עס איז זייער נישט מסתבר אז פאפא זאל ארויס לייגען א בריוו וואס טוט צושמירען די די גאנצע זאך פאר איינער וואס ווייסט נישט, דער בריוו איז בכלל נישט געשריבען געווארען כפי כללי מודעות הקהילות ווי ע״פ רוב איז דער עיקר ציל לכסות טפחיים, משא״כ דא קוקט אויס ווי דער עיקר איז לגלות טפח. מיין מיינונג, דאס איז זעכער געשריבען געווארען דורך א יחיד מיט אן א׳גענדע קעגען מענצער-פאטאקי.
דער פאפא בריוו אין בלאט
92 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #993
בלאט: 1 2
פיינע קאוועיעצט אז הער פריינדליך האט געשריבן "זיכער נישט" בין איך שוין טאקע איבערצייגט אז פאפא האט דאס "זיכער נישט" אריין געלייגט און איך קויף מער נישט די בלאט. ג'ענדיגט
ניין, זאלסט עס ווייטער קויפען און ליינען, דאס איז נישט עפעס וואס זאל האבן א עפעקט אוף דיר,
איך גלייב נישט אז די עד איז א באצאלטע, און ס'איז שטארק מעגליך אז אפילו דער שרייבער ארבייט פארן בלאט, איך גלייב אבער אז זיי האבן געמאכט דעם בריוו צוליב א פארלאנג פון פאפא'נע יונגעלייט. ווער ס'דרייט זיך נאר מיט פאפאנע חסידים ווייסט אז זיי ברויזן אויף מענצער, ספעציעל ביי די יעצטיגע וואלן. אויף ענגליש רופט מען דאס "its based on a true story".
קלאראבער דאס ווייסן אלע, אז אין פאפא איז דא שטארקע רוגזה קעגן מענצער (אגב, מענצער זיצט שוין היינט אין סקולען, ער האלט אז דארט וועט ער מצליח זיין מיט זיין ציהל ואכמ''ל) נישט נאר ווייל ער האט אריינגעפירט די פאפא קהילה אין די סאטמערע פאליטיק נאר וועגן נאך סיבות וואס דא איז נישט די פלאץ
נישט צופיל באקאנט אין עולם הפאליטיקע. אבער קיינמאל נישט געהערט אז פאפא איז אינוואלווד אין די סאטמארע שמוץ. איז עס א לעצטיגע געשעעניש? ביטע דערצייל מער פרטים
מאנכע זענען מכנה די פאפא-ארונים נייטיג: ארונו של יוסף
דער איד האט די וואך א ענטפר קעגן בריוו פין דער בלאט
ווי ער פארטיידוגט מענצער
(בקיצור מענצער פראבירט נקמה אין זיינע פאפא'נע שונאים)
אויף יענעם בריוו קען מען קלאר זעהן אז פאפא מוסדות האט דאס נישט אריינגעשטעלט (דרך אגב, די בריוו איז אין אידיש...)
טראץ וואס דער איד האט געלייגט די לעטערהעד 'מרכז מוסדות פאפא'
איך מיין מען זאל עפענען נאך אשכול ''דער פאפא בריוו אין דער איד'' אין אריבער קאפיען אלע קאנספיראצעיס
א חוץ פין דעם וואס מענצער בארימט זיך דארט מיט הוילע ליגענטס
א שטייגער ווי אז ער זאל האבען ערלעדיגט דער טעפ פראגראם וואס מענצער האט נישט געהאט קיין יד דערין
ווייסט עס אז זייער צייטונג האט נישט קיין שום מער ערנסקייט ווי זייער קאמפעטישאן

איך זעה אז דיין ציהל איז אז דער היימישער וועלט זאל אנקוקן דעם איד מיט'ן בלאט אויפ'ן זעלבן לעוועל. ס'וועט דיר נישט זיין אזוי גרינג דאס צו טוהן. אבער אויב שוין יא, ביטע האף ענדערש אז דער בלאט זאל זיך הייבן צום איד'ס לעוועל ווי איידער דער איד זאל פאלן צום בלאט'ס לעוועל. א דאנק.
