☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ריבית - היתר עיסקא

ריבית - היתר עיסקא

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9943

שמעון וואלף » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:39 pm

· #314297
ריבית - היתר עיסקא
דיסקלעימער

די אשכול עפען איך אז יעדער זאל קענען אויסשמועסן זיינע שאלות, ספיקות און עצות בנוגע ריבית/היתר עיסקא.

ובזה החלי:

כ'האב מיך לעצטענס אריבער געצויגן צו א נייע דירה וואס איז אין א קאנדאמיניום. זייענדיג א גראדער מעכל און א פארמעגליכע יונגערמאן צאל איך מעינטענענס צייטליך אן קיין חכמות. זענען פארהאן אבער אזעלכע וואס מחמת סיבות צאלן זיי נישט זייער חלק באצייטנס וואס איז גורם שאדן פאר די קאנדאמיניום.

ווי איך הער פון אנדערע, זענען דא וועגן זיך אן עצה צו געבן דורך צולייגן א טשארטש אן דעם וואס ס'זאל אריינגיין בגדר ריבית ח"ו.

א. צולייגן א קאלעקשן טשארטש, למשל $50 פאר יעדע חודישליכע סטעיטמענט וואס מ'שיקט צו איינקאסירן א ריקשטאנד

ב. מ'ארבעט אויס מיט א היתר עיסקא צו טשארטשן א פראצענט אויפ'ן באלאנס

ג. העכערן די מעינטענענס און געבן א דיסקאונט פאר די וואס צאלן צייטליך

טאמער האט איר עקספיריענס מיט דעם, ביטע מיטטיילן לתועלת הרבים.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 12:02 am

· #314433
Re: ריבית - היתר עיסקא
ס'איז נאך דא צו שמועס'ן, ואין הספרים תחת ידי כעת. אבער דער כעלעם'ער זאגט גוט ביזדערווייל. איך פארשטיי נישט וויאזוי א היתר עיסקא וואלט דא גע'ארבעט. ביטע מסביר זיין. די הנחה פאר'ן צאלען פרי איז נאך ערגער וועגען טרשא

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 6:14 am

· #314461
Re: ריבית - היתר עיסקא
ס'דוכט זיך אז מיר האבען זיך פארקריכט. איך קלער יעצט אז ס'איז מותר לגמרי. גיב מיר נאר אביסל צייט

גר ותושב » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 9:48 am

· #314483
Re: ריבית - היתר עיסקא
[ציטאט אראפגענומען]


אלס יונג בחור איז געוועין ביי אונז אין ישיבה א פאל וואס מען האט געבעיטן קנס פון אפאר בחורים און זיי האבן פארשטייט זיך נישט געוואלט צאלן האט מען זיי געסטראשעט אז די פרייז גייט ארויף גיין א יעדן טאג איז א בחור געגאנגען און אנגעריפן א דיין פרעיגן צו עס איז נישט א שאלה פון ריבית די ערשטע דיין האט גענטפערט פרעיג דיין מנהל ער האט זיך נישט געוואלט אריין מישן האט ער גערופן א צווייטער דיין און ער האט גענטפערט אז א איינמאליגע העכערינג איז נישט קיין ריבית אבער מער פון דעים איז יא א שאלה פון ריבית און דארט איז דאך נישט געוועין קיין הלואה זעיט מען לכאורה א פאל פון ריבית דרך קנס אפילו נישט ביי א הלואה.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:14 am

· #314486
וואס איז פונקט א 'שאלה פון רבית'? טאמער דער דיין ווייסט נישט, זאל ער מוחל זיין און זאגען ער ווייסט נישט, און טאמער יא זאל ער זאגען אדער להיתר אדער לאיסור.

