☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » א וויקענד געט-עוועי - ווי צו פארן אויפן וויקענד

א וויקענד געט-עוועי - ווי צו פארן אויפן וויקענד

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #994

טעלעפאן » זונטאג יולי 1, 2012 10:31 pm

· #21055
א וויקענד געט-עוועי - ווי צו פארן אויפן וויקענד
זייענדיג פון די וואס גלייכן נישט די שמעקעדיגע באנגעלויס וכל המצטרף, בין איך געבליבן אין שטאט פארן זומער, אין מיין געשמאקע לופטיגע דירה. איך וואלט אבער א געהאט חשק אוועקצופארן אויפן וויקענד, נישט קיין נפק״מ וועלכע וואך. איך וועל אויסרעכענען עטליכע ערטער ווי איך בין שוין געווען, די חסרונות און מעלות אד״ג, לאמיר אויך הערן אייערע רעיונות... נ.ב. שבת דארף איך א שוהל ״וואלקינג דיסטענס״

ניו העמפשיר- איז דא א געוואלדיגע געשמאקע Hampton inn, דער פלאץ איז פול מיט מעלות, געשמאקע לופט, גוטע אטראקציעס, הערליכע אויסקוק. עסן איז נישטא געהעריג ווי צו קויפן- סטרולאוויטש/ארלינגטאן האט אפגעשפארט היי יאר. שבת איז נישטא וואו איינצושטיין אחוץ עטליכע עלטערן הייזער אדער מאטעלן...

לעיק דזשארדזש, סאראטאגע ספרינגס - גאנץ שיין אבער נישט ספעציעל אינטערעסאנט, זומער איז דא כשר׳ס צו באקומען דא און דארט.

ניופארט, ראוד איילענד - די האטעלן וואס זענען ״וואלקינג דיסטענס״ צום שוהל זענען זייער טייער, א גוטער האטעל איז בערך 300 א נאכט

האנטערס - בין איך נאך נישט געווען..
איך דארף לויפן... כ׳וועל ממשיך זיין שפעטער..

ניו יארק » זונטאג יולי 1, 2012 10:43 pm

· #21056
נייעגרע פאולס - זייער אינטערעסאנט, עס איז נישט דא צופיל אטראקציעס, מען קען אלעס אנקומען און איין טאג.

טעלעפאן » זונטאג יולי 1, 2012 11:35 pm

· #21063
גערעכט. אבער ווידער א מנין פראבלעם אום שבת....

ל.רוזן » מאנטאג יולי 2, 2012 12:24 am

· #21079
Re: א וויקענד געט-עוועי - ווי צו פארן אויפן וויקענד
יולי און אוגסט איז דא א מנין און סעודת שבת און דער האטעל פאר מער קען מען טשעקען jewishniagra.com

Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android

שלמה המלך » מאנטאג יולי 2, 2012 12:55 pm

· #21184
טעלעפאן
גערעכט. אבער ווידער א מנין פראבלעם אום שבת....

עס איז דא א חב"ד האויז דארט (אויב דאס איז גענוג כשר פאר דיר)

קלאר » מאנטאג יולי 2, 2012 4:57 pm

· #21272
איינער זאגט מיר אז די הייעט האטעל אין מעריסטאן ניו זשורזי (נאנט צו ברוקלין)
גיבט א שטוב פאר 70 דאללער א נאכט (נאר פרייטוג אין שבת) אויב מען גייט דורך די לאקאלע אידישע קהילה
עס איז דא א מקוה אין ביהמ''ד אין שכינות
ווי אויך קען מען דינגען א שטוב פאר שבת סעודות אין די האטעל
דא האט די ביליגערע רעיט
http://www.hyatt.com/hyatt/reservations ... teId=62356
די לינק צו די קהילה'ס סייט
http://www.ahavas.net/

נאר פאר איך טראכט פין רעזערווירן וואלט איך געוואלט הערן אויב איינער פין קאווע שטיבל האט א השגה איבער דעם פלאץ
לוינט זיך עס?

