☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » $118,735 א יאר?! געוואלד מהיכן ירק זה חי?

$118,735 א יאר?! געוואלד מהיכן ירק זה חי?

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9959

אייניקעל » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 4:47 pm

· #314937
$118,735 א יאר?! געוואלד מהיכן ירק זה חי?
א נאנטער חבר מיינער וואס פרובירט צו זיין אמת'דיג יושר'דיג ערליך און אויסגעהאלטן על פי תורה ועל פי חוקי המדינה
שיקט מיר זיינס אן excel spreadsheet וואו ער מאכט זיך א חשבון פון זיין פינאנציעלן לעבן און וויפיל ער דארף פארדינען צום לעבן
שטעלט זיך ארויס גאר אן אינטערעסאנטע בילד אז ער א טאטע פון 4 קינדער ב"ה דארף פארדינען לערך 90,000 א יאר צו לעבן גראדע גאנץ א שפארזאם לעבן.
דאס הייסט אויף די ביכער קומט דאס אויס $118,735 א יאר!!!!!!!

כדי אנצוצייכענען פארשידענע פרטים:
א) ער צאלט נישט אזא טייערע מארדגעזש
ב) שכר לימוד (ביי אונז חסידים) איז גאנץ נידריג
ג) ער צאלט נישט דערווייל קיין ריעל עסטעיט טעקסעס (האט א טעקס אבאטמענט)
ד) ער האט נישט קיין קאר
ה) ער גייט נישט אין קאנטרי
ו) ער פראבירט צו שפארן אין גראסערי, פיש פלייש וכו'
ז) ער האט נישט קיין העלט-אינשורענס פאר זיך און די ווייב (קען נישט עפארטן)
ח) זי (די ווייב) האט נישט קיין לייף-אינשורענס (קען נישט עפארטן) זיין אייגענע לייף-טורם-אינשורענס איז גאנץ ווייניג
ט) ער לייגט נישט אוועק פאר חתונה מאכן די קינדער, אדער זיי לערנען א פאך (קען נישט עפארטן)
י) ער לייגט נישט אוועק פאר ריטייערמענט (קען נישט עפארטן)
י"א) ער געבט יא 10% מעשר פאר צדקה

איז די שאלה יעצט איז דאס באמת וויפיל דער אלגעמיינער עולם פארדינט אדער מער?
איך גלייב גאר שטארק אז נישט, איך גלייב אז דער דוירכשניטליכער "שיינער" פארדינער, ברענגט אריין א קארגע $60,000 און נישט מער.

אויב אזוי איז טאקע מהיכן ירק זה חי??? פון ווי לעבט דער עולם???

1) זענען טאקע אלע בעלי חובות? זענען 80% פונעם עולם מטורפים לגמרי?
2) ארבעט קיינער נישט אויף די ביכער?
3) נעמט איעדער איינער פוד-סטעמפס, מעדיקעיד, סעקשאן 8, וואוטשערס, וויק און היעפ?
4) אפשר שטימען נישט זיינע חשבונות? (צו מיר קוקט אויס אז יא)
5) יעדער האט א אוצר אונטערן אויווען? צו גאר אונטערן בריק?
6) איז דא נאך עפעס א מעגליכקייט וואס איך האב אויסגעלאזט?

דא רעדט מען פון א יונגערמאן וואס האט שוין אביסל skills און קען פארדינען שיין אבער ער קומט נאך אלץ נישט אן צו וויפיל ער דארף האבן?
ער האט "נאר" פיר קינדער דערווייל מאכט נאך נישט חתונה און בר מצוה וכו' און שפארט וויפיל ער קען. וואס טוען די איבריגע?

אויב דער מצב איז אזוי ביטער קענען טויזענט קרן עזר'ס, חתונה תקנות און גמחים נישט העלפן צופיל
ווער קען געבן אביסל ליכטיקייט אויף די חידה סתומה?
Expenses---Sample.jpg 📎 Expenses - Sample.xlsx 📎 Expenses - Sample.pdf

יעקב מענטש » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 5:12 pm

· #314942
ס'איז א אלטע פליאה. און מ'וועט לכאורה שנעלער טרעפן טרענזישינאל פאסילס וואס זאל פראווען דארוויניזם, ווי א פתרון צו די חידה.