קענסט אפמאכען וואס די ווילסט עס זאל זיין מיין ציהל, איך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט
איך ברענג בלויז טרוקענע סעמפלס
זאל יעדער אפמאכען וואס ער וויל
איך ברענג בלויז טרוקענע סעמפלס
זאל יעדער אפמאכען וואס ער וויל
קלארדער איד האט די וואך א ענטפר קעגן בריוו פין דער בלאט
ווי ער פארטיידוגט מענצער
זר זהב/אך שמח,
די דער איד קויף איך אויך נישט {עס איז נאך אסור געווארען פון אנדערע נאר די בלאט}
אבער מיטען בריוו, קענסטע אפשר אריינסקענענן די בריוו כדי איז זאל נישט דארפן עובר זיין אויפן איסור און קויפן די דער איד?!
די נקמה איז געגאנגען דאפעלט
אין בלאט איז געווען איין בריוו בשם התאחדות תלמידי וחסידי פאפא
אבער אין איד האבען זיי צירוק גענטפרט 2 בריוון איינס בשם מרכז מוסדות פאפא אין איינס בשם התאחדות אבריכם
אויף ביידע בריווען דארף מען זיין בלינד צו זאגען אז פאפא האט עס אריינגעשטעלט
איך בעט אויב איינער האט א גיטע סקענער זאל ער אריינשטעלן ביידע בריוון
איך בין נייגעריג צו הערן אלע קאנספיראציעס
עס איז מיר סתם אזוי אינטערסאנט ווי די קעגן בלאט קאנספירער זענען נעלם געווארען ווען דער איד ניצט פאקטישע לעטערהעד פין פאפא ארגאנאזאצעיס

קיין גוטע סקענער האביך נישט, ביזדערווייל וועט דעס מוזן זיין גוט.
מיר דוכט זיך אז די פאפא בוטשער נעמט פלייש דייקא פונעם קרית יואל'ן "שלאג פאבריק" ע"פ פקדותו פון פאפא רב. איז וואו קומט דאס אז התאחדות תלמידי פאפא זאל שרייבן אזא זאך, אז פאפא בוטשער פארקויפט טריפה פלייש?
קלאר
עס איז מיר סתם אזוי אינטערסאנט ווי די קעגן בלאט קאנספירער זענען נעלם געווארען ווען דער איד ניצט פאקטישע לעטערהעד פין פאפא ארגאנאזאצעיס
די צוויי "ארגעניזאציעס" וועמענס לעטערהעד איז גענוצט געווארן, עקזעסטירן נישט. זיי זענען געגרינדעט געווארן ספעציעל לכבוד דעם מאורע...
איך ווייס באמת נישט וועם דער איד טרייט צו פאפן מיט דעם התאחדות תלמידי פאפא בריוו, ווען איך ליין דעם בריוו בעפארן זען דעם לעדער העד זאג איך אינמיטן שלאף אז דאס איז א איד ארטיקל
און נאך פונקט האבן זיי זיך גענומען צום שלאג פאבריק און צום כינוס
יע יע, נייס טריי
און נאך פונקט האבן זיי זיך גענומען צום שלאג פאבריק און צום כינוס
יע יע, נייס טריי
איך באמערק נאך 2 אינטערסאנטע זאכען וואס דער איד שרייבט אינעם בריוו
קודם כל זיי באשמיצין קרית יואל בית השחיטה (אין צייט וואס פאפא נעמט זייער פלייש נאר פין דארט) מיט די צומות הגידין, אין צייט וואס קרית יואל איז די איינצגיסטע בית השחיטה וואס איז בודק שוין יארען לאנג
צווייטענס זיי רעדן פין די מצה בעקעריי אז מענצער זאל האבען געהאלפן פאפא מצה בעקעריי (וועלכע נעמט אגב פין אריזאנע ווייץ)
אין צייט וואס די לעצטע פאר וואכען האבן די זאלונים געהאלטן אין איין שרייען אז די מצה בעקערי אישו איז אן ארונישע ארבעט, אין דא זעה איך פאפא האט אויך די פראבלעם

איך האלט מיך נאך אלץ ביי מיינס אז געווענליך איז דער איד שענער, אבער ווען עס קומט צו די עקלדיגע פאליטיק, זענען זיי כמעט נישט בעסער ווי דער בלאט. ביידע רעדן צוזאמען אזוינע שטותים והבלים, שקר און אויפגעטראכטע מעשיות, אז ס'איז א פחד. געווענליך גיב איך אפילו נישט קיין דעםם פאר די ענינים. איך קוק נאר די נייעס, אידישע נייעס, און אנדערע שיינע ארטיקלען.