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:51 am

· #314502
שמעון וואלף: ייש"כ פאר אויפברענגען די גאר וויכטיגע און אינטרעסאנטע נושא.
איך בין נישט דער גרויסער מר בר רב אשי. נאר א פשוט'ער בעל עגלה. אבער איך האב א ביסל געבלעטערט אין הילכות רבית. האביך באמערקט אז אפילו ווען א לענדלארד געט א דיסקאונט פאר צייטליכע פעימענטס קען אויך אמאל אריינגיין אין דעם לאוו פון רבית. ס'הייסט רבית מוקדמת...!
אויך א טשעק-קעשינג ביזנעס קען אמאל אריינגיין אין לאוו פון רבית. און אין די טשעק-קעשינג סטאר שטייט טאקע אזא מין דיסקלעימער. אז (טעארעטיש) נעמט דער מוכר השטר/קאסטומער נישט קיין אחריות אויפ'ן טשעק. נאר אך און וויי איז פאר איהם אויב דער טשעק קומט צוריק...!

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:59 am

· #314505
ליטוואק פון בודאפעסט
וואס איז פונקט א 'שאלה פון רבית'? טאמער דער דיין ווייסט נישט, זאל ער מוחל זיין און זאגען ער ווייסט נישט, און טאמער יא זאל ער זאגען אדער להיתר אדער לאיסור.

ליטוואק פון בודאפעסט: הילכות רבית איז זייער א פארצווייגטע מקצוע שבתורה. מ'דארף עס גרונטליך אדורכלערנען. און פארשטיין די פראקטישע אימפליקאציעס וואס ס'קען אלץ אריינגיין אין די לאוו פון רבית. למשל א גראסערי אייגנטימער וועלכער בארגט פון זיין חבר/קאמפעטיטאר גראסערי א זאק פון מעהל אדער צוקער, טאר אים נישט אפגעבן א זאק, ווייל אפשר איז די שער ארויף אדער אראפגעגאנגען. משא"כ א פריוואטער מענטש. למשל איין אידענע ווען זי בארגט פון איהר שכנ'טע א קאפ פון צוקער אדער מעהל מעג יא צוריקגעבן די זעלבע אמאונט פון סחורה...!

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:04 am

· #314507
Re: ריבית - היתר עיסקא
אז א בעלעגלה רעדט פון 'קען אריינגייען אין רבית', נו פאר דעם איז ער א בעלעגלה. ווען אבער א דיין זאגט 'ס'איז א שאלה' איז עס א פארברעך.

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:10 am

· #314510
ליטוואק פון בודאפעסט
אז א בעלעגלה רעדט פון 'קען אריינגייען אין רבית', נו פאר דעם איז ער א בעלעגלה. ווען אבער א דיין זאגט 'ס'איז א שאלה' איז עס א פארברעך.

דו האסט מיך געמאכט אזוי שטארק לאכן אז כ'האב מורא אז איך וועל נישט קענען דרייוון די באס פאר די נעקסטע צוויי שעות...!
נאר. ס'נאך א מזל אז די בעלי עגלות זאגן נישט קיין דעות פאר די רבי'ס. ס'איז אזא מין אפמאך. דאס איז וואס כ'האב אמאל געזאגט פאר א שיינעם איד ווען ער האט מיר אנגעהויבן זאגן דיעות איבער דרייוון א באס. האביך איהם געזאגט אזויב די רעבעס וועלן זאגן דיעות פאר די בעלי עגלות. דאן וועללן די בעלי עגלות אויך זאגן דיעות פאר די רעבעס. און דאס וועט שוין נישט טויגן. ע"כ איז בעסער אז קיינער זאגט נישט קיין דיעות פאר א צווייטן...!

