער יא, פראבירט נאך א פאר מאל אויף אנדערע אופנים כדי זיך צו דערוואוסען אז ס'האט נישט קיין זייטיגע סבה. א זאך וואס מ'זעט איין מאל און מ'קען עס נאכאמאל נישט אויפווייזען איז נאך אין א שטארקער ספק.
יעצט ווען מומחים אין היסטוריא ברענגען אונז אן ערפינדעניש, האבען זיי קיין שום וועג צו באשטעטיגען זייער 'פאקט'ן'. ס'איז קיינמאל נישט אין א מצב פון א ראיה שאין עליה תשובה. מיר האבען אזא קליינע פערצענט פון די אינפארמאציא אז דער גאנצע מושג פון 'היסטורישע באשטעטונגען' האט קיין שום שייכות נישט מיט מאטעמאטישע ערפינדונגען, וואס דארט קען מען גארנישט אננעמען פאר זיכער. Pythagorean theorum בלייבט נאר א טע'אריא, נאך מער ווי פיר הונדרעט ראיות דערצו, וואס יעדער איינער פון זיי כשלעצמו איז מער ווי אלע היסטארישע ראיות, וויבאלד קיינער איז נאך נישט געפארען ביז אינפיניטי צו באשטעטיגען אז צוויי פאראללעלע שורות וועלען זיך דארט נישט טרעפען.
היסטוריא'ס סטאנדארד פון 'ראיה' איז פיל פיל ווייניגער. איינער וואס קען גוט מאטעמאטיקא דארף שפעטען אין גאנץ היסטאריא אלס שיינע לעגענדע'ס ותו לא. און ארכע'אלאגיע איז דער זעלבע זאך. אפשר נאך א פאר טויזענט יאר ווערט די פראצעס פון carbonization שנעלער? וויאזוי האט מען באשטעטיגט אז נישט? אפשר זענען די וואס זענען געבליבען גאנץ אנדעריש ווי אלע אנדערע פונקט פאר דעם ווייל זייער מציאות איז אנדעריש? ווי קען מען זיין אזוי זיכער?
Re: הרמב״ם ואריסטו
קיין שום סייענס קען נישט געפראווט ווערן מיט די מאס זיכערקייט וואס איז שייך צו פראוון מאטעמאטישע חשבונות, און טאקע אנדערש ווי ביי חכמת המאטעמאטיקע וואס איינמאל עפעס ווערט געפראווט, קען עס מער נישט ווערן אפגעפרעגט - די געזעצן פון טויזענטער יאר צוריק אין מאטעמאטיקע בלייבן קאי וקיימא, ווערן פילע סייענטיפישע אנגענומענע פאקטן אין אנדערע תחומים פון סייענס, פון צייט צו צייט אפגעפרעגט.
אבער פארוואס זאל דע אומפערפעקשניזם פון סייענס זיין א ראיה אז זי איז פאלש? פונקט פארקערט די סיסטעם פון סייענס אז קודם באשאפט מען א טעאריע און נאכדעם דארף מען עס פראוון איז שוין צענדליגע מאל איבערצייגט געווארן צו זיין ריכטיג, נו פארוואס אויב האט מען נאכנישט געפראווט עוולאושן (לשיטתך אז עס איז נישט געפראווט) איז עס בחזקת שקר? ווילאנג עס מאכט סענס און עס איז נישטא קיין "שום" ראיות להיפך דארפן מיר ווען עס אננעמען צו זיין א אמת. (פונקט ווי די פיטאגאריען טעארום ווערט געגלויבט צו זיין א אמת'ר פאקט דורך יעדע רעכטדענקענדיגער מאטעמאטיקער כאטש זי איז נישט איבערגעצייגט.)