ס'איז א שאנדע אז דאס קומט פאר ביי אונז. און מענטשן קויפן עס נאך, און מען לייענט עס, און מען דעבאדירט עס כאילו מען פלאגט זיך דא אויף א שטיקל מהרש"א, להבדיל בין קודש לטינופת. עס האלט אפ די גאולה. דער איינציגער געווינער איז דער שטן המשחית, און מיר גיסן נאר אויל אויפן פייער.
וואו איז אונזער שכל??????????

שמעקעדיג, איך וואלט באמת געוואלט וויסן וואסערע שקרים דער איד שרייבט ווען ס'קומט צו פאליטיק, אזש דו שטעלסט עס ממש צו צום בלאט.
זר זהבשמעקעדיג, איך וואלט באמת געוואלט וויסן וואסערע שקרים דער איד שרייבט ווען ס'קומט צו פאליטיק, אזש דו שטעלסט עס ממש צו צום בלאט.
ווילסט א דוגמא? נאדיר. דאט קאם האט דאס געפאוסט 8 תגובות העכער די תגובה.
DotComקיין גוטע סקענער האביך נישט, ביזדערווייל וועט דעס מוזן זיין גוט.
I really don't understand you (my caveirim in the shtibble) are we all playing dumb. Don't you see who is the author pf both articles in Der Yid!!?
ווי עס קוקט מיר אויס זענען די ראשים פון ביידע צייטונגען נישט קיין ממזרים. ברידער פון זעלבן טאטע און מאמע. פאר ביליגע פאליטיק זענען זיי גרייט צו טוהן כל מה שעולה על רוחם, זיך צו באנוצן מיט יענעמס דרוק-סארט, און פיטערן דעם ברייטן ציבור מיט שוא ושקר.
ווען עס קומט צו נצחון, גילט ביי ביידע צייטונגען דעם ווערטל, ער ווערט רויט ווען ער זאגט אמת.
ווען עס קומט צו נצחון, גילט ביי ביידע צייטונגען דעם ווערטל, ער ווערט רויט ווען ער זאגט אמת.
gehlungen
I really don't understand you (my caveirim in the shtibble) are we all playing dumb. Don't you see who is the author pf both articles in Der Yid!!?
גלייב מיר בנאמנות, איך האב נאך די בריוון ניטאמאל געליינט, איך האב עס ארויפגעלייגט לטובת הציבור פאר די וואס דארפן עס, אז דו קוקסט צוריק א פעידזש וועסטו זעהן אז טאקע איך האב לעצטע וואך אויך ארויפגעלייגט די בלאט'ס חרה, וואס אגב כאב נאך אויך נישט געליינט און איך פלאן זיי קיין איינס נישט צו ליינען, איי פארוואס לייג איך עס ארויף? נא, וואס טוט מען נישט פאר אביסל לייק'ס 😉 ? אבער צו באקומען דיסלייקס בינעך אינגאנצן נישט גערישט געווען.
אויב האבן ביידע צייטונגען עס גענוצט פאלש, קענסטע נאך אלץ נישט פארגלייכן ביידע. -- ווער איז געווען דער ערשטער עס צו טון? אויב דער בלאט האט עס דער ערטשטער געטון האט שוין דער איד מעגליך געהאט בעקינג (פון הויכע פענסטער איו פאפא) און לעגיטימיסי אריינצילייגן זייער בריוו פון פאפא.