און אויב מיינסטו אז נאר ביי אומגעבילדעטע חסידים איז שווער די קשיא, האב איך נייעס פאר דיר.

אין די עמי סוכות אישו, ווי זיי האבן באשריבן די מצב הפרנסה ביים עולם האבן זיי געברענגט פון א קמחא דפסחא עסקן וואס זאגט אז ער האט געגעבן א שיינע פאר פעקלעך פאר מענטשען וואס האבן לאו דעגריס, יא! איר האט גוט געזעהן.

אונזער עולם מאכט טאקע ווייניגער ווי די וואס האבן זיך פארחובס'ט און פארברענגט יארן אין קאלעדזש, אבער אויב רעכנסטו אריין די דיפערענץ און לייפסטייל, איז זייער פראבלעם נישט קיין סאך קלענער.

אייניקעל » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 5:25 pm

· #314944
יעקב מענטש

און אויב מיינסטו אז נאר ביי אומגעבילדעטע חסידים איז שווער די קשיא, האב איך נייעס פאר דיר.
אין די עמי סוכות אישו, ווי זיי האבן באשריבן די מצב הפרנסה ביים עולם האבן זיי געברענגט פון א קמחא דפסחא עסקן וואס זאגט אז ער האט געגעבן א שיינע פאר פעקלעך פאר מענטשען וואס האבן לאו דעגריס, יא! איר האט גוט געזעהן.
אונזער עולם מאכט טאקע ווייניגער ווי די וואס האבן זיך פארחובס'ט און פארברענגט יארן אין קאלעדזש, אבער אויב רעכנסטו אריין די דיפערענץ און לייפסטייל, איז זייער פראבלעם נישט קיין סאך קלענער.


דאס איז טאקע די געווענליכע תירוץ וואס איך הער, אבער וויאזוי העלפט "אונז" אז ביי "זיי" איז אויך נישט גוט??
חוץ פארשטייט זיך אלץ צרת רבים חצי נחמה

שלום על ישראל » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 5:31 pm

· #314946
איך לעב אויך 100% כשר, און האב נישט קיין קאר און גיי אין קאנטרי וואס א יאהר. די חשבון איז היבש אפגעריקט פון מיין.
די פאלגענדע אייטעמס זעהען אויס איבערגעטריבן פון מיין פרעספעקטיוו:
[list]
[*]כ'לאז אויס די קלייניגקייטן[/*:m]
[*]כ'שפענד נישט קיין $1,000 א יאהר אין דענטעל[/*:m]
[*]כ'שפענד נישט קיין $1,590 א חודש אין עסן, נאר $1,250 (א סעווינגס פון $4,165 פער יאהר!)[/*:m]
[*]כ'שפענד נישט קיין עקסטערע $3,000 א יאהר אין שבת ויו"ט עסן ועוד ווייל ס'איז אריינגערעכנט אין די געהעריגע עסן (רבי געלט איז נישט קיין גרויסע זאכן.)[/*:m]
[*]כ'שפענד נישט קיין $2,000 א יאהר אין שמחות ואמעדזשענסיס[/*:m]
[*]כ'שפענד נישט קיין $400 א חודש אין מעינטענעס ומים[/*:m][/list:u]
למען האמת, צאל איך כמעט דאפעלט א חודש אין יוטיליטיס, און אין געוויסע אנדערע קאטעגאריעס, אבער כקהאב נאר אנגעכאפט די וואס קוקט מיר נישט אויס עוורידזש.

היוצא לנו מזה, מ'קען אראפ-ראונדען די חשבון מיט $10,000, טא די $274.80 ווערט שנעל באצאלט און ער קען נעמען א $1,000 וואקאציע יעדעס יאהר און דערצו אנהייבן א סעווינגס פון כמעט $9,000 יערליך.