נאכדערצו אויב ביסטו א רעליגיעזער איד וואס גלייבט אין צענדליגער זאכן באמונה שלמה כאטש עס איז נישט איבערצייגט געווארן, פארוואס ווען עס קומט צו עוולאושן ווערסטו פלוצלינג אזוי "פרעזשידיס"? איז גלייבן אז די וועלט איז פארשוועמט געווארן פאר פינף טויזענט יאר צוריק, און נאר איין קאסטן מיט בעלי חיים האבן איבערגעלעבט - מער מסתבר פון שיטת האדארוועניזם?
Re: הרמב״ם ואריסטו
און איך זאג פארקערט. פארוואס גלויבסטו אין עוואלושע"ן און לייקענסט דו אין תורה?
איך וויל נאר ארויסברענגען די לעכערדיגקייט פון אנדערע וואס זענען כופר מחמת ראיות, במקום די ראיות זעלבסט זענען גארנישט בעסער ווי די פון וואס זיי זענען אנטלאפען.
פערזענליך לייקען איך נישט עוואלושע"ן, איך בין נישט זיכער צו ס'איז קעגען תורה, וע"ע רמב"ם בהקדמה לפרק חלק שהבאתי.
Re: הרמב״ם ואריסטו
וואס מיינסטו כופר מחמת ראית? ער לייקנט ווייל עס איז דא ראיות אקעגן די תורה? נו פארוואס איז עס לעכערליך צו לייקענען אין אזאך וואס מען ברענגט ראיות אז עס שטימט נישט?
און אודאי איז עוואלושן בעסער פון א זאך וואס שטימט נישט על פי שכל און עס איז דא ראיות דערגעגן, עוואלושן שטימט הערליך על פי שכל, און עס איז נישטא קיין שום ראיות דערקעגן. (אפגערעדט פון די אומצאליגע ראיות דערפאר)
[ציטאט אראפגענומען]
איך מעג צולייגן א ווארט ?
וואס "זיי האלטן יעצט" אז די אמת איז, און זיי זאגן דאס אליינס.
און דאס איז א וויכטיגע distinction
Re: הרמב״ם ואריסטו
וואס הייסט עס מאכט נישט קיין סענס, עס איז דאך א פאקטואלע סטעיטמענט, בין איך גערעכט צו נישט? איז דא ראיות קעגן עוואלושן?
שמערלוואס הייסט עס מאכט נישט קיין סענס, עס איז דאך א פאקטואלע סטעיטמענט, בין איך גערעכט צו נישט? איז דא ראיות קעגן עוואלושן?
ווער דארף ראיות? די רמב״ם און אריסטו זענען נאך געוועהן אזוי קלוג און זיי האבן געוויסט אסאך בעסער ווי די היינטיגע סייענטיסטן וואס רעדן שטותים מיט הבלים, קיינער איז נישט קלוגער פון זיי פרעג ליטוואק פון בודאפעסט און אנאנים - זיי ניצן נישט קיין סייענס. אלעס שטייט שוין אין די תורה, די חז״ל האבן שוין געוואוסט די אלע זאכן לאנג פאר די אזויגערופנע סייענטיסטן!
Re: הרמב״ם ואריסטו
מיט דיין גאנצע אויפגעקלערטקייט, האסטו נאך נישט געוויזען קיין שום וויסענשאפט. נעם איין שיטה פון אריסטו, למשל חומר/צורה, ווייז וואס ס'מיינט און וואס זענען די פירכות דערצו. אזוי רעדסטו ווי א פרעדיגער פון שובבי"ם תורה, אדער יוסף מזרחי, באמבאסטישע שיטות באזירט אויף געוועלטע גלויבונגען, נישט קראנטע פאקטען.
ברח מן הארי ויפגע בדוב....
ליטוואק פון בודאפעסטמיט דיין גאנצע אויפגעקלערטקייט, האסטו נאך נישט געוויזען קיין שום וויסענשאפט. נעם איין שיטה פון אריסטו, למשל חומר/צורה, ווייז וואס ס'מיינט און וואס זענען די פירכות דערצו. אזוי רעדסטו ווי א פרעדיגער פון שובבי"ם תורה, אדער יוסף מזרחי, באמבאסטישע שיטות באזירט אויף געוועלטע גלויבונגען, נישט קראנטע פאקטען.
