☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וואס האט דער אויבערשטער ליב?

וואס האט דער אויבערשטער ליב?

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9961

קלינג » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 12:07 pm

· #315196
וואס האט דער אויבערשטער ליב?
וואס האט דער אויבערשטער ליב? דער אויבערשטער האט ליב גאר לאנגע אונטער אונטערהויזן. אזוי האב איך געדרינגען אין מקוה, ווען א פרומער יונגערמאן האט אויסגעטאן גאטשעס וואס זענען געווען אזוי לאנג ווי די הויזן.

פון וואו ווייס איך אז ער איז פרום? אזוי איז שטארק משמע געווען פון די אויסדריקן אויף זיין פנים: מערערע קנייטשן אויפן שטערן, מיט א פנים וואס האט געקוקט מיט א מינע פון רחמנות אויף א צווייטן וואס האט געטראגן קורצע רש"י אונטערהויזן.

דער זעלבער יונגערמאן, וועמען דער אויבערשטער האט זיכער זייער ליב, טראגט ברילן פון פלאסטיק וואס זענען געפארבט מיט א שווארצע קאליר. דאס טוט ער אויך כדי צו מאכן א נחת רוח להבורא יתברך שמו, וועלכער בעפארצוגט פלאסטישע זאכן צו אנדערע מאטעריאלן. דער אויבערשטער האט אויך א נטיה צום קאליר שווארץ, וואס ער האט בעסער ליב ווי אנדערע קאלירן ווי למשל זילבער אדער גאלד.

נאך די מקוה זענען מיר אריין אין ביהמ"ד און זיך געשטעלט דאווענען. דער יונגערמאן האט זיך געשטעלט איין טיש אין פראנט פון וואו איך בין געשטאנען. ער האט געזאגט די פסוקי דזמרה מיט א קול בוכים און אביסל אונטער די נאז. משמע: דער אויבערשטער האט ליב ווען אידן רעדן אונטער די נאז.

איך ווייס נישט פונקליך פארוואס, אבער מיר האט אנגעכאפט א גוסטע צו באטראכטן דעם יונגערמאן. צו מיין מזל איז ער געשטאנען מיטן ריקן צו מיר, אזוי האב איך אים געקענט רואיג באאבאכטן אן דעם וואס ער זאל זיך פילן אומבאקוועם פון דעם וואס עמיצער קוקט אים אומאויפהערליך אין די אויגן און באטראכט יעדן ריר וואס ער מאכט נאר.

אזוי האב איך נאך אנגעיאגט צו מאכן מיט אים א "לחיים" נאכן דאווענען. עפעס א יארצייט, אדער א שלישי למילה, איז געווען און נאכן דאווענען האבן מיר זיך אוועקגעזעצט ביי די צוויי זייטן פון א טעצל קיכלעך. מיר האבן זיך ביידע גענומען א שטיקל, פארטרינקען מיט אביסל ברוינפן, און זיך געוואונטשן כנהוג.

"מ'זאל זוכה זיין זיך מדבק צו זיין אין צדיקי אמת", האט דער יונגערמאן מיר געשאקלט די האנט, "און שטענדיג זיין בשמחה!" האט ער אויסגעפירט מיט א קול בוכים. ער האט נישט געוויינט, אבער דאס קול איז געווען אזא געשטיקטע, האלבוועגס אונטער די נאז.

פארוואס מוז א ברכה אויף שמחה קומען מיט א קול פון געוויין, ווייסט איין באשעפער. אבער דאס וויינען סתם אזוי נאר ווייל פארוואס נישט איז נישט יענעם יונגערמאנ'ס חידוש. אזוי פירט מען זיך ביי אונזערע מקומות אויסצודריקן שמחה דורך עצבות, וכמאמר החכם: צהלתו בלב ואבלו בפניו. ווי ערליכער מ'איז, אלץ גרעסער דאס געוויין. אזוי גייט עס פורים, שמחת תורה און אפילו ביי די חתונה פון אן אייגן קינד: וואס ערליכער, אלץ צעקנייטשטער דאס פנים.

דער אויבערשטער האט אויך ליב צעקנייטשטע פנימ'ער. אזוי איז משמע פון די אויבנאנס, וואס איז פול מיט אידן וואס האבן מער קנייטשן אין פנים ווי א זקן מופלג פאר די תקופה פונעם מבול. זאל זיך עס רעדן פון די פייערליכסטע געשעעניש וואס קען נאר זיין, וויינט דער אויבנאן. קומט א שיינער איד אויף א חתונה, די מוזיק הייבט אן "ובכן צדיקים", צי די זעקסטע הקפה ניגון, און תוך כדי דיבור לאזט זיך אויפן שיינעם איד אראפ א חשכות מצרים, וואס ווערט נאר ערגער אין די רגע וואס ער כאפט אן דעם חתנ'ס הענט.