outspoken » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 5:35 pm

· #314948
WOW this guy is really cheap in our circles

אייניקעל » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 5:41 pm

· #314949
שלום על ישראל
איך לעב אויך 100% כשר, און האב נישט קיין קאר און גיי אין קאנטרי וואס א יאהר. די חשבון איז היבש אפגעריקט פון מיין.
די פאלגענדע אייטעמס זעהען אויס איבערגעטריבן פון מיין פרעספעקטיוו:
[list]
[*]כ'לאז אויס די קלייניגקייטן[/*:m]
[*]כ'שפענד נישט קיין $1,000 א יאהר אין דענטעל[/*:m]
[*]כ'שפענד נישט קיין $1,590 א חודש אין עסן, נאר $1,250 (א סעווינגס פון $4,165 פער יאהר!)[/*:m]
[*]כ'שפענד נישט קיין עקסטערע $3,000 א יאהר אין שבת ויו"ט עסן ועוד ווייל ס'איז אריינגערעכנט אין די געהעריגע עסן (רבי געלט איז נישט קיין גרויסע זאכן.)[/*:m]
[*]כ'שפענד נישט קיין $2,000 א יאהר אין שמחות ואמעדזשענסיס[/*:m]
[*]כ'שפענד נישט קיין $400 א חודש אין מעינטענעס ומים[/*:m][/list:u]
למען האמת, צאל איך כמעט דאפעלט א חודש אין יוטיליטיס, און אין געוויסע אנדערע קאטעגאריעס, אבער כקהאב נאר אנגעכאפט די וואס קוקט מיר נישט אויס עוורידזש.

היוצא לנו מזה, מ'קען אראפ-ראונדען די חשבון מיט $10,000, טא די $274.80 ווערט שנעל באצאלט און ער קען נעמען א $1,000 וואקאציע יעדעס יאהר און דערצו אנהייבן א סעווינגס פון כמעט $9,000 יערליך.


וויפיל שפענדסטו יא פאר מעינטענעס ומים?
$1,250 רעכנט אריין פלייש און פיש אויך? וויין פאר שבת? מצות און וויין פון פסח? משלוח מנות פון פורים? חנוכה לעכט מיט מתנות? שבועות טשיז טארטן? זיסע עפעלך און מילגרוימען פאר ראש השנה? פאנטאפל פאר יום כפור? סכך מיט נוי סוכה פאר סוכות? שהחיינו פאר טו בשבט?
עמערדשענסיס מאכט זיך קיינמאל?
די ציין האבן נישט קיין לעכער, קלינינג וכו'?

שטילע אינגערמאן » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 5:41 pm

· #314950
כוועל די געבן די צווייטע זייט בליק

א נאנטע חבר מיינע בלא בלא.....

ווייב ברענגט אריין פון זיין א טיטשער 20,000
ער ברענגט אריין צווישען כולל מיט סייד דזאב, (לערנען מיט בחורים וגו) 20,000
פוד סטעמפס 10,000
טעקס ריטארן 12,000
קרעדיט קארטל פוינטס א מינומעם 3,000

די לעבן קאסט עיהם
רענט 20,000
יוטלילי 3000 מאקסימים
עסען געדעקט ביי פוד סטעמפס
שאר ירקות קאסט עיהם 1000 אלפים חודשלך (ברייט גערעדט)
סכר לימוד 3,500
ער לייגן אועק יערליך איבער 10,000 אלפים
פיינע נגיד

שבת אחים » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 5:55 pm

· #314953
יעקב מענטש
ס'איז א אלטע פליאה. און מ'וועט לכאורה שנעלער טרעפן טרענזישינאל פאסילס וואס זאל פראווען דארוויניזם, ווי א פתרון צו די חידה.

און אויב מיינסטו אז נאר ביי אומגעבילדעטע חסידים איז שווער די קשיא, האב איך נייעס פאר דיר.

אין די עמי סוכות אישו, ווי זיי האבן באשריבן די מצב הפרנסה ביים עולם האבן זיי געברענגט פון א קמחא דפסחא עסקן וואס זאגט אז ער האט געגעבן א שיינע פאר פעקלעך פאר מענטשען וואס האבן לאו דעגריס, יא! איר האט גוט געזעהן.

אונזער עולם מאכט טאקע ווייניגער ווי די וואס האבן זיך פארחובס'ט און פארברענגט יארן אין קאלעדזש, אבער אויב רעכנסטו אריין די דיפערענץ און לייפסטייל, איז זייער פראבלעם נישט קיין סאך קלענער.


מיינסט צו זאגן משיח וועט פריער קומען?
ווייל for your informetion מהאט שוין לאנג געטראפן די טרענזישינאל פאסילס! געיט יור פעקטס סטרעיט!