ברח מן הארי ויפגע בדוב....
קודם כל איך בין נישט דא צו שרייבן קיין וויסנשאפט איך בין דא צוזאגן מיין מיינונג, צווייטענס איך גיי נישט טייפן א גאנצע דרשה יעצט וויל סאיז א שאד די צייט צו רעדן מיט דיר איך האב געזעהן אז דו פארשטייסט נישט קיין עברי טייטש און די פשוטע פראסעס פון סייענס (אדער דו ווילסט בכלל נישט פארשטיין) פאריגע וואך האסטו זיך אנגעטשעפט אויף עפעס וואס איך האב געזאגט וואס יעדע חדר יונגל פארשטייט אז די גריכן האבן למעשה נישט געברענגט די וועלט צו ווי היינטיגע סייענטיסטן האבן געברענגט די וועלט און דו האסט נישט אויפגעהערט צו זאגן עפעס וועגן א קאר. 🙄
איך האב געלערנט און גענעדיגט כעמיע אויף א אנליין קאלעדזש און איך קען מיך נאך פארמעסטן מיט דיינע ליטווישע גאונות, איך וואלט נאר קיינמאל נישט געלערנט מיט דיר אפילו א קלין שטיקל גמרא ווייל ווי געשריבן אויבן ביזטו נישט גרייט צו הערן און די עקשנסט זיך ווייטער ווי א ליטוואק מיט קמח ישן, אלזא האלט דיך וויטער מיט דיין חומר און צורה מיט אריסטו און זיי מיר געזונט און שטארק.
[ציטאט אראפגענומען]
וואס פרעגסטו? אפשר זענען זיי געוועהן גערעכט מיטן אראפנידערן און נישט געבן גלייכע רעכטן פאר א געוויסע חלק פון הומאנטי למשל פרויען מינאריטיס און קנעכט? איך הער וואס דו זאגסט.
וואס נאך איז ניייעס?
Re: הרמב״ם ואריסטו
אוודאי, האסט געברענגט הונדרעט ראיות, הויפענע'ס מיט משלים, פולע שיפען מיט אנווייזונגען, און איך עקש'ן זיך נאך איין.
נאר איין זאך ביטע. רוף זיך נישט קיין אפיקורס. דו ביסט ניטאמאל דאס. א פלעינע מן הארץ, א מארמעראשע בעלעגלה ותו לא.
נאר א היימישע ערוואקסענע קען זיך איינרעדען אז אן אנליין קאלעדזש דעגרי מאכט איהם פאר א געבילדעטע ידען. באלד ענדליך צו ליפא שמעלצער זיך בארימען צום פרעזידענט מיט דעם אז ער גייט צו קאלאמביא.
דער עיקר שאלה אין לעבען בלייבט נאכאלס "דער מקוה איז הייס היינט?"
ליטוואק פון בודאפעסטאוודאי, האסט געברענגט הונדרעט ראיות, הויפענע'ס מיט משלים, פולע שיפען מיט אנווייזונגען, און איך עקש'ן זיך נאך איין.
נאר איין זאך ביטע. רוף זיך נישט קיין אפיקורס. דו ביסט ניטאמאל דאס. א פלעינע מן הארץ, א מארמעראשע בעלעגלה ותו לא.
נאר א היימישע ערוואקסענע קען זיך איינרעדען אז אן אנליין קאלעדזש דעגרי מאכט איהם פאר א געבילדעטע ידען. באלד ענדליך צו ליפא שמעלצער זיך בארימען צום פרעזידענט מיט דעם אז ער גייט צו קאלאמביא.
דער עיקר שאלה אין לעבען בלייבט נאכאלס "דער מקוה איז הייס היינט?"