ובכן צדיקים אדער דעם זעקסטן הקפה ניגון. דאס זענען די מובחרים אין הימל, וואו מען איז קלויבעריש מיט טענער. אין הימל האט מען נישט ליב יעדן ניגן. לכתחילה וויל מען דארט ניגונים וואס זינגען זיך אויף א שטאטן ריטם. בדיעבד איז שנעל אויך גוט, אבער נאר אזוי לאנג ווי ס'איז גאר שנעל. אויב איז עס א "דיסקאו" און ווערט געזינגען אויף א ריטם וואס לאזט טאנצן "הארא" אדער עפעס כעין זה, טויג עס נישט דארט אויבן.

טענער און ריטם איז איין חלק. דער קאמפאזיטאר שפילט אבער אויך א וויכטיגע ראלע. אין הימל איז מען זייער מקפיד אז דער פארפאסער פון א ניגון זאל זיין א היימישער, און טראגן א הוט און רעקל. אויב דער קאמפאזיטאר גייט מיט א קנייטש היטל און קורצן רעקל, איז בעסער אוועקצושטיין פון דעם ניגון. גאר שלעכט איז אויב דער פארפאסער שטיצט זיך אונטער די בארד, אדער רעדט חלילה מיט א נישט היימישע הברה. כביכול די פמליא של מעלה מאכט עקל גרימאסן ווען אזא ניגון פון אזא קאמפאזיטאר ווערט געזינגען.

די ספעציפישע געשמאקן וואס הערשט אין הימל איז נישט באגרעניצט צו אונטערוועש, גרימאסן און ניגונים. קאפלעך און היטן זענען א מסכת פאר זיך און אויך דארט האט דער אויבערשטער זיין געשמאק. א איד גייט מיט א קאפל. דאס איז א דבר פשוט. אבער וואספארא קאפל? אה. אויב איר ווילט סתם יוצא זיין ממש בדיעבד, דעמאלט איז פאראן אן אויסוואל פון מוסטערן און קאלירן. אויב איר ווילט אבער באקומען א צופרידענעם הימלישן שמייכל, זאל דאס קאפל זיין 1. שווארץ, 2. באשטיין פון דוקא פינף חלקים, 3. זיין פון א ווייכן מאטעריאל. ווען א קאפל באשטייט פון פיר צי זעקס חלקים, קוקט מען אין הימל קרום. א קאלירט קאפל איז שוין קרוב צו עק וועלט. דער אויבערשטער קוקט אויף אזא איד מיט בייזע בליקן. משמע: ער האט עס נישט ליב.

טענץ איז אויך א ג-טליכע געשמאק זאך. דער באליבסטער טאנץ אין הימל איז איינס וואס באשטייט פון א רינג, מיט מענטשן, לייכט אנגעכאפט שפאצירן אויף א מעסיגן טעמפא, און ריקן דעם עקב פאראויס און ריקווערטס איבער א שטח פון איין אינטש אויף א האלבן אינטש. א טאנץ וואס נעמט אריין דעם גאנצן איבעריגן גוף איז אויך בסדר, הגם ס'איז שוין מער בתורת חסד השם צו לאזן דעם מענטש מיט מער ווי בלויז איין אפציע. א טאנץ וואס באשטייט פון דריי שריט פאראויס און איינס צוריק טויג נישט. דער אויבערשטער האט נישט ליב טריט-טענץ. קען זיין ס'האט צו טאן מיט דעם אומ'סדר פון גיין לינקס און דאן רעכטס און דאן ווייטער לינקס. (קענסט גיין רעכטס און לינקס, אבער מאך אפ וואס און האלט זיך דערצו!) אבער אזוי צי אזוי קרימט מען אין הימל אויף טענץ ווי הארא, פענגווין וכדומה.

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 12:26 pm

· #315198
פון ווי נעמט א איד אזא פרעכקייט כלפי ה' ותורתו? מוז זיין ערגעץ שטאמסטו פון א קנייטש היט איד.

מאך נישט חוזק, ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט'ן פינגער אויף די לאנגע גאטשעס און זאגן די אריכות ה'גאטשע האט אונז געהאלטן אין די אריכות הגלות.

ישראל קאפקע » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 12:28 pm

· #315200
איך רייס זיך פאר געלעכטער...
😞 😢 😳 😠

קלינג » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 1:22 pm

· #315206
Re: וואס האט דער אויבערשטער ליב?
איך האב נישט געכאפט [emoji23]

געוואלדיג » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 1:25 pm

· #315207
ישראל קאפקע
איך רייס זיך פאר געלעכטער...
😞 😢 😳 😠


איך האב נישט געוואוסט אז דו ביסט א אויבן אן איד.

שמעון וואלף » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 1:28 pm

· #315208
פיין געשריבן @קלינג און גוט ארויסגעברענגט

זאלסט מיר אבער מוחל זיין אז איך בין נישט מסכים מיט אלעם.
לאנגע גאטשעס איז טאקע א משוגעת, די קאליר שווארץ האט אבער יא א מקור. רעדן אינטערן נאז האט טאקע נישט קיין פשט, אבער זיך אפהאלטן פון נישט איידעלע ניגונים /טענץ קען מען פארשטיין.