:List of transitional fossils
<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/List_of_transitional_fossils">https://en.wikipedia.org/wiki/List_of_t ... al_fossils</a>

ס'געפעלט מיר ווי דו רופסט evolution by natural selection "דארוויניזם" 🙄 כאילו סאיז עפעס א אידילאגיע אדער א רעליגיע, מיין פריינט עוועלאושען און דארוויניזם איז היינט צוטאגס א פאקט פונקט אזויווי germs און פונקט אזויווי די וועלט איז רינדיכיג, לייקענען עוועלאושען איז פונקט ווי האלטן אז די וועלט איז פלאַך! גארנישט אנדערש! און פונקט ווי רופן גרעיוויטי נוטאניזם.

נהורא נפישא » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 6:36 pm

· #314961
All those phony fossils you're talking about were created in labs by atheists who call themselves archaeologist, you can ask Yosef Mizrachi

דעת תורה » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 6:43 pm

· #314964
Re: $118,735 א יאר?! געוואלד מהיכן ירק זה חי?
טו בעד ער האט זיך פארפאטשקעט מיט זיינע שטותים אויף די קדושים הי"ד

נהורא נפישא » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 6:46 pm

· #314965
Who?

דעת תורה » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 6:48 pm

· #314966
Re: $118,735 א יאר?! געוואלד מהיכן ירק זה חי?

נהורא נפישא » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 6:52 pm

· #314967
It can't be that he spoke anything other than the subject of demons, he's not finished with this topic yet

שלום על ישראל » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 7:17 pm

· #314972
אייניקעל
שלום על ישראל
איך לעב אויך 100% כשר, און האב נישט קיין קאר און גיי אין קאנטרי וואס א יאהר. די חשבון איז היבש אפגעריקט פון מיין.
די פאלגענדע אייטעמס זעהען אויס איבערגעטריבן פון מיין פרעספעקטיוו:
[list]
[*]כ'לאז אויס די קלייניגקייטן[/*:m]
[*]כ'שפענד נישט קיין $1,000 א יאהר אין דענטעל[/*:m]
[*]כ'שפענד נישט קיין $1,590 א חודש אין עסן, נאר $1,250 (א סעווינגס פון $4,165 פער יאהר!)[/*:m]
[*]כ'שפענד נישט קיין עקסטערע $3,000 א יאהר אין שבת ויו"ט עסן ועוד ווייל ס'איז אריינגערעכנט אין די געהעריגע עסן (רבי געלט איז נישט קיין גרויסע זאכן.)[/*:m]
[*]כ'שפענד נישט קיין $2,000 א יאהר אין שמחות ואמעדזשענסיס[/*:m]
[*]כ'שפענד נישט קיין $400 א חודש אין מעינטענעס ומים[/*:m][/list:u]
למען האמת, צאל איך כמעט דאפעלט א חודש אין יוטיליטיס, און אין געוויסע אנדערע קאטעגאריעס, אבער כקהאב נאר אנגעכאפט די וואס קוקט מיר נישט אויס עוורידזש.

היוצא לנו מזה, מ'קען אראפ-ראונדען די חשבון מיט $10,000, טא די $274.80 ווערט שנעל באצאלט און ער קען נעמען א $1,000 וואקאציע יעדעס יאהר און דערצו אנהייבן א סעווינגס פון כמעט $9,000 יערליך.


וויפיל שפענדסטו יא פאר מעינטענעס ומים?
$1,250 רעכנט אריין פלייש און פיש אויך? וויין פאר שבת? מצות און וויין פון פסח? משלוח מנות פון פורים? חנוכה לעכט מיט מתנות? שבועות טשיז טארטן? זיסע עפעלך און מילגרוימען פאר ראש השנה? פאנטאפל פאר יום כפור? סכך מיט נוי סוכה פאר סוכות? שהחיינו פאר טו בשבט?
עמערדשענסיס מאכט זיך קיינמאל?
די ציין האבן נישט קיין לעכער, קלינינג וכו'?

מעינטענעס מיט וואסער איז בערך $300 פער חודש, $1,250 רעכענט אריין פיש און פלייש, אבער נישט פסח (כ'פאר אוועק צו די עלטערן און דאס מאכט אסאך אויס). כ'מאך נישט קיין צימעס פון חנוכה וכיוצא בזה.

