☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » טעראריסטן האבן אויך א צלם אלוקים

טעראריסטן האבן אויך א צלם אלוקים

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9951

עדיאל » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 10:43 am

· #314665
טעראריסטן האבן אויך א צלם אלוקים
די ישראלישע מעדיצינישע ארגאניזאציע האט ארויסגעגעבן נייע רעגולאציעס בשייכות די באהאנדלונגען פון טעראר פארוואונדעטע. די נייע רעגולאציעס לויטען אז דאס איינציגע קנה מדה וואס מעג באנוצט ווערן אין א באשלוס וועמען צו באהאנדלן מעדיציניש צום ערשט איז דאס הארבקייט פונעם וואונד. דאקטוירים און פאראמעדיקס טארן נישט נעמען אין באטראכט דאס שולדיגקייט פונעם פאציענט. דאס הייסט, א שווער פארוואונדעטע טעראריסט מוז באהאנדלט ווערן פריער פון א לייכטערע פארוואונדעטע קרבן.

אין די שבועה פון היפאקראטיס שטייט, "אין סיי וועלכע שטוב אין זאל נאר אריין, מיין באזוך זאל זיין לטובת דעם פאציענט... אפגעזען פון יעדן אקט פון פיינטשאפט. די שבועות הרמב"ם לויטעט, "תזכני להביט על כל סובל הבא לשאול בעצתי כעל אדם, בלי הבדל בין עשיר ועני, ידיד ושונא, איש טוב ורע; את האדם בצר לו – הראיני רק האדם. כאטש די שבועות הרמב"ם איז זיכער נישט געשריבן געווארן דורכן רמב"ם, איז די תפילה שוין צוויי הונדערט יאר אלט, און נישט עפעס משוגענע ליבארליזם פון לעצטענס.

הראני רק האדם! א דאקטאר איז נישט קיין פאליטיקער. א דאקטאר איז נישט קיין נאציאנאליסט. א דאקטאר איז נישט קיין שופט. א דאקטאר זעט נישט קיין פענער. א דאקטאר זעט נישט קיין קאלירן. א דאקטאר זעט א מענטש. בשר עור ורקמה. א מענטש, א צלם אלוקים. אפגעזען וואס האט אים געברענגט צום דאקטאר, אפגעזען פון זיינע מעשים, אז א מענשט בלוטיגט, באנדאזשירט אים דער דאקטאר.

ירא שמים » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 10:51 am

· #314668
Re: טאראריסטן האבן אויך א צלם אלוקים
משוגעים, פארוואס דארף מען בכלל באהאנלען א טעראריסט? דא קומט נישט אריין פיינטשאפט.

יואליש » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 10:58 am

· #314669
ירא שמים
משוגעים, פארוואס דארף מען בכלל באהאנלען א טעראריסט? דא קומט נישט אריין פיינטשאפט.


ווייל דאקטארים זענען נישט שופטים און געבן נישט ארויס טויט שטראף אורטיילן. זיי היילן קראנקע. און אפי' שופטים גיבען נישט ארויס קיין טויט שטראף אן קיין טרייעל.

ירא שמים » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:01 am

· #314671
Re: טאראריסטן האבן אויך א צלם אלוקים
מדארף א שופט אז ער איז א רוצח? די סאלדאט וואס שיסט א טעראריסט בשעת מעשה איז יא א שופט? און מרעדט דאך נישט דא פון יענעם גיין הרג׳ענען מרעדט פון גיבן הילף אז ער זאל קענען הרג׳ענען נאך בעתיד.

יואליש » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:04 am

· #314672
פארוואונדעטע סאלדאטן אויך טאר מען נישט שיסן און מ'מיז זיי באהאנדלן ביים צד שכנגד, כאטש א מינוט צוריק האסטו זיי געשאסן. ס'איז דא רולס אוו ענדגעזשמענט. מ'רעדט פארשטייט זיך אז דער סאלדאט אדער טעראריסט איז נישט א סכנה פאר די ארומיגע יעצט.