גר ותושב » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 1:07 pm

· #314547
Re: ריבית - היתר עיסקא
א שאלה פון ריבית און אנדערע ווערטער מיינט מיחזא כריבית וואס איז אסור מדרבנן

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 1:21 pm

· #314551
Re: ריבית - היתר עיסקא
ביי מיר איז אן איסור דרבנן נישט קיין שאלה.
איך וויל אויסרעדען די יסודות וואס ס'האנדלט זיך.
דער יסוד פונ'ם איסור רבית איז ווען ראובן גיבט שמעון געלט און שמעון גיבט צוריק דער געלט פונקט אזוי, פארוואס זאל ער בעטען געלט דערפאר? דאס צאלען פאר דעם האט דער תורה גע'אסר'ט. ווען מ'נעמט יענעמ'ס געלט אן רשות, הייבט זיך נישט אן די גאנצע מעשה. דאס הייסט נישט באצאלט פאר געלט ווייל דו האסט קיינמאל נישט געהאט קיין רעכט צו די געלט.
דעריבער ווען מ'שטעלט א קנס אויף א הלוואה, וואס דער מלוה איז נישט מסכים אז דער לוה זאל ווייטער אנהאלטען די געלט, און ער האט א רעכט דאס איינצומאנען פון איהם, איז דער קנס געלט נישט קיין רבית.
אויב אבער דער קנס פארמערט זיך כסדר איז עס א מחזי כרבית, נישט קיין עכטע רבית.

רבית מוקדמת מיינט געבען געלט פאר'ן הלוואה כדי מ'זאל לייען. בערעל מיינט רבית עבור הקדמת מעות.

גר ותושב » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 1:56 pm

· #314560
Re: ריבית - היתר עיסקא
ארויף לייגן א קנס פארן נישט צאלן די געלט און צייט איז אגר נטר אין הכי נמי עס איז נישט קיין ריבית קצוצה אבער אלס אגר נטר איז עס אויך אסור

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 2:51 pm

· #314568
ליטוואק פון בודאפעסט
ביי מיר איז אן איסור דרבנן נישט קיין שאלה.
איך וויל אויסרעדען די יסודות וואס ס'האנדלט זיך.
דער יסוד פונ'ם איסור רבית איז ווען ראובן גיבט שמעון געלט און שמעון גיבט צוריק דער געלט פונקט אזוי, פארוואס זאל ער בעטען געלט דערפאר? דאס צאלען פאר דעם האט דער תורה גע'אסר'ט. ווען מ'נעמט יענעמ'ס געלט אן רשות, הייבט זיך נישט אן די גאנצע מעשה. דאס הייסט נישט באצאלט פאר געלט ווייל דו האסט קיינמאל נישט געהאט קיין רעכט צו די געלט.
דעריבער ווען מ'שטעלט א קנס אויף א הלוואה, וואס דער מלוה איז נישט מסכים אז דער לוה זאל ווייטער אנהאלטען די געלט, און ער האט א רעכט דאס איינצומאנען פון איהם, איז דער קנס געלט נישט קיין רבית.
אויב אבער דער קנס פארמערט זיך כסדר איז עס א מחזי כרבית, נישט קיין עכטע רבית.

רבית מוקדמת מיינט געבען געלט פאר'ן הלוואה כדי מ'זאל לייען. בערעל מיינט רבית עבור הקדמת מעות.

ליטוואק פון בודאפעסט: רבית מוקדמת קען אויך מיינען א טשעק-קעשינג אדער פעקטאר...! יא. דינג דיך נישט מיט א בעל עגלה...!!!
דאס דערמאנט מיך א מעשה. א קצב איז אמאל אריינגעלאפן אין ביהמ"ד און ר'האט ארויסגעכאפט א שו"ע חושן משפט און ער לויפט דערמיט. פרעגט מען איהם...וואס...דו האסט זיך פלוצלינג גענימען לערנען חושן משפט...? זאגט ער, ניין. נאר איך וויל דערלאנגען פאר יוסל בעל עגלה מיט די האלצערנע דעקלעך וואס דער ספר האט...!!!