משולם שטיינפעלד » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 7:17 pm

· #314973
15,000 דאללער א יאר שכר לימוד?

וועלכע מוסד פארלאנגט אזויפיל פון א טאטע אן וואוטשערס?

שלום על ישראל » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 7:22 pm

· #314974
משולם שטיינפעלד
15,000 דאללער א יאר שכר לימוד?

וועלכע מוסד פארלאנגט אזויפיל פון א טאטע אן וואוטשערס?

יעצט זעה'ך ער נעמט אריין קעמפ. אינגאנצן פארגעסן.

אייניקעל » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 10:15 pm

· #314986
שלום על ישראל
משולם שטיינפעלד
15,000 דאללער א יאר שכר לימוד?

וועלכע מוסד פארלאנגט אזויפיל פון א טאטע אן וואוטשערס?

יעצט זעה'ך ער נעמט אריין קעמפ. אינגאנצן פארגעסן.


דאס רעכנט נישט אריין, קעמפ
נאר דעי קעמפ.
אבער ס'רעכנט אריין רעגיסטראציע מיט טראנספארטאציע מיט שאר ירקות

דאס איז אבער א סך הכל פאר 4 קינדער דאס הייסט בערך $3750 א קינד א יאר

שבת אחים » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 10:17 pm

· #314987
דעת תורה
טו בעד ער האט זיך פארפאטשקעט מיט זיינע שטותים אויף די קדושים הי"ד

פארפאטשקעט? הייסט עס פאר ער האט גערעדט פון די קדושים האט ער יא גערעדט צום זאך?

דוק ותשכח » דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 12:29 pm

· #315067
שלום עליכם!

This is the million dollar question.

וועגן דעם איז דא טיי אווענטער יעדן אווענט.

אייניקעל » דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 1:05 pm

· #315074
באקומען אין אישי

די אשכול באלאנגט נישט אין public
ווען מ'רעדט פון נישט אויף די ביכער
באלד קומט אפאר שונאי ישראל new York post אדער אנדערע און שמירן עס ארום די גאצע וועלט


הרב _____ היקר כסדר זאלן מיר לויפן מיט די קאפ אין די וואנט אריין??? פאלט דיר נישט איין אז טאקע דא ליגט די הונט באגראבן, ווען נישט וואס דער עולם לעבט אויפן שווארצן מארקעט...
א ווי מאשקע אנטלויפענדיג פונעם פריץ דורכן גרעניץ אונטער א צווייטע נאמען

ווען דער עולם זאל לעבן א נארמאלן אויסגעהאלטענעם לעבן ווי דער סדר החכמים וואס דער רמב"ם צייכענט צו וואלט מען שוין געטראפן א מהלך צו פארענטפערן די פיר קשיות
ווען דער עולם זאל פאלגן א קליפ און קלארע חז"ל לעולם ילמד אדם את בנו אומנות..... אדער ישיבת כרכים קשה.... וואלטן מיר בעסער אויסגעקוקט
דערווייל לעבט מען מיט די קאפ טיף אין זאמד ווי די בתי יענה דער עיקר די גוים זאלן נאר נישט אויסגעפונען
גיוו מי עי ברעיק

מדבר שקר תרחק איז נאך אזא חשובע מצוה ווי זעקס-סלייס קאפלעך אדער משומר פילטערס

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 1:42 pm

· #315083
גיין מיטן קאפ אין וואנט און אויסלופטערן בלבולים און השמצות אין פובליק איז ביי דיר די זעלבע?

נהורא נפישא » דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 2:56 pm

· #315092
This is a burning issue, there are some suggestions how to minimize the problom as much as it is in our hand, First and foremost find out your children's talents and work with it to eventually develop it into a profession.
Be responsible with having children depending how financially stable you are, it is against the halacha to rely on obtaining money through illegitimate means.
You don't have to live in the most expensive cities on the face of the planet,
You're probably spending money for misunderstanding halacha and customes, so educate yourself
You are probably spending on things only because everyone does it even though you can't afford it, be more independent to decide for yourself

אייניקעל » דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 3:54 pm

· #315098
שמעקעדיג
גיין מיטן קאפ אין וואנט און אויסלופטערן בלבולים און השמצות אין פובליק איז ביי דיר די זעלבע?