קלארזיי באשמיצין קרית יואל בית השחיטה (אין צייט וואס פאפא נעמט זייער פלייש נאר פין דארט) מיט די צומות הגידין, אין צייט וואס קרית יואל איז די איינצגיסטע בית השחיטה וואס איז בודק שוין יארען לאנג
וואס טאקע פשט? זענען אין פאפא פארהאנען רעבעלן?
זר זהבאויב האבן ביידע צייטונגען עס גענוצט פאלש, קענסטע נאך אלץ נישט פארגלייכן ביידע. -- ווער איז געווען דער ערשטער עס צו טון? אויב דער בלאט האט עס דער ערטשטער געטון האט שוין דער איד מעגליך געהאט בעקינג (פון הויכע פענסטער איו פאפא) און לעגיטימיסי אריינצילייגן זייער בריוו פון פאפא.
האסט פשוט פארגעסן צוצולייגן אז דו קוקסט דאס אן פון א נוטראלן בליק.
קאווע טרינקערקלארזיי באשמיצין קרית יואל בית השחיטה (אין צייט וואס פאפא נעמט זייער פלייש נאר פין דארט) מיט די צומות הגידין, אין צייט וואס קרית יואל איז די איינצגיסטע בית השחיטה וואס איז בודק שוין יארען לאנג
וואס טאקע פשט? זענען אין פאפא פארהאנען רעבעלן?
אלא מאי זאג דו אליינס...?! מסתמא האט עס טאקע פאפא אליין געשריבן און דער איד האט געטוהן א טובה פאר פאפא און עס אנגענומען פאר א געפעפערטע פרייז... 😉
זר זהבאויב האבן ביידע צייטונגען עס גענוצט פאלש, קענסטע נאך אלץ נישט פארגלייכן ביידע. -- ווער איז געווען דער ערשטער עס צו טון? אויב דער בלאט האט עס דער ערטשטער געטון האט שוין דער איד מעגליך געהאט בעקינג (פון הויכע פענסטער איו פאפא) און לעגיטימיסי אריינצילייגן זייער בריוו פון פאפא.
שוין ווייטער וער איז געווען דער ערשטער, טו ראנגס דאזען מעיק וואן רייט
אדער בעסער געזאגט, א געשאסענע קויל שיסט מען נישט צוריק
א געוויסער ראש ישיבה האט אמאל געזאגט, דער בלאט איז פיל מיט טפשות און דער איד איז פיל מיט רשעות
יעצט ווילסטו איבערשטייגן חוץ רשעות זאל עס האבן אויך טפשות?
דער ראש ישיבה איז א דאדא!
שמיטהקאווע טרינקערקלארזיי באשמיצין קרית יואל בית השחיטה (אין צייט וואס פאפא נעמט זייער פלייש נאר פין דארט) מיט די צומות הגידין, אין צייט וואס קרית יואל איז די איינצגיסטע בית השחיטה וואס איז בודק שוין יארען לאנג
וואס טאקע פשט? זענען אין פאפא פארהאנען רעבעלן?
אלא מאי זאג דו אליינס...?! מסתמא האט עס טאקע פאפא אליין געשריבן און דער איד האט געטוהן א טובה פאר פאפא און עס אנגענומען פאר א געפעפערטע פרייז... 😉
Let me tell you something 2 things are for sure #i satmar & pupa are not best of friends #2 these letters in the YID was written by MENZER bacause if you read them in depth yachad kilom hoidee that they just don't make any sense
gehlungenשמיטהקאווע טרינקערקלארזיי באשמיצין קרית יואל בית השחיטה (אין צייט וואס פאפא נעמט זייער פלייש נאר פין דארט) מיט די צומות הגידין, אין צייט וואס קרית יואל איז די איינצגיסטע בית השחיטה וואס איז בודק שוין יארען לאנג
וואס טאקע פשט? זענען אין פאפא פארהאנען רעבעלן?