List of fallaciesad hominemקודם לערן זיך אויס בכלל וויאזוי צוהאלטן א ערוואקסנע מענטשליכע דיבעיט אן אד האמינאם אטאקעס און נאכדעם וועלן מיר רעדן ווייטער.
Re: הרמב״ם ואריסטו
אינטרעסאנט, you can dish it, but you can't take it
מיין אפשטאם האסטו גענוג געטשעפעט. האסט ארויס גענומען אלס פון קאנטעקסט וועגען קאר'ס.
אבער ווער בין איך צו רעדען? א הויכגעשעצטע דעגר"י אין פלאטאגעלא רעצעפט'ן, אנטשולדיגט, אין כעמי"א, מעג פאלאסען און עד הנה'מען. נאר א צלמ-הארציגע מעג נישט.
דו דערמאנסט מיר פון נאר,,פרייליך, וואס האט אויך געקענט שעלטען און שימפען פאר זיין שיטה הקדושה, נאר קיין איין קראנטע פאקט האט ער נישט געקענט אפירברענגען.
ווען אנשטאט'ס וויינען ווי א קינד וואלטסט דו איין נושא געברענגט שכל'דיג, וואלטסטו זיך געשפארט דיין שטעכעריי. אחוץ אז יענע וועג איז קיין אפציע נישט ווייל......
ליטוואק פון בודאפעסטאינטרעסאנט, you can dish it, but you can't take it
מיין אפשטאם האסטו גענוג געטשעפעט. האסט ארויס גענומען אלס פון קאנטעקסט וועגען קאר'ס.
אבער ווער בין איך צו רעדען? א הויכגעשעצטע דעגר"י אין פלאטאגעלא רעצעפט'ן, אנטשולדיגט, אין כעמי"א, מעג פאלאסען און עד הנה'מען. נאר א צלמ-הארציגע מעג נישט.
דו דערמאנסט מיר פון נאר,,פרייליך, וואס האט אויך געקענט שעלטען און שימפען פאר זיין שיטה הקדושה, נאר קיין איין קראנטע פאקט האט ער נישט געקענט אפירברענגען.
ווען אנשטאט'ס וויינען ווי א קינד וואלטסט דו איין נושא געברענגט שכל'דיג, וואלטסטו זיך געשפארט דיין שטעכעריי. אחוץ אז יענע וועג איז קיין אפציע נישט ווייל......
און יעצט האסטו זיך גענומען זאגן
גראבע ליגענט. און גאר אויסגעדרייט די גאנצע זאך אז איך בין גאר דער אטאקירער! קוק איבער די גאנצע שמועס פון אנפאנג און זאג מיר וויאזוי סהאט זיך דערקייקלט צי פערזענליכע נעים קאולינג און אד האמינאם אטאקעס! דו ביסט באוואוסט צוטוהן אזוי ווען דו זעסט אז דו פארלירסט די דיבעיט און דיין שיטה האט נישט קיין האפט און סאיז נישט פאפיולער הייבסטו אן מיט פויער פון ליע עווניא, דו ביסט נישט קיין כופר (כאילו דו ווייסט וואס איך בין). ליפא שמעלצער (ווי קומט ער דא אריין?) און נאך טיפיקל קינדערישע סטעיטמענטס וואס האט נישט קיין שום שייכות צום עצם שמועס און נאכדעם קלאפסטו אראפ יענעם דו ביסט בכלל נישט עדיוקעיטעד (דו האסט שוין געלערנט מורה נבוכים? יוסופין?) אבער דו אלע זאכן האבן גאנץ ווייניג צוטוהן מיטן עצם שמועס.
איך גיי דיר אלזא איגנארירן ווען דו רעדסט אויף די וועג איך בין נישט איינטערסירט צורעדן מיט א מענטש וואס ווען ער האט נישט וואס צו ענטפערן שרייט ער פויער מארמארישער אדער וואטעווער, איך וועל דיר נאר ענטפערן אויב דו ברענגסט ארויס א נקודה אדער עפעס א פוינט וואס באלאנגט צו די שמועס, און לאמיר דיך דערמאנען מרעדט דא פון אריסטו און די רמבם און נישט צו איך בין א ליטוואק אדער א מארמארישער און צו איך בין עדיוקעידעט אדער נישט דעס איז בכלל נישט נוגע אהער.