דער נער זאל ארויס פון מקוה

מ'האט דא קיינעם נישט באשולדיגט אדער באשמוצט

שמעון וואלף » דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 5:08 pm

· #315111
די נאמבערס זענען זייער אין ליין מיט ריאלעטי, און איך רעדט נישט פון קיין שפענדערישע לעבן.

די איינציגסטע נאמבער וואס שטימט מיר נישט איז די טעקסעס וואס ער רעכענט אראפ, מ'קען צולייגן לערך אכט טויזענט דאללאר צום נעט פעיטשעק אדער טעקס רעטורן. דאס מאכט אבער נישט די פראבלעם צופיל קלענער ווייל די פראבלעם איז ביי אלע וואס פארדינען 110,000 פער יאר.

ס'איז א פחד צו טראכטן וואס יונגעלייט מאכן נעבך מיט צוליב אונזער מהלך החיים. דאס איז א צרה וואס מיר האבן אליינס געברענגט און מ'קען עס מתקן זיין דורך טוישן די מאנטעליט אז מ'מוז זיך נישט אהערשטעלן פאר די וועלט אנדערש ווי מ'איז.

שוין אפגערעדט ווען עס קומט צו א שמחה וואס דאן צעלאזט מען זיך אין גרויסן אן קיין חשבון, ממש. א גרויסע שולד טראגן די מנהיגים וואס מאכן לוגזוריעס שמחות און מוסדות וואס שפענדן מיליאנען אויף דינערס אין פאנדרעיזינג. דאס ברענגט אריין א רייץ ביים ציבור.

יא, איינער וואס קען נישט אפארדן זאל אליינס טראגן די קינדער אין חדר און זיך שפארן טראנספארטעישן

יא, איינער וואס קען נישט אפארדן זאל נוצן איין כפרה פאר די גאנצע משפחה

יא, איינער וואס קען נישט אפארדן זאל נישט מאכן שבע ברכות יעדע נאכט

כהנה וכהנה זענען דא צענדליגע זאכן וואס איז אמאל געווען פארשטענדליך און היינט איז דא די פארשאלטענע מושג אז קיינער טאר נישט זיין אנדערש

אייניקעל » דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 5:26 pm

· #315113
שמעון וואלף
די נאמבערס זענען זייער אין ליין מיט ריאלעטי, און איך רעדט נישט פון קיין שפענדערישע לעבן.

די איינציגסטע נאמבער וואס שטימט מיר נישט איז די טעקסעס וואס ער רעכענט אראפ, מ'קען צולייגן לערך אכט טויזענט דאללאר צום נעט פעיטשעק אדער טעקס רעטורן. דאס מאכט אבער נישט די פראבלעם צופיל קלענער ווייל די פראבלעם איז ביי אלע וואס פארדינען 110,000 פער יאר.



קוק א בליק ביי <a class="postlink" href="http://www.paycheckcity.com/calculator/grossup">http://www.paycheckcity.com/calculator/grossup</a>
לייג אריין ניו יארק (אויב די וואוינסט דארט) און אויך 2016

שלום על ישראל » דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 5:57 pm

· #315116
שמעקעדיג
גיין מיטן קאפ אין וואנט און אויסלופטערן בלבולים און השמצות אין פובליק איז ביי דיר די זעלבע?

בלבולים?! אז דער עולם איז ארימער ווי דער וואסער טרעגער איז א בלבול?

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 6:06 pm

· #315118
שמעון וואלף
שוין אפגערעדט ווען עס קומט צו א שמחה וואס דאן צעלאזט מען זיך אין גרויסן אן קיין חשבון, ממש. א גרויסע שולד טראגן די מנהיגים וואס מאכן לוגזוריעס שמחות און מוסדות וואס שפענדן מיליאנען אויף דינערס אין פאנדרעיזינג.

כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט. שטייט פון צדיקים אז ווער עס שפענדט נישט בעת א שמחה איז א שוטה ווייל דאן זענען אלע טויערן אפן. 🙄

שלום על ישראל » דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 6:15 pm

· #315120
שמעקעדיג
שמעון וואלף
שוין אפגערעדט ווען עס קומט צו א שמחה וואס דאן צעלאזט מען זיך אין גרויסן אן קיין חשבון, ממש. א גרויסע שולד טראגן די מנהיגים וואס מאכן לוגזוריעס שמחות און מוסדות וואס שפענדן מיליאנען אויף דינערס אין פאנדרעיזינג.

כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט. שטייט פון צדיקים אז ווער עס שפענדט נישט בעת א שמחה איז א שוטה ווייל דאן זענען אלע טויערן אפן. 🙄

מיין ATM מאשין שפייט דאס צוריק. אלע וויצן אין די זייט, די פאקט ווייזט קאפויער: אלע טויערן פון די בערזל איז אפען, אין א one way.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 6:29 pm

· #315122
איך האב שוין ערגעצוו געשריבען אפאר יאר צוריק. דאס וואס מ'האט עס אזוי שווער איז בעיקר אדאנק די ווייבער. מ'קען זיי נישט אפזאגען, און זיי ווייסען נישט דער חשיבות פון א דאללאר. זיי האבען קיינמאל נישט גע'ארבעט דערצו און זיי פארשטייען נישט וואס ס'קאסט אונז. ווען מיר בעט זיך ביי זיי ארויסצומופען פון היים און הייב און גייען וואוינען ערגע אנדעריש הייסט'ס שוין א מחלוקת גוג ומגוג.
ווען די ווייבער וואלט'ן גע'ארבעט, וואלט מען סיי פארדינט וואס זיי ברענגען אריין, און אויך פארדינט אז ס'איז דא ווייניגער צייט צו שפעדנען אדער הערען פון זייער חברט'ס וואס צו קויפען, און אויך וואלט'ן זיי געוואוסט וואס א דאללאר קאסט, און ס'וואלט געווען שווערער מ'זאל עס אויסגעבען.

שלום על ישראל » דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 6:36 pm

· #315125
כ'האב דיר געגעבן א לייק פאר די אמת אז ווייבער טרייבן די גאנצע געלד-פארברענגעריי (כאטש ליידער זעהט זיך לעצטענס אהן א באוועגענישט צווישען מענער זיך צו פירן כדרך הנשים), שאצסטו אבער אונטער זייער מעגליכקייט צו פארשווענדן די געלד אפילו ווען זיי ארבייטן.

שמעון וואלף » דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 7:14 pm

· #315132
אסאך פון די געלט פארשווענדענישן קומט פשוט פון ליידיג גיין, נישט האבענדיג וואס צו טון מיט די צייט גייט מען אגאנצן טאג שאפינג און מ'טרעפט כסדר נאך זאכן וואס מ'מוז האבן. אדער לויפט מען ארום צו אלע סעילס און מ'כאפט "מציאות". צו דעם אלעם פארגינט מען זיך נאך א קאר סערוויס ווייל מ'באקומט דאך אזא בארגען אז די קאר סערוויס צאלט זיך צען מאל אויס (אריינגערעכנט א קאר צו מאכן ריטורנס)

שמעון וואלף » דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 7:17 pm

· #315134
אייניקעל
שמעון וואלף
די נאמבערס זענען זייער אין ליין מיט ריאלעטי, און איך רעדט נישט פון קיין שפענדערישע לעבן.

די איינציגסטע נאמבער וואס שטימט מיר נישט איז די טעקסעס וואס ער רעכענט אראפ, מ'קען צולייגן לערך אכט טויזענט דאללאר צום נעט פעיטשעק אדער טעקס רעטורן. דאס מאכט אבער נישט די פראבלעם צופיל קלענער ווייל די פראבלעם איז ביי אלע וואס פארדינען 110,000 פער יאר.



קוק א בליק ביי <a class="postlink" href="http://www.paycheckcity.com/calculator/grossup">http://www.paycheckcity.com/calculator/grossup</a>
לייג אריין ניו יארק (אויב די וואוינסט דארט) און אויך 2016


ידעתי ידעתי, אבער ווי די מציאות ווייסט באקומט מען צוריק מיט'ן טעקס רעטורן טאמער נעמט מען אראפ לויט וויפול מ'דארף און מ'האט קינדער. מיין אקאונטענט האט מיר מסביר
געווען אז געוויסע טעקס קרעדיטס ווערן נישט אריינגערעכנט ווען מ'מאכט די חשבון פון וויפול טעקס זאל אראפגיין

שלום על ישראל » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 11:23 am

· #315183
איינער פון די גאר-חשוב'ע חבירים זענען געקומען צו מיר פריוואט אז
חבר
ווי ווייניגער מען רעדט איז געזונטער

כ'האב אים געענטפערט אז
שלום על ישראל
אלץ איינער וואס טוט נישט קיין אומלעגאלע חזר'יי, שפיר'ך נישט די דרינגלעכקייט צו שווייגן.