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 2:54 pm

· #314571
Re: ריבית - היתר עיסקא
גר ותושב
ארויף לייגן א קנס פארן נישט צאלן די געלט און צייט איז אגר נטר אין הכי נמי עס איז נישט קיין ריבית קצוצה אבער אלס אגר נטר איז עס אויך אסור

דער ר"י מיגאש איז דאך מתיר, און די הלכה איז דאך אזוי ווען ס'איז נאר פעם אחת. איך האב געשריבען די סברא פאר די וואס קענען נישט די סוגיא (אין ב"ב).
ס'כאפט זיך א נ"מ. ווען איינער בארגט פון א שכן צו א חבר און גיבט צוריק נאכ'ן צייט (נאר ווען מ'האט אפגעמאכט א צייט), צו ער איז שפעט מיט די שכר דירה/לימוד, מעג עפעס צוגעבען אדער א מתנה געבען, ווייל ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין רעכט פאר'ן הלוואה אויף וואס ער צאלט

שטיינער » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 1:56 am

· #314641
די שאלה איז אויך זייער מצוי, ווען איינער בארגט מיין קרעדיט קארד צו מאכן א טשארדש, אין ער באצאלט מיר אין צייט, למעשה מאך איך פוינטס, אדער דאס איז נישט קיין שאלה ווייל נישט דער לוה באצאלט עס.

שטיינער » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 2:01 am

· #314642
אבער אויב יענער צאלט נישט אין צייט, אין עס קומט צו א פיינענס טשארדז, דאס איז שוין א שאלה, ווייל למעשה די קק קאמפעני בארגט עס נישט פאר דיין חבר, סאו קומט אויס אז דו בארגסט פאר דיין חב,, אין אויב צאלט ער פאר דיר מער וויפל ער האט געבארגט, איזעס א שאלה פון ריבית.
מען קען נישט סתם אזוי צוגיין צום חבר שרייען אז ער זאל באצאלן שי איבעריגע קאסטן.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 7:41 am

· #314654
Re: ריבית - היתר עיסקא
די פאינט"ס איז קיין פראבלעם נישט פאר צוויי סבות. א. כאמור, ווייל אין רבית אלא הבא ממלוה ללוה, און דאס קומט פון א צווייטע'ן. ב. ועוד, פארוואס גיבט די קאמפאני פאינט"ס? ווייל זיי ווילען אז דער חוה זאל בארגען פון זיי. יעצט, ווער האט פון זיי געבארגט? דער בעל הק"ק, נישט דער ענד לוה. ער האט אויסגעוועלט דער קאמפאני צו בארגען געלט, און פאר דעם האבען זיי איהם באלוינט. ס'האט גארנישט מיט'ן ענד לוה צו טוהן.
ווען מ'צאלט נישט באצייטענ'ס איז עס טאקע אן איסור רבית צו געבען די רבית פאר'ן בעל הק"ק. ביי שותפים איז דא א היתר, עי' ט"ז סי' ק"ע סק"ג ובחוו"ד שם

שמעון וואלף » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 9:03 am

· #314655
ליטוואק פון בודאפעסט
די פאינט"ס איז קיין פראבלעם נישט פאר צוויי סבות. א. כאמור, ווייל אין רבית אלא הבא ממלוה ללוה, און דאס קומט פון א צווייטע'ן. ב. ועוד, פארוואס גיבט די קאמפאני פאינט"ס? ווייל זיי ווילען אז דער חוה זאל בארגען פון זיי. יעצט, ווער האט פון זיי געבארגט? דער בעל הק"ק, נישט דער ענד לוה. ער האט אויסגעוועלט דער קאמפאני צו בארגען געלט, און פאר דעם האבען זיי איהם באלוינט. ס'האט גארנישט מיט'ן ענד לוה צו טוהן.
ווען מ'צאלט נישט באצייטענ'ס איז עס טאקע אן איסור רבית צו געבען די רבית פאר'ן בעל הק"ק. ביי שותפים איז דא א היתר, עי' ט"ז סי' ק"ע סק"ג ובחוו"ד שם