Re: הרמב״ם ואריסטו
ביסט נאכאמאל געליידענט צו ברענגען א פאקט
ליטוואק פון בודאפעסטביסט נאכאמאל געליידענט צו ברענגען א פאקט
ליטוואק פון בודאפעסטנישט צום זאך. דער פארשוין האט זיך שוין עטליכע מאל אויסגערופען אלס אן אפיקורס,.נישט עפעס ע קלוגע. דער זעלבע מארמערושע פויער, אבער אן אפיקורס צו תורת ה', נישט תורת לאקשן פון ל''י אוועני''ו. ס'קומט זיך מ'זאל זידלען, ניין?
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/293755">viewtopic.php?p=293755#p293755</a><!-- l -->
[ציטאט אראפגענומען]
אוואדי האט אריסטו געהאט וויכטיגע פוינטס און חלקים וואס ער האט געשריבן איז געוואלדיג. ער איז לכאורה געוועהן דער ערשטער ביאלגיסט און איז זיכער געוועהן א חכם מחוכם אין זיין צייט. און אסאך זאכן איז ער געוועהן גערעכט. אבער פון די אנדערע זייט איז ער פונקט אזוי געוועהן נישט גערעכט ווייל ער האט נישט געניצט קיין פאקטן אייביג נאר מעהר ווייניגער זיך פארלאזט אויף דעמאלסטדיגע שיטות אלזא אין די היינטיגע טעג קען מען אים נישט אננעמען ערענסט אבער כבודו במקומו מונח. וועגן פרויען און קנעכט פארשטיי איך טאקע נישט וואס דו זאגסט און וואס דיין טענה איז, די סיבה פארוואס פרויען זענען געוועהן אראפגעקלאפט אלע יאהרן אז פשוט ווייל די פרויען זענען שוואכער פון מענער און מענער זענען מעהר dominating און נישט ווייל פרויען קומט זיך ווייניגער ווי מענער! די מענער האבן געמאכט זיכער אז די פרויען בלייבן שקלאפן פאר די מענער, די זעלבע גייט אן ביי כמעט אלע בעל חי׳ די מענער באקומען ערשט צו עסען און זיי געוועלטיגן אויף די פרויען וואס זענען ע״פ רוב פון א שוואכערע כאראקטאר, אבער נישט ווייל סקומט זיך זיי ווייניגער, ס׳איז א פארום פון bullying און יעדע נארמאלע מענטש היינטיגע טעג פארשטייט אז סקומט זיך זיי גאנישט ווייניגער אדרבה אויב עפעס קומט זיך זיי מעהר ווייל זיי גיין דורך שווערע ריספאנסיביליטס מיט האבן די קינדער וכו׳. יעדער איינער וואס ווערט געבוירן אויף די פלאנעט וואלט געדארפט זיין גלייכע בירגער! פארוואס קומט זיך זיי נישט קיין איקוואלטי? אפשר ביסטו מיר מסביר וואס דער צד אז פרויען זאלן נישט זיין גלייך מיט מענער? און פארוואס מ׳זאל מעגן האבן קנעכט ווי זיי האבן נישט קיין רעכטן בכלל? וואס איז די לאגישקייט אין דעם? אדרבה לאמיר הערן.
Re: הרמב״ם ואריסטו
איך האב געמיינט א פאקט וועגען חומר/צורה, נישט וועגען מיר
ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב געמיינט א פאקט וועגען חומר/צורה, נישט וועגען מיר
אה יעצט גייסטו מיך פאררהערן ? לויט אריסטו אדער לויט די היינטיגע סייענס?. איך האב שוין אסאך מאל געטראכט פון מאכן א אשכול אין קאווע שטיבל איבער chemistry וואס איז לדעתי fascinating, איינער אין קאווע שטיבל אויסער ליטוואק איז אינטערסירט? אויב יא וועל איך נעמען די מוה און מאכן אשכול איבער דעם. אפשר איז שוין דא אזא אשכול. די ערשטע זאך וואס מ׳דארף פארשטיין איז די scale of big and small און ס׳פעלט זיך אויס צו קענען אביסל מאטעמאטיק אויך.