ירא שמים » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:06 am

· #314673
טעראריסטן האבן אויך א צלם אלוקים
רולס און געזעצן קען איך מיך נישט אויס, אבער קאמען סענס איז דאס א הימל שרייענדע עולה.
און כוואלט דאס נישט פארגליכן מיט סאלדאטן אין א שלאכט וואס זייער ציל איז סוכ״ס נישט רציחה סאיז נאר די וועג וואו אזוי א מלחמה גייט.

ירא שמים » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:12 am

· #314675
Re: טעראריסטן האבן אויך א צלם אלוקים
[ציטאט אראפגענומען]

קומט נישט דא אריין.

ליפא » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:12 am

· #314676
רולס אוו אינגעדזשמענט א פרישע ליבעראלע פעלעסי. די רולס זענען צווישן צוויי ציוויליזירטע ארמייען, נישט צווישן אן ארמיי און סתם טעראריסטן וואס האבן קיין רולס.

לית דין בר נש » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:21 am

· #314681
דער גיזעץ פארשטיי איך ווען א' פארט אהיים פון זיין ניי יאר פארטי אנגעשאשקעט און ער פארט אריין ראנג וועי אין א גאס און מאכט א פנים אל פנים צוזאמשטויס, און ב' האט זיך סך הכל צובראכן א פיס און א האנט אבער א' איז באוואוסטלאז נו ודאי דארף מען זיך ערשט אפגעבן מיט א' הגם ער איז דא שולדיג אין די גאנצע סאמוטוכע.
אבער ווען דער פשוטע טעראריסט שטעכט מענטשן אין די גאסן זאגסטו מיר שיס אים און פראביר אפילו נישט צו זיין א מציל באחד מאבריו מאך אים פשוט פלאך. איז פארוואס זאל נישט די גיזעץ זאגן (פשוט אלץ שטראף אויס) די ביסט די לעצטע פון וועמען מען גייט קעיר נעמען.

יואליש » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:30 am

· #314683
ליפא, פרישע ליבעראל פאליסי מיינט ס'איז אוטומאטיש גיט, אוטומאטיש נישט גיט, אדער קיין איינס נישט? זענען אלטע ליבעראלע פאליסיס בעסער אדער ערגער פון פרישע?

ליפא » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:34 am

· #314684
I didn't mean POLICY
But FALLACY

יואליש » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:37 am

· #314685
אה, מיין טעות.

שמעון וואלף » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 1:06 pm

· #314691
ירא שמים
[ציטאט אראפגענומען]

קומט נישט דא אריין.


קומט שוין איינמאל אריין. למשל, ביי די מעשה אין באר שבע ווי מ'האט געהרג'ט דעם אימיגראנט מיינענדיג אז ער איז א טעראריסט. טאמער וואלט מד"א אנגעקומען און אים נישט געהאלפן ווייל ער איז א "טעראריסט" און שפעטער שטעלט זיך ארויס אז ס'איז געווען א טעות, וואלט יעדער זיי פארדאמט.

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 2:02 pm

· #314700
ירא שמים
משוגעים, פארוואס דארף מען בכלל באהאנלען א טעראריסט? דא קומט נישט אריין פיינטשאפט.

ירא שמים: ווייל די רעגירונג פון מדינת ישראל, אזוי ווי ליבעראלע אידן אין די וועלט בכלל מיינען אז דורך דעם וואס זיי וועלן דעמאנסטרירן זייער הומאניזם און מענטשליכקייט וועלן די פארשאלטענע גוי'אישע אנטיסעמיטן און רוצחים זיי א ביסל מער ליעב האבן...!

נהורא נפישא » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 2:03 pm

· #314703
I think you are mixing up two separate issues
Terrorists were also created in God's image
It's not the job of the doctor to decide who is a terrorist

לית דין בר נש » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 2:06 pm

· #314705
exactly! the terrorist is the one that decides he's a terrorist
the doctor should only be the one treating him the way he decided to be.

נהורא נפישא » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 2:42 pm

· #314714
Personally I'm torn between my idealistic mind and my practical mind and I don't give a damn which one is right.

בן אדם » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 3:29 pm

· #314719
נהורא נפישא
Personally I'm torn between my idealistic mind and my practical mind and I don't give a damn which one is right.