טעלעפאן » מאנטאג יולי 2, 2012 5:39 pm

· #21278
קלאר

איך בין שוין דארט געווען. דער האטעל איז רוישיג, אבער זייער שיין און געשמאק. (און איך בין א שטארקער פיינשמעקער..) די חב״ד שטיבל איז אויך זייער בא׳טעמ׳ט. כ׳האב נישט ארויסגענומען קיין עקסטערע צימער פאר סעודות. כ׳האב מיך טאקע באנוצט מיט די אויבנדערמאנטע וועבסייט צו באקומען א בעסערע רעיט. איך וואלט אהינגעגאנגען נאר איך זוך פשוט א פלאץ מיט אטראקציעס, וואו איך קען בלייבן פאר זונטאג אויך...

לעמיל » מאנטאג יולי 2, 2012 5:45 pm

· #21280
עס איז דא איינער ער ריפט זיך שבת געט עוועי ער מאכט געווענטליך זימער יעדע שבת אין א אנדרע האטעל זייער א געשמאקע אטמוספער שטעלט צו אמאל א באטע אמאל א קידוש, עסען דארף מען אליינס ברענגען, די רומס זענען סוויטס איז דא גענוג פלאץ אויף צו עסען אויך

קלאר » מאנטאג יולי 2, 2012 5:47 pm

· #21281

ווי האסט געגעסן?
איך זעה אז ווען מען נישט די לינק קומט ארויף א מעסעזש סעפציעל פאר אינז יודעלעך
No parties are allowed in guestrooms.

טעלעפאן » מאנטאג יולי 2, 2012 7:22 pm

· #21320
אין מיין צימער. מיטגעברענגט אייגענס (געקויפט...)

נאך שבת האב איך טאקע געזעהן דעם מעסעדזש אויפן וועבסייט.. אבער ס׳איז שוין געווען לאחר המעשה

zamel » מיטוואך יולי 18, 2012 10:48 pm

· #25983
געווען א שבת אין פארסיפענני ניו גערסי עמבעסי האטעל זייער שיינע סוויטס געווען מנין אויפן פלאץ הערליכע לאבי שיינע גראונד, אבער וואס צו טוען איז נישט דא אין די גאנצע אומגעגענט.

אינפארמעישן וועגן מנין האב איך באקומען פון מר. וויינשטאק פון שבת געטעוועי

zamel » מיטוואך יולי 18, 2012 10:50 pm

· #25985
געהערט האב איך אז אין סקרענטאן פעננסילוועניע איז דא שיינע האטעלס נישט ווייט פון א מנין ווי אויך איז דא וואס צו טוען און סקרענטאן.
גוטע טיפ צו זיכען איז גייט צו גאודאווען.קאם און קוק ווי עס איז דא מנין אין א 30 מייל רעשיא, דערנאך לייג אריין די אדרעס אין גאגל און לייג אריין האטעל'ס ניער.

נס קאווע » פרייטאג יולי 20, 2012 12:41 pm

· #26622
hotelsnearshuls.com קען זיין בייהילפיג

משה געציל » זונטאג יולי 22, 2012 9:12 pm

· #27208
איינער ווייסט פון א פלאץ אין סי-געט וואס שטעלט צו אויך עסן פאר א שבת?

שמואל הלוי » זונטאג יולי 22, 2012 9:24 pm

· #27212
משה געציל
איינער ווייסט פון א פלאץ אין סיגעט וואס שטעלט צו אויך עסן פאר א שבת?

אין סיגעט אדער אין סי-געיט?

משה געציל » זונטאג יולי 22, 2012 9:30 pm

· #27217
סי-געיט

שמואל הלוי » זונטאג יולי 22, 2012 9:35 pm

· #27219
זעה דא א שטיקל שמועס איבער א פלאץ אין סי-געיט וואס ס'הייסט 'מנוחת הנפש', און שטעלט צו גאר געשמאקע עסן.

שמואל הלוי » זונטאג יולי 22, 2012 9:38 pm

· #27220
אין א אנדערע אשכול דארט שטייט אויך א טעלעפאן נומער, אבער איך בין נישט זיכער אויב ס'איז די זעלבע פלאץ אדער א צווייטע. די נומער איז: 718.946.2934

משה געציל » זונטאג יולי 22, 2012 9:39 pm

· #27221
יישר כח שמואל, יעצט ווייס איך ווי נישט צו גיין.

שמואל הלוי » זונטאג יולי 22, 2012 9:40 pm

· #27223
משה געציל
יישר כח שמואל

מיי פלעזשור

זר זהב » זונטאג יולי 22, 2012 9:42 pm

· #27226
משה געציל
יישר כח שמואל, יעצט ווייס איך ווי נישט צו גיין.