דאכציכמיר אז לגבי "אין רבית אלא מלוה למלוה" שטייט אין מגלין לעם הארץ.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 9:12 am

· #314656
Re: ריבית - היתר עיסקא
דא איז דאך ק"ש נישט אייוועלט!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 2:03 pm

· #314701
Re: ריבית - היתר עיסקא
אוי וויי, ווען דו דערמאנסט מיר די הלכה פון רבית דרך שליחות פון רש"י, דערמאן איך זיך דאס קאפ שפאלטען וואס דער חוו"ד דארט האט פאראורזאכט.
נר' לומר בדרך צחות 'אין למוסרו לע"ה' ווייל מ'עט איהם מאכען א קאפוויי.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 5:59 pm

· #316479
ס'איז ראטזאם אז מ'זאל אויסשמועס'ן וואס איז דאס היתר עיסקא, כדי מ'זאל וויסען וואס מ'טוט דא. ס'איז נישט קיין מכירת חמץ וואס מ'פארשטייט גלייך אז מ'פארקויפט די חמץ און דערמיט איז עס נישט קיין איד'ס און ממילא דארף מען עס נישט מבער זיין.

דער גמרא זאגט אונז (ב"מ קד:) אמרי נהרדעי האי עיסקא פלגא מלוה ופלגא פקדון עבוד רבנן מילתא דניחא ליה ללוה וניחא ליה למלוה, וברש"י האי עיסקא פלגא מלוה ופלגא פקדון - המקבל פרגמטיא מבעל הבית ושמה לה כפי דמיה שהיא שוה כאן, והוא מוליכה למקום היוקר למחצית השכר חצי אחריות אונסים עליו כמלוה, וחצי אחריותה על בעלים כפקדון: תקון רבנן הך תקנתא - דניחא להו לתרוייהו:

דאס מיינט אזוי, ווען א מענטש (בעל המעות) אינוועסטירט זיין געלט אין א צווייטען (מתעסק), הייסט'ס ער גיבט געלט צו איינעם און יענער וועט קויפען זאכען דערמיט דאהי אין שטאט, און ער וועט עס ליפערען צו אן אנדערע שטאט ווי יענער סחורה איז טייערע און פארקויפען פאר ריוח און דערנאך צוטיילען די ריוח צווישען די צוויי, איז האלב די געלט אויף איהם א מלוה און האלב א פקדון. וואס איז די חילוק צווישען א מלוה און א פקדון? א פקדון איז מען נאר מחוייב אין אחריות טאמער ס'ווערט געגנב'ט אדער ער איז פושע דערין. טאמער אבער ס'איז נאנס, ס'האט א שאדען וואס איז בכלל נישט זיין שולד, איז ער פטור צו באצאלען דערויף. א מלוה איז ער מחוייב צו באצאלען בכל אופן, אפילו ס'איז נאנס תחת ידו. יעצט דער מענטש וואס באקומט געלט פון א בעל המעות, גייט דאך נעמען האלב די ריוח פאר זיך, הייסט'ס האלב די קרן ארבעט פאר איהם ממציא צו זיין פירות, און דער אנדערע האלב ארבעט פאר'ן בעל המעות, וואס דאס הייסט א פקדון וואס באלאנגט צום בעל המעות און איז נאר לעת עתה תחת יד המתעסק. אזוי ווערט צוטיילט די ריוח אין צוויי, ווייל האלב דער קרן האט באלאנגט פאר'ן מתעסק, ווייל ער האט עס געבארג'ט און די אנדערע האט באלאנגט פאר'ן בעל המעות. צום סוף גיבט מען אפ די גאנצע קרן צום בעל המעות, האלב ווייל ס'איז זיינס און האלב אלס פרעון חוב, און האלב די קרן.