אלא מאי זאג דו אליינס...?! מסתמא האט עס טאקע פאפא אליין געשריבן און דער איד האט געטוהן א טובה פאר פאפא און עס אנגענומען פאר א געפעפערטע פרייז... 😉
Let me tell you something 2 things are for sure #i satmar & pupa are not best of friends #2 these letters in the YID was written by MENZER bacause if you read them in depth yachad kilom hoidee that they just don't make any sense
ער בארימט זיך מיט אדער מען בארימט אים מיט זאכען
וואס ער האט קיינמאל נישט געטוהן
ער קען דאך פאר די געלט שרייבן אז ער האט ציגעשטעלט פאר וויליאמסבורג,
דעם בארימטן וויליאמסבורג בריזש וואס ערמעגליכט פאר טויזענטער אידן אנצוקמען גרינג אין שנעל צו די ארבעט....
זר זהבאויב האבן ביידע צייטונגען עס גענוצט פאלש, קענסטע נאך אלץ נישט פארגלייכן ביידע. -- ווער איז געווען דער ערשטער עס צו טון? אויב דער בלאט האט עס דער ערטשטער געטון האט שוין דער איד מעגליך געהאט בעקינג (פון הויכע פענסטער איו פאפא) און לעגיטימיסי אריינצילייגן זייער בריוו פון פאפא.
דער ערשטער האט עס געטיען דער איד פאר די וואלן זיך באנציט מיט פאפא אן אינדערסמענט וואס איז געווען ריין שקר
בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז דער עולם איז מיססינג די פוינט? כידוע איז פאפא אלע יארען געווען א נאכשלעפער פון סאטמער איך גלייב זיי רייבן זיך אין בויך אז זיי האבן דערלעבט אז ביידע סאטמורים (ליין: ביידע צייטונג רעדאקטארן) קריגען זיך איבער וואס פאפא האלט.
איך אויךבין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז דער עולם איז מיססינג די פוינט? כידוע איז פאפא אלע יארען געווען א נאכשלעפער פון סאטמער איך גלייב זיי רייבן זיך אין בויך אז זיי האבן דערלעבט אז ביידע סאטמורים (ליין: ביידע צייטונג רעדאקטארן) קריגען זיך איבער וואס פאפא האלט.
ראנג פוינט, קיינעם פון סאטמער אינטערסירט נישט וואס פאפא האלט, מען ניצט פאפא אלץ א טול מיט וואס זיך ארום צו שלאגען,
סקלעון קען מען נישט ניצען, וויען אויך נישט און קיין שום אנדערע קהלה קען מען נישט ניצען, פאפא קהלה קען מען יא,
ווייזט עס אז זיי האבן עפעס דערגרייכט? איך ווייס נישט, איך מיין אז נישט,
פאפא ראשי קהילה לייקענען 'אלעס' אין פרישע מעלדונג
אין גרויסן פאפא בית המדרש האט מען פאריגע וואך פרייטוג אויפגעהאנגען א פרישע צעטיל
מיט די אריגינעלע לעטערהעד פין די פאפא ראשי קהילה, אינטערגעשריבן בחתימת ידם (נשיט קיין געפרינטע חתימה, ווי די ערשטע מודעה)
ווי זיי שרייבן אז זיי האבען נישט קיין יד אין קיין שום אנאנס וואס איז אריין אין ביידע צייטונגען די לעצטע פאר וואכען
נישט די אינדארסמענט פאר דילאן אין איד, נישט די עד פין תלמידי וחסידי פאפא אין בלאט, אין די קאנטער עדס פין תלמידי וחסידי פאפא אדער מרכז מוסדות פאפא אין איד
(אגב, די עדס בשם תלמידי וחסידי פאפא האט קיינער נישט געמיינט אז עס קומט פין זיי)
אין זיי בעטן עס זאל זיך אויפהערן.
די נוסח המודעה איז בערך ווי פאלגענד
-----------------
עש''ק בלק תשע''ב
היות שלאחרונה נספרסמה מודעות בשם קהלתינו ומוסדותינו ובשם תלמידי וחסידי פאפא וכדו', הננו בזה להודיע שאין לנו שום חלק בזה, והתקשרנו לאנשים העומדים בראש העיתונים שפירסמו המודעות למחות ע''ז ולבקשם שלא יוסיפו לעשות בדבר הזה עוד.