Re: הרמב״ם ואריסטו
ביטע זיי אזוי גוט און לייג אראפ א צוויי דריי פון זייערע שטערקסטע טענות לדעתך. דו פארשטייסט גאנץ גוט אז די פאקט אז עס איז דא א גאנצער וועבזייטל דערקעגן איז נישט גענוג פאר מיר, ניטאמאל די גאנצע ביכל וואס ר' אביגדור מילער האט אנגעפירקלט איז עפעס ווערט.
אויב איז אבער דא דארט עפעס וואס האט דיר געכאפט איז עס מיר אינטרעסאנט צו הערן.
די ערשטע דרוק אויפן צווייטן לינק האט מיין אויג געכאפט א גאנצע מאמר אז דינאסארס האבן געלעבט צוזאמען מיט מענטשען ! יא אוואדי!
@אנאנים ווען גייען מיר א שפאציר צי די natural history Museum ? דינאסארס האבן קלאר נישט געלעבט צוזאמען מיט קיין מענטשען!!! דאס איז נישט קיין ראי׳ נישט קיין הנחה נאר א פאקט!!!! ווער סזאגט אנדערש טעהנט זיך אויף פשוטע פאקטן! פונקט ווי טעהנן אז די וועלט איז פלאך. אויף געוויסע אנדערע זאכן בנוגע עוועלאושן קען מען זיך אפשר דינגען אבער אז דינאסארס האבן נישט געלעבט צוזאמען מיט מענטשען אז א סייענטיפישע פאקט! ווילסט זיך דינגען ווייטער וועל איך דיר עס פראווען סייענטיפיקלי.
הרמב״ם ואריסטו
כגיי נישט דא אריינרעדן אין עפעס וואס איך ווייס נישט, צי עוועלוציע איז מוכרח ע״פ עווידענס צו נישט, אבער אויב יא זעע איך נישט פארוואס דאס זאל זיין א פראבלעם פאר א איד א מאמין, דהיינו מיר גלייבן אז וואס סשטייט אין תורה איז אמת המוחלט איז אויב אין תורה שטייט אז סאיז נישט געווען עוועלוציע מעג זיין עווידענס פון היינט ביז מארגן, און אויב איז זי נישט קיין סתירה מיט די תורה וואס איז די פראבלעם?
ירא שמיםכגיי נישט דא אריינרעדן אין עפעס וואס איך ווייס נישט, צי עוועלוציע איז מוכרח ע״פ עווידענס צו נישט, אבער אויב יא זעע איך נישט פארוואס דאס זאל זיין א פראבלעם פאר א איד א מאמין, דהיינו מיר גלייבן אז וואס סשטייט אין תורה איז אמת המוחלט איז אויב אין תורה שטייט אז סאיז נישט געווען עוועלוציע מעג זיין עווידענס פון היינט ביז מארגן, און אויב איז זי נישט קיין סתירה מיט די תורה וואס איז די פראבלעם?