אבער דער חבר לאזט נישט נאך און טענה'ט אז
חבר
הייסט דו קוקסט נאר אויף דיין אייגענעם וואוילזיין, און דיר אינטרעסירט נישט אנדערע

דאס איז מיין ענטפער פאר דיר:

אנשטאט לעבן דאס גאנץ לעבן במחתרת און אויף דיפענס, פראביר זיך צו אריינלייגן אין יענעמ'ס שיך און פארשטיין די גאנצע סאסייעטי; נישט נאר דיין אייגען שמאלע אינטערעסע.

קוק אהער: איך פיהר מיך מיין גאנץ לעבן אהן די חזריי, אפילו ווען די מצב איז געווען זייער געדריקט, אלעס פאר מיין מענטשליכקייט, קידוש השם, און כדי כ'זאל נישט שפירן אייביג ווי א קרימינאל און יעדעס קאר פארקירט פארענט פון מיין הויז איז א ווער-ווייסט-וואס.

קומען קהילות מיט יודן וואס די געלד איז זיי מער ווערד ווי די תורה, און די פרעשור פון קאנטרי נעמט א אויבן אהן איבער די שרעק פון חילול השם, און די חיות לאזן אראפ אויף די פוד-סטעמפס אפיס ווי רייאטערס, און ס'גייט זיי נישט אהן די אלע א.ד. ענינים, ווי אויך נישט אז זיי אפעקטירן יעדעס יודיש קינד וואס ליידט פון זייער גניבות.

יעצט וואלסטו געוואלט הערן ווי איך זאל קוקן אויף זייער וואס?! וואוילזיין?! פארוואס די גהינום זאל איך טוהן אזא זאך?

ביטע קום מיר נישט יעצט מיט די "סעלף העיטינג", "די גוים זאגן דאס סיי ווי" און אנדערע שטותים וואס די סעלף-לאווינג, וואק-מיטן-קאפ-אין-וואנט חברה זינגען אין שלאף מיט די סאב-קאנטשעס.

Kool man » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 12:27 pm

· #315199
[ציטאט אראפגענומען]


huh?

יעדער.. האט פראגרעמס?? טשעק יאר פעקטס פליז
😠

אייניקעל » מוצ"ש יאנואר 9, 2016 10:33 pm

· #316724
מיר קוקט אויס די פאלגענדע אז אין אונזערע (היימישע) קהילות
20% פארדינען שיין
20% מוטשענען זיך
60% לעבן אויף אנקעל סעם'ס חשבון

בסך הכל קומט אויס אז אונזער לעבן איז לכתחילה אויסגעשטעלט צו נהנה זיין פון די ממשלה אדער זיך מוטשענען ווי הונטן.

בין איך זיך טועה?

סאשי פיש » מוצ"ש יאנואר 9, 2016 10:46 pm

· #316726
Re: $118,735 א יאר?! געוואלד מהיכן ירק זה חי?
מיר קוקט אויס די פאלגענדע אז דו ווילסט אויפלעבן דיין פארשלאפענע אשכול

אייניקעל » מוצ"ש יאנואר 9, 2016 10:51 pm

· #316730
סאשי פיש
מיר קוקט אויס די פאלגענדע אז דו ווילסט אויפלעבן דיין פארשלאפענע אשכול


אויב איז ווי די זאגטסט איז יישר כוח פארן צוהעלפן

בדיעבד איז דאס א בעיה גדולה וואס וואלט געדארפט ווערן אויסגעשמועסט בכל קהילות און ערשיינען אין אלע צייטונגען, נאר משום איזה סיבה איז כסדר דא וויכטיגערס אויף די אגענדע

יונה » זונטאג יאנואר 10, 2016 6:35 pm

· #316863
נו אדרבה הרב אייניקעל דו קוקסט אויס ווי א שטיקל בעל חשבון וואס וואלסטו געראטען ווי אזוי קען מען טוישען דעם סיסטעם?