דער מתעסק ארבעט אבער אין די ביזנעס און ער ווערט דאך נישט באצאלט ווי אן ארבעטער. פארוואס? ווייל ער ארבעט פאר זיך. ער ארבעט אבער אין די האלב פון די פקדון אויך, פארוואס? ווייל טאמער נישט וועט יענער איהם נישט בארגען זיין מחצה מלוה. ד.ה. דער בעל המעות איז נאר גרייט צו געבען די מלוה וויבאלד ס'איז דארטען דא א פקדון אויך. הייסט'ס די ארבעט וואס ער לייגט אריין אינ'ם פקדון איז אן אפצאל פאר'ן מלוה, וואס דאס הייסט ביי אונז רבית.

אויף דעם איז דא א משנה (ב"מ סח.) אין מושיבין חנוני למחצית שכר ולא יתן מעות ליקח בהן פירות למחצית שכר אלא אם כן נותן לו שכרו כפועל, אז מ'דארף טאקע באצאלען פאר'ן ארבעט. דאס איז אלס ריכטיג ווען דער מתעסק נעמט נישט קיין אחריות אויפ'ן מחצה פקדון, וואס דערמיט איז ער נאר א פועל בשל חבירו און ער ווערט באצאלט דערפאר. ווי איז אבער ווען דער בעל המעות וויל אז דער מתעסק זאל נעמען דער גאנצע אחריות אויף די קרן, ער לאזט איהם נישט זיך פטר'ן מיט'ן טענה פון נאנס? דעמאלס איז די גאנצע זאך א מלוה, און די ריוח איז א פולקאמער רבית. און וואס ווען ער פאדערט א באשטימטע צאל ריוח, אפגעזען צו ס'האט טאקע געמאכט אזויפיל געלט? דעמאלס איז עס א נארמאלע רבית. וואס איז דער עצה דערצו?

אויף דעם האבען די ראשונים און שפעטער די גדולי האחרונים און די וועד ארבע ארצות געקומען מיט אן עצה. וויבאלד ווען דער מקבל וויל זאגען אז ס'איז נאנס געווארען, מוז ער מאכען א שבועה דאורייתא א שבועת השומרים, אנדעריש איז ער נישט באגלויבט, דעריבער מאכט מען אן אפמאך וויפיל געלט ער וועט צאלען נישט צו דארפען מאכען א שבועה. דאס העלפט סיי לגבי די קרן און סיי לגבי די ריוח. טאמער דער מתעסק זאגט פאר'ן בעל המעות אז ס'האט געמאכט צען פערצענט ריוח, קען דער בעל המעות זאגען אז ער זאגט ליגענט און באמת האט עס געמאכט צוואנציג פערצענט ריוח און ער מוז מאכען א שבועה דערויף. דעריבער דארף ער מאכען א שבועה און מ'מאכט א פרייז אויף נישט צו מאכען א שבועה אויף די מחצה פקדון מיט איהר רווחים, און אזוי באצאלט ער אויף דעם, נישט אויף דער הלוואה.

פון דעם קומט אבער אפאר פראבלעמען. וואס איז ווען דער בעל המעות ווייסט און איז מודה אין ב"ד אז ס'איז געווען הפסד אדער נישט קיין ריוח אדער פונקט וויפיל ריוח ס'איז געווען? דעמלאס קען ער נישט פאדערען קיין שבועה און ער האט קיין רעכט נישט צו דער געלט. דאס איז מצוי ווען מ'גיבט געלט צו אינוועסטירען אין נדל"ן. די פרייז פון נדל"ן איז אפען פאר יעדער איינער, מ'קוקט אויפ'ן אינטערנעץ און פערטיג. אדער טאמער זיי זענען סייאווי שותפים אין די סארט עסק, און ער האלט מיט יעדער זאך ואוס טוט זיך. דעמאלס קען ער נישט זאגען אז דאס האט שאדען געהאט אנדעריש ווי ער ווייסט און קיין רעכט צו א שבועה האט ער נישט.