איך הער וואס דו זאגסט אבער לאמיך דיך עפעס פרעגן וואס טוסטו ווען מארגן קומט א צווייטע רעליגיע למשל די מוסלימענער צי א צווייטע ראדיקאלע סעקט/רעליגיע און זיי זאגן אז זיי האבן געטראפן א הייליגע בוך וואס דארט שטייט אז מדארף ח"ו אויסהארגענען אלע אידן רח"ל אנשים נשים וטף אויף בערך אזא שטייגער ווי אונזער תורה הקדושה זאגט אויף עמלק. און לאמיר זאגן אז אין 200- 150 יאר ארום וועלן די מוסלימענער זיין רוב פון די וועלט און געוועלטיגן אויף רוב לענדער אין אייראפע וועלן זיי מיט רעכט פון זייער הייליגע טעקסט מאכן נאך א האליקאוסט! פארדעם טאר מען נישט בלייבן שטיין ביי א טעקסט וואס איז געשריבן מיט טויזענטער יאר צוריק פאר מענטשען זענען געווארן ציוויליזירט (פארשטייט זיך אויסער אונזער תורה הקדושה וואס איז מסיני פארנט פון מילינאנען עדות) איך פרעג אבער פונקט ווי די נוצט אונזער תורה אלץ די העכסטע אויטאריטעט העכער פון לאגיק און פאקטולע זאכן וואס וועסטו טוהן ווען א צווייטע רעליגיע וועט טוהן די זעלבע זאך און זיי וועלן שרייען פונקט ווי דיר אז דעס איז זייער העכסטע אויטאריטעט? טראכט אביסל, חומר למחשבה.
[ציטאט אראפגענומען]
פונקטליך דעס האב איך געשריבן אויבן אז די מענער האבן געמאכט זיכער אז די פרויען זאלן פארשקלאפט ווערן פאר די מענער! אלעס פאר זייער אייגענע טובה שטייצעך!
און וויאזוי האט זיך עס אויסגעארבעט פאר די פרויען ?
אריסטו האט אזוי געהאלטן? אוואדי אלע מענער האבן אזוי אמאל געהאלטן! כמעט אלע חיות האלטן נאך אלץ אזוי! למעשה זענען די פרויען נישט געוועהן אייניג און זענען געוועהן אינטערטעניג און פארשקלאפט פאר די מענער וואס איז נישט קיין שום יושר אריסטו קען האלטן וואס ער וויל ביז מארגן סאיז נישט נארמאל נישט מענטשליך און נישט קיין יושר צו דאמינעיטן פרויען און קנעכט!
און האסט נאך אלץ נישט גענטפערט וואס איך האב דיר געפרעגט פארוואס קומט זיך זיי ווייניגער רעכטן? ווייל זיי זענען שוואכער ווי מענער?
וועגן פרויען און קנעכט פארשטיי איך טאקע נישט וואס דו זאגסט און וואס דיין טענה איז, די סיבה פארוואס פרויען זענען געוועהן אראפגעקלאפט אלע יאהרן אז פשוט ווייל די פרויען זענען שוואכער פון מענער און מענער זענען מעהר dominating און נישט ווייל פרויען קומט זיך ווייניגער ווי מענער! די מענער האבן געמאכט זיכער אז די פרויען בלייבן שקלאפן פאר די מענער, די זעלבע גייט אן ביי כמעט אלע בעל חי׳ די מענער באקומען ערשט צו עסען און זיי געוועלטיגן אויף די פרויען וואס זענען ע״פ רוב פון א שוואכערע כאראקטאר, אבער נישט ווייל סקומט זיך זיי ווייניגער, ס׳איז א פארום פון bullying און יעדע נארמאלע מענטש היינטיגע טעג פארשטייט אז סקומט זיך זיי גאנישט ווייניגער אדרבה אויב עפעס קומט זיך זיי מעהר ווייל זיי גיין דורך שווערע ריספאנסיביליטס מיט האבן די קינדער וכו׳. יעדער איינער וואס ווערט געבוירן אויף די פלאנעט וואלט געדארפט זיין גלייכע בירגער! פארוואס קומט זיך זיי נישט קיין איקוואלטי? אפשר ביסטו מיר מסביר וואס דער צד אז פרויען זאלן נישט זיין גלייך מיט מענער? און פארוואס מ׳זאל מעגן האבן קנעכט ווי זיי האבן נישט קיין רעכטן בכלל? וואס איז די לאגישקייט אין דעם? אדרבה לאמיר הערן.