...We all liberals are suffering from the same issue

חוני המעגל » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 3:30 pm

· #314720
Re: טעראריסטן האבן אויך א צלם אלוקים
בן אדם
נהורא נפישא
Personally I'm torn between my idealistic mind and my practical mind and I don't give a damn which one is right.

...We all liberals are suffering from the same issue

Or maybe it's a condition that adds thoughtfulness to life.


Sent from my iPhone using Tapatalk

א איד » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 4:58 pm

· #314735
מיין שאלה איז, אויב זענען זיי ביידע די זעלבע שווער פארוואונדעט, די טעראריסט מיטן נפגע, וועמען באהאנדלט מען ערשט, דארט וועט מען קענען זעהן אויף וואס די פאליסי איז באהויפטעט.

גר ותושב » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 8:40 pm

· #314785
Re: טעראריסטן האבן אויך א צלם אלוקים
ווי אזוי האט נאר איינע פון די קאנדידאטען געזאגט ביים פאריגן דיבעיט א טעראריסט וואס קומט טעראריזירן אמעריקע סיינט זיך אליינס אונטער זיין טוט ארטייל אז עס ליגן צוויי פארוואונדעטע אויפן פלאר איינס פון זיי איז מחשיב די לעיבן און איז אביסל פארוואונדעט און די אנדערע איז מחשיב די טויט און איז שווער פארוואונדעט פאר וואס זאל איך עים אויסהיילן?? מען וואלט עים געדארפט אויפן פלאץ הרגענען עס איז נישט כאשר זמם לעשות לאחיו עס איז כאשר זמם לעשות לעצמו!! בשביל זה באת!!

חוני המעגל » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 8:51 pm

· #314787
Re: טעראריסטן האבן אויך א צלם אלוקים
גר ותושב
ווי אזוי האט נאר איינע פון די קאנדידאטען געזאגט ביים פאריגן דיבעיט א טעראריסט וואס קומט טעראריזירן אמעריקע סיינט זיך אליינס אונטער זיין טוט ארטייל אז עס ליגן צוויי פארוואונדעטע אויפן פלאר איינס פון זיי איז מחשיב די לעיבן און איז אביסל פארוואונדעט און די אנדערע איז מחשיב די טויט און איז שווער פארוואונדעט פאר וואס זאל איך עים אויסהיילן?? מען וואלט עים געדארפט אויפן פלאץ הרגענען עס איז נישט כאשר זמם לעשות לאחיו עס איז כאשר זמם לעשות לעצמו!! בשביל זה באת!!

You are proposing to make a judgement call on the spot.
Think of any other crime, not terrorism, where two people were injured. While one night clearly be the victim of a crime, the other is only an alleged perpetrator.
What if at trial this perpetrator is acquitted? Then he's not the perpetrator. Shouldn't he be treated based on the seriousness of the crime?


Sent from my iPhone using Tapatalk

גר ותושב » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 8:57 pm

· #314790
Re: טעראריסטן האבן אויך א צלם אלוקים
I am talking only about a terrorist that is here to kill and to get killed so we should finish his wish and let him die in pease (pieces)

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 9:10 pm

· #314791
חוני המעגל
גר ותושב
ווי אזוי האט נאר איינע פון די קאנדידאטען געזאגט ביים פאריגן דיבעיט א טעראריסט וואס קומט טעראריזירן אמעריקע סיינט זיך אליינס אונטער זיין טוט ארטייל אז עס ליגן צוויי פארוואונדעטע אויפן פלאר איינס פון זיי איז מחשיב די לעיבן און איז אביסל פארוואונדעט און די אנדערע איז מחשיב די טויט און איז שווער פארוואונדעט פאר וואס זאל איך עים אויסהיילן?? מען וואלט עים געדארפט אויפן פלאץ הרגענען עס איז נישט כאשר זמם לעשות לאחיו עס איז כאשר זמם לעשות לעצמו!! בשביל זה באת!!

You are proposing to make a judgement call on the spot.
Think of any other crime, not terrorism, where two people were injured. While one night clearly be the victim of a crime, the other is only an alleged perpetrator.
What if at trial this perpetrator is acquitted? Then he's not the perpetrator. Shouldn't he be treated based on the seriousness of the crime?