בן אדם » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 1:55 pm

· #315214
שמעון וואלף


לאנגע גאטשעס איז טאקע א משוגעת,

כ'גלייב נישט וואס איך זע דא.... ווי דערוואגט זיך א חסידישער יונגערמאן אזוי צו רעדן 😮

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 2:50 pm

· #315229
שמעון וואלף
לאנגע גאטשעס איז טאקע א משוגעת, די קאליר שווארץ האט אבער יא א מקור.

אויב אזוי איז שוין העכסט צייט אנהויבן גיין מיט שווארצע גאטשעס.

ליפא » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 5:16 pm

· #315244

שלמה המלך » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 5:37 pm

· #315253
ליפא

דאס איז ריזיג! א סאטמארע הקפה ניגון טאקע מיט א OU השגחה - הוא אשר דברנו @ליפא

איך האב אנגעמערקט אז זייער ווייניג פון די קארדיענס שפילען עטלעניכע פון זיי האבען די גאנצע צייט גארנישט געשפילט וואסי פשט?

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 2:55 am

· #315390
ליפא: ייש"כ. הערליך. אינספיירינג. שטוינענד.
ס'וואלט כדאי געווען אז די גרויסע מיוזיקל דיירעקטארס זאללן ארויף ברענגען אויף אינסטרומענטאלע מוזיק מערערע פון די אידישע ניגונים, פון הקפות, זמירות לשבת ויו"ט. דאס איז נאך טאקע א נישט באארבעט פעלד.
אויך קען מען זעהן פון דעם קליפ און אנדערע אז די גרויסע דיירעקטארס וועלכע פיהרן אן מיט אן ארקעסטרא לעבן מיט די מיוזיק מיט די גאנצע נשמה. מ'זעהט ווי מר. איליא שנייווייס טאנצט ממש מיט. כמעט ער טאנצט די הקפות...!

שמעון וואלף » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 11:29 am

· #315421
שמעקעדיג
שמעון וואלף
לאנגע גאטשעס איז טאקע א משוגעת, די קאליר שווארץ האט אבער יא א מקור.

אויב אזוי איז שוין העכסט צייט אנהויבן גיין מיט שווארצע גאטשעס.


די רמ"א אין סימן ק"צ שרייבט "לפיכך תלבש האשה בגדי צבעונין", איז דאך משמע אז מענער דארפן גיין ווייס

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 11:34 am

· #315422
דאס מיינט ווייסע קאפלעך, ווייסע סוט, ווייסע הויזן און ווייסע שיך.
וואס עפעס פונקט אונטערהויזן וואס איז באהאלטן?

ירא שמים » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 11:36 am

· #315423
Re: וואס האט דער אויבערשטער ליב?
עי׳ ברש״י על פסוק ובדם ענבים סותה

גאנץ גוט » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 12:21 pm

· #315430
געדענק מיר טאקע ווען א פרומע נשמה האט פא'מסר'ט אברהם דוד קליין אין סאטמאר מאנסי פארן דארטיגן רב אז ער איז נישט ראוי צו זיין ראה"ק, ווייל ער גייט מיט די קורצע תחתונים

אפשר » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 6:06 pm

· #315487
אין מאנסי איז די עבירה נישט אזוי גרויס

petergrifin » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 9:27 pm

· #315514
Re: וואס האט דער אויבערשטער ליב?
שווארץ און זעקסטע הקפה ניגון?

https://vimeo.com/150456897

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 9:48 pm

· #315517
מורישקעס?

petergrifin » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 10:02 pm

· #315521
Re: וואס האט דער אויבערשטער ליב?
יא

שמעון וואלף » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 10:32 pm

· #315529
שמעקעדיג
דאס מיינט ווייסע קאפלעך, ווייסע סוט, ווייסע הויזן און ווייסע שיך.
וואס עפעס פונקט אונטערהויזן וואס איז באהאלטן?


די רמ"א רעדט דאך פון אינטערהויזן ס'זאל זיך נישט מאכן קיין שאלות פון כתמים

יהושע חיים » פרייטאג יאנואר 1, 2016 12:07 am

· #315544
שמעון וואלף
שמעקעדיג
דאס מיינט ווייסע קאפלעך, ווייסע סוט, ווייסע הויזן און ווייסע שיך.
וואס עפעס פונקט אונטערהויזן וואס איז באהאלטן?


די רמ"א רעדט דאך פון אינטערהויזן ס'זאל זיך נישט מאכן קיין שאלות פון כתמים


אויב איך בין מיך נישט טועה איז דא א תשובה און חת"ס אז מען רעד דייקא נישט פון די אינטערהויזן (למעשה רוב רבנים נעמען נישט אהן דעם חת"ס)

יהושע חיים » פרייטאג יאנואר 1, 2016 9:05 am

· #315580
Re: וואס האט דער אויבערשטער ליב?
שו"ת חת"ס יו"ד סימן קס"א

Sent from my LG-P659 using Tapatalk