איי סעקאנד דעט

קורץ און שארף » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:21 pm

· #34833
לעמיל
עס איז דא איינער ער ריפט זיך שבת געט עוועי ער מאכט געווענטליך זימער יעדע שבת אין א אנדרע האטעל זייער א געשמאקע אטמוספער שטעלט צו אמאל א באטע אמאל א קידוש, עסען דארף מען אליינס ברענגען, די רומס זענען סוויטס איז דא גענוג פלאץ אויף צו עסען אויך

דא איז זיין וועבזייטל

קורץ און שארף » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:22 pm

· #34836
די וואך שבת ראה פארט ער טאקע צו פארסיפפעני ניו זשערסי, אין די עמבעסי סוויטס.

לעמיל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:28 pm

· #34840
קורץ און שארף
די וואך שבת ראה פארט ער טאקע צו פארסיפפעני ניו זשערסי, אין די עמבעסי סוויטס.

ער איז געוועין דארט יעדע וואך דעי זומער אפאר מאל האט ער געמאכט און נאך א האטעל דארט איז געוועין מיט עסען

מ גפני » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 7:10 pm

· #34884
zamel
געווען א שבת אין פארסיפענני ניו גערסי עמבעסי האטעל זייער שיינע סוויטס געווען מנין אויפן פלאץ הערליכע לאבי שיינע גראונד, אבער וואס צו טוען איז נישט דא אין די גאנצע אומגעגענט.

אינפארמעישן וועגן מנין האב איך באקומען פון מר. וויינשטאק פון שבת געטעוועי

וועלעכער וויינשטאק איז ער? וועמענס הכשר האט ער?

וואוינט אין ב.פ.? » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 8:49 pm

· #34919
מ גפני
zamel
געווען א שבת אין פארסיפענני ניו גערסי עמבעסי האטעל זייער שיינע סוויטס געווען מנין אויפן פלאץ הערליכע לאבי שיינע גראונד, אבער וואס צו טוען איז נישט דא אין די גאנצע אומגעגענט.

אינפארמעישן וועגן מנין האב איך באקומען פון מר. וויינשטאק פון שבת געטעוועי

וועלעכער וויינשטאק איז ער? וועמענס הכשר האט ער?

נישט קיין הכשר. ער שטעלט נישט צו קיין עסן. ער שטעלט צו ביהמ''ד מיט ספר תורה.

קורץ און שארף » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 5:08 pm

· #35285
דאס איז ווינשטאקס וועבזייטל

לעמיל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 5:34 pm

· #35298
קורץ און שארף
דאס איז ווינשטאקס וועבזייטל

האסט עס שוין געברעינגט פריער

קורץ און שארף » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 6:04 pm

· #35318
לעמיל
קורץ און שארף
דאס איז ווינשטאקס וועבזייטל

האסט עס שוין געברעינגט פריער

ביזט מיך מוחל?

מ גפני
zamel
געווען א שבת אין פארסיפענני ניו גערסי עמבעסי האטעל זייער שיינע סוויטס געווען מנין אויפן פלאץ הערליכע לאבי שיינע גראונד, אבער וואס צו טוען איז נישט דא אין די גאנצע אומגעגענט.

אינפארמעישן וועגן מנין האב איך באקומען פון מר. וויינשטאק פון שבת געטעוועי

וועלעכער וויינשטאק איז ער? וועמענס הכשר האט ער?[/[quote]
זעט זיך אויס אז ער האט עס נישט געזעהן האב איך עס געברענגט נאכאמאל.

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 6:48 pm

· #38135
ווייסט איינער פון א גוטן ביליגן האטעל אין דמשק?

אברעמעל » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 7:07 pm

· #38150
יא, דא

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 7:12 pm

· #38155
דאס איז דאך אין ווילי!

אברעמעל » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 7:39 pm

· #38166
נו נעבן דמשק.

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 7:43 pm

· #38167
פארוואס נעבן? ס'היפש ווייט

אברעמעל » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 7:50 pm

· #38174
א בלאק צוויי הייסט ווייט?
כ'רעד פון דיין דמשק..

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 7:51 pm

· #38175
וועלכער איז מיין דמשק?

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:51 pm

· #38245
דמשק אליעזר סידור (איינער געדענקט נאך?)

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:26 am

· #38275
איך רעד פון דמשק פענסילוועניע, 45 מינוט פון מאנטיסעלא.