Sent from my iPhone using Tapatalk

חוני המעגל:...If the alleged perpetrator shoots someone. That person is actually dead. (Vs. Allegedly).

גר ותושב » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 9:26 pm

· #314792
Re: טעראריסטן האבן אויך א צלם אלוקים
איך זעי אז דער @אנאנים תורה און די OU זענען מסכים צו מיינע ווערטער און איך האב לכאורה אויך די הסכמה פונעם עדה החרדית איינער זאגט מיר אז א טאלק שאו האט אוסגעפרעיגט די ראב"ד דער מוצאי שבת (אויב איינער קען ברעינגען א לינק צו דעים אינטערוויו ווואלט איך עים שטארק דאנקבאר געוועין) הקיצור איין שאלה איז געוועין צו עס איז מותר צו הרגענען א טעראריסט ווען ער איז שוין אומשעידליך ער האט נישט גענטפערט אז עס איז מותר אבער ער האט בטוב טעם ודעת מסביר געוועין אז די סברות המתירים איז אז דער טעראריסט האט א דין רודף ווייל ווען ער וועט באפרייט ווערן וועט ער נאכאמאל פרובירן צו הרגענען יודען אזוי ווי מען זעיט טאקע אז אסאך פון די טעראריסטן פון די יעצטיגע מערכה זענען געוועין אמאל ארעסטירט אויף טעראר.

קאצקע ציקער » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 9:28 pm

· #314794
כלל נאמבער איינס, ווען דיין שונא פירט זיך נישט אויף צו דיר ארענטליך זיי נישט שיין צו עים , ווען ס' ווען פארקערט למשל , וואלטן זיי געשאסן א פארוואונדעטע סאלדאט

גר ותושב » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 9:44 pm

· #314797
Re: טעראריסטן האבן אויך א צלם אלוקים
קאצקע ציקער
כלל נאמבער איינס, ווען דיין שונא פירט זיך נישט אויף צו דיר ארענטליך זיי נישט שיין צו עים , ווען ס' ווען פארקערט למשל , וואלטן זיי געשאסן א פארוואונדעטע סאלדאט

געשאסן אדער געמאכט א לינטש?

גר ותושב » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 9:48 pm

· #314801
Re: טעראריסטן האבן אויך א צלם אלוקים
Thanks

נהורא נפישא » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 9:57 pm

· #314804
Btw in the same interview Rav Sternbuch says clearly that Israel needs a military to defend itself they just don't need the haraidim and the only reason they force them into the military is because they want to assimilate them into secular culture, my question is, is it already excepted nowadays for a Rav in the Era Hachraidis to hold such a position?

גר ותושב » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 9:23 am

· #315404
Re: טעראריסטן האבן אויך א צלם אלוקים
‏הרב קנייבסקי:
הצלה זאל נישט באהאנדלען די טערעריסטען וואס זענען פארווינדעט, זיי זאלען שטארבען
<a class="postlink" href="https://t.co/5ljUHmTl1e">https://t.co/5ljUHmTl1e</a>‎

Buddy » דינסטאג אוגוסט 7, 2018 6:39 pm

· #410670
לאמיר פרעגן א דאקטאר
לאמיר פרעגן א דאקטאר וואס זיין עלטערן אדער קינדער זענען יעצט געהרגט געווארן פון דעם טעראריסט, און ער מוז יעצט באהאנדלן דעם פאציענט...

די חילוק איז נאר אז ס'נאך דא דאקטוירים מיט א הארץ און ווען אידישע קינדער זענען אונטער אטאקע פון די טעראריסטן, און דער מוז ער באהאנדלן, קען מען פשוט פון זינען אראפגיין.

דאס האט געשטיפט ד"ר ברוך גאלדשטיין צו עקטן.