לעצטענ'ס האט מען מפרסם געווען א צעטעל קעגען hard money loans. דאס איז ווען מ'בארגט געלט אויף הויכע פערצענט'ן. זיי טענה'ן וויבאלד מ'קען נאר בעטען ריוח פון די מחצה פקדון, איז עס אוממעגליך אז די מחצה פקדון זאל מאכען אזויפיל געלט. למשל ווען מ'גיבט א מעלאנ'ער פאר א מתעסק און מ'שרייבט אויף צען פערצענט. באמת איז עס צוואנציג פערצענט, ווייל מ'נעמט די ריוח פון האלב די געלט, די מחצה פקדון. דעריבער ווען מ'בעט א הויכע נומער, לאמיר זאגען 25% איז עס באמת 50% און אויף אזויפיל האט דער בעל המעות קיין שום צד נישט אז ס'איז אמת, און זיין תביעה איז שקר גמור, און דעריבער איז דער געלט נאר רבית. אזוי האבען די צעטל מאכער'ס גע'טענה'ט.

דאס איז אבער א גראבע'ן טעות, און איך האב זיי פארגעהאלטען ולא היה בידם, וכן הסכים עמי אחד מגדולי החכמים המומחים בענייני רבית. דער גמרא אין די סוגיא פון שנים שהטילו לכיס (כתובות צג.) און די ראשונים דארט, ובפרט דער רא"ש און דער השגות הראב"ד על הרי"ף זאגען אז ווען צוויי שותפים ברענגען אריין געלט צו אן עסק, איז עס גארנישט קלאר אז די ריוח גייט לויט די השקעה, ווייל צומאל א מענטש האט אן עסק ווערט אפאר מיליאן דאללאר, און ס'פעלט איהם נאך צען טויזענט דאללאר צו ענדיגען די גאנצע מעשה, אנדעריש וועט אלס צופאלען, דעריבער איז דער לעצטע צען טויזענט ווערט די גאנצע עסק. דער וואס בארגט אויף הויכע פערצענט'ן איז אויך אזוי. ער דארף די לעצטע געלט כדי צו ענדיגען די גאנצע מעשה, דעריבער צאלט ער מער ווי ס'איז ווערט. אה"נ זיין געלט אליינס קען נישט מאכען 50%, אבער זיין געלט איז וואס ס'ברענגט די מערסטע ריוח.

דעריבער זעט אויס אז אפילו הויכע פערצענט'ן קען מען נעמען עיסקא, אבער נאר ווען מ'ווייסט טאקע נישט וואס איז געשען. ווען דער בעל המעות ווייסט די רווחים און הפסדים קלארעהייט, קען ער נישט נעמען די פערצענט'ן.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 17, 2016 11:43 am

· #338130
איך האב לעצטענס געהערט אין פאליש פון ביהמ"ד א פאר מעשה'ס נפוצות אין הלכות רבית, און איך וויל זיי מפרסם זיין כדי שידעו אז ס'איז דא נושאים וואס מ'דארף פרעגען.

א. איינער האט גענויט פאינט'ס צו קענען קויפען א טיקעט קיין ענגלאנד, וויבאלד ער האט נישט געהאט גענוג. האט ער געבארגט פון א חבר מיט'ן דעת צוריק צו צאלען ווען ס'וועט זיך ביי איהם פארזאמעלען גענוג פאינט'ס. די פראבלעם איז אבער וויבאלד די פרייז פון פאינט'ס טוישט זיך פון טאג צו טאג, איז מעגליך ער וועט בארגען פאינט'ס בשוויות הונדערט דאללאר און צוריק געבען בשוויות הונדרעט צען דאללאר.
ב. איינער פארט קיין קאנאדא און ער וויל א פאר קאנאדישע דאללארען אין קעשענע פאר ווען ער קומט דארט אן. בארגט ער א הונדרעטער פון זיין חבר א קאנאדישע וואס וואוינט דאהי און ער גייט איהם צוריק צאלען ווען ער קומט צוריק. די פרייז פונ'ם קאנאדישע דאללאר האלט אין איין זיך טוישען, און ער קען צוקומען צו רבית כנ"ל.