יחיאל אבערלענדער בשם הנהלת הקהלה
דוד אבערלענדער בשם הנהלת המוסדות
-------------
וישכר פי דוברי שקר!

האט די זינלאזע מערכה גענומען א סוף?
האבן די היינטיגע צייטונגען פרישע בריווען בשם פאפא?
האבן די היינטיגע צייטונגען פרישע בריווען בשם פאפא?
די צוויי צייטונגען באקימען א אויסקיק ווי להבדיל די ניו יארק פאוסט און דעלי נויס, פאר יארען פלעגן זיך די צוויי ארומאמפערען אפן איינער קעגן צווייטען,
די שאלה איז דארף ujo צירוק ענטפערן? גייען זיי פארלירען וואטס אויב נישט? האבן די זאכען א השפעה?
די שאלה איז דארף ujo צירוק ענטפערן? גייען זיי פארלירען וואטס אויב נישט? האבן די זאכען א השפעה?
[
אז מען קיקט מיט א טיפערען בליק קען מען זען אז די גאנצע בריוו סומאכטע קען האבען קאנסעווענצען אויף שפעטער,
די דער איד פלעגט זיך אייביג רעכענענן אויף די עטליכע 100 שטימען וואס פאפא שטעלט צו,
ביי די קימענדיגע וואלען וועט שוין זיין אנדערש, ווי נאר די דער איד וועט אנהייבען מיט פאפא וועט זיי דער בלאט נאכטיען, און עס וועט נאכאמאל ווערען פאפא VS פאפא,
אזוי אז אדער וועט פאפא מיזען נעמען א עפענטליכע שטלונג קעגן איין צד, אדער וועט זיי קיינער נישט קענענן ניצען,

נעכטן ביי די מסיבת הכרת הטוב פון פרוי וואלאזקאז וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון ראוז קעסטל אין וויליאמסבורג האט זיך באטייליגט הרה"ח ר' יוסף וועבער הי"ו מראשי הקהלה והמוסדות ד'פאפא וקאומיוניטי באורד איינס מעמבער. אויך איז ר' יוסל (אפשר דארף מען שוין היינט זאגן"געווען"....) א יו דזשעי או באורד מעמבער
וועלעסקעז האט ארויסגעדינגען ראיז קעסעל? וויפיל האט זי געצאלט?
אז מען רעדט שוין פון די נארישע וועג ווי אזוי די צייטונגען פירן זיך אויף ווען עס קומט צו פוליטיק איז אינטרסאנט אנצומערקן א שטיקל גאסט עדעדאריעל די וואך אין דער איד. שרייבט ער דארט אזוי (בערך):
ס׳איז אינטרסאנט אנצומערקן אז שמיר (פרעימיר יצחק שמיר וואס איז נארוואס נפטר געווארן) איז אין די לעצטע יארן זיינע געווען פארקאלעכט אין נוירסינג האום, אזוי איך איז יצחק רבין אפגעשאסן געווארן, אריק שרון איז אין קאמע פאר אסך יארן, אולמערט האט רעזיגנירט מיט בושות וכו׳...
טראכט איך צו מיר, א רגע, דער וואס שרייבט דאס קוקט אויס ווי ער פארשטייט חשבונו של עולם, איז אפשר זאגט ער מיר הלמאי דער ברך משה איז אין זיינע לעצטערע יארן ליידער געווען פארקאלעכט, דער עלטערער זון זיינער האט אים גערופן אין גוישען געריכט. אויך פארוואס יחזקאלע שמש איז קאלמוטיג געשאסן געווארן...

יענער שרייבער וויל ציען א פאראלעל וויאזוי די פירערס פון מד"י ענדיגן אפ... ער האט נישט געמיינט צו רעדן פון הימלישע זאכן.
אלדדדער עלטערער זון זיינער האט אים גערופן אין גוישען געריכט.
א שרעק....
איך מיין אז דער זון האט אים למעשה געהארגעט
בלאט: 1 2