Buddy » זונטאג אקטאבער 7, 2018 7:53 am

· #413899
בן גביר בביקורת על דגן: "הדו קיום התפוצץ בברקן"
עו"ד איתמר בן גביר מראשי עוצמה יהודית מותח ביקורת על ראש המועצה האזורית שומרון, יוסי דגן שטוען כי המפעלים במקום הפיגוע הרצחני הבוקר בברקן הם סמל ומופת לדו קיום, ואף הצהיר כי "הפעילות המבורכת והדו קיום באיזור תעשייה ברקן יימשכו" וכי "לא נשבר מהאירוע הזה".

"אני מעריך מאוד את ידידי יוסי ויש לו זכויות עצומות במאבק על ארץ ישראל, אך חבל שהוא טועה ומטעה: הדו קיום התפוצץ בברקן ורק יוסי ועוד קומץ של אנשים בגוש עציון ממשיכים להטעות את עצמם ואת הציבור. מי שלא נאמן לישראל - ולצערי חלק מהעובדים בברקן - לא כולם - לא נאמנים, צריך לשלוח בכרטיס בכיוון אחד לא לעבוד איתו ביחד".

זירת הפיגוע בברקן (הלל מאיר TPS)

לדברי בן גביר: "הגיע הזמן שגם ברמי לוי בגוש עציון וגם במפעלים בברקן יעשו בדק בית יותר רציני את מי מכניסים לעבודה. לא צריך לפסול אדם בגלל שהוא ערבי, אבל כן צריך לפסול אדם כי הוא שונא את ישראל ולא נאמן למדינה. בעלי המפעלים וראשי המועצות חייבים לנהל מעקב יותר רציני ולדרוש נאמנות למדינת ישראל".
here

Buddy » מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 3:09 pm

· #418401
גר ותושב
איך זעי אז דער @אנאנים תורה און די OU זענען מסכים צו מיינע ווערטער און איך האב לכאורה אויך די הסכמה פונעם עדה החרדית איינער זאגט מיר אז א טאלק שאו האט אוסגעפרעיגט די ראב"ד דער מוצאי שבת (אויב איינער קען ברעינגען א לינק צו דעים אינטערוויו ווואלט איך עים שטארק דאנקבאר געוועין) הקיצור איין שאלה איז געוועין צו עס איז מותר צו הרגענען א טעראריסט ווען ער איז שוין אומשעידליך ער האט נישט גענטפערט אז עס איז מותר אבער ער האט בטוב טעם ודעת מסביר געוועין אז די סברות המתירים איז אז דער טעראריסט האט א דין רודף ווייל ווען ער וועט באפרייט ווערן וועט ער נאכאמאל פרובירן צו הרגענען יודען אזוי ווי מען זעיט טאקע אז אסאך פון די טעראריסטן פון די יעצטיגע מערכה זענען געוועין אמאל ארעסטירט אויף טעראר.

פארדעם איז בר-כוכבא און אלע מנהיגי ישראל געשטיצט געווארן דורך חכמי ישראל! און נישט אז די חכמי ישראל זענען די מנהיגים אלייןס, די תורה געט פלאץ פאר די חכם און גיט פלאץ פאר די מנהיג.

די סברא אז מען מוז אנקומען צו א פשטלדיגע מהלך פון "דין רודף" וכדו', סאיז אלץ תורת אמת וכו', אבער א מנהיג איז דער וואס טוט לויט די פארשטאנד פון א מנהיג, און פארשטייט אז מ'דארף פירן ביד חזקה אויף די שונאים, און נאכדעם וועלן שוין חכמי ישראל מסביר זיין...

זעה דא וואס א פשוט'ע מיידל האט צו זאגן!
פשוט צום זאך

Buddy » מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 3:17 pm

· #418402

גר ותושב » מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 3:44 pm

· #418406
Re: טעראריסטן האבן אויך א צלם אלוקים
Buddy
גר ותושב
איך זעי אז דער @אנאנים תורה און די OU זענען מסכים צו מיינע ווערטער און איך האב לכאורה אויך די הסכמה פונעם עדה החרדית איינער זאגט מיר אז א טאלק שאו האט אוסגעפרעיגט די ראב"ד דער מוצאי שבת (אויב איינער קען ברעינגען א לינק צו דעים אינטערוויו ווואלט איך עים שטארק דאנקבאר געוועין) הקיצור איין שאלה איז געוועין צו עס איז מותר צו הרגענען א טעראריסט ווען ער איז שוין אומשעידליך ער האט נישט גענטפערט אז עס איז מותר אבער ער האט בטוב טעם ודעת מסביר געוועין אז די סברות המתירים איז אז דער טעראריסט האט א דין רודף ווייל ווען ער וועט באפרייט ווערן וועט ער נאכאמאל פרובירן צו הרגענען יודען אזוי ווי מען זעיט טאקע אז אסאך פון די טעראריסטן פון די יעצטיגע מערכה זענען געוועין אמאל ארעסטירט אויף טעראר.

פארדעם איז בר-כוכבא און אלע מנהיגי ישראל געשטיצט געווארן דורך חכמי ישראל! און נישט אז די חכמי ישראל זענען די מנהיגים אלייןס, די תורה געט פלאץ פאר די חכם און גיט פלאץ פאר די מנהיג.

די סברא אז מען מוז אנקומען צו א פשטלדיגע מהלך פון "דין רודף" וכדו', סאיז אלץ תורת אמת וכו', אבער א מנהיג איז דער וואס טוט לויט די פארשטאנד פון א מנהיג, און פארשטייט אז מ'דארף פירן ביד חזקה אויף די שונאים, און נאכדעם וועלן שוין חכמי ישראל מסביר זיין...

זעה דא וואס א פשוט'ע מיידל האט צו זאגן!
פשוט צום זאך

Buddy טייערער קריך אראפ פון מיינע נערווען איך דיר שוין לאנג געוואלט זאגן אבער ווי לאנג עס איז נישט געוועין נוגע פאר מיר האב איך זיך נישט געוואלט אריין מישן אבער יעצט אז די האסט מיר געקאוט לאמיר דיר פרעיגן וואס ווילסטו פון א שמועס וואס איך האב געהאט און 2015?
די האלסט אז איינער איז אינטערסירט אז די זאלסט זיין ככלב השב על קיאו און ארויף ברעינגען אשכולות וואס זענען שוין לאנג אפגעשטארבן?

Buddy » זונטאג דעצעמבער 16, 2018 10:30 am

· #419033
די הארץ קען צוגיין! א נורס קען נישט אויסהאלטן די לינקע אכזרי
כ'מיין אז הארץ שפראך פארשטייט יעדער... נישט דוקא און די דייטשע אידיש....
נישט צו באגרייפן וואס די דאקטוירים און איינגעשטעלטע מוזן דורכגיין אין שפיטעלער אלץ פאר די לינקע פאליטיקילע קרעקטע רשעים

הקושי של עובדי רפואה יהודים רבים המטפלים בערבים שלעיתים מבטאים בגלוי את שנאתם ליהודים, הינו תופעה שבשל תרבות "הפוליטיקלי קורקט" כמעט ולא מדוברת.

בפוסט נדיר שפרסמה בפייסבוק שירה חסיד, תושבת גוש עציון, שיתפה חסיד את הציבור בתחושותיה ביום הפיגוע בבית אל בעת עבודתה.


כל המדינה רועשת עדיין על התינוק שנקבר אתמול, עובר שנקרע בבת אחת מההגנה, החום והבטחון שברחם אמו לתוך עולם אכזרי במיוחד.

יושבת עם זוג הורים צעירים, מוסלמים, ושלישיית התינוקות המתוקים שלהם.

אני יודעת ששום עוצמת כאב שאני מרגישה, לא תגרום לי לתת להם טיפול שונה מלכל נבדק אחר, מאיזה מוצא שיהיה.

ברור, חוץ מעניין הערבית.

אני תמיד מדברת עם פציינטים ערבים בערבית, כדי להקל עליהם את הצורך בשימוש בשפה זרה, בעת בדיקה שרבים כל כך חוששים מתוצאותיה.

לא היום, אני לא מסוגלת. הם פונים אליי באנגלית, ואני עונה באנגלית, וזה מסתכם בזה. הם לא צריכים לדעת שאפשר גם בערבית.

"the hearing is fine"

אני אומרת לאמא אחרי שאני מסיימת לבדוק תינוקת אחת, היא מחייכת. הלאה, תינוק שני.

זה דו קיום מחורבן, אני כותבת לחברים שלי. היולדת הערביה נרדמת פה על הכורסה בחדר שלי, כשבחיקה תינוקת אחת ישנה ועוד שניים בסלקלים ליד, והבטחון שלהם להירדם אצלי- המתנחלת- בחדר, והמוות הכל כך נוראי שהתרחש בדיוק 5 קומות מעל איפה שאני יושבת- זו תמצית ההבדל בינינו לבינם.

"אל תגיעי למקומות האלה" הם מבקשים לענות לי "לתינוקות הרכים אין שום קשר לפשעי שנאה"

נכון, אני עונה, והלוואי שהם יגדלו להיות מבשרי שלום.

ומשהו ממשיך להצבט בלב. אני חושבת על האמא הצעירה ששוכבת כמה קומות מעלי, ולבי איתה.

"this one is also fine"

אני אומרת לאמא, כשבעלה מצליח להעיר אותה אחרי שסיימתי את הבדיקה השניה.

היא ישנה חזק ועמוק במהלך הבדיקה, ואני מתחילה להרפות.

מתכוונת להתחיל את ההכנות לבדיקה של התינוק השלישי, האבא יושב לידי על כסא ומסתכל על אתר חדשות בפלאפון שלו.

מחייך.

"פי כמאן מתסאוובין", יש עוד פצועים, הוא אומר לאשתו.

חיוך רחב מתפשט גם על הפנים שלה. "אה? כיף?" כן? איך?

הוא מצחקק. "עמליאת", פיגועים.

הם מחליפים חיוכים מרוצים, מתרווחים בכיסאות הנוחים, אני קופאת.

לא מסוגלת להישאר פה יותר.

לא יכולה לתת לאנשים האלה טיפול.

אני יוצאת מהחדר, ומתפרקת בבכי בזרועות Dvora.

איך בנאדם יכול להיות מנוול כל כך?

איך???

גם להם יש תינוקות, שנולדו בערך באותו שלב הריון כמו הרך שהלך לעולמו רק אתמול.

פה, באותו בי"ח, באותה פגייה.

אותם רופאים נלחמו על חייהם, אותן אחיות טיפלו בהם בשבועות שהיו מאושפזים.

לעזאזל, אחד התינוקות שלהם אולי ישן במיטה שבה הגור התמים נפח את נשמתו.

והם מפיקים עונג מהאלימות הזאת?

באיזו שפלות ועזות מצח הם צוחקים על דברים כאלה, רק כמה קומות מתחת למקום בו שוכבת אותה בחורה צעירה, שנפער לה חור שאין לדמיין אותו בבטן? רגע אחד היה שם עובר, בועט, מתרוצץ, רוקד, שיא התמימות והרוך, חלק ממנה ומזהותה. אמא. ורגע אחרי זה כדורי שנאה פילחו את גופה ושברו את לבה ואת חייה לאלפי רסיסים.

איך אפשר להפיק הנאה מהרס, מוות, כאב?!?

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 16, 2018 1:51 pm

· #419056
באדדי: גיי פארצייל עס פאר די פארטעמפ'טע און פארשאלטענע נטורי חרתא. און זייערע צו העלפערס אין די אידישע עסטאבלישמענט. וועלכע לאזן קראקאדיל טרערן איבער די קרבנות וועלכע זענען געפאללן אויפ'ן מזבח פון די ציוניס'טישע עבודה זרה...!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 16, 2018 2:12 pm

· #419063
ווען מ'ליינט די שרייבאכצער פון מאיר כהנא און זיין נאכפאלגער, זעט זיך אויס אז זיי ענדלען זייער שטארק אין דער סאטמארער רבי'ן און זיין בלינדקייט.

איך האב דארט מעורר געווען אז טראץ (אדער צוליעב) די גרויסע חסידישע חרדישע קעמפף קעגן די השפעה פון די גוים, האט די גויישע השפעה אריין געקראכען פון אונטער זייער הענט, און ער בוזשעוועט אין גרויסן בשעת אז זיי שטייען און שרייען הויך אז מיר האבען נישט קיין שייכות מיט'ן גוי.

ביי די דתי לאומי קרייזען, זענען זיי אויך שטארק פארטענה'ט אויף די אידישע באפעלקערונג ווי מ'לאזט זיך אזוי פאר די גויישע השפעות. די ליבעראליזם פון די גויישע וועלט האט זיך אריין געקראכען ביי אידען, און אנשטאטס זיך צו פירען אידישלעך מיט אונזער פיינט, טוט מען זיי צושטעלן פארשידענע באלונונגענען פאר זייער טעראר און שעדליכע אטאקעס. ווען מיר וואלטען נישט געטראכט פון די גוייים און זייער כבוד, וואלטען מיר אנגעקוקט א טעראריסט ווי א פליג וואס טוט אונז וויי, און מיר וואלטן זיי מיט זייער שטיצערס פארניכטעט איידער איין איד ווערט געשעדיגט. מיר וואלטען זיך נישט געשעמט צו זאגען אז א אידיש לעבן איז ווערט מער, און די אראבער האבען נישט וואס צו לעבן בשעת אז עס בארירט אונזער תורה'דיגע רעכטן און פליכטן צו וואוינען בשלום ובטחה אין א"י.

די גאנצע שיטה"ק הייבט אן צוביסלעך צו האקען ווארצלען ביי די עקטרעמערע דענקערס און טוערס אין די ד"ל געמיינדע. דאס איז אבער, לדעתי, א מחליף פרה בחמור. יא, די מערבישע וועלט איז זיי נישט מחייב, אבער די גויישע וועלט פון די אראבער האקט זיך אריין ביי זיי אין גרויסען, און מ'איז עס מגייר צו אידישקייט ווייל מ'אנערקענט נישט איר עכטע שורש.

דער חזו"א אין הלכות שבת האב איך שוין אראפ געברענגט און קיינער קען אים נישט באשולדיגן מיט'ן זיין אונטער די השפעה פון די אמעריקאנער ליבעראל'ן. די תאוות הנקמה הגשמית איז א ריזיגע מחייב אין די אראבישע וועלט, פיל מער ווי אין די אמעריקאנער וועלט. ביי די מערב לענדער וויל מען זיגען, ביי די אראבער וויל מען נוקם זיין. ווען אן אראבער ווערט פרוואונדעט אין א טעראר אטאקע, און פון יעצט איז ער שוין נישט קיין רודף (איך ווייס נישט וויאזוי מ'באשטעטיגט א מענטש אלס רודף אין הלכה. דער וואס האט א מראה מקום איז געבעטן אפיר צו ברענגן), קען מען נוקם זיין אין אים, אדער נישט. די תורה הייסט נאך נישט גארנישט טון, מיר האבן נישט קיין פליכט פון אוועק שטעלן דינים ביי גוים. דער פשטות פון די ד"ל דענקערס אז מיר דארפען זיך נישט שעמן און זיך פירען מיט זיי מיט די נאטורליכע האס און צארן וואס מ'האט פאר איינער וואס האט אונז וויי געטון איז נישט קיין תורה'דיגע נאר מחמת השפעות מבחוץ. די אידישע מוסר פאדערט דאס נישט, און מיר דארפען זיך היטן פון דער גוי און זיין השפעות ווי אומער עס וועט זיך נאר באווייזען.

Buddy » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2018 8:55 pm

· #419529
לעצטנס האט מען מיר פארשלאסן צוויי גוטע אשכולות, מען זאגט מיר נישט פארוואס. קען מען זיין מענטשליך עטליסט?

די צוויי מחבלים פון די חמולה ברגותי אין א וידיאו ווי מען לאזט זיי ארויס ביי די שליט דיל...

#צלםאלוקים ...

א פחד א שרעק! די מנוול איז פראנק און פריי און די אידיש מיידל האט מורא צו נעמן א באס... זעה די וידיאו

#צלםאלוקים ...

Buddy » מאנטאג יאנואר 14, 2019 10:59 am

· #422131
לייג די טעראריסטן אין קאנטעקסט