למעשה די זענען ביידער רבית פון 'סאה בסאה' און זענען נאר מותר טאמער דער לוה האט ביי זיך פון די סחורה וואס ער בארגט איידער ער בארגט עס. ער דארף נישט די גאנצע, ס'איז גענוג א חטה אחת, איין פאינט צו איין פרוטה פון קאנאדישע געלט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 1, 2018 11:20 am

· #401074
Re: ריבית - היתר עיסקא
עס טומולט זיך לעצטענס אין גאס וועגען מארטדגעידזשעס פון Quicken Loans. איך ווייס נישט צו דער עולם איז באהאווענט, אבער עס איז אן ערנסטע פראבלעם.

דער קאמפאני באלאנגט היינט צו טאגס צו א איד. זיי האבען נישט קיין היתר עיסקא. אלזא, הלוואה ברבית פון זיי איז אסור, ווי אויך ווען דיין גויישע מלוה האט פארקויפט דיין מארטגעידזש פאר זיי (עי׳ יו"ד קס"ט סעי׳ י׳ בהגה"ה ובט"ז ונקודות הכסף שם). דער וואס כאפט פלוצלונג אז זיי, צו א subsidiary זייערע (כגון rocket loans), האלט זיין מארטגעידזש, מוז זאפארט אויסצאלען זיין חוב, און נעמען אויף זיך דער קנס.

נישט גרינגשעצען, ווייל דאס איז ממש אן ערנסטע מעשה. אדרבא, ווען איינער האט א היתר, זאל ער זיך כאטש מעלדען אין אישי, ווייל גרויסע חכמים ארבעטען דערויף, והעלו חרס בידם ביזדערווייל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

יעקב מענטש » דינסטאג מאי 1, 2018 5:30 pm

· #401132
ליטוואק פון בודאפעסט
עס טומולט זיך לעצטענס אין גאס וועגען מארטדגעידזשעס פון Quicken Loans. איך ווייס נישט צו דער עולם איז באהאווענט, אבער עס איז אן ערנסטע פראבלעם.

דער קאמפאני באלאנגט היינט צו טאגס צו א איד. זיי האבען נישט קיין היתר עיסקא. אלזא, הלוואה ברבית פון זיי איז אסור, ווי אויך ווען דיין גויישע מלוה האט פארקויפט דיין מארטגעידזש פאר זיי (עי׳ יו"ד קס"ט סעי׳ י׳ בהגה"ה ובט"ז ונקודות הכסף שם). דער וואס כאפט פלוצלונג אז זיי, צו א subsidiary זייערע (כגון rocket loans), האלט זיין מארטגעידזש, מוז זאפארט אויסצאלען זיין חוב, און נעמען אויף זיך דער קנס.

נישט גרינגשעצען, ווייל דאס איז ממש אן ערנסטע מעשה. אדרבא, ווען איינער האט א היתר, זאל ער זיך כאטש מעלדען אין אישי, ווייל גרויסע חכמים ארבעטען דערויף, והעלו חרס בידם ביזדערווייל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

א פשוטע שאלה.

אויב אידן האבן שעירס אין טשעיס, טשעיס מאכט א הלואה פאר א איד, איז עס נישט קיין ריבית?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 1, 2018 5:39 pm

· #401134
Re: ריבית - היתר עיסקא
עס איז אנגענומען אז א. מ׳גייט בתר רוב בעלים (הרב ישראל סאלאנטער), אדער ב. די שעירהאלדערס זענען נישט די נושא, נאר די דיירעקטארס. (מהרש"ג ?)

עס איז אויך דא א שואל ומשיב אויף דעם, אבער איך געדענק נישט פונקט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk